☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קונטרס "קאווע בלעטער" - ליקוט אשכולות מובחרים להדפסה

קונטרס "קאווע בלעטער" - ליקוט אשכולות מובחרים להדפסה

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5469
בלאט: 1 2

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 6:49 pm

· #169259
קונטרס "קאווע בלעטער" - ליקוט אשכולות מובחרים להדפסה
איך בין ניי דא אין קאווע שטיבל, און זיך באקענענדיג מיט'ן פלאץ האט מיך געכאפט וואספארא שלל פון שיינע שמועסן עס קומען דא פאר. פארשטייט זיך אז די שמועסן געשעהן נישט פון זיך אליינס, נאר דורך נדבת לבם הטוב פון די חשוב'ע ניקס וואס געבן אוועק צייט מהנה צו זיין די קוראים הנכבדים.

פארשטייט זיך, אז אשכול רודף אשכול, און עס איז נישטא קיין צייט דורכ'ן טאג צו לייענען אלעס וואס מען שרייבט דא. שבת, ווען עס איז יא דא אביסל מער צייט, קען מען דאך נישט קוקן קאווע שטיבל.

על כן, קמתי ועליתי, און כעמיר גורנה האב איך צאמגענומען מהני מילי מעליותא וואס מען האט דא געשריבן איבער די פארגאנגענע 2 וואכן, חצי טבת בערך, און זיי צאמגעלייגט אל פונדק אחד אויף א אופן וואס מען קען עס ארויסדרוקן און האבן שבת צו דער האנט.

איך ווייס אז טייל חומר איז נישט געמאכט צו ברענגן אין בית המדרש, אדער לאזן ארומליגן דארט ווי דער בחור'ל אדער ווייב קען לייגן אן אויג דערויף, אבער החכם עיניו בראשו און יעדער זאל פאר זיך טוהן ווי איהם טויגט.

א זייטיגע טובה וועט ארויסקומען האפענטליך פון דעם ליקוט, אז מאנכע קריטיקירער וועלן האבן די געלעגנהייט צו זעהן שחור על גבי לבן אז דא אין קאווע שטיבל ווערן געשריבן אינהאלטסרייכע מאמרים, הומאריסטישע ארטיקלען, פאעזיא'ס, א געמישעכטס פון טעמים, לעשות כרצון איש ואיש.

פארשטייט זיך אז ביי יעדן מאמר שטייט קלאר די קרעדיט מבטן מי יצאו הדברים, און איך זוך נישט אויף קיין וועג צו זיין א מתעטף בטליתו של חבירו.

אויב האב איך אויסגעלאזט א געלונגענע בכבוד'יגע מאמר פון א ניק וואס איז לעצטענס געשריבן געווארן, איז עס מן הסתם געוועהן בטעות, ואתו הסליחה.

נ.ב. לאזט מיך וויסן אויב עס איז טאקע דא א מבוקש פאר דעם ליקוט, כדי צו וויסן אויב עס לוינט ממשיך צו זיין.


<a class="postlink" href="https://dl.dropboxusercontent.com/u/13002565/%D7%A7%D7%90%D7%95%D7%95%D7%A2%20%D7%91%D7%9C%D7%A2%D7%98%D7%A2%D7%A8%20%D7%98%D7%91%D7%AA%20%D7%90%20%D7%AA%D7%A9%D7%A2%D7%93.pdf">https://dl.dropboxusercontent.com/u/130 ... %D7%93.pdf</a>

שפתים ישק » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:22 pm

· #169272
שיינע איינפאל.

געפילטע פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:35 pm

· #169294
פאר דעם האט דער באשעפער ברוב חסדו וטובו מקדים געווען די רפואה פארן מכה, און באשאפן דעם פרינטער סאך פאר די אינטערנעט, אז מ'זאל קענען ארויספרינטן סחורה לכבוד שב"ק.

zurich » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:00 pm

· #169307
שפתים ישק
שפתים קישאקTM!

