☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » כוחא דהתירא -- מאן שרי לך

כוחא דהתירא -- מאן שרי לך

99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5792
בלאט: 1 2

ממרום שלח אש » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:20 pm

· #180257
יתרו
מאטי
יתרו
דיין נראה לי ברור ופשוט כבר דשו בו רבים והחמירו בדבר.

פארוואס זאגסטו אזוי? דבר שאין מתכוין ואינו פ"ר מיינט אז אמאל געשענט יא און אמאל נישט.

יא אבער אויב ווייסטו אז מיט דיין קעמען צען מאל וועט זיכער ארויסקומען א האר (און די גייסט קעמען צען מאל) קען מען נישט קוקן אויף יעדע קעם באזונדער. משל למה הדבר דומה צו א בת המלכה וכו'.


מאטי, יתרו האט א שפיץ, סדאך אנדערש, ווייל דא איז א פסיק רישא סוועט געשען, אבער נישט ביי יעדע מעשה.

אבער אני על משמרתי אעמודה, ווייל חז"ל זענען נישט געגאנגען נאך סטאטיסטיקס, עס איז א מאדערענע וועג פון קוקן אויף א זאך. סאו ניין מאל ביזטו אויך מודה אז ממעג? נאר ביים צענטן מאל ווערט עס סטאטישטיש א פסיק רישא? עס איז ברור אז חז"ל האבן דן געווען אויף יעדע מעשה באזונדער, עס איז נישטא וואס עס זאל עס פארבינדן.

יתרו » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:25 pm

· #180258
ממרום שלח אש
איך בין מתיר אפילו מען זעט האר, כל זמן נישט "יעדע" מאל וואס מען פירט אדורך די קעמל ווערט ארויסגעריסן האר, ווייל לפי"ז איז יעדע מאל פאר זיך נישט קיין פסיק רישא, כאטש אין טאטאל וועט זיכער ארויסקומען.

כן נראה לי ברור ופשוט.

בדרך אגב די שאלה איז נוגע אויך אויף די וואס האבן ליב צו קראצן די פיס אין שבת און בשעת מעשה רינט הויט וואס איז א מלאכה. דארט זענען אויך דא די וואס דערמאנען די סברה פון ממרום אז וויבאלט יעדע קראצ באזונדער איז נישט זיכער אז עס וועט רייסן הויט אפילו דו ווייסט קלאר אז נאך הכל בכל מכל וועט זיין א פאדעל פון הויט מעג מען אבער למעשה זענען פוסקי זמנינו שטארק מחמיר בדבר.

יתרו » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:29 pm

· #180260
מען קען אפשר מגדיר זיין די איסור אזוי:
דאס אז נאך צען מאל איז זיכער דא אפגעריסענע האר איז א הוכחה אז איינע פון די צען קעמען איז געווען א קעם פון א פסיק רישא.
דאס הייסט אז אין יעדע צען קעמען איז דא איינס וואס עס איז א פסיק רישא.

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:30 pm

· #180261
לגבי דיפיטידו, מיין מאמע פלעגט מיר מאכן די פיאות מיט קאטשעניא, ס'האט זיך זייער גוט געהאלטן, אבער ס'פלעגט שמעקן... זייט דעמאלס האבן מיר די גרעסערע קינדער גערופן 'געפילטע פיש'.

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:32 pm

· #180262
איך זיך א היתר צו שלאפן אן א ציצית.

מאטי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:34 pm

· #180264
יתרו
מאטי
יתרו
דיין נראה לי ברור ופשוט כבר דשו בו רבים והחמירו בדבר.

פארוואס זאגסטו אזוי? דבר שאין מתכוין ואינו פ"ר מיינט אז אמאל געשענט יא און אמאל נישט.

יא אבער אויב ווייסטו אז מיט דיין קעמען צען מאל וועט זיכער ארויסקומען א האר (און די גייסט קעמען צען מאל) קען מען נישט קוקן אויף יעדע קעם באזונדער. משל למה הדבר דומה צו א בת המלכה וכו'.

