☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אדמורי"ם בימי הזעם

אדמורי"ם בימי הזעם

79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5553
בלאט: 1 2

גד החוזה » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:06 pm

· #171992
אדמורי"ם בימי הזעם
דער וואס איז סענסעטיוו צו די בילדער זאל זיך אויסרעדן זייערע הארץ צו מיר פריוואט, שיק עס באישי פריוואט צו מיין פאסט קעסטל.
די בילדער זענען שוין מפורסמים ממילא, איך עפען א באזונדערע אשכול פשוט פאר די קאלעקציע דערפון. זכור את אשר עשה לך עמלק... זכור ואל תשכח, דאס איז א חלק פון די אידישע היסטוריה וואס מ'טאר נישט פארשווייגען, זאלן אונזער קומענדיגע דורות וואס די רשעים ואכזריים ימח שמם וזכרם האבען געטוהן צו אונז אידן.
הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זצ"ל פלעגט זיך אנכאפען זיין בארד ווען עס איז אויס געקומען צו רעדן דערפון, און דערביי זאגענדיק: "דאס איז שוין מיין דריטע בארד", ער האט עס בכלל נישט געהאלטן פאר א בושה, אדרבה ער האט געוואלט צייגן אז נצח ישראל חי וקים, דער אידישע פאלק וועט אלעמאהל האבען א קיום, נישט קיין נפק"מ וועלכע סארט רשע שטייט להשמיד להרוג ולאבד ה"י.

גד החוזה » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:10 pm

· #171993
רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל
📎 ר מיכאל בער ווייסמאנדעל 2.jpg

גד החוזה » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:11 pm

· #171994
נאך איינס פון רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל
📎 ר מיכאל בער ווייסמאנדעל.jpg

גד החוזה » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:11 pm

· #171995
רבי מנחם מענדל האלבערשטאם מסטראפקוב
📎 ר מענדל מסטראפקוב.jpg

גד החוזה » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:12 pm

· #171996
רבי אהרן רוקח מבעלזא
📎 מהרא מבעלזא.jpg

גד החוזה » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:13 pm

· #171997
רבי אהרן רוקח מבעלזא זיצט נעבן הרב הערצוג
📎 מהרא מבעלזא 1.jpg

גד החוזה » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:13 pm

· #171998
רבי אהרן רוקח מבעלזא - אויפגעבלאזען פון פריעדיגע בילד
📎 אדמור מבעלזא בלי הזקן.jpg

גד החוזה » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:14 pm

· #171999
רבי שלמה האלבערשטאם מבאבוב
📎 ר שלמה מבאבוב.jpg

גד החוזה » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:15 pm

· #172000
רבי חיים מאיר האגער מוויזשניץ - אין בוקארעסט הארט נאך דער קריג, מ'דערקענט די קורצע בארד
📎 ר חיים מאיר מוויזניץ.jpg

גד החוזה » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:16 pm

· #172002
רבי הירשעלע מייזליש מוויצען ובנו ר' זלמן לייב מסיגעיט - הארט נאך דער באפרייאונג
📎 אבדק ווייצען ובנו זלמן לייב.JPG

עסקן בדברים » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:31 pm

· #172010
האבן זיי אלע געשניטן די בערד פשוט משום סכנה אדער איז אמאל געווען עפעס מער דערצו?

שטילע אינגערמאן » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:35 pm

· #172014
ער איז אנטלאפן פון פלאץ צו פלאץ בשעתן קריג.
כדאי צו בלייבן לעבן אין אויפטון בשעת און נאכן קריג ראטעווען הונדרעטע אידן און צירוק ברענגן הונדערטע צובראכענע נפשות צו אידישקייט האט ער זיך געמוזט אהער שטעלען ווי א נישט היימישע.
דאס איז פשט לכאורה אין זיין געשניצט'ל בערד אין אויך נעקטיי

מ גפני » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:40 pm

· #172018
גד החוזה
הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זצ"ל פלעגט זיך אנכאפען זיין בארד ווען עס איז אויס געקומען צו רעדן דערפון, און דערביי זאגענדיק: "דאס איז שוין מיין דריטע בארד",

פארוואס די 3'טע? 2 פארשטיי איך, איינס פאר די מלחמה און איינס נאך

גד החוזה » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:46 pm

· #172024
מ גפני
גד החוזה
הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זצ"ל פלעגט זיך אנכאפען זיין בארד ווען עס איז אויס געקומען צו רעדן דערפון, און דערביי זאגענדיק: "דאס איז שוין מיין דריטע בארד",

פארוואס די 3'טע? 2 פארשטיי איך, איינס פאר די מלחמה און איינס נאך

אין פוילן האט ער דאס ערשטע מאהל אראפ גענומען זיין בארד, אין אונגארן האט ער זיך געלאזען ווייטער וואקסען זיין בארד ביז ער האט דאס ווידער געמוזט אראפ שניידן ר"ל.