משה געציל » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:05 pm

· #169311
א שיינעם דאנק, עס זעט זיך אן אז עס ליגט דערין געוואלדיגע ארבעט.
נאר להערה בעלמא, איך האלט אז עס וואלט געווען רעכט אז מען זאל אנפרעגן די שרייבער פון די ארטיקלך בעפארן פאבלעצירן אין א געדרוקטע פארמאט. עס איז דא אמאל טעותים וואס דארף פאראכטן ווערן, און אמאל איז דא סתם אזוי וואס דער שרייבער איז אומבאקוועם מיטן פאקט אז די ארטיקל פארט ארום אינעם גאנצן שטאט.
#קאנסטראקטיוו קריטיק #הערליכער ארבעט!

געפילטע פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:08 pm

· #169312
משה געציל
#הערליכער ארבעט!

טאמבל סאס » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:18 pm

· #169320
געפילטע פיש
משה געציל
#הערליכער ארבעט!

זיי ממשיך ביטע, ס'איז א הערליכע ארבעט און איז גאר נייטיק פאר אלע.

נהורא נפישא » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:23 pm

· #169321
משה געציל
א שיינעם דאנק, עס זעט זיך אן אז עס ליגט דערין געוואלדיגע ארבעט.
נאר להערה בעלמא, איך האלט אז עס וואלט געווען רעכט אז מען זאל אנפרעגן די שרייבער פון די ארטיקלך בעפארן פאבלעצירן אין א געדרוקטע פארמאט. עס איז דא אמאל טעותים וואס דארף פאראכטן ווערן, און אמאל איז דא סתם אזוי וואס דער שרייבער איז אומבאקוועם מיטן פאקט אז די ארטיקל פארט ארום אינעם גאנצן שטאט.
#קאנסטראקטיוו קריטיק #הערליכער ארבעט!

גם אני מצטרף, זייער א שיינער ארבעט און א דאנק פאר די אנערקענונג פאר מיינער אן ארטיקל צו ווערן פובליצירט, הגם איך אלס א פערפעקשאניסט וואלט איך יענעם ארטיקל נישט געדרוקט, ס'איז פונקט גוט געווען צו ליינען דא אין שטיבל וואס ווערט נישט לאנג דערויף ערגעצוואו פארזינקן בתהום הנשיה וויבאלד ס'איז זייער א פעלערהאפטיגע ארבעט מחמת כמה סיבות, קומענדיגס מאל וואלט געווען א גלייכע זאך ווען דו לאזט ווען מעלדן בעפאר, כדי צו געבן א געלעגנהייט צו פאררעכטן אדער קענען אפפרעדן פון דרוקן , נאך אלעם דער גרעסטער מבין איז יעדער אויף זיינע אייגענע סחורה. אבער א דאנק בכל אופן.

sefish » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:24 pm

· #169322
גאר שיין! איך זע אויך אז דו האסט צוגעלייגט אליינס אביסל שענער צו מאכן. ביי מיין ארטיקל פון שבת עסן האט איר צוגעלייגט ביי ש' שירות ותשבחות. (איך האב נאר געשריבן שיריים..)
זייער שיינע ארבעט! איז דער פלאן עס צו מאכן יעדע צוויי וואכן?

נהורא האקט

נהורא נפישא » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:35 pm

· #169323
ולהוספה, איך שטיץ זייער דעם אינטערנעמונג, און ס'איז צו ערווארטן אז דאס וועט הייבן די סטאנדארד דא אין שטיבל אויף א העכערן ניווא, אבער ווי ערווענט איז עס פשוט פראקטיש אז דער בעל המאמר וואס ווייסט אלע חורין וסדקין איז די בעסטע פאסיג דאס צו פאררעכטן

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 10:58 pm

· #169330
דער פישעלע איז נארוואס אריינגעשווימען, און ער מאכט שוין ערשט קלאסיגע הערינג! א דאנק! הערליכע ארבייט!

פישלע העררינג » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 12:12 am

· #169336
אקעי.

