☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ניק'ס וואס עפענען קיינמאל נישט א אשכול

ניק'ס וואס עפענען קיינמאל נישט א אשכול

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5811

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 2, 2014 8:50 pm

· #181042
ניק'ס וואס עפענען קיינמאל נישט א אשכול
כ'טו באמערקען פונקט היינט אז ס'איז דא ניקס וואס זענען זייער טעטיג דא און זענען שוין אויך לאנג יעריגע תושבים אבער טון פתיחה אויף א אשכול וועלן זיי קיינמאל נישט. צווישן זיי געפינט זיך @נולד מאחור, @איך אויך, @יין שרף, @טעפל, @petergrifin ,@zurich @berlbalaguleh און נאך

זענען ענק שיי אדער האבן ענק נישט דעם שטארקייט אליינס צו עפענען אויס מורא אז קיינער וועט נישט גארנישט צו שרייבן? לערנט זיך פון מיר מ'טאר נישט מורא האבן וסוף הכבוד לבוא, טו עס איינמאל און עס וועט אייך גרינגער ווערן אויפן הארץ. דאס לעבן איז פיל מיט ג'אלענג'עס ערגעץ מוז מען עס דורכברעכן. זייט איך האב אנגעהויבן עפענען אשכול'ס פיל איך סך מער קאנפידענץ אין מיין טאג טאגליך הלוך ילך און איך זע מער רעספעקט. נו געגאנגען!

אפטעמיסט » זונטאג פעברואר 2, 2014 8:59 pm

· #181045
אפשר עפענען זיי נישט אשכולות אויס מורא אז דו וועסט קומען אנפירקלען און עס מצמת זיין?

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 2, 2014 9:05 pm

· #181048
אה איז עפעס אנדערש טאקע. ס'איז מיר נישט בייגעפאלן, מ'קען פארמעקן דעם אשכול

zurich » זונטאג פעברואר 2, 2014 9:35 pm

· #181064
פינטל נעקסט טיים ווילסט מיר זאגן מוסר דארפסט עס נישט זאגן אין פאבליק מיין אישי קעסטל ארבעט נאך...

און בד"וו איך עפן אשכולות נאר מיט מיין צווייטע ניק 😉

נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 2, 2014 9:44 pm

· #181069
האסט עס באמערקט דא?
זייט בוסט אויפגעקימען מיט דיין חתימה אז מלייק זיך אליין זע איך טאקע נישט וואס די פחד פון עפענען אשכולת...

petergrifin » זונטאג פעברואר 2, 2014 10:30 pm

· #181083
@דער (פינטעל) איד איך סײן ארײן און באקום א טעג שוין איך טראכט און טראכט פון װאס צו קאמפלעינען און ביז װאס װען װי
האסטו שוין אנגעהויבען כמעט א דאזען אשכולות. לאז כאטש איבער עפעס אן אײדיע פאר מיר פליז איבער װאס איך זאל
קענען שרײבן. 🙂

יתרו » זונטאג פעברואר 2, 2014 10:54 pm

· #181093
נישט שיין צו אטאקירן אזוי, פינטעלע איז מעורר א נקודה און מען באפאלט אים ווי וויסעך וואס, נישט שיין.

zurich » זונטאג פעברואר 2, 2014 10:57 pm

· #181095
ווער באפאלט עים?

יין שרף » זונטאג פעברואר 2, 2014 11:45 pm

· #181108
וואס זאל איך טוהן אז איך האב גאר א אינטרעסאנטע מנהג, אז איך האב נישט וואס צו שרייבן שרייב איך נישט...

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 2, 2014 11:56 pm

· #181111
איך האב אויך נישט. מ'הייבט אן און ס'ווערט עפעס

יין שרף » מאנטאג פעברואר 3, 2014 12:00 am

· #181113
יין שרף
וואס זאל איך טוהן אז איך האב גאר א אינטרעסאנטע מנהג, אז איך האב נישט וואס צו שרייבן שרייב איך נישט...

