און פארשטייט זיך אז עס קומט זייער דא אריין אין דעם אשכול. די אשכול איז דאך בכלל נישט ספעציעל פארן נסיעה, ס'איז דאך אויך פאר קברים....
אבער אינעם קברים אשכול איז ער נישט צום האבן....
נעעעעבעך!
שוין, ס'איז ערב פורים קטן, הכי קרא שמו "קטן" ס'איז פורים פאר די קטנים
פרייליכל, אויב ס'איז גאר וויכטיג קען איך דיר ערלעדיגן א אפוינטמענט ביים דאקטאר על אף די שווערע שניי
נער פרייליך איז נעבעך צעגרונד ממראה עיניו. ער זעהט ווי רבי לייביש לייזער שליט"א שמייסט אויף אים, און האט נישט וואס צו ענטפערן, שפרונגט ער...
שרייבערשוין, ס'איז ערב פורים קטן, הכי קרא שמו "קטן" ס'איז פורים פאר די קטנים
פרייליכל, אויב ס'איז גאר וויכטיג קען איך דיר ערלעדיגן א אפוינטמענט ביים דאקטאר על אף די שווערע שניי
שרייבער וואסי געבליבען ווער לייגט תפילין ווער איז זוכה בלינת לילה
ביטע זעה מען זאל פון אונז נישט מאכען פורים קטן או גדול
באלד שעם מיך איך מיר נישט נאר אין די גאס נאר אפי' דא ב'קאווע צו זאגען אז איך האלט פין די רבי
ייש''כ
אשרינו אז מ'האמער זיך אפגעשאקעלט פון אזעלכע חסידים ווי דיר! מיר ב"ה שעמען זיך פון גארנישט און ס'אונטערסירט אונז ניטאמאל וואס עטס זאגן און צו ס'געפעלט ענק יא צו נישט! מ'האמער אייגענע מענטשן און מ'איז נישטא צו געפעלן פון קיין איין איינציגע אינדרויסענדיגער אין די וועלט. וועם ס'געפעלט נישט זאל עס נישט ליינען און נאכקוקן, און טאמער וויל יעדער דייקא יא, קיין פראבלעם, און א קיתון פון קללות מיט ווייטאג קען ער ער אריבערשיקן אויך.
זלמן זאפירדי נעקסטע זאך וואס מען גייט אויסראפלען וועט זיין די גאטיע'ס
נו, לעולם יספר אדם בלשון נקיה.
איינער וועט זוכה זיין צאמצולייגן די רבי'ס רשי"ס, און איינער די רבינו תם'ס...
באקומען פון איינעם:
מוצאי שבת כי תשא את ראש בני ישראל
אט גרייטן מיר זיך שוין צו די פולע וואך, זאגנדיג "וישלח יעקב" אלץ א אנפאנג צו די גרויסארטיגע נסיעה קיין א"י מעט הכמות ורב האיכות, ווי סאטמארע חסידים אין א"י וועלן באקומען די שטיצע און דער לאחיו יאמר חזק וועט זיך דערהערן פון איכות'דיגע אידן וועלכע פארן קיין א"י צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א.
איך שרייב פאר מיר אבער אנדערע קענען הנאה האבן, מיינע פערזענדליכע געפילן וואס א סאטמאר'ע חסיד האט אין די יעצטיגע טעג פארנדיג קיין א"י אין אזא מצב, עס איז נישט קיין סוד אז די דארטיגע אידן גרייטן זיך מיט א איכות'דיגן הכנה, די בחורים שארפן זיך זייערע לימודים, די בני הכולל חזר'ן די מקצועות, און די בעלי בתים מאכן זיך פאר א כלי מוכשר צו הערן דברי חיזוק, אויב דאס איז געזאגט געווארן ביים היימישן ציבור, הערט מען אבער אויך אין די פרעמד ווי אפי' אידן פון אנדערע קרייזן גרייטן זיך, ווער מיט א לומדי'שע קושיא, און ווער מיט א אינטרעסאנטע תשובה ספר, און ווער מיט הגהות אויף סיי וועלכע מקצוע אין די תורה, אפי' אין די עדה החרדית האט זיך דער ראב"ד שליט"א אויסגעדריקט די וואך (ווען מ'האט אים געגעבטן ער זאל נישט עמטליך רעזיגנירן פון די עדה) אז ער ווארט אויפן סאטמאר'ע רבי'ן און ער וועט עס אויסשמועסן מיט אים.
