☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » האט סאטמאר רב אויפגעמאכט מדרשים?

האט סאטמאר רב אויפגעמאכט מדרשים?

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5579
בלאט: 1 2

סאו וואט » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 2:38 pm

· #172795
האט סאטמאר רב אויפגעמאכט מדרשים?
אסאך ספרים צייכענן צו א מדרש פליאה, אויף פרשת ויחי, וזה תארו: מנין למזון שקדמה לעץ, שנאמר וישם את אפרים לפני מנשה.
חקרתי ויגעתי בחיפוש אחר חיפוש למצוא מקור דברי המדרש, ממבטן מי יצאו, אבער ס'איז געוועהן א יגיעה לריק, יגעתי ולא מצאתי.
ביז כ'האב געזעהן אז היינטיגע ספרים צייכענן עס צו הובא בקדושת יו"ט פ' ויחי, געבענדיג א בליק און קדושת יו"ט זעהן שרייבעט ער
דארט ששמע כן מ"מגידי אמת".
למעשה ביזן קדושת יו"ט איז דא א שטיק וועג צו גיין, און כ'האב געזיכט מיט לעכט און פריעדיגע ספרים מקור דברי המדרש, למעשה
האב איך אריינגעבאמפט און א ספר חלקנו בתורתך פונעם גרויסע ידען רבי צבי הירש פריעדמאן מניו יארק ז"ל, תלמיד הקדושת יו"ט,
שרייבט ער און פ' ויחי, דף 56, וז"ל: שמעתי ממורי קודש הקדשים בעל קדושת יום טוב זצוקללה"ה (בפרשת השבוע שבת שירה, חמשה
עשר בשבט) פי' מדרש פליאה אשר הציע לפניו כבוד בנו הבחור כהלכה תמים למעלות בן יקיר הר"י [רבי יואל] שליט"א (הוא אדוני מו"ר
הגאה"ק מסאקמער שליט"א) כדרכו בקודש ביומא דשבתא בסעודתא תניינא, וזהו: מנין למזון שקודם לעץ שנאמר וישם את אפרים לפני
מנשה, ע"כ. (וכבר באו הדברים בנדפס בפרשה דיומא), עכתו"ד פונעם ספר חלקנו בתורתך.
בין איך געוואר געווארן אז דער "מגידי אמת" וואס ס'שטייט און קדושת יו"ט גייט גאר ארויף נישט אויף פריעדיגע, נאר אויף א
שפעטער'דיגע, זיין זוהן, רבי יואל מסאטמאר ז"ל.
עכ"פ האב איך אריינגעלייגט און אוצר החכמה און אויף היברו בוקס, מנין למזון, למזון שקודם, וכו' וכו' אלע מיני אופנים, אפשר וועט עס
אויסשפייען פון א ספר ישן נושן עפעס א רמז א לינק צו אזא מדרש, און גארנישט, אין מענה ואין פותר, חוץ פארשטייט זיך נאר פון ספרים
וואס צייכענן צו הובא בקדושת יו"ט.
יעצט וויל איך פרעגן, איז דער דברי יואל טאקע א "מגיד אמת", און האט געזעהן אדער געהערט אזא מדרש, און פונקט ס'איז נישט בנמצא
און ערגעץ נישט. אדער איז ער גאר פארקערט פון א "מגיד אמת", און פלעין געשאסען א מדרש פאר זיין טאטע, געמאכט א פיינע שפיצעל,
כדרכו פון בחורים יענע גיל, און זעהן וואס זיין טאטע וועט קענען תורה זאגען אויף אזא מין אומפארשטענדליכע מדרש פליאה, און מיט איין
וועגס האט ער שוין שוין באשאפען א נייע מאמר המדרש וואס גאר אסאך ספרים צייכענען עס שוין צי, און איז שוין נישט קיין גרויסע "מגיד אמת"?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 2:41 pm

· #172797
איך גלייב נישט.
אסאך מדרשים האבן נישט קיין מקור. כגון כד יתבין ישראל וכו'.
עס פעלט אונז מדרשים, און אפילו אוצר החכמה האט עס נאך נישט געטראפן.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 3:06 pm

· #172801
די תירוץ איז "ניין".
יתכן ער האט נאכגעזאגט פון א צווייטען וואס זאגט אזוי אין נאמען פון מדרש.
וכן תמצא אצל כל גדולי ישראל, די בני יששכר ברענגט א מדרש בנוגע אליהו הנביא, וואס מ'טרעפט נישט.

הילל » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 3:16 pm

· #172805
איך האב אמאל געזען א פארקערטע מעשה, אז איינער האט אמאל נאכגעזאגט פאר סאטמארע רב עפעס א מדרש און דער רבי האט זיך אנגערופן נישטא אזא מדרש. שפעטער האט מען נאכגעקוקט האט מען געזען אז עס איז יא דא, נאר עס איז טאקע נישט געווען אין דעם עלטערן דרוק אין וואס דער רבי פלעגט לערנען אין פריערדיגע יארן.
נאריש צו טראכטן אז ער וואלט געגאנגען במזיד אויפמאכן א מדרש. איז דען נישטא גענוג עכטע?...

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 3:20 pm

· #172808
ואענה אף אני חלקי, בהקדמת קושיית החוקרים ימ”ש מי קדם למי, הביצה או התרנגול, אבל אנחנו מאמינים בני מאמינים גלייבן אז בקומתן ובצביונם נבראו וקושיא מעיקרא ליתא.

וממנו ניקח לעבוד את ה', אז עס מאכט זיך א שוועריקייט גלייבט מען אז דער משגיח בפרטיות האט שוין באשאפן די רפואה פאר די מכה - דער מסובב פאר די סיבה.

ובזה מבואר, ווי קען זיין מזון קדמה לעץ וואס ברענגט איהר? די חילוק צווישן מזון און עץ איז 57 - ז”ן, זיי ווערן אויסגעגליכן דורכ'ן זן ומפרנס בהשגחה פרטית, און ביידע זענען אייניגע מסובבים פונעם זעלבן מסבב.

