☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אויפגעקלערט לשם אויפגעקלערט

אויפגעקלערט לשם אויפגעקלערט

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #555

שרגא » דאנערשטאג מאי 3, 2012 5:13 pm

· #9675
אויפגעקלערט לשם אויפגעקלערט
אפגעטיילט פון דא.

בן תמליון
משה געציל

ווען עס ליגט ווען אין די הענט פון די עקסטרעמיסטען צו צענזורען דעם ש"ס, וואלט דער סיום הש"ס געווען א יערליכע זאך...

יא אסאך גאר אינטערסאנטע גמרות איז פארהאן מקען אנפילן גאנצע בלעטער. כ'האב פונקט געלערנט א גאר מאדנע גמרא בבא מציעא פ"ד שווער אפילו צו טייטשן אויף מאמע לשון:

כי הוו מקלעי ר' ישמעאל ברבי יוסי ור' אלעזר בר' שמעון בהדי הדדי הוה עייל בקרא דתורי בינייהו ולא הוה נגעה בהו אמרה להו ההיא מטרוניתא בניכם אינם שלכם אמרו לה שלהן גדול משלנו כל שכן איכא דאמרי הכי אמרו לה (שופטים ח, כא) כי כאיש גבורתו איכא דאמרי הכי אמרו לה אהבה דוחקת את הבשר ולמה להו לאהדורי לה והא כתיב (משלי כו, ד) אל תען כסיל כאולתו שלא להוציא לעז על בניהם א"ר יוחנן איבריה דר' ישמעאל [בר' יוסי] כחמת בת תשע קבין אמר רב פפא איבריה דרבי יוחנן כחמת בת חמשת קבין ואמרי לה בת שלשת קבין דרב פפא גופיה כי דקורי דהרפנאי.

איך גלייב אז דו ווייסט פון די גרויסע אידן, פריערדיגע, שפעטערע און לעצטערע, וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט'ן פארטייטשן אגדות חז"ל. סאו אויב איז דיר בכלל אינטערעסאנט צו הערן זייערע מיינונגען, און אויב דו האלטסט נאך אז עס איז בכלל שייך צו פארענטפערן, קענסט גיין קוקן וואס זיי שרייבן און פארשטיין זייער וועג, ווייל אין אנדערע ענינים קלער איך אז דו אידענטיפיצירסט דיך מיט זייערע מיינונגען. און אויב נישט, אויב דו האלטסט נישט ביי די קשיא נאר שוין נאך די מסקנא, דעמאלט וואס ווילסטו דא, סתם ברענגען געקליבענע "מאדנע" גמרות אלס פארוויילונג?

עס איז אגב אינטערעסאנט ווי ביי דעם אנדערן אשכול פון הרה"ק מענדעלע (מוכר ספרים), ווען איינער האט אויסגעדרוקט עקל צו זיינע נבל'דיגע געשרייבעכצער, ביסטו געקומען מיט דיין גוט הארץ און אים ריינגעוואשן מיט'ן לימוד זכות, אז:
הייסט עס די גאנצע נבל פרייז קאמיטע זענען בלויז א באנדע מנוולים אלעס דרייט זיך ארום נבלה? מדארף אויסוואקסן די קינדערישע שיכלעך נישט אלעס דרייט זיך ארום נבלים און מניוולים סאיז דא א טיפערער מענטשליכן מוסר.

און שפעטער צוגעלייגט א ווייטערדיגן לימוד זכות און ביאור צו זיינע שמוציגע מעשה'לעך:
יא כ'האב איהם געליינט. איך האב מער ארויסגענומען פון זיינע ווערק דעם מענטשליכן שטענדיקער געראנגל מיט נישט גוטע כוחות און פאלשע גלויבינגען און ווי דער מענטש קען אנקומען צום נידעריקסטן. זיינע זכרונות ווי ביי מיין טאטן אין בית דין שטיבל איז דאך מתוק מדבש.

הייסט עס אז דו ווייסט יא פון אינטערפרעטאציעס, דו פארשטייסט יא דער באגריף פון א טיפערן באדייט אין ווערטער, קענסטו דאך דאס ניצן "אויך" אויף די אידישע חכמים, און נישט בלויז אויף גראביאנישע אפיקורסישע שרייבער.

עניוועי, ס'געווען מיין טעות זיך אנצורופן דא, און כ'וועל ווייטער פרובירן אוועקשטיין פון אזעלכע סארט אשכולות וואס איך ווייס פינקטליך וואו עס וויל אדער גייט עווענטועל אנקומען. איך בין "נישט" אויף קיין מיסיע. איך לאז יעדן בלייבן מיט זיין מסורה, און איך שטער נישט אפילו אויב איינער וויל טוישן. אבער איך בין נישט קיין מיסיאנער; נישט אויף רעכטס און אויך נישט לינקס.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג מאי 3, 2012 5:16 pm

· #9677
Re: שערי יצחק (אידיש), יצחק זאלער, ווארשע, תרל"ה
שרגא

געוואלדיג, שרגא. הלוואי וואלט איך געהאט דיין כוח המעצר. ביזט אזוי כשר גערעכט.

שרגא » דאנערשטאג מאי 3, 2012 5:20 pm

· #9679
Re: שערי יצחק (אידיש), יצחק זאלער, ווארשע, תרל"ה
און נאך אלעם וואלט איך דא שטיל געבליבן, הרב תמליון, ווען נישט איך זע אז דו האסט אפט די תאוה זיך צו לאזן הערן אויף א וועג וואס איך גלייב שמעקט נישט פאר די גאטפארכטיגע אידן וואס דרייען זיך דא (דיין נאמען און אונטערשריפט אליין געבן שוין אביסל ארויס). איך גלייב נישט זיי עפרישיעיטן חוזק פון די גמרא, דערפאר האב איך געקלערט מעורר זיין. אלזא, איך וויל ווייטער ליינען מיט דורשט וואס דו האסט צו זאגן, נאר ס'דארף זיין מיט שכל. און אויך כבוד.

יידל » דאנערשטאג מאי 3, 2012 7:55 pm

· #9744

שוין לאנג געוואלט עפעס שרייבן וועגן (קעגן) דעם תופעה פון זיין אויפגעקלערט לשם זיין אויפגעקלערט. אבער שרגא האט מיר אויסגעכאפט דעם פענע.

