☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » פורים פאר אויפגעקלערטע

פורים פאר אויפגעקלערטע

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5773

אויפגעקלערטער » מאנטאג יאנואר 27, 2014 8:58 pm

· #179671
פורים פאר אויפגעקלערטע
איין ווארט ''פורים'', זיכער דארף מען עס שרייבן אין שמייכל.

מיין דילעמע איז וואס טון אויפגעקלערטע אידן פורים מ'דרייט זיך ארום מיט frowns ? אז ערליכע אידן וואס זיצן אין באקס זענען אויבער פרייליך אום פורים וואס דארף א אויפגעקלערטער טון, אפשר וויינען? ניין, נישט גוט. ווייל מ'וועט קענען מיינען אז מ'וויינט פון פרייד. טויג ווייטער נישט טויג ווייטער נישט! (קרעדיט, המן אין 'מגילת אסתר מיט געזאנג')

איך גיי זיך פארשטעלן פורים פאר אן אויפגעקלערטער און איך ווייס נישט וואס צו טון. זאל איך טרונקן וואסער א גאנצן פורים צו ווייזן אז איך טרונק דוקא נישט וויין? זאל איך עסן המן טאשן ערב פורים און מוצאי פורים און בעצם יום הפורים עסן דוקא 4 עקיגע קוקיס צו ווייזן אז איך בין אויפגעקלערט. זאל איך ביי מגילה ליינען ווען מ'זאגט המן מאכן אזא ארגאזם קיצל צו ווייזן אז איך גלייך המנ'ן? און שרייען אויף אלע קינדער וואס האקן און גראגרען צו שטארק אז זיי זאלן שוין אויפהערן ווייל המן איז דאך נישט געווען אינעם באקס?

זאל איך גיין אין גאס מיט ביידע הענט אין טאש צו ווייזן אז איך בין נישט א פושט יד? און אויב איינער ווארפט מיר אריין א מטבע אין טאש אומגעבעטן (א אין-די-באקס איד וואס וועט זיך וועלן רייצן מיט מיר למשל) זאל איך אים עס צוריקווארפן אין פנים?

ווען איינער איז פושט יד זאל איך אריין שפייען דערינען אדער געבן א גוטן זעץ אז אלע טשעינדזש זאלן זיך צופליען?

מעג א אויפגעקלערטע עסן האלאפצעס פורים? זאל איך פרובירן ווי מער מעגליך אפצוהאלטן אידן פון שיכור ווערן? זאל איך געבן א מנה פאר צוויי עשירים פאר מתנות לאביונים? און ווען איינער וויל מיר געבן משלוח מנות זאל איך זיך מאכן ווי איך גיי עס איבערנעמען און דאן אוועקשלעפן מיינע הענט אזוי אז יענער זאל נישט קענען מקים זיין משלוח מנות?

וואס טוט מען?

יאיר » מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:01 pm

· #179672
חכם, דער גאנצער פורים האבן די אויפגעקלערטע ערפינדן. א תלמיד חכם וואס איז געווען איינער פון די מיניסטארן אין די שושן'ער רעגירונג, און אן אשת יפת תואר וואס איז געווען די פוירסט לעידי.

אפטעמיסט » מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:17 pm

· #179676
ווענט זיך ווי אויפגעקלערט דו ביסט. אויב ביסטו ערנסט אין די זאך, קענסטו אינגאנצן דראפן פורים און עסן המן טאשן האלאווין.

ממרום שלח אש » מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:59 pm

· #179688
יאיר
חכם, דער גאנצער פורים האבן די אויפגעקלערטע ערפינדן. א תלמיד חכם וואס איז געווען איינער פון די מיניסטארן אין די שושן'ער רעגירונג, און אן אשת יפת תואר וואס איז געווען די פוירסט לעידי.


איי ווי גוט דו זאגסט יאיר, לרוב אחיו' - ולא לכל אחיו, מלמד שפירשו ממנו מקצת סנהדרין.

יאיר » מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:43 pm

· #179698
זעט אויס אז אין יענע צייטן זענען רוב פון די סנהדרין געווען אויפגעקלערט 🙂.

משה געציל » מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:57 pm

· #179703
דעס יאר קען מען זיך נאך א עצה געבן... האלט פורים אדר א' און אדר ב' באק מצות...
אוי... פארגעסן... ר' מאטל האלט דאך אז אדר א' איז מער ווי אדר ב' וה"ה לשושן פורים... טאקע א פראבלעם...

געפילטע פיש » מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:01 pm

· #179705
אמסארי, אבער דו האסט געפרעגט אין די אומריכטיגע פלאץ, דא דרייען זיך נישט קיין אויפגעקלערטע.