עסן עסט'זיך » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 4:28 pm

· #172046
זייער אינטערסאנטע אשכול יישר כח פארן פאראייביגען היסטארי

פישלע העררינג » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 5:04 pm

· #172070
נישט ממש!

היסטאריקער » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 5:17 pm

· #172076
הרה״ק מבעלז זצ״ל האט געזאגט פאר רביה״ק מסאטמאר זצ״ל אז ער איז אים מקנא מיט צוויי זאכן,
איינס אז ער איז געבליבן מיט די בארד ביי די קריג,
צווייטענס די צדקה וואס גייט ארויס פון זיין ביהמ״ד

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 11:42 pm

· #172227
היסטאריקער
הרה״ק מבעלז זצ״ל האט געזאגט פאר רביה״ק מסאטמאר זצ״ל אז ער איז אים מקנא מיט צוויי זאכן,
איינס אז ער איז געבליבן מיט די בארד ביי די קריג,
צווייטענס די צדקה וואס גייט ארויס פון זיין ביהמ״ד

שקר.

רויטע וואנצעס » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 11:59 pm

· #172230
Lodz, Poland, Abusing the Rabbi of Lodz - the Rabbi is Seated on a Wagon and Bears a Sign Reading - 'We Wanted the War'

איינער ווייסט אפשר וועלכע רב דאס איז? ס'איז גע'לעבעלט רב פון לאדז.
images.jpg

רויטע וואנצעס » מיטוואך יאנואר 1, 2014 12:02 am

· #172231
גרעסער
images (1).jpg

דעת תורה » מיטוואך יאנואר 1, 2014 12:50 am

· #172236
עסקן בדברים
האבן זיי אלע געשניטן די בערד פשוט משום סכנה אדער איז אמאל געווען עפעס מער דערצו?

מסתמא האבן זיי געהאלטן אז גיין מיט א בארד איז אן עבירה, און היות השטן מקטרג בשעת הסכנה האבן זיי געזוכט ווי מער מצוות וואס אין דעם זכות זאלן זיי ניצול ווערן.

איך מיין, וואסערע "עפעס מער" זוכסטו צו טרעפן דא?

דעת תורה » מיטוואך יאנואר 1, 2014 12:52 am

· #172237
גד החוזה
מ גפני
גד החוזה
הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זצ"ל פלעגט זיך אנכאפען זיין בארד ווען עס איז אויס געקומען צו רעדן דערפון, און דערביי זאגענדיק: "דאס איז שוין מיין דריטע בארד",

פארוואס די 3'טע? 2 פארשטיי איך, איינס פאר די מלחמה און איינס נאך

אין פוילן האט ער דאס ערשטע מאהל אראפ גענומען זיין בארד, אין אונגארן האט ער זיך געלאזען ווייטער וואקסען זיין בארד ביז ער האט דאס ווידער געמוזט אראפ שניידן ר"ל.

פארוואס? און ווען - און וויאזוי - איז ער אנגעקומען קיין רומעניע? איז דאס נאך געווען בעפאר די דייטשן זענען אריין קיין אונגארן? האט ער געדארפט שווערצן די גרעניץ?

גד החוזה » מיטוואך יאנואר 1, 2014 10:32 am

· #172288
האט איהר אין אייערע לעבן גערעדט צו א מלחמה איבערלעבענער?
די קשיות וואס מ'פרעגט דא איבער שניידן די בארד בימי הזעם דערקענט מען ווי אומבאוויסט די אינגע דור אין ווי ווייניג זיי ווייסען איבער די ביטערע מיטמאכענישן. געוואלד געוואלד אידן, אוי ווי קלוג איז געוועהן די עטליכע צדיקים וואס האבן מחבר געוועהן א פיוט צו זאגען תשעה באב איבער די צרות וואס אונז אידען האבען מיטגעמאכט.
די האסט קשיות איבער א בארד אין צרות צייט, זעקס יאר מיט געוואנדערט? אוי וויי, פון ווי זאל איך אנהייבען רעדן?

שפתים ישק » מיטוואך יאנואר 1, 2014 10:42 am

· #172289
שפתים קישאקTM!