חזקיהו המלך » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 12:25 am

· #169337
געוואלטיגע ארבייט
האלט אן אין ווער נישט מיד,

ס'איז זייער א גוטע ארבייט, אין ניין מען דארף נישט פרעגן די שרייבער, ס'מאכט נאר די ארבייט קאמפליצירט אין קיינער באצאלט אים נישט דערפאר, ווען איינער שרייבט א ארטיקל וויל ער מען זאל עס ליינען, ער שרייבט עס נישט פאר די פיר ווענט, אין ס'איז געמאכט פאר די פאבליק צי ליינען אין ארויס פרינטען נישט קיין חילוק אין וועלכע פארמאט,

אויך איז עס גוט ווייל ס'קען געבען א שטופ פאר שרייבער צי שרייבען ארטיקלען,

עכ"פ חזק ונתחזק, לאמיר דיר עפעס זאגען, קריטיק איז אלעמאל דא, אבער דערשרעק דיר נישט פין די קריטיק, די רוב האט זייער הנאה, די קריטיקירער זענען א מועט, די טוה דיינס, אין יעדע צוויי ואכען זאל זיין א גליון,

הצלחה רבה.

אפטעמיסט » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 12:47 am

· #169340
@פישל'ע העררינג איך קען נישט עפענען אדער דאונלאודן די לינק. מה פשט?

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 12:51 am

· #169341
.

פישלע העררינג » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 9:25 am

· #169375
.

ברסלבער » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 9:37 am

· #169377
זייער א שיינע ארבעט! יישר כח ר' פישל'ע! און לאמיר האפן אז דאס וועט אנהאלטן אויף ווייטער.

פישלע העררינג » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 9:39 am

· #169378
.

אפטעמיסט » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 9:42 am

· #169379
ס'האט גארנישט מיט קיין פילטער, לא נחשדו ישראל על כך. ס'איז פשוט נישט געגאנגען. אבער עפעס א ווייס הויטיגער ניק מיט א שווארצע היטל, רויטע וואנצעס און א גאלדענע הארץ, האט מיר עס געשיקט אויף בליץ פאסט.
סאו איטס פיין.

געפילטע פיש » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 10:18 am

· #169380
לאל!

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 10:22 am

· #169381
ס'הייסט אז דער הערר גוטענבערג ז"ל אין דייטשלאנד פאר 500 יאר צוריק האט געהאט א ווייטן בליק און ר'האט געוואוסט אז ס'עט אמאל זיין אזא זאך ווי אינטוערנעט (אפשר אויבערנעט אויך). און מ'עט דארפן שבת אריינקוקן אין די דברי תורה וחכמה וואס ווערן געזאגט אויפ'ן נעט. טוה א טובה דערצייל עס פאר די רבנים הגאונים שליט"א וועלכע האבן אלע געחתמ'ט אויפ'ן קול קורא (במדבר) אקעיגן אינטערנעט, ר"ל. 😎 🙄 😂

געפילטע פיש » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 10:34 am

· #169382
רעב בערל, ווען אונזער היינטיגע רבנים וואלטן געווען אין יענע צייטן וואלטן זיי געאסר'ט דעם פרינטינג פרעסס אויך, מ'קען דאך פרינטן סיפורי מינות וכפירה, ספרי חשק ותרבות רעה. און מיר אלע וואלטן געווען אנאלפאבעטן.

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 10:40 am

· #169384
געפילטע 👍

און הונדרעט יאר פון יעצט ווען מ'וועט לערנען אדער געבן א שיעור וועלן די מראי מקומות אויסזעהן בערך אזוי:

עיין הרא"ש מובא בויקי ערך הרא"ש.
עיין מחלוקת האחרונים ב"קש ערך תורה אשכול ג' על דף קט"ז.
עיין אייועלט דף תתתתתתתתתשק"ז בשם אחד התחתונים.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 11:07 am

· #169391
געפילטע פיש
רעב בערל, ווען אונזער היינטיגע רבנים וואלטן געווען אין יענע צייטן וואלטן זיי געאסר'ט דעם פרינטינג פרעסס אויך, מ'קען דאך פרינטן סיפורי מינות וכפירה, ספרי חשק ותרבות רעה. און מיר אלע וואלטן געווען אנאלפאבעטן.

