☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אליעזר בן יהודה

אליעזר בן יהודה

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5515
בלאט: 1 2

אפטעמיסט » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 6:11 pm

· #170608
אליעזר בן יהודה
אליעזר בן יהודה איז געבוירן געווארן אלס אליער יצחק פערלמאן אין ינואר פון יאר 1858, צו זיינע עלטערן ר' יהודה לייב און פייגא, אין שטאט ווילנא.
זיינע עלטערן זענען געוועהן חסיד'ישע אידן, מדקדקים בקלה כבחמורה, האבן געפירט א תורה'דיגע ערליכע לעבנסשטייגער און געשטרעבט צו אויפציען א שטוב פון בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.
אלט זייענדיג בלויז 5 יאר איז דער קליין אליעזר'ל פאר'יתום'ט געווארן פון זיין פאטער.
זיין מוטער האט שטארק פראבירט צו ערציען אירע 4 יתומים ע"פ דרך התורה און געשיקט דעם קליין אליעזר'ל לערנען אין חדר.
ביי די 13 יאר איז ער געפארן לערנען אין ישיבה אין שטאט פלאצק און איינגעשטאנען ביי זיין פעטער דוד, א ברידער פון זיין מוטער. דער ראש הישיבה (הרב יוסף בלאקער) וואס איז געוועהן א באהאלטענער משכיל האט אים באקאנט געמאכט מיט ביכער אויף שפראך און דקדוק, וואס איז דאן געוועהן אן אפגעפרעגטע לימוד אין די שטרענג היימישע קרייזן, און בן יהודה איז פארליבט געווארן אין דאס לשון הקודש'ע שפראך און איר גראמאטיק.
ווען זיין פעטער האט זיך דערוויסט פון זיינע מעשים האט ער אים פארשיקט פון פלאצק מיט'ן האפענונג אז ער וועט זיך צוריקערן צום חרדי'שע לעבענסשטייגער, אבער גארנישט האט נישט געווירקט.
אין יענע תקופה האט זיך בן יהודה באקענט מיט א מאדערענע איד שלמה נפתלי הערץ יאנאס, און פלעגט זיך דרייען ביי אים אין שטוב וואו ער האט ווייטער שטאדירט דקדוק און זיך אויך אויסגעלערנט רוסיש. בן יהודה האט שפעטער געהייראט יאנאס'ס טאכטער דבורה און ווען זי איז געשטארבן אין יאר 1891, האט ער געהייראט איר יונגערע שוועסטער ביילה.
אין יאר 1893 האט יאנאס געשריבן א מאמר אויף חנוכה וואס איז געדרוקט געווארן אין דעם צייטונג 'הצבי'. יאנאס האט פארענדיגט זיינע שורות מיט די ווערטער "לאסוף חיל ללכת קדימה", זיינע שונאים, פון די אנשי יישוב הישן, האבן אים פאר'מסר'ט פאר די טערקן, וואס האבן אויסגעטייטשט זיינע ווערטער כאילו ער וויל גרינדען א מיליטער וואס זאל איינעמען אר"י, און בן יהודה, דער עורך פון 'הצבי' איז פאר'משפט געווארן צו איין יאר טורמע.
נאך צוויי וואכן שמאכטן אין טורמע האט בן יהודא געשריבן א הערליכע בריוו צו זיין פרוי:
חמדתי, רעיתי, חיי נפשי ורוחי, מחר יום הדין. לבי אומר לי, תקותי חזקה, כי יראו השופטים בעצמם כי רק עלילת שוא העלילו שונאי עלי, והוציאוני לחפשי; אני מרגיש כי זה לי הלילה האחרון בבית האסורים, למחר בעת הזאת נהיה יחד בבתינו. מה אחבקך, בתי היקרה, מה אנשקך רעיתי המתוקה! מה נעים לי בית האסורים הלילה הזה, מה יקר לי חדר כלאי, בתקותי להיות מחר אתך יחד! אבל, רעיתי חמדתי היקרה, בכל זאת אין איש יודע מה יולד מחר. מקרה היתר קל יוכל לגרם איזה בלבול, איזה עכוב קטן, ודי בזה להשיבני שנית אל חדרי לאיזה ימים. עלינו לחשב תמיד היתר רע, ולהיות נכונים לקבל את הרע באמץ רוח, כיאות לאנשים כמונו, כיאות לאשה כמוך. ועל כן, חמדתי היקרה, בכל תקותנו להתראות מחר בביתנו, נהיה נא נכונים ומזמנים גם להרע. אל נא יפול לבנו, נתחזק בההכרה הזאת, כי מפני חבתנו ועבודתינו לטובת עמנו ולטובת הקדמה התגוללו שונאינו עלינו והעלילו עלינו עלילות שקר. ההכרה הזאת דיה לנו לשאת ולסבול הכל באמץ לב ורוח. ועל כן רעיתי היקרה, חזקי ואמצי, ודעי כי במנוחתך אמצא מנוחה גם אני ובעדתי כי את תגברי על כל צרה הזאת שבאה עלינו והיית בריאה, אמצא גם אני כח לסבול למען נוכל אחרי כן להיות יחד ולשוב לעבודתנו הגדולה לטובת הקדמה כמקדם. אחבקך בתי הנעימה ואנשקך.