ס'איז שיינע חידוש, אבער ביי יעדן קעם קען איך טענה'ען. אז דאס איז דאס לעצטע מאהל.

יתרו » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:35 pm

· #180265
קאווע טרינקער
איך זיך א היתר צו שלאפן אן א ציצית.

קודם זוך א חיוב.

אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:37 pm

· #180267
איך זיך א היתר צו קענען אייביג זיכן א היתר

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:37 pm

· #180269
יתרו
קאווע טרינקער
איך זיך א היתר צו שלאפן אן א ציצית.

קודם זיך א חיוב.

שמירה פון ..נו.... יא, יענטס..

מאטי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:38 pm

· #180270
איך זוך א היתר צו גיין מיט תכלת.

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:41 pm

· #180271
קאווע טרינקער
איך זיך א היתר צו שלאפן אן א ציצית.


טאמער דארף מען ביינאכט אויך גיין מיט ציצית איז דיין ווייב אויך מחויב בציצית.

יתרו » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:43 pm

· #180273
מאטי
יתרו
מאטי
יתרו
דיין נראה לי ברור ופשוט כבר דשו בו רבים והחמירו בדבר.

פארוואס זאגסטו אזוי? דבר שאין מתכוין ואינו פ"ר מיינט אז אמאל געשענט יא און אמאל נישט.

יא אבער אויב ווייסטו אז מיט דיין קעמען צען מאל וועט זיכער ארויסקומען א האר (און די גייסט קעמען צען מאל) קען מען נישט קוקן אויף יעדע קעם באזונדער. משל למה הדבר דומה צו א בת המלכה וכו'.

ס'איז שיינע חידוש, אבער ביי יעדן קעם קען איך טענה'ען. אז דאס איז דאס לעצטע מאהל.

לאחר המעשה ווערט נתברר אז דאס איז נישט דאס לעצטע מאל.
און אמתן קען מען זאגן ממרום'ס תורה אויף א סינגעל קעם אויך (דאס הייסט ווען עס רייסט זיכער האר מיט יעדע איינצעלע קעם), ווייל יעדע קעם האט א תחילה אמצע (באמת האט עס טויזענט אמצע'ס) און א סוף און וויבאלד עס איז נישט קיין פסיק רישא און א ספעציפישע צייט פונעם קעם זאל עס נישט זיין קיין פסיק רישא, פארוואס זאגט מען נישט אזוי ווייל מען קוקט לאחר המעשה וואס האט ער דא אפגעטוען.
ואקוה שהסברתי את עצמי.

היימישער ליטוואק » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:48 pm

· #180276
קאווע טרינקער
איך זיך א היתר צו שלאפן אן א ציצית.

רמ"א הלכות ציצית סימן כא סעיף ג ויש שכתבו שנהגו שלא לשכב בטלית שיש בו ציצית... שלא יהיו מצות בזויות עליו. אך נוהגים להקל לשכב בהם

מאטי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:49 pm

· #180277
ניין יתרו. ילמדנו רבינו אפילו לאחר המעשה שטעלט זיך ארויס אז ער האט געריסן דארף מיר דאס נישט אנגיין. ווייל בשעת מעשה איז דאז נישט געווען קיין פ"ר דאל"כ בטלת דין דבר שאינו מתכוין דלא יאומן אדם שגורר מטה כסה וספסל כל שבת ושבת ולא יעשה חריץ סטטיסטית.

היימישער ליטוואק » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:52 pm

· #180279
געפילטע פיש
קאווע טרינקער
איך זיך א היתר צו שלאפן אן א ציצית.


טאמער דארף מען ביינאכט אויך גיין מיט ציצית איז דיין ווייב אויך מחויב בציצית.

נישט אמת!

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:52 pm

· #180281
פסי"ר גייט ארויף אויף יעדע באזונדערע מעשה, פארשטייט זיך אז שלעפן ספסלים א גאנץ לעבן איז לא ימלט אז ער זאל אמאל נישט מאכן א חריץ, (אפשר סטאטיסטיקלי נישט?) און מ'רעכענט נישט יעדע מילימעטער עקסטער, ווייל דעמאלס וואלט קיינמאל קיין פסי"ר נישט געווען.

