☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?

ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?

117 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #545
בלאט: 1 2 3

זר זהב » דאנערשטאג מאי 3, 2012 3:59 pm

· #9641
ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
כ'גיי זיין שפעטער אין וויליאמסבורג, און איך גרייט מיך פאר א טשאלענט. איך וויל א טשולענט עפעס אזאנס אז ס'זאל זיך לוינען די בויך דרייענישן וואס קומט דערנאך.

יעצט מיין קשיא ווער מאכט א גוטע טשאלענט אין וויליאמסבורג ?? --- אויסער גאטליעב'ס, וואס איז גאנץ גוט. א דאנק.

לעמיל » דאנערשטאג מאי 3, 2012 5:22 pm

· #9680
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
איך האב געהערט אז גריל אן לי האט א מעכטיגע טשלונט טריי עס אויז און לאז ויסען די עולם 🙂

ידען » דאנערשטאג מאי 3, 2012 5:42 pm

· #9683
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
קום ארויף צו מיר. מיין טשולענט איז א גוטע אנדרייער...

לעמיל » דאנערשטאג מאי 3, 2012 5:49 pm

· #9686
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
רעד נישט גרויס ווייל אונז וועלין נאך קימען מאכען א חבורל'ה ביי דיר 😉 😉

יידל » דאנערשטאג מאי 3, 2012 5:56 pm

· #9691
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
זכרנו את הטושלנט אשר אכלנו מהצלחה סופערמארקעט.

לעמיל » דאנערשטאג מאי 3, 2012 5:58 pm

· #9693
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
לטוב או ל.....?

יידל » דאנערשטאג מאי 3, 2012 6:02 pm

· #9699
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
לעמיל
לטוב או ל.....?

לטוב פארשטייט זיך.

לעמיל » דאנערשטאג מאי 3, 2012 6:05 pm

· #9700
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
וואס איז די פארשטייט זיך???

ידען » דאנערשטאג מאי 3, 2012 6:07 pm

· #9704
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
לעמיל

איך בין שטענדיג גרייט פאר א געשמאקע קאווע פארברענגעריי... פאר טשולענט דארף איך פרעגן די ווייבעלע...

ידען » דאנערשטאג מאי 3, 2012 6:08 pm

· #9705
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
יידל
זכרנו את הטושלנט אשר אכלנו מהצלחה סופערמארקעט.

זיי האבן מער נישט, אדער האסט געטראפן בעסערס?

לעמיל » דאנערשטאג מאי 3, 2012 6:09 pm

· #9707
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
איז וואס ריפסטו פאר די פרעיגסט???

יידל » דאנערשטאג מאי 3, 2012 6:11 pm

· #9711
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
ידען
יידל
זכרנו את הטושלנט אשר אכלנו מהצלחה סופערמארקעט.

זיי האבן מער נישט, אדער האסט געטראפן בעסערס?

מיין ווייב'ס

לעמיל » דאנערשטאג מאי 3, 2012 6:17 pm

· #9714
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
פיינע נייעס?

ידען » דאנערשטאג מאי 3, 2012 6:29 pm

· #9720
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
לעמיל
איז וואס ריפסטו פאר די פרעיגסט???

גערופןהאבעך נאר איינעם. דו האסט אנגעטראגן דעם גאנצן עולם, דאס איז שוין נישט אזוי גלאטיג. כדארף וויסן אויב זי קען הענדלען אזא געדעכטקייט...

לעמיל » דאנערשטאג מאי 3, 2012 6:43 pm

· #9725
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
אז די פרעיגסט ברבים דארפסטו זיין גרייט פאר א עולם נעקסט טיים אדער פרעיג ביפאר אדער שרייב פריוואט

לעמיל » פרייטאג מאי 4, 2012 10:01 am

· #9819
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
הרב זר זהב נא ויאזוי איז געוין די טשלנוט???