ער איז טאקע דערנאך באפרייט געווארן, נאך בלויז צוויי וואכן אין טורמע.
בן יהודה איז געוועהן א מייסטער שרייבער און מומחה עצום אין דקדוק און שפה. ער האט איבערגעפרישט דאס לשה"ק שפראך און האט זיך געשלאגן אז עברית זאל ווערן די אפיציעלע שפראך אין ישראל און נישט אידיש.
ער פארבלייבט א גאר קאנטערווערסיאלער פארשוין. אין מדינת ישראל איז ער באקאנט אלס דער "מהחייה הלשון העברית" און ווערט פארעכענט אלס איינע פון די גבורי האומה וואס האט געהאלפן דאס אידישע פאלק בויען א זעלבסטשטענדיגע לאנד און אן אייגענע שפראך. ווידער אין די קנאי'שע קרייזן איז בן יהודה אן אראפגעקוקטע מאן, א "מחלל שבת און כופר", וואס איז "געשטארבן שבת מיט'ן פעדער אין די האנט".
270px-BYwork.jpg

דער (פינטעל) איד » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 8:57 pm

· #170652
הייסט איינער וואס קוקט אראפ א מחלל שבת איז א קנאי? אקעי איך הער. מ'לערנט זיך אייביג אויס נייע זאכן

קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 9:10 pm

· #170656
אויף חילול שבת זאל אים גאט באצאלען כפי פעלו.

אבער פארן אויפלעבן דעם אלטען תנ"ך שפראך, קומט אים קרעדיט.

טאמבל סאס » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 9:12 pm

· #170657
דער (פינטעל) איד
הייסט איינער וואס קוקט אראפ א מחלל שבת איז א קנאי? אקעי איך הער. מ'לערנט זיך אייביג אויס נייע זאכן

וואס פארשטייסטע נישט? דער מחלל שבת רופט יענעם אן קנאי.
אדער דער קנאי טראכט אז דער מחלל שבת באטראכט אים זעלבסט פאר א קנאי
אדער קנאי איז אינאמת'ן א חושיבער טיטול, וואס מ'באקרוינט עמיצן וואס קעמפט פאר די תורה'ס וועגן. כמו שנאמר, בפנחס, בקנאו את קנאתי
אדער איז פשט אין די קנאישע קרייזן, וואו מ'שפייעט אויך אויף קליינע מיידלעך, האט מען אים כל שכן אראפגעקוקט צוליב זיין מחלל זיין דעם שבת, כאטש ער האט מכניס אורח געווען אסאך צעבראכענע נשמות.

אפטעמיסט » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 9:19 pm

· #171005
כ'האב געהערט נאכזאגן, דאכט זיך בשם דער רעבעזכילינו, אז דאס ווארט 'שפראך' אין לשה"ק הייסט 'לשון' [בגמט' 386] ווידער אין עברית זאגט מען 'שפה' [בגמט' 385], וואס איז די חילוק פון די צוויי? דער איינער אחד יחיד ומיוחד... 😮

קאווע טרינקער » מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 6:58 pm

· #171219
אפטעמיסט
כ'האב געהערט נאכזאגן, דאכט זיך בשם דער רעבעזכילינו, אז דאס ווארט 'שפראך' אין לשה"ק הייסט 'לשון' [בגמט' 386] ווידער אין עברית זאגט מען 'שפה' [בגמט' 385], וואס איז די חילוק פון די צוויי? דער איינער אחד יחיד ומיוחד... 😮

אבער די בני יששכר זאגט דאך אז איין נומער ארויף אדער אראפ מאכט נישט קיין חילוק, אזויווי די פסוק זאגט, אפרים ומנשה = כראובן ושמעון.

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 12:55 am

· #171294
אפטעמיסט
כ'האב געהערט נאכזאגן, דאכט זיך בשם דער רעבעזכילינו, אז דאס ווארט 'שפראך' אין לשה"ק הייסט 'לשון' [בגמט' 386] ווידער אין עברית זאגט מען 'שפה' [בגמט' 385], וואס איז די חילוק פון די צוויי? דער איינער אחד יחיד ומיוחד... 😮

"ויהי כל הארץ שפה אחת ודברים אחדים". א קושיא אויף א מעשה, וועט מען מוזן זאגן אז דער תלמיד טועה הידוע לשמצה האט איבערגעלעבט דעם קריג און האט זיך געדרייעט ביים רעב'ן זכיסעליינו.

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:22 am

· #171305
כ'מיין אז די בעל הטורים זאגט גאר אז שפה אחת וגו' איז בגימטריה לשון הקודש.
ואין אתנו יודע עד מה.

אויס מענטש » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:09 am

· #171324
פארוואס האט מען עס געמאכט אויף די ספרדישע הברה?

אפטעמיסט » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:54 am

· #171336
מפני כמה טעמים. די ערשטע פשוט'ע סיבה איז ווייל די ספרד'ישע הברה איז די ריכטיגע (לכאורה) און בכלל איז בן יהודה אנציקט געווארן פון די ריכטיגע דקדוק און נקודות מיט וואס די ספרדים רעדן, און האט געוואלט אזוי זאל עברית אויסזעהן און זיך הערן.
נאך אן אנגעבליכע סיבה וואס פארשער געבן אן איז אז בן יהודה האט געוואלט א נייע פרישע שפראך, וואס זאל נישט דערמאנען די געליטענע אידן פון דער אמאליגע געטא, און האט עס דערפאר געמאכט אויפן ספרד'שע הברה.
ס'זענען דא נאך סיבות, אבל אין כאן המקום להאריך.

