☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » כוחא דהתירא -- מאן שרי לך

כוחא דהתירא -- מאן שרי לך

99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5792
בלאט: 1 2

הערשי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:09 pm

· #180174
כוחא דהתירא -- מאן שרי לך
תלמידי חכמים נעמט אפיר די שו"ת. איך זוך א היתר צו...

הערשי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:10 pm

· #180175
נישט טובל'ן א טויסטער.

הערשי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:10 pm

· #180176
פוצן ציין אום שבת.

הערשי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:11 pm

· #180178
דיפיטידודען פיאות אום שבת.

יתרו » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:13 pm

· #180179
פיצן קענסטו מיט מאוטוואש און א ציין בארשט. וכן אני נוהג

יתרו » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:14 pm

· #180180
טויסטער זאגט מען נאך פון ר' פישל אז מען ברויך נישט. אני טבלתי את הטויסטער ולא קרה כלום.

יתרו » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:16 pm

· #180181
דיפיטידו דאס איז שוין א שווערע מייסע מתיר צו זיין, בכלל צו וואס פעלט עס אויס, אין הכנה דרבה שטייט אז דאס שמעקט פון צואה (כך אמר לי הרבי שלי בכתה ז' לאחר גערה ונזיפה)

יתרו » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:19 pm

· #180182
יעצט טראכט איך אז די מיינסט ארויסצוברענגן דעם איסור אויף מנהגים וואס דער עולם פירט זיך בהיתר. כהאב נישט געוויסט אז דער עולם פיצט די ציין שבת.

הערשי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:22 pm

· #180183
יתרו
פיצן קענסטו מיט מאוטוואש און א ציין בארשט. וכן אני נוהג

צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין, און צו ציין דארף מען נישט קיין בארשט.

יתרו » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:24 pm

· #180184
אם קבלה הוא נקבל ואם לאו יש תשובה בדבר.

הערשי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:25 pm

· #180186
יתרו
יעצט טראכט איך אז די מיינסט ארויסצוברענגן דעם איסור אויף מנהגים וואס דער עולם פירט זיך בהיתר. כהאב נישט געוויסט אז דער עולם פיצט די ציין שבת.

איך מיין ארויסצוברענגען דעם היתר אין וואס דער עולם איז זיך נוהג להיתר או לאיסור. איך מיין דאס וואס איך זאג.

הערשי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:27 pm

· #180188
יתרו
דיפיטידו דאס איז שוין א שווערע מייסע מתיר צו זיין, בכלל צו וואס פעלט עס אויס, אין הכנה דרבה שטייט אז דאס שמעקט פון צואה (כך אמר לי הרבי שלי בכתה ז' לאחר גערה ונזיפה)

צו ביעתא בכותחא טויג איך אויך. איך פרעג דאך טאקע ווייל ס'שווער.

יאיר » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:34 pm

· #180190
איך זיך א היתר צו עסן עורב פלייש.

יתרו » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:35 pm

· #180192
שוין אז די ווילסט וויסן מער ווי ביעתא בכותחא וועלן מיר זיך ארויפשארצן די ערמל. די מעשה איז אז אידן האבן זיך נוהג געווען צו מאכן די פאות מיט צוקער וואסער און ארענדזש זשאוס זיין די 1950ציגער יארן שפעטער האט זיך דאס געביטן צו דיפיטידו. למעשה ערשט און די 1990ציגער האט רבי שלמה זלמן מאדענזירט הלכות שבת אויפן היינטיגען פארנעם און ער איז אויפגעקומען אז דאס שמעקט פון גודלת ופוסקת וואס איז א תולדה צו א דרבנן פון בונה (למען האמת רעדט שוין דערפון דער מנחת שבת אבער ער אסרט קרייזלן בכלל ר' שלמה זלמן איז דער ערשטער וואס איז מחלק פון קרייזלן ביז צוקער וואסער) און ארץ ישראל נוצט מען עס טאקע נישט זינט דאן דא אין אמעריקע איז מען זיך נוהג אזוי ווי אונזערע עלטערן האבן זיך נוהג געווען און מען וויל נישט וויסן פון קיין פרישע ר' שלמה זלמן'ס שמירת שבת חידושים.

מאטי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:39 pm

· #180193
יאיר
איך זיך א היתר צו עסן עורב פלייש.

פון ווי ווייסטו אז דו האסט דאס ליב?

דער (פינטעל) איד » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:40 pm

· #180194
איך זיך א היתר צו מאכן פיאות געהעריג מיט א קעמל

מאטי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:40 pm

· #180195
איך זוך א היתר נישט צו מעביר סדרה זיין.

הערשי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:41 pm

· #180196
יאיר
איך זיך א היתר צו עסן עורב פלייש.

