צורות פון פרויען
94 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5497
צורות פון פרויען
אפאר חדשים צוריק ווען איך האב מיך איינגעשריבן אין קאווע שטיבל און מיך באקענט מיט אירע פארשריפטן, האב איך אויסגעפונען אז איינע פון די תקנות איז אז די ניקס טארן נישט זיין נעמען פון פרויען. יעדער איז וועלקאם צו שרייבן, אבער די ניקס מיזן זיין אדער ניוטראל אדער מענעריש. איך מיז זאגן אז איך בין געווען גאר impressed פון די תקנה. איך געדענק נאך די אלטע בלאגס ווי חסידים פלעגן זיך צוזאם קומען, און ווי אפט זאכליכע שמועסן פלעגן זיך פארוואנדלען צו איין שטיק נארישקייט, אין טייל ווייל די genders פלעגן זיך אדער אריינפארן אדער flirten. אוודאי זענען נישט אלע שמועסן צוגעקומען צו די סארט נארישקייט, אבער gender איז זיכער געווען אן issue אין דערנידערן די קוואליטעט פון גענוג און נאך שמועסן. דערפאר האב איך געפילט אז נישט ערלויבן פרויערישע נעמען קען שטארק העלפן צו די objectivity און intellectual honesty אין די שמועסן דא.
גאנץ אנדערש אבער האלט איך פון די תקנה פון פארווישן פרויען'ס פנימער.
איך האב נאך נישט געוואוסט דעמאלס (איך האב דאס אייגענטלעך נאר אויסגעפונען נעכטן) אז מ'האט דא געמאכט אן אנקעטע איבער יא אדער נישט ערלויבן בילדער פון פרויען. עס וואלט מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן אז אזא אינטעליגענטע גרופע ווי די וואס געפונען זיך דא זאל פאר א רגע נעמען אין באטראכט דאס נישט ערלויבן בילדער פון פרויען. איז דען דא אפילו איין מענטש דא וואס קוקט נישט אויף אנדערע סייטס? און איז דען נישט דא בילדער פון פרויען אויף יעדע סייט? און פון וואו נעמט זיך די גאנצע משוגעס פון מעקן פרויען'ס פנימער עניוועי? דאס איז א נייע מאדע, אויפגעטראכט אין די לעצטע generation.
לעצטנס האט מען דא חוזק געמאכט פון invitations וואס רעכענען נישט אויס נעמען פון באבעס. אבער די פארמעקן פון נעמען איז א דירעקט תוצאה פון מעקן פנימער. גארנישט שטעלט זיך נישט אפ. מיר מיזן אלץ גיין ווייטער און אלץ ווערן פרומער. איך וואלט געהאפט אז כאטש דא אין קאווע שטיבל וואלט מען געווען קלוגער פון די אומטראכטענדיגע קעלבלעך וואס supporten אזעלכע תקנות.
די תורה האט נישט קיין מיינונג?
אז יענער טוט מעגסטו אויכעט?
פידלעראון פון ווי נעמט זיך די גאנצע משגעס פון מעקן פרויען'ס פנימער עניוועי? דאס איז א נייע מאדע, אויפגעטראכט אין די לעצטע generation.
ווען אין דע פרומע אידישע היסטאריע איז געווען פארשפרייט פרויען צורות פאר יעדן איינעם אויף פובליק פלאטפארמעס?
דער (פינטעל) אידפידלעראון פון ווי נעמט זיך די גאנצע משגעס פון מעקן פרויען'ס פנימער עניוועי? דאס איז א נייע מאדע, אויפגעטראכט אין די לעצטע generation.
ווען אין דע פרומע אידישע היסטאריע איז געווען פארשפרייט פרויען צורות פאר יעדן איינעם אויף פובליק פלאטפארמעס?
אין די צייטן פון די חומש, נ''ך, משניות, גמרא, ראשונים, און אחרונים.
אה, כ'האב פארגעסן, דאס איז נישט קיין חלק פון די פרומע היסטאריע.
שפתים קישאקTM!