ברוין » דאנערשטאג מאי 3, 2012 8:05 pm

· #9750
Re: שערי יצחק (אידיש), יצחק זאלער, ווארשע, תרל"ה
יידל איך באגענוג זיך נישט מיט שרגא'ס תגובה. ביידע פון איך זענען ווערט אלע געלטער. איך ליין מיט דארשט יעדעס ווארט אייערע. שוין לאנג געוואלט אריין ווארפן א גוט ווארט צו אייך, מ'זעהט פון אייערע תגובות אז איר זענט אינטעליגאנטע מענטשען, מענטשען וואס טוען עפעס מיט די אבר וואס ליגט אויפן אקסעל. אבער פון די אנדערע זייט וועט איר אייביג זיך האלטן מיטן גלייך געוויכט און קיינמאל נישט ווייזן אויפגעקלערטקייט לשם אויפגעקלערטקייט. אלזא יידל, איך ווארט אויף דיינע ווערטער אויך.

שרגא » דאנערשטאג מאי 3, 2012 8:39 pm

· #9762
Re: שערי יצחק (אידיש), יצחק זאלער, ווארשע, תרל"ה
ברוין
יידל איך באגענוג זיך נישט מיט שרגא'ס תגובה.
אלזא יידל, איך ווארט אויף דיינע ווערטער אויך.

גם אני מצטרף
הק' שרגא
פה ק"ש יצ"ו

יידל » דאנערשטאג מאי 3, 2012 8:53 pm

· #9770
Re: שערי יצחק (אידיש), יצחק זאלער, ווארשע, תרל"ה
ברוין
יידל איך באגענוג זיך נישט מיט שרגא'ס תגובה. ביידע פון איך זענען ווערט אלע געלטער. איך ליין מיט דארשט יעדעס ווארט אייערע. שוין לאנג געוואלט אריין ווארפן א גוט ווארט צו אייך, מ'זעהט פון אייערע תגובות אז איר זענט אינטעליגאנטע מענטשען, מענטשען וואס טוען עפעס מיט די אבר וואס ליגט אויפן אקסעל. אבער פון די אנדערע זייט וועט איר אייביג זיך האלטן מיטן גלייך געוויכט און קיינמאל נישט ווייזן אויפגעקלערטקייט לשם אויפגעקלערטקייט. אלזא יידל, איך ווארט אויף דיינע ווערטער אויך.

נו, אין מסרבין לגדול
די אמת איז אז ס'פארקריכט פון אשכול אינגאנצן (אפשר זאל מען אביסל אויסבעסערן די קעפל אדער צעטיילן דעם אשכול) אבער אז מ'רעדט שוין, קען איך דאך שוין אויך אריינווארפן מיינע צוויי גרייצער. די נקודה איז אזוי. ס'דא א סיפור וואס מ'פארציילט אויף ר' חיים סאלאוויטשיק. עס איז געקומען צו אים א געוועזענער תלמיד וואס איז אפגעפארן, האט אים ר' חיים געפרעגט פארוואס ער איז אוועק פונעם אידישען וועג. האט ער געזאגט פאר ר'חיים'ן אז ער האט געהאט קושיות אויף די אמונה. האט אים ר' חיים געפרעגט, ווען זענען דיר די קושיות איינגעפאלן, פאר דו האסט אנגעהויבן גליטשן צו נאך? האט אים דער תלמיד געענטפערט אז נאכדעם. האט ר' חיים געזאגט, ווען דו וואלסט ווען געהאט די קושיות פארדעם, וואלט איך די געענטפערט תשובות אויף זיי. אבער היות דו האסט קודם אנגעפאנגען גליטשן און נאר דאן האסטו אנגעהויבן פרעגן קושיות, איז דאך פשט אז דיינע קושיות זענען תירוצים מיט וואס דו האסט דיך געוואלט פארענטפערן דיין געוויסן פארן אפפארן. נו, האט ר' חיים אויסגעפירט, אויף קושיות איז שייך צו ענטפערן תירוצים אבער אויף תירוצים קען מען קיין תירוצים נישט ענפערן...

הנוגע לנידונינו, ס'זענען דא חברה וואס זוכן צו זיין אויפגעקלערט. אזוינע חברה וועלן זיך ארויפקלעבן אויף יעדע טעאריע, קושיא, און באווייז וועלכע איז סותר די מסורה/מנהגים/אמונה/אונזער סיסטעם/you name it. מיט זיי איז נישט ווערד זיך צו טענה'ן און ס'איז אויסגעווארפן יעדע מינוט. און דער אמת איז אז אזעלכע חברה זענען גאר ערגער ווי עקסטרעמיסטן פון די רעכטע זייט, ווייל עסטרעמיסטן פון די רעכטע זייט האבן געווענדליך די שטיצע פון די סביבה, משא"כ עקסטרעמיסטן פון די לינקע זייט ווערן געווענדליך אויסגעשפיגן פון די סביבה און זענען דעריבער פארביטערט און אנגעווייטאגט. אבער פון די אנדערע זייט זענען דא מענטשן וואס זענען אויפגעקלערט, אבער נישט ווייל זיי זוכן דוקא דאס, נאר ווייל זיי זענען דענקנדע מענטשן מיט די יכולת איבערצוקומען איינגעווארצלטע השקפות וועלכע איז אין זיי אריינגעפרעדיגט געווארן, און זיי האבן די יכולת אליינס צו נוצן דעם מוח און צו צו קומען צו אייגענע מסקנות. געווענדליך וועלן אזוינע מענטשן זיין אפן צו הערן קריטיק אויף זייערע שיטות, זיי וועלן זיין גרייט מסכים צו זיין אז זיי האבן געמאכט א טעות. די מיני מענטשן וועלן נישט גלייך שפרינגן צו א מסקנא אז אלעס וואס מען האט מיך אויסגעלערנט איז שטותים, נאר זיי וועלן פרובירן דורכטראכטן איינמאל און נאכאמאל זען צו עס איז דא אנדערע מעגליכקייטן וואס זיי האבן פארזען.

שרגא מיודעינו איז א פאסיגער דוגמא פאר אזא מענטש. א שטיק צייט צוריק האט יאנקל געלינקט צו אן ארטיקל וועלכע טענה'ט אז שליסל חלה שטאמט פון קריסטן. שמואל הלוי האט דערויף רעאגירט מיט אויפברויז.

