פעטיציע קעגען די סדר פון שבת'דיגע מאכלים
66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5441
פעטיציע קעגען די סדר פון שבת'דיגע מאכלים
מען זאגט נאך פון דער קרעטשניפער רבי ע"ה אז יעדע באנדעל פון די טשאלענט האט א מלאך, און מוצאי שבת קוידעש טוען אלע מלאכים זינגען שירה,
מיין הוספה איז "די מלאכים גייען אויך ארויס אין א קאדאשטקע טאנץ ביי די שירה"
יעדע וואך פון פריש, צו עסט מען ביים שוויגער, צו עסט מען אין שטוב, צו עסט מען אין האטעל, צו עסט מען ביי א שבע ברכות, נישט קיין חילוק, איבעראל זענען די מוצאי שבתדיגע יסורים די זעלבע
איך האב שוין פראבירט אלע סארטען רעצעפטען פון שטולענט, בונדלעך מיט קארטאפל, קארטאפעל אליין, בונדלעך אליין, בהמה פלייש, טשיקען פלייש, ווייניג ספייסעס, און להיפך, אבער די רעזאלטס זענען די זעלבע ווייעדיג און שמעקעדיג
א שרעק
איך בין קיין דאקטער נישט אבער "קישקאָ'סי" זאגט מיר אז עס שטאמט פון די פארריקטע סדר, מען לייגט זיך שלאפען פרייטאג צו נאכטס מיט א פולע טראק מיט עסען,
שבת צופרי פאסט מען ביז 12 דערנאך ריקט מען אריין הייסע קוגעל הערינג, און פארגעסט נישט! מען מאכט קידוש ווי א ראפשיצער חסיד אויף גטע שנאפס, און פון דארט קומט מען אהיים, און מען ווארפט אריין אגאנצע טראק מיט עסען,
און דערנאך זאלן זיי זיך נישט לאזען הערען און שמעקען??
איך וויל הערען וואס איר זאגט, אולי זאל מען מאכען א טויש, מען עסט פארן דאווענען לעבען מיט באנאנע,
נאכען דאווענען עסט מען טשיז קעיק מיט א גלעזל מילעך
די סעודה זאל זיין העכסנס א נארמיילע שטיקל סטעיק מיט לאקשן און שוין
ווער דארף די אלע דיפס? גאלע? לעבער (געמאלענע און שטיקלעך) אייער צוויבל, צוויבל קוגל, אויש טאטע זיסער איך ווער נאוישעס
העלפט מיר ארויס!!!!!!!!!!!!!!!
נעווער אין לייף גיב איך אויף מיינע דעלישעס שבתדיגע מאכלים! א גאנצע וואך ווארט איך דערויף!
יעדער זאל עסן לויט זיין מאגן. קענסט עסן ווייניגער. אבער אויפגעבן קאטשעניו און סעלמאן פיש? די געשמאקע טשולענט און אווערנייט קוגל? דאס איינציגסטע ביסל מעין עולם הבא אין דעם מאוימ'דיגן וועלט? העק נאו!!!!
שמעקעדיגנעווער אין לייף גיב איך אויף מיינע דעלישעס שבתדיגע מאכלים! א גאנצע וואך ווארט איך דערויף!
יעדער זאל עסן לויט זיין מאגן. קענסט עסן ווייניגער. אבער אויפגעבן קאטשעניו און סעלמאן פיש? די געשמאקע טשולענט און אווערנייט קוגל? דאס איינציגסטע ביסל מעין עולם הבא אין דעם מאוימ'דיגן וועלט? העק נאו!!!!
סא די גלייכסט די טענצל פון די מלאכים?
ווייעדיג און שמעקעדיג
שמעקעדיג, איר זענט געטעגט געווארן אין דעם אשכול...
טיטאניק עצה טובה, טרינק א פיינעם הייסן קאווע מוצאי שבת, ס'וועט בארוהיגען די מלאכים.
zurichטיטאניק עצה טובה, טרינק א פיינעם הייסן קאווע מוצאי שבת, ס'וועט בארוהיגען די מלאכים.
נע, אלטע טריקס, די מאכלי שבת זענען אזוי הייליג און גרויס אז די מלאכים שרעקען זיך נישט פון 10 פעסער קאווע
איינמאל זיי זענען דאהי, איז עס א שווערע פרשה
דו האסט געשריבן "ווער דארף די אלע דיפס? גאלע? לעבער (געמאלענע און שטיקלעך) אייער צוויבל, צוויבל קוגל, אויש טאטע זיסער איך ווער נאוישעס". אז דו טראסט אריין איין רגע, צוויי דורות צוריק האט טאקע נישט געזען רוב פון די מאכלים אויף זייער שבת טיש!
