☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרב מנשה פילאף

הרב מנשה פילאף

101 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #550
בלאט: 1 2 3

ידען » פרייטאג מאי 4, 2012 8:09 am

· #10009
הרב מנשה פילאף
איך לייען אין די צייטונג אז הרב י מ סופר שרייבט וועגן דאקומענטן פונעם טוריזם מיניסטעריום וואס מען זעהט קלאר זייערע שענדליכע פלענער וואס זיי פלאנען אויפצושטעללן אין מירון קאבאלא צענטערס, האטעלן מיט אלע תאוות און תועבות און געמישטע שווים באסיינען... א גאנצע ליסטע האט ער דארט , אבער קען נישט ברענגען אפי׳ איין דאקומענט וואס זאל באשטעטיגן זיינע ווערטער.

משה געציל » פרייטאג מאי 4, 2012 1:20 pm

· #10015
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
ידען
איך לייען אין די צייטונג אז הרב י מ סופר שרייבט וועגן דאקומענטן פונעם טוריזם מיניסטעריום וואס מען זעהט קלאר זייערע שענדליכע פלענער וואס זיי פלאנען דארט אויפצושטעללן קאבאלא צענטערס, האטעלן מיט אלע תאוות און תועבות און געמישטע שווים באסיינען... א גאנצע ליסטע האט ער דארט , אבער קען נישט ברענגען אפי׳ איין דאקומענט וואס זאל באשטעטיגן זיינע ווערטער.

הרב י. מ. סופר איז פון פאך אויס א מוראדיג'ע גוטע שרייבער, ער האט נאר איין פראבלעם וואס איז גובר אלע מעלות, נעמליך ער האט נישט קיין שום פראבלעם צו צוטירן גאנצע שטיקלעך לדוגמא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס איז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען.

ציוני » פרייטאג מאי 4, 2012 1:22 pm

· #10016
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
משה געציל

👍 דאס מיינט דאך א מורא'דיגער גוטע שרייבער 👍

יידל » פרייטאג מאי 4, 2012 1:24 pm

· #10017
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
הרב י"מ סופר איז דאך הרב מנשה פילאפף, איא?

משה געציל » פרייטאג מאי 4, 2012 1:25 pm

· #10018
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
איך האב מיך אפגעהאלטען פון שרייבען זיין פולען נאמען אויס מורא פאר גילוי... זכה מלאכתו נעשה על ידי אחרים...

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 4, 2012 1:30 pm

· #10019
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
יידל
הרב י"מ סופר איז דאך הרב מנשה פילאפף, איא?

דאס איז נאר איינע פון די שבע שמות זיינע.
ער פארמאגט נאך עטליכע שרייב נעמען (ביודעי ומכירי קאמינא)

יידל » פרייטאג מאי 4, 2012 1:40 pm

· #10020
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
שמואל הלוי
יידל
הרב י"מ סופר איז דאך הרב מנשה פילאפף, איא?

דאס איז נאר איינע פון די שבע שמות זיינע.
ער פארמאגט נאך עטליכע שרייב נעמען (ביודעי ומכירי קאמינא)

נו, גיב זיי ארויס...

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 4, 2012 1:44 pm

· #10022
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
גערעכט!

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 4, 2012 1:49 pm

· #10023
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
אין "דער אוצר" (בני יואל) רופט ער זיך פ. ה. זילבער.

אדער נ. ה. גאלדשטיין

און אמאל י. ג. וויינבערגער

זר זהב » פרייטאג מאי 4, 2012 1:51 pm

· #10024
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
ווייסט איינער פארוואס ב. טויב ? (חידה)

משה געציל » פרייטאג מאי 4, 2012 1:52 pm

· #10025
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
זר זהב
ווייסט איינער פארוואס ב. טויב ? (חידה)

י. מ. סופר איז דיר שוין יא קלאר?