עס איז געוועין קודם מתן תורה, יעקב נשא שתי אחיות,
איך שטים צי מיט די מיינונג נישט תי לאזן קיין בילדער אפיציעל, אים אפיציעל איז יא דא למשל אויב איינער לייגט א לינק וואס דארט איז דא א נאָש, איז מותר, אויב שפירט ער זיך גילטי, דאן לייגט ער אכטונג נשים, און איז באוויליגט.
מען האט אראפ גענומען די צורות פון שרה שנירער און חנה רחל ווערבערמאכער? You've gotta be kidding me!
עס איז רעדאגירט געווארן דורך דיר איין מאל. מסתמא האסטו נישט געכאפט און עס בטעות אויסגעמעקט. געווענליך ווען א אחראי איז מגיה שטייט דאס אונטערן הודעה.
שפתים ישק
נ.ב. געrאדע, לאזט מען יא דא טייל נארמאלע בילדער. די בילדער פון ר' משה פיינשטיין'ס ווייב אין א קעמפ האב איך דא לעצטענס באגעגענט.[/size]
אה זי איז דאך א רביצין זי וואלט אפילו געמעגט טיילן מטבעות אין די האנט פון פרומע יונגעלייט
מיר האבען די זכי' אז מיר לעבען אין אזא דור דעה, פרו"ם
מיר זענען היינט פרומער פון יעדעם, א דור דעה, שענער פון אברהם יצחק יעקב, שענער פון די דור המדבר שענער פון יעדעם,
וואס הייסט? צי דען געדענקסטו א דור וואס א איד וואס איז אהיים פון שחרית האט ער געמיזט שווימען אין א ים פון פאשקעווילען וועלכע איז כל כולו קנאת ה' ריין לשמה?
דאס מיינט, אז אפילו אונזערע גאסען זענען הייליג, עס גיסט זיך דעם קנאת ה' בחוצות וויליאמסבורג אין בארא פארק, איין פנחס בן אלעזר האבען מיר? מיליאנען כולל יונגעלייט צייט שטופער'ס האבען מיר, ווען אויסער דעם כל כולו לשמו יתברך האבען זיי נישט קיין שום אייגענע נגיעה! מדריגות וואס אפילו די רבנים פון די היינטיגע דור דעה האבען נישט!
ווען איז דען געווען אמאל אזא דור? ווען? אזוי לויטער ריין, אן קיין נדנוד הרהורי עבירה, קנאת ה' לויטער ריין, אך,
איך האלט אז ווען משיח וועט קימען וועלען מיר מחזיר בתשובה זיין אלע תנאים און אמוראים, די סאטמארע קנאים וועלען טיילען שפיצלעך מיט שווארצע שטרימפ פאר די אמהות, די קנאים וועלען איין מאל פאר אלעמאל מאכען סדר דארט מיט די פרייע אבות ואמהות!
פוי, די פרעכע אמהות, די ווייבער פון דוד המלך, נו א שפיי, טפוי,
ס'הייסט אז עס גייט ארויסקומען א סידור מיטען נאמען "נוטרי הברית" ווי מען גייט ארויס קאטען די טריפה'נע נעמען פון די מאדערענע פריצות'דיגע אמהות פון די סידור, עס וועט נאר זיין דערמאנט מאנס פערזאנען
פידלער האט געשריבען א גוט ווארט: לעצטנס האט מען דא חוזק געמאכט פון invitations וואס רעכענען נישט אויס נעמען פון באבעס. אבער די פארמעקן פון נעמען איז א דירעקט תוצאה פון מעקן פנימ'ער. גארנישט שטעלט זיך נישט אפ. מיר מוזן אלץ גיין ווייטער און אלץ ווערן פרומער. איך וואלט געהאפט אז כאטש דא אין קאווע שטיבל וואלט מען געווען קלוגער פון די אומטראכטענדיגע קעלבלעך וואס supporten אזעלכע תקנות.