רואה ואינו נראה » מיטוואך יאנואר 1, 2014 10:50 am

· #172292
.

smartinof » מיטוואך יאנואר 1, 2014 10:52 am

· #172294
קאווע טרינקער
היסטאריקער
הרה״ק מבעלז זצ״ל האט געזאגט פאר רביה״ק מסאטמאר זצ״ל אז ער איז אים מקנא מיט צוויי זאכן,
איינס אז ער איז געבליבן מיט די בארד ביי די קריג,
צווייטענס די צדקה וואס גייט ארויס פון זיין ביהמ״ד

שקר.

אמת

smartinof » מיטוואך יאנואר 1, 2014 11:40 am

· #172302
עסקן בדברים
האבן זיי אלע געשניטן די בערד פשוט משום סכנה אדער איז אמאל געווען עפעס מער דערצו?

זיי האבן אלע איבערגעלאזט זייערע הייזער און שטעט וכו וכו פשוט משום סכנה אדער איז געווען עפעס מער דערצו??????
בערך אזא שאלה פרעגסטו

שמו יגער » מיטוואך יאנואר 1, 2014 12:57 pm

· #172323
בסך הכל מיינט ער צו זאגן אז אלעס איז געווען איין קייט פון פדיון שבוים אין מסירת נפש פון ראטעווען יודען בימי הזעם אפילו נאכדעם וואס ער איז שוין גיוון אין אמעריקא ממש אנהייב האב איך געליינט אז ער האט געגרינדעט א ועד פדיון שבוים. נאר וואו באקאנט איז דער באבובע׳ר רב געווען פון די רבנים וואס מען האט געדארפט בארעדן אין חוזק׳ן ביי אונז אין וויליאמסבורג, האט מען געזאגט ער האט א טעלעוויזשן, ער גייט אין תיאטור, ועוד שרייבטsmartinof אז ער זיכט די בילדער וואו ער קומט ארויס נעבן וויליאמסבורג וייל אודאי אז ער איז געגאנגן איז עס נאר געווען נעבן וויליאמסבורג והא ראיה נאר די דארטיגע אידן האבן געזען אז ער איז געגאנגן........ וד״ל ודו״וק ועפריה לפיהם

עסקן בדברים » מיטוואך יאנואר 1, 2014 1:01 pm

· #172325
דעת תורה
עסקן בדברים
האבן זיי אלע געשניטן די בערד פשוט משום סכנה אדער איז אמאל געווען עפעס מער דערצו?

איך מיין, וואסערע "עפעס מער" זוכסטו צו טרעפן דא?

זעה וואס טיטאניק האט געשריבן דא וועגן דעם פרעג איך

smartinof » מיטוואך יאנואר 1, 2014 9:13 pm

· #172530
שמו יגער
בסך הכל מיינט ער צו זאגן אז אלעס איז געווען איין קייט פון פדיון שבוים אין מסירת נפש פון ראטעווען יודען בימי הזעם אפילו נאכדעם וואס ער איז שוין גיוון אין אמעריקא ממש אנהייב האב איך געליינט אז ער האט געגרינדעט א ועד פדיון שבוים. נאר וואו באקאנט איז דער באבובע׳ר רב געווען פון די רבנים וואס מען האט געדארפט בארעדן אין חוזק׳ן ביי אונז אין וויליאמסבורג, האט מען געזאגט ער האט א טעלעוויזשן, ער גייט אין תיאטור, ועוד שרייבטsmartinof אז ער זיכט די בילדער וואו ער קומט ארויס נעבן וויליאמסבורג וייל אודאי אז ער איז געגאנגן איז עס נאר געווען נעבן וויליאמסבורג והא ראיה נאר די דארטיגע אידן האבן געזען אז ער איז געגאנגן........ וד״ל ודו״וק ועפריה לפיהם

אהא, איך הער, איך קען די שוין נישט ענטפערן אויף די גאר באלערנדע און טיפזיניגע פירכות, האסט מיר פארשטאפט מיין פיסק מיט זאמד.... עהעעעעע נא נעם שוין ארויס אביסעל איך שטיק זיך נא...

smartinof » מיטוואך יאנואר 1, 2014 9:24 pm

· #172537
שמו יגער
בסך הכל מיינט ער צו זאגן אז אלעס איז געווען איין קייט פון פדיון שבוים אין מסירת נפש פון ראטעווען יודען בימי הזעם אפילו נאכדעם וואס ער איז שוין גיוון אין אמעריקא ממש אנהייב האב איך געליינט אז ער האט געגרינדעט א ועד פדיון שבוים. נאר וואו באקאנט איז דער באבובע׳ר רב געווען פון די רבנים וואס מען האט געדארפט בארעדן אין חוזק׳ן ביי אונז אין וויליאמסבורג, האט מען געזאגט ער האט א טעלעוויזשן, ער גייט אין תיאטור, ועוד שרייבטsmartinof אז ער זיכט די בילדער וואו ער קומט ארויס נעבן וויליאמסבורג וייל אודאי אז ער איז געגאנגן איז עס נאר געווען נעבן וויליאמסבורג והא ראיה נאר די דארטיגע אידן האבן געזען אז ער איז געגאנגן........ וד״ל ודו״וק ועפריה לפיהם