איין מינוט, דאס איז בכלל נישט געוועהן דער אמאליגע פלאן, נישט דאס האט מען פלאנירט אינערהאלב די אפיסעס פון "דער איד", וואס גייט דא פאר?, דער פלאן איז דאך געוועהן אז דער עכטע סאטמארע רבי איז דער יונגערע ברודער, ער טראגט דאך געלט קיין א"י, ער האט פארכאפט ראדני, ער איז דער דער מושל בכופה, ער האט דעם גבאי'ן, ער איז דער נועם הליכות, פארוואס איז דאס טאקע אזוי אז דער עלטערע ברודער האט אזא כח, צו מ'וויל יא צו נישט, האט ער צוזאמען געשלעפט א ריזיגן פראטעסט זומער פון מאסן מענטשן, די בני תורה קלעבן צו אים (יעדן שבת זענען דא אנדערע לעקוואד'ע חבורות), קיינער שלעפט זיי נישט (א שטייגער ווי אין סקווירא) זיי קומען צו לויפן פון זיך אליין, רבנים וועלכע זוכן א תורה'דיגע שמועס קענען די אדרעס, פאר יעדע ערנסטע עסקנות איז דא דער ווינקל, פארוואס איז דאס אזוי?
לאמיר דערציילן א חסידישע מעשה, דער הייליגע צדיק דער חוזה מלובלין זי"ע האט זיך געטראפן מיט אייזענעם קאפ וועלכע איז געוועהן דער רב אין די שטאט לובלין און א גרויסע מתנגד פאר חסידים, האט אים דער אייזערנע קאפ געפרעגט, זאגט מיר פארוואס זענט איר בעל בית אויף די וועלט?, ענפערט דער חוזה - ווייל איך בין בעה"ב אין פוילן, און פארוואס זענט איר בעה"ב אין פוילן? פרעגט ער. ווייל איך בין בעה"ב אין לובלין - זאגט דער חוזה, פרעגט ער ווייטער, יא אבער פארוואס זענען איר בעה"ב אין לובלין?, ווייל איך בין בעה"ב ביי מיר אין ביהמ"ד, און פארוואס זענט איר בעה"ב ביי אייך אין ביהמ"ד?, זאגט דער חוזה ווייל איך בין בעה"ב אויף מיר אליין.....
אט די מעשה האט א מורא'דיגע הדרכה, מ'ווערט נישט בעה"ב אויף די וועלט נאר אז מ'איז בעה"ב אויף זיך אליין לאקאל, דער רבי שליט"א האט א השפעה אין די וועלט, קיינער לייקנט עס נישט, און די סיבה איז ווייל ער האט א השפעה אויף אמעריקא, דירעקט און אומדעריקט מאכט ער אידן לערנען תורהצו האבן ארגעניזירטע שיעורים פאר יונגעלייט, דרשו, זכרו, תורתך שעשיעי, אהבתי תורתך וכו' וכו', דירעקט און אומדירעקט מאכט ער אידן זאלן עסן כשר'ס אין גאנץ אמעריקא, נו פארוואס טאקע?, פארוואס האט ער א השפעה אין אמעריקא?, ווייל ער איז בעה"ב ביי זיך אין ביהמ"ד, ס'איז קלארע פאקטן ער האט א ציבור וואס זענען זענען גרייט צו פאלגן וואס ער הייסט מיט סיי וועלכע תקנה, דער ציבור שטעלט זיך צו מיט יעדע זאך, און די וועלט ווייסט דאס און מ'רעספעקטירט דאס, פרעגט זיך די שאלה, וויאזוי? וויאזוי איזמען טאקע זוכה דערצו אז דער ציבור זאלן פאלגן און ער זאל זיין בעה"ב אין ביהמ"ד?, אויף דעם איז די תירוץ וואס דער חוזה האט געזאגט, ער איז בעה"ב אויף זיך אליין!,
יא ער איז פולקאם בעה"ב אויף זיך, אין די שווערע צייטן ווען רשעי ישראל האבן אפגעריסן זיין הייליגן טאטן פון זיינע שמחות האט ער זיך פארביסן די לופן און שטיל געוועהן, געליטן און געשוויגן בשעת די אלע רדיפות, אט דער זעלבע מויל וועלכע האט זיך נישט דערשראקן פון קיינעם ווען ס'איז געקומען זיך אנצונעמען פארן כבוד פון זיין טאטן, אט דער זעלבע מויל איז שטיל געוועהן ווען ער האט געליטן פערזענדליכע רדיפות, אט דאס מיינט זיין בעה"ב אויף זיך אליין.
איצט לאמיר זעהן וויאזוי עס זעהט אויס אזא נסיעה אויף א"י, כבוד ארבעט נישט ווען מ'פארהאנדלט וואכן פריער פאר געלט די צאל קינדער וואס מ'ברענגט ארויס צום קבלת פנים, כבוד איז נישט ווען מ'קויפט קבלת פנים'ס דורך נגידים אין תולדות אהרן און דושינסקי, היינט ווייסט שוין יעדער אז תולדות אהרן און דושנסקי ווילן ביידע מאכן ריזיגע קבלת פנים'ס פארן רבי'ן שליט"א (אפי' פאר אומזיסט), אבער היות דער רבי איז ב"ה בעה"ב אויף זיך אליין פארלירט ער נישט דעם קאפ פאר כבוד המדומה, און זאגט דאס אפ.