דאס זעהט מען ביי יוסף, לכאורה האט ער געליטן כמה צרות, אלעס איז אבער געווען מיט א חשבון להחיות עם רב - וחשב מחשבות לבלתי ידח ממנו נדח.

נאר מיט די אמונה קען מען שטעלן אפרים - כי הפרני אלוקים בארץ עני, לפני מנשה, נאך פאר ער פארגעסט כל עמלו.

עס שטעלט איהם פריער בזמן ובמעלה.

נהורא נפישא » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 3:33 pm

· #172816
דאס אז דו וועסט עס זיכען און אלע זוך פראגראמען וואס ענטהאלטן צענדליגע טויזענט ספרים און דו וועסט נישט טרעפן פריער ברענגן די מדרש, איז כמעט א קלארע באווייז אז ער האט עס נישט געזעהן אין א ספר, אבער זייט ווען איז א עוולה צו מאכן א מדרש פליאה און אנצורופן א זון א יניק וחכים א מגיד אמת ?

smartinof » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 3:46 pm

· #172822
ועוד אז דער סאטמער רב פלעגט הארעווען און תורה שלימה פון ר' מנדל כשר זאגענדיג, אז ער נוצט נישט זיין פירוש, נאר וויבאלד זיינע מדרשים זענען זייער מוסמך נוצט ער דאס

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 4:29 pm

· #172835
קיינער האט נישט מיישב גווען סאו-וואט'ס שאלה.
איך וויל צולייגן א אופן פון מברר זיין, ברענגט דער סטמארער רבי זצ"ל אליינס אין איינע פון זיינע ספרים דער מדרש? אויב נישט איז א סימן אז ער אליינס ווייסט דעם אמת איבער דעם מדרש.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 6:56 pm

· #172914
[quote="חיד"א (שם הגדולים ערך דרשות הר"ן)"]איכו השתא רגע אדבר בענין הדרשות בקציר אמיץ. הנה בחלק הפלפול והמשא ומתן להוראה כמעט רבני ישראל האמתיים בלכתם ילכו דרך הש"ס וכל הגאונים והפוסקים. אלא שלבן של ראשונים כפתח אולם וקרובים להוראה ואח"כ צריך יותר טורח ע"ד מה שפירשתי בעניותי במאמר במחשכים הושיבני וכו' ואכמ"ל. אך בחלק הדרשות נשתנו אופניהם וסדריהם למיניהם, והיודעים בהם יתנו עדיהם למראה עיניהם:
הלא מראש בהיות ישראל בספרד היו הדרשות בחקירות וסברות ישרות היו לברו"ת פשטי המקראות כדרשות הר"ן הידועות הנז' והם לתלמיד הרמב"ן. וספר הנחמד עקידת יצחק. וספר הבהיר תולדות יצחק ודומיהם. ואחר זה נטו מאד אחרי הפילוסופיא וחכמת הטבע והיו מפרשים פסוקים ומאמרים בזה. וזה המין נתבטל לגמרי וראיתי בגניזות דפוס מכמה ספרים נדפסים בדרך זה, וכמה מאות ספרים ראיתי בביבליאוטיקא של פאריץ (פאריז) כ"י ממין זה וקרוב שבאו משם מספרי גרוש ספרד. וכל ספרים אלו אבד סבר"ם ונשכח זכרם. ובתר כל אלין קמו רבים בתורה לפרש עפ"י הקדמת רז"ל ורמזי חכמה ומוסר ומהם המפרש הגדול באחרונים רבינו מהר"ם אלשיך ואחריו כל ישרי לב:
ואחר כל השבח הזה התחילו לפרש ע"פ הדין כמו מהראנ"ח ומהרימ"ט והחזיקו בדרך זה הולך וחזק מאד עד היום הזה. אמנם היו איזה דרשנים אשר חשבו לבנות מצודים בהקדמות תלויות ודחיות ומהם עשו חי"ל לפרש מאמרים ולעשות חילוקים. וכבר צווחו עליהם זרע ברך והרב של"ה. ולא עוד אלא יש בודה מאמר מלבו ואומר שהוא פליאה ועולים ויורדים בו בכמה תלוליות וקשרים שאינם של קיימא ובית עכביש מבטחם. וכבר שאל חכם אחד ממורנו הרב מהר"א יצחקי שיפרש לו מאמר תמוה והרגיש הרב אשר בדאו מלבו ואמר לו תימה עליך שעם סוף המאמר מתפרש יפה הכל. 😂 ויש מי שתולה מאמרי הילקוט זה בזה וקושר קשריו מעדו אשריו כאשר ראיתי בעיני. וזה שקר כי ארבע מאמרי הילקוט שדרש כל א' ממדרש אחר וקבצם בילקוט ונפל היסוד, ואם הכונה על מחבר הילקוט הס כי לא להזכיר. ויש דורש שגונב פשטים ואומרים על שמו ואחר ימלא פיהו חצץ. ויש משתבח להזכיר מס' מ"ה ושמעתי דורש אחד שלא הזכיר כ"א ספרי חדושים ונשא שמותם. וכשסיים אמרתי בקול זכות מי שזכר יגן עליו. וזאת לדעת שהדורש לא יחליט הדברים רק בדרך אפשר ויהיו ההקדמות אמתיות שאז אפילו שהפסוק או המאמר לא כיונו לזה, כל שהענינים אמתיים יהיו דרך אסמכתא. ויש כמה חלקים בענינים אלו וזה א' ממאה להזכיר למי שיש בו יראת ה' ומודה על האמת. והכל בקצור נמרץ:
ובאוזנינו שמענו כי זאת לפני בפולין היו הדרשנים נוהגים לדרוש מאמרים תמוהים בהקדמות תוספות ופוסקים וחריפות. ועתה חזרו מקצתם לדרוש פשטים פשוטים. וכמה מהם שקורין בכל שבוע ספר אור החיים להרב המופלא ח"ק מהר"ח ן' עטר ז"ל ומחבבין את דבריו כי הם על פי הפשט: [/quote]

סאו וואט » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 6:59 pm

· #172915
היימישער ליטוואק
קיינער האט נישט מיישב גווען סאו-וואט'ס שאלה.
איך וויל צולייגן א אופן פון מברר זיין, ברענגט דער סטמארער רבי זצ"ל אליינס אין איינע פון זיינע ספרים דער מדרש? אויב נישט איז א סימן אז ער אליינס ווייסט דעם אמת איבער דעם מדרש.