דער (פינטעל) איד
איך האב אויך נישט.

יא אונז ווייסן...

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 12:03 am

· #181114
דאס ווייזט נאר מער אויף ווי טאלאנטפעל איך בין. איך מאך אשכול'ס יש מאין, אלעס ריין און הייליג

משה געציל » מאנטאג פעברואר 3, 2014 12:16 am

· #181120
איך מיין זאלסט טאקע גרינדן א אשכול "ניקס וואס עפענען אייביג אשכולות"...

טעפל » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:55 am

· #181130
פינטעל איד פראבירסט מיט כח צו עפענען אשכולות און פירקלען אז מ'זאל זיך וויסענדיג מאכען צו דיר? איך עכ"פ נישט.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 3, 2014 12:21 pm

· #181197
ר' פינטל איד: איך שפיר מיך שטארק געטראפן און באליידיגט. דו רעכנסט אויס ניק'ס וועלכע עפענען קיינמאל נישט אויף אן אשכול און איך קוק בכליון עיניים אויב דו וועסט מיך דערמאנען. איך ליין איבער נאכאמאל און נאכאמאל דיין פילאזאפישע טעאריע. דער נושא האשכול. איך זעה נישט מיין נאמען דערמאנט. דו וועסט דארפן זייער שווער ארבעטן מיך מפייס צו זיין. נאר פאר גאר א גרויסן סכום און אן "עד" אין חשוב'ן, פרעסטיזשפולן (כדברי ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו) צייטונג, דער ניו יארק טיימס אז דו האסט נישט במזיד אויסגעלאזט מיין נאמען. און דו גייסט שוין תשובה טון. אלס תשובת המשקל זאלסטו מפרסם זיין אויף איי-וועלט אז דו ביסט גרייט צו פארהאנדלען. (איך וועל עס קיינמאל נישט ליינען.(. 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😮

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 12:26 pm

· #181201
דאס איז ממש געווען א פארזעעניש איך גלייך דיר דאך זייער זייער שטארק! ס'מיר ארויס פון קאפ און איך גיי עס פאררעכטן (אוי ס'פילט גוט ווען איינער קען ווער באליידיגט פון מיר! פון פינטעלע נישט ווייניגער! אפילו ס'איז געמאכט! ס'פילט גוט רבותי!!)

מ גפני » מאנטאג פעברואר 3, 2014 1:08 pm

· #181217
אפטעמיסט
און עס מצמת זיין?

👍 😂

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 3, 2014 1:20 pm

· #181221
דער (פינטעל) איד
דאס איז ממש געווען א פארזעעניש איך גלייך דיר דאך זייער זייער שטארק! ס'מיר ארויס פון קאפ און איך גיי עס פאררעכטן (אוי ס'פילט גוט ווען איינער קען ווער באליידיגט פון מיר! פון פינטעלע נישט ווייניגער! אפילו ס'איז געמאכט! ס'פילט גוט רבותי!!)

שוין. מחול לך, מחול לך. מחול לך. או.קעי. דו מוזסט אפילו נישט אריינלייגן אן עד אין דעם חשוב'ן, פרעסטיזשפול'ן, אנטיסעמיטישן צייטונג, נ.י. טיימס. דרך אגב. מיט אנטי סעמיטיש מיין איך נישט אנטי ציוניסטיש. נאר ממש שונאי ישראל. שונאי ערליכע אידן בכל מקומות שהם. לדוגמא. ווען ס'האטזיך געהאנדלט (מיט א פאר יאר צוריק) איבער די שטאטישע סקול באסעס אין מאנרא, האבן זיי ארויסגעהויבן (נאך אפילו מער ווי דער רעקארד) דעם פאקט אז חסידישע אידן טוען דיסקרימינירן אקעיגן פרויען/גוי'טעס וועלכע זענען געווען די דרייווערס, און מ'האט זיי נישט געוואלט אז זיי זאללן פיהרן די תשב"ר אין חדר. 🙄 😂 😠 😛 😳 😮