[quote="שמואל הלוי"]א הייליגער מנהג ביי אידן וואס אסאך חסידישע ספרים רעדן פון דעם (עיין אוהב ישראל אפטא), קומט עמעצער און פרובירט אויפצוווייזן אז ס'שטאמט פון קריסטן, איז ער אפילו ווערד אז מען זאל קוקן אויף זיין זייט און ברענגען זיין ארטיקל?[/quote]

אט איז וואס שרגא האט געשריבן דאן אין רעאקציע צו שמואל:
[quote="שרגא"]

ר' שמואל, דו שפילסט סתם אדער דו פרעגסט ערנסט? דו קומסט אמת'דיג מאכן דיין קעיס מיט אן אוהב ישראל מ'אפטא? יו העוו גאט טו בי קידינג מי.

דו האסט נאך טאקע נישט געכאפט אז עס גייט נעמען זייער א קורצע צייט ביז דו גייסט געוואויר ווערן אויף יעדער איינציגער מנהג וואס דיין טאטע האט געטאן אז עס איז פשוט אן איינגערעדטע זאך וואס האט זיך אנגעהויבן צוליב א מיספארשטענדעניש, א טעות סופר, א שלעכטן בחור הזעצער, נשפע געווארן פון גוים אין יענע תקופה, אדער ווייניגסטנס אז טייל גאונים, ראשונים אדער אחרונים האבן נישט געהאלטן דערפון, און אפילו געשריבן שארף דערקעגן, און אויב נישט, דאן פעלט עס נישט אויס לויט די היינטיגע מציאות, אדער שטימט עס נישט לויט די היינטיגע וויסנשאפטלער, אדער איז עס שוין בכלל נישט היינט נוגע ווייל מען האט דאך עס בשעתו אנגעהויבן טאן נאר וועגן די וועטער, די שכינים, די דעמאלטיגע אומבאלעכפעטשיגקייט אדער אנדערע אומשטענדן און סיבות פון יענער תקופה, וכו' וכדו' א.ד.ג. ווי מען וועט דיר אנווייזן אויף די בוך, ארטיקל, בלאג וואס שרייבט א מאמר דערוועגן און ווייזט קלאר אויף די ריכטיגע מציאות'ער. כאטש איין לינק איז ערגעץ זיכער דא אויף סיי וועלכע טעמע וועסט נאר אנרירן.

און ווער נישט אזוי צעשאקלט און שאקירט ווען גענוי די זעלביגע פריערדערמאנטע מהלכים ווערן ארויפגעשטעלט נישט בלויז אויף נארישע מנהגים נאר אויף חומרות, הלכות, דרבנן, דאורייתא'ס און ארויף ביז צו אני מאמין, טאקע די לעצטע און ערשטע אריינגערעכנט.

אויך א תמים, כאטש נאך צען מאל זאגן, מעג כאפן אויפ'ן ווינק...[/quote]

ביי מיר איז נישט קיין שום ספק (correct me if I'm wrong...) אז שרגא האט שוין דורכגעליינט אסאך אזוינע ביכער, ארטיקלען, בלאגס און האט אויך מקבל געווען דא און דארט פון זיי. אבער די חילוק צווישן אים און א אויפגעקלערטער לשם אויפגעקלערקייט איז אז ער ניצט זיין אייגענעם שכל צו טראכטן אליינס, משא"כ די וואס זייער ווילן צו זיין אויפגעקלערט שטיפט זיי צו גלייך מקבל זיין וואס דער אדער יענער שרייבט און זיין בוך, ארטיקל, אדער בלאג, אבי לנגח די סיסטעם/מסורה/אמונה וכו'.

(איך דארף אויך ארויסברענגן אז יאנקל, וועלכער האט אראפגעברענגט דעם לינק וועגן די שליסל חלה האט קלאר געשריבן אין זיין תגובה אז

אן אינטערעסאנטער פארש-ארטיקל איז ערשינען לעצטנס וואו שלמה אלפאסא פרובירט אויפצואווייזן אז דער מנהג שטאמט פון דער קריסטליכער איינפירונג פון "איסטער ברויט", אויף וועלכע מען פלעגט אין געוויסע מדינות ארויפלייגן א שליסל. אין דער צייט וואס אלפאסא'ס ווערק קען נישט באצייכנט ווערן אלץ ריכטיג אקאדעמיש, ברענגט ער אבער ארויס אן אינטערעסאנטער היפאטעזע.

ווי מ'קען זען פארמאגט יאנקל אויך דעם געזונטען באלאנץ, און דרוקט אויס זיין סקעפצטיזים איבער דעם אקאדעמישער קרעדענשעלס פון אלפאסא'ס טעאריע, נאר ער ברענגט עס אראפ צוליב די אינטערסאנטקייט דערפון. שרגא'ס תגובה איז נאר געקומען אין רעאקציע צו שמואל'ס אויפברויז)

ברוין » דאנערשטאג מאי 3, 2012 8:59 pm

· #9774
Re: שערי יצחק (אידיש), יצחק זאלער, ווארשע, תרל"ה
איך נעם די פול קרעדיט פאר יידל'ס זאכליכע, אייגנארטיגע, אויפריכטיגע,אמת'ע, תגובה. איך וואלט מיך געלייקט ווען איך קען ווען.

יידל » דאנערשטאג מאי 3, 2012 9:10 pm

· #9777
Re: שערי יצחק (אידיש), יצחק זאלער, ווארשע, תרל"ה
ברוין
איך נעם די פול קרעדיט פאר יידל'ס זאכליכע, אייגנארטיגע, אויפריכטיגע,אמת'ע, תגובה. איך וואלט מיך געלייקט ווען איך קען ווען.

😂

משה געציל » פרייטאג מאי 4, 2012 12:32 am

· #9802
זייער גוט געשריבען שרגא און יידל!
איך צוטיר דא וואס איך האב געשריבען אינעם אשכול פון די טעכנעלאגיע אסיפה, איבער א געוויסע טיפ, דאכט זיך מיר אז די אלע קענען אויך אריינגערעכענט ווערן אינעם קאטעגאריע וואס הרב ברוין האט אוועק געשטעלט "אויפגעקלערט לשם אויפגעקלערטקייט", ממילא איז ביי זיי נישט קיין שום פראבלעם צו טוישען מיינוגנען איבער נאכט מן הקצה אל הקצה.

