☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » חתונה בבית באבוב

חתונה בבית באבוב

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5695
בלאט: 1 2

סקרן » מאנטאג פעברואר 13, 2017 4:03 pm

· #362702
ער דאווענט שוין יארן ותיקין

ברוך שאמר » מיטוואך פעברואר 15, 2017 8:32 am

· #362883
וואס האט פעסירט זינטיג מאכט ביי די סטעמפל שבע ברכות ?

יעלה ויבא » מיטוואך פעברואר 15, 2017 9:12 am

· #362884
Re: חתונה בבית באבוב
C/P
זונטאג ביים שבע ברכות בבית באבוב 48, צוגעשטעלט דורך הגה"צ רבי לייבל סטעמפל ובני משפחתו
די מחותנים און חתן טאנצען קעגן דעם זיידן ר' לייבל
צוויי קינדער פון ר' לייבל, ר' בן ציון דוב הלברשטאם און ר' דוד אריה עהרנפעלד (45) גייען אריין טאנצען אינעם רינג, דער רב געבט א בליק, זעהט זיי, אויפן סקונדע פארלאזט דעם רינג, פרעגט זיין זוהן ווי די ארויסגאנג, שפאנט שנעל אהין, אפאהר סקונדעס דערויף די גבאים לויפן נאך, דער גאנצער עולם קוקט זיך אום פארלוירן, וואס גייט פאר?...
וואס מען זעהט נישט אויפן קליפ איז ווי דער רב לויפט אהיים אין די קעלט אהן זיין פעלץ און אהן זיין שטעקן, און ווי א בחור קומט עטליכע מינוט שפעטער אפנעמען דאס פעלץ מיטן שטעקן און די מאנטלען פון די גבאים...

lead, follow, or get out of the way

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך פעברואר 15, 2017 9:20 am

· #362885
אין ווי האט ער געבענטש?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך פעברואר 15, 2017 10:28 am

· #362886
דו טראגסט עכטע דאגות

אייז קריעם » מיטוואך פעברואר 15, 2017 3:31 pm

· #362900
התם ומתמם עם תמימים
אין ווי האט ער געבענטש?

ער האט געשאלטן..

שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 15, 2017 8:56 pm

· #362922
יעלה ויבא
C/P
זונטאג ביים שבע ברכות בבית באבוב 48, צוגעשטעלט דורך הגה"צ רבי לייבל סטעמפל ובני משפחתו
די מחותנים און חתן טאנצען קעגן דעם זיידן ר' לייבל
צוויי קינדער פון ר' לייבל, ר' בן ציון דוב הלברשטאם און ר' דוד אריה עהרנפעלד (45) גייען אריין טאנצען אינעם רינג, דער רב געבט א בליק, זעהט זיי, אויפן סקונדע פארלאזט דעם רינג, פרעגט זיין זוהן ווי די ארויסגאנג, שפאנט שנעל אהין, אפאהר סקונדעס דערויף די גבאים לויפן נאך, דער גאנצער עולם קוקט זיך אום פארלוירן, וואס גייט פאר?...
וואס מען זעהט נישט אויפן קליפ איז ווי דער רב לויפט אהיים אין די קעלט אהן זיין פעלץ און אהן זיין שטעקן, און ווי א בחור קומט עטליכע מינוט שפעטער אפנעמען דאס פעלץ מיטן שטעקן און די מאנטלען פון די גבאים...

lead, follow, or get out of the way


זיי מסביר אביסול וואס דא טוט זיך ווייל נישט יעדער איז באקאנט. ר' דוד ארי' ערענפעלד איז מאטערסדארפ'ע רב'ס זוהן, אן איידים ביי רב סטעמפל, דאס ווייס איך.
ווער איז ר' בנציון דוב האלבערשטם, אויך אן איידים ביי סטעמפל? (און אגב, וועמענס זוהן איז ער?) און פארוואס קען נישט מרב"ץ זיין דארט ווען זיי טאנצן? ר' דוד ארי' האט גארנישט מיט די באבובע פאליטיק, איז ב"צ דוב ה"ש א 45'ער?

מיר'ער בחור » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 6:48 am

· #362933
רבצ"ד האלברשטאם איז א זון פונעם סארוואש'ער אין ער האט ארויסגעגעבן די ספר זאת התורה לא תהא מוחלפת פון קהילת 45.

אגב, ס'דא א קליפ פון די שבע ברכות, קען עס איינער אפשר ארויפלייגן?

Interesting man » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:51 am

· #362935
מיר'ער בחור
רבצ"ד האלברשטאם איז א זון פונעם סארוואש'ער אין ער האט ארויסגעגעבן די ספר זאת התורה לא תהא מוחלפת פון קהילת 45.

אה, דאס איז דער ספר אוף די מפורסם'דיגע באבובס דין תורה?

freidyoel » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 11:01 am

· #362957
Re: חתונה בבית באבוב
מיר'ער בחור
רבצ"ד האלברשטאם איז א זון פונעם סארוואש'ער אין ער האט ארויסגעגעבן די ספר זאת התורה לא תהא מוחלפת פון קהילת 45.

אגב, ס'דא א קליפ פון די שבע ברכות, קען עס איינער אפשר ארויפלייגן?