קיינער האט נישט געגלייבט א יאר צוריק אז די עדה החרדית (וועלכע האט זיך אריין געמישט אין א ריב לו להם מיט פרשת בני ברק ווען דריי בתי דינים האבן שוין געגעבן א פסק הלכה, האבן זיי באזייטיג דעם פסק און אראפ געצווינגען די צדדים צו א בוררות ווי מ'זיצט נאך יעצט) זאלן ארויס קוקן מיט רחמנות אז הלואי זאל דער סאטמארע רבי (דער עלטערע ברודער) רחמנות האבן אויף די עדה און זאגן א גוט ווארט לטובתם....., ווער האט געגלייבט אז די עדה וועט האפן בכליון עינים אז דער סאטמאר'ע רבי מהר"א זאל משכנע זיין דעם ראב"ד שליט"א צוריק צו קומען צו די עדה און צוקלעבן די צוריסענע עדה מיט סקאטש טעיפ....ווער האט געגלייבט אז תו"א זאלן פאלן צו די פיס פון די ראשי הקהילה אין סאטמאר אז דער רבי זאל מסכים זיין צו וועלן נעמען ביי זיי כבוד, (זיי מיינען נאך אז הענגען א קאלירטע סיין און קינדער מיט ווייסע קאפלעך פאטשן און זינגען איז כבוד).
מיר קומען קיין ירושלים און קיין בני ברק פאר איין ציל, פאר דעם הייליגן "חסתי על עמלי" אויף וועלכע רבינו הק' האט געוויינט, דער רבי ז"ל האט נישט געוויינט אויף תו"א און אויף דושינסקי און אויף די עדה החרדית, חסתי על עמלי איז פאר זיין עמל און פאר זיין פלאג דאס איז די הייליגע מוסודות יט"ל אין ארץ ישראל, (דאס איז די זעלבע מוסדות וואס די רשעי ישראל ווילן זאגן אז דער רבי ז"ל האט דאס געדארפט פאר א פערזענדליכע ירושה פאר די רעבעצן ע"ה), מיר זענען נישט דא צו טיילן געלט פאר ארימע אידן באופן מתנה על מנת להחזיר צוריק צו באקומען כבוד, און די אייגענע מוסדות וועט מען לאזן אויפן וואסער דורך געבן העד טשעק'ס, ניין, מיר זענען דא פאר די אייגענע מוסודת, פאר דעם היילגן "עמלי" אויף וואס דער רבי שרייבט "חסתי", מ'זאל רחמנות האבן, דאס איבריגע איז בכלל נישט אינטרעסאנט, מיר זענען נישט דא צו ווייזן פאר די וועלט אז מיר זענען די עכטע, און אז מיר זענען די גרויס מאכטן, מיר זענען דא לאקאל – פארן פרט, ולפלא די גאס פארשטייט עפעס אז יא, און כולם בפה אחת זאגט יא דאס איז דער עכטע סאטמאר'ע רבי פונקט אזוי האט זיך זיין פעטער געפירט, פארוואס? ווייל אז מ'איז בעה"ב אויף זיך אליין איז מען בעה"ב אויף די חסידים, און אזוי האט מען רעספעקט אין די וועלט.
נישט ווייל מיר ווילן זיך מדמה זיין, אבער פאר משל קען מען ניצן די לעצטע געשעהנישטן אין די אנדערע זייט סאטמאר, ווען דער כלומר'שטע אדמו"ר צייגט קלאר פאר די גאנצע וועלט מיט זיין פורים'דיגע הנהגה אז ער איז נישט בעה"ב אויף זיך אליין, ער וויל נעבאך פירן א דיפלאמאטישע ווירטשאפט זיך האלטן נאנט מיט תו"א און דושינסקי בו בזמן ווען זיין אייגענע זון פירט א פארקערטע מערכה, און מ'קען זיך נישט פאראייניגן אויף איין בלעטל, אין די צייט וואס ער רייסט אראפ די פאלשע קנאים פון כולל ביי די כ"א כסלו דרשה אין ישיבה, קומט א דרשה אין כולל פון די ראש הסקריקים באמעריקא פארקערט, אין ביהמ"ד לאזט מען הרב זארגער רעדן קעגן דעם ראב"ד מיט אפענע בזיון ת"ח אבער אונטער שרייבן קעגן אברהם סלאנים וויל ער נישט, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז מ'איז נישט בעה"ב אויף זיך איז מען נישט בעה"ב אין דערהיים אוו אזוי איז מען אוודאי נישט בעה"ב אין ביהמ"ד, און אוודאי אוודאי נישט בעה"ב איבער די וועלט ווען פון זיין אייגענעם ביהמ"ד אין לאנדאן (86) פליען צעטלעך מיט מחאות רעכט'ס און לינקס קאפויער, הקיצור ווער זאל דיר געבן רעספעקט? אז מ'טראגט אזא לוזערי'שן פנים, וואס איז די עצה, מ'פליט קיין מיאמי - ביי די אלטע וויקאציאנערן דארט קען מען געווינען רעספעקט....