משה געציל
איין אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב אויפגעפאסט מיטען פאקט אז סאטמאר באטייליגט זיך נישט: אסאך אידען וואס זענען אנפאנג געווען זייער סקעפטיש אויפן גאנצען כינוס, און אפילו געקענט רעדן אפען אנטקעגן דעם גאנצען מעמד, זענען אויף איינמאל געווארען מוראדיג ווארעם צום גאנצען מעמד, און זיי שימפען נאך היתכן סאטמאר פארשטייט נישט דאס נחיצות הענין... עכ"פ אזוי איז דאס אינעם פלאץ וואו איך געהער, גיי פארשטיי...

בן תמליון » פרייטאג מאי 4, 2012 9:01 am

· #9815
Re: שערי יצחק (אידיש), יצחק זאלער, ווארשע, תרל"ה
שרגא
בן תמליון
משה געציל

ווען עס ליגט ווען אין די הענט פון די עקסטרעמיסטען צו צענזורען דעם ש"ס, וואלט דער סיום הש"ס געווען א יערליכע זאך...

יא אסאך גאר אינטערסאנטע גמרות איז פארהאן מקען אנפילן גאנצע בלעטער. כ'האב פונקט געלערנט א גאר מאדנע גמרא בבא מציעא פ"ד שווער אפילו צו טייטשן אויף מאמע לשון:

כי הוו מקלעי ר' ישמעאל ברבי יוסי ור' אלעזר בר' שמעון בהדי הדדי הוה עייל בקרא דתורי בינייהו ולא הוה נגעה בהו אמרה להו ההיא מטרוניתא בניכם אינם שלכם אמרו לה שלהן גדול משלנו כל שכן איכא דאמרי הכי אמרו לה (שופטים ח, כא) כי כאיש גבורתו איכא דאמרי הכי אמרו לה אהבה דוחקת את הבשר ולמה להו לאהדורי לה והא כתיב (משלי כו, ד) אל תען כסיל כאולתו שלא להוציא לעז על בניהם א"ר יוחנן איבריה דר' ישמעאל [בר' יוסי] כחמת בת תשע קבין אמר רב פפא איבריה דרבי יוחנן כחמת בת חמשת קבין ואמרי לה בת שלשת קבין דרב פפא גופיה כי דקורי דהרפנאי.

איך גלייב אז דו ווייסט פון די גרויסע אידן, פריערדיגע, שפעטערע און לעצטערע, וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט'ן פארטייטשן אגדות חז"ל. סאו אויב איז דיר בכלל אינטערעסאנט צו הערן זייערע מיינונגען, און אויב דו האלטסט נאך אז עס איז בכלל שייך צו פארענטפערן, קענסט גיין קוקן וואס זיי שרייבן און פארשטיין זייער וועג, ווייל אין אנדערע ענינים קלער איך אז דו אידענטיפיצירסט דיך מיט זייערע מיינונגען. און אויב נישט, אויב דו האלטסט נישט ביי די קשיא נאר שוין נאך די מסקנא, דעמאלט וואס ווילסטו דא, סתם ברענגען געקליבענע "מאדנע" גמרות אלס פארוויילונג?

עס איז אגב אינטערעסאנט ווי ביי דעם אנדערן אשכול פון הרה"ק מענדעלע (מוכר ספרים), ווען איינער האט אויסגעדרוקט עקל צו זיינע נבל'דיגע געשרייבעכצער, ביסטו געקומען מיט דיין גוט הארץ און אים ריינגעוואשן מיט'ן לימוד זכות, אז:
הייסט עס די גאנצע נבל פרייז קאמיטע זענען בלויז א באנדע מנוולים אלעס דרייט זיך ארום נבלה? מדארף אויסוואקסן די קינדערישע שיכלעך נישט אלעס דרייט זיך ארום נבלים און מניוולים סאיז דא א טיפערער מענטשליכן מוסר.

און שפעטער צוגעלייגט א ווייטערדיגן לימוד זכות און ביאור צו זיינע שמוציגע מעשה'לעך:
יא כ'האב איהם געליינט. איך האב מער ארויסגענומען פון זיינע ווערק דעם מענטשליכן שטענדיקער געראנגל מיט נישט גוטע כוחות און פאלשע גלויבינגען און ווי דער מענטש קען אנקומען צום נידעריקסטן. זיינע זכרונות ווי ביי מיין טאטן אין בית דין שטיבל איז דאך מתוק מדבש.

הייסט עס אז דו ווייסט יא פון אינטערפרעטאציעס, דו פארשטייסט יא דער באגריף פון א טיפערן באדייט אין ווערטער, קענסטו דאך דאס ניצן "אויך" אויף די אידישע חכמים, און נישט בלויז אויף גראביאנישע אפיקורסישע שרייבער.

עניוועי, ס'געווען מיין טעות זיך אנצורופן דא, און כ'וועל ווייטער פרובירן אוועקשטיין פון אזעלכע סארט אשכולות וואס איך ווייס פינקטליך וואו עס וויל אדער גייט עווענטועל אנקומען. איך בין "נישט" אויף קיין מיסיע. איך לאז יעדן בלייבן מיט זיין מסורה, און איך שטער נישט אפילו אויב איינער וויל טוישן. אבער איך בין נישט קיין מיסיאנער; נישט אויף רעכטס און אויך נישט לינקס.

איך בין מיט אייך. כ'האב מיר באצויגן צו משה געציל אז די עקסטרעמיסטן וואלטן צענזורירט די גמרא, איך ברענג א דוגמא בלויז ציטירט בלשונו גארנישט צוגעלייגט, אינטערעסאנט ווי איר שפרונגט פון א בלויזע גמרא און יא אלעס קען מען קוקן און לערנען מיט א טיפערן בליק סיי דא און דארט.

איר פרעגט אויב איך בין דא פאר פארוויילונג? דוכט זיך אז מיר אלע זענען דא פאר פארוויילונג און ללמוד וללמד כהאב אבער ח"ו נישט געמיינט צו בארירן סענסיטיווע געפילן אנטשולדיגט ביטע.