קאשמארןדו האסט געשריבן "ווער דארף די אלע דיפס? גאלע? לעבער (געמאלענע און שטיקלעך) אייער צוויבל, צוויבל קוגל, אויש טאטע זיסער איך ווער נאוישעס". אז דו טראסט אריין איין רגע, צוויי דורות צוריק האט טאקע נישט געזען רוב פון די מאכלים אויף זייער שבת טיש!
מיר,די יעצטיגע דור דעה איז א געמישעכטץ א פרידה אדער א שעטנז פון גאליציע פוליש אונגארן ראמעניע דייטשלאנד און ארץ ישראל און נאך
אין פולין איז קיין פלייש נישט געווען צוליב זייער עניות אדער קמצנות און זיי האבן אויסגעטראפען די גאלערעטע און דאס איז געווען די פלייש פאר שבת
די גאליציאנער טשולענט איז געווען קאשע, (דאכט זעך פארעווע אפילו)
ווידער אין אונגארן איז געווען טשולענט פון פעטעיטא און טשיקן
אבער מיר מאכען א מיש מאש, יוצאים כל השיטות און כל הדיעות, סיי די גאליצינע און אונגרישע, און די נייע און אלטע משוגעתן
און מוצאי שבת קומען אלע מלאכים צוזאמען טאנצען, און זיי קומען זיך גוט אויס, די גאליציענא מלאכים און די אונגארישע
א חורבן
און דיפס קומט פון די סאבראס
געגאנגען
לייגט ארויף רעיונות פון נייע מעניו'ס פאר שבת סעודות
נעטא געזונט און גרינג
און אז שמעקעדיג האט זיך פארשמעקט אויף די קאטשעניו, נו איך לאז עס דורעך
אבער געבטס גוטע אייצעס פאר א נארמאלער מוצאי שבת אן מלאכים
מען זאגט דאך שוין צאתכם לשלום פרייטאג צונאכטס, וואס זיכען זיי דא מוצאי?
ביטע לייענען מיין חתימה (כל זמן עס איז נאכנישט גטוישט...)
היימישער ליטוואקביטע לייענען מיין חתימה (כל זמן עס איז נאכנישט גטוישט...)
שוין לאנג געהאלטען אז די ליטוואקעס ווייסען נישט וואס מיינט א שבת קוידעש!
די מחזה הוד ווי א איד האט פארשמירטע פינגערס פון טינקען די כאלע אין א טעלערל פיצעי
אדער ווי א יונגערמאן עסט נאכען דאווענען ביי סעודת חינקא א טעלערל הערינג און די מאיונעיז פון די הערינג הענג עם אראפ ביי די וואנצצעס
און אז ענק קענען נישט דאס, דאן רעדט נישט אריין ביי אונזערע מלאכים אויך!!! 😂
קאשמארען איז גערעכט, דו פראבלעם איז נישט אין די מאכלים נאר אין דיר, עס חלה, פיש, יועך, פלייש, פערפל, קוגל מיט א שטיקל פיקעל, אאינדערפרי, פיש, אייער, טשולנט מיט א שיטקל פיקל, און הכל על מקומו יבוא בשלום (כמעט).
טיטאניקשמעקעדיגנעווער אין לייף גיב איך אויף מיינע דעלישעס שבתדיגע מאכלים! א גאנצע וואך ווארט איך דערויף!
יעדער זאל עסן לויט זיין מאגן. קענסט עסן ווייניגער. אבער אויפגעבן קאטשעניו און סעלמאן פיש? די געשמאקע טשולענט און אווערנייט קוגל? דאס איינציגסטע ביסל מעין עולם הבא אין דעם מאוימ'דיגן וועלט? העק נאו!!!!
סא די גלייכסט די טענצל פון די מלאכים?
נעווער מיינד וואס ער גלייכט. לאמיר פרעיגן די בני בית!!! 😂 😃 🙂 😉
zurichטיטאניק עצה טובה, טרינק א פיינעם הייסן קאווע מוצאי שבת, ס'וועט בארוהיגען די מלאכים.