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:53 pm

· #180282
היימישער ליטוואק
געפילטע פיש
קאווע טרינקער
איך זיך א היתר צו שלאפן אן א ציצית.


טאמער דארף מען ביינאכט אויך גיין מיט ציצית איז דיין ווייב אויך מחויב בציצית.

נישט אמת!

אויב איז לילה זמן ציצית איז עס נישט קיין מ"ע שהזמן גרמא.

מאטי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:54 pm

· #180283
מאטי האקט.... wow. געפילטע ממש ווארט ביי ווארט

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:56 pm

· #180285
מאטי
מאטי האקט.... wow. געפילטע ממש ווארט ביי ווארט

מה שכתבתי היא הסכמה לדבריך.

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:00 am

· #180288
אה ! כ' שוין געהאט אנגעטון דעם גארטל צו מאכן א ברוך שכונתי בשם ומלכות.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:01 am

· #180289
געפילטע פיש
היימישער ליטוואק
געפילטע פיש
קאווע טרינקער
איך זיך א היתר צו שלאפן אן א ציצית.


טאמער דארף מען ביינאכט אויך גיין מיט ציצית איז דיין ווייב אויך מחויב בציצית.

נישט אמת!

אויב איז לילה זמן ציצית איז עס נישט קיין מ"ע שהזמן גרמא.

גוד מורנינג. איך ווייס דאס אויך. אבער אויב פירט מען זיך ווי דער רמ"א הנ"ל, און נישט ווי דער אריז"ל המובא במגן אברהם שם, לויט ווי דער מגן אברהם שלאגט אפ דעם אריז"ל'ס ראיה, האט דאס גארנישט מיט לילה זמן ציצית. די שאלה איז צו מזאל בכלל אנהאבן א בגד פון ד' כנפות.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:01 am

· #180290
קאוועלע, ווער א טראנסג'ענדער און דאן וועט מען דיר אסר'ן צו גיין ציצית אפילו בייטאג.

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:03 am

· #180292
ס'וועט זיין פלאץ פאר ביידע אוואטאר'ס צוזאמען?

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:04 am

· #180293
ספר אנטהאלט ליקוט פון קולות אויף הונדערטע ענינים.

לינק

נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:05 am

· #180294
מיין שכן אין כולל קוקט מיר אויס זיכט נאך א היתר צי בראשען די ציין אין דערוואכען...
לגבי טבילת.כלים איז נישט די טעם שמא יתחתן? איז קודם כל ניטאמאל מיט א בארא פארקער קען דער וויליאמסברגר נכשל ווערן מיט חותן , אפי ער וויל. אפגערעדט אויב ביים מחותן איז מען נישט נוהג מזלל און די טעכטער בגילח שער. סא חותן איז היינט נישט שייך כ''ש מיט א גוי.
ווארט נאר באלד וועט קומען אן אויבער חכם און זאגן, מתוך שאתה מחמיר בטבילת כלים דרבנן נמצא אתה מיקל באיסרי ראסיזים שהן מדאוריתא.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:06 am

· #180297
היימישער ליטוואק

גוד מורנינג. איך ווייס דאס אויך. אבער אויב פירט מען זיך ווי דער רמ"א הנ"ל, און נישט ווי דער אריז"ל המובא במגן אברהם שם, לויט ווי דער מגן אברהם שלאגט אפ דעם אריז"ל'ס ראיה, האט דאס גארנישט מיט לילה זמן ציצית. די שאלה איז צו מזאל בכלל אנהאבן א בגד פון ד' כנפות.

מיין תגובה צו ק"ט איז געווען צונג אין באק, פארשטייט זיך אז ביינאכט האלט קיינער נישט אז ס'דא א חיוב מעיקר הדין און ס'בלייבט ווייטער א מ"ע שהגזג"ר.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:13 am

· #180303
ליטוואק מען רעדט פון לילה און דו זאגסט גוד מארנינג. תרתי דסתרי

משה געציל » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:20 am

· #180306
איך זיך א היתר צו פארן אויף פלארידא.
מעשה רב? פה שאסר פה שהתיר?

