☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » וואס איז "דרוש"?

וואס איז "דרוש"?

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5203
בלאט: 1 2

ונבנתה העיר » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 8:53 pm

· #163502
כתר מלכות
אגב דער חתם סופר כמדומה לי איז פול מיט טייטשען אויף מדרשי פליאה, וכבר נתבאר במקום אחר בשטיבל הדין שאף אותן החוקרים המלעיגים על הבעשט הק זיע והחבריה מודים בגדלותו של מרן החתם סופר, על כן לענד אם אדם גדול חכם וקדוש רבן של ישראל שהרביץ תורה ויראה לאלפים, והוא בעצמו טיפל לפרש ולקשר המדרשים הפליאים, הרי זאת הוכחה על אמיתות הדברים.

אין חת”ס איז גראדע כמעט נישט צום געפונען א מדרש פליאה, אין איין פלאץ וואו ער ברענגט שרייבט ער 'שמעתי מדרש וכו' ואם אמת הוא...'.

כתר מלכות » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 9:13 pm

· #163505
ונבנתה העיר
כתר מלכות
אגב דער חתם סופר כמדומה לי איז פול מיט טייטשען אויף מדרשי פליאה, וכבר נתבאר במקום אחר בשטיבל הדין שאף אותן החוקרים המלעיגים על הבעשט הק זיע והחבריה מודים בגדלותו של מרן החתם סופר, על כן לענד אם אדם גדול חכם וקדוש רבן של ישראל שהרביץ תורה ויראה לאלפים, והוא בעצמו טיפל לפרש ולקשר המדרשים הפליאים, הרי זאת הוכחה על אמיתות הדברים.

אין חת”ס איז גראדע כמעט נישט צום געפונען א מדרש פליאה, אין איין פלאץ וואו ער ברענגט שרייבט ער 'שמעתי מדרש וכו' ואם אמת הוא...'.


כהאב נישט יעצט קיין חתם סופר צו די האנט אבער אזוי ליגט מיר אין קאפ. עס מוז נישט זיין אז ער ריפט דאס אן מדרש פליאה, קען זיין סתם איתא במדרש וכו און די זעלבע מדרש וועט אין אנדערע ספרים יא באטיטולט ווערן בשם מדרש פליאה.
--------
היימישער, איך מיין אז דער ישמח משה האט אויך געקענט די גמרא אין גיטין, און עם כל זה האט ער דאס געשריבען לדורות, קוקט אויס ער האט געהאלטן אז די חלם איז מער אין די וואכעדיגע סדרה חלום קאטאגאריע, און פארשטייט זיך אז זיינע ווערטער זענען מיר אינטערסאנטער ווי ידידינו קאווע וואס די לץ גדול ונורא האט זיך אים אנטפלעקט בהקיץ.

למען האמת, איך גלייב אז עס זענען אודאי אויך געווען ליצים וואס האבן באשאפן מדרשים, דאס זאגט אבער נאך אלץ נישט על הכלל כולו.
חסידים מספרים אז ביי סאטמאר רב זל איז געווען די מנהג -נאך פארן קריג - אז איינער האט פארגעזאגט א מדרש און דער רבי האט דערויף געטייטשט, פארציילט מען אז איינמאל איז דארט געווען א לץ גדול ונורא און ער האט מחדש געווען א מדרש, דער רבי האט זיך אנגעריפן, אזא מדרש איז נישט דא, אבער אז די ווילסט קען איך דיר זאגן פשט. איך האב אמאל געהערט די מדרש און אויך די טייטשט ולא זכר כתר מלכות וישכחהו.

מאראנצןזאפט » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 9:16 pm

· #163507
כהאב אמאל געזען (געליינט אדער געהערט אז) אין כתבי רמ"מ בשם הבעש"ט אז די צרה פון די פראנקיסטן איז געקומען ווייל די מגידים פלעגן דרשענענן פשטלעך אז יוסף האט געהאלטן ווי אביי און פוטיפר ווי רבא און מיט דעם האבן זיי געשאפן כביכול א לאך אין דער תורה הקדושה.
קצרן של דברים, אז די סתם הארי פלארי דרוש אז כבתה איז תלוי אויב אדם וחוה נבראו שני פרצופין נוסח הערצקא צוויבל, איז ריין נאנסענס, און קען רואיג געלערנט ווערן אין בית הכבוד אויב העלפט עס דיר פאר קינוח והדחה.
(ספר מהרא טב איז פונקט גוט פאר א חתן נאכצוזאגן פאר א שווער מיט א לאו אייקיו, און בכלל, ניינציג פראצענט תורות דרייען זיך איבער די זעלבע גמרות אויב ארץ ישראל איז קנין פירות אדער קנין הגוף וכו' און נאך מישן צוויי בלעטער ווערט עס לאנגווייליג.)
איך האב נאכנישט געטראפן אן ערנסטן תלמיד חכם זאל שעפן חיות אין דרוש, און רוב פון די ספרים ווערן נתחבר דורך בעלי בתים לכבוד די חתונה פון זייער יונגסטער טאכטער וכו'.