ס'א בפירוש'ע גמרא. "חמין במוצאי שבת מלוגמא. פרש"י רפואה! 😮 😐
The real culprit is the Challeh! Not any other food! Fulg meer this week do not eat more than one thin slice better yet wholewheat ul see all angels disappear!! Fact!
טיטאניק: איבער דיין טענה אז דער סדר המאכלים וואס אונז האלט מיר איין טויג נישט. זאלסטו וויסן אז די יעקישע יווודן האבן טאקע אן אנדערן (בעסערן??) סדר. זיי דאווענען שחרית/מוסף פריה. אזוי ווי א גאנצע וואך. מ'גייט אהיים מ'מאכט קידוש. מ'עסט טשיז קעיק און קאפי. א טייל ליינען דעם ניו יארק טיימס אויף די פרשת השבוע. אנדערע פארהערן די קינדער. 12 אוהר, פונקטליש מאכט מען נאכאמאל קידוש. מ'וואשט זיך. מ'עסט בארכעס אונד פיש. וכו' וכו'. 😁 😮 💡
אוי טשיז קעיק און נאכדעם טשולענט אוי שעלט נישט די מלאכים וועלן דאך נישט אויפהערן צו טאנצן ס'וועט נאר נעמען לענגער זייער טענץ
sefishThe real culprit is the Challeh! Not any other food! Fulg meer this week do not eat more than one thin slice better yet wholewheat ul see all angels disappear!! Fact!
גאנץ גערעכט, חלה מאכט דעם עיקר חורבן, אזוי זאגט אויך ד"ר הערשל מייזעלס.
גאנצלאוי טשיז קעיק און נאכדעם טשולענט אוי שעלט נישט די מלאכים וועלן דאך נישט אויפהערן צו טאנצן ס'וועט נאר נעמען לענגער זייער טענץ
ווייסט עטאץ נישט אז מלאכים מעגען יא האבן בשר וחלב? זעה די מעשה ביי אברהם אבינו,, נישט כדאי בכלל צו לייגן ביידע צוזאמען! זיי וועלן אסאך בעסער טאנצען!!!
אוי, די באויך קרעמפען פון שבועות טוט נאך יעצט ווויי
טעפלsefishThe real culprit is the Challeh! Not any other food! Fulg meer this week do not eat more than one thin slice better yet wholewheat ul see all angels disappear!! Fact!
גאנץ גערעכט, חלה מאכט דעם עיקר חורבן, אזוי זאגט אויך ד"ר הערשל מייזעלס.
האלב גערעכט
חלה איז א פראבלעם, און א גרויסע,
איינמאל באשטעלט ביי מיין אשת חבר א קליינע חלה פאר שבת, די קינדער האבן געהאט טענות טאקע, אבער די מלאכים וואס ווערען באשאפען פון די הייליג מצוות חלה זענען אויך געווען זייער קליין יענע מוצאי!
יעצט וועגען דאס זאגען אז הגה"צ ר' הערשל מייזעלס איז א דאקטער, דאס איז א שקר, זאג עס אפילו נישט
(מאכט נישט קיין עסק יעצט איבער דעם, ווייל עס באלאנגט נישט אהער בעצם, אבער אז מען רעדט וועל איך שוין וואויסען מיין מיינוג אביער דעם בהמשיקייט פון דעם עוילען גוילעם)
הרה"ג ר' הערשל, ער איז א "עסקן א שטיקעל" אין דעם נושא, אבער ער האט נישט באקומען פון קיין איין עפישעל קליניק אינסטיטושען א צעטעלע אדער תעודה אז ער ווייסט וואס ער רעדט
ער זינגט-נאך געוויסע שטודיעס וואס ער גלייכט, און ער האלט אז זיי זענען גערעכט,
און גאט האט עם געגעבן א מעכטיגע כח הדרוש, ער קען אראפ לייגען א זאך זייער קאלירופול, און דאס מיינט טאקע א גוטע בעל דרשן ווען ער קען אויפבלאזען א זייפען באלאאן גאר גרויס און פארען עוילעם גוילעם וועט עס אויסזען ווי די טווין טאוערס
פון ליינען קליניק מאגאזינען און שטודירען אביסעלע דעם ליין ווערט מען נאך נישט קיין דאקטער, א נערישע פערעמעדיק נעמט יארען צו לערנען, א דאקטער זיכער, דער ר' הערשל איז אין קיין קאלעדזש קיינמאל נישט געווען...