שרגא » פרייטאג מאי 4, 2012 10:56 am

· #9872

קוק וואס כ'פריער צוגעלייגט:
און נאך אלעם וואלט איך דא שטיל געבליבן, הרב תמליון, ווען נישט איך זע אז דו האסט אפט די תאוה זיך צו לאזן הערן אויף א וועג וואס איך גלייב שמעקט נישט פאר די גאטפארכטיגע אידן וואס דרייען זיך דא (דיין נאמען און אונטערשריפט אליין געבן שוין אביסל ארויס). איך גלייב נישט זיי עפרישיעיטן חוזק פון די גמרא, דערפאר האב איך געקלערט מעורר זיין. אלזא, איך וויל ווייטער ליינען מיט דורשט וואס דו האסט צו זאגן, נאר ס'דארף זיין מיט שכל. און אויך כבוד.

אין אנדערע ווערטער, איך שפרינג נישט פון די גמרא; איך שפרינג פון דיר. ווייל מען זעט אפט וואו אהין דו צילסט.
בארירט סענסיטיווע געפילן? חלילה. איר זענט מיר טאקע חושד אז איך האב קיין גמרא נאכנישט געלערנט? נאר נאכאמאל: עס ווענדט זיך לויט'ן ברענגער וואס ער וויל און וואו ער צילט.
כ'וויל נאך ארויסברענגען א נקודה איןו דעם ענין, אבער כ'האב נישט די צייט יעצט סאו וועלמיר עס לאזן פאר נאך שבת.

ידען » פרייטאג מאי 4, 2012 1:50 pm

· #9935
Re: שערי יצחק (אידיש), יצחק זאלער, ווארשע, תרל"ה
שוין געשריבן אמאל א אשכול וועגן אויפגעקלערקייט.

ידען » פרייטאג מאי 4, 2012 1:54 pm

· #9941
Re: שערי יצחק (אידיש), יצחק זאלער, ווארשע, תרל"ה
יידל האט פארגעסן פון דעם?

האסט דאך זייער שיין געשריבן א תגובה דא

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/425">viewtopic.php?f=4&t=425&hilit=</a><!-- l -->

קול דודי » זונטאג מאי 6, 2012 10:50 am

· #10108
יידל
הנוגע לנידונינו, ס'זענען דא חברה וואס זוכן צו זיין אויפגעקלערט.

ילמדינו רבינו: ווי אזוי קען מען וויסן בלויז פון איינעם׳ס געשרייבאכץ אויב זי איז ״ריכטיג״ אויפגעקלערט (וואס איז לכאורה גוט?) אדער גאר אויפגעקלערט לשם אויפגעקלערט (וואס דאס איז זייער זייער שלעכט)? איך פארשטיי אז דער פאקט אויב זיי האלטן פינקט ווי איך איז מן הסתם נישט קיין ריכטיגע וועג דאס צי מעסטן, ווייל אויב יא וועט אויסקומען אז יעדער וואס איז צי ווייט ״לינקס״ פון מיר איז א פאנאטישער אויפגעקלערט לשם אויפגעקלערט אין איעדער וואס האלט בערך ווי איך איז פון די גוטע אויפגעקלערטע. דאס איז דאך נאריש. אבער ווי אזוי יא?

ס׳איז מיר וויכטיג צו וויסן, ווייל אזוי וועל איך וויסן אוועקצושטיין פון די נארישע אויפגעקלערטע פון וועם מיר זענען אלע קלוגער, און זיך האלטן נאנט צו די ״ריכטיגע״ קלוגע אויפגעקלערטע. יישר כוח.

יידל » זונטאג מאי 6, 2012 11:18 am

· #10110
קול דודי
יידל
הנוגע לנידונינו, ס'זענען דא חברה וואס זוכן צו זיין אויפגעקלערט.

ילמדינו רבינו: ווי אזוי קען מען וויסן בלויז פון איינעם׳ס געשרייבאכץ אויב זי איז ״ריכטיג״ אויפגעקלערט (וואס איז לכאורה גוט?) אדער גאר אויפגעקלערט לשם אויפגעקלערט (וואס דאס איז זייער זייער שלעכט)?

איך ווייס נישט צו מ'קען זען אויף הונדערט פראצענט פון איינעם'ס געשרייבאכטס וועלכע סארט אויפגעקלערטער ער איז, אבער סימנים מובהקים זענען זיכער דא.
איינס איז היפאקריפטיע - ווען ער איז נאר אויפגעקלערט אויף לינקס און נישט אויף רעכטס. צוויי דוגמאות וועלכע שרגא האט געגעבן. איינס, בן תמליון האט מענדעלע מוכר ספרים פארדייטיגט עד הסוף אבער ווען ס'קומען צו די גמרא האט ער פארגעסן אז "מדארף אויסוואקסן די קינדערישע שיכלעך נישט אלעס דרייט זיך ארום נבלים און מניוולים סאיז דא א טיפערער מענטשליכן מוסר". צוויי, ווי שרגא האט געשריבן אינעם "ליב האבן א איד אין יעדן מצב" אשכול אז
שרגא
ווען איר וועט שוין אנקומען צום קלימאקס פון אהבת-ישראל און שפירן אן אמת'ע ליבשאפט צו קאנסערוואטיוון, רעפארמער, יומעניסטן, און אפשר אויך אידן-פאר-יוזלען, זאלט איר ביטע זיכער מאכן צוריקצוקומען פול סוירקל און געדענקען אויך אריינצונעמען אינעם ליבשאפט-רינג די פרומסטע, פאנאטישסטע און ראדיקאלסטע צווישן די אלטרא-ארטאדאקסן (אריינגערעכנט נטורי קרתא). אומבאגרעניצטע ליבשאפט און אבסאלוטע טאלעראנץ דארף זיך אריבערגיסן אויף ביידע זייטן.
א דריטע דוגמא קומט פון משה געציל וועלכער האט געשריבן אז
משה געציל
איין אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב אויפגעפאסט מיטען פאקט אז סאטמאר באטייליגט זיך נישט: אסאך אידען וואס זענען אנפאנג געווען זייער סקעפטיש אויפן גאנצען כינוס, און אפילו געקענט רעדן אפען אנטקעגן דעם גאנצען מעמד, זענען אויף איינמאל געווארען מוראדיג ווארעם צום גאנצען מעמד, און זיי שימפען נאך התיכון סאטמאר פארשטייט נישט דאס נחיצות הענין...