ניין. דער פראבלעם איז נישט אז מ'קען פרינטן דברי כפירה ומינות. דער פראבלעים איז אז די "רבנים" וועלכע זענען יושב על מדון (טייל יושב'ן טאקע ערגעץ אנדערש) האבן צופיהל איבריגע צייט, נאכ'ן ענדיגן זייערע ריעל עסטעיט "געשעפטן". פון אליינס לערנען אדער אנפיהרן שיעורי תורה רעדט מען דאך נישט. הייבן זיי אן צו טראכטן אז מ'דארף עפעס אויפטון פאר'ן באשעפער'ס וועיגן. און אינאיינוועיגס זאל די וועלט הערן פון דעים גרויסן רב דער קנאי. 🙄 זוכט מען ארויס די פירצות פונ'ם דור. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. 🙄

נאר,,פרייליך » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 11:36 am

· #169396
@פישל'ע העררינג
פילע מתושבי הק''ש ובפרט אומשילדיגע בחורים יינגלעך ווילען זיך נישט אנליינען מיט העמק דבר ארטיקלען עס איז א שאלה פון 'בור ברשות הרבים'

פישלע העררינג » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 12:12 pm

· #169404
נאר,,פרייליך
@פישל'ע העררינג
פילע מתושבי הק''ש ובפרט אומשילדיגע בחורים יינגלעך ווילען זיך נישט אנליינען מיט העמק דבר ארטיקלען עס איז א שאלה פון 'בור ברשות הרבים'

גיי צוריק אין צימעס.

מנשה לוסטיג » מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 9:12 pm

· #169453
און וואס איז מיט מיר? מיינע שורות זענען נישט אינטערעסאנט?

פישלע העררינג » מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 9:33 pm

· #169456
מנשה, בלויז לענגערע ארטיקלען אויף נייע נושאים האב איך געלייגט. חלילה צו נעמען פערזענליך.

נאר,,פרייליך » מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 9:57 pm

· #169459
דיין שארפע העררינג גערוך שפירט זיך אפילו אינעם הייליגען איי-וועלט'ל

מנשה לוסטיג » מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 10:00 pm

· #169460
איך האב לענגערע אויך

משה געציל » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 4:55 pm

· #169603
איי איי איי.... איך שפיר ווי א אויסגעקוועטשטע גאטשע... איך קום דא אן מיט טענות פאר'ן אפילו אריינקוקען געהעריג וואס דער ר' פישל האט דא אנגעגרייט...

איך האב ערב דעם זיבעטן ארויסגעפרינט דעם פי. די. עף. וואס זאל איך אייך זאגן? דער פישל האט אריינגעארבייט דא איבערמידלעך און אהערגעשטעלט א מייסטערפולן ארבעט! געוואלדיג! הן די עצם אויסשטעל, והן די גראפיקל חלק, ממש א נחת צו ליינען! לך בכחך!

און צו דיר משה געציל, נעקסט טיים בעפאר דו קרעטאקירסט, נעם אין באטראכט די ארבעט וואס יענער האט געלייגט, און אויב האסטו נאך עפעס צו זאגן זאג עס בפישי. שעם דיך.
#חזיר וואס איך בין

חזקיהו המלך » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 5:05 pm

· #169607
ארויסגעפרינט אויף שבת, ס'איז זייער פיין, חוץ די אפענע אפיקורסישע ארטיקעל פין ממרום האט מיר כמעט געמאכט ברעכען, נאכאמאל א שכוח, און כ'האלט ס'בעסער אז מען לייגט נישט אריין אזאלכע קליינקעפיקע גרויליכע אפיקורסוס, וואס מאכען חוזק מיט א נארישע קליינקעפיגקייט פין כל הקדוש לנו,

פישלע העררינג » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 5:12 pm

· #169613
יישר כח @חזקיהו המלך.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 5:42 pm

· #169624
נאך א שנעלע דורכקוק, זעהט עס אויס א פיינע ארבעט, אבער איך בין מודה צו די וואס זאגן אז געבן די געלעגנהייט בעפאר עס אביסל צוצופיצן וואלט נישט געשאדט.
טאמבס אפ, פישעלע!

פישלע העררינג » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 6:19 pm

· #169649
.