דאס רופען א אייגען געקרוינטע רפואה עסקן מיטען נאמען "דאקטער" צייגט אויף חסידישע היימישע שמאלקעפיגקייט
במחילת כבוד תורתו הרמה 🙄
זייער גערעכט אבער טעפל האט נישט געשריבן "דר." ער האט געשריבן ד"ר איך האב עס פארשטאנען פאר א לשון קצרה פון אדמו"ר
טיטאניק, עס איז שוין דא א אשכול פאר ר' הערשל,
אבער מיט פאקטן קען מען זיך נישט שלאגן, איך קען אזא גוטע דאזען מענטשן וואס זענען אפגעפאלן וואג און לעבן געזונט און שטארק, א דאנק פאלאוען ר' הערשל'ס איינגערעדטע זייפן בלאז וואס ער נעמט פון אפאר קליניק מאגאזינען.
לענינינו. איך האב איין וואך געהאט א פראבלעם מיט מיין פיש שבת אינדערפרי ביי די סעודה, און איך האב עס נישט געקענט עסן מער. איך האב אבער גערוקט חלה און אנדערע מאכלים. וראה זה פלא, איך האב אויך נישט געהאט קיין שום נאכווייען!
אין די מעלות האט אמאל איינער געשריבן גאר אז די איי-מער-צוויבל איז דער קאלפריט.
דער אמת איז אז אלעס צוזאמען איז גורם א מאגן-דרייעניש, און סיי וואס מען שניידט אראפ איז הכל ריוח, אלעס מאכט עטוואס גרינגער.
אבער מיר איז מער ניחא צו פארנעמען די מלאכים טאנץ מוצאי און נישט מוותר זיין אויף די פיינע קריספי ווייסע חלה, עס איז יצא הפסדו בשכרו.. ווער דארף האלוויט און ספעלט..........
דא האט איר אן ארטיקעל וואס איך האב געשריבען וועגן דר. הרב הערשל מייזעלס
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4748">viewtopic.php?f=42&t=4748</a><!-- l -->
שמעקעדיג האקט
שמעקעדיגטיטאניק, עס איז שוין דא א אשכול פאר ר' הערשל,
אבער מיט פאקטן קען מען זיך נישט שלאגן, איך קען אזא גוטע דאזען מענטשן וואס זענען אפגעפאלן וואג און לעבן געזונט און שטארק, א דאנק פאלאוען ר' הערשל'ס איינגערעדטע זייפן בלאז וואס ער נעמט פון אפאר קליניק מאגאזינען.
דו האסט אפילו געליינט וואס טיטאניק שרייבט? ס'קוקט נישט אויס , פון ליינען אן ארטיקל אין א צייטונג צ עסן דאס און יענץ קען מען פארלירן וואג נו ? איך בין א דאקטאר יעצט?
ר' טיטאניק:דו קענסט מיך רופן היימיש, חסידיש,שמאלקעפיג אדער אלע דריי שבחין אסדר. אבער דער מציאות איז אז דער הרב מייזלס איז א נוטרישאניסט וועלכער האט גוטע רעזאלטס פון זיינע עצות. איך ווייס נישט פון וועלכן אוניווערסיטי ער האט א דיפלאם. אבער דער איינגעפרעימטער סערטיפיקעיט אויפ'ן וואנט מיינט גארנישט. איך קען מענטשן וועלכע האבן א פולן וואנט מיט דיפלאמא'ס און פארשטייען צו דאקטעריי פונקט וויפיל מיין באבע. אן דהע אדהער הענד. איז דא דאקטוירים וועלכע האבן נישט אפילו איינס און זענען גרויסע מומחים. אין בארא פארק איז געוועין מיט יארן צוריק א מענטש וועלכער האט זיך גערופן "דר." ראם. ער איז געווען זיייער א גוטער דאקטער. דער מענטש איז קיינמאל אין מעדיקל סקול נישט געגאנגען. ער האט געהאט אן איינציגן סערטיפיקעיט וואס איז געהאנגען אין זיין פרייוועט אפיס. פון די יו. עס. ארמי,ביי די צווייטע וועלט מלחמה.ר'איז געווען א "מעדיק." אבער ער האט איינגעפאקט א סאך דאקטוירים מיט זייערע דיפלאמאס. 🙄 😮 .