און צו אייך מיינע טייערע גוטע פריינד, געדענקט דעם כלל, אז מ'איז בעה"ב אויף זיך איז מען בעה"ב אינדערהיים און אזוי ווייטער, לאמיר זיך נישט לאזן אריין שלעפן און קיין שום זייטיגע צילן, און בעיקר מחזק זיין אונזערע אייגענע ברודער אין א"י, דעם רבי'נס הייליגע מוסדות, און דאס איז אונזער עול און אונזער עבודה, ס'איז נישט קיין כבוד פאבריק ווי מ'כאפט כבוד, און טאקע דערפאר פארן נאר מיט אויף די נסיעה געציילטע אידן, נגידים, תומכים, עסקנים, און נישט קיין צולאזטע יונגעלייט, בחורים, מיידלעך, ווייבלעך מיט סמארט פאון'ס, און מ'שטעלט נישט אויף קיין פרעדיגער'ס מסביר זיין אז בעצם האט דער רבי ז"ל יא געלאזט פארן קיין א"י ווייל ווען דער מלך פארט זאלן מיטפארן די מיליטער צו הייבן דעם כבוד שמים, (מיר דארפן נישט חזר'ן ר' שמעי' גרינבוים'ס דרשה קעגן בחירות כדי איבער צו זאגן ווארט ביי ווארט כדי להגדיל הכבוד) די נסיעה איז א חטיבה אחת פון העכערקייט, ווען שותפים לדבר מצוה וועלן הערן דעם רבי'נס געוויין און זענען יא "חס" זיין אויף פרי "עמלו", בויען פרישע בנינים לד' ולתורתו, און גלייך צייטיג ווייזן פאר די אנדערע קרייזן אז אפי' מ'נעמט נישט קיין געלט פון די ממשלת הכופרים קען מען פארמאגן שיינע בנינים און נישט זיין פון די נעבעכדיגע נאכשלעפער, עד שנזכה לעלות לחומות ירושלים ברנה.
א גוטע וואך.
קוקט אויס ווי חיים שלומה'ס אינגערעטער בויך וויי
אויב דאס וועט ענק מאכן פרייליך און בארוהיגט פארוואס קיינער קיקט ענק נישט אהן, שטייען די זאליס גאנץ גיט
פלעין יודישקוקט אויס ווי חיים שלומה'ס אינגערעטער בויך וויי
אויב דאס וועט ענק מאכן פרייליך און בארוהיגט פארוואס קיינער קיקט ענק נישט אהן, שטייען די זאליס גאנץ גיט
חיים שלמה'ס בויך וויי? ענדערש דיין קאף וויי, נישט דאס מאכט אינץ פריילעך, דער רבי מאכט אינץ פריילעך, אין אויב קיינער קיקט נישט אויף אינץ (הלואי) איז נאך בעסער, אינז קיקען נאר אויפן רבי'ן, וואס ער זאגט אין וואס ער הייסט, מיר האבען ב"ה א מורה דרך,
פלעין יודישקוקט אויס ווי חיים שלומה'ס אינגערעטער בויך וויי
אויב דאס וועט ענק מאכן פרייליך און בארוהיגט פארוואס קיינער קיקט ענק נישט אהן, שטייען די זאליס גאנץ גיט
איך זעי דיין בויך וויי און יסורים נעבעך איך פארשטיי עס איך האב מיטלייד מיט דיר
הא? נישט דעס ביסטו געוואוינט צו הערן אין קווינס ישיבה הערט מען נישט דעס הא ?