סאו וואט » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 7:31 pm

· #169679
פישע'לע פישע'לע וואס זאל איך אייך זאגען?. האסט מיר מחיה געוועהן מיט אן אמת'דיגע עונג שבת!
כמותך ירבו בישראל, אזאלעכע פישעלעך ווי דיר זאלן זיך מעעעערן, וידגו לרוב בקרב הארץ.
איך וואלט מיר ערלויבט צו זאגן: האסט דיך נישט פון וואס צו שעמען, אפילו פון שמן למאור.

אגב, וועלכע פאנט איז עס? ווי קען איך עס באקומען?
איז דא אן אשכול צו דאונלאודען פאנטס?

פישלע העררינג » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 9:11 pm

· #169705
.

אויס מענטש » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 9:24 pm

· #169708
יישר כח ר' פישל א שיינע ארבעט.
איך וואלט דיר געוואלט בעטן אויב עס איז מעגליך צו זאם צונעמען די ארבעט פון מאראנצןזאפט ביי די אנשי שם אויף אזא פארמאט איך מיין אז דאס וואלט שטארק געהויבן דעם שטיבל, אויב די קענסט סיטע מיר שיקן אין אישי ווי אזוי מאכט מען אזא וואנדערבארע ארבעט
יישר כח
פיש פיש ווי איז דיין הערינג ? הערינג הערינג ווי איז דיין פיש?

ידען » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 9:59 pm

· #169715
אא שיינע ארבייט.

אפי׳ כאב עס נישט געפרינט האבעך עס געלייענט אויף מיין סעל און סיז זייער שיין און קלאר און אזוי הערלעך אויסגעשטעלט.

האסט מיך אנגערייצט צו מאכען עפעס אינטערעסאנט פאר די נעקסטע קאווע בלעטער.

גייסט מאכען יעדע וואך אדער יעדע צוויי וואכען?

פישלע העררינג » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:08 pm

· #169717
@ידען,
ס'ווענדט זיך אויפ'ן חומר.

ידען » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:10 pm

· #169719
פישל'ע העררינג
@ידען,
ס'ווענדט זיך אויפ'ן חומר.


למשל וואס?

כאב געשריבען אז איך וויל שרייבען עפעס אינטערעסאנט.

סאו וואט » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 11:01 pm

· #169728
איך ווייס נישט ווי אזוי צו לינקען [אדרבא קען מיר איינער אפשר אויסלערנען?], אבער קען אים איינעם לינקען וואס שמן למאור איז?
ער זאל קענען פארשטיין דער קאמפלעמענט. שכויח.

ס'איז דער סדר פון מענטשען צו זאגן, וואלסט געדארפט אזוי טוען, פארוואס האסטו נישט דעיס אריינגעלייגט, וכדומה, טענות ומענות, אבער, סהדי במרומים
אז מ'מיינט דאך נאר דו גוטס, און מ'מיינט חלילה נישט קיין קריטיק, אדרבא, ס'וועלן זיך מער אנשטרענגן צו שרייבען רייכע און שענערע אשכולות, אז ס'זאל
זיין כבוד בית קאווע שטיבל.

און דעריבער כדי ס'זאל תורה'דיג, וואלסטו למשל געדארפט אריינלייגען דער תורה פון כ'דענק נישט ווער אויפן פסוק ויפן כה וכה, אז ס'גייט ארויף ווען ס'קומט ארויסצו ווארפן
א בחור פון ישיבה, צו זעהן דער עתיד, ס'האט א שייכות מיט פרשת שמות, אז אפילו אן ארטיקעל איז געשריבען לאנג צירוק, עכ"ז זאל עס אריינגיין צוליב דער פרשה ווען דער בלעטעל
קומט ארויס, דערפאר זאלסטו פרובירן יא אהער צו שטעלן א דעדליין ווען ס'קומט ארויס, אזוי אויב איינער וויל מחדש זיין א ווארט לכבוד דו פרשה, אדער אן אונטרעסאנטע שטיקעל היסטוריה וואס האט צו טוען מיטן פרשה, ווי אויך א מדור יומא דהילולא.