שמעקעדיג
אבער מיר איז מער ניחא צו פארנעמען די מלאכים טאנץ מוצאי און נישט מוותר זיין אויף די פיינע קריספי ווייסע חלה, ווער דארף האלוויט און ספעלט..........
שוין לאנג געהאלטען אז ווען מען זאל ווען געבען די אפשען פון אדער פאסטען תשעה באב אדער עסען נאר ספעלט און האלוויט גאנץ תשעה באב, וואלט איך געבליבען ביים אפשען פון פאסטען 🙄
בנוגע הגה"צ מגיד מישירים ר' הערשל מייזעלס, די טיטלען פארדינט ער ריכטיג! א געוואלדיגער רעדנער און א תלמיד חכם, א שיינער מחדש,
איך האב עם שוין שיינע פאר מאל געהערט רעדען, און דער איז מעכטיג
איך האב געהערט אמאל פון א בעל דרשן, אז א רב האט אמאל גערעדט ביי א דינער נאכדעם וואס זיין זיידע דער וויצענער רב האט גערעדט, און ווי באקאנט זענען די גאנצע מייזעלס פאמיליע ריזיגע רעדנערס, האט ער געזאגט "חטה אחת פוטרת את הכרי" קען זיין א כרי פון רעדנערס, אבער ווען עס קומעט איין "ווייצ'ענער רב" מאכט ער אוועק יעדעם מיט זיין כח הדרוש 😂
זיינע אייניקלעך רובם ככולם האבען דאס געיארשענט, לדעתי ווען ר' הערשל בלייבט ווען אין די פעלד פון דרוש וואלט ער געווען אסאך גערסער און די דור וואלט סאך מער געהאט פון וואס צו הנאה האבען
דער (פינטעל) איד📎 Capture81.JPG
ההאלא, וואס מיינסטו מיט דעם???
🤓 🙄
סתם איך גלייך סינערדזשי
טיטאניק: איך בין מחולק מיט דיר. כ'האף דו ביסט נישט ברויגז. 😂 😂 😂
berlbalagulehטיטאניק: איך בין מחולק מיט דיר. כ'האף דו ביסט נישט ברויגז. 😂 😂 😂
ברידערעל, אויף דיר ברוגז? כאלילע! 😂
נמנו וגמרו די ריכטיגע סדר פון סעודות שבת
אין אישי האבען מיר געהאט די זכי' צו דארעך שמיסען מיט גאר קליגע אידעלעך וועגען א ריכטיגע סדר פון שבת מאכלים
1) נישט זיין "צי" הונגעריג פאר די סעודה פרייטיג צונאכטס
2) נישט זיין "צי" זאט,
3) עסען מיט א חשבון, אז יעדע שטיקעל עסען וואס גייט אריין, גייט אויך דארפען.... און אז עס איז שווער "אריין" איז עס כפל שווער ביי די וועג .... אין דעם גייט אריין די כלל אז שארפע זאכען גייען זיין א שווערע סוגיא
4) עסען שטאאט! נישט יאגען די סעודה (אויב שלאפט מען ערב שבת אפילו 10 מיניט איז עס א גוטע זאך, און אויב ביסטי צו מיעד און די האסט נישט קיין צייט צו שלאפען ערש"ק, איז א גיטע עצה צו גיין שלאפען פאר 20 מינוט בערך נאכען אהיים קומען פון קבלת שבת, און פירען די סעודה מיט א רוהיגקייט און אויסגערוטקייט, סתם א גוטע עצה פאר שלום בית און חינוך הילדים) אויב איז מען אויסגערוהט דעמאלס עסט מען רוהיגער, געדענק "כבולעו כך פלטו", רוהיג אריין איז רוהיג....
5) ווערסט שנעל זאט? נישט קיין שום מצוה זיך צי "אנעסען" ווי א פרעסער, ווייסטי אז אויב קימסטי צו די פלייש קענסטי נישט עסען מער, עס ווייניגער פלייש, אפילו א הארעלע פלייש, אדער שפאר די עסען ביים אנהייב סעודה
6) שבת צופרי, עס פארען דאווענען א לעבען אדער א טשיז קעיק, אבער נישט קיין סאך!