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 4, 2012 1:52 pm

· #10026
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
פשוט! בן טויב (זיין טאטע האט געהייסן ר' יונה)

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 4, 2012 1:52 pm

· #10027
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
פ. ה. זילבער איז על שם ספרו פרשת הכסף.
פ. ה. מאכט פרשת הכסף, און זילבער ע"ש הכסף.

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 4, 2012 1:53 pm

· #10028
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
משה געציל
זר זהב
ווייסט איינער פארוואס ב. טויב ? (חידה)

י. מ. סופר איז דיר שוין יא קלאר?

י' מאכט יונה, מ' מאכט מנשה (קאמבינאציע פון זיין נאמען און זיין פאטער'ס) און סופר ווייל ער שרייבט.

זר זהב » פרייטאג מאי 4, 2012 1:54 pm

· #10029
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
י.מ. סופר בין איך נישט זיכער אבער ב. טויב האבעך געוואוסט. (סופר מיינט דאך א שרייבער, און מ' קען זיין מנשה...)

זר זהב » פרייטאג מאי 4, 2012 1:55 pm

· #10030
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
ברוך שכוונתי לרב שמואל

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 4, 2012 1:58 pm

· #10031
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
שמואל הלוי
פ. ה. זילבער איז על שם ספרו פרשת הכסף.
פ. ה. מאכט פרשת הכסף, און זילבער ע"ש הכסף.

ווען נישט דעם וואס ס'איז שוין דא א רב ששת (ר' שמואל שלמה טעללער) וואלט ער אויך געקענט נוצן די נאמען ע"ש ספרו השני' "שמנה של תורה".

זר זהב » פרייטאג מאי 4, 2012 1:59 pm

· #10033
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
איז ר' מנשה למעשה א דיין ? עפעס זעהט ער אויס נישט אהער נישט אהין, נאכנישט געלאנדעט ווי מ'זאגט.

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 4, 2012 2:00 pm

· #10035
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
זר זהב
איז ר' מנשה למעשה א דיין ? עפעס זעהט ער אויס נישט אהער נישט אהין, נאכנישט געלאנדעט ווי מ'זאגט.

יא ער איז א עמטליכע דיין אין קהל ייט"ל מהרז"ל (כאטש וואס ער אליין איז באמת מער בני יואל גענויגט).

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 4, 2012 2:01 pm

· #10036
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
בעצם איז ער געווען א מגי"ש רוב יארן אין פארשידענע ישיבות ווי אוהל תורה (ר' ישעי' יעקב שטויבער) שאפראן, ועוד, אבער די לעצטע פאר יאר איז ער אויך א דיין.

ידען » פרייטאג מאי 4, 2012 2:16 pm

· #10037
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
ער מיינט אז מע וועט ערענסטכר נעמען זיינע ווערטער ווען ער איז א דיין...

קרעקער » פרייטאג מאי 4, 2012 4:31 pm

· #10039
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
יעצט אז עריז שוין א דיין קען מען נישט רעדען אף עם
אבער סארי דע אמת איז באוויסט אז ער איז א סלפן

ידען » פרייטאג מאי 4, 2012 5:41 pm

· #10041
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
קרעקער
יעצט אז עריז שוין א דיין קען מען נישט רעדען אף עם
אבער סארי דע אמת איז באוויסט אז ער איז א סלפן

סלפן, פארוואס זאגסטו אזוי?

גדעון » פרייטאג מאי 4, 2012 6:29 pm

· #10043
Re: הרב מנשה פילאף און זיינע פענע נעמען
פארוואס נישט, יעצט קענען זיך אלע אלטע שונאים זיינע זיך אפרעכענען מיט אים, ס'שוין דא יעצט א אפיציעלע אשכול מיט זיין נאמען דערויף,

אהער מיט מער טיטלען,

זר זהב » פרייטאג מאי 4, 2012 6:49 pm

· #10046
Re: הרב מנשה פילאף און זיינע פענע נעמען
איך האב געהערט (פון איינעם אין דעי ליין) אז ר'מנשה קען מער פון זיין ברודער הג' רז"ל נאר ער איז נישט מסודר, יענער זאגט מיר אז רז"ל ווען ער דארף א מראי מקום פרעגט ער זיין ברודער ר' מנשה.

