☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » פרשת שמו"ת לערנט אונז, כל המוסיף גורע!

פרשת שמו"ת לערנט אונז, כל המוסיף גורע!

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5435

ברסלבער » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 3:00 pm

· #168362
פרשת שמו"ת לערנט אונז, כל המוסיף גורע!
אלס חכם עדיף מנביא, ווייס איך שוין די תורה וואס מיינע אינגלעך וועלן זאגן דעם שבת ביים טיש. דער אינגערער וועט זאגן פון לבוש: "ואלה שמות איז די ר"ת, ו'חייב א'דם ל'העביר ה'סדרה ש'נים מ'קרא ו'אחד ת'רגום", דער עלטערער וועט שוין זאגן די לענגערע ווערסיע פון בעל הטורים: "ואלה שמות בני ישראל איז די ר"ת, ו'אדם א'שר ל'ומד ה'סדר, ש'נים מ'קרא ו'אחד ת'רגום, ב'קול נ'עים י'שיר, י'חיה ש'נים ר'בות א'רוכים ל'עולם".

ווי אזוי ווייס איך עס? ווייל איך האב עס אויך געזאגט פאר מיין טאטע אין דעם עלטער, און אזוי קייקלט זיך עס זיך מדור לדור, בלי שום שינוי זוז כל שהוא.

איך האב זיך אבער אייביג זייער געמוטשעט מיט דעם רמז, עס איז מיר נישט אריין אין קאפ. זייער א שיינער רמז אז מען דארף מעביר סדרה זיין, דאס איז דאך א מצוה פון חז"ל "לעולם ישלים אדם פרשיותיו עם הציבור שכל המשלים פרשיותיו עם הציבור משלימין לו ימיו ושנותיו", עס קומט נאך מיט אזא שיינע הבטחה פאר אריכת ימים ושנים. אבער די קשיא איז וואו קומט דאס אריין יעצט אין פרשת שמות.
יעצט דערמאנסטע מיר אז מען דארף מעביר סדרה זיין? נאכדעם וואס איז שוין דורך א גאנצע סדר בראשית וואס איך האב נישט מעביר סדרה געווען? און נאך מער איז שווער, פ' שמות קומט געווענליך אויס פון די קורצטע פרייטאגס פון יאר, פונקט יעצט זאגסטו מיר צו מעביר סדרה זיין? קוים וואס איך קום אן צו אטעמען אין אזא קורצע פרייטאג, ווי קען איך נאך אריינשטופן שנים מקרא ואחד תרגום?

ווען מען מאכט א שטיקל סורוועי ביים עולם זעהט מען אז רוב מענטשן זענען נישט מעביר סדרה. באמת איז דאס אינטערעסאנט, שטייענדיג אין אזא צייט ווי יעצט, אין אזא סגולות-עפאכע, ווען יעדער זוכט סגולות פון אונטערן טיש, פרק שירה/בת עין/צינדן ליכט/שיר השירים/און נאך, כוללים יאווען זיך ווי שוואמען נאך א רעגן כולל תהלים/חצות/עין הרע/מנורת המאור און נאך. וואס רוב פון די סגולות זענען געבויעט אויף צווייפלהאפטיגע מקורות, עס קען טאקע נישט שאטן, אבער לאו דוקא אז עס טוט עפעס אויף. אין אזא צייט וואלט זיך דער עולם ווען געדארפט צוכאפן צו אזא סגולה וואס איז א קלארע חז"ל וואס זענען מבטיח אז ווער עס איז מעביר סדרה וועט האבן געזונטע לאנגע יארן, אבער משום איזה סיבה האט זיך דער עולם נישט צו שטארק צוגעכאפט דערצו.