הער מיך אויס, ווען די קומסט מיר זאגען אז באבובער רב איז געווען ווי יואל אשר לאבין, און יענע קריגס צייטען, הער איך געטון, געסקענט, וכו וכו', קיין פראבלעם, אבער דאס שמייליגע ליילעך מיט וואס ער האט זיך ארומגענומען נאך די פופציג, איז און מיינע אויגען לאכעדיג, איך וועל נאך אמאל, ווען יואל אשר לאבין, וועט אנפאנגען טאנצען כנפי יונה, און פירען טיש, און אויסהאקען פענסטערס רימפלען בלע''ז וכו' וכו' ואי אפשר לפורטם כי מאוסים הם, דארפען זיך אמפערן מיט מיינע קינדער פארוואס איך לאך פון האדמו''ר מדרור /חרדים/זידוטשוב, ער האט זיך דאך מוסר נפש געווען פאר יידן און תפיסות וכו' וכו',
אוודאי איז עס א מורדיגע זאך סיי פון ר' שלמה'לה, און סיי פון יואל אשר לאבין, צוטון פדיון שבויים איז פון גרעסטע כמובא בר''ם במז''ל, אבער צו ווערט מען פאר דעם א דענקער, א גדול, א מיסטישער געטליכער מאן???

שרייבער » מיטוואך יאנואר 1, 2014 10:17 pm

· #172561
איך ווייס נישט וואס דו האסט קעגן דעם באבובער רבין, ער האט איינעם אויסגעהאקט די פענסטער? ער האט איינעם געטשעפעט? וואס א חילוק ווי געטליך ער איז געווען? ער האט אויפגעבויט א שיינע קהלה פון גאליציאנע אידן וואס וואלטן אים געקענט פארפאלן גיין, הענדס אפ טו הים, און מ'קען אים געבן א קוויטל, ער האט פון קיינעם גארנישט צוגענומען

smartinof » מיטוואך יאנואר 1, 2014 10:28 pm

· #172569
איך געב שוין קוויטלעך פאר יואל אשר לאבין און פאר משה דוד נידערמאן איך זע נישט פארוואס געבן קוויטלעך פאר נאך א יידישע עסקן...
העט מען ווען אים אזוי אראפגעמאלן ווי די לייגסט אים אראפ איי אים פאלי יוט יו, וואל זאל איך טון אז עס איז נישט אזוי, מיך איבעלט זייער ווען מען מאלט אראפ איינעם אויף טויזענט העכערע דרגות פון וואס ער איז באמת געווען, מיט אים פירסענאל האב איך טאקע נישט קיין בעיה,

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:37 am

· #172610
כ'האב דיך נישט געפלאנט צו ענטפערן נאר נאכן שרייבען מער ווי איין תגובה אראף רייסן א צדיק פיהל איך אז איך דארף טוהן מיינס
הרב סמארטשיק.
איך זיך נישט דא צו געבן א הספד נאר דיך געבן צופארשטיין וועגען וועמען מרעדט דא פון.
א איד וועלעכע האט צו געזעהן ביים מלחמה ווי די נאצי ימ"ש האבן אויס געהארגעט זיין טאטע, מאמע, ווייב, רוב קינדער געבליבן בערום ובחוסר כל, ארום געלאפן פאר זעקס גאנצע ביטערע יאר פון איין פלאץ צום צווייטען צו אנטלויפן פונם טויט אין בשעת מעשה מחזק געוווען צענדליגע אידן וואס קענען דאס אליין מעיד זיין.

נאכן מלחמה צושאסן "ווי א פענסטער" געזעהן ס'איז גערנישט געבליבן פון באבוב איז ער געאנגען מיט לעצטע כוחות ווען די פאר געבליבענע אידן האבן געלאכט פון עיהם ווען זיי האבן געזעהן אז ער וויל נאך אויפשטעלען א אידישע דור. ער האט זיך נישט געלאסט נאר אויף געזוכט געליציאנע אידן וואס האבן אויך ליידער געליטען זעקס יאר פון די נאצי'ס אין לא עלינו נישט געווען מער אינטרעסירט פון.... האט ער אריין געבלאזן א אידישקייט פאר די מיטגעמאכטע שווערע אידן וואס יעדער אייינס פון זיי איז געווען א בוך פאר זיך מיט עגמת נפש ביז ער האט זיי געווינען.

