☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » קאפיען סידי'ס פון א הלכה'דיגן שטאנדפונקט

קאפיען סידי'ס פון א הלכה'דיגן שטאנדפונקט

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5774

אפטעמיסט » מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:44 pm

· #179699
קאפיען סידי'ס פון א הלכה'דיגן שטאנדפונקט
די לעצטע פאר יאר איז אנשטאנען א מהפכה אין די וועלט פון מוזיק, טויזענטע מענטשן טראכטן ניטאמאל פון שפענדען די פאר דאללער צו קויפן א נייע נארוואס ארויסגעקומענע סידי, נאר מאכן דערפון א קאפי, אנע טראכטן צוויי מאל.

איך ווייס נישט וואס האט איצט פאסירט, אבער די לעצטע צוויי דריי טעג פארן ארום קליפס און אודיאוס פון צענדליגע פאפולארע זינגערס ווי זיי בעטן זיך מיט טרערן מ'זאל נישט קאפיען די סידיס, און טענה'ן אז מ'טרינקט זיי דאס בלוט און מ'בארויבט זיי פון זייער פרנסה.

איז אזוי, איך גיי נישט אריין אין מאראליטעט. צי ס'איז יושר צו קאפיען צי נישט- ווייס'ך נישט, און מסתמא איז דער ענטפער ניין. איך וויל וויסן וואס די הלכה איז.

אויף וואטסאפפ האב איך היינט באקומען א קליפ פון שלומי דאסקאל, און ער זאגט גאר אז נאכן אינוועסטירן איבער הונדערט טויזענט דאללער, אויב גייט דער זינגער אהיים מיט צען טויזענט דאללער- האט ער שוין "שיין" פארדינט.

איז די שאלה אזוי, אויב ווייסן די זינגערס אז קיין געלט מאכט מען נישט, פארוואס אין דער וועלט געבן זיי ווייטער ארויס סידיס? איינער צווינגט זיי? און ס'קומען ארויס צענדליגע יעדעס יאר.
אבער דאס איז בעצם נישט קיין נפקא מינה דא, ווייל להלכה איז דאס לכאורה נישט קיין חילוק.

איז וואס זאגט די 'תורה'? אן קיין געפילן, אן קיין הרגשים- בין איך א גנב אויב איך קאפי פאר מיר די סידי? כ'האב אמאל געהערט אז ווילאנג איך פארקויף עס נישט פאר געלט איז נישט דא קיין השגת גבול, און לויט דעם מעג עס מען אפילו ווייטער פארשפרייטן.

ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול און עס אריין פירן אין א מאראליטעט דיסקוסיע. איך וויל רעדן וועגן הלכה. ס'איז א זייער זייער וויכטיגע נושא און ברויך אן ערענסטע באהאנדלונג.

ויה"ר שלא תצא תקלה מתחת ידי ח"ו אכי"ר.

מנשה לוסטיג » מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:48 pm

· #179700
שלומי זאגט א פינטל. אז טאמער מ'קאפירט עס אליין פאר זיך, און נאכדעם געבט מען ארויס פארן ברייטן ציבור בחינם, דאס איז די מאסן ווייטאג!

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:51 pm

· #179701
איז אזוי, איך גיי נישט אריין אין מאראליטעט. צי ס'איז יושר צו קאפיען צי נישט- ווייס'ך נישט, און מסתמא איז דער ענטפער ניין. איך וויל וויסן וואס די הלכה איז.

לא חברה ירושלים אלא מפני שהעמידו דבריהם על דין תורה.
וואס מיינט "הלכה"? אז אין שלחן ערוך איז נישט דא קיין סימן אויף דעם?
דאס איז אויך אויסגעהאלטען עפ"י הלכה <a class="postlink" href="http://www.shalhevetboilingpoint.com/torah/2014/01/16/modern-orthodox-high-school-in-ny-decides-girls-can-wrap-tefillin/">http://www.shalhevetboilingpoint.com/to ... -tefillin/</a>

sefish » מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:56 pm

· #179702
זאל ער מיר קודם זאגן ווי די 100 אלף איז געגאנגען. ער געט ארויס סי די'ס מיט אלטע ניגונים אזא סידי קאסט נישט 100 אלף. זאנע שקרנים

משה געציל » מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:59 pm

· #179704
איך האב אנגעפרעגט הרב אברהם ברוך ראזענבערג, ער זאגט אז מצד ההלכה איינמאל דו קויפסט דעם טעיפ איז עס דיינס און דו קענסט טוהן דערמיט וואס דו ווילסט. איך האב אים נישט געפרעגט וועגן שכירות. (עי' ערך יונתן שווארץ)

נולד מאוחר » מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:02 pm

· #179706
@קאווע טרינקער דאס איז נישט בעסערע משל
ווי תפילין פאר א מיידל?

מאראנצןזאפט » מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:04 pm

· #179708
משה געציל, אינטערעסירט מיר נישט וואס אברהם ברוך זאגט, און אפילו ס'וואלט געווען א מצוה צו קאפירן, וואלט איך געזוכט אנדערע מצות.
מיין געוויסן לאזט מיר נישט הנאה האבן, אן באצאלן די פאר נארישע דאלער פאר דער וועמען ס'קומט זיך.
קען זיין להלכה מעג מען אפילו ארויפשטעלן א סידי אויף דראפפבאקס. איך פארשטיי אבער נאך אלץ נישט ווי א יומען ביאינג קען עס טון און נישט חס זיין אויף דער הארעוואניע פונעם ארויסגעבער.