כתר מלכות » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:57 pm

· #171449
טאמבל סאס
דער (פינטעל) איד
הייסט איינער וואס קוקט אראפ א מחלל שבת איז א קנאי? אקעי איך הער. מ'לערנט זיך אייביג אויס נייע זאכן

וואס פארשטייסטע נישט? דער מחלל שבת רופט יענעם אן קנאי.
אדער דער קנאי טראכט אז דער מחלל שבת באטראכט אים זעלבסט פאר א קנאי
אדער קנאי איז אינאמת'ן א חושיבער טיטול, וואס מ'באקרוינט עמיצן וואס קעמפט פאר די תורה'ס וועגן. כמו שנאמר, בפנחס, בקנאו את קנאתי
אדער איז פשט אין די קנאישע קרייזן, וואו מ'שפייעט אויך אויף קליינע מיידלעך, האט מען אים כל שכן אראפגעקוקט צוליב זיין מחלל זיין דעם שבת, כאטש ער האט מכניס אורח געווען אסאך צעבראכענע נשמות.


ילמדינו רבינו, וויאזוי האט מען אים אנגעקוקט אין די נישט היימישע קרייזן בנוגע זיין חילול שבת ?

טאמבל סאס » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 4:41 pm

· #171472
אדער פאר א פארלוירענע נשמה פון א צעבראכענע שטוב.

אדער פאר א שייגעץ משוקץ וואס מ'דארף דערטרענקען אין מקוה

כתר מלכות » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 4:48 pm

· #171475
נישט דא עפעס אין צווישן?

ברסלבער » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:16 pm

· #173137
אפטעמיסט
כ'האב געהערט נאכזאגן, דאכט זיך בשם דער רעבעזכילינו, אז דאס ווארט 'שפראך' אין לשה"ק הייסט 'לשון' [בגמט' 386] ווידער אין עברית זאגט מען 'שפה' [בגמט' 385], וואס איז די חילוק פון די צוויי? דער איינער אחד יחיד ומיוחד... 😮

ענליך צו דעם קען מען זאגן, וואס איז די חילוק פון א 'איד' און אן 'אט"ד'? נאר דער איינער אחד יחיד ומיוחד...

טאמבל סאס » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:48 pm

· #173153
און דער זעלבער חילוק איז דא פונעם 'אחד' (דער איין איינציקער, ערד און זיבן הימלען, און פיהר זייטן פון די וועלט...) ביז'ן 'אט"ד'.
ויהי המחנה כבד מאד.. ויבואו עד גורן האט"ד.. שרומז על ממשלת מצָרים שהוסרה מפני ממשלת האט"ד, כי ראו גורן, שרומז על ממשלת ישראל, שמלובשים בגדים עד הגורן.
וע"כ כתוב, ויספדו שם מספד גדול וכבד מאוד...

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 3, 2014 2:40 pm

· #173197
אפטעמיסט

ס'זענען דא נאך סיבות, אבל אין כאן המקום להאריך.

דאס אמת'ע סיבה איז, וויבאלד אין ארץ ישראל זענען געווען מער ספרדים ווי אשכנזים, און דאס איינציגסטע שפראך וואס ביידע האבן געקענט איז געווען לשון הקודש.

אני-הק' » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 7:21 pm

· #481429
מער אויף אים קענט איהר ליינען אינעם ביכל "געבליבן אינדרויסן" זיין גאנצע לעבנ'ס געשיכטע אראפגעלייגט מהכל ועד כלה, און אויך איבער די ערליכע אידן וואס זיי האבן געהאלטן איבער אים, ועוד ועוד הרבה.
די ביכל איז שוין איבערגעדרוקט געווארן עטליכע מאל, און ס'איז דא צו באקומען אין די ספרים געשעפטן.

אפטעמיסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 10:02 pm

· #481436
וואו קען מען קויפן די בוך?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 7:13 am

· #481468
גראדע די הברה (מבטא?) פון די שטאנדאריזירטע עברית איז אויך רוב אשכנזיש, ס׳נאר די נקודות - וואס מ׳האט אדאפטירט די ספרדישע, די הברה פון די אותיות זענען כמעט אינגאנצן אשכנזיש (פויליש-ליטוויש). די אותיות, גימ״ל הרפה (אסאך ספרדים פלעגן עס זאגן ווי א גארגעלנדיגע רי״ש), וא״ו (ספרדים ווי א W), חי״ת (ספרדים: ḥ), טי״ת (ס: ṭ), עי״ן (ס: ʿ), צדי״ק (ס: ṣ), קו״ף (ס: q), זענען אלע אשכנזיש, די רי״ש איז פויליש-ליטוויש, ה״א און יו״ד איז זייער פארשפרייט די ליטווישע אקצענט ווי אן אל״ף, נאר די תא״ו איז ספרדיש.

בנוגע די עהנליכקייט צווישן עברית און פראנצויזיש, דא מאכט איינער אן עקספערימענט צו פרעמדע קענען אידענטיפיצירן עברית, רוב טיילנעמער אידענטיפיצירן עס פאלש אלס דייטש, וואהרשיינליך צוליב דעם גארגעלנדיגען רי״ש (וואס איז מער פארשפרייט אין פראנצויזיש ווי אין דייטש).

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 10:58 pm

· #481522
דער (פינטעל) איד
הייסט איינער וואס קוקט אראפ א מחלל שבת איז א קנאי? אקעי איך הער. מ'לערנט זיך אייביג אויס נייע זאכן

ניין: נאר איינער וועלכער איז א נארמאלער מענטש קען זעהן די מעלות און גוטע זייטן אויך פון א מחלל שבת ווי אליעזר בן יהודה. אפגעזעהן פון דעם רעליגיעזן שטאנדפונקט, איז ער געווען א געוואלדיגער ידען און ער האט טאקע געשריבן די שפראך עברית מיט א סאך קלוגשאפט און ידיעות פון אונזערע מקורות, ווי נ"ך, מדרשים און גמרא...!

