☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אליעזר בן יהודה

אליעזר בן יהודה

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5515
בלאט: 1 2

אישתישבי » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 6:25 am

· #481832
יעדעס מאל אין עלים לתרופה ווען זיי נוצען כביכול פאר דער עברית'שע אויסדרוק, קראַצט עס מיר די אויגן.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 8:55 am

· #481833
אישתישבי: ווייל דאס באלאנגט נישט אין די אידישע קולטור. דאס איז---בידיעה או שלא בידיעה---נאכגעטאנצן די קולטור פון די חילונים...!

מיין אמת » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 12:50 am

· #486667
מאך זיכער
berlbalaguleh
מפיל קינד: ועוד. די אריגינאלע הברה איז געווען די ספרד'ישע הברה. נאר אונז אשכנזים האבן עס ביי א געוויסן פונקט פארבויגן...!

הרב עובדיה יוסף, וועלכער איז געווען א שטיקל ראסיסט בענייני ספרדים/אשכנזים, האט זיך אמאל אויסגעדרוקט בלשון חוזק. (געהערט אויף א טעיפ) במתק לשונו, "מה זה ה' אלויקייני מעלעך האא-אוילאם"...!

ער האט זיך נישט אזוי אויסגעצייכנט אין האלטן דאס מויל, אין פילע פעלער האט ער זיך אויסגעדרוקט גאר מצרי'ש.

די לייק איז פאר די מצריש [emoji28][emoji1787]

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 8:27 am

· #486674
איך האב ערגעץ געזעהן אדער געליינט אז בן יהודה, וען ער האט געמאכט די שפראך עברית איז ער געגאנגען זיך שואל עצה זיין מיט רבנים. אפילו מיט הרב קוק. וועלכע ווערטער ער זאלל אריינלייגן. ווייל רוב ווערטער זענען מיוסד אויף ווערטער פון תנ"ך. און ש"ס בבלי ויורשלמי, ומדרשים. יא. ער איז געווען א שייגעץ. אבער ער האט געקענט לערנען. און ער האט געהאלטן די שפראך אלס אריגינאלע שפראך אויף ווי ווייט ער האט געקענט.

לאמיר נעמען למשל אזא ווארט פאר א סאטעלייט. וואס איז נאכנישט געווען אין די גמ' צייטן. האט ער אויך געטראפן א פאסנד ווארט פאר דעם... א סאטעלייט הייסט אויף עברית..."לוין"...(לאוו-יאן). פון לשון באגלייטער. ווייל א סאטעלייט באגלייט די ערד...! א סווינג (פאר קינדער) הייסט אויף עברית..."נדנדה"...(נאד-נעדאה)...פון לשון מתנדנד. ס'רוקט זיך. ס'שאקלט זיך...!

ריעל עסטעיט הייסט אין (מאדערן) עברית..."נדל"ן"...(נכסי דלא ניידי)...גענומען פון די גמ'. אבער ווען מ'זאלל פרעגן פון די רוב פרייע איזראעליס (די וועלכע האבן נישט געלערנט אין ישיבות) ...פון וואו דער אויסדרוק/ווארט שטאמט, 'עללן זיי נישט וויסן)...!

שוין. געניג אפיקורסות גערעדט פאר היינט...לאל

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:03 pm

· #486710
אויך האבן די פרייע איזראעליס (חילונים) אן אינטרעסאנטן נאמען פאר די שקצים ורמשים וואס זיי עסן (ליידער). כ'האב געזעהן ביי א ליסט פון כשר'ע און (להבדיל) נישט כשר'ע רעסטאראנטן אין ארץ ישראל. געברענגט סיי אין מעריב . און סיי אין ידיעות אחרונות.! ביי די מעניו ווואס די רעסטאראנטן סערווירן. שטייט..."פירות ים"...דאס איז א פענסי נאמען פאר שקצים ורמשים...! לאל.

מצפצף » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 6:40 pm

· #486717
berlbalaguleh
איך האב ערגעץ געזעהן אדער געליינט אז בן יהודה, וען ער האט געמאכט די שפראך עברית איז ער געגאנגען זיך שואל עצה זיין מיט רבנים. אפילו מיט הרב קוק. וועלכע ווערטער ער זאלל אריינלייגן. ווייל רוב ווערטער זענען מיוסד אויף ווערטער פון תנ"ך. און ש"ס בבלי ויורשלמי, ומדרשים. יא. ער איז געווען א שייגעץ. אבער ער האט געקענט לערנען. און ער האט געהאלטן די שפראך אלס אריגינאלע שפראך אויף ווי ווייט ער האט געקענט.