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:28 am

· #180315
שמעקעדיג
ליטוואק מען רעדט פון לילה און דו זאגסט גוד מארנינג. תרתי דסתרי

לשיטות המחייבים בציצית בלילה, אף שקיי"ל לילה לאו זמן ציצית, משום דהפטור הוא על בגד המיוחד ללילה, ופטור אף ביום.
בוקר טוב!

ברסלבער » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:47 am

· #180361
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5429#p168210">viewtopic.php?f=13&t=5429&start=25#p168210</a><!-- l -->

ברסלבער » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:36 am

· #180376
היימישער ליטוואק
ספר אנטהאלט ליקוט פון קולות אויף הונדערטע ענינים.
לינק

זייער אן אינטערעסאנט ספר, יישר כח. (דער זעלבער מחבר פון דבר סתר?).

עטליכע אינטערעסאנטע זאכן וואס איך האט געזעהן דורכלויפנדיג דעם ספר.

ער האט א קלארע היתר צו שרייבן פרויען נעמען אין חתונה בריוולעך..

📎 12.JPG
א היתר צו הערן אין ביה"כ ניגונים וואס האבן פסוקי תורה..

📎 11.JPG
א היתר וואס חסידישע אידן דארפן אסאך אנקומען דערצו. צו דאווענען מנחה שפעט און מעריב פרי, וואס איז לכאורה תרתי דסתרי.
📎 13.JPG

איחוד פעלד » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:01 pm

· #180379
די אלע וואס האבען געשריבען וועגען פסיק רישא לגבי קעמען די פיאות אין שבת, זענען זיך טועה אין א בפירושער שטיקעל שולחן ערוך, איך מיין סימן ש"ד סוף הסימן, ווי עס שטייט קלאר אז הגם דאס הייסט נישט א פסיק רישא איז עס אסור, ווייל למעשה ווילסטו אז דער פאה וואס איז פארקניפט זאל ארויסגעפליקט ווערען, ממילא קענסטו נישט זאגען אז עס הייסט אינו מתכוין, ודו"ק כי פשוט הוא.

ממרום שלח אש » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:39 pm

· #180396
איך זוך א היתר צו קאפיען מנשהס סידי... כוואלט עניוועי נישט געקויפט, זה נהנה וזה לא חסר, כופין על מדת סדום.

יתרו » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:21 pm

· #180605
איחוד פעלד
די אלע וואס האבען געשריבען וועגען פסיק רישא לגבי קעמען די פיאות אין שבת, זענען זיך טועה אין א בפירושער שטיקעל שולחן ערוך, איך מיין סימן ש"ד סוף הסימן, ווי עס שטייט קלאר אז הגם דאס הייסט נישט א פסיק רישא איז עס אסור, ווייל למעשה ווילסטו אז דער פאה וואס איז פארקניפט זאל ארויסגעפליקט ווערען, ממילא קענסטו נישט זאגען אז עס הייסט אינו מתכוין, ודו"ק כי פשוט הוא.

סאיז סוף סימן שג מג"א בשם הריב"ש, למעשה זאגט דארט די ריב"ש אזוי: עס ידוע ווען איינער קעמט זיינע האר איז עס נאר צוליב וויל ער וויל אפטיילן פארקניפטע האר ממילא איז עס א מתכוין (ובדרך אגב ער איז חולק אויף רש"י וואס איז נישט משמע אזוי) לפי"ז כהיום ווען עס איז אכשר דרא דער עולם נוצט רעגיולאר שעמפאא און דאוו זייף איז בדרך כלל נישטא קיין פארקניפטע האר אין קיין פאות און מען קעמט נישט צוליב פארקניפטע האר נאר עס צו קרייזלן ממילא איז נישט נוגע די ריב"ש. (שוין יארן וואס איך זיך פארקניפטע האר אין מיין פאות ועדיין לא מצאתי).
ווי עס איז יא נוגע איז אולי ביי מיידלעך וואס האבן צומאל פארקניפטע האר, ובפרט בנשים הטובלות וואס די מטרה פון זייער קעמען איז אויסרייסן די פארקניפעטע האר.