ידען » פרייטאג מאי 4, 2012 7:01 pm

· #10047
Re: הרב מנשה פילאף און זיינע פענע נעמען
גדעון
פארוואס נישט, יעצט קענען זיך אלע אלטע שונאים זיינע זיך אפרעכענען מיט אים, ס'שוין דא יעצט א אפיציעלע אשכול מיט זיין נאמען דערויף,

אהער מיט מער טיטלען,

Lol

גדעון

סע האט זיך שוין געלוינט.

ווי ביסטע אזוי לאנג געווען?

און ווער זענען זיינע שונאים? פארוואס זאל מען איהם פיינט האבן? ער טוהט שלעכט פאר אנדערע?

זר זהב » פרייטאג מאי 4, 2012 7:03 pm

· #10048
Re: הרב מנשה פילאף און זיינע פענע נעמען
אין תשמ"ה ווען מ'האט אויפגענומען מהר"א אין קר"י איז ער געווארן פון די סטרא אחרא

ידען » פרייטאג מאי 4, 2012 7:31 pm

· #10052
Re: הרב מנשה פילאף און זיינע פענע נעמען
זר זהב
אין תשמ"ה ווען מ'האט אויפגענומען מהר"א אין קר"י איז ער געווארן פון די סטרא אחרא

איך פארשטיי נישט א ווארט וואס האסט געשריבן.

Please elaborate

ידען » פרייטאג מאי 4, 2012 7:32 pm

· #10053
Re: הרב מנשה פילאף און זיינע פענע נעמען
איך ווייס אז ער איז פון בני יואל און אז ער שרייבט אין די איד און דע צייטונג.

מער וועגן איהם ווארט איך צו הערן

זר זהב » פרייטאג מאי 4, 2012 7:39 pm

· #10054
Re: הרב מנשה פילאף און זיינע פענע נעמען
ידען
זר זהב
אין תשמ"ה ווען מ'האט אויפגענומען מהר"א אין קר"י איז ער געווארן פון די סטרא אחרא

איך פארשטיי נישט א ווארט וואס האסט געשריבן.

Please elaborate

די חסידים פון מהר"א האלטן אז ער איז א פלעינער בני יואל'ער עקסטרימיסט, און אז ער איז געווען א שונא פונעם ברך משה. למעשה איז עס נישט אמת. ער איז טאקע עקסטרעם אין די שיטה, ער איז דורעך געקאכט אין ויואל משה, ער געט א שיעור אין ויואל משה אין 500 בעדפארד, ער האלט אז די סאטמאר רב איז דער איינציגסטע צדיק אמת פונעם לעצטן יאר הונדערט. ער קען א געוואלד מיט לערנען. יעצט ווער איך געוואויר אז ער איז שוין אפעציעל א דיין.
וואס נאך ?
גוט שבת

ידען » פרייטאג מאי 4, 2012 7:43 pm

· #10055
Re: הרב מנשה פילאף און זיינע פענע נעמען
אהא

So די שונאים וואס גדעון רעד מיינט ער די ארוינים, און א דיין איז ער ביי די זאלוינים.

פיין. גענוג אויף שבת...

דולה ומשקה » מוצ"ש מאי 5, 2012 11:55 pm

· #10073
Re: הרב מנשה פילאף
פרשת בארא פארק עירוב יוכיח.
עיין המשך מאמריו בעיתון די צייטונג באותו פרק.

ידען » זונטאג מאי 6, 2012 12:00 am

· #10074
Re: הרב מנשה פילאף
דולה ומשקה
פרשת בארא פארק עירוב יוכיח.
עיין המשך מאמריו בעיתון די צייטונג באותו פרק.

יוכיח וואס?

המשך ווי?