להגדיל תורה ולהאדירה.

וואלט לדעת ארויפגעלייגט אזא קובץ?

מאראנצןזאפט » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 11:05 pm

· #169729
איז אזוי.
קודם כל וויל איך באגריסן אונזער טייערן ידיד ר' פישעלע הערינג וואס האט אקארשט אויסגעפאקט זיינע פעקלעך, און באלד מיטגעברענגט מיט זיך א שעפערישקייט. אנשטאט צו מילך שאקלען ביים מילקשעיקער האט ער געשטעלט זיינע ערשטע פוסטריט דא מיט געניאלע שריט, וואס איז ווארעם באגריסט געווארן דורך אלעמען.
ווי אויך גלייך איך דעם נאמען 'קאווע בלעטער' וואס טראגט מיט זיך א חידוש, און זייט מען האט געעפענט דעם 'שנהי' לראש' אשכול, פירט מען זיך טאקע דא צו לייגן א שטיקל געוויכט אויך אויף די קעפלעך.
אבל האמת אגיד, אז איך האב געהאט היפשע ביקורות צום עצם געדאנק, אבער כ'האב שוין לאנג מבטל געווען דעתי צו די איבערוויגנדע מערהייט חברים וואס שטייען מיט מיט ר' פישעלע.
ומכ"מ אפרש שיחתי ובודאי יהי' לתועלת:
1. עס איז אריינגעפאלן אן ארטיקל שאין רוח חכמים נוחה הימנו. איך וואלט פארגעשלאגן אז אן ארטיקל וואס האט נישט מינימום 10-15 לייקס געהערט נישט צו פאראייביגט ווערן.
2. איך גלייך נישט דעם עצם געדאנק פון געבן פאר יעדן ארטיקל גלייכגעוויכט. עס זענען דא ארטיקלען וואס זענען מעסטערפיסעס, א שטייגער ווי די צוויי ארטיקלען פון קופערניקוס, און אנדערע זענען סתם וואסער געמאלן זיך אונטערצוהאלטן אביסל ווען ס'איז לאנגווייליג וכדו'. אין שטיבל גופא דערקענט זיך א חילוק פון די תגובות יישר כח'ס, און די צאל לייקס, משא"כ אין קאווע בלעטער איז אלעס איינס. ס'שמעקט פון קאמוניזם.
3. דער קיום פון אונזער שטיבל איז פון דעם וואס מ'קומט דא אריין ווען דער נייגער איז גובר א בליק טון אויב ס'דא פרישע חומר, און אזוי איז מען מגיב און סווערט א גלגל. אויב קען מען איינמאל אין צוויי וואכן קריגן אלע גוטע מאמרים אויף א פי.די.עף קען עס אראפקלאפן די אקטיוויטעט דא.
4. והעיקר, איז דער ענין פון לייקס. איך וויל נישט מ'זאל דא באלד דארפן אויסקלארן די לופט... אבער זאל קיינער נישט אונטערשאצן דעם קנעפל דארט פון אנאנים'ס אויוון ארויס. דאס גיט די מעגליכקייט ארויסצואווייזן עטוואס עפרישיאציע פאר די טייערע שרייבער וואס לייגן אריין כוח און מוח אייך צו מהנה זיין, און ווארטן צו הערן אן אנטווארט אז זייער יגיעה האט זיך אויסגעצאלט. ווי אויך גיט דאס די געלעגנהייט צו טאפן דעם דעת הקהל צו הערן וואס דער עולם גלייכט, אז מ'זאל וויסן על להבא. משא"כ אויף 'קאווע בלעטער' איז אבער נישטא די אפציע פון לייקן.
דער פראבלעם קען אבער גרינג געלייזט ווערן, און איך וויל בעטן ר' פישעלע זאל צו לייגן א בקשה: אז אויב האט איר הנאה פון א מאמר אין 'קאווע בלעטער', זייט מוחל זוכט אויף די אשכול אין שטיבל און גיט אפ דעם ערליך פארדינטן לייק.
5. בנוגע צוזאמנעמען ארטיקלען פון אלטע שרייבער ווי אויס מענטש האט פארגעשלאגן, זע איך יא פאר א גוטער געדאנק, ווי למשל צאמנעמען אלע יואב'ס הומאריסטישע חומר וואס איז אגב גרייט צום דרוק אלס א קאמישע בוך, אדער די אנשי שם ארטיקלען פון אנוכי הקטן וכו', די לייקס און תגובות זענען שוין לאנג פערטיג, און מיט א פי.די.עף. קען מען מאכן חזרה און פאראייביגן דאס בעסטע פון אונזער ארכיוון אוצר.
אבער ווי אנגעהויבן, בין איך מבטל דעתי פאר די די חשוב'ע אריות שבחבורה וואס האבן יא באגריסט די אינציאטיווע, ומכ"מ האב איך אפגעשריבן מיין תגובה, ווייל איך זע א מקום לצאת ידי שנים, אז פישעלע זאל אנגיין מיט זיין עבודת הקודש און דער עולם זאל זיין זהיר ס'זאל זיך נישט אפשפילן איינע פון די דערמאנטע חששות.