Check out @YitzyBergman's Tweet: <a class="postlink" href="https://twitter.com/YitzyBergman/status/831930747170803717?s=09">https://twitter.com/YitzyBergman/status ... 03717?s=09</a>

אברעימל » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 11:24 am

· #362961
יעלה ויבא

זונטאג ביים שבע ברכות בבית באבוב 48, צוגעשטעלט דורך הגה"צ רבי לייבל סטעמפל ובני משפחתו
די מחותנים און חתן טאנצען קעגן דעם זיידן ר' לייבל
צוויי קינדער פון ר' לייבל, ר' בן ציון דוב הלברשטאם און ר' דוד אריה עהרנפעלד (45) גייען אריין טאנצען אינעם רינג, דער רב געבט א בליק, זעהט זיי, אויפן סקונדע פארלאזט דעם רינג, פרעגט זיין זוהן ווי די ארויסגאנג, שפאנט שנעל אהין, אפאהר סקונדעס דערויף די גבאים לויפן נאך, דער גאנצער עולם קוקט זיך אום פארלוירן, וואס גייט פאר?...
וואס מען זעהט נישט אויפן קליפ איז ווי דער רב לויפט אהיים אין די קעלט אהן זיין פעלץ און אהן זיין שטעקן, און ווי א בחור קומט עטליכע מינוט שפעטער אפנעמען דאס פעלץ מיטן שטעקן און די מאנטלען פון די גבאים...



דא איז די קליפ.

קלוגע יודל » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 6:44 pm

· #363021
Re: חתונה בבית באבוב
וואס איז די דאגה פון א יוד מיט טויזענטער(?) חסידים וואס שרייען קדוש קדוש אויף איהם. גלייך נאך א חופה פון א טאכטער, ווי די גרויסע זיידעס האבן זיך משתתף געוועהן???

געוויסע רבי'ס האבן זיך געזארגט אז די אלע געסט זאלן האבן וואס צו עסן, געוויסע אויב די קידושין איז גוט געוועהן וכו'. וואס האט זיך אונזער צדיק געזארגט מיט?

ער דרייט זיך ארום צו זיין מחותן און זאגט אזוי "זאג פאר בצ"ד האלבערשטאם, אז ער זאל זיך נישט משתתף זיין ביי די סעודת שבת שבע ברכות!"

אשריכם ישראל, אז מען האט זוכה געווען צו אזעלעכע רבי'ס וואס האבן אונזין יעדע קליינע פרט גלייך נאך די חופה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 6:47 pm

· #363023
Re: חתונה בבית באבוב
ווייל דער מחותן איז נישט זיין זוהן און ער מוז איהם נישט הארכען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 9:34 pm

· #363048
מיר קוקט עס אויס ווי ער האט סתם געדארפט א טוילעט וויכטיג (יא רעבעס גייען אויך אין טוילעט).

משולם שטיינפעלד » פרייטאג פעברואר 17, 2017 7:55 am

· #363072
קלוגע יודל
וואס איז די דאגה פון א יוד מיט טויזענטער(?) חסידים וואס שרייען קדוש קדוש אויף איהם. גלייך נאך א חופה פון א טאכטער, ווי די גרויסע זיידעס האבן זיך משתתף געוועהן???

געוויסע רבי'ס האבן זיך געזארגט אז די אלע געסט זאלן האבן וואס צו עסן, געוויסע אויב די קידושין איז גוט געוועהן וכו'. וואס האט זיך אונזער צדיק געזארגט מיט?

ער דרייט זיך ארום צו זיין מחותן און זאגט אזוי "זאג פאר בצ"ד האלבערשטאם, אז ער זאל זיך נישט משתתף זיין ביי די סעודת שבת שבע ברכות!"

אשריכם ישראל, אז מען האט זוכה געווען צו אזעלעכע רבי'ס וואס האבן אונזין יעדע קליינע פרט גלייך נאך די חופה.


ער'ט ניטאמאל אויסגעווארט אויף נאך די חופה, אונטער די חופה, תיכף נאך די סידור קידושין, נאך איידער די חתן האט עספיעט ארויפצולייגן דאס רינגל אויפן כלהס פינגער האט ער אים געזאגט, "בצ"ד ה"ש זאל נישט קומען צו שבת שבע ברכות"

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 17, 2017 9:22 am

· #363077
Re: חתונה בבית באבוב
איך פארשטיי נישט דער עולם. דאס איז נאך א חידוש ביי ענק? ס׳האט קיינער נישט געטראכט אז דער באבוב48׳ער איז עפעס העכער ווי דעם. זיין חסידים האבען זיך שוין אן עצה געגעבען דערמיט און אין די פרעמד איז ער סתם א וויץ, קיינער קימערט זיך נישט מיט איהם אחוץ זיין מענטשען. אומזיסט מיינסטו ער האט זיך געשטעלט א ליניע אז ער גייט אין ערגעץ נישט? דער וואס מ׳ליידענט נישט גייט נישט.
בקיצור, דער מעשה איז פונקט ווי זאגען אז ער האט אנגעטוהן די הויזען צופרי. נישט קיין חידוש

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Chasidishmashpia » זונטאג פעברואר 19, 2017 10:40 am

· #363165
נעבאך
בלאט: 1 2