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 11:01 pm

· #481523
רביה''ק זי''ע
גראדע די הברה (מבטא?) פון די שטאנדאריזירטע עברית איז אויך רוב אשכנזיש, ס׳נאר די נקודות - וואס מ׳האט אדאפטירט די ספרדישע, די הברה פון די אותיות זענען כמעט אינגאנצן אשכנזיש (פויליש-ליטוויש). די אותיות, גימ״ל הרפה (אסאך ספרדים פלעגן עס זאגן ווי א גארגעלנדיגע רי״ש), וא״ו (ספרדים ווי א W), חי״ת (ספרדים: ḥ), טי״ת (ס: ṭ), עי״ן (ס: ʿ), צדי״ק (ס: ṣ), קו״ף (ס: q), זענען אלע אשכנזיש, די רי״ש איז פויליש-ליטוויש, ה״א און יו״ד איז זייער פארשפרייט די ליטווישע אקצענט ווי אן אל״ף, נאר די תא״ו איז ספרדיש.

בנוגע די עהנליכקייט צווישן עברית און פראנצויזיש, דא מאכט איינער אן עקספערימענט צו פרעמדע קענען אידענטיפיצירן עברית, רוב טיילנעמער אידענטיפיצירן עס פאלש אלס דייטש, וואהרשיינליך צוליב דעם גארגעלנדיגען רי״ש (וואס איז מער פארשפרייט אין פראנצויזיש ווי אין דייטש).

רביה"ק זי"ע: דער סינטאקס הערט זיך ענדערש ווי פראנצויזיש...!

מפיל קינד » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 10:20 am

· #481557
קאווע טרינקער
אפטעמיסט

ס'זענען דא נאך סיבות, אבל אין כאן המקום להאריך.

דאס אמת'ע סיבה איז, וויבאלד אין ארץ ישראל זענען געווען מער ספרדים ווי אשכנזים, און דאס איינציגסטע שפראך וואס ביידע האבן געקענט איז געווען לשון הקודש.

אין יענע יארן מער ספרדים?! כ'מיין איר האט א טעות.

דער עיקר ציל איז געווען אויסצולערנען די ספרדישע הגייות, וואס די שפראך קענער האבן געזען אלס ריכטיגער, אבער איז דורכגעפאלן. די ספרדישע דקדוק האט זיך קיינער נישט געלערנט, און קוים וואס די ספרדישע קענען עס נאך היינט.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 11:06 am

· #481558
מפיל קינד: ועוד. די אריגינאלע הברה איז געווען די ספרד'ישע הברה. נאר אונז אשכנזים האבן עס ביי א געוויסן פונקט פארבויגן...!

הרב עובדיה יוסף , וועלכער איז געווען א שטיקל ראסיסט בענייני ספרדים/אשכנזים, האט זיך אמאל אויסגעדרוקט בלשון חוזק. (געהערט אויף א טעיפ).. במתק לשונו..."מה זה ה' אלויקייני מעלעך האא-אוילאם"...!

ביי א צווייטע געלעגנהייט ווען ס'האטציך געהאנדלט איבער דעם פאקט וואס עטליכע פרומע עמי הארצים נעמען נישט קיין שויער אין די 9 טעג. אפילו זיי שוויצן שטארק. און מאכן אן א חילול ה' ווען זיי גייען אין פאבליק. אויף א באס וכדומה. האט ער געזאגט..."אשכנזים חמורים. לא מתרחצים. ומסריחים"...!

זופ מיט מאנדלען » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 4:16 pm

· #481579
berlbalaguleh
מפיל קינד: ועוד. די אריגינאלע הברה איז געווען די ספרד'ישע הברה. נאר אונז אשכנזים האבן עס ביי א געוויסן פונקט פארבויגן...!


שוין געהערט אסאך זאגן אזוי אבער כוואלט געקענט באשטיין צו הערן א מקור און ווען סהאט זיך געטוישט און פארוואס.

מפיל קינד » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 5:02 pm

· #481585
די ספרדים זענען געבליבן אין זייערע לענדער משך אלפיים שנות הגלות. זיי האבן נישט אזויפיל געוואנדערט פון איין לאנד צום צווייטן און זייער שפראך האט זיך נישט אזויפיל געטוישט.

משא"כ די אשכנזים האבן מער געוואנדערט גולה אחר גולה, האט זיך זייער שפראך עוואליזירט כפי המצב, לויט די מדינות און קולטורן.

זופ מיט מאנדלען » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 7:58 pm

· #481596
די ספרדים זענען אויך נישט געבליבן אין זייערע לענדער פאר צו לאנג, זיי האבן אויך ארומגעוואנדערט און די אראבישע לענדער זינט גירוש ספרד און אין שפאניע זענען זיי אויך נישט געווען מער פון פינף הונדערט יאר פארדעם זענען זיי געווען און מצרים, מאראקא, טערקיי וכדומה.

די אשכנזים ווידער זענען יא געווען קאצענטרירט אין די מערב אייראפעאישע לענדער דורכאויס דעם מיטלאלטער און דערנאך.

