☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » בליצן בליצן בליצן פון אונזערע "היימישע" שרייבער
בליצן בליצן בליצן פון אונזערע "היימישע" שרייבער
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5651
מאטי » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:27 pm
· #175270
בליצן בליצן בליצן פון אונזערע "היימישע" שרייבער
אין ליכט וואס אונזער (אלט)נייער חבר "הרב פישעלע" איז אויף געקומען מיטן געניאלן בייפאל, צו פאר'סךהכל'ן און פאראיייביגען יעדע שטיק צייט די "סמעטענע" פונעם שטיבל "למען ירוץ הקורא"״ אויף די וואוילע סחורה וואס מחמת ריהטא דלישנא האט מען נישט עספיעט אריין-צוכאפן. (און בחדא מחתא וועל איך אים שוין באדאנקען פארן אריינלייגען מיינע ארטיקלען). בין איך אינספירירט געווארן צו עפענען אן אשכול צו פאר-אייביגן; בליצן, גוטע ווערטליך, אזעלכע "תגובה בייטס", וואס קומען אינסטינקטיוו ארויס פון אונזערע חשוב'ע שרייבער, כי רבים הם, און ס'מאכט זיך אז מ'פארפאסט אמאהל א גוטס און ס׳פארט אראפ אונטן ולא נודע כי ......
עטליכע רולס אף אינגעדזשמענט בלויז אייך צו קענען סערווירן בעסער (און פאר אינשורענס פערפאסעס וואטעווער דעט מינס):
ביטע אריינלייגען נאר קלענערע תגובה'לעך - כ'וואלט געזאגט ווייניגער ווי דריי שורות.
ביטע לייגן נאר תגובות וואס האבן באקומען 6 לייקס אדער מער.
לייגט א לינק צום מקור כדי צו קענען געבן פארן ניק זיין פארדינטע אנערקענונג.
פרובירט צו זוכן סחורה פון ווייניגער געליינטע אשכולות כדי די ליינער דא זאלן האבן א גרעסערן טשאנס צו ליינען דעם "בליץ" צום ערשטען מאהל.
אויב דער תגובה האט א שייכות מיטן פריערדיגער שמועס, מאכט א קליינע הקדמה'לע.
צום ביישפיל :
אינעם פאעזיע אשכול איז ברסלבער געפרעגט געווארן פארוואס ער שרייבט נישט.
האט ער געענפערט:
"עפעס גייט פאר מיט מיין ארבעל, איך שאקל און איך שאקל און עס קומט גארנישט ארויס..."
נהורא נפישא האט זיך באקלאגט אז אן אלטער איד אין שול רופט א יעדן איינעם שייגעצל וואס זאל ער זאגן פאר זיין אינגל.
אויף דעם האט מאטי געענפערט:
"זיי אים מסביר, אז דער אלטער האט נעבעך געהאט א אינגעל דיין זונס עלטער מיטן נאמען "ישעי' געציל", און די רשעים האבן אים נעבעך...... זייט דעמאלט רופט ער א יעדן איינעם שיי געציל."
אינעם אשכול: פארוואס זיך צו פארלייגן אויף שטותים (פרומקייטן) האט געפילטע פיש געשריבן:
"געווען אמאל א מעשה מיט א בוים וואס מ'האט פון איר נישט געטארט עסן. געווען דארט א פרומע מאן וואס האט מורא געהאט אז זיין ווייב וועט נישט גענוג שטארק נזהר זיין, האט ער איר באפוילן אז צו דעם גע'אסר'טן בוים טאר מען בכלל נישט אנרירן. שפעטער געווען עפעס א מעשה מיט א שלאנג, כ'געדענק שוין נישט פונקטליך... אבער דעמאלס האט יעדער איינגעזעהן ווי וויכטיג ס'איז צו לייגן גדרים."
שיצט אייך ארויף די ארבלען, און נעמט זיך צו די עבודה.
פיש כאפער » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:50 pm
· #175278
דער בלאט האט א שנעלער קאפ. דער איד איז נאך דערשיטערט, און דער בלאט האלט שוין ביי תשובה.רויטע וואנצעס קאמענטירט אויף די רעאקציע פון היימישע צייטונגען איבער׳ן מארד פון ר׳ מנחם שטארק ע״ה
פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:44 am
· #175307
אין ליכט וואס אונזער (אלט)נייער חבר ״הרב פישעלע״
אויב מיינסטו מרמז צו זיין מיין סטינט אינעם פראג'ער ישיבה, אל תזכור לנו עוונות ראשונים ביטע....
מאטי » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:46 am
· #175308
ניין כ׳האב געמיינט, זשאסט אין קעיס ׳ביסט דער זעלבער הערינג נאר אין אן אנדערן פלעווער ודוק״ל...
shem-tov » פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:39 am
· #175337
פישל'ע העררינג
אין ליכט וואס אונזער (אלט)נייער חבר ״הרב פישעלע״
אויב מיינסטו מרמז צו זיין מיין סטינט אינעם פראג'ער ישיבה, אל תזכור לנו עוונות ראשונים ביטע....