אה.
און קיין איין באנד און דברי יואל איז עס אויך נישט בנמצא,
חוץ איינמאל ווי ער ברענגט דער גאנצע תורה פון זיין טאטע פון קדושת יו"ט אויף דער מדרש.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 7:16 pm

· #172919
נו, האט איר אייער תירוץ.
דאס איז גווען דעם רבי'נס 'חטאת נעורים', נישט גפערליך...

העלא » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:04 pm

· #172935
ר איז געווען א איד וואס "כל רז לא אניס ליה"

ער האט געקענט אלע מאמרי חז"ל און "אלע" מדרשים,
ווען עס וואלט נישט געווען אזא מדרש וואלט עס נישט געווען געדרוקט, אודאי נישט אין קדושת יו"ט

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:58 pm

· #172970
העלא
ר איז געווען א איד וואס "כל רז לא אניס ליה"

ער האט געקענט אלע מאמרי חז"ל און "אלע" מדרשים,
ווען עס וואלט נישט געווען אזא מדרש וואלט עס נישט געווען געדרוקט, אודאי נישט אין קדושת יו"ט

העלא!! אזא מדרש עקזיסט נישט. פיריאד. מיר מיט גוגול און אוצר החכמה קען אסאך מער מדרשים ווי סיי וועלכער גאון האט גקענט. דער מדרש ברענגט נישט קיין שום אנדערער גאון אדער רז לא אניס ליה מענטש, כולל דער רבי אליינס. ווער נישט דערשראקן עס איז גווען א טין-איידזש פרענק, דעדטס אלל.

העלא » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 9:01 pm

· #172973
נישדט אלע מדרשים זענען געווען געדרוקט,
מדרש הנעלם,
וכדומה,

עס איז דא גענוג מדרשים וואס מ'קען נישט טרעפן,

אז מ'רעדט איך ווייס פון א מדרש ווואס איז זיכער דא, לאז מיר זעהן צו דו קענסט עס טרעפן,

כיון שמת משה במדבר ולא נכנס לארץ לכן ויתלו את המן על העץ

דעת תורה » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 9:03 pm

· #172975
אויב געדענק איך גוט האט דער רבי קעיר גענומען פונעם דרוקן דעם פאטער'ס כתבים. לפי זה האט העלא א טענה אז אויב איז עס נאר א טין איידזש פרענק וואלט ער עס נישט אריין געלייגט אינעם ספר.

וואס טוט זיך מיטן מדרש וואס דער קדושת יו"ט ברענגט, בשעה שאמר הקב"ה אנכי ה' אלוקיך האט משה געמאכט א ברכה שלא עשני גוי, איך מיין דער מדרש האט מען נאך אויך נישט געטראפן.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 9:28 pm

· #172982
העלא
נישדט אלע מדרשים זענען געווען געדרוקט,
מדרש הנעלם,
וכדומה,

עס איז דא גענוג מדרשים וואס מ'קען נישט טרעפן,

אז מ'רעדט איך ווייס פון א מדרש ווואס איז זיכער דא, לאז מיר זעהן צו דו קענסט עס טרעפן,

כיון שמת משה במדבר ולא נכנס לארץ לכן ויתלו את המן על העץ

זייער פשוט האב איך גטראפן אסאך מקורות אויף דער אזויגרופנער מדרש
קוק דא (כדאי צו קוקן אין דעם לינק).

אגב, דו מישט אויס צוויי זאכן, עס זענען דא אלטע מדרש פליאות, וועלכע זענען אויך נתחבר גווארן דורך אנאנומער זייפנים, און איז אומוויסנד אריינגכאפט גווארן אין די רבני'ישע ליטעראטור דורך רבנים און דרשנים. בעיקר אזוינע וועלכע האבן נישט פארמאגט א חוש ביקורת צו פארשטיין אז די זענען פשוט'ע זיופים, אדער זענען גווען געספרעד פאר עפעס חומר לדרוש. דער מדרש וואס דו ביסט מעתיק איז אויך פון דער סוג.
אבער דא רעד מען פון א זיוף וועלכער איז גכאפט גווארן הייס ביי די מעשה, און האט - דערווייל - נאכנישט זוכה גווען זיך אריינצודרייען אין ספרי קודש.
און נאכאמאל, עס איז נישט אזא גרויסע עוולה, און איך זע נישט פארוואס א סאטמאר חסיד זאל האבן א פראבלעם מיט דאס.
איך וואלט נישט גקראצט גווארן ווען איינער זאגט מיר אזא זאך אויף, למשל, מו"ר ר"ש בירנבום זצ"ל אז ער האט אויפגמאכט א לשון הרמב"ם ווען ער האט זיך גטראפן מיט עפעס א ראש ישיבה - בימי בחרותו.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 9:51 pm

· #172984
ער האט דאך געלייקענט אלע אמת'ע מדרשים, זאל ער מאכן נייע? קען זיין אז מ'לייקענט קען מען שוין זיין אומשטאנד אויף נייע אויך..

נהורא נפישא » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 10:28 pm

· #172985
מנשה לוסטיג
ער האט דאך געלייקענט אלע אמת'ע מדרשים, זאל ער מאכן נייע? קען זיין אז מ'לייקענט קען מען שוין זיין אומשטאנד אויף נייע אויך..

תבאר דבריך
וואס הייסט אמת'ע מדרשים ? מדרש רבה, תנחומא ?
וועלכע ספעציפישע מדרש האט ער געלייקענט ?