און די סיבה איז באמת זייער פשוט, אפילו די לאנגע פרייטאגס זענען אויך זייער קורץ, ועאכו"כ די קורצע, און מען קומט נישט אן דערצו. פרייטאג צו נאכטס, אדער גייט מען צום טיש, אדער פאלט מען אריין אין בעט מיטן חשבון אז מארגן וועט מען אויפשטיין פרי און מעביר'ן די סדרה נאך פארן דאווענען, אינדערפרי שטייט מען אויף און מיט איין אטעם לויפט מען אין שוהל קוים צו כאפן דעם קל אדון. שוין, נאך די סעודה וועל איך עס משלים זיין, א מענטש טראכט און גאט לאכט, נאכן טשולענט פאלט מען ווייטער אנידער אין בעט און ווען מען שטייט אויף קען מען קוים כאפן מנחה, און אזוי איז עס דורך, און מען זאגט זיך הייס צו אז נעקסטע וואך וועט מען מעביר סדרה זיין, און דאן איז די גאנצע מעשה חוזר חלילה, ביז ווען מען מאכט אפ, איינער פריער און איינער שפעטער, אז דאס איז נישט פאר מיר געמאכט, די הלכה איז געגעבן געווארן בלויז פאר מלאכים, אדער פאר מענטשן וואס זענען דומה למלאך ה', אבער מיר פשוטע אידן קענען דאס בדרך הטבע נישט באווייזן.

דא קומט אריין די חכמת התורה וואס האט אונז אנגעזאגט לא תוסיפו על הדבר ולא תגרע ממנו, לייג מיר נישט צו צו די תורה, און אזוי וועסטו נישט אראפנעמען, שכל המוסיף גורע.

א בחור אין ישיבה, וואס לכאורה איז ער דארט מען זאל אים לערנען א וועג פאר זיינע קומענדיגע יארן, האט מען איינגעפירט אז פרייטאג נאכן דאווענען בלייבט מען מיט די תפלין און מען איז מעביר סדרה די גאנצע פרשה, נאך פאר פרישטאג.
זעהט אויס זייער א שיינער מנהג, אבער ווען מען קוקט די קאנסקווענצן, זעהט מען אז דאס איז מבטיח אז דער בחור זאל מער נישט מעביר סדרה זיין א גאנץ לעבן.
ווער האט די געדולד און נערווען צו זיצן א שעה צייט מיט די תפלין הונגעריג און מעביר סדרה זיין?

ווען מען קוקט אין שלחן ערוך די הלכות פון מעביר סדרה זיין (או"ח סימן רפ"ה) זעהט מען גאר אינטערעסאנטע זאכן. מען דארף בכלל נישט מעביר סדרה זיין פרייטאג, פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין (און באמת נאך פון שבת נאך מנחה, ווען מען האט שוין געליינט די נייע פרשה). מען מוז נישט דורכגיין די גאנצע סדרה אויף איין מאל עס קען זיין שטיקלווייז. מען מעג אויסרעדן אינמיטן. מען דארף עס נישט זינגן מיט די טראפן. מען דארף נישט זאגן פארדעם קיין שום פסוקים. מען דארף נישט זאגן נאכדעם די הפטורה און נישט קיין שום מזמורי תהלים. און פארשטייט זיך אז מען דארף עס נישט טוהן מיט די תפלין.

דער משנה ברורה ברענגט אז דער גר"א האט מעביר סדרה געווען יעדן טאג אביסל, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי, און אזוי ווייטער ביז סוף וואך האט ער געענדיגט די גאנצע סדרה.
ווען איך האב דאס געהערט, האב איך אויך עס אנגעהויבן צו טוהן, עס נעמט יעדן טאג בערך פינף מינוט, מען פיהלט אפילו נישט אז מען האט עפעס געטוהן, און זייט דעמאלט האב איך נאכנישט פארפעלט קיין איין וואך פון מעביר סדרה זיין, און אינאיינוועגס אריינגעכאפט די ברכה פון חז"ל אויף אריכת ימים ושנים.

מיר לעבן היינט אין א מאדנע וועלט, מען זוכט חומרות אויף חומרות על גבי חומרות, ווער עס קען אויפקומען מיט עפעס א פרישע חומרה איז א גרעסערער הירא. איך האב שוין ערגעץ געשריבן די מעשה מיט יענעם וואס האט געהאט א זאק וואס האט געקענט אריינגיין אין דעם הונדערט פאטעטעס, אבער ער האט פרובירט אריינצושטופן מער, און ווען ער האט געזעהן אז עס גייט א מחי', האט ער אריינגעשטופט מער און מער ביז ער האט מצליח געווען אריינצושטופן דערין גאנצע טויזנט פאטעטעס. אבער וואס ער האט פארפעלט איז געווען אז ער האט נישט באמערקט ווי פון אונטן האט זיך געעפנט א גרויסע לאך, און עס האט געהאלטן אין איין ארויסרינען נאך און נאך.
דער אייבערשטער קען אונז זייער גוט, ער האט אונז באשאפן און ער קען אונזערע נאטורן, און לויט דעם האט ער אונז געגעבן די תורה שבכתב ושבע"פ, און דאס איז וואס מיר דארפן טוהן, נישט צולייגן און נישט אראפנעמען.