ס'טוט שטארק וויי צו הערן דעם אמת אין פנים אזוי שיין גראד געצילט
ווען איך ליין דעם ארטיקל טוט מיר טאקע וויי די מצב הדור איך וואלט נישט געוואלט ס'זאל אזוי אויסקוקן אבער איין זאך זעי איך און איך לעב עס מיט "ס'איז ליידער אמת יעדע ווארט " על אפי וחמתי
אבער זאת נחמתי אז דער צדיק הדור וואס האט אין זיך די שטריכן פון הנהגה שטריכן פון דו אופן ההנהגה פון זיין הייליגן פעטער און פון זיין הייליגן טאטן מרן אדמו"ר מהר"א מסאטמאר וועט נאך אלעס צוריקשטעלן אויפ'ן פלאץ וכבוד העדה החרידית וועט נאך בליען בחצרות אלוקינו יפריחו ס'וועט נאך נעמען א שטיק צייט אבער סוכ"ס וועט ער דאס באווייזן און ניין זיי דיך נישט טועה ס'וועט נישט זיין אויף די וועג ווי דו ווילסט נאר אין די וועג פון די הייליגע תורה וכפי הבנתו
ער האט שוין זיין דם שונאים געזעצט לערנען א עמוד אדער דף יומי ער האט זיי שוין געמאכט זוכן עפעס א מער מהודרדיגע בשר בהמה ער האט זיי שוין פארשטיפט קויפן בשר עוף אין ווייטן קאנאדע נאכטאנצן חתונה תקנות ווי א געבונדן שעפעלע געקומען לויפן צו א פראטעסט
קצרתי קצת במקום שיש להאריך מפני קוצר תנאי
און רב שפע ירושלים (מקום האכסניא של כ''ק אדמו''ר מהר''א מסאטמאר בירושלים) הייבן שוין די פרויען אהן זיך צו קערצער מאכן די שייטלעך און ח''ו נישט פארבען די פנים מיט מעיק אפ,
כדי די שארפע הייליגע אויגן זאל זיך ח''ו און זיי נישט באגעגענען און דערנאך וועלן זיי מיזען ווערן אדורכגעטון על שולחן מלכים
גאנצלפלעין יודישאון רב שפע ירושלים (מקום האכסניא של כ''ק אדמו''ר מהר''א מסאטמאר בירושלים) הייבן שוין די פרויען אהן זיך צו קערצער מאכן די שייטלעך און ח''ו נישט פארבען די פנים מיט מעיק אפ,
כדי די שארפע הייליגע אויגן זאל זיך ח''ו און זיי נישט באגעגענען און דערנאך וועלן זיי מיזען ווערן אדורכגעטון על שולחן מלכים
ודפח"ח....
נעבעך שיינע פירות פון קווינס ישיבה שומעי לקחו פון ר' נפתלי
זאל איך עס ליקענען???
ועסטו מיר ממילא נישט גלייבען
לאמיר בלייבען ביי דעם, די רעד דיך איין אז איך לערן אין קווינס, און איך וועל מיר איינרעדן אז די לערנסט אין קרית יואל,
סא לאמיר אנהייבען א בחורישע שמועס
וואס איז נייעס?
וועלעכע סוגיא האט עטץ היינט געלערנט?
אויפן קשיא פונעם רבי'ן פארן נסיעה האסטו שוין געטראפן א תירוץ?
די לאנטש איז היינט געווען בריווח?
HAPPY TO BE YOUR NEW PEN FREAND
OK
סא די הייבסט מיר אהן ציגלייבן, אפשר וועט עס מיר נאך געלונגען אינגאנצן
וואס וועט זיין אז איך זאג דיר, אז איך האב אין קיין סאטמארע ישיבה קיינמאל נישט געלערנט
WHAT DO YOU SAY ABOUT THAT
פלעין יודישOK
סא די הייבסט מיר אהן ציגלייבן, אפשר וועט עס מיר נאך געלונגען אינגאנצן
וואס וועט זיין אז איך זאג דיר, אז איך האב אין קיין סאטמארע ישיבה קיינמאל נישט געלערנט
WHAT DO YOU SAY ABOUT THAT
sorry דעס גלייב איך דיר שוין נישט ווייל די שפראך וואס דו רעדסט האסטו זיך נאר אויסגעלערנט אין סאטמאר ערגעץ ווי ביי די פארהאסטע ווייל אין קיין איין אנדערע מקום רעדט מען נישט די שפראך דעס איז נאר ביי די פארהאסטע וואס ביי זיי איז מותר כל דבר אסור ווען ס'קומט צו האקן אויף יענעם
איך האלט אז מ'קען עפענען א גאנצע נייע אשכול אויף דער קשיא קלאר צו מאכן וואס גייט פאר דער מאל בנוגע דער באזיך אין בעלזא
האט ר' אהרן יא מסכים געווען זיך צו טרעפן אין קרית בעלז אדער נישט?, האט מען אים געלאדנט צום חתונה אדער נישט? גייט ער זיך אנריקען דארט צו נישט
TIME WILL TELL
בעלזער רבי יעצט געווען ביים האהרוני, אין שטוב פון אלעד'ער מייזעלס , נישט קלאר פארוואס ער איז געקומען קודם פאר ר' אהרון גייט צו איהם.. משיח איז אן דע וועי...