בקיצור נניח אז ביידע האבן ארומגעוואנדערט פארוואס זאלן מיר אננעמען אז די אשכנזים האבן געטוישט און נישט די ספרדים?

מפיל קינד » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 8:50 pm

· #481600
האסטו ספרדים פון ספרד און פארטיגאל. וואס איז מיט אלע אנדערע אראבישע לענדער? איראק, איראן, טוניזיע, טערקיי, עטיאפיע, סיריע, מאראקא, מצרים וכו'. דארט זענען זיי אלע געווען פאר 2 טויזנט יאר.

תוהו ובוהו » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 9:00 pm

· #481602
Re: אליעזר בן יהודה
מפיל קינד
וואס איז מיט אלע אנדערע אראבישע לענדער? איראק, איראן, טוניזיע, טערקיי, עטיאפיע, סיריע, מאראקא, מצרים וכו'

חוץ איראק און סיריע זענען די איבריגע נישט קיין אראבישע לענדער

מפיל קינד » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 9:20 pm

· #481604
לייג צו תימן און ליביע.

מאראקא, טוניזיע, מצרים, זענען אויך עמטליך אראביש. איראן און טערקיי עמטליך נישט. רוף עס וויאזוי דו ווילסט.

רביה''ק זי''ע » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 9:25 pm

· #481605
ס׳איז שוין אן אלטע מחלוקת הפוסקים (פאר ווער ס׳גיבט א דעקל פאר די זאכן) וועלכעס אקצענט איז דאס אויטענטישע לשון הקודש, רבי נתן אדלער האט זאגאר זיך געלערנט דעם ספרדישן אקצענט און אפיציעל געדאוונט נוסח ספרד מיט׳ן ספרדיש׳ן אקצענט ווייל ער האט געהאלטן אז ס׳איז ממש די אויטענטישע לשון הקודש וואס משה רבינו האט גערעדט. אפגעזעהן פון וואס די פוסקים האלטן איז דאך פשוט אז אויב ס׳עקזיסטירט אזא מין ענין ווי ״אויטענטישע לשון הקודש״ זענען די ספרדישע הברות נענטער דערצו ווי די אשכנזישע, לשון הקודש הייסט אפיציעל צו זיין א סעמיטישע שפראך און א נאנטע קרוב מיט אראביש און אראמיש און די ספרדישע הברות זענען מער ענליך צו די אנדערע סעמיטישע שפראכן ווי די אשכנזישע וואס ענדלען מער צו דייטש. אויסער דעם ווייסן מיר אז לשון הקודש דארף כלומפרשט צו האבן 29 consonants, די 22 אותיות, און בג״ד כפ״ת וואס האבן צוויי consonants יעדעס איינס, און שי״ן שמאלית (באמת איז עס נאר 28 ווייל די אל״ף איז באמת א וואקאל, אראביש האט אויך 28 קאנסאנענטס + די אל״ף, אדער ווי זיי רופן עס alif), די אשכנזישע הברות האבן נאר די האלב דערפון, די ספרדישע הברות האבן מער, איינס מער און איינס ווייניגער, אבער מער פון די אשכנזישע האבן אלע.

די אשכנזישע הברה מיט די ווייניגסטע קאנסאנענטס איז מן הסתם די ״אריגינעלע״ ליטווישע (פאר ווער ס׳געדענקט, שוין נישט דא פון די זיסע אידן ז״ל), האסט אזוי:

א, ה, י, ע זענען אלע ווי אן A
בּ
ב, ו זענען ביידע ווי א V
גּ, ג
דּ, ד
ז
ח, כ
ט, תּ זענען ביידע ווי א T
כּ, ק זענען ביידע ווי א K
ל
מ
נ
ס, שׁ, שׂ, ת זענען אלע ווי אן S
פּ
פ
(צ׳ איז א צאמשטעל פון ט׳ מיט ס׳)
ר

סך הכל נאר 16 קאנסאנענטס פון די ״אריגינעלע״ 29!!

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 6:27 am

· #481637
מאך זיכער
berlbalaguleh
מפיל קינד: ועוד. די אריגינאלע הברה איז געווען די ספרד'ישע הברה. נאר אונז אשכנזים האבן עס ביי א געוויסן פונקט פארבויגן...!

הרב עובדיה יוסף , וועלכער איז געווען א שטיקל ראסיסט בענייני ספרדים/אשכנזים, האט זיך אמאל אויסגעדרוקט בלשון חוזק. (געהערט אויף א טעיפ).. במתק לשונו..."מה זה ה' אלויקייני מעלעך האא-אוילאם"...!

ביי א צווייטע געלעגנהייט ווען ס'האטציך געהאנדלט איבער דעם פאקט וואס עטליכע פרומע עמי הארצים נעמען נישט קיין שויער אין די 9 טעג. אפילו זיי שוויצן שטארק. און מאכן אן א חילול ה' ווען זיי גייען אין פאבליק. אויף א באס וכדומה. האט ער געזאגט..."אשכנזים חמורים. לא מתרחצים. ומסריחים"...!

ער האט זיך נישט אזוי אויסגעצייכנט אין האלטן דאס מויל, אין פילע פעלער האט ער זיך אויסגעדרוקט גאר מצרי'ש.

מאך זיכער: ווייל מקורות'דיג איז ער געווען א פשוט'ער איד. נאר ער האטציך ארויפגעארבעט אין לערנען דורך זיין אויסערגעווענליכע התמדה...!