פידלער, איך זעה דו קענסט נישט די מאמר וואס די בעלזע יושבים (לייען: ליידיגע סעפערעיטעטע אידען, בעלי חובות, און פליטי צרות) האבען געזאגט "ווען א בעלזע חסיד מאכט זיך די מאדערנע קנעפלעך אויף די העמד, שמד'ט זיך א איד אין פאריז", ווייל כלל ישראל איז ערבים זה לזה,
דאס איז בעצם א אמת ווארט, און מען זעט עס דא בחוש, ווען אין קאווע שטיבעל מעקט מען די הייליגע צורות פון ערליכע אידישע פרויען, ווערן די ערב רב נאכגעשלעפט אין אין סקווער מעקט מען אויס די נעמען פון די טייערע זיסע באבעס, אין אין בעלזא קישט מען די האנט פון די הייליגע רעבעצין,
1 פיס אויף נאנן סענץ
דעת תורהעס איז רעדאגירט געווארן דורך דיר איין מאל. מסתמא האסטו נישט געכאפט און עס בטעות אויסגעמעקט. געווענליך ווען א אחראי איז מגיה שטייט דאס אונטערן הודעה.
א דאנק. אבער איך האב רעדאגירט נעכטן גלייךצוליב א ספעלינג מיסטעיק נאך איך האב געpost. היינט צופרי זענען די בילדער נאך געשטאנען.
טיטאניק האט אויפגעטון א נייע סיבה צו בעטן פאר ביאת משיח צדקינו: מיר זאלן האבן די מעגליכקייט זיי מחזיר בתשובה צו זיין 🙂
איך גיי קאמפעטישן מיט KDC. איך ארבייט אויף א טעכנאלאגיע צו האבן א אוטאמאטישע female face blocker אזוי אז די בילדער קומען ארויס בלי מכשול. איך זיך אינוועסטערס, אונז גיימיר מאכן גרויס געלט!
נאך א מזל ס'איז נישטא א היסטארישע בילד פון רחל אמינו, די פסוק זאגע זי איז געווען הערליך שיין.
ס'איז מיר אינטערעסאנט אז דא און דארט מאכט זיך תגובות וואס רירן אן עקרי אמונה און דאס בלייבט. אבער די צורה פון א פרוי, כאטש פון אזא אשה צנועה ווי שרה שנירער, דאס נעמט מען אראפ. איך האב א חשד אז דאס איז א דרגה פון "אזוי ווי עס גוי'ישט זיך, אזוי אידישט זיך". צווישן די צוויי עיקר גרופעס קעגן וואס western society האט אלץ discriminated, פרויען און שווארצע, האבן פרויען אלץ באקומען זייערע רעכטן צום לעצט. די שווארצע האבן באקומען די רעכט צו וואוטען אין 1869, די פרויען אין 1920. מיר האבן באקומען א שווארצע פרעזידענט בימים ההם, א פרוי פרעזידענט נאך נישט. די concept פון פרויען אלץ humans איז נאך אלץ, זעעט אויס, א threatening concept. אין אמעריקע און אויך דא.
[ציטאט אראפגענומען]
צוריקגעשטעלט.
פידלערא.
יעצט אז איך זע די בילדער, פארשטיי איך פארוואס מען האט עס אראפ גענימען 😂 😂 😂
לייג א בילד פון רחל'ע אמינו וועסטי מער אויפטיען, ווייזען ווי א שיין פאלק כלל ישראל איז ב"ה
[ציטאט אראפגענומען]
👍 👍 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
(בערל בעל עגלה, איך האף ביסט נישט ברוגז איך האב גענוצט אזוי סאך פון דיינע סמייליס, איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן)און אינטערעסאנע זאך, קוקט אינעם
ארגינעלן אשכול וועגן בילדער פון פרויען, וועט איר זען אז אלע וואס האבן געשריבן קעגן בילדער פון פרויען זענען שוין ליידער נישט מיט אונז, כך היא דרכם של קיצוניים, זיי קומען בעטן טאלעראנץ, אבער נאכדעם זעמער נאך אלץ נישט געווען גענוג גוט פאר זיי.
איך מיין ס'שוין העכסט צייט צו ענדיגן די היפאקריטסווע, און געבן גלייכבארעכטיקייט פאר פרויען, אדער ערגסטענס איבערמאכן די אנקעטע.