סאו וואט » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 10:58 pm

· #172990
נהורא נפישא
מנשה לוסטיג
ער האט דאך געלייקענט אלע אמת'ע מדרשים, זאל ער מאכן נייע? קען זיין אז מ'לייקענט קען מען שוין זיין אומשטאנד אויף נייע אויך..

תבאר דבריך
וואס הייסט אמת'ע מדרשים ? מדרש רבה, תנחומא ?
וועלכע ספעציפישע מדרש האט ער געלייקענט ?


אגב, כלפי דער מדרש, כששמע משה רבינו אנכי, אמר ברוך שלא עשני גוי, לכאורה איז דער מקור הגאון רבי יוסף שאול נאטאנזאהן זצ"ל בספרו דברי שאול
מהד"ד בפ' יתרו, שהוגד לו בשם מדרש אבכיר. עמיר זיך האלטן ביי נושא און נישט אריינקריכען וואס מיינט דאס "הוגד לו". אבער נישט קדושת יו"ט.

יעצט א גרויסע שכויח מנשה, וואס לויט'ן מדרש ביסטו אן "עץ", יעצט פארשטיי איך וואס דו ווילסט קומען דא אפחוזק'ן פון סאטמאר רב ז"ל,
שכויח פאר'ן אהער קומען און אן חזיר'ן אן אשכול כדרכך בקודש.
אלס פתח פתוח פונעם אשכול וואלן איך געוואלט נעמען הרמן ורשותא, מ'זאל מעקן מנשה'ס תגובה, אזוי אז דער אשכול זאל פארען אויף א נארמאלע ליניע,אן האבען א נארמאלע דיסקאשען.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 11:32 pm

· #172996
דער הייליגער אריה''ק האט מגלה געווען זאכן וואס איז נישט געווען באוואוסט פארן המון פארדעם, און ס'איז א חידוש אז סאטמאר האט נישט געקריגט אויף דעם אויך, כאטש אויף קברי מלכות בית דוד איז באוואוסט אז ער האט פראבירט עס אוועקמאכן.

נהורא נפישא » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 11:44 pm

· #172997
נהורא נפישא
מנשה לוסטיג
ער האט דאך געלייקענט אלע אמת'ע מדרשים, זאל ער מאכן נייע? קען זיין אז מ'לייקענט קען מען שוין זיין אומשטאנד אויף נייע אויך..

תבאר דבריך
וואס הייסט אמת'ע מדרשים ? מדרש רבה, תנחומא ?
וועלכע ספעציפישע מדרש האט ער געלייקענט ?

זאגסט אז מ'קען איבערפרעגן, אבער ענטפערן ענטפערסטו נישט

יאיר » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:31 am

· #173007
איך האב זיך גענומען די מיה און דורכגעפירט א חיפוש אויף אוצר החכמה, שטעלט זיך ארויס אז עטליכע ספרים ברענגען דעם מדרש נישט בשם דעם קדושת יום טוב, כאטש אלע זענען פון נאך די קריג ממילא איז נישט קיין ווייטע סבר צו זאגן אז אזא מדרש איז געווען מבדרין בבי מדרשא, און דער אומשולדיגער יואלישל האט עס נאכגעזאגט שבת ביים טיש, אזוי ווי איך האב געטון אין זיינע יארן. אויב האט דער סאטמארער רב עס ערפינדן, דעמאלט איז זיין שפיצל געלונגען. אבער אויב האט ער עס געהערט פון דעם זעלבן ליגנער פון וועמען די אנדערע האבן עס געהערט, וכן מסתבר, איז ער בלויז שולדיג פאר'ן בויען בנינים אויף האלבע שמועות. אלטע נייעס.
אז מ'רעדט פון מדרש פליאות, איז א פליאה עצומה, דאס איז דאך קלאר אז די פיתום ורעמסס וואס מען בויט איז סתם בנינים אין דער לופטן וואס איז גוט א שמייכל צו טאן אדער פאר א רבי צו קענען דרייען מיט די גראבע פינגער. איך האף אז קיינער רעדט זיך נישט אז דאס איז מכוון געווען לאמיתה של תורה, ממילא וואס א חילוק אויב איינער האט ערפינדן דעם אכצן שטאקעדיגער בנין מיט'ן פונדאמענט אדער אן דעם פונדאמענט?

יאיר » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:32 am

· #173008
מנשה לוסטיג
דער הייליגער אריה''ק האט מגלה געווען זאכן וואס איז נישט געווען באוואוסט פארן המון פארדעם, און ס'איז א חידוש אז סאטמאר האט נישט געקריגט אויף דעם אויך, כאטש אויף קברי מלכות בית דוד איז באוואוסט אז ער האט פראבירט עס אוועקמאכן.

ס'איז דא וואס זאגן אז ער האט אויך געלייקנט אין די עקזיסטענץ פון יו עף או'ס, כאטש מען קען נישט בויען אויף אזעלכע אומבאגרונדעטע שמועות.

היימישער ליטוואק » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:37 am

· #173011
יאיר, ביטע צייכן אן א מקור פאר דער מדרש, ביפאר דעם קדושת יום טוב.

היימישער ליטוואק » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:38 am

· #173012
אגב, מען באדארף טוישן דעם קעפל צו "האט סאטמאר רב אויפגעמאכט א מדרש?"

מנשה לוסטיג » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:39 am

· #173013
א געשעפט האסטע.. די דזשאויק איז אבער, אז מ'מאכט א עסק וואס ער האט אלץ געזאגט.
און ווען אגודה וויל מאכן א הפגנה, פאטשט זיך שוין סאטמאר אז אויך אגודה זעט אז די מדינה איז ביים אונטערגאנג..
סאטמאר וועט שוין שנעלער פארגעסן ווערן ווי די אלע זאכן וואס ער האט געוואלט מבטל זיין

יאיר » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:40 am

· #173014
העלא
נישדט אלע מדרשים זענען געווען געדרוקט,
מדרש הנעלם,
וכדומה,

עס איז דא גענוג מדרשים וואס מ'קען נישט טרעפן,

אז מ'רעדט איך ווייס פון א מדרש ווואס איז זיכער דא, לאז מיר זעהן צו דו קענסט עס טרעפן,

כיון שמת משה במדבר ולא נכנס לארץ לכן ויתלו את המן על העץ

דער מדרש אויף דעם נוסח ווערט געברענגט אין הייליגן מהר"א ט"ב און אין ייטב פנים. אין אנדערן פארעם ווערט עס געברענגט אין דעם וואונדערבארן ספר אויף וואס איך האב פארברענגט א שיינער צאל שעות אין מיינע בחור'ישע יארן מדרש פליאה: אילו עבר משה את הירדן שפיר עשה המן, ועכשיו שלא עבר לכן ויתלו את המן. אך און וויי צו אזא מקור.

