☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » חתונה בבית באבוב

חתונה בבית באבוב

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5695
בלאט: 1 2

משה רוקח » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:09 pm

· #176855
חתונה בבית באבוב
נעכטן - מיטוואך פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט - איז פארגעקומען דער געהויבענע חתונה פון בת הגה"צ אבד"ק באבוב שליט"א.
📎 Wedding First -.jpg 📎 Wedding First -2.jpg 📎 Wedding First -3.jpg 📎 Wedding First -4.jpg

משה רוקח » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:10 pm

· #176857
נאך בילדער
📎 Wedding First -5.jpg 📎 Wedding First -6.jpg 📎 Wedding First -7.jpg 📎 Wedding First -8.jpg

משה רוקח » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:11 pm

· #176858
נאך בילדער
📎 Wedding First -9.jpg 📎 Wedding First -10.jpg 📎 Wedding First -11.jpg 📎 Wedding First -12.jpg

משה רוקח » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:11 pm

· #176859
נאך בילדער
📎 Wedding First -13.jpg 📎 Wedding First -14.jpg 📎 Wedding First -15.jpg

גאנצל » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:31 pm

· #176870
זייער שיין

משה רוקח » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 5:32 pm

· #176947
סאו וואט
איז מרדכי דוד דער טאטע פון דער כלה...?

פעטער

טיטאניק » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 2:17 am

· #178683
משה רוקח
סאו וואט
איז מרדכי דוד דער טאטע פון דער כלה...?

פעטער

מתקנות המקום איז צי שרייבען אויף א מנהיג כאטש די מינימום טיטעל "ר'"
כש"כ אויף א איד א גאון בתורה וביראה און האט א עדה פון איבער 2 טויזנט משפחות קימט עם נאך עפעס א טיטעל כאטש זיין פעטער האט עם פיינט
ווייל דער פעטער האט געוואלט זיין א "בן יחיד" און עס איז עם נישט געלאנגען

sefish » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 2:56 am

· #178685
2000 משפחות ביזט זיכער?

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 6:08 am

· #178686
גאון בתורה ויראה ביסט זיכער?

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:53 am

· #178703
קומט עיהם נאך עפעס א טיטל ביסט זיכער?

משה רוקח » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 10:50 pm

· #178938
דאס איז שוין גענומען פאליטיק צו א גאר נייע שטאפל. אזוי זיך צודרייט צו מאכן? בילד פון דעם מאגאזין 'א בליק'.
📎 IMG-20140123-WA0041.jpg

טיטאניק » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 11:39 pm

· #178963
משה רוקח
דאס איז שוין גענומען פאליטיק צו א גאר נייע שטאפל. אזוי זיך צודרייט צו מאכן? בילד פון דעם מאגאזין 'א בליק'.

פאר א פאקט ווייס איך אז יושע רובין פון א בליק האט איינעם מסביר געווען אז ער האט עס געדארפט טין אלץ א קלארע פסק פון די גאר הויכע פענסטער אין 48!

אז עס שטינקט פון קאפ האט די קאפ נישט קיין רעכט צו טראגן א קרוין וד"ל

הדד בן בדד » פרייטאג יאנואר 24, 2014 4:19 am

· #178993
משה רוקח
דאס איז שוין גענומען פאליטיק צו א גאר נייע שטאפל. אזוי זיך צודרייט צו מאכן? בילד פון דעם מאגאזין 'א בליק'.


איך האב נישט קיין השגה וואס מען זעהט דא, אפשר ווילסטו אזוי גוט זיין און מיר מסביר זיין

טיטאניק » פרייטאג יאנואר 24, 2014 7:28 am

· #178997
סעיוו אראפ דעם בילד און זאאאם אריין און זע וואס זיי שרייבען
דאס איז א ריכטיגע אפשפיגעלע פון חצר 48 קינדעריש און נידעריג
איך האף אז זיין טאטע זעט דאס נישט פון הימעל ווייל טאמער יא איז דאס די גרעסטער גיהנום פאר זיין טאטע מהר"ש מבאבוב זצ"ל

שטילע אינגערמאן » פרייטאג יאנואר 24, 2014 9:34 am

· #179003
טיטאניק

פאר א פאקט ווייס איך אז יושע רובין פון א בליק האט איינעם מסביר געווען אז ער האט עס געדארפט טין אלץ א קלארע פסק פון די גאר הויכע פענסטער אין 48!