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:31 pm

· #180606
אויב האט מען נאר אינזין דייקא אויפצוקניפן, פארוואס זאל דאס הייסן מתכוין אויף רייסן? מ'רעדט דאך דא אז ס'איז נישט קיין פסי"ר אויף רייסן .

יתרו » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:34 pm

· #180607
ווייל ווען א קעמעל זעט א קניפט, קניפט ער עס נישט אויף נאר ער רייסט עד זוב דם.

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:38 pm

· #180608
דאן איז דאס דאך א פסי"ר. אבער טאמער מ'האט געמאכט אן עקספערימענט און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס איז נישט קיין פסי"ר , אויף דעם איז געווען דאס גאנצע שקלי וטריא ביז איצט.

יתרו » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:42 pm

· #180609
ווען די פוסקים זאגן אז ער איז מכוין נגד שערות מקשורות מיינען זיי נישט אז ער איז מכוין צו אויפקניפן די פארקניפטע האר זיי מיינען אויסרייסן . אויב האסטו טאקע נאר אינזין צו אויפקניפען איז עס נישט קיין פראבלעם אבער עס א כוונה לבטלה ווייל נישט דאס טוט א קעמעל.

DotCom » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:49 pm

· #180610
הערשי
מאי הוי עלה. מוז מען טובל'ן א טויסטער? יתרו קענסט מוסיף זיין עפעס א פרשה דערויף?


איך בין אמאל געווען אויף וועקעישן ערגעץ חוץ לעיר און געוואלט נוצן א נייע כלי איך האב געוואלט וויסן צו איך קען טובל'ן אין א לעיק האט מיר דער דיין געזאגט אז ענדערש זאל איך עס מקנה זיין פאר א גוי אזוי דארף מען עס לכתחלה נישט טובל'ן, נו אפשר קען מען מקנה זיין דעם טאוסטער פאר די גויטע? ערב פסח קען זי עס אפילו אהיים נעמען...

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:50 pm

· #180611
וואס איז די גדר פון אינו מתכוין און כוונה לבטלה.

יתרו » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:59 pm

· #180613
אינו מתכוון מיינט אז עס קען געשען במציאות נאר דו האסט נישט אינזין. כוונה לבטלה מיינט אז דו האסט א כוונה וואס קען נישט געשען במציאות.

יתרו » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:02 pm

· #180615
DotCom
הערשי
מאי הוי עלה. מוז מען טובל'ן א טויסטער? יתרו קענסט מוסיף זיין עפעס א פרשה דערויף?


איך בין אמאל געווען אויף וועקעישן ערגעץ חוץ לעיר און געוואלט נוצן א נייע כלי איך האב געוואלט וויסן צו איך קען טובל'ן אין א לעיק האט מיר דער דיין געזאגט אז ענדערש זאל איך עס מקנה זיין פאר א גוי אזוי דארף מען עס לכתחלה נישט טובל'ן, נו אפשר קען מען מקנה זיין דעם טאוסטער פאר די גויטע? ערב פסח קען זי עס אפילו אהיים נעמען...

נישט קיין וויץ עס זענען דא וואס פירן זיך אזוי.
במקום שאי אשפר יש למסור הכלי לגוי במתנה ולאחר מכן לשאול ממנו לתקופת זמן בלתי מוגבלת (מנחת יצחק ט פג ע"פ שו"ע יו"ד קכ ח,יא).

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:07 pm

· #180617
יתרו
אינו מתכוון מיינט אז עס קען געשען במציאות נאר דו האסט נישט אינזין. כוונה לבטלה מיינט אז דו האסט א כוונה וואס קען נישט געשען במציאות.

יתרו איך זע ביסט א שיינער תלמיד חכם, חן חן. אבער דו האסט מיר צומישט. דו זאגסט אז ווען מ'האט אינזין אויפצוקניפן מיטן קעמל איז דאס כוונה לבטלה. און נאכדעם זאגסטו אז כוונה לבטלה מיינט ווען ס'קען במציאות נישט געשען. ילמדנו רבינו.