וואס עפעס?
רש"י פאריגע וואך איז שטארק מחמיר. ואשר לא צדה, מ'האט נישט קיין שפייז, מאכט רש"י, לא עורב לו, קיין עורב פאר אים

יאיר » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:45 pm

· #180200
דאכט זיך אז דער מנחת יצחק איז דער וואס אסר'ט קרייזלען די האר צוליב בונה. ווי יעדער בעל דעת פארשטייט האט דאס בערך אזויפיל צו טון מיט בויען ווי טשארזשן מיין סעלפאן.
איי וועסטו פרעגן, וואס האט קליעת שיער מיט בונה? איז קודם כל, דיה במה שאסרו חכמים. צווייטנס, פון פלעכטן ביז קרייזלען, אפילו מיט דיפיטו דו, איז א שיינע שפרינג.

יאיר » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:46 pm

· #180202
הערשי
יאיר
איך זיך א היתר צו עסן עורב פלייש.

וואס עפעס?
רש"י פאריגע וואך איז שטארק מחמיר. ואשר לא צדה, מ'האט נישט קיין שפייז, מאכט רש"י, לא עורב לו, קיין עורב פאר אים

זייער גוט. איך געדענק דעם מקור בשם רבי מאיר'ל פרעמישלאנעא.
אז דו ביסט יא אזא בקי, אפשר וועסטו מיר אויך קענען טרעפן אן איסור צו עסן פלייש פון א יונה.

פישלע העררינג » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:53 pm

· #180204
הערשי
פוצן ציין אום שבת.

בשו"ת יביע אומר מתיר, ומבאר את דבריו באריכות כדרכו.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:54 pm

· #180206
הערשי איז נישט א ספרדי

פישלע העררינג » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:55 pm

· #180207
דער (פינטעל) איד
איך זיך א היתר צו מאכן פיאות געהעריג מיט א קעמל

אשירה לד' כי גמל עלי...

מאטי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:56 pm

· #180208
"יונה מצאה", אויב טרעפסטו א יונה "בו מנוח" זאלסט איר לאזן גיין רוען.
נ.ב. דער אבן עזרא וואלט מסתמא געהאט א פראבלעם מיטן "בו".

פישלע העררינג » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:58 pm

· #180209
דער (פינטעל) איד
הערשי איז נישט א ספרדי

ער האט אבער א פינטעלע איד!

דער (פינטעל) איד » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:59 pm

· #180210
נו וועט ער זיכער נישט נעמען פון יביע אומר. אל תטוש

הערשי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:03 pm

· #180212
מאטי
"יונה מצאה", אויב טרעפסטו א יונה "בו מנוח" זאלסט איר לאזן גיין רוען.
נ.ב. דער אבן עזרא וואלט מסתמא געהאט א פראבלעם מיטן "בו".

או דלמא, שיק איר צו אן אייביגע רוה?
יונה איז דאך אן עוף טהור. פארוואס זיין אסור? דוד בעט זיך, מי יתן לי אבר כיונה, ווער וויל מיר גיבן א שטיקל יונה? און שטייט דאך קלאר ויהי יונה במעי הדגה, אלמא די פיש עסן יא יונה.

הערשי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:05 pm

· #180213
דער (פינטעל) איד
הערשי איז נישט א ספרדי

מנא לך?

יאיר » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:06 pm

· #180214
א שיינעם דאנק @מאטי. ענדליך האבן מיר א תירוץ צו די איבער טויזנט יעריגע קשיא, וואס האבן די רבנן אויפגעטון. און @הערשי, זאלסט זיך בעסער מיטכאפן מיט'ן נייעם שטראם ווייל פון דעם אלטן דור וועט באלד נישט בלייבן קיין שריד ופליט.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:07 pm

· #180215
ווילדע געס

יתרו » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:08 pm

· #180216
יאיר
דאכט זיך אז דער מנחת יצחק איז דער וואס אסר'ט קרייזלען די האר צוליב בונה. ווי יעדער בעל דעת פארשטייט האט דאס בערך אזויפיל צו טון מיט בויען ווי טשארזשן מיין סעלפאן.
איי וועסטו פרעגן, וואס האט קליעת שיער מיט בונה? איז קודם כל, דיה במה שאסרו חכמים. צווייטנס, פון פלעכטן ביז קרייזלען, אפילו מיט דיפיטו דו, איז א שיינע שפרינג.

עס האט נישט מיט גודלת עס האט מיט פוסקת וואס רוב מפרשים (אפשר רש"י אויך) זענען מפרש אז מען איז מסדר די האר בדרך סטייל עיין כאן http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_43562_75.pdf

מאטי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:15 pm

· #180217
הערשי
מאטי
"יונה מצאה", אויב טרעפסטו א יונה "בו מנוח" זאלסט איר לאזן גיין רוען.
נ.ב. דער אבן עזרא וואלט מסתמא געהאט א פראבלעם מיטן "בו".