נאך א סימן איז ווען מ'הערט פון איינעם אויף יעדע נושא נאר אן אויפגעקלערטע מיינונג. וואס זענען די odds אז די סיסטעם זאל זיין ראנג אויף א יעדע איינציגסטע איינצלהייט? ס'איז מסתבר אז די מעינסטרים שיטה איז אויך אמאל גערעכט. אז איינער איז אויפגעקלערט אויף יעדן איינציגסטען נושא וואס בארירט נאר די סיסטעם/אידישקייט וכו', שמעקט דאס שטארק פון אויפגעקלערטקייט לשם אויפגעקלערטקייט.

נאך איין פונקט. ס'קומט בכלל נישט אריין ווי שטארק לינק אדער רעכט מען איז. נאר מען דארף פארשטיין אז זייער אסאך פון די זאכן אויף וועלכע עס איז שייך צו זיין אויפגעקלערט זענען געבויעט אויף הנחות ע"ג הנחות, און ס'איז לאו דוקא אז ווען די האלטס נישט פון איינע פון די הנחות יסוד דארפסטו זיך אויך שלאגן מיט יעדען דעטאל וואס איז געבויעט אויף די אדער יענע הנחה. לדוגמא, די רובאשקין מערכה. איינע פון די הנחות אונטערן מערכה איז אז רובאשקין איז א צדיק גמור און באלאנגט בכלל נישט אין תפיסה. אפילו דו האלטס זיך "אויפגעקלערט" און דו האלטסט אז רובאשקין איז א קרימינאל און דארף אפדינען זיין צייט, מיינט דאס נאכנישט אז יעדע איינצעלהייט וואס אנבאלאנגט די רובאשקין מערכה איז איבערגעטריבן און פאלש. ס'קען נאך אלס זיין אז די ריכטערין איז געווען א שונא ישראל, ס'קען נאך אלס זיין אז זי איר פסק איז אן איבערגעטריבענע פסק וכו' וכו'. וואס איך מיין צו זאגן איז אז אפילו דו ביסט אויפגעקלערט מיינט נאכנישט אז דו דארפסט אויטאמאטיש אננעמען אז די ריכטערין איז דוקא אן אוהב ישראל, די פסק איז דוקא יא א מעסיגע פסק, אז רובאשקין איז דוקא יא א נידעריגע קרימינאל, אז אויסגעבן געלט פאר זיינע אדוואקאטן איז געלט פארשווענדעניש און אזוי ווייטער. ודו"ק כי קצרתי.

גוגל-הדור » זונטאג מאי 6, 2012 6:09 pm

· #10185
ס'שטעלט זיך אויס דא אז ס'איז פארהאט צוויי ערליי אויפגעקלערטע. איינער איז דער אויפגעקלערטע המובחר, דער וואס פארשטייט אין א נושא דערנאך רעדט ער דערין אריין, אדער אויב פארשטייט ער נישט, רעדט ער דערין נישט אריין. דערנאך איז פארהאן דער אויפעגעקלערטע לשם אויפגעקלערטקייט. עם קימערט נישט אונטערגעקלערטע שיטות. ווען ער דערשמעקט עפעס פרימיטיווקייט, ער ווייסט ניטאמאל פונקטליך פארוואס, אבער ער שמעקט שוין אז דאס איז נישט ווי עס פאסט פאר אן אויפגעקלערטע כדוגמתו, איז ער שנעל זיך דערפון פורש. מיט דעם זוכט ער ענדערש צו זיין מיט די חבורה משכילים (אויפגעקלערטע) ווי מיט די חבורה פון פרימיטיווע פשוטי עם (וואס יעדער טראכט).
דא שטעלט זיך אויס א הנחה אז אן אמת'ער אויפגעקלערטע, איז משובח, אדער עכ"פ מ'קען עם נאך דערליידן. אבער דער אויפגעקלערטע לשם אויפגעקלערטקייט, ער איז שוין א פראבלעם. עם איז א מצוה פיינט צו האבן בתכלית. אדער זאל ער שנעלער שווייגן.
מיר קומט אויס גאר מאדנע אז דער הנחה אליין ליידט פון דעם זעלבן פראבלעם ווי זיין אויפגעקלערט לשם אויפגעקלערט.
וואס טויג נישט (פון א ראציאנאלן שטאנדפונקט) מיט א מענטש וואס קלויבט זיך מתחבר צו זיין ענדערש מיט א דיעה וואס זעט עם אויס ווי מתקבל לדעת אנדערע משכילים? לכאורה האט זיך עם אין דער עבר אויף געוויזן אז די סארט דעות זענען מער עומד על המבחן ווי פרימיטיווע דעות. נארוואדען? דער וואס ליינט דעם געשרייבעכץ פון דעם אויפגעקלערטן לשם אויפגעקלערטקייט האט מיט דעם א פראבלעם. ער וואלט ווען געוואלט זיך קענען סומך זיין אויף דעם כותב אלץ אן אריגינעלן טראכטער און דאס קענען מקבל זיין פאר זיך אדער אויף איבערצוזאגן פאר אן אנדערן ווי הלכה למשה מסיני. איז דען דאס אליין נישט וואס די שרייבער דא באשולדיגן דעם אויפגעקלערטן לשם אויפגעקלערטקייט?
אתמהה.

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג מאי 6, 2012 6:31 pm

· #10190
גוגל-הדור

שתי תשובות בדבר. איין תירוץ, איז פשוט: א דל גאה איז איינע פון די זאכן שאין הדעת סבלתן. דאס איז דער קורצער ענטפער, אבער ס'איז טאקע נישט נוגע נאר וואו דער "אויפגעקלערטער" פירט זיך טאקע מיט א דל-גאה-האלטונג, וואס רופט ארויס עקל ביי אנדערע.

דער אנדערער תירוץ איז: קיינעם איז נישט באקוועם צו שטיין אין א שמועס מיט עמיצן וואס קוקט אויף דיר פון אויבן אראפ. ווער רעדט נאך אויב יענער מאכט עס נאך בולט אנזעעוודיג, און רעדט/שרייבט מיט א מינע פון ביטול. אויב איז דער רעדנער/שרייבער עמיצער וואס ווייסט טאקע וואס ער רעדט און איך קען פון אים מקבל זיין, לוינט זיך צו ליידן און אראפשלינגען די אומבאקוועמליכקייט. אויב דער יעניגער איז אבער אן אויבער-חכם בלי שום דעקונג כלל וכלל, האלט איך נישט ביים ליידן פון אים.