ביסט זעכער די הונט איז נישט קיין פימעיל? זעהט מיר אויס אז יא, זי דארף אויך א בעג!
@געפילטע פיש, איך בין צומישט. רוב עולם האט דארט געשטימט אויף יא ערלויבן, פארוואס איז עס נישט ערלויבט?
טיטאניק: איין הערה. אין סקווער מעקט מען נישט נאר נעימען פון פרויען, ר"ל. נאר גאנצע שלאפנדיגע משפחות. (כמעט). ווייל זיי גייען דאוונען אין מושב זקנים. און נישט ביים צאאדיק, מיט'ן ספאאדיק. 🙄 😂 😛 😈
פידלערס'איז מיר אינטערעסאנט אז דא און דארט מאכט זיך תגובות וואס רירן אן עקרי אמונה און דאס בלייבט. אבער די צורה פון א פרוי, כאטש פון אזא אשה צנועה ווי שרה שנירער, דאס נעמט מען אראפ. איך האב א חשד אז דאס איז א דרגה פון "אזוי ווי עס גוי'ישט זיך, אזוי אידישט זיך". צווישן די צוויי עיקר גרופעס קעגן וואס western society האט אלץ discriminated, פרויען און שווארצע, האבן פרויען אלץ באקומען זייערע רעכטן צום לעצט. די שווארצע האבן באקומען די רעכט צו וואוטען אין 1869, די פרויען אין 1920. מיר האבן באקומען א שווארצע פרעזידענט בימים ההם, א פרוי פרעזידענט נאך נישט. די concept פון פרויען אלץ humans איז נאך אלץ, זעעט אויס, א threatening concept. אין אמעריקע און אויך דא.
מאך נישט אזויפיל גזירה שוות און בניני אם. דער פשוט'ער תירוץ איז אז יעדער פארשטייט צו א יפת תואר אבער ווייניג פארשטייען צו א שטיקל כפירה, בפרט אויב עס איז אן אמת'ער לומדישער חידוש אין הלכות כפירה. און די יחידים וואס פארשטייען יא דערצו האבן געווענליך נישט קיין פראבלעם דערמיט.
אגב, עס געפעלט מיר די אבזערוואציע אז שווארצע דיסקרימינירט מען ווייניגער ווי פרויען, והא ראיה אז מ'האט שוין געהאט א שווארצע פרעזידענט און נישט א פרוי. מ'קען מיינען אז מ'האט שוין געהאט זיבן שווארצע פרעזידענטן דורכאויס די גאנצע היסטאריע און נאך נישט קיין איין פרוי. פאקטיש איז פאריגע מאל געלאפן א שווארצער קעגן א פרוי (וואס האט אין אנהויב אנגעצויגן אסאך בעסער ווי אים) און דער שווארצער האט איר געווינען, עס וואלט פונקט אזוי געקענט זיין פארקערט און דו זאלסט זאגן אז פרויען דיסקרימינירט מען מער ווי שווארצע. איינער מוז דאך זיין ערשט, ניין?
(און פארוואס מיינסטו האט הילערי פארלוירן צו אבאמא אויב נישט ווייל אפילו שווארצע מענער זענען מער טויגליך ווי ווייסע פרויען 😂)
עס איז יעצט אריינגעקומען א שטורמישע נייעס באריכט אז אין סאוט אפריקע איז שוין געווען פאר די לעצטיגע צענדליגער יארן בלויז שווארצע מענער פרעזידענטן און נאכנישט קיין איין פרוי. אין אנדערע נייעס באריכטעט מען אז די סאוט אפריקענס זענען אזוי ראסיסטיש אז אפילו פאר א שטום לשון אגענט וועט מען ענדערש נוצן אן אומקאמפעטענטער שווארצער לונעטיק ווי א פרוי. שומו שמים.