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:08 pm

· #179709
נולד מאוחר
@קאווע טרינקער דאס איז נישט בעסערע משל
ווי תפילין פאר א מיידל?

גלייב מיר, כ'האב געזעהן יענעם אשכול טייטל, כ'בין אוועקגעלאפן ניטאמאל ליינענדיג די הודעה.

משה געציל » מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:08 pm

· #179710
מאראנצןזאפט
משה געציל, אינטערעסירט מיר נישט וואס אברהם ברוך זאגט, און אפילו ס'וואלט געווען א מצוה צו קאפירן, וואלט איך געזוכט אנדערע מצות.
מיין געוויסן לאזט מיר נישט הנאה האבן, אן באצאלן די פאר נארישע דאלער פאר דער וועמען ס'קומט זיך.
קען זיין להלכה מעג מען אפילו ארויפשטעלן א סידי אויף דראפפבאקס. איך פארשטיי אבער נאך אלץ נישט ווי א יומען ביאינג קען עס טון און נישט חס זיין אויף דער הארעוואניע פונעם ארויסגעבער.


איי עגרי
אפטעמיסט פרעגט ריין הלכה.

נולד מאוחר » מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:10 pm

· #179711
ע''פ הלכה מעג איך מיך אריינכאפן ביי די ליין ווען כווארט און באנק?
ע''פ הלכה מעג איך אראפ לייגן א שטינק באמבע און מיין קאמפעטישענס גראסערי?

sefish » מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:11 pm

· #179712
יא אויף די ערשטע
ניין אויף די צווייטע. בל תשקצו

מאטי » מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:27 pm

· #179716
ניין אויף די ערשטע. חילול השם.
נניין אויף די צווייטע. הפסד ממון בגרמא אויב קאסטומערס וועלן זיך אוועק דרייען.

יאסל ראקאווער » דינסטאג יאנואר 28, 2014 2:00 am

· #179740
פאר 500 הונדרעדט יאר האבען די גדולי ישראל 'ג'טראסקעט די ספר' און פארשאלטען מיט חרמות שמתות און קללות יעדע דרוקער וואס וועט איבערדרוקען א צווייטען דרוקער'ס ארבייט. און לאו דווקא זייערע אייגענע ספרים נאר אפילו אלטע ספרים און אלעס מטעם איסור השגת גבול.

ווי נעמט מען די רבנים מיט קע'הא'נעס וואס זאל ניצען אביסל די טישו וואס ליגט אין די שכל? אלעס איז א קוועטש, א לומדות, א קצות, א ר' חיים, א דיוק פון שלחן ערוך??

רב ראזענבערג, א אויסגעריפענע בורר און שליש בענייני חושן משפט זאל נישט האב די אלף בית פון דיני דמלכותא, ווי איז אביסל שכל הישר? ווי איז די פיפטע שלחן ערוך? וחיי אחיך עמך, ועשית הישר והטוב. זאלסט מיר מוחל זיין, דער מיינונג איז קיין מיינונג. ס'האלט נישט אויס 'די גרוך פראבע'.

איז דער די זעלבע רב ראזענבערג וואס דארף מחלט זיין צו מיין קאנטראקט איז ביינדינג?? איך וויל עס נישט גלייבען: ווי קען מען עס גלייבען? עס וואונדערט מיין פשוטע פראסטע שכל; האט נישט ארטס עפעס א חשובת ביי די עם חכם ונבון?

איך האב אמאל ג'דרשנט בדרך צחות, קאווע טרינקער ברענגט דא צו די מאמר חז"ל "לא חברה ירושלים אלא מפני שהעמידו דבריהם על דין תורה"

די גמרא אין יומא, אויף די משנה ואלו לגנאי.. בית גרמו לא רצו ללמד על מעשה לחם הפנים בן לוי היה יודע פרק בשיר ולא רצה ללמד (ווי קען מען אים בלעמען? ) פארציילט: ת"ר בית גרמו היו בקיאין במעשה לחם הפנים ולא רצו ללמד שלחו חכמים והביאו אומנין מאלכסנדריא של מצרים והיו יודעין לאפות כמותן ולא היו יודעין לרדות...כששמעו חכמים בדבר אמרו כל מה שברא הקב"ה לכבודו בראו שנאמר כל הנקרא בשמי ולכבודי בראתיו( בקיצור מ'דארף אנקערנען די טאלאנט פון בית גרמו, מ'קען עס נישט סורקעמווענטען) וחזרו בית גרמו למקומן (מ'האט מחלט געווען עס איז נישט דא קיין צוויי ברירות) שלחו להם חכמים ולא באו כפלו להם שכרן ובאו בכל יום היו נוטלין שנים עשר מנה והיום עשרים וארבעה ר' יהודה אומר בכל יום עשרים וארבעה והיום ארבעים ושמונה אמרו להם חכמים מה ראיתם שלא ללמד אמרו להם יודעין היו של בית אבא שבית זה עתיד ליחרב שמא ילמוד אדם שאינו מהוגן וילך ויעבוד עבודת כוכבים בכך

זאגט די גמרא ווייטער, אז מ'האט זיך יא איבער געבעטען, לאמיר זיי שוין קומפלימענטען.. ועל דבר זה מזכירין אותן לשבח מעולם לא נמצאת פת נקיה ביד בניהם. שלא יאמרו ממעשה לחם הפנים זה ניזונין לקיים מה שנאמר (במדבר לב, כב) והייתם נקיים מה' ומישראל:

פרעגט זיך די שאלה; אז דיין פראבלעם איז טאקע אז מ'וועט עס נאך מאכען ביי בתי עבודה זרה וואס איז א חילוק בזמן שבית המקדש קיים צו נאכן חורבן. צווייטענס, וואס לאזט ענק זיך בייצאלן געשוואלענע געלטער?( זעע רש"י) פאר אפאר דולר ביזטו יא מסכים צו קומען?