יא יא, איך ווייס פאר א פאקט נאך מער, ר' ב''צ אליין האט זיך געוואטס עפפט מיט יושע רובין (נישט דער וואס האט חתונה געמאכט, דער פון דער בליק) אין ר' ב'צ האט עיהם גענוי מסביר געווען וועלכע בילדער צו לייגן אין וואס צו שרייבען. אין האט דערנאך געפענט א וואטס עפפ גרופ צוזאמען מיט עיזי ענגלאנדער אין ענגלענדער האט געזאגט ער גייט זיך לאזן קאסטען דערפאר.
נ.ב. די ביהמ''ד פענצטער אויף 48 זענען טאקע גאר הויך כמעט דריי שטאק, איך זעה נאר נישט די קשר דא אהער

signout » פרייטאג יאנואר 24, 2014 12:11 pm

· #179027
אה בליק פארמאגט א לאנגע היסטאריע פין לייגען פאלטשע אין געשניטענע פאטאשאפ בילדער, קיינער ווערט נישט קאנווינס ווען א זייערס בילדער צייגט גרויס אדער קליין איך ווינדער מיך שוין לאנג פארוואס אזא הערליכע אין פאערפול קהילה ווי באבאוו האנדעלט מיט אזא מאגעזין, ער פראבירט גראדע לעצטנס מיט א נייע ביזנעס 'דער אווענט, נאכדעם וואס דער בליק איז אין דער'ערד אין ווערט נאר אויסגעהאלטן דורך צד מהרז''ל אין ענליכ'ס

sefish » פרייטאג יאנואר 24, 2014 12:30 pm

· #179033
דער בליק פארקויפט מער ווי דער וואך.

signout » פרייטאג יאנואר 24, 2014 1:27 pm

· #179040
ווי קומט דא אריין די וואך? וועלכע געשעפט איך האב נאר געקוקט האב איך געזעהן אז ער איז נישטעמאל א עכטע קאמפעטישאן פאר די וואך, סוי האסט עפעס דעקונג? אדער דארפסט עס פשוט שרייבן וועגן די בליק מאכט חוזק פין דיינע פיינט?

sefish » פרייטאג יאנואר 24, 2014 1:31 pm

· #179041
דאס איז דער פאקט. ער פארקויפט מער פון די וואך, קלאר באשטעטיגט. ווי אומגלויבליך ס'הערט זיך מיט דעם וואס ער איז אפילו א דאלער טייערער פון די וואך. זעט אויס אז שפילן נארישע פאליטיק האט געשאט פאר דעם רובינשטיין.

זלמן זאפיר » פרייטאג יאנואר 24, 2014 1:55 pm

· #179050
ווי שפילט רובינשטיין פאליטיק?

משה רוקח » פרייטאג יאנואר 24, 2014 3:19 pm

· #179073
הדד בן בדד
משה רוקח
דאס איז שוין גענומען פאליטיק צו א גאר נייע שטאפל. אזוי זיך צודרייט צו מאכן? בילד פון דעם מאגאזין 'א בליק'.


איך האב נישט קיין השגה וואס מען זעהט דא, אפשר ווילסטו אזוי גוט זיין און מיר מסביר זיין

וואס שטייט פון אויבן? שמחת בית...?

משה רוקח » פרייטאג יאנואר 24, 2014 3:26 pm

· #179077
sefish
דאס איז דער פאקט. ער פארקויפט מער פון די וואך, קלאר באשטעטיגט. ווי אומגלויבליך ס'הערט זיך מיט דעם וואס ער איז אפילו א דאלער טייערער פון די וואך. זעט אויס אז שפילן נארישע פאליטיק האט געשאט פאר דעם רובינשטיין.

זעהט טאקע אויס ווי ביסט גערעכט... דאס איז מסתמא די דריטע refill פון א בליק...
📎 IMG-20140124-WA0031.jpg

הדד בן בדד » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 7:44 pm

· #179098
מיין טאטע איז שטערקער פון דיין טאטע...