יאיר, דו האלטס דיך אזוי בא'גדול'ט מיט דיין ווייסקייט, אזש ס'איז מיר אינטערסאנט אז דו לערנסט אין א רויטע ספר און נישט אין קיין ווייסע 👍
יאיראגב, עס געפעלט מיר די אבזערוואציע אז שווארצע דיסקרימינירט מען ווייניגער ווי פרויען, והא ראיה אז מ'האט שוין געהאט א שווארצע פרעזידענט און נישט א פרוי. מ'קען מיינען אז מ'האט שוין געהאט זיבן שווארצע פרעזידענטן דורכאויס די גאנצע היסטאריע און נאך נישט קיין איין פרוי. פאקטיש איז פאריגע מאל געלאפן א שווארצער קעגן א פרוי (וואס האט אין אנהויב אנגעצויגן אסאך בעסער ווי אים) און דער שווארצער האט איר געווינען, עס וואלט פונקט אזוי געקענט זיין פארקערט און דו זאלסט זאגן אז פרויען דיסקרימינירט מען מער ווי שווארצע. איינער מוז דאך זיין ערשט, ניין?
(און פארוואס מיינסטו האט הילערי פארלוירן צו אבאמא אויב נישט ווייל אפילו שווארצע מענער זענען מער טויגליך ווי ווייסע פרויען 😂)
יאיר, איך האב זייער הנאה פון דיין סענס אוו יומער. איך וויל נאר זיכער מאכן אז קיינער מיינט נישט אז איך האב געזאגט אז בעצם האט מען דיסקרימינירט קעגן שווארצע מער ווי קעגן פרויען. דערווייל פרוביר איך נאך נישט צו רעדן אזעלכע טיפשות. אבער די פאקט איז אז ווען ס'קומט צו ברעכן אפיציעלע אינסטיטאציעס באקומען פרויען זייערע רעכטן לעצט. Harvard און ווי ווייט איך געדענק, אלע אנדערע Ivies, האבן אקצעפטירט שווארצע פאר פרויען. א פרעזידענט ווערט elected דורך votes, דערפאר האב איך דאס געשריבן אלץ א connection.
איך האב אין שאץ קאמער א אוצר פיל מיט בילדער אין תמונות נדירות פין אשת חבר כחבר דמתקריא אשתו כגופו וכל חניכין דאית להון, מיט דער רשות פון די גבאים קען איך זיי ארויף לייגן, איך פארמאג איבער הונדרעטע בילדער פין רעביצינ'ס פון פאר די קריג אליינס!
גד החוזהאיך האב אין שאץ קאמער א אוצר פיל מיט בילדער אין תמונות נדירות פין אשת חבר כחבר דמתקריא אשתו כגופו וכל חניכין דאית להון, מיט דער רשות פון די גבאים קען איך זיי ארויף לייגן, איך פארמאג איבער הונדרעטע בילדער פין רעביצינ'ס פון פאר די קריג אליינס!
הייב אן צי לייגען, מיר שטייען לצידך!
איך דארף דער פרעזענטליכע רשות פון די גבאים ואחראים, אדער פון די די זקני הניקס כל אחד בשמו המבורך.
איך בין מסכים, בתנאי עס זאל זיין א באזונדערע אפטיילונג און עס זאל נישט אויף קומען אין די אקטיווע אשכולות.
גד החוזהאיך האב אין שאץ קאמער א אוצר פיל מיט בילדער אין תמונות נדירות פין אשת חבר כחבר דמתקריא אשתו כגופו וכל חניכין דאית להון, מיט דער רשות פון די גבאים קען איך זיי ארויף לייגן, איך פארמאג איבער הונדרעטע בילדער פין רעביצינ'ס פון פאר די קריג אליינס!
לייג לייג, תורה היא, וללמוד אנו צריכים.
[quote="
Admin"]בארימטע היסטארישע בילדער (ווי דער סיטואציע צימער אינעם ווייסן הויז ביי דער אבלאווע אויף בין-לאדענ'ס הויז) קענען ארויפגעשטעלט ווערן, אזוי אויך היסטארישע אידישע בילדער פון דעם אמאל.[/quote]
גד החוזהאיך דארף דער פרעזענטליכע רשות פון די גבאים ואחראים, אדער פון די די זקני הניקס כל אחד בשמו המבורך.
