☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » שיינע מוזיק קליפס

שיינע מוזיק קליפס

176 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5763
בלאט: 1 2 3 4

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 26, 2014 11:31 pm

· #179439
שיינע מוזיק קליפס
אייגענטליך זענען פאראן אויף יוטוב קליפס עד אין שיעור, פון זינגערס, בדחנים, מוזיקאנטן, ילד הפלא'ס, בויס קווייערס, וכדומה, און אין נאו-טיים קען דער אשכול אנקומען צו הונדערט בלעטער.

נאר נישט דאס איז מיין כוונה. צווישן די הונדערטער צו טויזענטער קליפס פארווארפט זיך אמאל א שושנה'לע בין החוחים וואס איז משכמו ולמעלה העכער ווי די איבריגע, איך גיי פיסטעשוס פאר עס, הערליך גאורדזשעס ביוטיפל, און אזעלכע סארט זאכן וויל איך מעתיק זיין, און אויך בעט איך כל אחד בניקו הטוב זאל מהנה זיין די חברים און דא מזכה זיין את הרבים.

איך גלייך א ילד הפלא, אבער איינער (א סאברע) וואס זאל עקטן אזוי מעטשור איז באמת א זעלטנהייט. האלטס א אויג אויף זיינע אויסדרוקן מיט די אויגן און די הענט. שיין, ווארעם, און הארציג. אט האט איר:

(אזהרה: עברית און מענער זינגען אן א הוט!)

אפטעמיסט » זונטאג יאנואר 26, 2014 11:36 pm

· #179440
א לייק פאר די לעצטע שורה 👍 😂

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 26, 2014 11:41 pm

· #179441
פארוואס? ווייל דו גלייכסט גראמען?...
(עברית/הוט).
אדער ווייל זינט דו האסט פארלוירן דיין הוט ביסטו עקסייטעד צו זעהן נאך מענטשן אין פובליק אנע הוט?

ונבנתה העיר » זונטאג יאנואר 26, 2014 11:47 pm

· #179442
א טעלעפאן בוך וועלן זיי אויך אפזינגען מיט אזא דבקות?...

אפטעמיסט » זונטאג יאנואר 26, 2014 11:51 pm

· #179443
זאגסט גוט. דער אינגל זינגט גראדע שיין, אבער די גראמען האט זערא קלעס. בכלל פארשטייען נישט די ישראלים צו קלעס און דיגנעטי. ס'איז אפשר נישט אין פלאץ דא צו צונעמען די איזרעיליס און דאס פארלאנגט א באזונדערע אשכול, אבער פטור בלא כלום אי אפשר.

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 26, 2014 11:52 pm

· #179444
אה, ירושלים!!
שיינע קינדער קווייער זינגען ירושלים הרים סביב לה

(אזהרה: כותל!)

טעפל » מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:05 pm

· #179497
שמעקעדיג די פחד פאר עברית מיט'ן כותל ליגט דיר נאך גוט אין די ביינער!

פלעין יודיש » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:17 pm

· #219276
געלונגען!!!! איז נישט די ווארט

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:59 am

· #225394
פריילעך, שירה, בערי וועבער. אני משוגא עליכם!

ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:27 am

· #225405
אומגלויבליך
החזן הבחור שמחה לעווינשטיין (דרייצן יאר) ולירושלים עירך youtu.be/mlXqquBa1qYחזן לעווינשטיין
תשס''ח אין ירושלים, ער פארפאקט אלע היינטיגע חזנים אין א פערטל בוזעם טאש זיינעם,
youtu.be/YiLOvXYcF60אלו דברים

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 4:58 pm

· #225692
איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי די שטיקל איז אזוי געלונגען. ס'ממש א פרודאקשען. שירה, די בענד און די זינגער גרייטן זיך שעות על גבי שעות? ווער לייגט אויס די נאטן פריש פאר די הערליכע שטיק שירה דערליווערט?

טעפל » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 5:16 pm

· #225693
רויטע וואנצעס

געבויעט אויף א עיבוד פון ר 'מונה שליט"א..

מאטי » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 2:05 pm

· #226779
נישט אוועקצומאכן, בערקוי מיט ידידים, א בעטהובן פראדוקציע
http://youtu.be/55KWDj5JpdM

פלעין יודיש » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 3:41 pm

· #236701
הערליך!!!!!!!!!!!

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 4:53 pm

· #236737
טאקע הערליך! און א אינטרעסאנטע קעסט. אויך הערט מען ווי די אלטע היימישע קלעסיקס איז טויזענט מאל שענער ווי די היינטיגע גוי'אישע גארביטש מוזיק.