הדד בן בדד » זונטאג יאנואר 26, 2014 12:58 am

· #179173
און אזוי ווי מיין טאטע איז דאך שטערקער האב איך אויך עפעס צו זאגן אויף דעם. עס איז לגמרי נישט קיין נפק"מ ווער עס פארקויפט מער, אויב טאקע פארקויפט די בליק מער איז עס ס"ה נאך א אינדיקעיטער אויף ווי נידריג און פלאטשיק אונזער דור איז.

קענסט זאגן וואס דו ווילסט, אין מקוה אדער אין פאליש קענסטו אים רופן קארטשין, איך צוקראץ זיך נישט דערפאר, אבער פאר א אפיציעלע פאבליקאציע זיך אזוי ביליג צו מאכן איז פלעין געמאכט דאס גענאר פון זיך אליינס. סאו פון מיין זייט מעג ער פארקויפן מער, איך גיי זיך נישט אריינזעצן אין איין טאפ מיט פערד אפילו אויב זיי זענען זייער אסאך. ווי האט דער ברך משה נאכגעזאגט פונעם פעטער: מיט א נאר שרייבט מען נישט אונטער אפילו אויף די עשרת הדברות.

שאולי » זונטאג יאנואר 26, 2014 9:09 am

· #179202
פאקטען
משה רוקח
sefish
דאס איז דער פאקט. ער פארקויפט מער פון די וואך, קלאר באשטעטיגט. ווי אומגלויבליך ס'הערט זיך מיט דעם וואס ער איז אפילו א דאלער טייערער פון די וואך. זעט אויס אז שפילן נארישע פאליטיק האט געשאט פאר דעם רובינשטיין.

זעהט טאקע אויס ווי ביסט גערעכט... דאס איז מסתמא די דריטע refill פון א בליק...