הריני מצטרף בשמי היאיר.
אויך איך.
פאנג אן האקן און זאלן זיך אלע איבערטאמבלען
נא.. מיין אויגן זענען אפן, מיין איילעשיס אויסגעקעמט, און מיין אויגן ברעמען גערוקט צו די זייט.
איך בין נישט קיין גבאי אדער א אחראי, אבער איך בין שוין פון די זקני הניקס דא, איהר האט מיין שטימע,
הרב גד איהר זענט אריין געקומען מיט א זעטץ, אונז זענען זיך מחי' מיט דיינע בילדער, (נאך איין מזל דער ערפונדונג צו שמעקן דיין גארבעדזש איז נאך נישט דא, איי עם דזשאסט קידינג).
מיר בעטן די גבאים זאלן איהם ענפערן ווי אמשנעלסטן!
גד החוזהאיך דארף דער פרעזענטליכע רשות פון די גבאים ואחראים, אדער פון די די זקני הניקס כל אחד בשמו המבורך.
א דאנק פאר אייערע חיזוק, אבער כאמור לעיל איך דארף דער אויסדריקליכע רשות, עס זאל זיין על פי התקנות. איך וויל נישט עס זאל צוקומען אז איך גיי עמען דער טירחה יתירה אין דערנאך וועט מען עס אראפ נעמען, ויצא שכרו בהפסידו.
ובתנאי דער אשכול זאל נישט פארקריכען מיט קינדערישע געפלוידעכטס.
[quote="
Admin"]בארימטע היסטארישע בילדער (ווי דער סיטואציע צימער אינעם ווייסן הויז ביי דער אבלאווע אויף בין-לאדענ'ס הויז) קענען ארויפגעשטעלט ווערן, אזוי אויך
היסטארישע אידישע בילדער פון דעם אמאל.[/quote]
[quote="געפילטע פיש"][quote="
Admin"]בארימטע היסטארישע בילדער (ווי דער סיטואציע צימער אינעם ווייסן הויז ביי דער אבלאווע אויף בין-לאדענ'ס הויז) קענען ארויפגעשטעלט ווערן, אזוי אויך
היסטארישע אידישע בילדער פון דעם אמאל.[/quote][/quote]
דא ווערט נישט דערמאנט איבער רעבעצינס כ"ש איבער פרויען. סליחה
בכה רב יאירא סבא ואמר, פוק חזי מה בין דורות הראשונים לדורות האחרונים. בדורות הראשונים נכנסה הרבנית זקנה צפורה בתוככי קהל רבבות אלפי ישראל, להטיב לבם שיהנו מזיו פניה הצהלות, ועמדה לימינו של בעלה כגופה כמו אלו הגויים והגיויות שהולכים שלובי זרוע ברחוב, ואין פוצה פה ומצפצפף כצפור. בדורות האחרונים פוחדים ורותתים להעתיק ציורים שחור על גבי לבן של רבניות ומהר"תות בבית הקפה, ולא עוד, אלא שלא התיר רב קופרנקי כי אם תחת מסוה של מטלית עבה, לעוות בזה דרכי אמותינו ורבניותינו ומהר"תותינו. וגעו כל העם בבכיה ואמרו, הוי, אכשר דרא, אכשר דרא.
יאירפידלערס'איז מיר אינטערעסאנט אז דא און דארט מאכט זיך תגובות וואס רירן אן עקרי אמונה און דאס בלייבט. אבער די צורה פון א פרוי, כאטש פון אזא אשה צנועה ווי שרה שנירער, דאס נעמט מען אראפ. איך האב א חשד אז דאס איז א דרגה פון "אזוי ווי עס גוי'ישט זיך, אזוי אידישט זיך". צווישן די צוויי עיקר גרופעס קעגן וואס western society האט אלץ discriminated, פרויען און שווארצע, האבן פרויען אלץ באקומען זייערע רעכטן צום לעצט. די שווארצע האבן באקומען די רעכט צו וואוטען אין 1869, די פרויען אין 1920. מיר האבן באקומען א שווארצע פרעזידענט בימים ההם, א פרוי פרעזידענט נאך נישט. די concept פון פרויען אלץ humans איז נאך אלץ, זעעט אויס, א threatening concept. אין אמעריקע און אויך דא.