יתרו » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:20 pm

· #180622
ווען די וועסט איבערקוקען די הודעות וועסטו פארשטיין אבער אז איד בעט חזרה וועט מען זיך אנטוען דאס געדולד פון רב פרידא און מען וועט איבערחזרן.
די האסט אנגעפאנגען צו רעדן פון כוונות איבער אויפקניפען האסט געפרעגט: אויב האט מען נאר אינזין דייקא אויפצוקניפן, פארוואס זאל דאס הייסן מתכוין אויף רייסן? האב איך דיר מעיר געווען קיינער זאגט נישט אזא זאך אז נישט דאס איז די רעדע דא. קיינער רעדט נישט פון כוונה איבער "אויפקניפען" נאר פון "רייסן" אויפגעקניפטע האר. און אויב איינער האט אינזין אזא זאך איז ער נישט בדעתו הצלולה און זיין כוונה איז קיין כוונה ווייל עס געשעט נישט אזעלעכע מופתים.

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:36 pm

· #180631
פארשטיי איך אז דו זאגסט אזוי: אויב איינער האט פארקניפטע האר און נעמט א קעמל בלויז אויף צו אויפקניפן איז זיין כוונה בטל וויבאלד די טבע פון די בריאה איז אז ווען מ'רייסט דורך פארקניפטע האר מיט א קעמל רייסט דאס ארויס די האר ממילא נישט קיין חילוק וואס דער לונאטיק טראכט, טוט ער די פעולה פון רייסן. און ס'קען נישט אריינגיין אין כלל פון אינו מתכוין. א יא?
====
בד"וו ר פרידה האט געלערנט 400 מאל. דו האסט נאך אפילו נישט דעם צאל תגובות.

יתרו » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:45 pm

· #180635
נישט ממש. איך זאג סך הכל אז נישט דאס איז די רעדע אין די פוסקים.
ביי אזא פאל וואס דו רעדסט אז ער וויל בפירוש נישט רייסן קיין פארקניפטע האר ער וויל נאר אז עס זאל געשעהן די נס אז עס זאל זיך אויפקניפן איז מסתבר אז עס הייסט נישט קיין מתכוין אויף רייסן.

פיטומי מילי » פרייטאג יאנואר 31, 2014 3:35 pm

· #180713
געפילטע פיש
לגבי דיפיטידו, מיין מאמע פלעגט מיר מאכן די פיאות מיט קאטשעניא, ס'האט זיך זייער גוט געהאלטן, אבער ס'פלעגט שמעקן... זייט דעמאלס האבן מיר די גרעסערע קינדער גערופן 'געפילטע פיש'.


@געפילטע פיש
א ריכטיגער חסידישע איד. איך בין זיכער @דער (פינטעל) איד וואלט הנאה געהאט,
כאטשיג נישט געבאדן מוצאי שבת כדי די עהרליכע גראך זאל בלייבן?

מצטמק ויפה » מוצ"ש פעברואר 1, 2014 8:50 pm

· #180727
איך זיך א היתר צו שלאפן אן ציצות ביינאכט.


פאר מען זיכט א היתר אויף צו שלאפן אן ציצות לאמיר זעהן אויב עס איז בכלל דא א חיוב,
אזוי ווי איך האב פונקט לעצטענס געשריבן איבער די נושא, איז לאמיר עס דורכגיין און קורצן.

אין שו"ע או"ח סימן יח ברענגט די מחבר צוויי דיעות לגבי ציצית בלילה, די שיטת הרמב"ם איז, אז עס שטייט אין די פרשה פון ציצות "וראיתם אותו", לערענט מען ארויס פון דעם אז די מצות ציצות איז נאר ווען מ'קען עס זען, ממילא ביינאכט ווען מ'קען נישט זען איז נישט דא קיין מצוה פון ציצות.
דערנאך איז דא א שיטת הרא"ש וואס האלט אז א בגד וואס איז מיוחד פאר'ן טאג, איז דא א חיוב ציצות, אבער א בגד וואס איז מיוחד פאר לילה איז נישט דא קיין חיוב ציצות.
קומט אויס אזוי, אז לויט'ן רמב"ם איז זעכער נישט דא קיין שום ענין צו גיין מיט ציצות ביינאכט, און לשיטת הרא"ש איז נאר דא א חיוב, אויב מ'גייט מיט א ציצות פון א גאנצען טאג, אבער אויב טוט מען זיך אן א שלאף ציצות האט נישט קיין שום פשט צו גיין דערמיט.