יאיר » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:43 am

· #173016
היימישער ליטוואק
יאיר, ביטע צייכן אן א מקור פאר דער מדרש, ביפאר דעם קדושת יום טוב.

איך האב דאך געשריבן אז אלע ספרים זענען נאך די קריג, ווי קען זיין אז עס איז בעפאר דעם קדושת יום טוב. איך זאג נאר אז נישט אלע צייכענען צו דעם קדו"י אלס מקור, ווי דער פותח האשכול האט גע'טענה'ט, כאטש עס איז מעגליך אז אלע האבן עס גענומען פון דארט.

יאיר » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:47 am

· #173017
מנשה לוסטיג
א געשעפט האסטע.. די דזשאויק איז אבער, אז מ'מאכט א עסק וואס ער האט אלץ געזאגט.
און ווען אגודה וויל מאכן א הפגנה, פאטשט זיך שוין סאטמאר אז אויך אגודה זעט אז די מדינה איז ביים אונטערגאנג..
סאטמאר וועט שוין שנעלער פארגעסן ווערן ווי די אלע זאכן וואס ער האט געוואלט מבטל זיין

איך טענה שוין פון לאנג אז די גאנצע אייער מיט צוויבל וואס דער סאטמאר רב האט געוואלט אונטערברענגען איז א שמועה פורחת וואס הרב קוק האט ארויסגעלאזט צוליב די ברסלב'ער ספרים און ויואל משה וואס מען האט געלערנט נאך די שבת'דיגע תפילות אין שפיטאל נעבן סקווער ווען מען האט געוואלט אריינלייגן ליפא שמעלצער אין חרם ווייל ער האט געלערנט מיט דיר אין חדר בעפאר עס איז געווארן פארצייכנט אין די מאמוארן.

מנשה לוסטיג » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:49 am

· #173018
יא יא

smartinof » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:51 am

· #173020
קען מיר דא איינער מסביר זיין מנשה ליסטיג'ס סינדראם, איז ער עפעס דורך אלס קינד א טראמא מיט סאטמאר וואס האט אים עפעקטיט פור לייף? ווי און וואס מען דערמאנט נאר דעם נאמען סאטמאר רוקט ער זיך אן ווי א ווירוס און מאכט קאליע דעם גאנצען אשכול מיט זיינע סטאפיד קארני דזשוקס,

הילל » פרייטאג יאנואר 3, 2014 10:18 am

· #173090
smartinof
קען מיר דא איינער מסביר זיין מנשה ליסטיג'ס סינדראם, איז ער עפעס דורך אלס קינד א טראמא מיט סאטמאר וואס האט אים עפעקטיט פור לייף? ווי און וואס מען דערמאנט נאר דעם נאמען סאטמאר רוקט ער זיך אן ווי א ווירוס און מאכט קאליע דעם גאנצען אשכול מיט זיינע סטאפיד קארני דזשוקס,


עס זענען אויך דא אנדערע וועגן וויאזוי צו בעטן א בקשה און ארויסגעבן נעגאטיווע געפילן כלפי א צווייטן, אן דעם וואס מען זאל נוצן ברויזנדיגע ווערטער וואס טוען יענעם פארשעמען (איבערהויפט ווען דא רעדט זיך דאך פון א מענטש וואס ניצט זיין עכטע נאמען...). און ווי מאדנע עס איז, האבן רואיגע ווערטער געזאגט מיט רעספעקט נאך א זייטיגע באנוס אז עס האט עקטושלי פיל מער שאנסן צו אויפטון און אז די בקשה זאל ערפילט ווערן.

קום, לאמיר פרובירן איבערטוישן דיין תגובה צו מנשה'לע צו אביסל א אנדערע נוסח:

טייערער מנשה, דו ביסט דאך א פארשטענדליכער יונגערמאן, דו ווייסט אז די אטמאספארע פון קאווע שטיבל איז געמאכט צו זיין א רואיגע און אינטעליגענטע, ממילא ערלויב מיר צו בעטן א קליינע טובה וואס איך, און אויך אנדערע, וואלטן שטארק עפרישיעיטעד אויב דו קענסט דאס טון: פליז האלט זיך צו א נושא און פרוביר נישט אריינמישן קיין זייטיגע זאכן אדער קאמענטס וואס קומען נישט אריין. אפילו אויב דו האסט א פערזענליכע אישו אדער שנאה צו א זאך (למשל צו א קהילה ווי סאטמאר), דארפסטו דאס נישט אריינמישן וואו עס קומט נישט אריין, פונקט ווי דו וואלסט נישט ליב געהאט אויב איינער וואס איז אבסעסד מיט סקווער זאל אין יעדע אשכול אריינמישן עפעס נעגאטיוו פון סקווער. אויב האסט עפעס צוצולייגן צו א נושא, אדרבא, לאז דיך הערן, אבער ביטע שרייבן מיט רעספעקט און זיך האלטן צום טעמע. דו האסט דאך טאקע דעם ספעציעלן טאלאנט פון זיין א בדחן וואס מאכט פרייליך מענטשן (און אגב, כ'האב באמת הנאה פון דיינע יו-טוב קליפס, עטליכע פון זיי האבן מיך שוין געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...), איז מאך זיכער צו האלטן די שמועסן (און די שמועסער) אין א גוטע גוסטע.
א גרויסן ש'כח פון פאראויס, און טעיק איט וויט ע סענס אוו יומאר (וואס דו האסט דאך אן איבערפלוס דערפון...).
בשם תושבי שותי קאווע.