עליכם השלום.

smartinof » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 9:37 pm

· #163512
מיט וואס זענען די חסידישע טייטשען בעסער???

כתר מלכות » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 9:43 pm

· #163513
smartinof
מיט וואס זענען די חסידישע טייטשען בעסער???


מיט צוויי זאכן, קודם כל אז די בחינה איז געווענטליך אמת, והשנית אז עס ברענגט ארויס א דבר מוסר, חיזוק, וכדומה.
נישט אז איך מאך אוועק דרוש. איך זאג נאר די מציאות, דרוש האט זיך אויך זיינע מעלות ווי אנדערע האבן שוין פריער דערמאנט.

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 10:03 pm

· #163516
חסידים מספרים אז ביי סאטמאר רב זל איז געווען די מנהג -נאך פארן קריג - אז איינער האט פארגעזאגט א מדרש און דער רבי האט דערויף געטייטשט, פארציילט מען אז איינמאל איז דארט געווען א לץ גדול ונורא און ער האט מחדש געווען א מדרש, דער רבי האט זיך אנגעריפן, אזא מדרש איז נישט דא, אבער אז די ווילסט קען איך דיר זאגן פשט. איך האב אמאל געהערט די מדרש און אויך די טייטשט ולא זכר כתר מלכות וישכחהו.

דו מיינסט מסתם די באקאנטע מעשה'לע איבער ר' יהודה היה נותן בהם סימנים היינו מה שאומרים דיברנו דופי.

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 10:07 pm

· #163517
מאראנצןזאפט
כהאב אמאל געזען (געליינט אדער געהערט אז) אין כתבי מהר"ם בשם הבעש"ט אז די צרה פון די פראנקיסטן איז געקומען ווייל די מגידים פלעגן דרשענענן פשטלעך אז יוסף האט געהאלטן ווי אביי און פוטיפר ווי רבא און מיט דעם האבן זיי געשאפן כביכול א לאך אין דער תורה הקדושה.
קצרן של דברים, אז די סתם הארי פלארי דרוש אז כבתה איז תלוי אויב אדם וחוה נבראו שני פרצופין נוסח הערצקא צוויבל, איז ריין נאנסענס, און קען רואיג געלערנט ווערן אין בית הכבוד אויב העלפט עס דיר פאר קינוח והדחה.

ווען איך וואלט געלערנט אלע 'נאנסענס' ספרים אין בית הכבוד וואלט איך שוין אויסגעוואקסן א ריזן תלמיד חכם.

אחד העם » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 3:08 pm

· #164177
צום אלעם ערשט וויל איך דא ברענגען א לשון פון ר' שמעון סופר און זיין הקדמה אויף חתם סופר אויף בראשית, וואס ער רירט אן @יענקלס שאלה
הדרך הג' והוא הדרך היותר כבוש לרבים בין בהלכה בין באגדה הוא ''הדרוש'', וזה מה שמצינו לפעמים דרשות שהם נגד השכל בהשקפה ראשונה, למשל שמשה ופרעה יהיו חלוקים בפלוגתת הרמב''ם והראב''ד, דבר זה זר יחשב בעיני ההמון, אבל הענין הוא כך, כי הש''י האציל על כל אדם בין יהודי בין נכרי, רוח חכמה ותבונה לעשות משפט וצדקה בארץ ולהבדיל בין הטוב ובין הרע וגם השיגו בחכמתם ורוח בינתם לדעת התורה [!!!], וכבר אמרו חז''ל [במד''ר כ''א ב', ברכות נ''ח ע''א] כשם שאין פרצופיהן שוה כך אין דיעותיהן שוה, וכל איש ואיש מידותיו הטבעיים וחינוכו מנעוריו ודברים שונים אשר עברו וחלפו על ראשו הן לטוב והן למוטב מסבות שונות הן המה יועציו מתי סודו ולפיהן ישפוט, ואל המקום אשר הם שבים ללכת ימשכו גם את השכל עמם, וככה מצינו שהאחד יחייב לאמת מה שחברו מחליט לשקר, אף אם שניהם כאחד כוונתם להשיג האמת, וכזה ג''כ ענין הפלוגתא למשל הרמב''ם ברוח חכמתו ושכלו יחייב את ראובן לשלם, ועין שכלו של הראב''ד יזכהו, וא''כ איננו רחוק כי סברת הרמב''ם תהי' ג''כ סברת פרעה, ר''ל שגם הוא שפט כן לפי שכלו וחכמתו אשר העמיק והשכיל בה, וכזאת מצינו ג''כ בגמ' סנהדרין [י''ט ע''ב] דשאול ודוד איפלגו בהמקדש במלוה ופרוטה בסברת תנאים אחריהם, ושניהם כוונו לאמתה של תורה,