וואס האט עטס ענק אזוי צילאזט ארונימ'לעך
איך האב נאר געמיינט ענק צי ווייזען די גיטע פיקטשער פון די לינק
די זעלבע פיקטשער קען מען מאכן אויף הגרז''ל אויך
בארואיגטס ענק שעפעלעך
אגב דעי טענה ברויך מען ניש זיין קיין שאולזאהן
נאר יעדע שומע ומקשיב ווי מען רעדט איבער א צרה וואס קוקט ענדערש אויס צו זיין אין א פויליש לאנד אדער גאר אין רוסלאנד,און מען פארגעסט בכלל אז ביפאר דעי נסיעה זענען פילע גדו''י דא געוועזען און גע'טענה'ט אז לבסוף וועלן דא זיי גרויסע צרות פינעם התחברות ל'ציוניזעם, דאס גענצליך צו איגנארירען איז בלי ספק צו געבן קרעדיט פאר די ליצני מהר''א ומושחתי הכת וואס שטייט זיי איין זאך אין די אויגען היאך לקרב המחטטי שכבי און וויאזוי צו חוזק'ן פון ערליכע אידען ורבנים, ווי נאך צו טרעפן א שטיקעל התקרבות צום הייליגען בער, און וויאזוי צו ווייזען פאר די וועלט אז חוץ הנחת תפלין מבצעים און מאכען א ליציטאציע אויף א לינת לילה אינטערסירט אונז גארניש, מען כאפט א רקידה ביים בית החיים, און אסיפות לחזק ידי מחטטי שכבי, וזהו
פון אזוינע פעולות טובות קומט ארויס אזעלכע פירות טובות
ביטע
@שרייבער @גאלד קומט נעמט אייך אהן לכבודו המחולל של כ''ק רבינו זז''ג
עס אינאר א פלא ווי דער ניק
@גאלד האט אינגאנצען חוזר געווען פון זיין דעה אז סאטמאר האט בכלל ניש ואס צו רעדן איבער חילול הקברים צוליב וואסי א בריסקע שיטה,פלוצים איז די פעולות פאלעי גיווארען די סאקמירע שיטה.
די סארט שאלות מאכט זיך כמעט ביי יעדער איינציגער פראיעקט אין ארץ ישראל, וגם קרית ויואל משה בירושלים בכלל, כידוע,
וכפי הענין והמציאות איז מען אמאל מתיר אמאל אוסר, אמאל הייסט מען מפנה זיין אמאל דאס אויך נישט,
והעיקר, דער סארט שאלה האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיט קיין שיטה הק', התבדלות, קנאות, אוואו גזירות גיוס וכדומה, דאס איז אזא סארט שאלה ווי נידלען הינער, עירוב, וכדומה,
אם כן, פרעגט זיך א הימל שרייענדע קשיא, פארוואס האט נישט דער ראב"ד שליט"א, א איד אויף דער עלטער, מיט א טרעק רעקארד פון לאנגע יארן פון זיין א תלמיד חכם עצום, מחבר ספרים, א הולך בדרך החרדים והקנאים בארצינו הק', מדקדק במצות בקלה כבחמורה, פארוואס האט ער שוין נישט קיין רעכט צו פסק'ן א געוויסער פרטיות'דיגער שאלה לפי עניית דעתו וחכמתו,
לאן הגענו?!
דאס איז איינס
צווייטנס, איך וויל פארשטיין פארוואס ווען דער בעלזער רבי נאך 35 ווען ער איז מחליט צו טאן אזא היסטארישע דראסטישע שריט און איז מכריז קבל עם "אתה הצדיק ואני ועמי הרשעים" שיקט א מנין אידן צום קבר כהלכה, און א אייגן שוואגער ווען ער איז אין ארץ ישראל האט פשוט דער נימוס דער מענטשליכקייט צו נישט איגנארירן, זאגט איהם פשוט העלא,
וויזוי אין א מיליאן יאר ווערט עס פלוצלינג "זוכט התקרבות צום הייליגן בער",
ביטע גיבט מיר א לאגישע ראשינאלער ענטפער
פשעווארסקער רבי איז דער וועג-ווייזער פאר די ערליכע אידן.
ער האט זיך זייער געפרייט אז בעלזא האט געשיקט מפייס זיין ביים ציון פון רביה"ק זי"ע און ער האט זיך אויסגעדרוקט אז עס איז א געוואלדיגער קידוש השם.
און דער זעלבער פשעווארסקער רבי האט געזאגט פאר ר' משה מנחם קליפ און קלאר, איך ווייל נישט גיין צו קיין שום מחאות און הפגנות, איך וויל נישט האבן קיין חלק אין די זאכן, איר זאלט זוכה זיין צו טאן לשם שמים!!!