נאר וואס דען? בית גרמו האט פלעין נישט געהאלטען ביים אויפגעבן זייער סידי אויף דראפבאקס. ווילסט עס? באצאל פאר די פעטענט! און זיי האבען דא מרמז געווען, העלאו, איינמאל איך געב דיך דער סוד זאגסטו מיך גודביי, ביזט דאך א רב א כהן גדול און גייסט מעמיד זיין דיין הלכה על 'דין תורה', איך גיי בלייבען אן געלט און די אן א בית המקדש. באצאל די פרייז און די סיקרעט איז דיינס.

פירט די גמרא אויס בדרך רמז.. העי, יו נאו וואט, זיי מאכען סענס. והייתם נקיים מה' וישראל. הער אויף דרייען מיט די פינגער און זיי א נארמאלע מענטש. נישט אלעס איז הלכה.

שקויעך וויקיטעקסט

חזקיהו המלך » דינסטאג יאנואר 28, 2014 2:37 am

· #179741
חוות דעתי,

ווען ס'קומט צי די נושא פין "אינטולעקטשועל פראפערטי" ווערט עס זייער קאמפליצירט, ווייל ס'קומט צי א פונקט ווי אלעס ווערט "אינטולעקטשועל פראפערטי" , דאס איז די וועג וויזוי די גרויסע ענערגיע קאמפאניס באגראבען נייע ענערגיע טעכנאלאגיע דוארעך עס אפקויפען אין אראפנעמען פין די מארקעט אין קיינער טאר עס נישט ניצען ווייל זיי האבען דאך די "אינטולעקטועל רייטס" אויף דעם,

יעצט כ'אדרעסיר נישט דוקא די נושא פין סי-די'ס, חאטשיג איך קויף נישט אזוי שנעל די קראקעדיל טרערען פין די סי-די פראדיצירער, ווייל אזוי ווי איינער האט שוין פריער געשריבען, טאמער מען מאכט נישט קיין געלט דערפין דאן פארוואס מאכען זיי סי-די'ס, נו מיז זיין אז מען מאכט יא געלט, נאר זיי ווילען מאכען מער, נו כ'פארגין זיי מיטען גאנצען הארצען, אבער ביטע נישט פארקויפען ליגענט פאר'ן עולם,

אבער בכלל לגבי די נושא פין "אינטולעקטשועל פראפערטי" טראכט איך אזוי:

ס'איז א אינטערעסאנטע פאקט אז אסאך מאל ווען ס'איז ארויס געקומען נייע טעכנאלאגיע אויף די וועלט איז עס געווארען אויסגעטראפען דורעך א פאר מענטשען אויף איין מאך אין אייננער האט נישט געוויסט פינעם צווייטען,

אין אויך קען מיר נישט טענה'ן אז די דורות פין טעכנאלאגיע זענען "קלוגער פין די פריערדיגע דורות" וויל די פארקערטע איז אמת,

די צוויי זאכען זאגען אונז אז ווען ס'קומט די צייט אז געוויסע טעכנאלאגיע זאל ארויסקומען אויף די וועלט קומט עס ארויס דורעך וועם ס'קען ארויס קומען אבער יענער קען נישט נעמען די גאנצע קרעדיט דערפאר ווייל יענער איז טאקע געווען דורעך וועם ס'איז אנגעקומען אבער ווען נישט יענעם וואלט עס געקומען דורעך א צווייטען, ס'איז א מתנה פאר די מענטשהייט אין נישט א זאך וואס "איין מענטש אדער א קארפאראציע האט צי דעם די אינטולעקטואלע רעכטען" ווייל אויף אזא וועג האט מען שוין אסאך גוטע זאכען אוועק גענומען פין די מענטשהייט,

יעצט טאמער די הלכה איז טאקע אז ס'נישט אזא זאך ווי "אינטולעקטואלע רעכטען" קוק איך עס אן ווי א מורא'דיגע חכמה, ווייל סוף דבר ברענגט דאס מער שאדען ווי גוטס,

ועזבעה"ח

חזקיהו המלך

גלות יוד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 1:16 pm

· #181220
כ'קלער אזוי. אזוי ווי עס איז דא חוקותי, משפטי, מצותי, תורותי, חובת הלבבות, חובת הגוף, חובת הדר, מצוות התלויות, און עס איז דא מנהגים וואס ברעכט א דין, איז דא נאך א קאטעגאריע עס רופט זיך עוולות און דאס ברעכט א מנהג וואס ברעכט א דין און די מנהג וואס רופט זיך קאפיען ווערט נדחה פון די "עוולה" ממילא טאר מען נישט קאפיען כנלענ"ד.

שעפטל » מאנטאג פעברואר 3, 2014 1:27 pm

· #181223
כ'האב ניש אפגעליינט די גאנצע מדובר דארט אויף מאסטלי מוזיק'ס זייטל <a class="postlink" href="http://www.mostlymusic.com/help/view/index/cat/9/">http://www.mostlymusic.com/help/view/index/cat/9/</a>
אבער איך האב גראדע געפרעגט א רב/דיין איבער דעם, און ער האט מיר געזאגט אז פאר מיר צו קאפירן אן פארקויפן ווייטער קען מיר יענער ניטאמאל אסר'ן. איינמאל איך צו א צווייטער האט עס געקויפט קען מען טוהן מה שלבי חפץ, נאר די איסור השגת גבול איז אויב מאך איך קאפיס און פארקויף עס.