(ובמאמר המוסגר דער מענצער האט כנראה געהאט אסאך קעש טו בורן ,איך האף נאר עס איז ליגעל געלט..).

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 6:22 pm

· #236768
וואוו! הערליך הערליך!!

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 7:35 pm

· #236785
הערליך שיין. ווי וואנט מאר!

לאליפאפ » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 10:44 am

· #237097
שמואלי אונגאר, פרייליך, ידידים (דודי קאליש) - אני מאמין

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:05 pm

· #237108
הביצוע יפה ,הניגון דפוק ביותר.

פליקער » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 1:47 pm

· #237132
אוי איז דעי קליפ הערליך, ער איז א קלארער שטערן און מיינע אויגן.

יידל » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:16 pm

· #237564
אסאך מאל האב איך עפעס וואס כ'ווייס נישט וואו צו לייגן. די פאלגענדע קליפ גייט אריין אין דעם כלל. זאל איך עס לייגן אין קונסט? אין מוזיק? אין געזעלשאפט? אין שמייכל? כ'ווייס שוין אליינס נישט. ס'איז לדעתי א הערליכער קליפ, ישראל לעם מאכט א דזשאב איינס אין דער וועלט, אבער נישט דאס איז די סיבה פארן עס פאוסטן. ביי 3:20 הייבט אן זינגן א תנועה'לע שלא מעלמא הדין. עס האט ארויפגעברענגט אויף מיינע לעפצן א שמייכעלע און אין מיינע אויגן טרערלעך ביינעזאם. בעפאר די וואס ווייסן זאגן אויס וואס די ניגון איז וויל איך אז @איך אויך זאל זאגן אויב די ניגון איז דפוק צו נישט... שמעו ותחי

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:27 pm

· #237569
@יידל הערליך!

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:39 pm

· #237576
יידל צום באפעל! יא עס איז א שיינע ניגון און די תנועה איז גאנץ כמעשה כאטשיק ביז שלא מעלמא הדין איז פאלג מיר א גאנג ,עס זענען פארהאן אזעלכע קלאסישע מוזיק תנועות למאות ולאלפים.

און יענע אני מאמין בלייבט דפוק ביותר..

פלעין יודיש » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:22 pm

· #237654

יין שרף » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:32 pm

· #237742
נישטא וואס צו רעדן, משוררים האט א פיינע דיסיפלין! און א גוטע קאנדאקטער! זיך גוט ארויפגעדראפעט צווישן די העכסטע פלעצער פון צווישן די היימישע קווייערס.

פלעין יודיש » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 7:42 am

· #237781

ברעט מענינג » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 8:05 am

· #237784
פלעין יודיש

דאס קליפ איז נישט שלעכט אבער נישט און דעי אשכול

שמערל » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:45 am

· #237788
נא קיינער זאגט נישט אויס פון ווי די תנועה פון יידל קומט?

לאז עס גיין, פון פארפרוירען.

פלעין יודיש » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 3:56 pm

· #238280

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 4:36 pm

· #240829
גאונת'דיגע קריעטיוועטי. מיוסד אויפן ניגון Shake

זיגמונד פרויד » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:33 pm

· #240834
יידל
אסאך מאל האב איך עפעס וואס כ'ווייס נישט וואו צו לייגן. די פאלגענדע קליפ גייט אריין אין דעם כלל. זאל איך עס לייגן אין קונסט? אין מוזיק? אין געזעלשאפט? אין שמייכל? כ'ווייס שוין אליינס נישט. ס'איז לדעתי א הערליכער קליפ, ישראל לעם מאכט א דזשאב איינס אין דער וועלט, אבער נישט דאס איז די סיבה פארן עס פאוסטן. ביי 3:20 הייבט אן זינגן א תנועה'לע שלא מעלמא הדין. עס האט ארויפגעברענגט אויף מיינע לעפצן א שמייכעלע און אין מיינע אויגן טרערלעך ביינעזאם. בעפאר די וואס ווייסן זאגן אויס וואס די ניגון איז וויל איך אז @איך אויך זאל זאגן אויב די ניגון איז דפוק צו נישט... שמעו ותחי

Idina Menzel - Let It Go

ודי למבין » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:17 pm

· #241094
די ערשטע ניגון איז די איינס-אין-די-וועלט ניגון "דע פרעיער" פון דעוויד פאסטער.

