פרעזידענט קאמפיין 2012 255 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #57
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
פערי אינדארסט ראמני http://thehill.com/blogs/ballot-box/gop ... um=twitter
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
ער האט דאך אינדארסט גינגרידזש ווען ער איז ארויס, נישט אזוי?
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
די גינגרידזש קאמפיין האט שוין נעכטן אנגעהויבן סיגנאלירן אז גינדרידזש ציעט זיך בקרוב ארויס. אזוי שטייט טאקע דארט: Texas governor Rick Perry announced Wednesday night that he would endorse Mitt Romney's presidential bid, hours after the campaign of Newt Gingrich — Perry's previous choice — announced that the former Speaker would be ending his bid for the White House.
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
איך האב א פילינג אז ס'גייט זיין נאך אינעם מארגענדיגן טאג, אדער לכה"פ נאך די וואך.
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
איר פיהלט גוט!
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
זר זהב איר פיהלט גוט!
נישט גוט געפילט ליידער 😳
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
אין א וואך פון היינט, קומענדיגן דינסטאג ולמספרם מאי 8, קומט פאר די פריימערי וואלן אין דריי סטעיטס, אינדיאנע, נארט קאראליינע, און וועסט ווירדזשיניע. ס'איז ערווארטעט אז ראמני וועט מאכן אלע דריי סטעיטס, נישט האבענדיג מער קיין ערענסטע געגנער.
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
די אבאמא קאמפיין האט היינט ארויסגעלייגט די צווייטע ספאט אויף די טעלעוויזיע ווי זיי געבן א שנעלקע פאר מיט ראמני, דאסמאל איבער זיינע שווייצער באנק קאנטע'ס. עס איז מיר אינטערעסאנט, און איך האב געזען אנדערע אנמערקן די זעלבע זאך, אז מיר זענען קוים אין מאי און מ'רעדט שוין אזוי נעגאטיוו. עס קוקט אויס ווי עס קומט א פאן סעזאן!
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
ענדליך האט היינט גינגרידזש אפגעפיצט פונעם פארמעסט (א וואך נאכן מעלדן אז ער גייט מעלדן זיין רעזיגנאציע).
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
יעצט אז גינגריטש האט געמאכט פליטה איז צו ערווארטען אז ראמני וועט אנהייבן מיט זיין אומבחנטע אטאקעס אויף אבאמע'ס הינטל...
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
וואס איז פשט פון מעלדען א וואך בעפאר זיין רעזעגנאציע אז ער גייט רעזעגנירען? איין מאל מען מעלדט אז מען גייט רעזעגנירען הערט מען דאך ממילא אויף קאמפיינען, קומט אויס אז די חלות הרעזעגנאציע איז דאס מעלדען אז מען גייט,(ווייל ביז יעצט האט מען נאך געקענט קאמפיינען און פון יעצט און ווייטער קען מען נישט) איז פון וואס איז נאך געבליבען צו רעזעגנירען???
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
משה געציל וואס איז פשט פון מעלדען א וואך בעפאר זיין רעזעגנאציע אז ער גייט רעזעגנירען? איין מאל מען מעלדט אז מען גייט רעזעגנירען הערט מען דאך ממילא אויף קאמפיינען, קומט אויס אז די חלות הרעזעגנאציע איז דאס מעלדען אז מען גייט,(ווייל ביז יעצט האט מען נאך געקענט קאמפיינען און פון יעצט און ווייטער קען מען נישט) איז פון וואס איז נאך געבליבען צו רעזעגנירען???
אולי סתם אפצוטין ראמני'ן?
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
ער האט נישט רעזיגנירט , ער האט סוספענדירט זיין קאמפיין. און ער קען נאך ווייטער אויפטרייבן געלט אפצואווישן זיינע חובות.
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
ער האט דאך דעם אידישן עושר, וואס ברויך ער נאך קאמפעינען מקנח צו זיין די חובות?
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
זר זהב ער האט נישט רעזיגנירט , ער האט סוספענדירט זיין קאמפיין. און ער קען נאך ווייטער אויפטרייבן געלט אפצואווישן זיינע חובות.
איך האב נישט געמיינט די נקודה רעזעגנירט אדער סוספענדירט, ליין איבער מיין תגובה מיט דו ווערטער סוספענדירט אנשטאטס רעזעגנירט, והקושיא במקומה עומדת.