גראדע איבער די שכירות דזשאוק פון יונתן שווארץ האט מען אפגעפרעגט פון אלע זייטן, טאקע ווייל ער שרייבט דאס נישט ווען איך קויף עס, נאר ווען איך האב שוין געעפענט דעם דעקל, יעצט האב איך א ברירה אוועקצושפאצירן פונעם געצווינגענעם שכירות?

איבער מענטשליכקייט אגרי איך אז ס'איז ווייט דערפון.

שעפטל » מאנטאג פעברואר 3, 2014 1:31 pm

· #181224
איינער האט מיך מעורר געווען אז ביים דאונלאודן פון מאסטלי אגרי'ט מען אז מ'גייט דאס נישט שיקן ווייטער, פאנגט זיך אן א פרישע רעדע צו מ'מעג

יאיר » זונטאג אוגוסט 10, 2014 1:05 pm

· #216103
האבן מיר א קלארע פסק פון הגרש"י רחניץ.

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 10, 2014 11:03 pm

· #216189
פשט אז רעכניץ דארף נישט די ריווח. די געלט גייט דאך פאר די יושב ראש פון קרן השביעית. נו, אז איך מאך א קאפי בין איך סך הכל מונע צדקה, כ'בין נישט קיין גנב.
ובאתי על החותם

כוכב » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 7:26 am

· #216222
רוב גדולי הפוסקים בזמנינו אסר'ן.

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:56 am

· #216237
רוב גדולי הפוסקים בזמנינו האבן א פעטיש צו אסר'ן ווי אימער מען קען נאר.
כחא דהתירא עדיף איז געווארן אלטמאדיש.

אפטעמיסט » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:12 am

· #216240
מיש נישט צאם, שמעקעדיג. אסר'ן קאפיען סידי'ס האט נישט מיט פרומעניש. פשוט וויבאלד זיי זוכן די טובה פונעם ארויסגעבער וועלן זיי פסק'נען לאיסור אפילו אויב די הלכה איז נישט אזוי פשוט. ס'איז נישט קיין ווייעלאציע פון כוחא דהיתירא עדיף.

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:15 am

· #216243
ווי שטארק איך וויל נישט צאממישן, איז דאס דער רעזולטאט פון שרייען וואלף ביי יעדן פראבלעם.
איך אליין בין שטארק אקעגן קאפיען, און כ'וועל זיך אנשטרענגען צו צאלן די פאר דאלער אויב וויל איך הערן א אלבום אדער ליינען א בוך. אבער ברענגען א רייע דערצו פון 'פוסקי זמנינו' איז שוין מער נישט מאסגעבנד.

אפטעמיסט » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:18 am

· #216247
האסט א שפיץ

לעיקוואד » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 11:50 am

· #216261
מען דארף קלאר מאכען. קאפיען סידיס איז נישט קיין גניבה נישט על פי תורה נישט על פי שכל און נישט על פי חוק. עס איז פשוט אז עס איז נישט שייך קיין בעלות און גניבה ביי אזא זאך. דאס וואס שלומי דאסקאל וויל מאכען פרנסה פון דעם מאכט עס נאכנישט פאר זיינס. פונקט ווי אז ער מאכט א ניגון מעג יעדער איינער עס זינגען און עס האט נישט קיין פשט ער זאל אסר'ן זינגען נאר פאר ווער עס צאלט עם ווייל ער האט אריינגעלייגט אסאך געלט און צייט צו מאכען דער ניגון פונקט די זעלבע איז קאפירען דער דיסק וואס ער האט צאמגעשטעלט. גניבה איז טייטש איך נעם עפעס צו פון דיר און דאס געשעהט נישט דא.

נאר וואס, עס איז דא אזא מושג פון תקנת הציבור. סיי בהלכה און סיי בחוק. וואס דער ציבור האט אן אינטערעס עס זאל זיין נייע סידיס און ספרים און פילמס וכדומה, און טאמער וועט דער מחבר זיך נישט קענען מפרנס זיין פון זיין ווערק וועט דאך נישט זיין קיין ספרים. מאכט דער ציבור א תקנה אז במשך א געוויסע צייט מעג נאר דער מחבר מרוויח זיין פון זיין ווערק. אזוי איז געווען איינגעפירט הסכמות אויף ספרים און אזוי איז די קאפירייט געזעצן.

ברויך מען אבער שוקל זיין יעצט וואס עס טוישט זיך די מציאות און עס איז אזוי גרינג מעתיק זיין, ובפרט אז קיינער מאכט נישט קיין געלט דערפון, וויאזוי איז טאקע די תקנת הציבור עס זאל ווייטער זיין. ארום דעם טוהן זיך גרויסע וויכוחים היינט.

נאך א זאך, עס האט נישט קיין זין זיך שלאגען מיט די מציאות. און עס וועט נישט העלפען נישט קיין חרמות קיין פסקים קיין דרשות אפילו נישט קיין פאליציי. אין די דיגיטאלע מציאות וועט מען קאפיען אלעס און עס ועט קיינער גארנישט העלפען. ממילא איז קינדעריש פאר מחברי ניגונים ווי פאר פוסקים זיך צו שלאגען מיט דעם. די וועג זיך מתמודד זיין איז ערגעץ אנדערש. אייטונס אמאזאן און אלע מאווי סטודיוס מאכען אסאך געלט אויף זייערע זאכען אפילו אז כמעט אלעס קען מען באקומען פיראטיש. מען דארף נאר מסדר זיין עס זאל זיך לוינען פאר די נארמאלער קאנסומער אזוי.