מאטי » פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:50 am
· #175342
אין פראג איז דא אן אלט נייער שול , מסתם אויך גענוצט געווארן פאר די ישיבה .
shem-tov » פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:56 am
· #175345
שכח, איך פרעג וואס מיינט מיין סטינט. איז עס א טייפא אדער וואס
מאטי » פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:02 am
· #175351
פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:02 am
· #175352
shem-tov
שכח, איך פרעג וואס מיינט מיין סטינט. איז עס א טייפא אדער וואס
פון וועבסטער דיקשאנערי:
b : a period of time spent at a particular activity <served >a brief stint as a waiter
shem-tov » פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:05 am
· #175354
thanks moti never heard of this before
shem-tov » פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:12 am
· #175357
פישעלע הערינג, מעג איך פרעגן וואס איז געווען אייער סטינט אינעם פראג'ער ישיבה און וואס איז די עוונת ראשונים
פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:15 am
· #175358
יא, דו מעגסט פרעגן. אגב, דו קענסט טוהן אויף די וועלט וואס דיין הארץ באגערט נאר אן מיך פרעגן. איך וועל דיך אבער נישט ענטפערן, מחמת חשש גילוי והמסתעף.
פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:17 am
· #175361
אגב, שם טוב, לגבי דיין חתימה, האב איך אמאהל געהערט, טאקע אין ישיבת פראג, אז בחו"ר איז ראשי תיבות ח'יה ר'עה ו'לומד ב'ישיבה...
shem-tov » פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:22 am
· #175362
דאס איז דאך אויף יעדע בחור, לאו דווקא אויף די פראג'ע בחורים
shem-tov » פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:25 am
· #175363
בקיצור אנטשולדיגט כהאב געפרעגט איך בין היבש אביסל באקאנט בעולם הישיבות טאקע פון די סארט, האב איך פשוט געוואלט הערען עפעס א קרישקעלע, אבער כפארשטיי דיין קאנסערנס
פישלע העררינג » זונטאג יאנואר 12, 2014 1:23 pm
· #175733
איך בין מגיב סתם כדי ארויפצוברענגן דעם אשכול. עס איז א גוטע אשכול אויף צו געבן קרעדיט אביסל פאר געשפיצטע "וואן-ליינערס" וואס מען באגעגענט, מען פארט עס אדורך, און דערנאך מאכט מען א שארט-סטאפ און מען בעקט אויף אביסל איבערקוקען, וואאאאאאאאאס שרייבט ער דארט?!
מאטי » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:06 pm
· #175755
נו, נעם דיך פאקן (מיט א p) סחורה!
מאטי » מאנטאג יאנואר 13, 2014 9:25 am
· #175965
@Starbucks ווארפט אריין א "פלאקן" אינמיטן א הייסע דעבאטע, משנ"ב אדער ערוך השולחן.
"איך ווייס נישט משנה ברורה אדער ערוך השולחן, ביי מיר אין שטוב איז מיין רעבעצין דער פוסק אחרון.  סיריעסלי, יש"כ ר' יודל. איטס פעסינעיטינג."
@יאיר נעמט אויף זיך קאווע׳ס חטאים, מדריגות פון אמאליגע אידן:
קאוועלע, איך האב אן עצה. דו רעד נאר וויפיל לשון הרע עס גייט, דערנאך וועל איך רעדן איין לשון הרע אויף קאוועלע, אזוי וועלן אלע דיינע עבירות - אריינגערעכנט די לשון הרע'ס - אריבערגיין אויף מיין פלייצע, און דו קענסט זיין רואיג. ואני כאשר שכלתי שכלתי, וואס טוט מען נישט אז א אידיש קינד זאל ווערן לייכטער אויפ'ן הארצן.
@געפילטע פיש, איז מעורר אנ״ש כדרכו זיך נישט צו באגענוגען בלויז מיט א לייק:
"אלזא וואלט איך געוואלט בעטן דעם עולם, אנשטאט אמר ויבא ארבה "וילק" ואין מספר, זייט מקיים פתח צור ויזובו מים און לאזט אייך הערן."
אין אן אשכול ווי עמיצער האט געבראכן די נייעס אז סי איי עי זוכט גאר "היימישע" אינפארמאנטן האט @היימישער ליטוואק כרגע פארגעסן פון זיין אנדערע האלב געוויסן, מיט א פראגע:
קורצע פראגע: קען מען ביי זיי ארבייטן "אף-דע-בוקס"?
טעפל » מאנטאג יאנואר 13, 2014 9:52 am
· #175966
דער לעצטע שטיקל איז גאונות..
מאטי » מאנטאג יאנואר 13, 2014 11:44 am
· #175992
ביטע נעמט אייך די טירחא, און לייקט דעם בעל המימרא אויב האט איר הנאה געהאט.