יחזקאל » זונטאג מאי 6, 2012 2:19 am

· #10095
Re: הרב מנשה פילאף
א וואסער געמאלאכטס

איך אויך » זונטאג מאי 6, 2012 7:42 pm

· #10218
משה געציל
ידען
איך לייען אין די צייטונג אז הרב י מ סופר שרייבט וועגן דאקומענטן פונעם טוריזם מיניסטעריום וואס מען זעהט קלאר זייערע שענדליכע פלענער וואס זיי פלאנען דארט אויפצושטעללן קאבאלא צענטערס, האטעלן מיט אלע תאוות און תועבות און געמישטע שווים באסיינען... א גאנצע ליסטע האט ער דארט , אבער קען נישט ברענגען אפי׳ איין דאקומענט וואס זאל באשטעטיגן זיינע ווערטער.

הרב י. מ. סופר איז פון פאך אויס א מוראדיג'ע גוטע שרייבער, ער האט נאר איין פראבלעם וואס איז גובר אלע מעלות, נעמליך ער האט נישט קיין שום פראבלעם צו צוטירן גאנצע שטיקלעך לדוגמא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס איז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען.

אוי זאגסטו גוט! אבער ווייסט דאך ער איז ווייט נישט דער איינציגסטער אין סאטמער וואס ווייסט דער לחש פון געבעקסען.

שרייבער » זונטאג מאי 6, 2012 8:29 pm

· #10244
זר זהב
אין תשמ"ה ווען מ'האט אויפגענומען מהר"א אין קר"י איז ער געווארן פון די סטרא אחרא

נע, די ליסטע פון די סטרא אחרא האט נאר זיין ברודער רז"ל

אגב, איך ווייס נישט ווער ס'האט זיי פארהערט, אבער כידוע איז רז"ל סאך א גרעסערע תלמיד חכם און זייער א קלארער לערנער

אורח » מאנטאג מאי 7, 2012 12:56 am

· #10306
משה געציל
ידען
איך לייען אין די צייטונג אז הרב י מ סופר שרייבט וועגן דאקומענטן פונעם טוריזם מיניסטעריום וואס מען זעהט קלאר זייערע שענדליכע פלענער וואס זיי פלאנען דארט אויפצושטעללן קאבאלא צענטערס, האטעלן מיט אלע תאוות און תועבות און געמישטע שווים באסיינען... א גאנצע ליסטע האט ער דארט , אבער קען נישט ברענגען אפי׳ איין דאקומענט וואס זאל באשטעטיגן זיינע ווערטער.

הרב י. מ. סופר איז פון פאך אויס א מוראדיג'ע גוטע שרייבער, ער האט נאר איין פראבלעם וואס איז גובר אלע מעלות, נעמליך ער האט נישט קיין שום פראבלעם צו צוטירן גאנצע שטיקלעך לדוגמא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס איז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען.

איך פארשטיי דיין ווייטאג, ר' מנשה האט פאר א האלב יאר צוריק געשריבען אין "דער איד" א סעריע ארטיקלען מיט'ן נאמען "ויסלף דברי צדיקים" איבער שיטת אדמור"י בעלז בעניני ציונות אגודה התבדלות מרשעים ועוד, איז אנשטאט אים ענטפערן צו די זאך וועט מען שרייען נישט געשטויגען און נישט געפלויגען

אורח » מאנטאג מאי 7, 2012 1:31 am

· #10325
ויסלף דברי צדיקים
------
איך זעה יענקל האט עס שוין געלייגט

זר זהב » מאנטאג מאי 7, 2012 2:17 am

· #10328
יעענ ארטיקלען זענען פיין געווען, כ'געדענק ס'אט מיר געבאדערט אז כ'האב עס נישט אוועקגעלייגט. אלעס איז געווען גוט דאקומענטירט מיט בריוון פון די בעלזע רביים און נאך. -- וואס כ'האב ארויסגענומען דערפון איז געווען אז דער סאטמאר רב זי"ע איז געווען א ריין עכטער בעלזער חסיד!