או דלמא, שיק איר צו אן אייביגע רוה?
יונה איז דאך אן עוף טהור. פארוואס זיין אסור? דוד בעט זיך, מי יתן לי אבר כיונה, ווער וויל מיר גיבן א שטיקל יונה? און שטייט דאך קלאר ויהי יונה במעי הדגה, אלמא די פיש עסן יא יונה.

או. דלמא, דוד המלך זאגט אזוי: מי יתן לי" ווען א מענטש "זאגט מי יתן לי " ער האט נישט קיין אמונה , דאן איז אבר כיונה. אבער "וקווי ה'" דער וואס האפט צו ה' , דאן איז אבר כנשרים. ואידך פירושה זיל גמור.

ממרום שלח אש » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:29 pm

· #180226
אז מרעד שוין פון מי יתן לי אבר כיונה דערמאן איך זיך וואס מען פלעגט טייטשן אין ווילי אמאל, אבער עס באלאנגט אין מאחורי.

(אויב איר האט נישט געלייקט די הודעה, פרעג ניטאמאל אין אישי, כוועל איגנארירן)

יתרו » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:31 pm

· #180227
דער (פינטעל) איד
איך זיך א היתר צו מאכן פיאות געהעריג מיט א קעמל

איך וואלט ווען געזאגט אז איר זאלסט נעמען אינדערוואכן א קעמל מיט ברייטע ציינער און אויב איז דיר מעגליך צו מאכן די פאות אן זען אפגעריסענע האר אויפן קעמל דאן ביסטו אויפן וועג צו א היתר ווייל עס צייגט אז ביי דיר איז דאס איז נישט קיין פסיק רישא. אויך ברויכט איר מייחד זיין דאס קעמעל ספעציעל פאר שבת משום עובדא דחול. ואם יצטרף עמי עוד שני רבנים מבית הקאווע (חוץ מלעיקוואוד...) אפשר לסמוך על זה בדוחק.

מאטי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:33 pm

· #180228
אן זען , אדער אן רייסן.

יתרו » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:36 pm

· #180231
אן רייסן. בדרך כלל איז דער וועג בודק צו זיין צו מען רייסט מיט די אויגן.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:38 pm

· #180232
יתרו
דער (פינטעל) איד
איך זיך א היתר צו מאכן פיאות געהעריג מיט א קעמל

איך וואלט ווען געזאגט אז איר זאלסט נעמען אינדערוואכן א קעמל מיט ברייטע ציינער און אויב איז דיר מעגליך צו מאכן די פאות אן זען אפגעריסענע האר אויפן קעמל דאן ביסטו אויפן וועג צו א היתר ווייל עס צייגט אז ביי דיר איז דאס איז נישט קיין פסיק רישא. אויך ברויכט איר מייחד זיין דאס קעמעל ספעציעל פאר שבת משום עובדא דחול. ואם יצטרף עמי עוד שני רבנים מבית הקאווע (חוץ מלעיקוואוד...) אפשר לסמוך על זה בדוחק.

אז "איר זאלסט"? אז איר ווילט שרייבן מיט רעספעקט דאן שרייב "זאלט" אז נישט שרייב "דו"....... 😂 איז אזוי (קרעדיט חזקיהו המלך) ווען כ'זאג געהעריג מיט א קעמעל מיין איז טאקע א געהעריגע קעמל ווייל אנדערש מאכט זיך נישט מיינע פיאות. און אייביג איז דא אפגעריסענע האר. און ליידער פאל איך דורך אסאך מאל ווענצעך אין מיין MOOD

יואב » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:41 pm

· #180234

די לייק איז פאר דעם לעצטן שורה

הערשי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:41 pm

· #180235
מאי הוי עלה. מוז מען טובל'ן א טויסטער? יתרו קענסט מוסיף זיין עפעס א פרשה דערויף?

דער (פינטעל) איד » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:42 pm

· #180236
וואס יואב גלייכסט ווען איינער טוט מעגליך א שטיקל איסור אדער וואס?

ממרום שלח אש » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:42 pm

· #180237
איך בין מתיר אפילו מען זעט האר, כל זמן נישט "יעדע" מאל וואס מען פירט אדורך די קעמל ווערט ארויסגעריסן האר, ווייל לפי"ז איז יעדע מאל פאר זיך נישט קיין פסיק רישא, כאטש אין טאטאל וועט זיכער ארויסקומען.

כן נראה לי ברור ופשוט.

