איך האב ביי מיר אראפגעשריבן אנהייב אשכול עטליכע נקודות. שפעטער האב איך געזעהן אז אנדערע אידן האבן מיר שוין אויסגעכאפט. ס'זאל זיין. דערפאר דארף איך עס איינהאלטן ביי מיר און חלילה באקומען בויך ווייטאג? חס וחלילה! נאט אייך ליבע אידן און האט הנאה!
עטליכע נקודות:
1. מאנכע האבן דא אנגעמערקט אז אמאליגע צייטן האט מען נישט געגעסן אזא געמיש פון מאכלים. דאס איז וואר. די היינטיגע מעניו איז א רעזולטאט פון אונזער קיבוץ גליות. אבער מ'האט פארט געגעסן א גרויסע סעודה, אלעמאל און איבעראל ביי אידן, בכל מקומות מושבותיהם, פילפאכיג מער ווי אינמיטן וואך.
דערפאר זאגט מען בשעת'ן טרינקען ומחבש לעצבותם חמין במוצאי שבת מלוגמא, אז דאס טרינקען זאל זיין לרפואה. וואו קומט דא אריין א רפואה? נאר נאכ'ן עסן אזויפיל, דארף מען טאקע א רפואה.
חז"ל זאגן דאך שוין (סנהדרין קא.): ואמר ר' יהושע בן לוי: כל ימי עני רעים והאיכא שבתות וימים טובים?! - כדשמואל, דאמר שמואל: שינוי וסת תחלת חולי מעיים."
ד.ה. אז מ'עסט אנדערש ווי די געוואוינהייט, הייבט זיך אן די מאגן קרענק!
2. מר. טיטאניק, ווער הייסט דען עסן טשיז-קעיק פאר פרישטאג? קענסט עסן א יוגורט מיט חלה וכדו'. דער פוסק הדור הרב וואזנער פירט זיך אויך אזוי. (געהערט פון זיינע נאענטע)
3. די גאנצע פראבלעם שטאמט פון עסן צו פיל, פון זיך אנעסן ביז ס'שוין נישטא קיין פלאץ אפילו אריינצושטעקן א פינגער אין גארגל. וואו שטייט געשריבן אז די סלייס סעלמאן\ווייספיש\געפילטע, מוז זיין א גאנצע סלייס, רבי'שע סייז? אדער גאר אז מען מוז עסן פון אלע דריי סארט און אז נישט איז מען נישט יוצא? שטייט דען ערגעץ אז די טעלער טשאלנט ברויך זיין איבערגעפולט על גדותיו? טופח ע"מ להטפיח?
אז מען עסט מיט א מאס, מיט א סדר, און לאנגזאם נישט כאפ-לאפ, האט מען נישט קיין פראבלעמען. אזוי שרייבט דאך שוין דער הייליגער רמב"ם (מדע, דעות פרק ד') אז רוב חלאים קומען פון איבערעסן זיך (אכילה גסה) און זיך איינהאלטן פון ארויסגיין.
4. און אוודאי, אזוי ווי עטליכע אידן האבן דא דערמאנט, ברויך מען עסן ווייניגער חלה. האול-ווהיט איז גאר געראטן.
5. טרינק נישט אינמיטן סעודה. אזוי זאגט דער רמב"ם, ומי יבא אחרי המלך? ס'וואר, שווער זיך צוגעוואוינען דערצו, אבער אז מען געוואוינט זיך שוין צו, איז עס לייכט. איבריגס קענסטו אלעמאל אראפשווענקען די פיש מיט אביסל טרוקענע ווייסע וויין, די טשאלענט מיט אביסל טרוקענע רויטע וויין, און גלייב מיר, ס'עט זיך אויך שלאפן בעסער שבת נאכמיטאג. בדוק ומנוסה.
עטליכע אידן האבן דא דערמאנט א שטיקל מחלוקת הפוסקים, אויב טרינקען וויין הייסט יא געטרינקען אדער נישט. איך האב נישט דא ביי מיר יעצט די מקורות, אבער לויט ווי איך געדענק שטייט גאר אז מ'זאל נישט טרינקען קיין וואסער, און אויב מ'טרינקט יא, זאל עס זיין מזוג ביין - צוזאמגיסן מיט וויין. טרינקען וואסער\ביר קען מען אביסל שפעטער "עד שיתחיל להתעכל מזון שבמעיו" דאכט זיך איז דער לשון הרמב"ם.
5. מ'גייט נישט שלאפן באלד נאך די עסן. פארהער די קינדער אדער קוק אריין אין א ספר. (אדער קוק אריין אין א ספר בשעת'ן פארהערן די קינדער...) גיי נישט שלאפן לכל הפחות א האלבע שעה נאכ'ן עסן. גיין שפאצירן נאכ'ן עסן איז אויך נישט אויסגעהאלטן לויט'ן רמב"ם. היינטיגע דאקטורים ערקלערן עס מיט דעם וואס דער מאגן דארף די גאנצע כח וואס ער קען נאר האבן צו פארדייען די עסן, און פיזישע איבונגען נעמען פון אים אוועק די קראפט.
זייט מיר אלע געזונט און שטארק. אבער געדענקט, חלילה נישט מזלזל זיין אין מאכלי שבת קודש!
נ.ב. איך זעה קיינער האט נישט דערמאנט די 'שלום בית קוגל'. אתמהה...