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 6:36 am

· #481638
רביה''ק זי''ע
ס׳איז שוין אן אלטע מחלוקת הפוסקים (פאר ווער ס׳גיבט א דעקל פאר די זאכן) וועלכעס אקצענט איז דאס אויטענטישע לשון הקודש, רבי נתן אדלער האט זאגאר זיך געלערנט דעם ספרדישן אקצענט און אפיציעל געדאוונט נוסח ספרד מיט׳ן ספרדיש׳ן אקצענט ווייל ער האט געהאלטן אז ס׳איז ממש די אויטענטישע לשון הקודש וואס משה רבינו האט גערעדט. אפגעזעהן פון וואס די פוסקים האלטן איז דאך פשוט אז אויב ס׳עקזיסטירט אזא מין ענין ווי ״אויטענטישע לשון הקודש״ זענען די ספרדישע הברות נענטער דערצו ווי די אשכנזישע, לשון הקודש הייסט אפיציעל צו זיין א סעמיטישע שפראך און א נאנטע קרוב מיט אראביש און אראמיש און די ספרדישע הברות זענען מער ענליך צו די אנדערע סעמיטישע שפראכן ווי די אשכנזישע וואס ענדלען מער צו דייטש. אויסער דעם ווייסן מיר אז לשון הקודש דארף כלומפרשט צו האבן 29 consonants, די 22 אותיות, און בג״ד כפ״ת וואס האבן צוויי consonants יעדעס איינס, און שי״ן שמאלית (באמת איז עס נאר 28 ווייל די אל״ף איז באמת א וואקאל, אראביש האט אויך 28 קאנסאנענטס + די אל״ף, אדער ווי זיי רופן עס alif), די אשכנזישע הברות האבן נאר די האלב דערפון, די ספרדישע הברות האבן מער, איינס מער און איינס ווייניגער, אבער מער פון די אשכנזישע האבן אלע.

די אשכנזישע הברה מיט די ווייניגסטע קאנסאנענטס איז מן הסתם די ״אריגינעלע״ ליטווישע (פאר ווער ס׳געדענקט, שוין נישט דא פון די זיסע אידן ז״ל), האסט אזוי:

א, ה, י, ע זענען אלע ווי אן A
בּ
ב, ו זענען ביידע ווי א V
גּ, ג
דּ, ד
ז
ח, כ
ט, תּ זענען ביידע ווי א T
כּ, ק זענען ביידע ווי א K
ל
מ
נ
ס, שׁ, שׂ, ת זענען אלע ווי אן S
פּ
פ
(צ׳ איז א צאמשטעל פון ט׳ מיט ס׳)
ר

סך הכל נאר 16 קאנסאנענטס פון די ״אריגינעלע״ 29!!

רביה"ק זי"ע: עטליכע הערות..! טי"ת און תי"ו זענען עפ"י דיקדוק (אפילו ביי אונז) אנדערש. א תי"ו ווערט ארויסגעזאגט אזוי ווי...TH...!

די ספרדים זאגן ארויס א צד"י אזוי ווי א סמ"ך...!

דער נאמען ..."סופיה"...Sofia...נעמט זיך פון דעם ספרד'ישן..."צופיה"...!

זופ מיט מאנדלען » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 8:25 am

· #481640
מפיל קינד
לייג צו תימן און ליביע.

מאראקא, טוניזיע, מצרים, זענען אויך עמטליך אראביש. איראן און טערקיי עמטליך נישט. רוף עס וויאזוי דו ווילסט.

די תימנע הברה וועלכע דארף לכאורה צו זיין דאס מערסטע ארגינאל איז אויך אנדערש פונעם ספרדישן הברה.

סעגאל » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 8:36 am

· #481641
די תימנע הברה האט ער נישט געקענט אננעמען ווייל מען האט זיי געהאלטן פאר צווייטע קלאס מענטשן וואס זענען נאר געניג אנציפילן די נייע לאנד מיט מענטשן פלייש .
אין אויך ווייל דעמאלטס וואלטן נישט די אשכנזים אין נישט די ספרדים געקענט רעדן

זופ מיט מאנדלען » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 9:54 am

· #481645
@סעגאל, מען טענהט נישט דא וועלכע הברה מען וואלט געדארפט אננעמען פאר די העברעאישע שפראך, כהאב בלויז געפרעגט וועלכע הברה איז מער ארגינאל.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:24 am

· #481649
געוויסע ספרדישע הברות זענען נאך געווען אזוי אריגינעל ווי די תימנ׳ע מיט געוויסע אותיות, געוויסע ספרדישע הברות האבן אויך געהאט די סמ״ך וואס די תימנע האבן נישט, ווי אויך איז די תימנע גּ וואס מ׳זאגט ווי א דשי״ם זיכער נישט ״אויטענטיש״.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:26 am

· #481650
berlbalaguleh
די ספרדים זאגן ארויס א צד"י אזוי ווי א סמ"ך...!

דער נאמען ..."סופיה"...Sofia...נעמט זיך פון דעם ספרד'ישן..."צופיה"...!

דא איז ער מסביר די חילוק צווישן א צדי״ק און א סמ״ך.

מיין אמת » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 3:05 am

· #481749
אני-הק'
מער אויף אים קענט איהר ליינען אינעם ביכל "געבליבן אינדרויסן" זיין גאנצע לעבנ'ס געשיכטע אראפגעלייגט מהכל ועד כלה, און אויך איבער די ערליכע אידן וואס זיי האבן געהאלטן איבער אים, ועוד ועוד הרבה.
די ביכל איז שוין איבערגעדרוקט געווארן עטליכע מאל, און ס'איז דא צו באקומען אין די ספרים געשעפטן.

