☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » זאכן וואס איך 'מוז' וויסן- העמק דבר

זאכן וואס איך 'מוז' וויסן- העמק דבר

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5863
בלאט: 1 2

לעיקוואד » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 6:51 pm

· #216366
Re: זאכן וואס איך 'מוז' וויסן- העמק דבר
איך ווייס נישט וואס און אויב זיי האבען פארקויפט אויף הונדרעט פראצענט. עס איז מיר מסתבר אז נישט. דער רמב''ם אין הקדמת צו'ם מורה איז מזהיר מען זאל נישט מיינען שידחה בספר הזה כל הספקות שישנם. און טאמער יא האבען זיי געזאגט ליגנט אדער געווען מיסאינפארמירט.

כוכב » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 6:56 pm

· #216367
ףיין, יתכן כבין נישט כוכב, אבער אז איך בין נישט לעיקוואד איז אויך נישט זיכער?

diff » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 7:42 pm

· #216374
[ציטאט אראפגענומען]

Seems you're very good in copy paste. You copy pesukim w/o learning what they mean . Hope you understand what you say. I don't
Thanks, Bye

ונבנתה העיר » מיטוואך מאי 27, 2020 10:43 pm

· #449840
נישט געטראפן פונקט וואו צו שטעלן די שאלה.

מו"נ ח"ג פכ"ג:
📎 מ.jpg
איז דעת צופר די גוד-אלד 'מיר קענען נישט פארשטיין'. דהיינו, אודאי איז דא א פערפעקטע לאגישע(?) סיבה פארוואס דעם צדיק איז געגאנגען שלעכט, נאר אונזערע פארשטאפטע קעפ קענען עס נישט פארשטיין.

אדער ניין, דער חלק וואס מיר קענען נישט משיג זיין, איז דאס וואס חכמתו איז מחייב אז וואס זיין רצון איז מוז געטון ווערן [וואס אימפלייעד, אז די געריבענע חברה, למשל גאט אליין, פארשטייען יא וויאזוי זיין גרויסקייט איז מחייב אז זיין רצון מוז געשען.] אבער דער רצון אליין, דאס האט טאקע באמת נישט קיין טעם וביאור.

במדבר » דאנערשטאג מאי 28, 2020 10:05 am

· #449850
אחרי קידה והשתחויה.

מיר זעט אויס ווי אייער ערשטע אויסוואל: ווייל די רמב''ם באטראכט דאך איוב ווי נישט די ''גרעסטע חכם'' (כי אילו היה חכם לא היה עניינו קשה עליו כמו שיתבאר. מו''נ: ח''ג. פ' כ''ב),קימט אויס אז ער האט זיך וויירשיינדליך באפריינדעט מיט אנשים כערכו, וכמאמר החכם ''זאג מיר ווער זענען דיינע פריינט, און איך וועל דיר זאגן ווער די ביזט'' (עס מיז גיין פארקערט אויכעט).

-------

ערענסט גערעדט! די רמב''ם זעהט אין ספר איוב א סיכום פון אלע פילאסאפישע דעות איבער השגחת ה'. איוב איז א דראמע (משל היה) צווישן פילאסאפישע אפאנענטן: ווי איוב שפילט אריסטוי, די אידישע השקפה געט אליפז צו פארשטיין, בלדד השוחי גייט בשיטת המעתזלה, און צופר הנעמתי שטעלט פאר ''שיטת האשעריה'', קימט אויס אז מ'רעדט יא פון א אינטלעקטואל.

עוקר הרים » זונטאג מאי 31, 2020 7:57 pm

· #450025
Re: זאכן וואס איך 'מוז' וויסן- העמק דבר
וואס פינקליך איז די רמב"ם'ס שיטה אין מורה איבער וואס גייט זיין די שכר ועונש אויף יענע וועלט??

פאליטיקאנט » דינסטאג יוני 2, 2020 4:01 am

· #450243
Re: זאכן וואס איך 'מוז' וויסן- העמק דבר
ווי קען זיין אויף אזא קלארע זאך ווי געבן מעשר אז מ'זעט נישט ס'זאל אלס זיך אויסצאלן?