לאמיר נעמען למשל אזא ווארט פאר א סאטעלייט. וואס איז נאכנישט געווען אין די גמ' צייטן. האט ער אויך געטראפן א פאסנד ווארט פאר דעם... א סאטעלייט הייסט אויף עברית..."לוין"...(לאוו-יאן). פון לשון באגלייטער. ווייל א סאטעלייט באגלייט די ערד...! א סווינג (פאר קינדער) הייסט אויף עברית..."נדנדה"...(נאד-נעדאה)...פון לשון מתנדנד. ס'רוקט זיך. ס'שאקלט זיך...!

ריעל עסטעיט הייסט אין (מאדערן) עברית..."נדל"ן"...(נכסי דלא ניידי)...גענומען פון די גמ'. אבער ווען מ'זאלל פרעגן פון די רוב פרייע איזראעליס (די וועלכע האבן נישט געלערנט אין ישיבות) ...פון וואו דער אויסדרוק/ווארט שטאמט, 'עללן זיי נישט וויסן)...!

שוין. געניג אפיקורסות גערעדט פאר היינט...לאל

בן יהודה האט געמאכט א ווארט פאר סעטעלייטס??

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 8:03 pm

· #486721
מצפצף: כ'וועיס נישט. (אזוי ווי די העיליגע רעבע שליט"ע). דו ביסט אפשר גערעכט. האט עס אנ'אנדער פראפעסאר געמאכט. נאך איהם. נאר ס'איז מעגליך אז יא. ווייל דער מושג איז שוין געווען דאמאלס אויך. די סאטעליטן פון די כוכבי לכת, הייסן אויך לוינים...!

Nanach » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 4:29 am

· #486835
אבער רוביא פאר דזשעם איז א באוויסטע עם הארץ’ישע טעות

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 8:33 am

· #486842
מיין אמת
מאך זיכער
berlbalaguleh
מפיל קינד: ועוד. די אריגינאלע הברה איז געווען די ספרד'ישע הברה. נאר אונז אשכנזים האבן עס ביי א געוויסן פונקט פארבויגן...!

הרב עובדיה יוסף, וועלכער איז געווען א שטיקל ראסיסט בענייני ספרדים/אשכנזים, האט זיך אמאל אויסגעדרוקט בלשון חוזק. (געהערט אויף א טעיפ) במתק לשונו, "מה זה ה' אלויקייני מעלעך האא-אוילאם"...!

ער האט זיך נישט אזוי אויסגעצייכנט אין האלטן דאס מויל, אין פילע פעלער האט ער זיך אויסגעדרוקט גאר מצרי'ש.

די לייק איז פאר די מצריש [emoji28][emoji1787]

מוחה אויף כבוד התורה !!!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 8:43 pm

· #486913
Nanach
אבער רוביא פאר דזשעם איז א באוויסטע עם הארצישע טעות

נאנאך: נישט רוביא, נאר ריבה. דאס איז מעגליך א טעות. גוגל טרענסלעיט זאגט עס אויך אזוי. נאר איך האב עפעס א טעאריע פון וואו דאס נעמט זיך. מעגליך פון א מדרש וואס רש"י ברענגט טיילווייז צו. איבער די אנשי סדום, אז ס'איז געווען א מיידל, "ריבה" אחת, וואס זי האט געגעבן צו עסן פאר א גאסט, וואס איז געווען קעגן די געזעצן פון סדום. אלס שטראף האט די קאורט גע'פסקנ'ט אז מען זאל איהר אנשמירן מיט דזשעם און ארויסלייגן אויף די זון. די בינען זענען געקומען און איהר געשטאכן צום טויט. אויף דעם זאגט רש"י "נתמלא סאתם", ס'איז אנגעפילט געווארן זייער מעסטל...!

רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 11:59 pm

· #486926
מלה חדשה שהיא ישנה
אליעזר בן יהודה
שנינו בירושלמי שקלים פרק ז׳ הלכה ג׳: תופיני, רבי אמר תופיני ריבה, רבי דוסא אמר תופיני נויי (או נאה), וכו׳. מאן דאמר תופיני נויי כמאן דאמר מטגנה ואחר כך אופה, ומאן דאמר תופיני ריבה כמאן דאמר אופה ואחר כך מטגנה. ויש גורסים להפך, מאן דאמר תופיני ריבה כמאן דאמר מטגנה ואחר כך אופה וכו׳. והנה המפרשים מחלקים בפרוש המלה ריבה. מפרשי הירושלמי משבשים הספרים וקוראים רכה. אבל, מלבד שאין כל טעם לפירוש הזה תאפנה רכה, לא לפי מאן דאמר מטגנה ואחר כך אופה ולא למאן דאמר להיפך, הנה עוד אין כל יסוד לשבש כל הספרים, וגם בבלי מנחות (דף נ׳) הגרסה, רבה, בבי״ת, ועל כן פירש רש״י אופה הרבה, אופה וחוזר ואופה. אבל גם הפרוש הזה לא יתכן, כי אם כן מדוע הוא כמאן דאמר מטגנה ואחר כך אופה או להפך, ולא כהשני? הלא גם השני אומר שצריך טגון ואפיה ואינם חולקים אלא בסדר ולא בכמות.

אבל האמת, כי גרסת הספרים נכונה, והעיקר כמו בבבלי רבה בלי יוד, והיוד שבירושלמי היא רק תחת נקוד החירק, להראות כי צריך לקרוא רִבָּה, ולא רַבָּה, והמלה משורש רבב, על משקל סִבָּה (שהיא מלשון סבב [רביה״ק]), ופרושו על פי לשון ערבית דבר המטגן בשמן או עשוי בצוקר, בדבש, למשל מיני פרי המבושלים בצוקר, רק שבלשון ערבית השם על משקל אחר, והוא מרבב. ושרש הדבר, יען יש לשרש רבב, מלבד כל המשמעות אשר לו בלשון עברית, גם כעין משמעת צמק, ועל כל יקראו להדברים המצמקים על ידי בשול בשמן או בצוקר מרבב, ובעברית רִבָּה. ולפי זה הגרסה הנכונה היא: מאן דאמר תופיני רבה כמאן דאמר מטגנה ואחר כך אופה.

נמצא כי זכינו למלה חדשה שהיא ישנה למיני המתיקה, למיני פרי מבושלים בצוקר, בדבש, והיא רִבָּה.

הצבי (9.3.1888)

נאך איבער די טעמע

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 8:12 am

· #486947
רביה"ק זי"ע: ייש"כ. ווען איך וואלט געווען א תלמיד חכם וואלט איך געוואוסט פון דעם ירושלמי. ס'איז מערקווירדיג אז דער ווארט "ביסקוויט", וואס זיין מקור איז אין פראנצויזיש, מיינט די זעלבע זאך, געפרעגלט (מיט צוקער) און נאכדעם געבאקן... פי' ווייכע קוקיס...!

קהל'ס נער » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 11:00 pm

· #487000
berlbalaguleh
Nanach
אבער רוביא פאר דזשעם איז א באוויסטע עם הארצישע טעות

נאנאך: נישט רוביא, נאר ריבה. דאס איז מעגליך א טעות. גוגל טרענסלעיט זאגט עס אויך אזוי. נאר איך האב עפעס א טעאריע פון וואו דאס נעמט זיך. מעגליך פון א מדרש וואס רש"י ברענגט טיילווייז צו. איבער די אנשי סדום, אז ס'איז געווען א מיידל, "ריבה" אחת, וואס זי האט געגעבן צו עסן פאר א גאסט, וואס איז געווען קעגן די געזעצן פון סדום. אלס שטראף האט די קאורט גע'פסקנ'ט אז מען זאל איהר אנשמירן מיט דזשעם און ארויסלייגן אויף די זון. די בינען זענען געקומען און איהר געשטאכן צום טויט. אויף דעם זאגט רש"י "נתמלא סאתם", ס'איז אנגעפילט געווארן זייער מעסטל...!


אויך נישט אמת.
ריבה האט בן יהודה גענימען פון די אראבישע ווארט מוראבא, וואס מיינט דזשעם.
ער האט גענימען נאך ווערטער פון אראביש ווי רצינות=ערנסקייט, בערבית רזן.

קהל'ס נער » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 11:00 pm

· #487001
.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 11:22 pm

· #487002
קהך'ס נער: איך קען מיך דינגען מיט דיר איבער די דיירעקשן. ווער ס'האט גענומען פון וועם. די אידן פון די מוסלימס. אדער פארקערט. נאר מיין צייט ערלויבט מיר יעצט נישט. ועוד חזון למועד. מיר וועללן זיך אי"ה צוריקקערן צו אט די נושא וואס ליגט מיר בנפשי... א גוטע נאכט...א סאך הצלחה...!

