ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
117 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #545
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
גראדע אדי פרעגסט מיך, האלטעך אז מען דארף אים מחזק זיין פאר דעים אליין אז ער האט גענימען די גאטס צו טין אזאנס אין וויליאמסבורג!!!
לערנטס ענק אפ!!!
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
ס'איז דא א טשולענט סערטש וועבסייט, כ'טרעף אבער נישט די לינק יעצט, כ'מיין ס'איז געווען אמאל אויף אייוועלט
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
לעמילעפין א נייע אשכול פאר רעספיס פין טשאלענט
אפשר וואלט מען געדארפט עפענען א אשת חיל ווינקעל דא פאר די רעצעפטען. 😉
אוי טאטייאפ! אנפאנג איז עס נאך געליגן אין די טראנק פין זיין אדעסי
א אדעסי איז נישט נכלל אין גזירת הפרעס טראק?
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
אוי טאטיזר זהבווער איז אויף בעדפארד פען ?
זייט אנפאנג ווינטער פארקויפט דארט עפעס א אינגערמאן טשולענט,
כ׳געדענק שוין נישט וויאזוי ער ריפט זיך סארי!
ער רופט זיך "לוי'ס טשולענט און קישקע" און האט אויך א ברענטש אין פרענקל'ס.
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
זר זהבאויב ווילסטע א ביסל א נאטורליכע זיסע טשולענט (נישט זיס זיס, נאר א זייטיגע שפור פון זיסקייט) דאן לייג אריין א סוויט פאטעיטא, ותמצא נחת!!
איך האב זיך דערמאנט א האלבע שעה נאכן זמן הדלה"נ אז איך האב נישט געלייגט קיין סוויט פאטעיטא, איך האף אז קומענדיגע וואך וועל איך שוין געדענקן.
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
אוי טאטילעצטענס האבעך געהערט פון א גרויסן טשולענט עקספערט (נאמען געהיטן אין די רעדאקציע..) אז עס איז מוראדיג גוט אריינצולייגן אין די טשולענט ״טורקי ענדס״ עס געט צי זייער א גוטע טעם!
איך האב אים געפאלגט, און יא! ער איז גערעכט געווען!
Can you please tell me what means Turkey Ends ?
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
gehlungenאוי טאטילעצטענס האבעך געהערט פון א גרויסן טשולענט עקספערט (נאמען געהיטן אין די רעדאקציע..) אז עס איז מוראדיג גוט אריינצולייגן אין די טשולענט ״טורקי ענדס״ עס געט צי זייער א גוטע טעם!
איך האב אים געפאלגט, און יא! ער איז גערעכט געווען!
Can you please tell me what means Turkey Ends ?
גיי אריין אין בוטשער און פרעג.
Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?
יעדע נאמען פלייש קען מען גוגל'ן און זעהן וואס ס'איז. אבער ווען דו גוגל'סט TURKEY ENDS וועסטע לייענען אז טערקיי האט אויפגעהערט זוכן פארלוירענע פון די ערדציטערניש... נו אריין אינעם נייעס אשכול.
gehlungenאוי טאטילעצטענס האבעך געהערט פון א גרויסן טשולענט עקספערט (נאמען געהיטן אין די רעדאקציע..) אז עס איז מוראדיג גוט אריינצולייגן אין די טשולענט ״טורקי ענדס״ עס געט צי זייער א גוטע טעם!
איך האב אים געפאלגט, און יא! ער איז גערעכט געווען!
Can you please tell me what means Turkey Ends ?
טערקי ענדס ווערט אנגעריפען ביי אנדערע טערקי טעילס
אורחgehlungenאוי טאטילעצטענס האבעך געהערט פון א גרויסן טשולענט עקספערט (נאמען געהיטן אין די רעדאקציע..) אז עס איז מוראדיג גוט אריינצולייגן אין די טשולענט ״טורקי ענדס״ עס געט צי זייער א גוטע טעם!
איך האב אים געפאלגט, און יא! ער איז גערעכט געווען!
Can you please tell me what means Turkey Ends ?
טערקי ענדס ווערט אנגעריפען ביי אנדערע טערקי טעילס
I still don't know what that is. Do they have Chicken Tails also ?????
קוק דא
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=SWidCrBnF0I">http://www.youtube.com/watch?v=SWidCrBnF0I</a>
זר זהבקוק דא
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=SWidCrBnF0I">http://www.youtube.com/watch?v=SWidCrBnF0I</a>
I went in to a few stores in williamsburgh & every store told me "ITS NOT SOMETHING THEY SELL"
82 ליע, געבן זיך אליינס נעמען וויזוי זיי ווילן.
צו ווייסט איר אז נישט איבעראל רופט מען BONLESS FLONKEN , באונלעסס פלאנקען ? ס'האט מיט פלאנקען גארניקס איינגעלייגט!! אבער אין אסאך פון אינזערע בוטשערס האט מען עס אזא נאמען געגעבן. (אפשר צו קענען טשארדזשן מער ?)