כלומר, סאיז דאך א קלארע פסוק (ובחנוני נא בזאת - לוה ואני פורע) טא, ווי קען זיין אז מ'זעט נישט?
מ'קען נישט ענטפערן ווי אין אנדערע פלעצער אז עס איז עפעס אזא מין העכערקייט / רוחניות (אזויווי מאנכע האבן געשריבן דא אויף כרת) און עס קען נישט מיינען פארשידענע זאכן, ווארום "ובחנוני נא בזאת - פרובירט מיך אויס אויף א פאקטישע וועג!!???????

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 2, 2020 9:43 am

· #450252
פאליטיקאנט: מ'דארף האבן א ביסל אן אנדער'ן עטיטוד. למשל. איך זאג נישט אז ווייל איך האב היינט געגעבן א פופציגער מעשר, ווארט איך אז די אייבישטער זאלל מיר נאך היינט אדער שפעטסטנס מארגן צוריקצאללן א הונדערטער. אבער אין די לאנג ראן באלאנסירט זיך עס אין די מערסטע פעלער.

בשעת איך לייג אוועק געלט פאר מעשר, האלט איך דאס צו פאנדן אלע מעשי צדקה וחסד וואס איך פיהל אז איך דארף טוהן.

ביי מיר האטציך אנגעהויבן די עפפארט אוועקצולייגן 10% פון אלע מיינע פארדינסטן נאכדעם וואס איך האב געזעהן אז א יונגעלע (פון אן ארימע משפחה) איז געקומען אויף מיין באס אין די פאר חנוכה טעג אין די קאלטע, ווינטיגע טעג מיט אן אלטן, אויסגעריבענעם און דינע דזשעקעט. ווען ער איז ארופגעקומען אויפ'ן באס האביך געזעהן אז ער איז דורכגעפרוירן. איך האב געוואוסט אז זיינע עלטערן האבן נישט קיין געלט איהם צו קויפן א נייע דזשעקעט. האביך פונקט געהאט א פאר דאללער אוועקגעלייגט פאר צדקה. נאר איך האב צוערשט גערופן זיין מאמע און געזאגט אז איך האב א גוטע פרייז פאר א דזשעקעט. אויב איך מעג איהם נעמען צו א סטאר צו קויפן די דזשעקעט. (כדי זי זאלל זיך נישט שעמען) ווען זי האט מסכים געווען האביך איהם גענומען צו מיין לענדלארד וואס האט געהאט א קליידער סטאר. איך האב איהם געזאגט אז ער זאלל געבן די בעסטע דזשעקעט אויף מיין חשבון. ווען ער האט געהערט וואס די מצב איז, האט ער עס געגעבן פאר העלפט פרייז. און ר'האט געזאגט אז ער ווילל זיך אויך משתתף זיין אין די מצוה...!

אט דאס זענען מיינע קאסטומערס פאר צדקה. נישט די געוויינליכע שנארערס. נאר ווער ס'איז א נצרך. אבער ער שעמט זיך...!

איך קען נישט קאמפלעינען. די אייבישטער האט מיר צוריקגעצאלט...!

לייבל שטילער » דינסטאג יוני 2, 2020 10:25 am

· #450262
די פסוק רעדט פון מעשר הארץ, בזמן הבית וואס ס'איז א חיוב מה"ת.

במדבר » דינסטאג יוני 2, 2020 12:58 pm

· #450284
האסט מסתמא נישט געגעבן פאר די ריכטיגע צוועק... אז די וועסט מיר געבן דיין ''מעשר'', וועל איך האבן אינטערעסן דיר רייך צומאכען.

------

מיר זעהט אויס, אז עס איז געזאגט געווארן אין א צינישע טאן, ''ובחנוני נא בזאת'' ''עשר בשביל שתתעשר''... די סאב-טעקסט איז: נו! געב שוין... ניין! קודם געב... און נאכדעם וועלן מיר זיך פארעכענען.