פון די ווערטער פון הרב סופר קען מען ארויסנעמען אסאך, קודם כל, בנוגע יענקל'ס שאלה, וואס פאר א חשיבות האט א פשעטל אז כאילו פרעה האט געהאלטען יש אם למקרא וכו', זאגט הרב סופר, אז דער גאנצער.סיבה פארוואס איינע פון די תנאים/אמוראים האבן געהאלטען יש אם למקרא וכדו', איז נישט ווייל זיי האבן געהערט עפעס א כרוז, אדער אז ברוח קדשם האבן זיי דאס משיג געווען, נאר זייער לאגישער פארשטאנד האט זיי געצויגען איינער צו דער ריכטונג פון יש אם למקרא, און איינער צו ריכטונג פון יש אם למסורת וכדו', און דער סיבה.פארוואס זייער לאגיק האט זיי געצויגען על איזשהו כיוון איז אויך נישט עפעס א מאטעפיזשער, נאר פשוט'ע נטיות פון זייערע תכונות הנפש וכדו', נא אויב אזוי פארוואס איז אויסגשלאסען אז פרעה אדער ווייסעכווער זאל נישט האבן אן ענדליכען תכונה צו רבי יוחנן אדער רבי יצחק נפחא, אז די זעסט א געוויסע אקט פון פרעה וכו', און דער פסיכו אונטערן אקט, ענדעלט און דעם פסיכו וואס ליגט אונטער די סברא פון יש אם למקרא וכו', קען זיין אז אזא פשעטל האט און זיך א געוויסע אמת.
און נאך זעט מען פון הרב סופר'ן, ער מאכט א סוף צו די אלע נאנסענס און דברי שטות והבל, אז כאילו די אלע ווערטער פון תנאים אמוראים ראשונים ואחרונים וכו' איז אלס געשריבען געווארן ברוח קדשם, ואין רשות רח''ל להרהר אחרי דבריהם, זאגט ער האק נישט און קאפ, די איינציגסטער תורדיגער ווערק, וואס קען באצייכענט ווערן אלס מיסטיש, איז תורה שבכתב אליין, [און דאס ווענדט זיך אויך וואס מען האלט אויב משה האט צוגעלייגט צו חמישה חומשי וכו' כמדומה אז און בבא בתרא אויב איך געדענק גוט דף ט''ו, איז דא א מחלוקה וואס משה האט צוגעלייגט, ועל מה שמחליטי שניתוסף ע''י משה, איז אויך נישט מער ווי א לאגיק ואכמ''ל] משא''כ תורה שבע''פ, די אלע דיעות און הלכות וכו' וכו' איז אלעס פארבונדען מיט די לאגיק פון די תנאים וכו',
און נאך זעט מען, אז א גוי קען צוקומען מדעת עצמו צו די זעלבע.מסקנות וואס דער תלמודישער קומט צו, דהיינו, מיר זענעם צוגעוואוינט אז וואס א גוי זאגט איז חזיר טריף און אלס וואס ער זאגט איז נאר מלא.טריפענע נגיעות, זאגט הרב סופר הייבט זיך נישט אן, ער צוקומען די זעלבע שטאפל פון ריינע דיעות פונקט ווי דער תנא וכו'
און נאך זעט מען, אז ריכטיג טוען די מחברי ספרים, געווענליך קומט עס פון תלמודישע פראפעסארען, וואס זענען מסביר און צונעמען דער תכונת הנפש פון א תנא, ראשון, און נעמען א חלק פון זיינע פסקים און שטעלן עס צוזאם מיט זייערע תכונות הנפש, און ער וויזט אויף, כגון אז שמאי איז געווען מער קפדן ובכן איז ער.מחמיר וכדו', איך געדענק נישט אויפן פלאץ די נעמען פון אזעלכע סארט ספרים, אפשר מידות לחקר ההלכה, און די בעק פון קובץ יסודות וחקירות מהודרה א', האט ער געהאט אזא גאנצע מדור ספעציעל פאר דעם, איך געדענק דעמאלטס האט מען געהאקט, ווי קען א מענטש אריינרעדן, און תנאים און אמוראים, וכו' אזעלכע דברי רוח והבל, זאגט הרב סופר, אשרי חלקם וכה לחי, דאס אמיתת התורה, תורה שבע''פ וואס עס געשריבען דורך שוכני בתי חומר, אפשר הייליגע בתי חומר, אבער פארט בתי חומר, איז געשריבען נישט מיט רוח הקודש, און אן קיינע כרוזים מיט חזיונות, אלעס האט אונטער זיך א פשוטער לאגישער פסיכו, וואס יעדער קען פארשטיין, והא ראי' אז דער גוי קען אויך צוקומען צו דעם מדעת עצמו, והשתא דאתינו להכי, און אויב תורה שבע''פ איז א חלק פון תורה, און עס איז דא א חיוב איר צו לערנען, איז במילא חל א חיוב צו דערגרונטעווען דער פסיכו און דער תכונות הנפש פון דער תנא ראשון וכו' ודו''ק כי קצרתי במקום שיש עוד להאריך הרבה, כהאב עס געשריבען און איילעניש, ווייל איך בין געווארן עקסיידעט ווען איינער שרייבט ממש וואס איך האלט שוין א לאנגע צייט