משה געציל » מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:03 pm

· #179707
ער רעדט דאך פון פורים ווען ס'איז ונהפוך הוא. באס דרייווערס וואונטשן ווי באבאחאצירעס און די פארפרוירענע צולאזן זיך.

מאטי » מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:31 pm

· #179718
כמשה ג. ועוד... מ'זינגט די ווערטער " א גאנץ יאר פריילעך" אויפן אהבה רבה ניגון.

יין שרף » מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:52 pm

· #179723
מאטי
כמשה ג. ועוד... מ'זינגט די ווערטער " א גאנץ יאר פריילעך" אויפן אהבה רבה ניגון.

אדער מישע מישע מישעניכנאס אב ממעטין ממעטין ממעטין בשמחה....
אה אה אהה...

איחוד פעלד » דינסטאג יאנואר 28, 2014 7:33 am

· #179751
אין תולדות אהרן האבען זיי שוין געמאכט פון פורים סליחות, זיי זאגען סליחות ביי די סעודה, גיי אהין און שוין.

מ גפני » דינסטאג יאנואר 28, 2014 12:50 pm

· #179797
און אין סאטמאר מהר"א וויינט מען אויף'ן יום כיפור'דיגן אדון עולם, קענסט אהין גיין אויב ס'איז דיר נענטער ווי תולדות אהרן

אמאל געווען » דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:24 pm

· #179808
אויב די וויסט נישט וואס צו טוען פורים פרעג זיך נאך ביי די וויזניצע יודען ווייל די אהבת ישראל איז זייער הייליג ביי זיי און ער האט געזאגט אז "איך האב פיינט א שיכור אפילו פורים" און אף על פי כן טרינקען זיי ווי לוט

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:48 pm

· #186188
..
(פאראכטן לכ' לאליפאפ)

לאליפאפ » מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:56 pm

· #186191
דער (פינטעל) איד
אה איך הער וואס דו זאגסט

קענסט מאכן א . אדער צוויי און ס'ווערט א תגובה, דארפסט דיך נישט פלאגן צו שרייבן א גאנצע שורה.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:58 pm

· #186192
קוק אהער דער איז דאך גערעכט! אקעי איך גיי פארעכטן. איין רגע

אויפגעקלערטער » מיטוואך מערץ 12, 2014 6:47 pm

· #190364
א חבר מיינע וואס איז לעצטענס געווארן אויפגעקלערט זאגט מיר מיט שפאס אז ער האט א מנין מיט זיינע באמס חברים פורים ווי מ'ליינט די מגילה פארקערט. זיי זענען לעצטענס באקאנט געווארן מיט'ן הלכה פון הקורא למפרע לא יצא. דער בעל קורא איז א פראו זאגט ער, ער ליינט זרעו לכל שלום ודובר ביז ויהי אזוי שנעל ווי איך זאג אשרי זאגט ער. אזוי קומט אויס אז ווען מ'ענדיגט די מגילה איז המן ידו על העליונה און מ'ענדיגט מיט ''ויהי'' א לשון צער. אויך זאגט ער אז ווען דער ב"ק זאגט המן ווארפט מען קענדיס צו אלע קינדער אזוי ווי שמחת תורה.
ישראל כשהן יורידין

רויטע וואנצעס » דינסטאג פעברואר 24, 2015 11:39 pm

· #255766
קריאה מעורר הזמן. ווער וויל ווערן אויפגעקלערט לכבוד פורים?

ישמעאל הכהן » מיטוואך מערץ 4, 2015 11:48 am

· #257121
איך זע א בחור א באם מאכט יעצט ריזיגע סיינס ''ארור המן ברוך מרדכי''
ער פלאנט ארומצוגיין פורים זיך רייצן מיט די פרומע אידן

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 4, 2015 3:33 pm

· #257148
ע"פ הלכה קען מען טרעפן א היתר אויסצואפאסטן בעפאר די מגילה.
פארוואס ווארטן ביז נאכן ליינען?
זאלן די פרומע דאווענען מעריב ביי 72 און ליינען א לאנגע מגילה ווילאנג זיי ווילן און אויספאסטן ביי חצות הלילה,
און מיר וועלן אויספאסטן לויטן היתר אין שו"ע.

איחוד פעלד » מיטוואך מערץ 4, 2015 11:03 pm

· #257208
יאיר
זעט אויס אז אין יענע צייטן זענען רוב פון די סנהדרין געווען אויפגעקלערט 🙂.



ביסט נישט גערעכט, ווייל אפילו די באקס אידען ווען איינער ווערט א מקורב למלכות מעג ער זיך אפילו שערען און ראזירען.