עוד הערה: עס איז פשוט על פי שכל אז די אלע מאדנע תנאים און שכירות כבני גד ובני ראובן מאכט נישט גארנישט אויס לגבי דעם. סיי ווייל עס איז נישט אמת'דיג חל די אלע קליינע פרינט וואס איינער לייגט אין זיין פראדוקט און צווינגט דיר מער ווייניגער מקבל זיין. כך הדעת נוטה וכך פסקו בכמה קאורטס כבר. און בעיקר, ווייל איך דארף גארנישט קויפען פון דיר צו קענען קאפיען. עס איז פונקט די זעלבע אז איך גיי אדורך ביי א צווייטער ווי ער שפילט די טעיפ מיט א רעקארדער און איך רעקארד עס פאר זיך ווי אז איך מאך א דיגיטאלע קאפי.

יאיר » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:16 pm

· #216269
דער רבי ז"ל פלעגט זאגן בדרך צחות אז מען מעג דאונלאודען ביכער בחינם ווייל אינפארמאציע האט נישט קיין פרייז. אין אן ערנסטער מאמענט האט ער זיך אמאל אויסגעדריקט אז עס איז ברור בלי שום ספק אז פאר א איד וואס איז אויפגעוואקסן אויסגעשאלטערט פון אינפארמאציע און ער דארשט צו וויסן מער איז דאס מהדברים שהנשמה תלויה בהם און ער מעג אפילו גיין אין געשעפט און גנב'ען ביכער, גארנישט אנדערש ווי היינס וואס גנב'עט מעדיצין פאר זיין ווייב.
נ. ב. דברי רבינו זצוקללה"ה אינם צריכים לדברי סעד וחיזוק, אך ליתר שאת יש להעתיק פה ממחבר ספרי רב מכר ביותר בהיסטוריה, פאולו קואלו, תומך נלהב בפיירעטינג סייטס:
Art is not an orange.
If you buy an orange and eat it, you have to buy another one, and then it makes sense that oranges should not be given for free, because the consumer consumes the product. Art is about beauty. Music is about beauty. If I visit a page and I like the music, I am sure I will buy the CD, because I want to know more about the work of the artist.

יאיר » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:22 pm

· #216270
לעיקוואד

עוד הערה: עס איז פשוט על פי שכל אז די אלע מאדנע תנאים און שכירות כבני גד ובני ראובן מאכט נישט גארנישט אויס לגבי דעם. סיי ווייל עס איז נישט אמת'דיג חל די אלע קליינע פרינט וואס איינער לייגט אין זיין פראדוקט און צווינגט דיר מער ווייניגער מקבל זיין. כך הדעת נוטה וכך פסקו בכמה קאורטס כבר. און בעיקר, ווייל איך דארף גארנישט קויפען פון דיר צו קענען קאפיען. עס איז פונקט די זעלבע אז איך גיי אדורך ביי א צווייטער ווי ער שפילט די טעיפ מיט א רעקארדער און איך רעקארד עס פאר זיך ווי אז איך מאך א דיגיטאלע קאפי.

די ערשטע פוינט איז ריכטיג, עכ"פ ע"פ דיני תורה זיכער, אז דברים שבלבו ובלב כל אדם זענען נישט חל, וזה עיקר. (אין א קאורט האב איך קיינמאל נישט געהערט אז די קליינע אותיות זענען נישט חל, אויב איז דא א לינק ביטע שטעל צו). אבער דיין צווייטע פוינט פארשטיי איך נישט. די אפיציעלע שכירות בתנאי ארבעט אז מען נעמט זיך אויס א תנאי אז מען גייט נישט קאפיען פונקט ווי מען נעמט זיך אויס על מנת שתתני לי מאתים זוז, און טאמער מ'איז נישט מקיים די תנאי איז די גניבה אויפ'ן נוצן די סידי שלא ברשות, ווייל די שכירות איז נישט חל.

לעיקוואד » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:30 pm

· #216271
פארוואס האט דאס מיט דברים שבלב?

דא זעה איך די קאורטס האלטען עס איז יא חל בד"כ <a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Clickwrap#Legal_consequences_in_the_United_States">http://en.wikipedia.org/wiki/Clickwrap# ... ted_States</a>
דארף מען אפירזיכען ערגעץ א ריכטער מיט שכל וואס זאל זאגען אז נישט.

לגבי ב, ער נוצט נישט די סידי בכלל מיט'ן קאפיען. בסך הכל נעמט ער א מאשין וואס קען ליינען די תוכן דערפון און ער מאכט נאך פונקט די זעלבע. אזויווי איך זאל שטיין פארנט פון א בילד וואס דו האסט געמאכט און איך מאך עס נאך. איך האב מיט דיר גארנישט.

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:33 pm

· #216272
ווי שוין דא געשריבן
שעפטל
גראדע איבער די שכירות דזשאוק פון יונתן שווארץ האט מען אפגעפרעגט פון אלע זייטן, טאקע ווייל ער שרייבט דאס נישט ווען איך קויף עס, נאר ווען איך האב שוין געעפענט דעם דעקל, יעצט האב איך א ברירה אוועקצושפאצירן פונעם געצווינגענעם שכירות?