די ערשטע יארן נאכן מלחמה ווי זיין ביהמ"ד האט אויסגעזעהן קום מענטשען אין רוב ליידער נאך אפיקורסים אבער ער האט נישט אויף געגעבען ער האט נאר געווואלט זעהו א אידיש דור אין פארעכטען די ארבייט פון היטלער ימ"ש.

יארן שפעטער ווען די גאליציאנער מענטשען האבן געהאט קינדער האט ער זיך געדארפט געשלאגן מיט עלטערן צו האלטען די קינדער אין היימישע מוסדות אין נישט גיין אין קאליד'ז
(מיין זיידע ז"ל געווען א באבובער חסיד האט נישט געוואלט שיקן זיינע קינדער קיין באבוב ער האט געוואלט זיי זאלען גיין אין קאליד'ז אין כ'האב אליין געהערט ווי מיין זיידע האט דערציילט ווי די באבובער רב ז"ל האט זיך געבעטען ביי עיהם כמה פעמים צו שיקן די קינדער צו היימישע מוסדות (נישט דווקא באבוב) אין מיין זיידע האט נישט געווואלט הערען איז די באבובער רב געגאנגען רעדן מיט מיין באבע ביז ענדליך נאך זיך אונטער נעמען זיי גיין נישט זיין צו חסידיש האבן זיי מסכים געווען, אין ער ווי א טאטע האט זיך פרעזענדליך געזארגט אויף יעדער קינד באזונדער אזוי ווי זיי וואלטען געווען זיינע אייגענע, היינט גיין מיין פעטערס ווייסע זאקען אין זענען חסידישע אידן אין פיהרן פרומע חסידישע משפחות אלץ א דאנק דער צדיק)

געקאכט פארן אויבערשטער ווי א קעסעל, ס'האט עיהם געקאסט שטיקער געזונט אויף צו בויען אן ארמיי פון אפאר טויזענט משפחות קע"ה. געלאפן נאך געלט יעדער פרוטה אנגעקומען ביטער שווער אין אלץ געבויט אין געבויט מוסדות זיך קיינמאל נישט געלאסט פריוואט וואיל גיין.

קומט א פריצאק אין זאגט, ער איז גארנישט מער ווי עפעס א לעווין? מ'האט זיך נישט געדארפט קוויטלען ביי עיהם? האט זיך אויף געפיהרט ביזן זעכציג ווי א פשוטע מענטש?
די געמיינע פרעכע יונג. אויך מיך א מבין ווער מעג נעמען קוויטלעך אין ווער נישט.

אזוי ווי די האסט ג'עצעהט דארף מען דיין מאל אנפילן מיט זאמט.

smartinof » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 10:18 am

· #172682
איך גראדע פלאן דיך יא צו ענטפערען, כהאב פשוט נישט וואס, ווייל האסט מיר נאך גארנישט געזאגט, וועסט מיר זאגען עפעס וועל איך ענטפערן

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 11:30 am

· #172706
smartinof
קאווע טרינקער
היסטאריקער
הרה״ק מבעלז זצ״ל האט געזאגט פאר רביה״ק מסאטמאר זצ״ל אז ער איז אים מקנא מיט צוויי זאכן,
איינס אז ער איז געבליבן מיט די בארד ביי די קריג,
צווייטענס די צדקה וואס גייט ארויס פון זיין ביהמ״ד

שקר.

אמת

שקר

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 11:34 am

· #172707
smartinof
שמו יגער
בסך הכל מיינט ער צו זאגן אז אלעס איז געווען איין קייט פון פדיון שבוים אין מסירת נפש פון ראטעווען יודען בימי הזעם אפילו נאכדעם וואס ער איז שוין גיוון אין אמעריקא ממש אנהייב האב איך געליינט אז ער האט געגרינדעט א ועד פדיון שבוים. נאר וואו באקאנט איז דער באבובע׳ר רב געווען פון די רבנים וואס מען האט געדארפט בארעדן אין חוזק׳ן ביי אונז אין וויליאמסבורג, האט מען געזאגט ער האט א טעלעוויזשן, ער גייט אין תיאטור, ועוד שרייבטsmartinof אז ער זיכט די בילדער וואו ער קומט ארויס נעבן וויליאמסבורג וייל אודאי אז ער איז געגאנגן איז עס נאר געווען נעבן וויליאמסבורג והא ראיה נאר די דארטיגע אידן האבן געזען אז ער איז געגאנגן........ וד״ל ודו״וק ועפריה לפיהם