לאמיר גיין אביסעל ווייטער. די מג"א און סימן כא ס"ק ב' ברענגט על פי סוד פון כתבי אר"י, אז עס איז דא א ענין צו גיין מיט ציצות ביינאכט, למעשה די מג"א פרעגט אפ די ריאה פונם ר"י, אבער אפילו איך זאל אן - נעמען לשיטת הר"י, און אזוי ווי אסאך דא און שטיבל האבן אנגעמערקט, דארף מען אבער וויסען אז פון רעק"א דארט אין סימן כא קומט קלאר אויס אז די גאנצע שיטת האר"י איז נאר לדעת הרא"ש, אבער לויט די רמב"ם האט אוודאי נישט קיין מקור צו גיין ציצות בלילה.
קומט אויס אזוי, אז אזוי ווי רוב עולם ביי אונז גייען מיט שלאף ציצות, האט דאס נישט קיין פשט ווייל אפילו די שיטת הר"י איז נישט געזאגט געווארן ביי כסות לילה, וואס איז לכו"ע נישט קיין מצוה.
איז אויב איז מען א מהדר במצוות, איז אוודאי כדי צו שלאפן מיט די ציצות פון א גאנצען טאג, נאר וואס דען? קען מען דען הייסען גיין מיט א "געלע צוקנייטשטע" טלית קטן דורכ'ן טאג?,
אולי וואלט איך געזאגט ( אזוי ווי דא אין קאווע שטיבעל קען מען אויסשרייען דעם ריכטיגען דעת תורה אן מורא פון אפאר ....... , וואלט איך מיר ערלויבט צו זאגן) אז עס איז מער כדי צו גיין מיט קאטענע ציצות וואס די רמ"א פסקנט אז עס האט א חיוב דאורייתא פונקט ווי וואלענע, ווייל אזוי קען מען גיין מיט די זעלבע ציצות בייטאג ווי ביינאכט ווייל עס איז נישט אזוי 'דעליקעט' ווי וואלענע, און אזוי איז מען כאטש יוצא די מצוה פון ציצות די פּאר שעה ביינאכט.

איז וואו מיר האלטן יעצט האט נישט קיין שום פשט צו גיין מיט 'שלאף ציצות' ביינאכט, אבער למעשה האב איך געטראפן א דעת השו"ע הרב אין סידור וואס ער ברענגט אז מען זאל גיין מיט ציצות ביינאכט, ווייל אויב מען שלאפט אריין אין טאג, זאל מען האבן די מצווה פון ציצות, איז קודם דארף מען אונאַכט נעמען אז דאס איז נאר לשיטת הרמב"ם ווייל לויט'ן רא"ש איז א כסות לילה פטור אפילו צופרי.
קומט אויס אז די וואס שטייען אויף פאר די עלות האט ווייטער נישט קיין פשט צו גיין מיט שלאף ציצות, און דערנאך, זיך ארום דרייען מיט שלאף ציצות ביינאכט פון קרית שמע וכדו', ביז מען גייט למעשה שלאפן האט אויך נישט קיין פשט.

אי איתמר » מאנטאג פעברואר 17, 2014 3:52 pm

· #184318
איך זיך א היתר נישט צו קישן די ציצית ביי ברוך שאמר,

צו מעגן אריין אטעמען ביי י''ג תשבחות (נישט בנשימה אחת,

צו מעגען האלטען אפען א טיהר פאר א פרוי מיט א קערידזש(אביזרייהו דג''ע)
שטייצעך מיט צוגעאכטע אויגען אין די פנים אועקגעדרייט עד כמה ששייך..
בלאט: 1 2