וועמענ'ס בקשה וועט דער בריוו-ליינער ענדערש צוהערן?
אנשטאט הערן שטעכערייען, וואס דעמאלט לויפט דער מוח אינגאנצן אוועק פון דעם גאנצן מעסעדזש וואס האסט דא געוואלט שיקן און מען הערט נאר "שטעך, שטעך", וועט יענער אייגנטליך "הערן" און "פארשטיין" דיין פארלאנג, און וועט נישט בלויז זוכן א וועג זיך צו דיפענדן.
עס איז אייביג גוט צו געדענקען פון דעם "אנדערן נוסח" וואס מ'קען ניצן אנשטאט די אינסטינקטיווע נעגאטיווע אויסברוך, וואס ווייטיגט יענעם און איז כמעט גאראנטירט צו ברענגען פארקערטע רעזולטאטן ווי מען וויל. דער כלל איז גילטיג ביי די ווייב, ביי די קינדער, און בין אדם לחבירו, ובכללם דא אין קאווע שטיבל.
פארשטייט זיך איך מיין נישט דוקא דיך, סמארט-אינאף, נאר איך האב פשוט געזוכט ערגעץ וואו צו דערמאנען דעם וויכטיגן כלל, וואס איז שייך אין צענדליגער אשכולות און כמעט יעדן טאג אין לעבן.

נאר,,פרייליך » פרייטאג יאנואר 3, 2014 11:16 am

· #173113
@הילל
איז עפעס איינס אין א מיליאן שוין אפגערעדט פון זיינע הדרכות אין שלום בית און עניני חינוך
נאר אפילו זיין הדרכה דא ווי די גרויסע טאטעס שלאגען זיך, איז ער עפעס איינס אין דער וועלט.
קיפ אן
כה לחי

יואליש » פרייטאג יאנואר 3, 2014 11:36 am

· #173124
סאטמאר רב איז באקאנט געווען פאר זיין מידת האמת. צו זאגן אז ער האט בכוונה אויפגעמאכט א מדרש ברויך מער מקור ווי בלויז שפעקעלאציעס. אויב עפעס, איז ער געווען די וויקטעם פון אזא פאברעצירטער מדרש.

מענין לענין, כ'האב געוואלט פאסטן די לעגענדע צווישן סאטמאר'ע חסידים איבער די ר' יהודה היה נותן בהם סימנים דצ"ך עד"ש באח"ב און דיברנו דופי מדרש, אבער כ'זעה יאיר האט עס שוין דערמאנט דא.

הוגה » פרייטאג יאנואר 3, 2014 11:58 am

· #173129
קען זיין אז איך בין נאיוו, אבער פארוואס האט די סאטמארער רב ווייניגער רעכט צו מאכן א מדרש ווי רבי אבא אדער רבי חייא? איז דא גיידליינס ווער עס מעג און ווער מעג נישט?

הילל » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:27 pm

· #173142
מען רעדט דא נישט פון א "דרש", נאר פון א "מדרש". א תורה קען יעדער מאכן אייגענע, און סאטמארער רבי האט געמאכט גענוג דערפון, אבער די רעדע איז דאך ווען ער האט "נאכגעזאגט" א "מדרש" און געזאגט דערויף א "דרש". אפילו דו זאגסט א הערליכע "דבר אגדה", וועט מען עס נאכנישט באשטימען אלס "אגדתא" פון די גמרא.

הוגה » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:33 pm

· #173149
פארוואס מעג די סאטמארער רב נישט פאבריצירן א מדרש? וואס זענען די נויטיגע קוואליפיקאציעס?

הילל » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:39 pm

· #173151
נאכאמאל, די רעדע איז ווען ער האט נאכגעזאגט א "מדרש" (וואס ער האט זיכער געהאלטן אז ער האט נישט די קוואליפיקאציעס צו פאבריצירן אייגענע, ווייל אין יענע מאמרים פון די פריערדיגע ליגן טיפע רמזים) און געזאגט דערויף א "דרש". "דרושים" האט ער טאקע געזאגט גענוג אייגענע.

ודי למבין » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:53 pm

· #173158
הוגה
פארוואס מעג די סאטמארער רב נישט פאבריצירן א מדרש? וואס זענען די נויטיגע קוואליפיקאציעס?


דער פראבלעם, וויאזוי איך פארשטיי עס, איז אז ער זאגט נאך בשם א מדרש אין די צייטאוואס ער איז דער מקור דערפון. כ'גלויב אז אויב ער וואלט קלאר געזאגט אז דאס איז אייגענס וואלט עס נישט געהאט קיין אשכול...

כתר מלכות » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:56 pm

· #173160
הוגה
פארוואס מעג די סאטמארער רב נישט פאבריצירן א מדרש? וואס זענען די נויטיגע קוואליפיקאציעס?


א אייזענער קשיא!!!! און איך פרעג פארוואס טאר נישט מונקאטשער רב מאכן א סעיף אין שולחן ערוך, נאר רבי יוסף קארוי האט געמעגט ?
אגב, מרעדט נישט דא צו ער מעג, די שאלה איז צו ער האט. נניח אז ער מעג, וואלט ער ווען געזאגט ״איך האב געקלערט א מדרש״.

ודי האקט

הוגה » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:01 pm

· #173163
רבי אבא האט אויך געזאגט מדרשים. ער האט געזאגט א אינטערעסאנטע מימרא און עס איז געווארן א מדרש וואס מען דרש'נט דערויף תילי תילים של דרושים. די סאטמארער רב האט געטון די זעלבע, ער האט געזאגט אן אינטערעסאנטע מאמר, און בשעת'ן זאגן איז עס געווארן א מדרש. יעצט איין מאל עס איז א מדרש קען ער שוין זאגן דערויף דרוש.

הלל, נאר רבי אבא האט געקענט אינזינען האבן סודות? די סאטמארער רב האט נישט געקענט?