הער מיך אויס, ווען די קומסט מיר זאגען אז באבובער רב איז געווען ווי יואל אשר לאבין, און יענע קריגס צייטען, הער איך געטון, געסקענט, וכו וכו', קיין פראבלעם, אבער דאס שמייליגע ליילעך מיט וואס ער האט זיך ארומגענומען נאך די פופציג, איז און מיינע אויגען לאכעדיג, איך וועל נאך אמאל, ווען יואל אשר לאבין, וועט אנפאנגען טאנצען כנפי יונה, און פירען טיש, און אויסהאקען פענסטערס רימפלען בלע''ז וכו' וכו' ואי אפשר לפורטם כי מאוסים הם, דארפען זיך אמפערן מיט מיינע קינדער פארוואס איך לאך פון האדמו''ר מדרור /חרדים/זידוטשוב, ער האט זיך דאך מוסר נפש געווען פאר יידן און תפיסות וכו' וכו',
אוודאי איז עס א מורדיגע זאך סיי פון ר' שלמה'לה, און סיי פון יואל אשר לאבין, צוטון פדיון שבויים איז פון גרעסטע כמובא בר''ם במז''ל, אבער צו ווערט מען פאר דעם א דענקער, א גדול, א מיסטישער געטליכער מאן???

אוי לעינים שרואות זאת לכתוב אויף א גרויסע מענטש מען דארף ווען רייסן קריעה אויף אזאנע דיבורים

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:01 pm

· #172716
סמארטגענוג? זאלסט מיר אנטשולדיגן אבער דו ענטפערסט ווי א בעבי. א איד שרייבט דיר א נארמאלע ענטפער בדם לבבו קומט זיך עם א זאכליכע תשובה ,איז אדער האסטו די ביצים צו מודה זיין האסט געמאכט א טעות אדער ענטפער צו דער זאך אבער זיך אינטערצומורמלען א לחש פאסט פאר נאר'ל ומנאשקע נישט פאר א נארמאלע ניק.

וואס יא ,דאס איז איינמאל זיכער אז בימי חייו האט באבאב אליינס עם גאנץ ווייניג עפרישיעטעט ,איך בין גענוג מאל געווען אין באבאב בימי החול און ער האט געהאט ווייניגער ווי 20 מענטשן ביי זיי מנין און האלב דערפון זענען געשטאנען און געשמועסט צו סתם אזוי זיך נישט געקימערט מיטן רבין. ערשט בימי חליו האחרון האבן זיי זיך געגעבן א כאפ אויף אבער עס איז שוין ליידער געווען צו שפעט.

על המחיה » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:03 pm

· #172717
איך אויך

מען קען געבען א לייק נאר פאר די ערשטע חלק פון דיין תגובה?

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:17 pm

· #172720
שוין א אלטע שאלה מימי הראשונים אם יש לייק לחצאין ועדיין אין לנו תשובה ברורה.

אבער וואס האב איך געשריבן נישט ריכטיג בחצי השני?

smartinof » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:24 pm

· #172725
איך אויך
סמארטגענוג? זאלסט מיר אנטשולדיגן אבער דו ענטפערסט ווי א בעבי. א איד שרייבט דיר א נארמאלע ענטפער בדם לבבו קומט זיך עם א זאכליכע תשובה ,איז אדער האסטו די ביצים צו מודה זיין האסט געמאכט א טעות אדער ענטפער צו דער זאך אבער זיך אינטערצומורמלען א לחש פאסט פאר נאר'ל ומנאשקע נישט פאר א נארמאלע ניק.

וואס יא ,דאס איז איינמאל זיכער אז בימי חייו האט באבאב אליינס עם גאנץ ווייניג עפרישיעטעט ,איך בין גענוג מאל געווען אין באבאב בימי החול און ער האט געהאט ווייניגער ווי 20 מענטשן ביי זיי מנין און האלב דערפון זענען געשטאנען און געשמועסט צו סתם אזוי זיך נישט געקימערט מיטן רבין. ערשט בימי חליו האחרון האבן זיי זיך געגעבן א כאפ אויף אבער עס איז שוין ליידער געווען צו שפעט.