מאך נישט אזויפיל גזירה שוות און בניני אם. דער פשוט'ער תירוץ איז אז יעדער פארשטייט צו א יפת תואר אבער ווייניג פארשטייען צו א שטיקל כפירה, בפרט אויב עס איז אן אמת'ער לומדישער חידוש אין הלכות כפירה. און די יחידים וואס פארשטייען יא דערצו האבן געווענליך נישט קיין פראבלעם דערמיט.
און דער דריטער תירוץ איז: דער יצרא דע"ז איז שוואכער ווי דער יצרא דג"ע. 🙄 😎 😂 😳
berlbalagulehיאירפידלערס'איז מיר אינטערעסאנט אז דא און דארט מאכט זיך תגובות וואס רירן אן עקרי אמונה און דאס בלייבט. אבער די צורה פון א פרוי, כאטש פון אזא אשה צנועה ווי שרה שנירער, דאס נעמט מען אראפ. איך האב א חשד אז דאס איז א דרגה פון "אזוי ווי עס גוי'ישט זיך, אזוי אידישט זיך". צווישן די צוויי עיקר גרופעס קעגן וואס western society האט אלץ discriminated, פרויען און שווארצע, האבן פרויען אלץ באקומען זייערע רעכטן צום לעצט. די שווארצע האבן באקומען די רעכט צו וואוטען אין 1869, די פרויען אין 1920. מיר האבן באקומען א שווארצע פרעזידענט בימים ההם, א פרוי פרעזידענט נאך נישט. די concept פון פרויען אלץ humans איז נאך אלץ, זעעט אויס, א threatening concept. אין אמעריקע און אויך דא.
מאך נישט אזויפיל גזירה שוות און בניני אם. דער פשוט'ער תירוץ איז אז יעדער פארשטייט צו א יפת תואר אבער ווייניג פארשטייען צו א שטיקל כפירה, בפרט אויב עס איז אן אמת'ער לומדישער חידוש אין הלכות כפירה. און די יחידים וואס פארשטייען יא דערצו האבן געווענליך נישט קיין פראבלעם דערמיט.
און דער דריטער תירוץ איז: דער יצרא דע"ז איז שוואכער ווי דער יצרא דג"ע. 🙄 😎 😂 😳
ר' בערל, יעצט זענט איר סותר אן אפענע ויואל משה אז שאני מינות דמשכי 😮 😲 😢 😕.
איין מינוט, כ'האב יעצט געטראפן א גירסא אין די ויואל משה כתב יד 78685 אוקספורד וואו עס שטייט: שאני "מינית" דמשכי. מאנכע ברענגען זיך פון דא א ראיה אז דער בעל ויואל משה האט זיך אויך באנוצט מיט דעם טמא'נעם שפראך ווען עס איז אים צוניצגעקומען 😛 😂 🙂 😃.
[quote="גד החוזה"][quote="געפילטע פיש"][quote="
Admin"]בארימטע היסטארישע בילדער (ווי דער סיטואציע צימער אינעם ווייסן הויז ביי דער אבלאווע אויף בין-לאדענ'ס הויז) קענען ארויפגעשטעלט ווערן, אזוי אויך
היסטארישע אידישע בילדער פון דעם אמאל.[/quote][/quote]
דא ווערט נישט דערמאנט איבער רעבעצינס כ"ש איבער פרויען. סליחה[/quote]
זעט אויס דו האסט נישט מעיין געווען אינעם לינק.
[quote="
Admin"]
בילדער פון פרויען – בילדער פון פרויען זענען געווענליך נישט ערלויבט. אז איר קלערט אז א געוויסע בילד איז וויכטיג ארויפגעשטעלט צו ווערן, פרעגט איבער דעם ביי איינער פון די מנהלים פאר'ן ארויפשטעלן. בארימטע היסטארישע בילדער (ווי דער סיטואציע צימער אינעם ווייסן הויז ביי דער אבלאווע אויף בין-לאדענ'ס הויז) קענען ארויפגעשטעלט ווערן, אזוי אויך היסטארישע אידישע בילדער פון דעם אמאל.