און די אנדערע סאטמער בוטשער, וועלכע נעמען נוצן זיי?
יידלאון די אנדערע סאטמער בוטשער, וועלכע נעמען נוצן זיי?
לגבי וועלכע פלייש פרעגסטע ?
"אוי טאטע" האט געזאגט אז אין 82 הייסט עס טוירקי ענדס
זר זהביידלאון די אנדערע סאטמער בוטשער, וועלכע נעמען נוצן זיי?
לגבי וועלכע פלייש פרעגסטע ?
"אוי טאטע" האט געזאגט אז אין 82 הייסט עס טוירקי ענדס
אין וויאזוי הייסט עס אין ראסס סטריט?
כ'אב נישט קיין אנונג. אפשר "זאלי ענדס" ?
זר זהבכ'אב נישט קיין אנונג. אפשר "זאלי ענדס" ?
וואס האט טורקי/אינדיק מיט פאליטיק?
גארנישט, אבער פארוואס פרעגסטע פונקט וועגן ראסס סטריט ווען ס'דא נאך 15 בוטשערס אין ווילי ?
אפשר ווייל ער איז סאטמאר מהר"א און די אנדערע בוטשער'ס איז נישט גוט פאר אים, פאלט דיר נישט ביי?
ניין! ווייל איך האב בכלל נישט ארויפגעברענגט 82 אינעם פיקטשער.
אבער יעצט הער איך וואס דו זאגסט.
יידלזר זהבכ'אב נישט קיין אנונג. אפשר "זאלי ענדס" ?
וואס האט טורקי/
אינדיק מיט פאליטיק?
איין מינוט... יידל דו ביזט גוטטטטט !!!! 👍
זר זהבאויב ווילסטע א ביסל א נאטורליכע זיסע טשולענט (נישט זיס זיס, נאר א זייטיגע שפור פון זיסקייט) דאן לייג אריין א סוויט פאטעיטא, ותמצא נחת!!
די וואך האב איך ב"ה נישט פארגעסן, ס'ליגט שוין אין קרעקפאט א שיין בא'חנ'ט סוויט פאטעיטא'לע און איך האף צו קענען מעלדן מוצ"ש גוטע נייעס.
ני וויזוי איזעס געווען?
אוי טאטיני וויזוי איזעס געווען?
ער האלט ר"ת זמן.
אוי טאטיני וויזוי איזעס געווען?
איך שעם זיך צו זאגן 😳
שמואל הלויאוי טאטיני וויזוי איזעס געווען?
איך שעם זיך צו זאגן 😳
אויש!! גייסטמעך סוען ??
ס'איז געווען אזוי ווי געווענדליך, די סוויט פאטעיטא האט נישט מעלה ומוריד געווען לשבח 😞
אה, נחמתי. כ'האב געמיינט עפעס ערגערס.
דער טשולענט אשכול אישוין לאאאאאנג קאלט געווארן, וועליכעס אנווארעמען מיט 2 טשולענטען וואס מיר האבן לעצטענס טועם געווען (ביידע טאקע נישט אין ווילי). איינס דערפון גאנץ גוט און דער אנדערער איז עפעס גאר פון גן עדן ארויס.
פון גארמעי גלאטט אין בארא פארק איז געווען גאנץ פיין, געווענליך איז א סופער מארקעט טשולענט נישט אין מויל צו נעמען.
אבער די טשולענט וואס איז מיר געקומען אזוי אומגעראכטן און איך דענק נישט ווען איך האב לעצט געהאט אזא 5 סטאר טשולענט איז פון סאטמאר מהרז"ל'ס טעיק אוט אין ב.פ. ס'עפעס אויסערגעווענטליך! פיין ספייסי, גוט געקאכט און פיינע בשר. מיין חבר זאגט מיר אז עימיצער לאנדאו (שלום'ס זון) קאכט דארט.
איי איי להתענג אוי אוי בתענוגים אוי יוי יו ברבורים ושליו ודגי-הי-הים.
איך האב א פראבלעם וואס באדערט מיך שוין יארן, אבער כ'האב נאך קיינמאל עכט נישט געטון עפעס דערצו, און דאס איז ווייל כ'האב שנעל שלום געמאכט מיטן מצב, און בכלל בין איך נישט קיין גרויסע מבין אין הל' פרעס, ווי אויך בין איך משלים מיט וואס מיין ווייב סערווירט אויפן טיש.
אבער אז מ'האט שוין יא דערמאנט דעם ענין, וועל איך פרעגן
מיין ווייב שטעלט צו דעם טשאלנט פרייטיג אינדערפרי, יעצט ביי טועמיה אפאר שעה פארן זמן, פארמאגט די טשאלנט אלע טעמים, די בהמה איז ווייעך ווי כאילו ס'זאל זיך רעדן פון 'צונג' און די גאנצע טשאלנט בכלל איז עפעס אויסטערליש, אנדערש איז אבער שבת ביים סעודה, דאן איז די טשאלנט ערגער ווי ארג. ס'האט קיין טעם און קיין גראם, און מ'דארף עליפאנט ציינער צו צעבייסן די פלייש.