דאס איז נישט קיין קשיא, וועלכע אדמו''ר האט געהאט מער מענטשען בימי החול ביי שחרית, אן קיין טעראר און פרעשור פארשטייט זיך,
בנוגע די ערשטע חלק הודעה, איך האב שוין אלעס געזאגט אויבן, אז די אלע זאכן מאכן נישט א מענטש אזוי מיסטיש און געטליך ווי די באבובע זעלבסט געבן עס ארויס און מאלן אים אראפ, און דאס איבעלט מיר ווען לאחר מותו שטופט מען אים ארויף אויף מדריגות, וואס ר' שלמהלה אליינס רייסט זיך פאר געלעכטער וואס מען זאגט אלס אויף אים, קומט שטילער פון פריש מיט א גאנצע דרשה, ממה נפשך האט ער געזען וואס כהאב געשריבען האב איך שוין אלס גענטפערט, האט ער נישט געזען וועט נישט העלפען

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:27 pm

· #172728
התם ומתמם עם תמימים
smartinof
קאווע טרינקער
היסטאריקער
הרה״ק מבעלז זצ״ל האט געזאגט פאר רביה״ק מסאטמאר זצ״ל אז ער איז אים מקנא מיט צוויי זאכן,
איינס אז ער איז געבליבן מיט די בארד ביי די קריג,
צווייטענס די צדקה וואס גייט ארויס פון זיין ביהמ״ד

שקר.

אמת

שקר

איך גיי נישט אריין אין אזא טיפע דיסקוסיע פון
שקר
אמת
שקר

אבער וואס באדערט אייך אז בעלזער רב זאל עס האבען געזאגט פערזענליך זענען זיי געווען גאר נאנט

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 2:07 pm

· #172784
עס גייט מיר טאקע נישט אן עס באדערט מיר נישט
אבער דאס איז נישט געוועהן דער בעלזער רבי ז''ל שפראך כידוע לכולם

כתר מלכות » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 3:43 pm

· #172821
אקעי, ס׳איז נישט געווען זיין שפראך. וואס האלט עטץ, בעצם האט ער אים מקנא געווען דערויף. לענ״ד איז דער תירוץ אז יא, פארוואס, ווייל עס גלייבט זיך אויף אזא קדוש אלוקי ווי בעלזא רב זי״ע אז ער זאל נישט וועלן אז מען זאל אים צורירען די דיוקנא קדישא, דעריבער איז אפילו ״מסתבר״ אז ער זאל אים דאס האבן געזאגט.
איי עס איז נישט געווען זיין שפראך, דאס זאגט נישט גארנישט, זינט איך גלייב נישט אז מענטשן וואס געדענקן זיין שפראך דרייען זיך דא אויפן פארום, איז דאך דאס נאר א מיינונג פון א יונגע בעלזא חסיד וואס מיינט אז דאס וועט חלילה מינערן די כבוד פון די הייליגע בעלזא רב.
אבער באמת איז די גאנצע טענה׳ריי איבריג, ווייל אפגעזהען צו ער האט דאס יא אדער נישט געזאגט, איז זיכער אז אזא קדוש אלוקי האט מקנא געווען א יוד וואס איז אריבער די מלחמה מיט א בארד.

smartinof » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 3:49 pm

· #172823
נא פיר אויס, און אויב האט ער אים נישט מקנא געווען איז ער נישט געווען קיין קדוש אלוקי, נמצא אז בין כך ובין כך זענען די פאנאטישע בעלזא חסידים און א פראבלעם...

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 4:17 pm

· #172831
כתר מלכות
אקעי, ס׳איז נישט געווען זיין שפראך. וואס האלט עטץ, בעצם האט ער אים מקנא געווען דערויף. לענ״ד איז דער תירוץ אז יא, פארוואס, ווייל עס גלייבט זיך אויף אזא קדוש אלוקי ווי בעלזא רב זי״ע אז ער זאל נישט וועלן אז מען זאל אים צורירען די דיוקנא קדישא, דעריבער איז אפילו ״מסתבר״ אז ער זאל אים דאס האבן געזאגט.

וואס איז דא מקנא צו זיין?
אים איז געלונגען צו האלטן פארדעקט די בארד פאר א דרייפערטל יאר, אין אים איז נישט געלונגען צו האלטן פארדעקט ווייל ער איז געווען אין גאליציע און געדארפט אנטלויפן צו ווייס איך וואס. אבער ביידע האבן מן הסתם געטוען די זעלבע "השתדלות" צו היטען אויפן דיוקנא קדישא. "ענד דעטס וואטס קאונט" דארט אויבן, און אויך דא אונטען פאר בעלי דעה וואס איך גלייב בעלזער רב איז געווען.