7) זעה צו דאווענען אביסל פרי... און נישט ענדיגען צו שפעט
8) נישט עסען קיין "קידוש" כש"כ די ווינטער שבתים, די קידישים זענען קיללערס" און אויב האט מען טועם געווען פארען דאווענען איז מען בדר"כ אין א מצב פון קענען ביישטיין די נסיון פון קידוש
9) נישט עסען אסאך דיפס מיט קנאבל
10) נישט עסען מער ווי איין לעפל אייער מיט צוויבל, צוויבל מיט שמן איז עסיד פעמיים באהבה, וועלכע מאכט אלעס איין שטיק כאאס
11) נישט גיין חלילה שלאפען נאך די סעודה, דאס איז א קיללער! גיי שפאצירען פאר עטליסט 20 מינוט און נאכדעם אויב איז נאך דא צייט קענסטי כאפען א דרים-קודש
12) נישט קיין מצוה צו עסען אסאך ביי שאשלעשידעס
13) עס דיר נישט אן מיט פיצא אין פרענדש רייס אויף א שבת'דיגע קישקע, אויב עסטי מלוהמאלכע עס רוהיגע עסען, מעש-פעטעטא איז זייער ראטזאם
14) טרינקען קאווע, אבער נישט קיין שטארקע קאווע
15) א קאפיטל תהילים
נרצה אויב וועסטו טוען אלעס וואס דא שטייט, וועטסי זיין באוויליגט מיט א רוהיגע קישקע און רוהיגע מלאכים, זיי וועלען מער נישט זיין הייפערעקטיוו!
ביי אונז האט מען זיך נישט אזוי נוהג געווען צו עסן טשיז קעיק פארן דאווענען. אבער אז דו זאגסט נרצה עמער בעהטן די שטוב זז"ג זאל גיין באקן איינס לכבוד שבת. וועלכע טשיז איז רעקאמענדירט? פארמער אדער קריעם?
עס איז דא נאך איין וויכטיגע פונקט וואס שטייט שוין פון פריערדיגע און עד היום הזה ווערט עס איבערגע'חזר'ט ביי די יודעי דבר, און דאס קען פארמינערן בויך ווייטאג און גאז און העלפן בעסער פארדייען: טרינקט נישט אינמיטן עסן!! בפרט נישט קיין וואסער אדער סעלצער!
קענסט טרינקען א טראפעלע בראנפן פאר לחיים נאך די פיש; אויב ממש דו שטיקסט זיך טרינק נאר כדי טעימה בעלמא אראפצושטיקן דעם עקשן; ערשט א 10-15 מינוט נאכן ענדיגן עסן קען מען טרינקען. עס מאכט א ריזיגע חילוק! באדעק אימניאוסע.
שמעקעדיגביי אונז האט מען זיך נישט אזוי נוהג געווען צו עסן טשיז קעיק פארן דאווענען. אבער אז דו זאגסט נרצה עמער בעהטן די שטוב זז"ג זאל גיין באקן איינס לכבוד שבת. וועלכע טשיז איז רעקאמענדירט? פארמער אדער קריעם?
וואס ווייעכער, וואס ווייניגער געפאטקשעט, גרינג צו פארדייען איז דאך די מטרה דא,
אך שמעקעדיג, איך וויל שטיין נעבן דיר ביי נשמת, אוי גייט דאס זיין עפעס שלא מעלמא הדין, דיינע פיסלעך וועלן שטיין אין פאדעל פון טרערען, און אלעס בזכות דעם טשיז קעיק פארען דאווענען
גראדע קומט מיר אין זכרון ווען איך האב געגעסען ביי הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער אין ירושלים עיה"ק האט ער מיר געזאגט אז אין בעלז האט מען געגעסן שבת צופרי פארען דאווענען, מילא א מקור איז אויך דא
שמעקעדיגעס איז דא נאך איין וויכטיגע פונקט וואס שטייט שוין פון פריערדיגע און עד היום הזה ווערט עס איבערגע'חזר'ט ביי די יודעי דבר, און דאס קען פארמינערן בויך ווייטאג און גאז און העלפן בעסער פארדייען: טרינקט נישט אינמיטן עסן!! בפרט נישט קיין וואסער אדער סעלצער!
קענסט טרינקען א טראפעלע בראנפן פאר לחיים נאך די פיש; אויב ממש דו שטיקסט זיך טרינק נאר כדי טעימה בעלמא אראפצושטיקן דעם עקשן; ערשט א 10-15 מינוט נאכן ענדיגן עסן קען מען טרינקען. עס מאכט א ריזיגע חילוק! באדעק אימניאוסע.
קיינמאל נישט געהערט דערפון, חידוש עצום
האסט א מקור?