אפילו ווען עמיצער איז יא קלוג, וויסנד, אינטעליגענט אא"וו, איז אויך דא א שיער וויפיל מענטשן וועלן טאלערירן אביוז. ווייסט דאך, א פראפעסאר איז בארעכטיגט צו זיין משוגע. מען האט דערפינדן א ספעציעלן טערמין פאר דעם צוועק: עקסצענטריש. ווען א פשוט'ער מענטש זאל זיך אויפפירן ווי דעם פראפעסאר, וועט ער הייסן א משוגענער. ווען עמיצער איז סתם נוטה אנצונעמען דעת האויבער חכם צוליב דער סיבה וואס דו שרייבסט, וועט רוב עולם מיט אים נישט האבן קיין פראבלעם. זייער א סך מאל נעמט דער דאזיגער "אויבער חכם" אן זיין שטעלונג בלויז דערפאר, ווייל עס קלינגט איבער-חכמ'דיג אזוי צו זאגן. אין רוב פעלער שמעקט עולם שנעל וואס יענער איז אויסן, און רעאגירט אזוי.

איז, פון א ראציאנאלן שטאנדפונקט קען זיין דו ביזט גערעכט. אבער דא איז פאראן דער עמאציעס-פאקטאר אין צוגאב צום ראציאנאלן.

בן תמליון » מאנטאג מאי 7, 2012 3:41 pm

· #10439
אלע זאגט איר דא איז דברים כדרבונות איך וואלט נאר מוסיף נופח געווען ס'קומט פאר אסאך מאל ביי געוויסע אזוי גערופענע אויפגעקלערטע וואס זיי האבן ביי זיך באשלאסן צו מאלן א ליניע וואו זיי האבן באשלאסן דער אמת שטייט איין און ווער עס שפרייזט אריבער זייער ליניע איז אויפגעקלערט אדער א משכיל. ביי איינעם איז עס אז מ'זאגט אז זיין רבי שפילט זיך נישט מיט נשמות ווען ער ווארפט די ברעקלעך ביים טיש, ביי א צווייטן איז עס צו ר' דניאל פריש צו ר' אהרלע ראטה זענען געווען יוסף צדיקא, ביי אנדערע איז עס ווייטער, דער אמת איז דער אמת שטייט נישט איין ביי קיינעם.

בכלל איז נישט אזא גוטער מנהג ביי געוויסע חרדים לדבר ה אנשטאט צו זיין משיב כהלכה אדער כסיל כאולתו באטיטולט מען כופר משכיל אדער גאר נארישער משכיל אויפגעקלערט לשם אויפגעקלערט און חסל אויס קשיא מדארף נישט חלילה צומישן דעם קאפ, דאס איז נישט דוכט זיך ממדת חכמים. סאיז אבער אמת אז זאגן פאר איינעם זאכן אקעגן זיינע טיפע גלייבונגען אין געפילן ווען ער'ז נישט מוכן צו הערן איז נישט עטיש און איך וועל אי"ה זיין נזהר להבא.

בן תמליון » מאנטאג מאי 7, 2012 3:43 pm

· #10440
יידל
קול דודי
יידל
הנוגע לנידונינו, ס'זענען דא חברה וואס זוכן צו זיין אויפגעקלערט.

ילמדינו רבינו: ווי אזוי קען מען וויסן בלויז פון איינעם׳ס געשרייבאכץ אויב זי איז ״ריכטיג״ אויפגעקלערט (וואס איז לכאורה גוט?) אדער גאר אויפגעקלערט לשם אויפגעקלערט (וואס דאס איז זייער זייער שלעכט)?

איך ווייס נישט צו מ'קען זען אויף הונדערט פראצענט פון איינעם'ס געשרייבאכטס וועלכע סארט אויפגעקלערטער ער איז, אבער סימנים מובהקים זענען זיכער דא.
איינס איז היפאקריפטיע - ווען ער איז נאר אויפגעקלערט אויף לינקס און נישט אויף רעכטס. צוויי דוגמאות וועלכע שרגא האט געגעבן. איינס, בן תמליון האט מענדעלע מוכר ספרים פארדייטיגט עד הסוף אבער ווען ס'קומען צו די גמרא האט ער פארגעסן אז "מדארף אויסוואקסן די קינדערישע שיכלעך נישט אלעס דרייט זיך ארום נבלים און מניוולים סאיז דא א טיפערער מענטשליכן מוסר". .

אגב כ'האב כלל נישט דערמאנט מענדעלע מוכר ספרים. מ'האט גערעדט פון יצחק באשעוויס איך מיין אז אויף צו האלטן אז מהאט איהם נישט צוגעטיילט דער נאבל פרייז פאר שרייבן ניוול דארף מען נישט זיין אויפגעקלערט לשם אויפגעקלערט והבוחר יבחר.

אגב אפשר איז כדאי צולייגן וואס כ'האב געהערט פון א איד בשם הגרחמ"ד ווייסמאנדל ער'ט געטייטשט: אלהים משמים השקיף על בני אדם לראות היש משכיל דורש אלהים (תהלים נ"ג).
טפשים בלי דעת וואס לויפן מיר נאך האב איך גענוג זאגט גאט, די חידוש איז דער משכיל וואס וויל מיר אט אויף די קוק איך ארויס ודפח"ח.

ידען » מאנטאג מאי 7, 2012 4:05 pm

· #10442
איך האב מיך טאקע געווינדערט ווי מענדעלע איז אפירגעקומען אהער, ווען שרגא אליינס איז דאך געווען ביי דעם שמועס ביי באשעוויסן.

איך בין נישט אזוי קלאר מיט די ביכער, אביר וויפיל איך ווייס איז באשעוויס געווען כל כולו אריינגעטוהן אין נבלה אבער נישט די אנדערע, עכ״פ נישט נאנט אזוי אין שמיץ ווי ער.

״שלום עליכם״ ווייס איך נישט וואס סע שלעכט איהם צו לייענען. בינעך גערעכט?