קען איך ווען איך זעה דעם ליין אינעם ביכל, אדער ווען איך הער זיין שטימע נאכן ערשטן ניגון, זאגן "סארי, איי דאונג אגרי, געמער צוריק מיין געלט און אויס מיטן שכירות"?? טאמער יא איז ער אפשר גערעכט און ווען איך האלט עס קען זיין אז דעמאלטס איז ווי איך דריק "אגרי" און איך טאר דאס נישט קאפיען, אבער טאמער דאס געשעפט גייט נישט צוריקגעבן מיין געלט און איך קען נישט צוריקגעבן דעם סידי איז דאס קיין שכירות נישט! איך האב דאס געקויפט און איך מעג דערמיט טוהן וואס איך וויל.

נאכאמאל, ווילסט אריינגיין צו מ'טוהט א נארמאלע זאך מיטן קאפיען אדער ליייגן אויף דראפ-באקס וכו', דאס איז אן אנדערע דעבאטע, אבער די גניבה חלק איז בפשטות אפגעפרעגט

יאיר » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:37 pm

· #216273
עס איז דברים שבלב ווייל כאטש אויפ'ן צעטל שטייט אז עס איז שכירות אויף צוואנציג יאר מיט אפאר מאדנע תנאים פארשטייט יעדער נארמאלער מענטש אז דאס איז א געהעריגע מכירה כדת וכדין.
קודם כל דאס נעמען די סידי צו זיך אין הויז שלא ברשות איז גניבה, אבער חוץ מזה, עס ליגט דאך ביי אים און ער הערט עס כסדר. אויב האט די כלומר'שטע שכירות נישט חל געווען איז עס פונקט ווי איינער גייט אריין אין געשעפט און לקח'נט א סידי אן באצאלן דערויף.
ווען דו טרעפסט א נארמאלער ריכטער זיי מיר מודיע 😂

לעיקוואד » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:36 pm

· #216392
Re: קאפיען סידי'ס פון א הלכה'דיגן שטאנדפונקט
טראכט איך יעצט מען דארף חוקר זיין פון וועם איז די שכירות. דער געשעפט האב איך דאך באצאלט, און עס איז נישט מסתבר ער האט עס אויך נאר פארדינגען פאר'ן געשעפט, איז וויאזוי דארף דאס בכלל צו ארבעטן אז איך קויף נישט גלייך פון ר' יונתן?

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:50 pm

· #216395
בכלל, וויאזוי קען חל זיין עפעס אינעם קנין וואס שטייט אויפן דעקל וואס איך ווייס אפילו נישט אז ס'שטייט דארט בשעת מכירה? אויב וואלט דער מוכר זיך אויסגענומען מיט יעדע קונד בפירוש מיט א קנין סודר אז ס'איז נאר א שכירות על תנאי, מיילא, אבער סתם ווייל ס'שטייט אפאר ווערטער? ס'נישט קיין שטר, איך ווייס ניטאמאל אז ס'שטייט דארט. און אפילו ווען די שכירות איז יא חל איז שוין דא די אלטע טענה, די שכירות איז בטל? הרי שלך לפניך, ביזט מכובד עס צו קומען אויפפיקען ביי מיר אינדערהיים, ס'ליגט אין די צווייטע לעדל.

די פראבלעם איז ביי אונזער עולם קען מען נישט פארשטיין אז א זאך זאל זיין אסור אן דעם וואס א דיין זאל אזוי זאגן ע"פ תורה, ס'עקזעסטירט נישט אזא זאך אז ס'זאל זיין אסור אלס מענטשליכקייט, עטיש, מאראליש, געזעצליך, טאמער איז עפעס דא אן אופן וואס ע"פ חושן משפט הייסט עס נישט גניבה גייט שוין קיינעם נישט אן וועמען ס'קען שאדן מאכן.

לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:13 am

· #222703
איך האב הנאה ווי אפאר אידעלעך גיין לייזען א פראבלעם וואס די גרעסטע גוישע מוזיק פירמעס מיט טריליאנען דאלארען מיט לעגאלע הילף זענען נישט מצליח צו לייזען. אה, זיי האבען אפילו מצליח געווען אראפנעמען צוויי דריי לינקס פון שעירינג סייטס אדער גוגל (פאר ווער עס ווייסט נישט די סוד, גוגל נעמט נישט באמת אראפ קיין שום זאך וועגן dmca, זיי שטעלן צו א לינק וואס פירט צו א פעידזש מיט דער רעמאוועל ריקוועסט וואס דארט קען מען פונקט זעהן אלע לינקס.. א גאונות פון א מהלך..)
<a class="postlink" href="https://twitter.com/TJMediaGroup">https://twitter.com/TJMediaGroup</a>

אדמו״ר » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 1:38 am

· #222709
אויף די סידי׳ס פון ״קרן שמואל ישעי׳״ איז לעצטנס דא א גאנצע דרשה ביים אנפאנג(כ׳מיין בעיקר ביי mp3), אז ס׳איז בשכירות, און אויב מ׳האלט עס שלא על פי תקנתם, איז די פרייז פון שכירות 100$ א טאג! זיי זאגן אז ס׳איז אויסגעארבעט על פי הלכה.