טיטאניקשמעקעדיגעס איז דא נאך איין וויכטיגע פונקט וואס שטייט שוין פון פריערדיגע און עד היום הזה ווערט עס איבערגע'חזר'ט ביי די יודעי דבר, און דאס קען פארמינערן בויך ווייטאג און גאז און העלפן בעסער פארדייען: טרינקט נישט אינמיטן עסן!! בפרט נישט קיין וואסער אדער סעלצער!
קענסט טרינקען א טראפעלע בראנפן פאר לחיים נאך די פיש; אויב ממש דו שטיקסט זיך טרינק נאר כדי טעימה בעלמא אראפצושטיקן דעם עקשן; ערשט א 10-15 מינוט נאכן ענדיגן עסן קען מען טרינקען. עס מאכט א ריזיגע חילוק! באדעק אימניאוסע.
קיינמאל נישט געהערט דערפון, חידוש עצום
האסט א מקור?
איך ווייס פארקערט. די גמרא זאגט "מאן דאכל ולא שתי, זו תחילת חולי מעיים". ❓ ❓ ❓
איך האב עס שוין געהערט אפאר מאל. אבער לעצטע יאר איז ערשינען א געזונטהייט בוכל מיט אלע געזונטהייט כללים פארן היינטיגן דור ע"פ חז"ל און רמב"ם און היינטיגע דאקטוירים און נוטרישוניסטס, און דארט האט ער געווידמעט איינס צי מערערע בלעטער אויף די נקודה.
איך האב עס אליינס פרובירט ונושעתי.
בערל. שתה מוז נישט זיין אינמיטן עסן. און עס מוז נישט זיין וואסער.
אודאי אזוי, אכל ולא שתה האט דאך שער גוף נישט די נויטיגע פליסיגקייטן צו העלפן פארדייען די עסן. אבער אודאי איז שמעקעדיג גערעכט אז דאס מוז נישט זיין דוקא אינמיטן עסן, פארקערט, דער רמב"ם ובעקבותיו דער קיצור שו"ע שרייבן דוקא מען זאל נישט טרינקען (קיין וויין - לויט איין גירסא, אדער אפשר איז דאס די הוספה פונעם קוצושו"ע, איז ה"ה אנדערע משקאות) אינמיטן עסן. איך קען זיך נישט דערמאנען, אפשר גאר שטייט שוין דאס אין די גמרא (הגם דאס איז קלאר מבואר אין די גמרא ברכות אז במציאות פלעגן מענטשן טון פארקערט - יא טרינקען וויין אינמיטן די סעודה).
דאקטוירים ראטן באמת צו ווארטן צוויי שעה נאך א מאלצייט צו טרינקען. ווער עס קען זיי פאלגן, כל הכבוד. אבער פארגעסט פון שפירן דעם טעם אינעם גלעזל ביר צוויי שעה נאכן טשאלענט 🙂
שמעקעדיג: דעם חלק וועלכער איז נישט קיין וואסער זענען מיר ב"ה יוצא מיט א גרויסן שיעור... 😂
מענין לענין באותו קנין, שבת ביי מנחה האב איך אזוי רחמנות אויף די קינדער זייער נאז איז נעבעך פונקט אנטקעיגן די מאפלערס!! 😂 🙂 😉
רחמנות? ווער האט צוגעכאפט אלע קעיק ביי קידוש צופרי? שעמען זאלן זיי זיך!!!
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/62149">viewtopic.php?p=62149#p62149</a><!-- l -->
דעס האב איך באקומען עשרה בטבת פאריגע וואך פרייטאג פין א הונגעריגן יוד
די צוויי שיינע גרויסע בארכעס גייען אי"ה אריינגיין אין אויוון אויף 350 דעגרי פופצן מינוט בעפארן זמן הדלקת הנירות אין דער אויוון גייט פארלאשן ווערן פופצן מינוט נאכן זמן, קיין סעקונדע נישט פריער,
די חלות בלייבן אין אויוון ביז קידוש,
עס קומט א קנאקעדיגע שלום עליכם נאכגעפאלגט מיט א הילכיגן שמעק בשמים וואס אלע מלאכי חבלה וועלן זיך דערפון דערשרעקן.