דער זעלבער פשעווארסקער רבי שליט"א האט געגעבן די האנט פאר ר' אברהם סלאנים און אים ווארעם באגריסט ביי די חתונה ברבים.
אויב דו האסט א פראבלעם מיט פשעווארסקער רבי פארשטיי איך דיך זייער גוט...
בעלזא רבי האט איין זאך פארזעהן דא, ווען ער נעמט זיך דא אן פאר אתרא וואלט ווען דער צוריקגעקומענער נער נישט אזוי געשריבן אויף אים.
האט זיך דער בעלזא'ר רבי פארעכענט
צוריק צום באזיך: האט איינער די רעקארדירונג ווי הגרח''צ בעהט זיך ביים גבאי פון ירושלימער רב אז עס זאל ביטע קיין בושות ניש זיין ביי די חתונה און מען זאל זעהן די רב זאל מכהן זיין בבגדי שבת בראש המסובין ? ?
ווייס איינער פארוואס הגאון הגדול פוסק דורינו המתיר מלפנים המתפטר כעת(רייבעד) האט אין די לעצטע מינוטין געברויכט איבערנעמען דעם משא נואם הכבוד נעכטן בעיר ב''ב פינעם גאון בעל שבט הלוי ? ?
האט איינער אן אנונג צו וואס דער רב פון ירושלים וואס האט ''דריי'' מאל גע'חתמ'ט נגד ההליכה לבג''ץ און האט געצווינגען די אנשי מהרז''ל מופיע צו זיין פאר א סארט הרכב ב''ד גענוי ווי די קהילה קדושה מהר''א ב'ברוקלין האט תובע געוועזען אז מען זאל גיין צו אזוי הרכב וואסי ריין מנגיעות
פארוואס פארדעים רב קומט מען זאל אים אזוי נאריש און ביליג זיך ארומשפילען מיט אים אויפרעגנדיג יעדן רעכטדענקענדער איד בי-ם ובארה''ק?
האט איינער אן אנונג צו וואס די נחשים וערבים ארום די רבי זזז'''''גגגגגג,,גג האבען געשיקט אן הודעה פאר די רב פון י-ם אז אין שני מלכים משתשמשים בכתר אחד?
ווייס איינער צו וואס די ערליכע קהילות ודייני הבי''ד זענען נאך בספק צו מ'זאל אינאיינעם מיטען רבין זזזזז,,זזז'''גגגגגג מאכען אן עצרת נגד גזירת הגיוס ? ?
ווייס איינער צו וואס אינגאטשען און בלויז ווואקי טאקי אינגעלייט גייען מאכען בדיקות ביי א בית החיים און זענען רוקד על הדם ווי נורסערי קינדער ? אפטייטשענדיג דערמיט דעם הייליגען שטיקעל דבר''י פ' יתרו ונוסף גם הוא על שונאינו??
ועוד ועוד ווער עס האט א שטיקעל בהירות ביטע ערקלערן.
די אלע און נאך פראגעס וועלן פארענטפערט ווערן דורך מנשה סילוף אין דער איד.. סטעי טונד!
הערת המערכת: מיר אנטשולדיגן זיך נאכאמאל איבער דעם וואס מ'קעמער נישט ארויסגעבן די טעיפס וואס מיר פארמאגן.... ואתכם הסליחה
@גאלד לעבן
דער מתפטר (המתיר) האט אלע זכותים צו זאגען כל מה שלבו חפץ (ס'כדאי אראפ צוברענגען מה שחכם אחד העיר אודות המצב, אז לכ' צו וואס ברויך מען פארן טהרת השרץ ''ק''נ'''' טעמים ממ''נ אז מען קען עס מטהר זיין זאג איינס צווי סיבות להתיר ופטור אנייסעק, נאר דא ווערט קלאר דאס געשעפט וועןמען איז עוסק בטהרת השרץ זאגט מען ''הינדערט פופציג'' סיבות ביז דער שרץ ווערט אויס פראבלעים, כגון דא מעיקרא איז מען בעצם מודה אז מען טאר נישט גראבען נאר מען דרעלעוועט יעדן טאג מיט פרישעבויך קרעמפן עד שהשרץ מתטהר בק''נ, ודו''ק וק''ל, ודפח''ח)
אבער איך דענק נאר ווען בתחילת החפירות האסטו געהאט עפעס שיינע תעירעס אז ס'האט קיין שייכות ל'סאקמיר ממילא בינ'ך ענטוישט פון דיין פלוצים קריגען א מייניונג אין אזא נושא.
נאר,,פרייליךצוריק צום באזיך: האט איינער די רעקארדירונג ווי הגרח''צ בעהט זיך ביים גבאי פון ירושלימער רב אז עס זאל ביטע קיין בושות ניש זיין ביי די חתונה און מען זאל זעהן די רב זאל מכהן זיין בבגדי שבת בראש המסובין ? ?