ווייסט איינער צי בעלזע האט אפפגעענטפערט יענע ארטיקלען ?

יואליש » מאנטאג מאי 7, 2012 11:58 am

· #10353
מנשה פילאפ איז מיין פעט-פיוו. ער איז א געלוגענער מסלף און היפאקריט, כ'קויף די צייטונג נאר כדי זיך אינטערצוהאלטן מיט זיינע ארטיקלן. לאמיר האלטן דעם אשכול אפען און אויסשמועסן זיינע ארטיקלן ווען ס'איז דא שמאלץ דערין.

דרך אגב, האב איך געהערט אז ער איז זייער קעגן די סיטיפיעלד כנסיה. ער האט נאך קיינמאל נישט געשריבן אין די צייטונג איבער די כינוס, כאטש ער פלעגט שטענדיג ליארמען איבער "בלעקבעריס". ער האט זיך פארהערט מיט ר' טודרוס זילבער פארענט פון אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר. כפי השמועה, האט אים ר' טודרוס, וועלכע איז זייער פרא די כינוס, פערזענליך אטאקירט אז ער האט זיך ממנה געווען אלס דער ווארטזאגער פון סאטמאר רב ז"ל בעת וואס ער האט קיינמאל אים נישט געקענט, נישט געהערט קיין סוגיא שיעור, קיין תורה. (מנשה איז גאנץ אינג, איז איז מסתם געווען אונטער צען יאר ווען סאטמאר רב איז נישט געזינט געווארן.)

שרייבער » מאנטאג מאי 7, 2012 12:12 pm

· #10356
ר' מנשה איז טאקע יונג, דוכט זיך נאכנישט קיין 50

זר זהב » מאנטאג מאי 7, 2012 12:14 pm

· #10357
דורך יואליש » מאנטאג מאי 07, 2012 11:58 am

מנשה פילאפ איז מיין פעט-פיוו. ער איז א געלוגענער מסלף און היפאקריט, כ'קויף די צייטונג נאר כדי זיך אינטערצוהאלטן מיט זיינע ארטיקלן. לאמיר האלטן דעם אשכול אפען און אויסשמועסן זיינע ארטיקלן ווען ס'איז דא שמאלץ דערין.

סתם רעדן אין די וועלט אריין מאכט דיר נישט אויסזען ווי דער גרעסטער חכם. אויב זאגסטע אז ער איז מסלף זיי מוחל און ברענג הארטע באווייזן שווארץ אויף ווייס און מ'וועט עס דעבאטירן. דא איז נישט דער פלאטץ צו זיין "קיל" COOL.

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 7, 2012 12:15 pm

· #10358
שרייבער
ר' מנשה איז טאקע יונג, דוכט זיך נאכנישט קיין 50

איך דענק אז ר' מנשה האט חתונה געמאכט תשס"ב איך ווייס נישט אבער צו ס'איז געווען די ערשטע קינד צו נישט, און געווענדליך א מענטש וואס מאכט חתונה איז לכה"פ 38, קומט אויס אז 48 איז ער שוין זיכער.

יואליש » מאנטאג מאי 7, 2012 12:23 pm

· #10362
זר זהב
דורך יואליש » מאנטאג מאי 07, 2012 11:58 am

מנשה פילאפ איז מיין פעט-פיוו. ער איז א געלוגענער מסלף און היפאקריט, כ'קויף די צייטונג נאר כדי זיך אינטערצוהאלטן מיט זיינע ארטיקלן. לאמיר האלטן דעם אשכול אפען און אויסשמועסן זיינע ארטיקלן ווען ס'איז דא שמאלץ דערין.

סתם רעדן אין די וועלט אריין מאכט דיר נישט אויסזען ווי דער גרעסטער חכם. אויב זאגסטע אז ער איז מסלף זיי מוחל און ברענג הארטע באווייזן שווארץ אויף ווייס און מ'וועט עס דעבאטירן. דא איז נישט דער פלאטץ צו זיין "קיל" COOL.