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 8:33 am

· #487022
קהל'ס נער: עיין מה שכתבתי בפורום..."שפראך און גראמאטיק"...באשכול..."פראגעס איבער שפראך און גראמאטיק"...!

אליהועיני » מאנטאג פעברואר 14, 2022 4:12 am

· #494927
berlbalaguleh
אישתישבי
לויט מיינע ידיעות רעדט מען נישט זיין שפראך היינט.

און לאמיר נישט פארגעסן דער פראבלעם מיט עברית וואס דער רבי זי"ע זאגט אסאך מאל, אז ווייל מען רעדט דער קמץ ווי א פתח, זאגט מען אדנ"י בלשון רבים און עס מיינט חלילה שתי רשויות, ממילא איז רעדן עברית כפירה.

אישתישבי: אויב מ'ווילל זוכן קענמען טרעפן א סאך ווערטער און אויסדרוקן וועלכע זענען (לפי שיטת רביה"ק זי"ע, דער עכטער) כפירה. אויב זיי זענען במזיד ובכונה אריינגעלייגט געווארן.

נעם למשל דאס ווארט ..."כביכול"... אויף עברית מיינט עס פונקט דאס פארקערטע וואס דער באגריף ביי אונז איז... אין מאדערן עברית מיינט עס א זאך וואס איז א פאנטאזיע. א זאך וואס עקזיסטירט נישט...! אדער ..."חשמל"... וואס איז ר"ת חיות אש ממללות...!

מיין שאלה איז נאר אויב די אלע ווערטער זענען בכוונה תחילה אריינגעלייגט. אדער איז עס א צופאל...!


חשמל אין תנ"ך (יחזקאל) מיינט א געוויסער שרף פון ביימער אין קאליר "עינבר" (amber), אין גריכיש: Elektron, ווען מען רייבט עס פינקט לעקטער, דערפאר רופט מען לעקטער - לעקטער, על שם דער שרף, בן יהודה האט נישט מער מתרגם געווען צום ריכטיגן ווארט אין תנ"ך, דארט שטייט "ועינו כעין החשמל", "עינו" מיינט "זיין קאליר", אזוי אין אלטע שפראך, אזוי ווי ועינו כעין הבדולח, ענדערש ווי די היינטיגע וואס קאליר איז צבע.

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 16, 2022 2:31 am

· #495164
קהל'ס נער
berlbalaguleh
Nanach
אבער רוביא פאר דזשעם איז א באוויסטע עם הארצישע טעות

נאנאך: נישט רוביא, נאר ריבה. דאס איז מעגליך א טעות. גוגל טרענסלעיט זאגט עס אויך אזוי. נאר איך האב עפעס א טעאריע פון וואו דאס נעמט זיך. מעגליך פון א מדרש וואס רש"י ברענגט טיילווייז צו. איבער די אנשי סדום, אז ס'איז געווען א מיידל, "ריבה" אחת, וואס זי האט געגעבן צו עסן פאר א גאסט, וואס איז געווען קעגן די געזעצן פון סדום. אלס שטראף האט די קאורט גע'פסקנ'ט אז מען זאל איהר אנשמירן מיט דזשעם און ארויסלייגן אויף די זון. די בינען זענען געקומען און איהר געשטאכן צום טויט. אויף דעם זאגט רש"י "נתמלא סאתם", ס'איז אנגעפילט געווארן זייער מעסטל...!


אויך נישט אמת.
ריבה האט בן יהודה גענימען פון די אראבישע ווארט מוראבא, וואס מיינט דזשעם.
ער האט גענימען נאך ווערטער פון אראביש ווי רצינות=ערנסקייט, בערבית רזן.

קהל'ס נער: אז מ'ווילל דוקא קענמען שפעקולירן ענדלאז. אין ספאניש הייסט גערעכט,,,"ראסאן"....מעגליך עס נעמט זיך פון דעם ווארט ..."רצון".. די ספרדים זאגן טאקע ארויס יהי רצון, אלס יהי "ראסאן"...דער נאמען סאפי/סאפיא נעמט זיך פון א ספרדי'ש אידיש . זי האט געהייסן צופיה. זיי האבן עס ארויסגעזאגט אלס ..."סאפיא"... שוין. א גוטע נאכט...!
בלאט: 1 2