כוכב » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 6:35 am

· #222716
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=933898#p933898">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 98#p933898</a>

וויכטיג מאכער פון לי עוועניו פאטא האט א שטיקל ביאור, בעיקר צילן זיי אויף אווערנעס, אז אפילו עפ"י הלכה קען מען טרעפן א היתר זאל מען נאך אלץ נישט קאפירן.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:25 am

· #222767
ס'איז מיר א פלא אז מ'האלט אזוי ווייט אין דער נושא און מ'האט נאך אלס נישט געברענגט די מראה מקומות דערויף. קוק דא און דא פאר א סאך מראה מקומות. ס'איז באקאנט אז דער שואל ומשיב זאגט אז ס'איז דא אזא זאך ווי 'אינטעלעקטיוע"ל פראפערט"י', אבער ער ברענגט נאר ראיות אז אנדערע האבען אזוי געהאלטען, ער איז עס נישט מסביר עפ"י תורה.
דער חת"ס מיט מהר"מ באנעט האבען א מחלוקת דערוועגען דוכט זיך אויך.
ברענגען פון אמאליגע חרמים איז לכאורה נישט צו דער זאך. די צורך פאר ספרים איז א כלל צורך פאר יעדער איד. דער ע"ה דארף אז דער ת"ח זאל האבען ספרים. פאסט עס א חרם לצורך הרבים. איך ווייס אז די זינגער'ס ווילען טראכטען אז דער וועלט פעלט זיי אויס, אבער למעשה אן זיי איז מען אויך נישט באנקראט. דעריבער זעה איך נישט אז מ'זאל מעגען מאכען יענער חרם. וכ"ש ווען מ'האט קיין חרם נישט געמאכט.
און אפילו מ'מאכט יא א חרם, איז דאס נאר פאר א געציילטע פאר יאר. מאכען א קאפ"י פון MBD Double Album דארף זיין בסדר.

לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:30 am

· #222770
אדמו״ר
אויף די סידי׳ס פון ״קרן שמואל ישעי׳״ איז לעצטנס דא א גאנצע דרשה ביים אנפאנג(כ׳מיין בעיקר ביי mp3), אז ס׳איז בשכירות, און אויב מ׳האלט עס שלא על פי תקנתם, איז די פרייז פון שכירות 100$ א טאג! זיי זאגן אז ס׳איז אויסגעארבעט על פי הלכה.

קרן שמואל ישעיה ודומיו איז סתם א צווייטער שמועס ווייל עס זעהט מיר נישט אויס אז די זכויות אויף די זאכען וואס זיי פארקויפען געהערט פאר זיי בכלל.

כוכב » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 2:50 pm

· #222824
למעשה האט יונתן שווארץ געהאט חתימות פון אלע גדולי הפוסקים אז סאיז אסור.
וואס איז פשט?
און וואס טוט זיך מיט השגת גבול?
ערגעץ האב איך אמאל געהערט א תוספתא וואס לערנט ארויס פון א פסוק אז ממעג נאכזאגן יענעםס דברי תורה, זעט מען לכאורה אז אן דעם ילפותא וואלט יא געווען בעלות אויף יצירה.
וצ'ע ממה שנוהגים לזמר ואפילו בהסתרה שלא ברשות בעל הזמר ר יואל ומצוה ליישב.

לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 3:25 pm

· #222839
כוכב
למעשה האט יונתן שווארץ געהאט חתימות פון אלע גדולי הפוסקים אז סאיז אסור.
וואס איז פשט?

אלע גדולים האבען אויך גע'חתמ'ט אויף די בחירות/איסור בחירות/סיטיפיעלד/איסור סיטיפיעלד/וואטאבר קול קורא דו האלטסט פאר שטותים.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 5:59 pm

· #222872
דער בארימטע ת"ח פון לעיקוואוד הגאון הגדול הרב אליהו הלוי לוין שליט"א האט היבש צייט צוריק געדרוקט א שטיקעל דערוועגען אין דער 'נהוראי' פון בית מדרש גבוה, והיא לו נדפס"ה אין זיין קונטרס שבחין אסדר אויף יורד און נהנה געדרוקט צוזאמען מיט זיין ספר אויף ב"ק 'אהלי משה'.
ער ברענגט אפאר סברות דערוועגען. קודם זאגט ער אז דער תנאי איז נערישקייטען. דאס איז איז געווען איידער מ'איז אנגעקומען מיט דער תנאי פון שכירות, און דעריבער זאגט ער אז דער געשעפט האלט נישט ביים צוריק געבען דאס געלט, און ממילא איז דאס נערישקייטען. איך האב איהם דער וואך דערמאנט (אין מיט'ן א צווייטע סוגיא) אז היינט מאכען זיי א תנאי פון שכירות אויך און ער האט עס אוועק געמאכט. ס'איז דברים בטלים ווייל ס'איז נישט דא אזא מענטש וואס איז מסכים צו דינגען פאר $100 א טאג.
דערנאך פראבירט ער דער סברא פון 'שיור בבעלות', און ער ווייזט אויף אז ס'קען נישט זיין. דער קונה קען דאך פארברענען דער חפץ אז ער וויל, ט'ווי האט דער בעלים הראשונים א זכות דערין?
דער דריטער וואס ער פראבירט איז מדין נהנה, אז דער יצרן האט געמאכט א פעולה און אז דו ביסט נהנה דערפון דארפסטו באצאלען. אבער, זאגט ער, ווען דער ערשטע קויפט דער סי.די. איז ער א שותף אין אין די פעולה פון היינט. דער צווייטע דארף איהם שוין באצאלען א חלק. אויך זאגט ער (מיט ראיות) אז דער חיוב איז חל בשעת דער פעולה, און בשעת דער הנאה איז ער מגלה דעת אז ניחא ליה בההוא ירידה. אויב אזוי, איינער וואס איז נישט געבוירען געווארען בשעת דער פעולה איז נישט מחוייב צו באצאלען. און לפ"ז אי קלאר אז דער כוונה פון דער יצרן איז נישט צו פארקויפען דער הנאה, נאר דער סי.די., וואס באלאנגט אויפ'ן אמת צו איהם. אויב אזוי קען ער נישט צוריקהאלטען דער מענטש פון טוהן מיט דער סי.די. ככל העולה על רוחו.
מ'האט געבעטען פון אנהייב א הלכהדיגע פערספעקטיוו און דערווייל האט מען בעיקר געהערט פון פיפטע חלק, און אויפ'ן בעסטען אופן קול קורא'ס. איז נא דיר אביסל הלכה.