זעט אויס אז דער sefish האט זיך צוהרגט מיט רובינשטיין קען זיין ווייל זיין צייטונג איז מער ארוניש געשטימט ממילא קומט אים שוין ד' מיתות בית דין לדעת sefish (ווי זאגט דער מהר"א מסאטמאר "ווער ס'פארשטייט פארשטייט")
און די טריקענע פאקטן קען מען זען יעדן פרייטאג אין בארא פארק מאנסי וויליאמסבורג
ווי פון די "א בליק" בלייבט איבער חמרים חמרים ווי די טויטע פרעש נאך מכת צפרדע, משא"כ "די וואך" לויפט אויס פון די געשעפטן ווי הייסע חמץ מוצאי פסח, דאס איז א זאך וואס איר קענט זיך אליין איבערצייגן, גייט ארים אין גראסעריס פרייטאג א שעה פארן זמן, גייטס צו סופער 13 אדער גארמעט גלאט אד"ג וועט איר זיך איבערצייגן
מאכט זיך אמאל ווען די וואך איז אויסגעגאנגען און איך וויל בלייבן מיט כאטש עפעס אין שב"ק קויף בלית ברירה "א בליק" אבער איך האב נאך חרטה יעדעס מאל פארן אויסגעבן געלט פאר אזא קינדערישע ארבעט
קודם איינס די גרעפיק איז לא עלינו, אגעקען "די וואך" וואס איז פראפעסיאנאל שיין, נאכדעם די קאוואלעטי בילדער זענען זייער שוואך אין "א בליק", משא"כ "די וואך" האט הערליכע קלארע בילדער
און די עיקר "די תוכן", "א בליק" פארקויפט זייער אסאך זאכן וואס איך וואלט נישט געוואלט אז מיינע קינדער (ווען איך וועל האבן בעז"ה) זאלן דאס ליינען, (ווער ס'האט עס געזעהן "פארשטייט") ווייטער "די וואך" האט גאר אויסגעהאלטענע סחורה, ערליך און אידיש און היימיש.
און אין די חלק התוכן לייג איך צו די נערישע קינדערישע פאליטיק שטיק וואס "א בליק" לייגט אריין "מיט גרויס פיקחות" וואס נאר אזא איינער ווי יושע רובין קען "מחדש" זיין, ווי למשל דאס וואס ער האט געטוהן די וואך מיט די באבובע חתונה, אדער וואס ער האט געטוהן ביי דעם ביכל וואס ער האט ארויסגע*אכט בעפאר יו"ט סוכות, א גרויל, דער האט נישט קיין סעלף דיגנעטי, א קליין קעפיגער
משא"כ די וואך, כאטש עס איז דא א הוראה "בפירוש" פון דער באבובער רב 48 אז מען זאל ארויס ווארפען זייערע פאטאגרפערס, מיט דעם אלעם קומען זיי מאכן בילדער און טרייען אים צו דעקן זייער שיין און ובכבוד הראוי אלץ א רבי פון טויזענטע חסידים, אדרבה זע וואס זיי האבן געמאכט מיט 2 וואכן צוריק, דאכט זיך 3 גאנצע עמודים, הערליך שיין, און דאס איז אין א צייט וואס עס האט שוין געקאסט פאר "די וואך" אסאך אסאך היזיקים און שלעק וואס זיי האבן געכאפט פון באבוב 48 פאר די איינציגע חטא פון "אויך" דעקן רמ"ד מבאבוב, און שרייבן אויך אים "באבוב" אן קיין צונאמען אדער אנדערע כינוי, דאס איז די אייניגציסטע חטא פון די וואך, אז זיי ווילן "יעדעם" מכבד זיין די זעלבע אן שפילן פאליטיק
און באבובע רבי פון 48 האט א גוריסע פראבלעם מיט דעם, ווייל לשיטתו איז די גרעסטע עבירה אין דעם היינטיגן דור אויב מען שרייבט אויף רמ"ד אונגאר "באבוב", ערגער פון אלע 3 עבירות, ערגער פון אלעס, ממש ווי אנדערע האבן דאס באצייכנט ווי "כל זה אנני שוה לי", און וויבאלד "די וואך" איז געוועהן דער ערשטער "מחוצף" וואס האט נישט מורא געהאט און געשריבן אויף רמ"ד "באבוב" אן קיין צונאמען, וויבאלד זיי זענען געווען די "פרוצי הגדר" ""רח"ל"" קומט זיי אלע ד' מיתות בי"ד בנשימה אחת
פאר דעם פלעגט באבוב 49 זיכער מאכן אז קיין שום צייטונג שרייבט נישט אויף רמ"ד "באבוב" זיי האבן געצאלט שווערע געלטער און געלייגט גרויס לחץ, און די צייטונגען האבן דאס אויסגעפאלגט (וואס טוט מען שניט פאר קיין געלט)
אבער איינמאהל "די וואך" האט באשלאסן אז פונקט ווי ספינקא קרעטשניף קאסאן סלאנים וויזניץ רחמסטריווקא קלויזנבורג לעלוב שטערנאביל וכו' מעג זיין מער ווי איינס, מעג אויך זיין מער ווי איין באבוב, באבוב 45 האבן אונטער זיך מער חסידים ווי יעדע חסידות וואס איך האב נאר אויסגערעכט דא, זיי פארמאגן (א ביטערע פאקט פאר 48) איבער 2 טויזנט משפחות ארום די וועלט! און א רבי מיט די סכום חסידים האט נאך די מינימאלע רעכט צו טראגן די נאמען כאטש מען האט באווויזן צוצונעמען פון אים אלע נכסים, סיי פריוואטע און סיי קהל'שע, סך הכל "אביסל נימוס"
דאס האט דער רב פון 48 נישט אויסגעהאלטן, ווייל איינמאל די וואך האט געשריבן "באבוב" אויף רמ"ד האבן אסאך צייטונגען עס נאכגעמאכט און דער באבובער רב 48 האלט אז די וואך זענען די גרעסטע רשעים און עס קומט זיי אלע עונשים, ממילא יעדעס מאל וואס א בחורל קומט קיין 48 כאפט ער שלעק, מען נעמט אים צו זיין קעמערע און מען ווארפט אים ארויס (כנהוג בבאבוב "אלע יארן")
אבער די וואך נעמט נישט נקמה! מיט די אלע רשעות גייען זיי און זיי דעקן רב"צ הערליך שיין, יעדעס מאל און יעדע צייט, טאקע זיי קענען נישט האבן די קוואלעטי בילדער וואס א בליק האט ווייל דאס וואס זיי האבן יא איז געמאכט קוים מיט צרות, אבער זיי טוען זייער בעסט צו געבען פאר יעדע קהילה זייער כבוד הראוי נישט קיין חילוק ווי אזוי דער קהילה פירט זיך אויף צו זיי
אבער א בליק איז געבויט און געשטיצט דורך מיכל גרינפעלד פון באבוב 48 וועלכע ניצט דעם חכם מחוכם יושע רובין אלץ מייק פון 48 און זיי מאכן "פורים" יעדעס מאל פון באבוב 45, עס דערמאנט מיר די סטייל ווי מיר האבן זיך געקריגט אין ישיבה קטנה, מיט בחורישע שפיצעלך "חאחאחאחא" דאס געווען א גוטסססססס!!!!! חחחחחחחחאאאאאאא
די געדאנק שטיקעס ווערט דאס אויסגעפירט, עס איז ביליג און נידעריג
איך בין נישט קיין באבובער חסיד אבער איך גיי צו ביידער אדמורים, און איך האלט אז באבוב 48 פירט שענערע טישן און האט א גערעסע עולם (נישט דא וואס צו זאגן) און איך שטיי "משתאה לדעת" ווע"פ דארף 48 דינגען דעם גארבידזש טראק "א בליק" זאל פירן זייערע מערכות אויף א ביליגע לעוול?? אזוי ווייט גייט די קרענק פון "כל זה אנני שוה לי""?

