☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » ליל קישקע

ליל קישקע

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5257

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 7:02 pm

· #164005
ליל קישקע
ליל קישקע

איינער מיט א ציגאר,
דער צווייטער אין א באר,
טייל זענען יוצא ידי שנים,
דער וואוילער לערנט גאר אור החיים,
בשעת די עובדים ברענען ביים באטע,
פוסטעווען אנדערע אין די בלאטע,
טומעיה חיים זכו, מ'שטייט אין די רייע,
טשועלנט, גאלא, און קישקע, ס'אמחיה,
אויך קוגעל פון אינו בן יומו א גרויסער ענין,
ספייסי ירושלמי הויעך ווי א בנין,
די שמאלטץ רינט, די ריח איז ניחוח,
בשעת מ'שמועס און פלאטיקירט הויעך,
די ווייב טעקסט און סיקירט, איך דארף דיך דא,
פארוואס נעמט מעריב דאנערשטאג, צוויי און א האלב שעה,
ווייב טייערע היינט איז דא א גרויסע שיעור,
א מקובל אין פלעטבוש... מאטי פליז פעסס מיר די ביר,
נאך א נאכט אין דעלי פיפטי טו,
מזל טוב, צווייע ביינאכט ער איז דא,
העלא זאגט זי, וואס האט דער צדיק פאקויפט,
וואס האט מען דארט געפרעסן און געזויפט,
דיין רעקל זאגט טשולענט און דיין ציצית זאגט קוגעל,
איך זעה ער האט געלאזט אויף דיר א רושם א זיגל.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 7:27 pm

· #164010


נ.ב. קוגל אינו בן יומו, כצ"ל.

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 7:29 pm

· #164012
זאג נאר, אויף די וואנצעס איז נישט געבליבן קיין רושם?..
אוי ביסטו גוט, וואנצי! A1!!!

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 7:31 pm

· #164013
סופער דופער וואנצי.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 7:34 pm

· #164014
קאווע טרינקער


נ.ב. קוגל אינו בן יומו, כצ"ל.


ייש"כ פארן קלאטש, לייק, און הערה. פאראכטן.

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 7:37 pm

· #164015
האהא מעכדיג, אבער צווייע פארטאגס דריען זיך איןן דעלי 52 א שוואכע עלעמענט, כהאב דיך נישט געפיקטשערט אךץ אזא איינער, לאל

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 8:00 pm

· #164020
(מגיה גווען און פארראכטן פארשידנע קליינע שינויים און אויסלייג גרייזן. למשל, אז די שורות זאלן זיין בערך די זעלבע לענג, (אין די אריגינעל זעט דער פוים אויס ווי א פיראמיד).
ליל קישקע)


איינער פארברענגט מיט א ציגאר,
א צווייטער זיצט זיך אין א באר,
דער לערנט גאר אור החיים,
און טייל זענען יוצא ידי שניהם,
בשעת פרומע ברענען ביים באטע,
פוסטעווען אנדערע אין די בלאטע,
טועמיה חיים זכו, מ'שטייט אין די רייע,
טשולינט און קישקע, ס'אמחיה,
קוגעל אינו בן יומו א גרויסער ענין,
ספייסי ירושלמי הויעך ווי א בנין,
די שמאלטץ רינט, די ריח איז ניחוח,
מ'שמועס און פלאטיקירט הויעך,
די ווייב טעקסט: "איך דארף דיך דא,
דויערט היינט מעריב צוויי שעה?"
- "טייערע היינט איז דא א גרויסע שיעור,
א מקובל..." מאטי פעסס די ביר,
נאך א נאכט אין דעלי פיפטי טו,
מזל טוב, צווייע ביינאכט, ער איז דא!
העלא, וואס האט דער צדיק פאקויפט?,
וואס האט מען דארט געפרעסן און געזויפט?,
איך זעה ער האט געלאזט אויף דיר א זיגל,
דיין רעקל זאגט טשולענט, דיין ציצית - קוגעל.


(זענט איר מסכים מיט מיינע הגהות?)

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 8:08 pm

· #164023
ייש"כ פאר די העירקאט. זייער שיין און טייט.

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 8:08 pm

· #164024
אלו ואלו דברי ,ובלשונם ז"ל עס איז דא וואס פירען זיך אזוי און עס איז דא וואס פירען זיך אזוי.

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 8:16 pm

· #164027
בארוהיג דיך און קאמפער די מספר הלייקס ,כלל ישראל האט א גוטע נאז זאגט מען.