------
לייבל שטילער
די פסוק רעדט פון מעשר הארץ, בזמן הבית וואס ס'איז א חיוב מה"ת.


כי הדבר בדוק ומנוסה כי בשביל הצדקה שנותן לא יחסר לו, אלא אדרבה תוסיף לו עושר וכבוד כדכתיב (דה"ב, לא) "מהחל התרומה לבא בית ה' אכול ושבוע והותר עד לרוב כי ה' ברך את עמו", וכתיב (מלאכי, ג) "הביאו את כל המעשר אל בית האוצר ויהי טרף בביתי ובחנוני נא בזאת אמר ה' צבאות אם לא אפתח לכם ארובות השמים והריקותי עליכם ברכה עד בלי די". ואמרו חכמים בכל דבר אסור לנסות את ה' חוץ מדבר זה כדכתיב "ובחנוני נא בזאת" (טור יורה דעה הלכות צדקה סי' רמז)

פאליטיקאנט » דינסטאג יוני 2, 2020 1:24 pm

· #450287
Re: זאכן וואס איך 'מוז' וויסן- העמק דבר
berlbalaguleh
פאליטיקאנט: מ'דארף האבן א ביסל אן אנדער'ן עטיטוד. למשל. איך זאג נישט אז ווייל איך האב היינט געגעבן א פופציגער מעשר, ווארט איך אז די אייבישטער זאלל מיר נאך היינט אדער שפעטסטנס מארגן צוריקצאללן א הונדערטער. אבער אין די לאנג ראן באלאנסירט זיך עס אין די מערסטע פעלער.

בשעת איך לייג אוועק געלט פאר מעשר, האלט איך דאס צו פאנדן אלע מעשי צדקה וחסד וואס איך פיהל אז איך דארף טוהן.

ביי מיר האטציך אנגעהויבן די עפפארט אוועקצולייגן 10% פון אלע מיינע פארדינסטן נאכדעם וואס איך האב געזעהן אז א יונגעלע (פון אן ארימע משפחה) איז געקומען אויף מיין באס אין די פאר חנוכה טעג אין די קאלטע, ווינטיגע טעג מיט אן אלטן, אויסגעריבענעם און דינע דזשעקעט. ווען ער איז ארופגעקומען אויפ'ן באס האביך געזעהן אז ער איז דורכגעפרוירן. איך האב געוואוסט אז זיינע עלטערן האבן נישט קיין געלט איהם צו קויפן א נייע דזשעקעט. האביך פונקט געהאט א פאר דאללער אוועקגעלייגט פאר צדקה. נאר איך האב צוערשט גערופן זיין מאמע און געזאגט אז איך האב א גוטע פרייז פאר א דזשעקעט. אויב איך מעג איהם נעמען צו א סטאר צו קויפן די דזשעקעט. (כדי זי זאלל זיך נישט שעמען) ווען זי האט מסכים געווען האביך איהם גענומען צו מיין לענדלארד וואס האט געהאט א קליידער סטאר. איך האב איהם געזאגט אז ער זאלל געבן די בעסטע דזשעקעט אויף מיין חשבון. ווען ער האט געהערט וואס די מצב איז, האט ער עס געגעבן פאר העלפט פרייז. און ר'האט געזאגט אז ער ווילל זיך אויך משתתף זיין אין די מצוה...!

אט דאס זענען מיינע קאסטומערס פאר צדקה. נישט די געוויינליכע שנארערס. נאר ווער ס'איז א נצרך. אבער ער שעמט זיך...!

איך קען נישט קאמפלעינען. די אייבישטער האט מיר צוריקגעצאלט...!


וואו! דאס האסטו געטון אלס אינגל?

לייבל שטילער » דינסטאג יוני 2, 2020 1:29 pm

· #450288
במדבר: איך האב פארשטאנען אז ער פרעגט אויף א "פסוק" נישט אויפ'ן טור.

וואלווי » דינסטאג יוני 2, 2020 6:06 pm

· #450320
לייבל שטילער
במדבר: איך האב פארשטאנען אז ער פרעגט אויף א "פסוק" נישט אויפ'ן טור.