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
און איך האב נישט געמיינט צו פארענטפערן דיין קשיא.... א קשיא אויף א פאליטישען
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
יידל יעצט אז גינגריטש האט געמאכט פליטה איז צו ערווארטען אז ראמני וועט אנהייבן מיט זיין אומבחנטע אטאקעס אויף אבאמע'ס הינטל...
הינטלעך זענען א פאפולערע טעמע אין 2012, אבאמא'ס קאמפיין האט שוין עטליכע מאל געטשעפעט ראמני איבער זיין פארן מיט זיין הינטל פארפאקט אויפן דאך.
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
נח געציל יידל יעצט אז גינגריטש האט געמאכט פליטה איז צו ערווארטען אז ראמני וועט אנהייבן מיט זיין אומבחנטע אטאקעס אויף אבאמע'ס הינטל...
הינטלעך זענען א פאפולערע טעמע אין 2012, אבאמא'ס קאמפיין האט שוין עטליכע מאל געטשעפעט ראמני איבער זיין פארן מיט זיין הינטל פארפאקט אויפן דאך.
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
תכלית ווער גייט עס מאכען אובאמא אדער ראמני? וואס זאגט קול מבשר?
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
לעמיל תכלית ווער גייט עס מאכען אובאמא אדער ראמני? וואס זאגט קול מבשר?
אויב ווייסט מען תכלית ווער ס'גייט עס מאכן איז דאך נישט שייך ס'זאל זיין א פארמעסט...
אבער ווי ס'שיינט יעצט האט אבאמא גאר א גוטן שאנס צו געווינען נאך א טערמין.
Re: פרעזידענט קאמפיין 2012
א שמועס מיט גינגרידזש היינט דאנערשטאג http://dl.dropbox.com/u/24655478/Wolf%2 ... diaite.mp4
סענטארום האט נעכטן 11:00 ביינאכט אינדארסט מיט ראמני.
דו מיינסט מיט ראן פאול
[ציטאט אראפגענומען]
באכמאן, קעין, פערי, האנטסמאן.
נישט אז איך ליין עמי, כאב עס נאר געזען אין געשעפט
שמואל הלוי אין א וואך פון היינט, קומענדיגן דינסטאג ולמספרם מאי 8, קומט פאר די פריימערי וואלן אין דריי סטעיטס, אינדיאנע, נארט קאראליינע, און וועסט ווירדזשיניע. ס'איז ערווארטעט אז ראמני וועט מאכן אלע דריי סטעיטס, נישט האבענדיג מער קיין ערענסטע געגנער.
ראמני האט ווי פארשטענדליך געווינען אלע סטעיטס, און פארמאגט שוין לעת עתה 911 דעלעגאטן.
קומענדיגע פריימערי וואלן איז מאי 15 אין NE און אין OR, וואס ביידע אינאיינעם גיבן נאך 63 דעלעגאטן.
אין וועסט ווירדזיניע האט א פעדעראלע פריזאנער באקומען 41% שטימען קעגן אבאמא!
Who is Keith Russel Judd? (Won 41% of the Vote Against Obama in West Virginia Prez Primary!) http://t.co/mcTLXuYA
ברעיקינג: יעצט קומט אריין די נייעס אז ראן פאול האט ענדגילטיג באשלאסן צו ענדיגן זיין פרעזענטליכע קאמפיין. http://www.latimes.com/news/politics/la ... 5484.story
שמואל הלוי ברעיקינג: יעצט קומט אריין די נייעס אז ראן פאול האט ענדגילטיג באשלאסן צו ענדיגן זיין פרעזענטליכע קאמפיין. http://www.latimes.com/news/politics/la ... 5484.story
פארשטייט זיך אז ער האט דאס נישט אנגערופן ביים ריכטיגן נאמען, און בלויז געזאגט אז ער וועט נישט ווייטער קאמפיינען, אבער ער האלט אן זיינע דעלעגאטן, ווייל ער וועט אזוי ארום שפילן א ראלע ביים קאנווענשאן
ראמני האט שוין 1074 דעלעגאטן.
איז דא טשענסעס אז ראמני זאל געווינען און ארויסווארפען אבאמא? יעצט אז מען האלט שוין למעשה טיעף אינעם קאמפיין, און אבאמא האט טאקע די געלט און די מאשין לאמיר כאפן א טיפערען בליק איז דא טעשנסעס ? איך מיין אז עס איז דא שטארקע טשענסעס, הגם די קאמפיין איז נאכנישט אזוי היציג אבער ווי נישט ווי איז ראמני די נאמעני אין מען רייסט אים אראפ וואס האלט דער עולם? וויכי פון אייוועל קום געב אן אנאליז....