הגם, ס'איז א פלאץ דא צו זיין וואס מ'וויל, קיל, לוילעך אדער ווארעם, האב איך טאקע געזאגט אז אנשטאט אפירזיכען זיינע אלטע מאמרים וועלכע כ'האב אפי' נישט, איז גרינגער צו נוצן דעם אשכול אין די צוקומפט צו אנאליזירן זיינע ארטיקלען.

זר זהב » מאנטאג מאי 7, 2012 12:25 pm

· #10363
אז דו קענסט נישט אפירזוכן זיינע אלטע ארטיקלען דעמאלטס וועסטע דארפן ווארטן פאר זיינע קומענדיגע ארטיקלען צו זאגן אז ער איז א מסלף. דערווייל האסטע נישט קיין באווייזן צו פארענפטליכן.

יואליש » מאנטאג מאי 7, 2012 12:31 pm

· #10364
שמואל הלוי
שרייבער
ר' מנשה איז טאקע יונג, דוכט זיך נאכנישט קיין 50

איך דענק אז ר' מנשה האט חתונה געמאכט תשס"ב איך ווייס נישט אבער צו ס'איז געווען די ערשטע קינד צו נישט, און געווענדליך א מענטש וואס מאכט חתונה איז לכה"פ 38, קומט אויס אז 48 איז ער שוין זיכער.

האב איך יא גיט געשאצט. לפי זה איז ער געווען תשכ"ח בערך זעקס יאר!

אורח » מאנטאג מאי 7, 2012 12:50 pm

· #10368
נאך א ארטיקעל פון ר' מנשה איבער בעלז וואס איז געווען ברייט געדעקט
מוסיף והולך

גדעון » מאנטאג מאי 7, 2012 2:05 pm

· #10405
הרב יענקל ווייס
וויאזוי וואלט איר געשפירט ווען איר געט אין א שיינעם טאג א קוועטש אויפן קאווע שטיבל בוקמארק, און איר זעהט ווי ביים סאמע שפיץ-פראמינענט געפינט זיך א אשכול מיט אייער נאמען דערויף, ווי מ'צולייגט אויף פיצי טעלערלעך אייער עיזש, אייערע ארטיקלען, וויפיל איר קענט לערנען, אלע אייערע ניקס אא"וו.

כלפי מה דברים אמורים, עס געפינט זיך דא אינעם שטיבל א אשכול איהער א געוויסע דומ"ץ, וואס אפגעזעהן צו איר זענט איינשטימיג איבער זיינע מיינונגען און באשרייבונגען, נישט קיין נפק"מ צו איר געהערט צו זיין קרייז אדער זענט א ארכי שונא פון זיין אנגעהערשאפט, איז ער א מענטש, א טאטע פון קינדער, א זיידע פון אייניקלעך וואס פארדינט נישט צו ווערן אויסגעפראקט ברבים איבער זיין פריוואטע לעבן,

ווילסט דעבאטירן זיינע ארטיקלען-פיין! דאס איז רשות הרבים. ווילסט עפענען א אשכול מיט די טיטל איבער זיינע מאמרים-גוט! אבער אריינקריכן אין די קישקעס איז לדעתי נישט אידישלאך, און אויסגעהאלטן ע"פ תורה, מה דעלך סני לחברך לא תעביד.

זר זהב » מאנטאג מאי 7, 2012 2:07 pm

· #10406
איך אגריע.

ידען » מאנטאג מאי 7, 2012 2:08 pm

· #10407
מע שרייבט אז ער איז א סלפן א היפאקריט אבער ווי ווען וואס?

סתם שרייען איז גארנישט געזאגט.

אז מע קומט מאכן אזא bold באשילדיגונג, מוז זיין אז ער האט מער ווי איינמאל אויסגעדרייט פאקטן, וויזוי קען זיין אז קיינער געדענקט נישט אויסענווענדיג וואס און ווען ער האט אזוי געטוהן?
בלאט: 1 2 3