עשר "בשביל שתתעשר" איז נישט א פסוק. ס'איז דרשת חז"ל אויף די פסוק "עשר תעשר". אזוי אויך, די פסוק בחנונו נא בזאת איז אין נ"ך, וואס דאס ווערט נישט פארעכענט ווי קיין מקור פון די עצם התורה, אדער א כלל אין די תורה. מערסטענס איז עס אן אסמכתא אדער אן ענין בעלמא. אויב חז"ל און נ"ך הייסט א מראה מקום, דעמאלטס איז די טור פונקט אזוי.

בכל אופן, ס'איז נישט קיין געהעריגע פסוק. אז מ'הייבט אן בארגען פשט פון דא און דארט, קען מען אריינרוקען צדקה אויכעט.

אדער אפשר גאר שקל הקודש. תתעשר, נישט די, נאר די נקיי הדעת בפלטרין של מלך....

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 2, 2020 8:32 pm

· #450338
פאליטיקאנט
berlbalaguleh
פאליטיקאנט: מ'דארף האבן א ביסל אן אנדער'ן עטיטוד. למשל. איך זאג נישט אז ווייל איך האב היינט געגעבן א פופציגער מעשר, ווארט איך אז די אייבישטער זאלל מיר נאך היינט אדער שפעטסטנס מארגן צוריקצאללן א הונדערטער. אבער אין די לאנג ראן באלאנסירט זיך עס אין די מערסטע פעלער.

בשעת איך לייג אוועק געלט פאר מעשר, האלט איך דאס צו פאנדן אלע מעשי צדקה וחסד וואס איך פיהל אז איך דארף טוהן.

ביי מיר האטציך אנגעהויבן די עפפארט אוועקצולייגן 10% פון אלע מיינע פארדינסטן נאכדעם וואס איך האב געזעהן אז א יונגעלע (פון אן ארימע משפחה) איז געקומען אויף מיין באס אין די פאר חנוכה טעג אין די קאלטע, ווינטיגע טעג מיט אן אלטן, אויסגעריבענעם און דינע דזשעקעט. ווען ער איז ארופגעקומען אויפ'ן באס האביך געזעהן אז ער איז דורכגעפרוירן. איך האב געוואוסט אז זיינע עלטערן האבן נישט קיין געלט איהם צו קויפן א נייע דזשעקעט. האביך פונקט געהאט א פאר דאללער אוועקגעלייגט פאר צדקה. נאר איך האב צוערשט גערופן זיין מאמע און געזאגט אז איך האב א גוטע פרייז פאר א דזשעקעט. אויב איך מעג איהם נעמען צו א סטאר צו קויפן די דזשעקעט. (כדי זי זאלל זיך נישט שעמען) ווען זי האט מסכים געווען האביך איהם גענומען צו מיין לענדלארד וואס האט געהאט א קליידער סטאר. איך האב איהם געזאגט אז ער זאלל געבן די בעסטע דזשעקעט אויף מיין חשבון. ווען ער האט געהערט וואס די מצב איז, האט ער עס געגעבן פאר העלפט פרייז. און ר'האט געזאגט אז ער ווילל זיך אויך משתתף זיין אין די מצוה...!

אט דאס זענען מיינע קאסטומערס פאר צדקה. נישט די געוויינליכע שנארערס. נאר ווער ס'איז א נצרך. אבער ער שעמט זיך...!

איך קען נישט קאמפלעינען. די אייבישטער האט מיר צוריקגעצאלט...!


וואו! דאס האסטו געטון אלס אינגל?

פאליטיקאנט: איך מיין מ'מוז דיר דינגען א ספעציעלן טוטאר. דא פארשטייסטו נישט א פסוק אין חומש. און אויך דו קענסט נישט קיין פשט אין מיינע פשוט'ע ווערטער. וואו זעהסטו אין מיינע ווערטער אז איך בין געווען א יונגל. ווען איך האב געדרייווט א באס?
בלאט: 1 2