איך וואנדער זיך נאר איין זאך, ווי ראציאנאל און אביעקטיוו דער שרייבער האלט זיך.

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 6:05 am

· #481750
רביה''ק זי''ע
געוויסע ספרדישע הברות זענען נאך געווען אזוי אריגינעל ווי די תימנ׳ע מיט געוויסע אותיות, געוויסע ספרדישע הברות האבן אויך געהאט די סמ״ך וואס די תימנע האבן נישט, ווי אויך איז די תימנע גּ וואס מ׳זאגט ווי א דשי״ם זיכער נישט ״אויטענטיש״.

רביה"ק זי"ע: די תימנ'ע דזשים/ל איז זיכער נישט אויטענטיש. דאס איז נאכגעמאכט (ברצון או שלא ברצון) פון די אראבישע אויסשפראך. וואס איז זעלבסט נאכגעמאכט פארגרייזיגט פון לשה"ק. (רמב"ם)...!

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 7:07 am

· #481756
מיין אמת
איך וואנדער זיך נאר איין זאך, ווי ראציאנאל און אביעקטיוו דער שרייבער האלט זיך.

דאס ווארט "ראציאנאל" קומט נישט אריין אין דיינע ווערטער, ס'איז אוממעגליך צו שרייבן א ראציאנאלע ביאגראפיע. סאיז אזויווי זאלסט פרעגן ווי ראציאנאל צדקה פושקעס זענען.

אישתישבי » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 7:45 am

· #481757
לויט מיינע ידיעות רעדט מען נישט זיין שפראך היינט.

און לאמיר נישט פארגעסן דער פראבלעם מיט עברית וואס דער רבי זי"ע זאגט אסאך מאל, אז ווייל מען רעדט דער קמץ ווי א פתח, זאגט מען אדנ"י בלשון רבים און עס מיינט חלילה שתי רשויות, ממילא איז רעדן עברית כפירה.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 9:40 am

· #481763
berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: די תימנ'ע דזשים/ל איז זיכער נישט אויטענטיש. דאס איז נאכגעמאכט (ברצון או שלא ברצון) פון די אראבישע אויסשפראך. וואס איז זעלבסט נאכגעמאכט פארגרייזיגט פון לשה"ק. (רמב"ם)...!

א. די תימנע האבן רעכט נאכצומאכן אראביש מיט׳ן גימ״ל פונקט ווי מיר האבן רעכט נאכצומאכן דייטש מיט׳ן צדי״ק.

ב. לשה״ק איז נאכגעמאכט פארגרייזט פון אראביש, אן אראבער האט מיר אליינס געזאגט.

תוהו ובוהו » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 2:19 pm

· #481781
Re: אליעזר בן יהודה
אישתישבי
לויט מיינע ידיעות רעדט מען נישט זיין שפראך היינט.

כ'ווייס נישט פונקטליך וואס דו מיינסט..

ס'איז אמת אז אסאך פון זיינע הצעות און השקפות אויפן שפראך איז נישט אנגענומען געווארן (לדוגמא זיין קעגנערשאפט צו אימפארטירן ווערטער פון אנדערע שפראכן ווי מוזיקה, פוליטיקה, וכו') אבער ס'רוב פון זיינע נייע ווערטער, און אלטע ווערטער מיט א נייע משמעות, זענען אנגענומען געווארן
אישתישבי

און לאמיר נישט פארגעסן דער פראבלעם מיט עברית וואס דער רבי זי"ע זאגט אסאך מאל, אז ווייל מען רעדט דער קמץ ווי א פתח, זאגט מען אדנ"י בלשון רבים און עס מיינט חלילה שתי רשויות, ממילא איז רעדן עברית כפירה.
דאכצעך דער סטייפלער שרייבט אזוי אין א בריוו, אז אפי' ווער ס'דאווענט אין עברית זאל זאגן 'אדני' אינעם אשכנז'ישן הברה אלס די חשש (וכך נוהגין אחינו הספרדים המשתכנזים).

ואנכי מתמיהה, וואט די העק??
א 'קמץ' איז פונקט אזוי לשון רבים ווי א 'פתח' (לשון יחיד וואלט מען געזאגט מיט א חיריק), און פונקט ווי 'אלוקים' איז לשון רבים אזוי אויך איז 'אדני' און פערטיג.

בן נון » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 2:51 pm

· #481783
עס איז דא א ווערטל אז בן יהודה האט געזאגט אז ער מאכט די שפראך אויף די ספרדישע הבהרה ווייל אלע אשכנזים וועלן זיך שנעלער אויסלערנען די ספרדישע הבהרה ווי איין ספרדי זאל זיך אויסלערנען די אשכניזישיע הבהרה

למעשה ביי די זאלוינישע כינוס אןיף גיוס האט א ספרדי גערעט לשון קודש מיט א אשכנזי הבהרה כדי מען זאל חלילה נישט נכשל ווערן און די טרייפענע שפראך וואס בן יהודה האט אליינס אויסגע’חלומ’ט וואס פארשטייטזיך אז עס האט נישט קיין שוים שייכת מיט לשון עברית התנכ’י וד”ל

אישתישבי » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 6:38 pm

· #481802
דער רבי זי"ע זאגט עס צענליגער מאל אין על הגאולה אדער ויואל משה, ער ברענגט דער רבינו בחיי וואס איז זיך מתמרמר אויף דער פתח און דער לשון רבים וועגן אדנ"י.