פישלע העררינג » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 11:34 pm

· #169730
@מאראנצןזאפט,

יישר כח פאר דיינע שיינע ווערטער.

מאראנצןזאפט » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 11:38 pm

· #169731
פישעלע דיין איידלקייט איז צום באוואונדערן.

דעת תורה » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 12:33 am

· #169737
אויפזוכן דעם אשכול און געבן א לייק הערט זיך עפעס ווי א זאך פון מיטל-אלטער; אין די היינטיגע פוילע וועלט וואס מען ברויך שוין נישט גיין צום טייך וואשן וועש נאר מיט א קוועטש פונעם קנעפל וואשט זיך די וועש אויס אינעם וואש מאשין, איז דאס נישט קיין פלאן. וואס איז יא א עצה איז, לייגן אונטער יעדע ארטיקל א לינק גראד צום לייק קנעפל (כזה- פישל'ע איך נעם קאמישאן פאר די לייקס וואס איך ברענג דיר אריין), א פי די עף קען געווענליך פארנעמען א לינק. אויב וויל מען זיך מער ארום שפילן קען מען עס מאכן אין פארעם פון א לייק הענטל א.א.וו.

אויס מענטש » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 9:38 am

· #169777
לגבי דעם פראבלעם וואס מאראנצן זאפט האט ערווענט, אז אפשר וועט דאס ממעט זיין פון די באי בית הקאווע, ווייל מען קען דאך ליינען די אינהאלטסרייכע סחורה אויף די קאווע בלעטער.
איז יש דברים בגו, אבער פון די אנדערע זייט איז דא א מעלה, אז דער עולם וועט זיך נעמען אין די הענט אריין, און שרייבן צו דער זאך און שרייבן גוטע ארטיקלעך כדי זיך צו קענען געפינען בין העומדים בשורות הקאווע בלעטער ברוב פאר והדר.

קנאת סופרים תרבה חכמה

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 11:15 am

· #169803
עס וואלט געווען א שטארקע תועלת צו לאזן וויסן דעם עולם פון פאראויס וועלכע ארטיקלען מען פלאנט צו נעמען, אזוי זאל מען קענען איבערקוקן אדער מעיר זיין סיי וועלכע הערה און הגהה.

פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 11:35 am

· #169807
שמעקעדיג
עס וואלט געווען א שטארקע תועלת צו לאזן וויסן דעם עולם פון פאראויס וועלכע ארטיקלען מען פלאנט צו נעמען, אזוי זאל מען קענען איבערקוקן אדער מעיר זיין סיי וועלכע הערה און הגהה.

זיכער אזוי.

איך האב אויסגעארבעט א פלאן וואס וועט אי"ה צעפרידענשטעלן אלע קאנסטראקטיוו הערות וואס זענען דא פארגעשלאגן געווארן. ישר כח פאר יעדן איינעם.

פישלע העררינג » מיטוואך יאנואר 1, 2014 6:29 pm

· #172467
קונטרס "קאווע בלעטער" נומער 2
.
בלאט: 1 2