שרייבער » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 4:27 pm

· #172834
קודם כל, איך מעסט נישט קיין קדושים, ואין אתנו יודע עד מה אפילו נגוע בקצהו אין די קדושה פון די צוויי צדיקים

און יעצט פלעין פאקטן, קודם איז נישט געווען קיין שום חיוב מסירות נפש פאר די בארד, ממילא ווער ס'האט זיך נישט מוסר נפש געווען עליו אין לגרוע
צווייטנס, דער סאטמארע רבי איז טאקע געווען א לאנגע צייט פארדעקט די בארד, אבער ס'איז דא עטליכע מעשיות ווי ס'איז נישט געווען פארדעקט, און מ'האט אים אונטערגעזוכט און זיי האבן עס געלאזט
דריטנס, דער רבי דער ברך משה פלעגט כמה פעמים זאגן אז ער האט אמאל געפרעגט דעם פעטער ווי אזוי האט ער זיך געמעגט מוסר נפש זיין אויף די בארד, האט אים די רבי געזאגט, מ'האט מיר פערזענליך קיינמאל נישט געהייסן עס אראפנעמען, ווען מ'הייסט מיר ווען נעם איך עס אראפ, ד. ה. ס'איז געווען א גזירה, מ'האט געוואוסט די נאציס שניידן בערד, אבער ער האט נישט געטון קיין קום ועשה ווי לאנג מען האט אים נישט אליין געהייסן (אויך א היבש מסירות נפש ווייל די רשעים וואלטן געקענט שיסן אומגעהייסן אויך), און דאס איז טאקע א פלא פאר זיך אז מען האט אים נישט געהייסן אפילו זיי האבן אים געזען, און ס'איז דא וואס מקנא צו זיין (אויב די מעשה איז אמת)
[וכבר חרה אפם של אלו הנקראים תלמידי רבינו, על אמרת הברך משה הנ"ל, כי הם היו מרוצים לכתוב שרבינו היה מוכן שלא לנגוע בזקנו עד כדי מסי"נ ממש אפילו שמצווים אותו לקצוץ, ואכ"מ]

צוריק צום נושא, איך מאך נישט קיין חילוק בקדושתם, נאר פשוט געשריבן פאקטן

דעת תורה » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 4:33 pm

· #172837
בענזשאמין, ביסט ראנג, קיינער האלט נישט בכלל פאר א עולה אפצושערן די בערד מכל וכל אין פירסט פלעיס ווי עס שטייט אין טור, עס איז נאר אז על פי קבלה / חסידות איז זייער שטארק דער ענין פון יא האבן א בארד, א דיקנא קדישא און קיינמאל נישט צורירן צו אפילו איין האר. ממילא איז זייער מסתבר פאר א הייליגער איד ממוצא החסידים ער זאל מקנא זיין א איד וואס האט זוכה געווען נישט צו דארפן אנרירן די בארד. פונקט ווי א יעדער איד איז מקנא א צווייטן איד וועלכער האט נישט געדארפט בעל כרחו לאונסו עסן טריפות אדער חמץ בפסח, כאטש אין הימל וועט דער איד באקומען שכר פארן מקיים זיין מצוות וחי בהם.

--
שרייבער האקט

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 5:08 pm

· #172851
בשיטה האלט איך אז איינער וואס איז נישט אליינס געווען ביים קריג האט נישט וואס אריינצורעדן דערין (כולל ר' אביגדור מיללער כבודו במקומו מונח) ווייל וויפיל מען זאל נאר נישט ליינען און זיך מצייר זיין קענען מיר נישט פארשטיין דאס לעבן פון איין שעה אין א נאצישע קאנצענטראציע לאגער ומכ"ש א טאג/וואך/חודש/יאר ,עס איז למעלה מהשגת אנוש.

אבער אז מען דיסקוסירט יא דעם רבין איז אפשר כדאי צו שרייבן זיין מנהג פון אויסגיסן די נעגל וואסער לעבן זיין בעט ווי די הלכה פארלאנגט. דער בלאק עלסטער פלעגט דערפאר באקומען מכות רצח פונעם קאפו און האט זיך געבעטען ער זאל אויפהערן אבער די מנהג איז אנגעגאנגן. (געליינט אין א ביכל פון א עד נוכח ,איך געדענק נישט אויפן רגע די נאמען).

אדער וואס מיטרייזענדע אויפן קאסטנר באן שרייבן אז ווען דער באן האט זיך אפגעשטעלט כידוע ,האט דער רבי געלארמט אז מען האט זיי פארראטן און מען שיקט אונז אלע קיין אוישוויץ ,אנשטאט מחזק זיין די ציבראכענע אידן (לויט א עד נוכח האט דאס זייער דעמאלאזירט די אנווענזדנע).

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 5:10 pm

· #172854
כתר'ל ,איך מיין זאלסט עפלייען פאר א דשאב ביי מערכת מושיען של ישראל זיי נויטיגן זיך אין אזעלכע גאונים ווי דיר.
בלאט: 1 2