אוי גייט מען נאכדעם מקדש זיין על היין מיט א גרויסן בעכער האלב פול מיט קאנקארד גרעיפ אין האלב פול מיט פריזינג גרעיפ דזשוס וואס איז שוין אביסל סלאש,
די חלות די וואך גייט מען אויפשניידן אין די לענג אנשטאט אין די ברייט אלץ א זכר צו הילל הזקן וואסיז געליגן אויפן בוידעם פון שמאיע ואבטליון,
דערנאך קומט אריין די פיש, א גרויס וויידל סעלמאן פיש מיט צוויי גאנץ דיקע רביש'ע סלייסעס געפילטע, באצוקערט מיט פיינע געגליווערטע קאטשעניו אין וואס די קריספי ווארימע חלה גייט בקרוב אריינשטעקן אירע נעגל,
צו די פיש קומט צו א טוץ מיט דיפס,
אכטונג: מ'דארף אבאכט געבן וועלכע דיפס מ'נעמט כדי דאס מאגן זאל נישט ווערן איבערגעפולט פאר די צייט,
די דיפס גייען זיין ווי פאלגענד,
טאמעיטא דיפ
גריללד באבאגאנוש
חרייאנעיז
אליוו דיפ
אראבישע תחינה
דזשעלאפינאו
טאמער איינער גייט מיך דא נאכמאכן וויל איך בעטן צו ניצן דעם קאפ אין נישט די פיס, מ'דארף קענען בוחן זיין וועלכע דיפ מ'נוצט צו די פיש אין וועלכע מ'טינקט עקסטער, ווי אויך פאר וועלכן דיפ עס איז כדי אוועקצולייגן דעם חלק הראפאגאש שבחלה,
נאך די פיש: קומט א פולער ברוינפן גלעזל פון וואדפארד רעזערוו (רום טעמפעטשער!) ווי מ'וועט אי"ה וואונטשן לחיים לכל הנאספים,
דער זופ גייט מיר די וואך מוחל זיין אז כ'גיי נישט עסן מער ווי צוויי לעפל טאפס,
ספעיר ריבס פאר די פלייש מיט א פעין שטיקל פאטעיטא קוגל וואס וועט אי"ה געגעסן ווערן מיט גרויס התלהבות,
דערנאך וועט אריינקומען די דעזערט מיט א פריזינג פלעשל קאראונע ביר,
נאכ בענטשן וועט אי"ה זיין וויעניז קראנטש, פאפ קארן, פיסטוקעס, קעשוס, מארשמעלאוס מיט אודך פריזינג ביר,
פיפל, פליז טריי דיס,
נישט פארגעסן אזויווי כ'האב שוין אמאל דערמאנט,
פאר די סעודה עפנט מען דעם קנעפל ביים האלז, די קנעפלעך פון די ערמל אין מ'עפנט דעם פאסיק, בדוק ומנוסה!!
מאצעשאבעס עמער הערן ווער ס'האט מיר געקאפיעט
איך קען נישט גלייבן אז ער האט עס למעשה באוויזן...
sefishThe real culprit is the Challeh! Not any other food! Fulg meer this week do not eat more than one thin slice better yet wholewheat ul see all angels disappear!! Fact!
מבשרי אחזה.
ברסלבעראיך קען נישט גלייבן אז ער האט עס למעשה באוויזן...
שאץ נישט אונטער א הונגעריגע יוד'שע קישקע
יא, איך גלייב באמונה שלימה אויב א איד האט זיך אזוי ערנסט געגרייט צו אזא סעודה, אויסגעארבעט א פונקלישער פלאן, און נאכדעם ארים געשיקט צו אלע וואטצעפס, און עס געפאוסט דא מיט קידוש לבנה אותיות, בטוח אני באותו זקן, אז ער האט עס מקיים געווען
אבער איך וויל נאר וויסען צו די מלאכים במצאי מנוחה זענען אויך געווען אזוי מורא'דיג 😛
ר' זלמן: נאכ'ן ליינען די פיינע סעודה וואס דו האסט אריינגעהאקט לכבוד שבת קודש, בין איך סתם נייגעריג צו די שלאפסט מיט אן אפענעם פענצטער. אה, יעצט דערמאנט. די שכנים וועקן זיך נישט אויף מיט שרעק?! מיינענדיג אז ס'איז אן ערדציטערניש... 😂 🙄 🙂 😮
ס'דא א ניק דא וואס איך גלייב אז ער עסט דאס אלעס יעדער סעודה.
איך וויל נישט פורט בשמו זיין, אבער ער איז ביזי גראבן אין בית שמש.