יתרו » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:44 pm

· #180240
דיין נראה לי ברור ופשוט כבר דשו בו רבים והחמירו בדבר.

יתרו » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:50 pm

· #180242
הערשי
מאי הוי עלה. מוז מען טובל'ן א טויסטער? יתרו קענסט מוסיף זיין עפעס א פרשה דערויף?

ר' פישל האלט אז וויבאלד מען פלאגט עס איין אין וואנט פארלירט דאס די שם כלי ווייל עס איז מחובר לקרקע (כיודע איז דא וואס האלטן אזוי אין הלכות שבת למשל דער חזון איש).
מיר מאכט עס נישט קיין סענס.

משה געציל » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:56 pm

· #180245
דאכט זיך ר' משה לערנט אויך אזוי.
יתרו

ר' פישל האלט אז וויבאלד מען פלאגט עס איין אין וואנט פארלירט דאס די שם כלי ווייל עס איז מחובר לקרקע (כיודע איז דא וואס האלטן אזוי אין הלכות שבת למשל דער חזון איש).
מיר מאכט עס נישט קיין סענס.

זעץ זיך לערנען וועט עס יא מאכן...

מאטי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:07 pm

· #180250
יתרו
דיין נראה לי ברור ופשוט כבר דשו בו רבים והחמירו בדבר.

פארוואס זאגסטו אזוי? דבר שאין מתכוין ואינו פ"ר מיינט אז אמאל געשענט יא און אמאל נישט.

יתרו » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:11 pm

· #180251
בנוגע טבילת כלים זע איך יעצט א ביאור נוסף אינעם היתר פון א פלאג:
ניתן לסמוך בשעת הדחק על מי שכתב שהיות וכלי זה ונעשה ראוי לשימוש רק בשעה בה חובר לחשמל, וחיבור זה נעשה על ידי יהודי –הכלי פטור מטבילה (הרב נחום אליעזר רבינוביץ' שו"ת שיח נחום סימן מט).

יתרו » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:12 pm

· #180252
משה געציל
דאכט זיך ר' משה לערנט אויך אזוי.
יתרו

ר' פישל האלט אז וויבאלד מען פלאגט עס איין אין וואנט פארלירט דאס די שם כלי ווייל עס איז מחובר לקרקע (כיודע איז דא וואס האלטן אזוי אין הלכות שבת למשל דער חזון איש).
מיר מאכט עס נישט קיין סענס.

זעץ זיך לערנען וועט עס יא מאכן...

איך רעד שוין נאכן לערנען...

משה געציל » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:13 pm

· #180253
יתרו
בנוגע טבילת כלים זע איך יעצט א ביאור נוסף אינעם היתר פון א פלאג:
ניתן לסמוך בשעת הדחק על מי שכתב שהיות וכלי זה ונעשה ראוי לשימוש רק בשעה בה חובר לחשמל, וחיבור זה נעשה על ידי יהודי –הכלי פטור מטבילה (הרב נחום אליעזר רבינוביץ' שו"ת שיח נחום סימן מט).

ווייל דעמאלטס באקומט עס ערשט די שם כלי? שבת וועט אזא כלי זיין א מוקצה מחמת גופו?

יתרו » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:14 pm

· #180254
מאטי
יתרו
דיין נראה לי ברור ופשוט כבר דשו בו רבים והחמירו בדבר.

פארוואס זאגסטו אזוי? דבר שאין מתכוין ואינו פ"ר מיינט אז אמאל געשענט יא און אמאל נישט.

יא אבער אויב ווייסטו אז מיט דיין קעמען צען מאל וועט זיכער ארויסקומען א האר (און די גייסט קעמען צען מאל) קען מען נישט קוקן אויף יעדע קעם באזונדער. משל למה הדבר דומה צו א בת המלכה וכו'.

יתרו » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:15 pm

· #180255
משה געציל
יתרו
בנוגע טבילת כלים זע איך יעצט א ביאור נוסף אינעם היתר פון א פלאג:
ניתן לסמוך בשעת הדחק על מי שכתב שהיות וכלי זה ונעשה ראוי לשימוש רק בשעה בה חובר לחשמל, וחיבור זה נעשה על ידי יהודי –הכלי פטור מטבילה (הרב נחום אליעזר רבינוביץ' שו"ת שיח נחום סימן מט).

ווייל דעמאלטס באקומט עס ערשט די שם כלי? שבת וועט אזא כלי זיין א מוקצה מחמת גופו?

אולי, און אויך עובר זיין אויף מכה בפטיש ווען מען פלאגט עס איין. בונה איז מען עובר לדעת החזון איש ווייל ער האלט אז דאס מיינט בתקיעה.
בלאט: 1 2