איחוד פעלד » מיטוואך מערץ 4, 2015 11:05 pm

· #257209
אויפגעקלערטער
א חבר מיינע וואס איז לעצטענס געווארן אויפגעקלערט זאגט מיר מיט שפאס אז ער האט א מנין מיט זיינע באמס חברים פורים ווי מ'ליינט די מגילה פארקערט. זיי זענען לעצטענס באקאנט געווארן מיט'ן הלכה פון הקורא למפרע לא יצא. דער בעל קורא איז א פראו זאגט ער, ער ליינט זרעו לכל שלום ודובר ביז ויהי אזוי שנעל ווי איך זאג אשרי זאגט ער. אזוי קומט אויס אז ווען מ'ענדיגט די מגילה איז המן ידו על העליונה און מ'ענדיגט מיט ''ויהי'' א לשון צער. אויך זאגט ער אז ווען דער ב"ק זאגט המן ווארפט מען קענדיס צו אלע קינדער אזוי ווי שמחת תורה.
ישראל כשהן יורידין


נאר איינער, זאל ער ליינען איכה פורים, און פינישד.

עולם חסד יבנה » זונטאג מערץ 8, 2015 10:51 am

· #257384
😂
יאיר
חכם, דער גאנצער פורים האבן די אויפגעקלערטע ערפינדן. א תלמיד חכם וואס איז געווען איינער פון די מיניסטארן אין די שושן'ער רעגירונג, און אן אשת יפת תואר וואס איז געווען די פוירסט לעידי.

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 10, 2017 2:47 pm

· #365240
לכבוד פורים

טמיר » מאנטאג מערץ 18, 2024 1:12 am

· #555277
Re: פורים פאר אויפגעקלערטע
ווייס איך נישט אויב מ'מעג אריינווארפן ערנסטע זאכן אין א שמייכל אשכול, וה' הטוב יכפר.

אלס הכנה לחג הקדוש וואלט איך געראטן זיך צי פארקוקן צוויי זאכן: די קדושת לוי און די מאמר https://daatemet.org.il/en/torah-talmud/torah-text/the-scroll-of-esther-a-historical-romance/. די מגילה ליינען וועט דעמאלט זיין בבחינת "וגילו ברעדה". כלשונו הזהב "The scroll is the most humoristic of all the Scriptural books, amusing throughout and in some places even causing one to laugh out loud…"

דיסקלעימער: די לינק (און בכלל די סייט) נישט געמאכט פאר שוואכע הערצער. אויב ווילסטו דיך קלאמערן מיט די דרך הסלולה, שטיי אוועק פון דארט!

קלאטשער » מאנטאג מערץ 18, 2024 10:11 am

· #555299
Re: פורים פאר אויפגעקלערטע
אויפגעקלערטער #
איין ווארט ''פורים'', זיכער דארף מען עס שרייבן אין שמייכל.

מיין דילעמע איז וואס טון אויפגעקלערטע אידן פורים מ'דרייט זיך ארום מיט frowns ? אז ערליכע אידן וואס זיצן אין באקס זענען אויבער פרייליך אום פורים וואס דארף א אויפגעקלערטער טון, אפשר וויינען? ניין, נישט גוט. ווייל מ'וועט קענען מיינען אז מ'וויינט פון פרייד. טויג ווייטער נישט טויג ווייטער נישט! (קרעדיט, המן אין 'מגילת אסתר מיט געזאנג')

איך גיי זיך פארשטעלן פורים פאר אן אויפגעקלערטער און איך ווייס נישט וואס צו טון. זאל איך טרונקן וואסער א גאנצן פורים צו ווייזן אז איך טרונק דוקא נישט וויין? זאל איך עסן המן טאשן ערב פורים און מוצאי פורים און בעצם יום הפורים עסן דוקא 4 עקיגע קוקיס צו ווייזן אז איך בין אויפגעקלערט. זאל איך ביי מגילה ליינען ווען מ'זאגט המן מאכן אזא ארגאזם קיצל צו ווייזן אז איך גלייך המנ'ן? און שרייען אויף אלע קינדער וואס האקן און גראגרען צו שטארק אז זיי זאלן שוין אויפהערן ווייל המן איז דאך נישט געווען אינעם באקס?

זאל איך גיין אין גאס מיט ביידע הענט אין טאש צו ווייזן אז איך בין נישט א פושט יד? און אויב איינער ווארפט מיר אריין א מטבע אין טאש אומגעבעטן (א אין-די-באקס איד וואס וועט זיך וועלן רייצן מיט מיר למשל) זאל איך אים עס צוריקווארפן אין פנים?

