איך האלט מ׳זאל נישט טראגן, כדי נישט צו געבן די הנאה פאר די שרייערס
אנקעטע: דו טראגסט שבת אין ווילאמסבורג?
59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5764
בלאט: 1 2
אויב הרב פישעל הערשקאוויטש שליט"א דעת תורה איז אז דע טרעין מיטען וואסער זענען גענוג כשר אפילו אן שטריק ארום קען מען זיך פארלאזען אויף אים מיט פארמאכטע אויגען.......נאך דע פאקט אז הגה"צ ריח"מ הראב"ד שליט"א האט רבות בשנים געשיקט אלע שווערע כריתות שאלות צי הרב הערשקאוויטש.............אין אויב קען מען זיך פארלאזען אויף אים ביי חמורות שבחמורות איז על אחת כמה וכמה ביי עירוב וואס ווערט געפאסקענט אז הלכה כדברי המקיל בעירוב..... אין עס איז שוין איינמאל דא שטריק............איך בין אויך געווען מסופק ביז איך בין געווען אין בעלזא ביהמ"ד ביי א שמחה פין א ידיד האב איך גענעמען די מיה אין מיטען גרעסטען ריספעקט (כדי ער זאל זיך שפירען פריי צי רעדען דעם אמת נישט צי מורא האבען אז איך בין עפעס א סאטמערער סיקיריק רח"ל )געפרעגט דעם בעלזא דיין הרה"ג מאיר מייעס שליט"א....ווער געט די השגחה אויפען עירוב ??? האט ער מיר גענטפערט אז ער בכבודו ובעצמו....אין ער גייט עס בקוקען יעדע צוויטע וואך אין צווי היימישע יונגעלייט יר"ש זענען אויך אפילו געמאלעט געווארען אין גייען נישט צי בחירות קוקען דאס איבער מדי שבוע בשבוע....אין עס איז א הערליכער כשרע עירוב מיט אלע חומרות והידורים..ויוציאו ענוים ויתענגו...............
ר' פישל'ע לעבט נאך
מ'קען נאך גיין איבערבעטען
מ'קען נאך גיין איבערבעטען
@גנדי
👍 👍 👍 👍. די תגובה פון די חודש ..
נאך א נקודה אז די זעלבע וואס וואלטן צוריסן דעם עירוב זיי שרייען לאמיר זען דעם עירוב. דאס איז פשט אין פסוק הרצחת וגם ירשת ..
👍 👍 👍 👍. די תגובה פון די חודש ..
נאך א נקודה אז די זעלבע וואס וואלטן צוריסן דעם עירוב זיי שרייען לאמיר זען דעם עירוב. דאס איז פשט אין פסוק הרצחת וגם ירשת ..
צו איך טראג ? ביסטו משוגע צו וואס?
מאז היתה ישראל לגוי האבן די ווייבער געטראגן געקינדעלט און געזייגט, מענער קיינמאל נישט.
מאז היתה ישראל לגוי האבן די ווייבער געטראגן געקינדעלט און געזייגט, מענער קיינמאל נישט.
איך טראג א אייפאון אין די בעק טאש.
ווי דער גוטער בוך זאגט, אויב שוין יא חזיר, זאל כאטש זיין געפרעגלט אין פוטער.
ווי דער גוטער בוך זאגט, אויב שוין יא חזיר, זאל כאטש זיין געפרעגלט אין פוטער.
יתרו דו ביסט נאר וואס אריינגעקומען צום אידישען פאלק. זיי וויסן אז ווייבער ווייסן אויך וועלכע פון די ד' מינים פארמאגן פיר אותיות און איז א פרוכט. און ק"ש'ס פאליסי איז "אין בודקין ממזבח ולמטה. אלזא מ'קען קיינמאל נישט וויסן ווער ס'טראגט אלס דא.
מאטייתרו דו ביסט נאר וואס אריינגעקומען צום אידישען פאלק. זיי וויסן אז ווייבער ווייסן אויך וועלכע פון די ד' מינים פארמאגן פיר אותיות. און ק"ש'ס פאליסי איז "אין בודקין ממזבח ולמטה. אלזא מ'קען קיינמאל נישט וויסן ווער ס'טראגט אלס דא.
אט אזא שפראך איך גלייך אלע זאלן פארמאגן, מיט רמז דרוש סוד געפלאכטן, ווייל פשט איז נאר פאר פשיטת רגל א מציאה
איך טראג נישט ווייל איך וואוין נישט אין ווליאמסבורג
יו''ט ווען איך גיי אהין טראג איך טיילמאל יא
יו''ט ווען איך גיי אהין טראג איך טיילמאל יא
בלאט: 1 2