שאנסן איז זיכער דא, ס'טוישט זיך נאר יעדן טאג די פראצענט פון די שאנסן.
אבאמא האט נעכטען געכאפט א שטקעי שנעלק אינעם נאז ווען גאווענער סקאט יאלקער פון וויסקאנסען האט געוואונען די ריקאל וואלען וואס זענען אפגעהאלטען געווארען נעכטען אנקעגען איהם, די ריקאל איז געטריבען געווארען דורך די יוניאנס וואס זענען בדרך כלל שטארקע שטיצער פון די דעמעקראטען, מאנכע האלטען אז דאס קען זיין א אנדייטונג אז ראמני קען זיגען די אלגעמיינע וואלען אין וויסקאנסען טראץ דעם וואס אבאמא האט גאר שטארק געזיגט דארטען אין '08.
פאזעטיוו אבאמא האט נעכטען געכאפט א שטקעי שנעלק אינעם נאז ווען גאווענער סקאט יאלקער פון וויסקאנסען האט געוואונען די ריקאל וואלען וואס זענען אפגעהאלטען געווארען נעכטען אנקעגען איהם, די ריקאל איז געטריבען געווארען דורך די יוניאנס וואס זענען בדרך כלל שטארקע שטיצער פון די דעמעקראטען, מאנכע האלטען אז דאס קען זיין א אנדייטונג אז ראמני קען זיגען די אלגעמיינע וואלען אין וויסקאנסען טראץ דעם וואס אבאמא האט גאר שטארק געזיגט דארטען אין '08.
מיט ויפיל האט ער געהאט מער וי זיין קעגנער?
א צוויי דידזשיט אויבערהאנט
בלומבערג וויל ראמני !!
Mayor Michael R. Bloomberg of New York has remained coy about whether he plans to endorse a presidential candidate this year, even as Mitt Romney and President Obama aggressively court the billionaire media mogul. The most that the mayor and his aides have said is that Mr. Bloomberg, who did not endorse in 2008, is carefully weighing his options this time around. But during casual conversations at charity event a few days ago, Mr. Bloomberg was far chattier — and candid — about the subject, according to three people who overheard him .Mr. Bloomberg said that he believed Mr. Romney would probably be better at running the country than Mr. Obama, according to two guests .
ער איז מעכטיג
זייער א ענליכע קול צו גינגרידזש
דער פאוסט באריכטעט עקסלוסיוולי אז קריסטי האט נישט געוואלט זיין ראמני'ס וויצע, ער האלט אז ראמני גייט פארלירן!
ראמני איז היינטאויסגעקליבן דורך די רעפובליקאנער פארטיי צו זיין זייער קאנדידאט פאר די קומענדיגע פרעזידענטלעכע וואלען
ענדליך 😉
אבאמא זאגט איבער די זעלבע ווערטער ווי 2008
VIDEO
אין 2008 איז אלעס שווארץ אויף שווארץ... מ'זעהט ער איז אלט געווארן
מען האט גהאקט ראמני'ס טעקס ריטורן פייל
http://mashable.com/2012/09/05/hacker-r ... x-returns/
סקומט נייעס
!THREE TIMES
דעמאקראט סלאגאן אין 2008 ..... !!YES WE CAN דעמאקראט סלאגאן אין 2012...... !!NO ONE COULD HAV E
אויב האב איך געהאט א ספק אז אונזער פרעזידענט אבאמא יר"ה וועט זיין אונזער פרעזידענט פאר נאך פיר יאר, האט
די היינטיגע נייעס מיט די שטארק אומפאראויסגעטראכטע ווערטער פונעם רעפובליקאנער קאנדידאט וואס ער האט געפלעטשקעט ביי א פאנרעיזער דעם פארגאנגענעם מאי און איז ארויפגעשווימען
היינט אויף יוטוב , מיר אוועקגעבלאזן אלע ספיקות און איך בין זיכער אז ער האט קיין שאנסן צו געוואונען און נאך דערצו זיין מאדנע עקשנות אין וואס ער האלט זיך שטארק צו די נארישקייטן און נישט מיט פאקטן באזירטע אפשטעמפלונג פון באלד האלב פונעם אמעריקאנעם פובליקום וועט אים נישט געבן קיין שאנס זיך ארויסצוזען פונעם פלאנטער אין וואס ער פאלט אלס טיפער אריין.
ווייסעך שוין אז איר זענט פאר אבאמא... 😉