דא האט איר ווי סעלין דייען זינגט עס מיט אנדרעי באצאלי https://www.youtube.com/watch?v=cjNfkbQr5zc

יידל » דינסטאג מערץ 3, 2015 9:26 pm

· #257004

בעל מדות » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 4:03 pm

· #258295
אין מאנטרעאל איז דא א מוסד וואס הייסט ילדי געווידמעט זיך צו אפגעבן מיט קינדער וואס האבן פראבלעמען.
זיי מאכן יעדע יאר א דינער ווי נאר ווער עס קויפט א זיץ קען אריינגיין.

זיי שטעלן צו פאנטאסטישע פראגראמען און שלעפן צוזאם זינגער/שפילער/בעלי דרשנים פון איבער די גארער וועלט.

היי יאר האבן זיי געהאט די זמרה קווייער פון מאנטרעאל און דודי קאליש פון ארץ ישראל. צווישן די פולע אינטערטעינמענט.

אויך די חזן יוסף בנציון וועבערמאן אליינס א זינגער אין זמרה האבן זיי געהאט ווי ער האט אראפגעלייגט שיינע חזנות שטיקער.

דא האט איהר א קורצע קליפ ווי מען קען זעהן א א שיין שטיקל

יין שרף » פרייטאג מערץ 27, 2015 1:22 am

· #262240

באשטעטיגט » זונטאג מערץ 29, 2015 1:57 pm

· #262550
זהירות- מגן דוד ,עברית

מודה אני כל בוקר
שהחזרת את נשמתי
מודה אני על בגד
שהנחת על גופי
שלא יהיה לי קר אתה שומר עליי

מודה אני כל בוקר
על האור על עצם היותי
מודה אני על לחם
שהנחת לשולחני
שלא אהיה רעב שלא אדע כאב

על אין ספור חיוכיי מודה אני
על כל כישרונותיי ועל כל שיריי
את כולם אקדיש לך
דע לך דע לך שמודה אני לך

אצעק לך אדיר שמך אלייך אקרא יה
לך חיי לך ליבי ותודתי
אליך אקרא יה אליך אקרא יה

מודה אני כל בוקר
על כוחי על אבי ועל אמי
מודה אני על גשם שנתת בשדותיי
לדאוג לאוהביי נתת לי חיי

על יום המנוחה מודה אני
על שפע וברכה על המשפחה
כל כולי רק בזכותך
דע לך דע לך שמודה אני לך

אצעק לך אדיר שמך אלייך אקרא יה
לך חיי לך ליבי ותודתי
אליך אקרא יה אליך אקרא יה

outspoken » זונטאג מערץ 29, 2015 4:28 pm

· #262572

די ששון פאמיליע האבן לכבוד חנוכה ארויסגעדינגען א סטאדיא און די זיסע קידערלעך (ע''ה) האבן געזינגען די ניגון crying no more Yerushalayim (די סטאדיא האט יעצט ארויסגענומען די קול באשה(

באשטעטיגט » דינסטאג מערץ 31, 2015 12:00 am

· #263028

ונבנתה העיר » מאנטאג יוני 1, 2015 5:49 pm

· #279625

chusid » פרייטאג יוני 19, 2015 11:31 am

· #283785

ירא שמים » זונטאג יוני 21, 2015 1:01 am

· #283953
Re: שיינע מוזיק קליפס
ווער איז דער סולאן?

ירא שמים » זונטאג יוני 21, 2015 11:22 pm

· #284159
Re: שיינע מוזיק קליפס
ירא שמים
ווער איז דער סולאן?

chusid » מאנטאג יוני 22, 2015 12:24 am

· #284172
ירא שמים
ירא שמים
ווער איז דער סולאן?

שלום לעמער, א ברידער פון דער באקאנטער חזן יעקב לעמער

פלעין יודיש » זונטאג אוגוסט 16, 2015 5:10 pm

· #296101

רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 11:00 pm

· #298071
חדש: גיוואלד - שמעי ענגעל

ודי למבין » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 12:17 pm

· #299516
https://youtu.be/jAM3xP66dDI

נישט שלעכט

פארצווייפלטער » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 1:44 pm

· #302967
ודי למבין
https://youtu.be/jAM3xP66dDI

נישט שלעכט

הערליך שיין !!!!!!!
כ'מיין ער זינגט נאך בעסער אין עברית..

זייער פרענדלי » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 3:16 pm

· #302975
http://youtu.be/kJnOQQ815LQ

אזהרה: נשים עברית

רויטע וואנצעס » פרייטאג יאנואר 15, 2016 1:40 am

· #317583
נייע ניגון פון די מוזיקאלישע בענד "זושא".
https://en.wikipedia.org/wiki/Zusha_(band)

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 11:42 am

· #325447
שיין שיין
בלאט: 1 2 3 4