ד.ה. איינמאל ברענגט ער עס בשלימות, אנדערע פלעצער צייכענט ער אהן בקיצור אזוי ווי איך האב שוין געברענגט אז עברית איז כפירה און שרייבט נישט פארוואס, ווייל זיין יסוד איז וואקלדיג. ער טוט דער טריק אסאך.

ליב צו וויסן » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 8:09 pm

· #481808
זופ מיט מאנדלען
די ספרדים זענען אויך נישט געבליבן אין זייערע לענדער פאר צו לאנג, זיי האבן אויך ארומגעוואנדערט און די אראבישע לענדער זינט גירוש ספרד און אין שפאניע זענען זיי אויך נישט געווען מער פון פינף הונדערט יאר פארדעם זענען זיי געווען און מצרים, מאראקא, טערקיי וכדומה.

די אשכנזים ווידער זענען יא געווען קאצענטרירט אין די מערב אייראפעאישע לענדער דורכאויס דעם מיטלאלטער און דערנאך.

בקיצור נניח אז ביידע האבן ארומגעוואנדערט פארוואס זאלן מיר אננעמען אז די אשכנזים האבן געטוישט און נישט די ספרדים?


ס'הערשט א שטיקל מישעריי...
אידן האבן געלעבט אין גרויסע נומערן אין בבל און מצרים במשך "טויזנטער" יארן אין איין ציה.
די "ספרדים" (גולי שפאניע און פארטוגאל) זענען בס"ה געווען אן Add on צו די אריגינאלע אידן דארט (אין פילע מקומות זענען זיי געבליבן אפגעטיילט פאר לאנגע יארן).
אזויפיל יא, וויבאלד די נייע אימיגראנטן (די ספרדים) זענען דאן געווען פארעכנט ווי פיל מער תורה'שטודירט.. האבן זיי געהאט א גרויסע השפעה אויף די הלכה'דיגע לעבן פון די אריגינאלע קהילות.

אבער ס'לייגט זיך שטארק אויפן שכל אז שפראך איז נאר מילד אפעקטירט געווארן דערפון.

תוהו ובוהו » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 11:24 pm

· #481819
Re: אליעזר בן יהודה
אישתישבי
דער רבי זי"ע זאגט עס צענליגער מאל אין על הגאולה אדער ויואל משה, ער ברענגט דער רבינו בחיי וואס איז זיך מתמרמר אויף דער פתח און דער לשון רבים וועגן אדנ"י.

כ'האב נאכגעקוקט
דער רבנו בחיי זאגט בכלל נישט אז ס'טוישט יחיד צו רבים.. (ווייל ס'טוישט נישט, און זיי זענען ביידע רבים ווי דערמאנט)
ער זאגט נאר אז ווען די כוונה איז קודש שרייבט דער פסוק מיט א 'קמץ', און ווען די כוונה איז חול שרייבט דער פסוק א 'פתח', (והוא מסביר את זה ע''פ קבלה)

דערנאך גייט ער אריין אין א דקדוק שמועס אז טוישן נקודות קען טוישן די משמעות וואס אין געוויסע פעלער קען דאס אויסקומען חירוף וגידוף/כפירה, און ער געט דארט דוגמאות

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 2:38 am

· #481826
אישתישבי
לויט מיינע ידיעות רעדט מען נישט זיין שפראך היינט.

און לאמיר נישט פארגעסן דער פראבלעם מיט עברית וואס דער רבי זי"ע זאגט אסאך מאל, אז ווייל מען רעדט דער קמץ ווי א פתח, זאגט מען אדנ"י בלשון רבים און עס מיינט חלילה שתי רשויות, ממילא איז רעדן עברית כפירה.

אישתישבי: אויב מ'ווילל זוכן קענמען טרעפן א סאך ווערטער און אויסדרוקן וועלכע זענען (לפי שיטת רביה"ק זי"ע, דער עכטער) כפירה. אויב זיי זענען במזיד ובכונה אריינגעלייגט געווארן.

נעם למשל דאס ווארט ..."כביכול"... אויף עברית מיינט עס פונקט דאס פארקערטע וואס דער באגריף ביי אונז איז... אין מאדערן עברית מיינט עס א זאך וואס איז א פאנטאזיע. א זאך וואס עקזיסטירט נישט...! אדער ..."חשמל"... וואס איז ר"ת חיות אש ממללות...!

מיין שאלה איז נאר אויב די אלע ווערטער זענען בכוונה תחילה אריינגעלייגט. אדער איז עס א צופאל...!

תוהו ובוהו » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 2:48 am

· #481828
Re: אליעזר בן יהודה
כביכול אין עברית האט בערך די זעלבע אפטייטש ווי אונזער היימישע כביכול, נעמליך; א זאך וואס האט היפאטעטיש פאסירט

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 2:53 am

· #481829
תוהו ובוהו: ניקס ריכטיג. ביטע ליין די (פרייע) איזראעלישע צייטונגען ווי מעריב און ידיעות אחרונות. וועסטו זעהן אז דער קאנטעקסט פון נוצן דעם אויסדרוק איז אזוי ווי איך האב געזאגט...!

זיכער. אין די חרדישע זשורנאלן ווי המודיע, און משפחה וועסטו דאס נישט טרעפן. ווייל די עדיטארס און פאבלישערס זענען ערליכע אידן. אבער ביי די נישט רעליגיעזע איזראעליס איז דאס א גאנגבארער אויסדרוק...!
בלאט: 1 2