נאכמער, יעדע קאלאם וואס די וואך פארמאגא אדער זענען מחדש וועט א בליק דאס טרייען נאכצוקאפיען א וואך שפעטער, זיל גמור
עס איז ביליג און נידעריג, און גענוג זיך ביליג געמאכט צו רעדן איבער דעם, פון דא און ווייטער אויב זיי ענפערען וועל איך לייגן בילדער וואס איך האב ווי יעדער וועט זען וואס פורים זיי זענען

סאו וואט » זונטאג יאנואר 26, 2014 2:14 pm

· #179267
מיט דעם פאקט ביסטו גערעכט אז דער וואך איז שענער און גרעפיקס בילדער ועוד ועוד,
אבער שאולי טשעק יור סורסערס, דער וואך האט אנגעהויבען מיט'ן נידריגע קינדערישע אקט, צו מאכען בלורי יעדער פיקטשער וואס מ'לייגט אריין פון רב"ץ.
גערעכט דריי פעידשעס, אבער דריי פעידשזעס מיט בלורי פיקטשערס, כאילו זיי האבען גארנישט קיין שיינע, נאר דער וואך האט עס אנגעהויבען במזיד צו טוען,
און דערפאר מעג א בליק זיך נוקם זיין מיטן זעלבע טאקטיק.. עם עקש..
דוק ותמצא

שאולי » זונטאג יאנואר 26, 2014 5:11 pm

· #179326
האסט נישט געליינט מיין מגילה
אין די לאנגע מגילה שילדער איך די פאקט וואס עס איז ברייט באקאנט פאר די וואס ליגן אין די ליין
אז יעדער פאטאגראפער פון די וואך וואס קומט אריין קיין באבוב 48 כאפט שלעק, עס איז א מציאות וואס גייט אן פון ווען די וואך האט זיך גענומען שרייבען אויף רמ"ד די נאמען "באבוב"
אבער דא קומט ארויס די שיינקייט און בראווקייט פון רובינשטיין אז כאטש ער כאפט שלעק פון זיי און האט פון זיי אסאך הזיקים גייט ער און פרובירט צו געבן פאר 48 די בעסטע דעקונג מעגליך
און די בלורי בילדער קומען א דאנק וואס זיינע פיקטשער כאפערס מוזן כאפן די בילדער בחורים ובסדקים פשוט ווייל זיי כאפן שלעק
דאס איז די גאנצע מעשה מיט די בלורי בילדער, רב"צ אליינס איז שולדיג דערין, און זיי ווייסן דאס גוט, דאס מיינט מוסיף פשע על פשע, און וויינען מיט גזלן טרערן
און נאך א נקודה
איך ווייס אז רב"צ זייט געבן דעם איינדרוק אז די וואך איז איינזייטיג אבער עס איז נישט אזוי, ווען זיי האבן א בילד פון אים וועלן זיי דאס דעקן בכל הכבוד
משא"כ א בליק וואס מאכט ביליג חוזק, למשל די קעפל פון "סאסרעגען" און דאס גלייכן, שטיקעס וואס די וואך וואלט נישט געטון פאר קיינעם און זיכער נישט פאר באבוב
שטעל דיך פאר אז עס שטייט אין די וואך אויף רב"צ "שמחת בית קראטשין" אדער "שמחת נישאוי נכדת אדמו"ר ממוזשאי" עפעס אזוי.....
אבער ניין, כאטש זיי כאפן קלעפ, כאטש מען מאכט זיי היזיקים אין יעדע וועג על לא עוול בכפם, פשוט ווייל זיי ווילן נישט איגנארן די קהילת רמ"ד (און גייען מיט דעם קעגן רצונו הקדוש פון דער אפגעגלטער שטריימל רבי) דאך געבן זיי די גאנצע כבוד פאר יענעם
איך פערסענאל גיב איך אסאך קרעדיט פאר די וואך און איך האלט אז א בליק איז א צייטונג וואס איז די "חיים שאולזאן" אויסגאבע אין בילדער.... ביליג קינדעריש און פארפירירש