לאליפאפ » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:50 pm

· #222930
The Copyright Project

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 1:01 pm

· #325455
שלמי דאסקאל בעהט זיך מזאל נישט קאפיען די סידי.
​​http://youtu.be/8d36ys2IoSE

ער וואלט געמעקט מאכן סדר אונעם דיינוג רום איידער ער הייבט אן די געבעהט

פליקער » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 4:46 pm

· #325499
פון איין זייט שוין איך זייער די אלע זינגערס און שפילערס, אבער דאס איז דאך נישט קיין אידישע פראבלעים,

ווי אזוי מאכן די אלגעמיינע געלט ווען אלע טענלעך זענען פיל מיט די פילמעס און גאנצענע פעק פון סידיס פונעם נייסטען סארט,

ווי אזוי קען זיין און אזא פארגעשריטענע וועלט קען מען נאך נישט אזא מאסן גניבה נישט בייקומען.

אבער די ניסיון איז דאך אזוי גרויס, פונקט ווי ווען געלט וואלגערט זיך אין די גאסן כאפט יעדער, אן קיין חשבונות, ווייל עס איז בבחינת הפקר, כן הדבר הזה, ווען איינער גיבט היינט ארויס א סידי ווייסט וואויל אז ער איז מניח ממונו על קרן הצבי, ער איז מפקיר זיינע צעינליגע טויזענטערס, ווייל ביז איין סאקונדע האט עס טעלעגראם, און פון דארט האט עס יעדע תינוק שלא טעם.

אדרבה זאל מיר שלומי דאסקאל זאגן דעם תירוץ דערויף, וואס האסטו געטראכט חוץ געיבן א קיצמעכל, האסטו געטראכט אז פלוצלינג גייט מען אויסרייסן די גמרא מפרשת אז רוב גנבי ישראל.

ווייסטו פארוואס מען גנבעט, פשוט ווייל מען קען, ווייל דו געסט ארויס דעם סידי אויף א גנבעבארע וועיג,

וכדומה.. » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 7:02 pm

· #325523
פליקער
אבער דאס איז דאך נישט קיין אידישע פראבלעים,

ווי אזוי מאכן די אלגעמיינע געלט ווען אלע טענלעך זענען פיל מיט די פילמעס און גאנצענע פעק פון סידיס פונעם נייסטען סארט,


אין די גואישע וועלט איז נישטא דעם פראבלעם.

מאוויס מאכן זייער געלט פון טיאטער, נישט פון פארקויפן קאפיעס.
און א פאפולער גוי'אישע זינגער וואס געבט ארויס א געלונגענע אלבוים פארקויפט זיך עס אין די שווערע מיליאנען. א פאקט.

ביי אונז אבער, אפילו די געלונגנסטע זינגער וואס געט ארויס זיין בעסטע אלבוים מוטשעט זיך צו מאכן א דולער דערויף.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 8:02 pm

· #325537
Re: קאפיען סידי'ס פון א הלכה'דיגן שטאנדפונקט
און ס'קומט נאך אלס אויס סי. די'ס אין גרויסען. עפעס אן עצה האבען זיי

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

קאצקע ציקער » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 8:04 pm

· #325538
איין נחמה איז דא פאר די שוואכערע סארט זינגער'ס ס'באדערט עים כאטשיג נישט ווען זיין סי די גייט כמעט נישט אויס ווייל ער טראכט אז די אנדערע פיל בעסערער און פאפיולערער זינגער האט די זעלבע שוואך פארקויפט

יהושע חיים » פרייטאג מערץ 18, 2016 12:04 am

· #325576
פליקער


אדרבה זאל מיר שלומי דאסקאל זאגן דעם תירוץ דערויף, וואס האסטו געטראכט חוץ געיבן א קיצמעכל, האסטו געטראכט אז פלוצלינג גייט מען אויסרייסן די גמרא מפרשת אז רוב גנבי ישראל.


איך מיין די גמרא זאגט עס ביי א שטאט וואס איז רוב אידן אויז אויך רוב גנבים אידן אבער נישט אז רוב גנבים פון די וועלט זענען אידן

יהושע חיים » פרייטאג מערץ 18, 2016 12:05 am

· #325577
איך פארשטיי נישט פארוואס זיי לייגן נישט אריין רעקלאמען און די ניגונים וכו' און טיילן די סי די אימזינסט (אדער עכ"פ נישט אזוי וויינען ווען מען שיקט עס ווייטער)

וואלווי » מאנטאג מערץ 21, 2016 3:43 am

· #325853
דער חיד"ו (שליט"א) האט א תשובה בנושא עיין שו"ת ויען דוד חו"מ סי' רכ"ו - רכ"ז

תמצית סוף סי' רכ"ו:
📎 ויען דוד חומ רכו.jpg