ווען איינער איז פושט יד זאל איך אריין שפייען דערינען אדער געבן א גוטן זעץ אז אלע טשעינדזש זאלן זיך צופליען?

מעג א אויפגעקלערטע עסן האלאפצעס פורים? זאל איך פרובירן ווי מער מעגליך אפצוהאלטן אידן פון שיכור ווערן? זאל איך געבן א מנה פאר צוויי עשירים פאר מתנות לאביונים? און ווען איינער וויל מיר געבן משלוח מנות זאל איך זיך מאכן ווי איך גיי עס איבערנעמען און דאן אוועקשלעפן מיינע הענט אזוי אז יענער זאל נישט קענען מקים זיין משלוח מנות?

וואס טוט מען?
פארשטעל דיך פאר א "נישט אויפגעקלערטער" ס'איז דאך ונהפוך הוא, פארקערט פון א גאנץ יאר

טאהש'ער אייניקעל » מאנטאג מערץ 18, 2024 7:09 pm

· #555371
Re: פורים פאר אויפגעקלערטע
בא אינדז אין ארץ ישראל
געלעבט האט א איד אן אויפגעקלערטען
וואס מיט די יום טוב פורים טוט מען
פרייליך זיין איז אקעגן די אדזשענדע
טרויעריג זיין איז אקעגן די רעליגע
אן עצה אין זיין מח בליצט אים
א גאלדענע פלאן פאר פורים
צוויי טעג האט ער
פארוונען ווי ס'דארף וועט ער
ט"ו איז ער א פרוז
א חכם ער איז
י"ד איז אין שושן
איז ער געווארן מלא ששון

א פריילכע (אדער טרויעריגע) פורים פאר אלע
טאנצט און זינגט בצהלה (אדער וויינט און קלאגט ביללה)

‏[דער קלוגער איד איז געווען ישעיהו לייבאוויטש ז"ל]

קלאטשער » דינסטאג מערץ 19, 2024 4:20 am

· #555439
Re: פורים פאר אויפגעקלערטע
ואון ווי איז ער געווען פסח ? אינדערהיים אדער אין האטעל... ?

קהל'ס נער » דינסטאג מערץ 19, 2024 7:47 am

· #555443
Re: פורים פאר אויפגעקלערטע
אין בעלזא זעהט די פורים טיש אויס כמעט ווי לוויה, אזש ס׳דאכט זיך אז מען קלאגט אויף די עשרת בני המן וואס זענען נעבעך טראגיש אומגעקומען.

קליינע צדיק » דינסטאג מערץ 19, 2024 11:16 am

· #555451
Re: פורים פאר אויפגעקלערטע
מה הפשט?
ס'איז א שיטה אין בעלזא?

מילך טראק » דינסטאג מערץ 19, 2024 2:44 pm

· #555470
Re: פורים פאר אויפגעקלערטע
פאר סאם ריזען האב איך אייביג א פראבלעים פורים צו זיין פריילעך און תשעה באב צו זיין טרויריג.

צקון לחש » פרייטאג מערץ 22, 2024 3:29 pm

· #555796
Re: פורים פאר אויפגעקלערטע
מילך טראק #
פאר סאם ריזען
📎 meme1.jpg

כרם זית » מאנטאג מערץ 25, 2024 9:23 pm

· #555920
Re: פורים פאר אויפגעקלערטע
טאהש'ער אייניקעל #
בא אינדז אין ארץ ישראל
געלעבט האט א איד אן אויפגעקלערטען
וואס מיט די יום טוב פורים טוט מען
פרייליך זיין איז אקעגן די אדזשענדע
טרויעריג זיין איז אקעגן די רעליגע
אן עצה אין זיין מח בליצט אים
א גאלדענע פלאן פאר פורים
צוויי טעג האט ער
פארוונען ווי ס'דארף וועט ער
ט"ו איז ער א פרוז
א חכם ער איז
י"ד איז אין שושן
איז ער געווארן מלא ששון

א פריילכע (אדער טרויעריגע) פורים פאר אלע
טאנצט און זינגט בצהלה (אדער וויינט און קלאגט ביללה)

‏[דער קלוגער איד איז געווען ישעיהו לייבאוויטש ז"ל]

זיין אייניקעל לייקנט עס.

https://mobile.srugim.co.il/article/241353

לאכעדיג » דינסטאג מערץ 26, 2024 5:51 am

· #555954
Re: פורים פאר אויפגעקלערטע
קליינע צדיק #
מה הפשט?
ס'איז א שיטה אין בעלזא?
לכאורה האבן זיי דאס אדאפטירט פון סלאנים וואס זענען באשאנקען געווארן מיט א שפע פון מרה שחורה.