קרעקער » פרייטאג מאי 4, 2012 10:14 am

· #9822
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
אזוי וי כבין געווען אונעם זעלבען מצב וועלכעך ענפערען במקומו

דו שולענט איז פיין געווען אבער די אייז קאלטע קאלע (אין פארשטייט זיך די ג. דערנאך) איז געוען לעילא ולעילא מכל ברכתא ושירתא

לעמיל » פרייטאג מאי 4, 2012 10:35 am

· #9827
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
וועימענס טשולנט?

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 4, 2012 10:36 am

· #9830
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
לויט ווי איך פארשטיי גאטליב'ס

לעמיל » פרייטאג מאי 4, 2012 10:39 am

· #9834
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
גאטליב האט אזא גיטע טשלונט???

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 4, 2012 10:42 am

· #9839
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
איך האב עס נישט געקאסט, אבער מ'זאגט אזוי.

לעמיל » פרייטאג מאי 4, 2012 10:42 am

· #9840
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
אוקי עמיר עס דארפען טרייען איין טאג

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 4, 2012 10:43 am

· #9843
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
וואס מיינט וועמיר? אריין אין נייע אויסדרוקן אשכול.

לעמיל » פרייטאג מאי 4, 2012 10:46 am

· #9848
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
א קיצור פין וועל מיר גיין

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 4, 2012 10:47 am

· #9851
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
איך האב שוין געהערט די אויסדרוק "עמיר" גיין, "וועמיר" איז שוין א חידוש.

לעמיל » פרייטאג מאי 4, 2012 10:48 am

· #9853
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
געטוישט פאר דיר

gehlungen » פרייטאג מאי 4, 2012 10:49 am

· #9858
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
Gotleib. Gotleib. Gotleib.

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 4, 2012 10:50 am

· #9860
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
לעמיל
געטוישט פאר דיר

אזא זכי', פשיהא...

לעמיל » פרייטאג מאי 4, 2012 10:51 am

· #9864
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
געב כאטש א לייק

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 4, 2012 10:51 am

· #9865
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
צום באפעל

לעמיל » פרייטאג מאי 4, 2012 10:52 am

· #9867
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
ביסט ממש א צדיק

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 4, 2012 10:54 am

· #9869
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
אז מ'רעדט שוין פון טשולענט, איך זיך א גוטן רעסעפי פארן טשולענט ביי מיר אין שטוב.

ביז יעצט פלעג איך עס מאכן אן א רעסעפי (טשולענט איז דאך איינע פון די זאכן וואס די מענער מאכן און נישט די ווייבער), און פארשטייט זיך יעדע וואך איז עס אנדערש אויסגעקומען, אמאל בעסער און אמאל ערגער, אבער קיינמאל נישט עפעס ספעציעלס.

לעמיל » פרייטאג מאי 4, 2012 11:10 am

· #9874
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
עפין א נייע אשכול פאר רעספיס פין טשאלענט

זר זהב » פרייטאג מאי 4, 2012 11:57 am

· #9884
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
לעמיל
הרב זר זהב נא ויאזוי איז געוין די טשלנוט???

ס'נישט געווען! 😳 איך בין למעשה נישט אנגעקומען צו ווילי (דער פלאן איז באמת געווען אויף יא!) אבער כעל זיין דארט בקרוב און כעל טרייען גריל אן ליע אזויווי איינער האט דא ראקאמענדעט און כעל דא אפדעיטען וויזוי ס'געווען מערצעשעם.

דערווייל לאטס ענק הערן!

זר זהב » פרייטאג מאי 4, 2012 12:02 pm

· #9885
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
שמואל וואס איז דיין רעסעפי בעיסיקלי ?

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 4, 2012 12:10 pm

· #9886
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
בונדלעך, גערשטלעך, וואסער (אמאל אמאל אנשטאט וואסער גיס איך אריין טשיקן זיפ), אביסל געווירצן ווי זאלץ; רויטע פעפער; אניאן וכו', עטליכע טשיקן באדמס (אמאל פלעג איך לייגן פלאנקן אבער לעת עתה איז עס צו טייער פאר מיר), קישקע, און אמאל אמאל אויך א טאמעיטא אדער א רויטע פאפריקא.