מי אני » זונטאג פעברואר 16, 2020 3:36 pm

· #443025
Re: ניק'ס וואס עפענען קיינמאל נישט א אשכול
איך פערזענליך שטיי אוועק פון עפענען אן אשכול מכח אפאר טעמים. צווישן זיי:

1). עפענען אן אשכול איז א גרעסערע קאמיטמענט ווי סתם א תגובה, כמובן. דו ביסט, אדער עכ״פ פילסטו ווי דו דארפסט זיין, דער ראש המדברים - ס׳איז דאך ״דיין״ אשכול. דאס פירט ווייטער אריין אין צו דעם אז דו טראכסט דו גייסט נעמען מער פערזענליך וואס אנדערע זאגן, צו אויב זיי גייען זאגן בכלל, וכדומה. הקיצור, פאר איינער וואס האט נישט אזויפיל קאנפידענס מעיקרא, ברענגט דאס מער פחד און ענקזייעטי (איך ווייס וואס דער מסילת ישרים זאגט אין סוף פ״ט און אז ס׳קען נוגע זיין אהער).

2). ענליך צו אויבן, פאדערט אן אשכול א גרעסערע השקעה אין די חלק הכתיבה ווי א תגובה, אויך כמובן. עס איז, אדער מ׳פילט עכ״פ ווי עס ״דארף ווען זיין״, מער ״ארטיקליש/עסייאיש״ און שעפעריש. מ׳פילט נישט אלעמאל אז מ׳קען דאס טוהן עפעקטיוולי.

3). דאס פירט ווייטער אריין אין דעם אז די טעמע וואס מ׳וויל און מ׳האט שוין יא א געפיל וכו׳ צו שרייבן אויף, פיהלט מען אז אנדערע האבן שוין ארויפגעברענגט און אויסגעשמועסט דא אין שטיבל אין איין פארעם/וועג אדער א צווייטע, וממילא גיבט מען גארנישט צו און מ׳איז גארנישט מחדש, וואס מ'קען ווען נישט דארט פשוט צולייגן על מקומו. וממילא פיהלט מען אז עס איז שוין בעסער מגיב צו זיין אין דעם אשכול וואו מ׳רעדט, אדער עכ״פ מען רירט שוין אן, אין די נושא (דאס קען שוין אריין גיין אין די דעבאטע פון ארויפברענגען אלטע אשכולות). דאס איז בפרט אין אזא מקום וואו מ׳ווייסט און פיהלט אז ״גדולים וטובים ממנו״ האבן אפגעגעבן זייער מיינונג אין די (אדער בערך די) נושא(ים), וממילא וויל מען ענדערש שטיין אויף די אקסלען פון די ריזן און זיין א זנב לאריות צו זייערע אשכולות וכדומה, ווי איידער זיין אן אייגענע ראש.


והנלע״ד כתבתי (טאקע אין נישט מיין אייגענעם אשכול...).

איך האף אז כ׳האב נישט קאלט געמאכט די וואס האבן יא די קאנפידענס צו עפענען אייגענע אשכולות. אדרבה, לאזטס ענק הערן.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג פעברואר 16, 2020 3:59 pm

· #443026
Re: ניק'ס וואס עפענען קיינמאל נישט א אשכול
איך האף אז כ׳האב נישט קאלט געמאכט די וואס האבן יא די קאנפידענס צו עפענען אייגענע אשכולות. אדרבה, לאזטס ענק הערן.[/quote]




שוין, די רגע האב איך געוואלט עפענען אפאר נייע אשכולות וואס כ'האב מיך קוים אפגעשריבן, געארבייט דערויף א לענגערע צייט, קומט צו גיין דער פיליזאף @מי אני און מיט אזא עמלק'דיגע קרירות מיר קאלט געמאכט, און פארלוירן דעם קאנפידענץ, איצט ברויך איך אנהויבן פון דאס ניי