כתר, הלכה איז אנדערש פון מדרש, דו פארשטייסט אליינס. אבער איה"נ, איין קושיא פארענטפערט נישט די צווייטע.

היימישער ליטוואק » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:06 pm

· #173165
הוגה,
ער מעג אויפמאכן מדרשים און גמרות, משניות און אפילו פסוקים. צוויי זאכן אבער נישט, מאך נישט אויף עפעס און לייג עס אויף א אנדערן'ס נאמן. און זאג נישט קיין פשט אויף דיינע אייגענע פסוקים אן מדרשים.

הילל » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:14 pm

· #173170
הוגה, נאכאמאל: 1) דו קענסט האלטן אז סאטמארער רב האט אויך געקענט אינזין האבן סודות פונקט ווי רבי אבא (און איך ווייס נישט צי ווייל דו האלטסט אזוי שטארק פון סאטמארער רב, אדער אזוי ווייניג פון רבי אבא), אבער ער האט נישט אזוי געהאלטן. 2) אפילו ער וואלט יא אזוי געהאלטן, וואלט ער געקענט מאכן א דרש, נישט קיין מדרש, וואס איז שוין פארזיגלט. און, צום דריטן מאל, האט ער טאקע געמאכט אסאך דרשות (עיין דברי יואל) אבער דאס מיינט נאכנישט אז זיי זענען "פריערדיגע" מדרשים. 3) דער פאקט איז אז ער האט געזאגט אז עס איז א פריערדיגע מדרש, נישט אייגנס, און פרובירט זאגן פשט דערויף (חוץ אויב ווילסט אויך זאגן אז עס מוז נישט זיין אמת זיינע ווערטער, וואס נישט קיין חילוק ווי "ברייט" מען איז זע איך בכלל נישט פארוואס איינער זאל אזוינס וועלן זאגן אויף אים.)

נהורא נפישא » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:31 pm

· #173182
הוגה
פארוואס מעג די סאטמארער רב נישט פאבריצירן א מדרש? וואס זענען די נויטיגע קוואליפיקאציעס?

אוודאי האט ער געמעגט, זעהט אבער אויס אז זיי האבן נישט געוויסט דערפון והא ראיה וועסט קיינמאל נישט טרעפן אין די סארט ספרים כהאי לישנא : "זכיתי לחבר מדרש וכה תוארו וכו' והיא לכאורה פליאה עצומה ועלתה ברעיוני לתרץ וכו'"
אלנפאלס די מחברים פון די מדרשי פליאות ווייזט אויס זענען געווען פיינע לצים.

איחוד פעלד » מוצ"ש יאנואר 4, 2014 7:04 pm

· #173252
יואליש
סאטמאר רב איז באקאנט געווען פאר זיין מידת האמת. צו זאגן אז ער האט בכוונה אויפגעמאכט א מדרש ברויך מער מקור ווי בלויז שפעקעלאציעס. אויב עפעס, איז ער געווען די וויקטעם פון אזא פאברעצירטער מדרש.

מענין לענין, כ'האב געוואלט פאסטן די לעגענדע צווישן סאטמאר'ע חסידים איבער די ר' יהודה היה נותן בהם סימנים דצ"ך עד"ש באח"ב און דיברנו דופי מדרש, אבער כ'זעה יאיר האט עס שוין דערמאנט דא.


דאס שטייט אין אוהב שלום אז ר' שלום קאמינקא האט פאבריצירט דער מדרש, מכה בדופי שופך בכורות.

נהורא נפישא » מוצ"ש יאנואר 4, 2014 9:18 pm

· #173312
איינער ווייסט די מקור פון די מדרש
.
בנערינו ובזקנינו נלך וגו' בבקרנו ובצאננו כי חג ה' לנו. הה"ד חנוך לנער על פי דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנו. שנו חכמים בשמחת בית השואבה חסידים ואנשי מעשה היו אומרים אשרי ילדותנו שלא ביישה את זקנותינו. בבקרנו ובצאננו. כל מעשיך יהיה לשם שמים ואפילו בדבר רשות. כי חג ה' לנו. לפי שהקב"ה שנמשלה לאש שנאמר כי אש אכלה היא וגו' בוער בלבו של אדם

די מדרש איז א טיפישער חסידישער געדאנק פון נועם אלימלך וואו ער טייטשט עס אריין אין דעם פסוק.
נאר צוויי קליינע אינטערשיידן ער ריפט דאס נישט אן מדרש, און ער שרייבט עס נישט בלשון המדרש נאר מיט א פארקאכטן חסידישן שפראך, אבער נאך אלץ ס'איז די זעלבע געדאנק וואס מדרש טוט דהיינו אריינטייטשן אין פסוק א געוויסע געדאנק וואס איז נישט כפשוטו, און דאס ווערט געטאן אין צענדליגע ספרים ובפרט חסידישע.
אלא מאי די עולם דא האט נישט קיין פראבלעם מיטן טאן דאס זעלבע וואס דער מדרש טוט, ס'איז דוקא די פראבלעם דאס אנצורופן "מדרש" וואס דאס פאר'נער'ט דעם עולם אז דאס א יצירה פון אריבער טויזענט יאר.
יעצט די מדרשי פליאות זענען צוזייעטע מדרשים'לעך פון אנאנימער מחברים וואס מ'ווייסט אויך נישט ווען זיי זענען נתחבר געווארן, ממילא איז דאס מחבר זיין פליאותדיגע מדרשים און דערנאך פארענטפערן ממש אבסורד, ווי איינער זאגט, ווער הייסט דיר נישט רעדן צו די זאך, אז די זאלסט נאכדעם פרעגן און פארענטפערן.
איך וויל זיך אפשטעלן אויף אן אנדערע אינטערסאנטע נקודה, און דאס איז, אז די לה"ק פון חז"ל זענען פיל מער באגרעניצט אין שפראך ווען אפילו די אויסדרוקן פון תנכישער העברעאיש איז ביי זיי כמעט נישט אין באנוץ, משא"כ די לה"ק פון מיטלאלטער איז סאך מער בארייכערט געווארן מיט נייע אויסדרוקן, מושגים, און לשונות המושאלים, איז אינטערסאנט אנצומערקן ווי דער נוע"א טייטשט אריין כי חג ה' לנו, חג איז א לשון פון אש, באמת אבער איז נישט דא קיין שום פארבינדונג צווישען חג און אש, חג שטאמט מל' חוג (קרייז) נאר וואס דען די נוע"א האט געלערנט אין חדר חג א פייערונג, און באמת האט די דייטשע פייערונג אויך נישט קיין שום עטימילאגישע פארבינדונג מיט דאס דייטשע ווארט פייער, פאר מער קוקט דא