זר זהב » פרייטאג מאי 4, 2012 12:18 pm

· #9887
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
פון פלאנקען ביז טשיקן באדעמס איז א לאנגער שפרינג... ס'דא גוטע פליישן פאר טשולענט ביליגער פון פלאנקען. פרוביר middle chuck ס'ביליג און גוט. א טשולענט אן בשר בהמה איז קיין טשולענט!

זר זהב » פרייטאג מאי 4, 2012 12:23 pm

· #9888
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
אויב ווילסטע א ביסל א נאטורליכע זיסע טשולענט (נישט זיס זיס, נאר א זייטיגע שפור פון זיסקייט) דאן לייג אריין א סוויט פאטעיטא, ותמצא נחת!!

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 4, 2012 12:29 pm

· #9890
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
עמיר עס אויספרובירן דיזע וואך.

---
וואסערע רעסעפי נוצטו?

אוי טאטי » פרייטאג מאי 4, 2012 12:36 pm

· #9891
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
מארטיניס איז זייער גוט!

אוי טאטי » פרייטאג מאי 4, 2012 12:38 pm

· #9892
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
ביי די וועי האט שוין איינער פראבירט די טשולענט וואס מען פארקויפט אויף בעדפארד פען?

זר זהב » פרייטאג מאי 4, 2012 12:38 pm

· #9894
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
גוטע צפונ'דיגע בונדלעך
טשולענט ספייס
טירנויער'ס קושקע
באקען פלייש אדער טשאק מיעט (ווענטסעך אין די עקאנאמיע)
סוויט פאטעיטא
א קליין צוויבעל
אמאל אמאל גיס איך צו טשיקען זופ.

אוי טאטי » פרייטאג מאי 4, 2012 12:42 pm

· #9895
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
לעצטענס האבעך געהערט פון א גרויסן טשולענט עקספערט (נאמען געהיטן אין די רעדאקציע..) אז עס איז מוראדיג גוט אריינצולייגן אין די טשולענט ״טורקי ענדס״ עס געט צי זייער א גוטע טעם!
איך האב אים געפאלגט, און יא! ער איז גערעכט געווען!

זר זהב » פרייטאג מאי 4, 2012 12:43 pm

· #9896
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
ווער איז אויף בעדפארד פען ?

זר זהב » פרייטאג מאי 4, 2012 12:44 pm

· #9897
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
אוי טאטי
לעצטענס האבעך געהערט פון א גרויסן טשולענט עקספערט (נאמען געהיטן אין די רעדאקציע..) אז עס איז מוראדיג גוט אריינצולייגן אין די טשולענט ״טורקי ענדס״ עס געט צי זייער א גוטע טעם!
איך האב אים געפאלגט, און יא! ער איז גערעכט געווען!

אין אלע סטארס ווערט עס אזוי גערופען ??

אוי טאטי » פרייטאג מאי 4, 2012 12:46 pm

· #9899
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
ווייסעך שויניש.

אין עידטי טו הייסט עס אזוי.

זר זהב » פרייטאג מאי 4, 2012 12:47 pm

· #9900
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
עלען מיר עס פרובירן

אוי טאטי » פרייטאג מאי 4, 2012 12:48 pm

· #9901
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
זר זהב
ווער איז אויף בעדפארד פען ?

זייט אנפאנג ווינטער פארקויפט דארט עפעס א אינגערמאן טשולענט,
כ׳געדענק שוין נישט וויאזוי ער ריפט זיך סארי!

זר זהב » פרייטאג מאי 4, 2012 12:50 pm

· #9902
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
ער שטייט אויף די גאסן מיט א טאפ טשולענט אזוי ווי די אמאליגע פעדלער ?

אוי טאטי » פרייטאג מאי 4, 2012 1:00 pm

· #9905
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
יאפ! אנפאנג איז עס נאך געליגן אין די טראנק פין זיין אדעסי,
אבער יעצט האט ער שוין א טישל מיט סיינס און לעקטערס.
בלאט: 1 2 3