ווייס איינער פארוואס הגאון הגדול פוסק דורינו המתיר מלפנים המתפטר כעת(רייבעד) האט אין די לעצטע מינוטין געברויכט איבערנעמען דעם משא נואם הכבוד נעכטן בעיר ב''ב פינעם גאון בעל שבט הלוי ? ?
האט איינער אן אנונג צו וואס דער רב פון ירושלים וואס האט ''דריי'' מאל גע'חתמ'ט נגד ההליכה לבג''ץ און האט געצווינגען די אנשי מהרז''ל מופיע צו זיין פאר א סארט הרכב ב''ד גענוי ווי די קהילה קדושה מהר''א ב'ברוקלין האט תובע געוועזען אז מען זאל גיין צו אזוי הרכב וואסי ריין מנגיעות
פארוואס פארדעים רב קומט מען זאל אים אזוי נאריש און ביליג זיך ארומשפילען מיט אים אויפרעגנדיג יעדן רעכטדענקענדער איד בי-ם ובארה''ק?
האט איינער אן אנונג צו וואס די נחשים וערבים ארום די רבי זזז'''''גגגגגג,,גג האבען געשיקט אן הודעה פאר די רב פון י-ם אז אין שני מלכים משתשמשים בכתר אחד?
ווייס איינער צו וואס די ערליכע קהילות ודייני הבי''ד זענען נאך בספק צו מ'זאל אינאיינעם מיטען רבין זזזזז,,זזז'''גגגגגג מאכען אן עצרת נגד גזירת הגיוס ? ?
ווייס איינער צו וואס אינגאטשען און בלויז ווואקי טאקי אינגעלייט גייען מאכען בדיקות ביי א בית החיים און זענען רוקד על הדם ווי נורסערי קינדער ? אפטייטשענדיג דערמיט דעם הייליגען שטיקעל דבר''י פ' יתרו ונוסף גם הוא על שונאינו??
ועוד ועוד ווער עס האט א שטיקעל בהירות ביטע ערקלערן.
ווייסט איינער פארוואס ס'איז שוין די פערדע מאל וואס ר' חיים הערש מאכט חתונה אין א"י און ס'איז די ערשטע מאל וואס דער גאב"ד געפינט פאר וויכטיג צו קומען צו די חתונה (די שטריימל איז נישט שווער, ווייל איינער האט שוין געשריבן אז ער גייט ביי אלע רביש חתונות אזוי)
ווייסט איינער פארוואס דער בעל שבט הלוי ה' יאריך ימיו ושנותיו וואס גייט שוין די לעצטע האלב יאר כמעט נישט ארויס פונדערהיים, ער דאוונט אינדערהיים, האט געפינען פאר וויכטיג צו קומען מסדר קידושין זיין, און און געפינען פאר וויכטיג אנצוואונטשן ברבים לידידו וריעו
ווייסט איינער פארוואס דער רבי זז"ג גייט באזוכן דעם גאב"ד ירושלים און נעמט אים אויף געהעריג על אף וואס א דאנק אים זיצט נאך בני ברק אין בג"ץ עד היום?
ווייסט איינער פארוואס "נאר פרייליך" האט זיך נאכן מתפטר געווען ווייטער גענומען ווייטאגן דא אין שטיבל אפטייטשנדיג דעם הייליגן שטיקל דברי יואל אין פ' וארא כי ידעתי את מכאוביו
@גאלדכ'האב אייך שוין איטליכע מאל היינט די קושיא איבער אייער התערבות בהנושא אנגעפרעגט ווען איר העט ענטפערן אן אנגעונעמענע תשובה שמתקבל על שומעי' .
דאן העלמיר גיין איבער אייער הערה אויפען ראב''ד ודוב הק'
גאלד לעבן כ'האדיר געפרעגט א קשיא זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ
שרייבער לעבן איך האב געלערנט הלכות התפטרות ניש ביי אייך, נאר ביים הייליגען ראב''ד ! ! !.
ב) דער רב פון ירושלים האט געלייגט אסאך דרוק ! ! און "דריי מאל בידיו געסיינט צעטלאך" נגד הליכה לבג''ץ און אראפגעזעצט די צדדים ביי א סארט די''ת וואס איר און נאך פילע אנ''ש האבען תובע געווען אין ברוקלין אז מען זאל מאכען, נו? ווי קומט דא אריין די קינדער שפיל וואס אלע ניקים שפילען דא והמשתבקי''ם בראשם אז די חופרי''ק ברויך מע נייבען און דער רב פון י-ם שפילט מען זיך ווי א בייבי אויפרעגנדיק יעדן בר דעת בי-ם ובארה''ק