פארוואס?
וויל שבת ביים סידע קאכט עס שוין איבער 30 שעה, צי לאנג.
אלזא דארף מען עס שטעלן קאכן הייסטעס ממש פארן זמן?! איבעריגס איז נישט קיין גרויסע אינטערשיד?!
טאמבל סאסאלזא דארף מען עס שטעלן קאכן הייסטעס ממש פארן זמן?! איבעריגס איז נישט קיין גרויסע אינטערשיד?!
איך שטעל עס 2 שעה פאר'ן זמן
נו אוואדאי דאס מיין איך דאך, ס'מוז דאך שוין זיין אפגעקאכט פארן זמן כניסת שבת
נו וואס ווילסטע ? שטעל עס 2 שעה פארן זמן נישט פרייטיג צופרי.
מ'האט דאס שוין איבערגעבן פארן פרוי, און הער א חכמת נשים בנצה ביצה זי זאגט - ענדישער א געשמאקע טשאלנט ערב שבת אויף טועמיה ווי איידער א מיטלגארטיגע טשאלנט אויף אן אנגעפאקטן בויך שבת סוף צופרי סעודה! נישט אזוי?
ממילא עסט מען נישט קיין סאך טשאלנט שבת צופרי, איבערהויפט אויב קום איך נאך עטליכע קדישים
יידלזכרנו את הטושלנט אשר אכלנו מהצלחה סופערמארקעט.
יא הצלחה דעלי האט זייער גוטע טשולענט אין קישקע
אז עס איז שוין דא אזא אשכול וועל איך ארויפשמירן א פיקטשער, זיי האבן צוויי ברענטשעס איינס ביי פרענקל אין איינס ביי לאנדאס גראסערי, דעס איז פין זייער לאקאל ביי לאנדאס גראסערי אויף בעדפארד.
📎 popup.jpg
גייט עס נישט אריין בגדר פרעס טראק-וועגעלע? אדער שמירט ער די רעדער דארט ווי מען דארף.
טאמבעל סאס ס'קוקט אויס ווי דיין טשאלענט האט מער נישט קיין וואסער צופרי מילא איז אלעס איז אויסגעקאכט, אויב האט עס געניג לחלוחית דארף עס צו זיין גוט ביידע מאל.
CHESTNUT מאכט זייער א גיטע טשולענט
אבער קומט נישט צו צו מיין ב״ב טשולענט
יעצט ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין בארא פארק?
אדער זאל מען עפענען נאך אן אשכול?
vip מאכט א פיינע טשאלענט בפרט אויב דו נעמסט דו vip טשאלענט באקומסט עס מיט בקר ממש טעם גן עדן
זר זהבאדער זאל מען עפענען נאך אן אשכול?
זר זהבדער טשולענט אשכול אישוין לאאאאאנג קאלט געווארן, וועליכעס אנווארעמען מיט 2 טשולענטען וואס מיר האבן לעצטענס טועם געווען (ביידע טאקע נישט אין ווילי). איינס דערפון גאנץ גוט און דער אנדערער איז עפעס גאר פון גן עדן ארויס.
פון גארמעי גלאטט אין בארא פארק איז געווען גאנץ פיין, געווענליך איז א סופער מארקעט טשולענט נישט אין מויל צו נעמען.
אבער די טשולענט וואס איז מיר געקומען אזוי אומגעראכטן און איך דענק נישט ווען איך האב לעצט געהאט אזא 5 סטאר טשולענט איז פון סאטמאר מהרז"ל'ס טעיק אוט אין ב.פ. ס'עפעס אויסערגעווענטליך! פיין ספייסי, גוט געקאכט און פיינע בשר. מיין חבר זאגט מיר אז עימיצער לאנדאו (שלום'ס זון) קאכט דארט.
איי איי להתענג אוי אוי בתענוגים אוי יוי יו ברבורים ושליו ודגי-הי-הים.
האסט פלעין פארגעסן?
NESHER
13 ביי 41
גאלדNESHER
13 ביי 41
Depends if you by thursday or friday. But landau,s in satmar r'zl take out is "feineh nias. Almost like GOTTLEIB in willy !
איך ווער נישט אזוי נתפעל פון גאטליעב'ס טשולענט אגב האבן זיי אנגעהויבן מאכן א ווייסע טשולענט וואס איז נישט אוועק צו מאכן
מאנטאג אינדערפרי רעדט מען פון טשולענט? עטץ נעמטס מיר אוועק דעם אפעטיט
ס'דא וואס עסן נאך די שיריים פון שבת.