[/quote]
איך האב אמאל געהערט אז די יצרא דעריות איז אזוי שטארק אז סקענען ליגן אין שפיטאל צוויי קראנקע מענטשן, א יוד מיט א יודענע, אלטע לייט, מיאוס׳ער ווי מיאוס, און דאך ציקומען צו זינדיגען.
לייענעדיג דא ווי אזוי חכמים ונבונים ווערן ווילד פאר אפאר שווארץ און ווייסע בילדער פון נשים צדקניות מעלמא דקשוט, זעה איך אז ס׳איז יש דברים בגו.
די תירוץ אז ממיינט בלויז די היסטארישקייט דערפון איז זייער א שוואכע, זינט די שטיבעל צייכנט זיך נישט אויס מיט היסטארישע בילדער פונעם בעל האשת חבר.
#דרייען זיך דא אינשי דלא מעלי.
נא, הייב אן שטעלען, מיר ווארטן בכליון עינים.
ס'שטייט געברענג כמדומני פון צאנז'ער רב זצ"ל (פארוואס נישט, אלעס וואס דארף א מקור, לייגט מען ארויף אויף זיין נאמען) אז אויף א רעבעצין איז נישטא הרהורים.
[quote="גד החוזה"][quote="געפילטע פיש"][quote="
Admin"]בארימטע היסטארישע בילדער (ווי דער סיטואציע צימער אינעם ווייסן הויז ביי דער אבלאווע אויף בין-לאדענ'ס הויז) קענען ארויפגעשטעלט ווערן, אזוי אויך
היסטארישע אידישע בילדער פון דעם אמאל.[/quote][/quote]
דא ווערט נישט דערמאנט איבער רעבעצינס כ"ש איבער פרויען. סליחה[/quote]
יישר כח פאר זיין פארזיכטיג. אבער כ'האב נישט געוואוסט אז ס'דא מענער רעבעצינס אויכעט. 😂 🙄
כתר מלכותאיך האב אמאל געהערט אז די יצרא דעריות איז אזוי שטארק אז סקענען ליגן אין שפיטאל צוויי קראנקע מענטשן, א יוד מיט א יודענע, אלטע לייט, מיאוס׳ער ווי מיאוס, און דאך ציקומען צו זינדיגען.
לייענעדיג דא ווי אזוי חכמים ונבונים ווערן ווילד פאר אפאר שווארץ און ווייסע בילדער פון נשים צדקניות מעלמא דקשוט, זעה איך אז ס׳איז יש דברים בגו.
די תירוץ אז ממיינט בלויז די היסטארישקייט דערפון איז זייער א שוואכע, זינט די שטיבעל צייכנט זיך נישט אויס מיט היסטארישע בילדער פונעם בעל האשת חבר.
#דרייען זיך דא אינשי דלא מעלי.
חברה, מ'האט אונז געפאקט ביי די מעשה!
יאפ
דער צדיק תמים איז גערעכט, פין וועלען שרייבען וועגען מאלעסטירער, וויל מען זעהן בילדער פין פארצייטישער רעביצינס...
הדא הוא דכתיב עבירה גוררת...
@ געפילטע, זיי נישט אזוי קאמפלעקסט. די נאר זאל ארויסגיין פון מקוה, (געפילטע:) איך בין נישט קיין נאר....
עטס האטס ענק נישט וואס מתוכח צו זיין, שיק א אישי צו די גבאים ואחראים, אין לאמיר זעהן וואס זיי האלטן.
נאר שווארץ אויף ווייס נישט קאלירטע אדער פאקערט אדער נישט קיין נפקא מינה.
איך האב געהאט ארויף געשטעלט א בילד ווי איינער פוצט זיין נאז, יענער וואס האט דאס אראפ גענומען זאל מוחל זיין און רעאגירן.