איחוד פעלד » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 8:50 pm

· #164214
דער אריגינעלער חילוק פין פשט און דרוש בנוסח חכמי הש"ס, קען מען זעהן אין רש"י די וואך, ווען רש"י ברענגט אויף דעם פסוק אלה תולדות יעקב יוסף, איז דאך שווער אז יעקב האט געהאט מער קינדער,

א. פשט, אז תולדות טייטש פאסירונגען נישט קינדער. דוחק, אבער עס איז פשט.
ב. מדרש אגדה, דרוש, אז כל מה שאירע ליעקב אירע ליוסף, ממילא קומט צו רופען יוסף "דער" זוהן פין יעקב.

בעת וואס דער פשט טוישט דער "טייטש" פין א ווארט צו מיישב זיין א פסוק, טוט דער דרש מסביר זיין דער פשוטער אינהאלט פין דער פסוק מיט א לענגערע הסבר.

געטוישט האט זיך דער מהלך פין זאגען א הסבר, אז היינט למשל וואלט מען געזאגט א לאנגע הסבר געבויט אויף גמרא'ס און ראשונים וואס מיינט א "בן", על פי סוד וואלט מען געריקט צו "תולדות" צו לידה, ביסוד פין די בחינות פין עיבור ווערסאס יניקה וואס איז לאחר לידה, אדער צו די אילה פין שביעי של פסח וכו'. אבער דער יסוד החילוק פין פשט און דרוש בלייבט דער זעלבער.

איך בין נישט מחולק אויף יאנקעל (והשאר), עס קען זיין אז די הסברים האבען גענומען צו א לאנגער טוויסט, און מען זאגט שוין היינט תורה און די וועלט אריין, און די הסברים פין פארענטפרען די קשיות מיט קירוב רחוקים און ריחוק קרובים גייען שוין פין די נאז, און מען דארף א נייער מהלך...............

קאווע טרינקער » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 10:03 pm

· #164236
ס'כדאי צו כאפן א בליק אין רשב"ם, אנהייב די וואך (וישב).
בתוך בדברים: בעלי דרוש זענען אוועק פון פשוטו של מקרא וכו '

אחד העם » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 2:10 am

· #164315
קאווע טרינקער
ס'כדאי צו כאפן א בליק אין רשב"ם, אנהייב די וואך (וישב).
בתוך בדברים: בעלי דרוש זענען אוועק פון פשוטו של מקרא וכו '

בערך אזאנע ווערטער, אויב איך געדענק גוט, (אין הספר.תח''י כעת) און די הקדמה פון אבן עזרא אויך,
בלאט: 1 2