בן תמליון » מאנטאג מאי 7, 2012 4:38 pm

· #10453
ידען
איך האב מיך טאקע געווינדערט ווי מענדעלע איז אפירגעקומען אהער, ווען שרגא אליינס איז דאך געווען ביי דעם שמועס ביי באשעוויסן.

איך בין נישט אזוי קלאר מיט די ביכער, אביר וויפיל איך ווייס איז באשעוויס געווען כל כולו אריינגעטוהן אין נבלה אבער נישט די אנדערע, עכ״פ נישט נאנט אזוי אין שמיץ ווי ער.

״שלום עליכם״ ווייס איך נישט וואס סע שלעכט איהם צו לייענען. בינעך גערעכט?

זייער שווער צו ענטפערן ס'ווענט זיך וויאזוי מקוקט עס אן זיכער נישט רעקאמענדירט פאר א ישיבה בחור. כל כולו איז טיפער לויט ווי איך זעה יעדער האט רעכט צו מחולק זיין.

כוכב » מאנטאג יוני 16, 2014 7:43 am

· #206198
זיך אנגעטראפן אין קעלער אין א וואונדערליכע אשכול, די נייערע וואלטן געמעגט כאפן א בליק דערין.
#אויפוועקער אלערט

אשכולות אויפוועקער » מאנטאג יוני 16, 2014 7:52 am

· #206199
הנני

מי אני » מאנטאג אוגוסט 1, 2022 12:00 pm

· #505488
משה לייב לילינבלום שרייבט אין זיין מה היא השכלה:
ורואים אנו הרבה מבני הנעורים, וביחוד אותם שלא זכו להיות תלמידי איזה בית-ספר, הולכים כולם בדרך אחת: מניחים הם את תלמודם ורצים הם אל ספרי ההשכלה עד שהם קונים להם בקיאות במעט או הרבה דינים מדקדוק הלשון העברית, ומלמדים את אצבעותיהם לכתוב מאמר קטן או גדול בשפת עבר, ממלאים כרסם באיזה ספרים קלי ערך, שספרותנו מלאה מהם, ומכחישים באיזה דבר או ספר הנקדש בעיני ההמון, ובזה הם יוצאים ידי חובתם לעצמם ומאמינים, שבצדק הם מכונים בפי עצמם ובפי שוטים כמותם בשם “משכילים”. ומכיון שהם קונים להם שם הכבוד הזה הרי הם רואים עולמם בחייהם וכסבורים הם שכבר הגיעו אל מטרתם.

אבל יודע אני מה מונע את בני הנעורים לבחור להם ענין הגון לעסוק בו, תחת דברי ההבל הממלאים את לבם, והוא השכרון! בני הנעורים המגודלים על התלמוד ועוסקים בו לשמה ולשם אהבת האמת, בשעה שהם מתנפלים על ספרי השכלה מדמים הם בעצמם, שהם רואים עולם חדש, והדמיון הזה ממלא אותם שכרון כל כך, עד שהם אובדים דרכם ואינם חוקרים לדעת מה שיבחרו להם ובמה יכשלו. ואם עוד יזדמן להם לשמוע מפי איזה שוטה, מקרוביהם או שלא מקרוביהם, שהם אפיקורסים, אז שכרונם מתגבר עליהם עוד יותר, ובערבוב ראשם הם ממלאים את כרסם בכל דבר הבל הבא לידם, אם נושא הוא את שם ההשכלה עליו.
דאס איז דאך געווען @ארי נוהם׳ס טענה. וידוע האיך הגדיר קאנט את ה״השכלה״.

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 1, 2022 11:27 pm

· #505545
כוכב
זיך אנגעטראפן אין קעלער אין א וואונדערליכע אשכול, די נייערע וואלטן געמעגט כאפן א בליק דערין.
#אויפוועקער אלערט
ייש"כ @מי אני פאר ווידער אויף פרישן דעם אשכול, מיט א נופך מידיליה נאך אויך.

מי אני » פרייטאג אקטאבער 20, 2023 5:23 pm

· #537984
פון דא און ווייטער האט זיך ערווארבן א שמועס איבער מגדיר זיין ״אויפגעקלערטקייט״, דהיינו ״ענלייטענד״. עס האט זיך געטוהן צי אויב עס אפעקטירט נישט איינעם׳ס התנהגות און בּיהעיוויאר בפועל, הייסט דאס דעמאלטס נישט ״אויפגעקלערט״. אין אנדערע ווערטער, דאן איז דאס נאר ״אויפגעקלערט״ לשם ״אויפגעקלערט״ ולא יותר.

דאס האט מיר דערמאנט פון וואס דר. יהודה קורצער האט געזאגט בסוף פון די לעקציע. ער האט געזאגט אז וואס א לעקציע וכו׳ ציהלט אויף איז ABC. והיינו, צו אויפטוהן לגבי די צוהערערס׳ אפעקט און געפיהל צו די נושא; צו אויפטוהן לגבי די צוהערערס׳ בּיהעיוויאר און זיי זאלן טוהן עפעס (אנדערש) ביחס צו די נושא; און צו אויפטוהן לגבי די צוהערערס׳ קאגנישאן און פארשטאנד ושיטות בשכל לגבי די נושא.

איך וואלט געזאגט אז זיין ״אויפגעקלערט/ענלייטענד״ איז בעיקר אויף אויסצוברייטערן דעם A און C חלק: צו אויסברייטערן די געפיהל און קאגניטיוו מקומות לגבי פארשידענארטיגע שיטות ומהלכים בנושאים (און זיי וויסן, און קענען האבן א פאזיטיווע געפיהל צו זיי בכלל). משא״כ לגבי טוישן ממש עפעס אינעם B און התנהגות חלק איז ל״ד. דאס איז ווייל וויבאלד א התנהגות איז שוין עפעס במעשה ובפועל ממש און אבּזערווידענד, פארלאנגט דאס שוין בהכרח א קאסט-בּענעפיט אנאליז בפּראקטיק. וואס צו מאכן די שוקל זיין, איז דאך אליינס א קאגניטיוו ראציאנאלע ענלייטענד וועג פון טראכטן. אזויפיל יא, אז ער דארף זעהן משוה צו זיין אז זיין ברייטערע A און C אין דעם, זאל נישט זיין א סתירה ממש ובהדיא מיט זיין B חלק, וואס דאן איז דאך אט דאס די באקאנטע פראבלעם פון קאגניטיוו דיסאנענס.