מנשה לוסטיג » זונטאג יאנואר 5, 2014 1:20 pm

· #173537
הילל
smartinof
קען מיר דא איינער מסביר זיין מנשה ליסטיג'ס סינדראם, איז ער עפעס דורך אלס קינד א טראמא מיט סאטמאר וואס האט אים עפעקטיט פור לייף? ווי און וואס מען דערמאנט נאר דעם נאמען סאטמאר רוקט ער זיך אן ווי א ווירוס און מאכט קאליע דעם גאנצען אשכול מיט זיינע סטאפיד קארני דזשוקס,


קום, לאמיר פרובירן איבערטוישן דיין תגובה צו מנשה'לע צו אביסל א אנדערע נוסח:

טייערער מנשה, דו ביסט דאך א פארשטענדליכער יונגערמאן, דו ווייסט אז די אטמאספארע פון קאווע שטיבל איז געמאכט צו זיין א רואיגע און אינטעליגענטע, ממילא ערלויב מיר צו בעטן א קליינע טובה וואס איך, און אויך אנדערע, וואלטן שטארק עפרישיעיטעד אויב דו קענסט דאס טון: פליז האלט זיך צו א נושא און פרוביר נישט אריינמישן קיין זייטיגע זאכן אדער קאמענטס וואס קומען נישט אריין. אפילו אויב דו האסט א פערזענליכע אישו אדער שנאה צו א זאך (למשל צו א קהילה ווי סאטמאר), דארפסטו דאס נישט אריינמישן וואו עס קומט נישט אריין, פונקט ווי דו וואלסט נישט ליב געהאט אויב איינער וואס איז אבסעסד מיט סקווער זאל אין יעדע אשכול אריינמישן עפעס נעגאטיוו פון סקווער.
בשם תושבי שותי קאווע.


איך האב נישט אקעגן 'קיינעם', נאר ווער ס'האט אקעגן מיר, און כ'טו אפשר אביסל נקמה, און קען זיין כ'בין נישט הונדערט פרעציז גערעכט, אבער די עיקר סיבה פארוואס איך טוה דאס, שרייב איך שוין יעצט צום וויפילטען מאל, אז פונקט ווי מ'רייסט אראפ סקווער אן קיין שום געפיל, כאטש דא דרייען זיך נישט נאר אנטי סקווערע, איז דען יושר צו פארלאנגען אז איך זאל נישט אטאקירן סאטמאר, ווען רוב אטאקירער קעגן סקווער זענען וואס טוט וויי ווען מ'רעדט אויף זיי?
טינק אבאויט איט!

סאו וואט » זונטאג יאנואר 5, 2014 7:43 pm

· #173717
אקעי. כ'האב אליינס נישט געוויסט אז אזוי פיל קליקס וועלן דאס זעהן.
דערווויל האט מיר קיינער נישט גע'ענט'פערט א תשובה נצחית.

מר. הוגה, נניח אז סאטמאר רב געוועהן אזוי ווי רבי חייא צו קענען און מעגן פאבריצרען א מדרש. אבער דאס איז נאר לגבי דיין פרעספעקטיוו.
עסט פרעגן איינער פון זיינע חסידים, פון זייער פרעספעקטיוו וועט דיר קיינער נישט זאגען אז ער האט געמעגט. סאו סאמטינג איז ראנג.

יעצט אלס חוקר, לאמיר צונעמן דער זאך אביסל בעסער,
רבי צבי הירש פריעדמאן ז"ל שרייבט, אז ס'איז געוועהן א שבת שירה, און ט"ו בשבט, שחל בפ' בשלח, דאס לעצטע יאר ס'איז געוועהן אזאנס
בחייו פונעם קדושת יו"ט איז געוועהן שנת תרס"ב לפ"ק, דעמאלס איז דער בחור כהלכה תמים למעלות (אזא מושלם אפי' צו קענען שיסען און אויפמאכען מדרש פליאה'ס...)
רבי יואל מסאטמאר ז"ל אלט געוועהן פונקט פופצען און א חודש, היות שנולד ח"י טבת תרמ"ז. און דעמאלס איז כו"ע מודי אז ער איז נאכנישט געוועהן דער קדוש ווי ביי די 93.
אפי' אליבא דהוגה.
עכ"פ סאטמאר רב האט איבערגעלאזט פונגער צייכענעס אז ער איז געוועהן יענס תכשיט. יענס טשאטשקע.
און אריינגעברענגט א נייע מדרש פליאה בספרי הדרוש וחסידות...

אגב, ווער ס'האט א פריעדיגע מקור זאל זיך ביטע מעלדן.

כתר מלכות » זונטאג יאנואר 5, 2014 10:02 pm

· #173774
דאס לעצטע יאר פון קדושת יו״ט איז געווען תרס״ד. רבינו יואל איז דאן געווען א חתן.
אלס א גרויסע חוקר פארוואס קענסטו נישט קלערן אז ער זאל דאס האבען געהערט פון איינעם?

איחוד פעלד » מאנטאג יאנואר 6, 2014 12:44 am

· #173814
יא ביי די פיפצען איז שוין געוועהן נפל ממדריגתו, ווייל אלץ יונגעל האט ער שוין זיך אויף געוועקט ווען מען האט נאר צוגעדעקט דער מזוזה.
בלאט: 1 2