שעפטל » זונטאג יאנואר 26, 2014 5:33 pm

· #179338
גראגע האב איך שטארק געשמייכעלט ווען כ'האב געזעהן דעם סאסרעגן קעפל (און @משה רוקח האט געקריגן א לייק דערפאר....!)

ראש הישיבה » מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:07 pm

· #179615
איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס אין דער וועלט וועט איינער וואס איז עלטער ווי 6 יאהר אלט קויפן איינען פון די מאגאזינען ווי דער וואך בליק כל העולם כלו וכו'? וואס זעהט מען שוין דארט? ווי הונדערטער מענטשן זענען גרייט צו שטיין ווי בהמות אין applauss'en א מענטש וואס טוהט גארנישט פראדאקטיוו? ווי איז self ריספעקט? ווען איך זעה א דערוואקסענע נעמן אזא מאגאזין, טראכט איך נעבעך דער שוטה! עכ"פ אויב דו ווייסט נישט יש אנשים וואס זעהן דיר נעמען די מאגאזין און קוקן דיר אהן ווי א ....

petergrifin » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 8:07 pm

· #309464
Re: חתונה בבית באבוב

שטאפענע קאפעליטש » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 3:20 pm

· #309894
ערשטע מאל כזעה. א חסידות געבט אויפציעל ארויס מטעם הקהילה א יו-טוב קליפ אדער א ווטסעפפ קליפ, נאך מיט א נדבן אויך

חכימא דיהודאי » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 8:34 pm

· #312459

ציבעלע-קיגל » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 3:37 pm

· #313699
דער מיט'ן ווייסע בארד, איז דער 45טער זצ"ל אדער דער 48טער זצ"ל?

ליפא » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 8:44 pm

· #314981

סקרן » מיטוואך פעברואר 8, 2017 12:03 pm

· #362282
היינט נאכט קומט פאר די גרויסארטיגע חתונה פונ'ם יונגסטן טאכטער פון כ"ק אדמור מבאבוב שליט"א

ליפא » מיטוואך פעברואר 8, 2017 12:36 pm

· #362284
Which bovov

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך פעברואר 8, 2017 1:11 pm

· #362288
Re: חתונה בבית באבוב
היינט נאכט קומט פאר דער גרויסארטיגע חתונה, וואס אחד מגדולי מקורבי הרמ"ד מבאבוב45 און א דירעקטע אייניקעל פון דער קדושת ציון, ה"ה הנדיב הנכבד הרב לייבעל שטעמפעל שליט"א גיבט אוועק אן איינקעל, בן לחתנו הרב אברהם אבא הורוביץ, מיט זיין קאזין הרב"צ הלברשטאם בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצ"ל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

סקרן » מיטוואך פעברואר 8, 2017 1:33 pm

· #362289
ליטוואק פון בודאפעסט
היינט נאכט קומט פאר דער גרויסארטיגע חתונה, וואס אחד מגדולי מקורבי הרמ"ד מבאבוב45 און א דירעקטע אייניקעל פון דער קדושת ציון, ה"ה הנדיב הנכבד הרב לייבעל שטעמפעל שליט"א גיבט אוועק אן איינקעל, בן לחתנו הרב אברהם אבא הורוביץ, מיט זיין קאזין הרב"צ הלברשטאם בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצ"ל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פון ווי נעמט איר אייער אינפארמעישין?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך פעברואר 8, 2017 1:35 pm

