חקרן וואס כנראה האבן די אדמורי"ם נישט מוותר געווען דערויף אפילו בימי הזעם. צוויי בילדער פון דעם אשכול זענען פאראן, וואו זיי גייען יא לינקס אויף רעכטס. די צוויי צדיקים זענען, הרה"ג רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל און... האדמו"ר מבאבוב זצ"ל.
נעבעך נעבעך נעבעך. אזוי פיהל יארן שוין אדורך געלאפן זינט דער ביטערע חורבן אז עס זענען ליידער אויסגעוואקסן יונגע צוצעקליך וואס האבן נישט געקענט דעם דור פון גאליציאנער אידן וואס האבן ליידער מיטגעמאכט 6 גאנצע יאר (נישט א האלבע יאר...) יסורים נוראים. פארלוירן טאטע מאמע, ברידער שוועסטער, געפייניגט געווארן אין לאגערן, געשמוגעלט גרענעצן, נאכגעשאסן געווארן, געגעסן פון אלסדינג וואס איז געווען צו טרעפן כדי זיך צו האלטן ביים לעבן.
און דא שפראצט אויס א יונגאטש, וואס חוץ זיך שמוגלען ארויס פון קלאס האט ער נאך קיינמאל נישט מיטגעמאכט וואס עס מיינט שמוגלען לאגערן און גרעניצן - און קומט חוזק מאכן אז אידן האבן מדקדק געווען אויף רעכטס אין לינקס קליידער בימי הזעם.
דער בילד פונעם באבובע רב הרה"ק ר' שלמה זצ"ל אנעם בארד איז גענומען געווארן אין אונגארן. די מעשה איז זייער אינטרעסאנט און קען געליינט ווערן אינעם אויבן דערמאנטע בוך. דער רב ז"ל אליין פלעגט עס כמה פעמים פארציילן ברבים. בקיצור נמרץ, נאכ'ן זיך האבן דורך געשמאגלט ארויס פונעם באכניא געטא קיין טשעכיי (נאכן פראבירן איינמאל אנטלויפן און געכאפט ווערן ווי מ'האט עם דן געווען למיתה) האט ער נאכאמאל געשמוגעלט די גרעניץ קיין בוקארעסט און פון דארט קיין בודאפעסט.
למעשה, נאכן אנקומען קיין בודאפעסט האט ער אויסגעפונען אז זיין מאמע מיט א פאר געשוויסטער קענען זיך נישט ארויס זעהן פון אונגארן, האט ער זיך געשוירן די בארד, אראפגענומען א מונדיר פון א טויטע דייטשע סאלדאט און געגאנגען צו דער לופטפעלד ווי עס איז געפארן יעדען טאג א פליגער פון איין לאנד צום צווייטן. אזוי פארשטעלט ווי א דייטשע גענעראל איז עם געלונגען מיטצופארן אויפ'ן פליגער. אויפן פליגער מען עם מכבד געווען מיט אן עפל צו עסן, האט ער גענומען א דייטשע צייטונג - געלייענט עפעס הויך אויפ'ן קול אז די אנדערע מיטרייזנדע זאלן לאכן, און אזוי בשעת דער געראטשקע האט ער געקענט מאכן א ברכה. דאס זענען געווען די דאגות זיינע בשעת'ן לויפן און לויפן.
אגב, און אונגארן איז ער איינגעשטאנען אונעם הויז פון די סאטמארע לעפקאוויטשעס און איינמאל ווען די פארשאלטענע נאציס זענען ארום געגאנגן פון הויז צו הויז זוכן אידן, זענען זיי אלע אראפ געלאפן אונטן אונעם בונקער. מ'האט צוגעהאלטן א שטאנג צום עפענונג אז די דייטשן זאלן נישט אויפכאפן אז די פלאהר איז הויל. ס'איז געווען גרויסע צרות און ר' .... לעפקאוויטש איז צוגעקומען צום רב ז"ל און עם געבעטן אז אזוי ווי ער האט זכות אבות און איז יעצט שוין באבובע רבי זאל ער זיך אונטער נעמען עפעס א דבר טוב וואס מעורר זיין זכותים אויף די קבוצה באהאלטענע אידן.
דער רב ז"ל האט עם געענטפערט אז יעצט בעת צרה קען מען זיך אינטערנעמען אזעלכע קבלות וואס וועט שפעטער זיין זייער שווער איינצוהאלטן, אבער נאך שטארקע הפצרות האט ער זיך אונטערגענומען אז אויב דער אייבערשטע וועט העלפן און זיי וועלן נחלץ ווערן מיד רשע נעמט ער זיך אינטער יעדע וואך צו פירן מלווה מלכה ברבים.
ווי עס איז יעדן באקאנט, פלעגט ער אפילו אויף די עלטערע יארן יעדן וואך אן אויסנאם פירן הערליכע מלווה מלכה'ס באגלייט מיט סיפורי צדיקים. ווען די לעפקאוויטשעס פלעגן קומען קיין באבוב צום טיש פלעג דער רב ז"ל אלס הכרת הטוב עם אלעמאל געבן שיריים פון די פיש אין זיין האנט אריין.
ס'איז כדאי אז פאר מ'שרייבט טפשות'דיגע ווערטער וועגן אידן וואס האבן מיטגעמאכט שבעה מדורי גיהנום (ער האט בר מצוה געמאכט זיין זוהן אינמיטן קריג און האט זיך געזארגט צו באגיסן דער בר מצווה בחור'ל מיט תשעה קבין פאר'ן לייגן תפילין צום ערשטע מאל - נאר תפילין של יד. ווי האט ער געטראפן וואסער? ער האט זיך אריינגעגנב'ט אין א שפיטאל פאר טיפוס ליידענדע נאר כדי צו קענען גיסן וואסער אויף זיין זוהן. אויפ'ן וועג ארויס האט מען זיי נאכגעשאסן).
פארשטייסט יעצט אביסל בעסער וואס דארט איז פארגעגאנגען? קלערסט באמת אז די דאגות זענען דעמאלסט געווען רעכטס אויף לינקס העמדער, אדער ראטעווען די מאמע דורך אנטוהן א לינקס אויף רעכטס מונדיר.