· #362290
Re: חתונה בבית באבוב
ווייל איך קען איהם, ווי אויך פון דעם אז די 48׳ער קענען נישט שרייבען זיין נאמען אלס א זיידע

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

סקרן » מיטוואך פעברואר 8, 2017 1:36 pm

· #362291
יאך קען אים אויך ער איז גארנישט ממקורבי און אואדאי נישט מגדולי
ער האט סך הכל זייער נישט ליב מהרב"צ

סקרן » זונטאג פעברואר 12, 2017 1:48 pm

· #362568
בילדער פונעם חתונה
📎 0380_Bobov_Wedding_2017.jpg 📎 0380_Bobov_Wedding_2017.jpg 📎 0490_Bobov_Wedding_2017-2.jpg 📎 0918_Bobov_Wedding_2017.jpg 📎 1027_Bobov_Wedding_2017.jpg

סקרן » זונטאג פעברואר 12, 2017 1:50 pm

· #362569
נאך
📎 1927_Bobov_Wedding_2017.jpg 📎 3265_Bobov_Wedding_2017.jpg 📎 3791_Bobov_Wedding_2017.jpg 📎 4030_Bobov_Wedding_2017.jpg 📎 4103_Bobov_Wedding_2017.jpg

סקרן » זונטאג פעברואר 12, 2017 1:51 pm

· #362570
נאך
📎 4280_Bobov_Wedding_2017.jpg 📎 4884_Bobov_Wedding_2017.jpg 📎 5185_Bobov_Wedding_2017.jpg 📎 5823_Bobov_Wedding_2017.jpg 📎 5723_Bobov_Wedding_2017.jpg

גאנצל » זונטאג פעברואר 12, 2017 5:00 pm

· #362588
איז ער ניט געווען צוקריגט מיט ר' יעקב יוסף ?

יעלה ויבא » זונטאג פעברואר 12, 2017 5:35 pm

· #362592
Re: חתונה בבית באבוב
He still is. He probably came because of Reb leibel Stempel

lead, follow, or get out of the way

גראף » זונטאג פעברואר 12, 2017 7:09 pm

· #362601
Re: חתונה בבית באבוב
גאנצל
איז ער ניט געווען צוקריגט מיט ר' יעקב יוסף ?

פארדעם שטייט דער ... גרייט צו ווארפן.

סקרן » מאנטאג פעברואר 13, 2017 1:46 pm

· #362685
ס'איז א Cold war ער גייט צו אלע באבובער חתונה'ס בבית מהרב"צ

ביליג » מאנטאג פעברואר 13, 2017 3:11 pm

· #362696
Re: חתונה בבית באבוב
עס קאכט אין באבוב!
ר' ליבל סטעמפל איז געקומען צו די חתונה אלץ זיידע. און ער איז געגאנגען צו רמ"ד....

סקרן » מאנטאג פעברואר 13, 2017 3:22 pm

· #362699
קיינער קאכט נישט
ער איז נישט געגאנגן זיין איידעם הלברשטאם האט אים אריינגענארט
קען זיין אז לעצטעס מאל און נעקסט מאל וועט ער גיין
אבער ער איז נישט סטופיד
ווען ער מאכט חתונה אן אייניקל גייט ער נישט לויפן דארט
זיין איידים איז ידוע אלץ אן אויבער חכם

מיר'ער בחור » מאנטאג פעברואר 13, 2017 3:57 pm

· #362701
ביליג
עס קאכט אין באבוב!
ר' ליבל סטעמפל איז געקומען צו די חתונה אלץ זיידע. און ער איז געגאנגען צו רמ"ד....

אזוי האט מען געמיינט שבת צופרי ווען ער'יז נישט אנגעקומען צום דאווענען אין 48 אבער למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט געדאווענט ותיקין ( קען זיין אז ער האט דווקא געדאווענט ותיקין....)
בלאט: 1 2