און דער חיוב פון מעביר סדרה זיין איז א געוואלדיגע ביישפיל פאר דעם, ווען מען זאל איינפירן צו טוהן בפשטות אזוי ווי עס שטייט אין שו"ע, יעדן טאג מעביר סדרה זיין אביסל, אן קיין צוגעלייגטע זאכן פון תפלין/שטייענדיג/נישט אויסרעדן/טראפן/פסוקים פארדעם און נאכדעם א.א.וו. וואלט זיכער רוב עולם מעביר סדרה געווען, איז געקומען איין חכם און געטראכט לאמיך איינפירן עס צו טוהן מיט אלע צוגעלייגטע זאכן, פארוואס דען נישט? וואס שטערט מיר צוצולייגן אז עס זאל זיין בעסער און שענער? (אינטערעסאנט אז ער האט נישט צוגעלייגט וואס דער אריה"ק האט געטוהן, ער האט מעביר סדרה געווען אין א ספר תורה), אבער די תוצאות דערפון קען יעדער זעהן היינט אז רוב מענטשן זענען נישט מעביר סדרה.
(עס איז איראניש צו טרעפן אידן אין שוהל זונטאג אדער מאנטאג וואס זענען משלים די פארגאנגענע סדרה, בעת וואס דאס איז נאר א בדיעבד און נישט לכל הדעות. און צו מעביר סדרה זיין פון זונטאג די וואכעדיגע סדרה איז א מצוה מן המובחר, און א לכתחילה שבלכתחילה לכל הדעות).

דערפאר איז מען אונז טאקע מרמז די וואך וועגן מעביר סדרה זיין. יא, האסט נישט מעביר סדרה געווען ביז יעצט, דאס איז נישט נוגע, הייב אן פון יעצט. יא, עס איז א קורצע פרייטאג, הייב אן פון זונטאג, יעדן טאג אביסל. און נאר אזוי קען מען מצליח זיין, ווען מען טוט פלעין די נאקעטע הלכה, בלי כחל ושרק.
און דאס דארף אונז לערנען אויך ביי אלע אנדערע זאכן, זיי נישט קיין אויבער חכם, לייג נישט צו וועסטו נישט אראפנעמען!

העלא » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:14 pm

· #168386
איך האב אלץ בחור אלץ מעביר סדרה געווען מיט די תפילין און איך בין נאך אלץ מעביר סדרה
איך זעה נישט די פראבלעם,
אזוי גייט עס אלץ בחור איז מען מחנך די מערסטע וואס מ'קען, יעדער פאלאט נאכדעם,
אויב אלץ בחור איז מען מעביר סדרה מיט די תפילין און איין צו האט מען נאך פלאף צו פאלן
אויב זאל מען אלץ בסחור מעביר סדרה זיין יעדן טאג 5 מינוט בין איך דיר מבטיח אז ביי די 15-16 איז מען שוין נישט מעביר סדרה,

יעדער דארף זיך פירן לויט זיין געשמאק,

אודאי א אינגערמאן וואס ארבעט און האט א שטוב מיט קינדער און האט נישט קיין צייט אדער גייט דורך שווערע זמנים און האט נישט געדולד ווי איידער גארנישט זאל ער מעביר סדרה זיין יעדן טאג 5 מינוט
אבער דאס איז זיכער אז מצוה מן המובחר איז צו מעביר סדרה זיין די גאנצע סדרה אויף איינמאל פרייטאג,
פרעג סיי וועלכע דיין

איך האב געזעהן אז אויב בין איך נישט מעביר סדרה פרייטאג אינדערפרי פארן דאווענען וועט עס קיינמאל נישט געשעהן,
האב איך איינגעפירט צו מעביר סדרה זיין פארטאגס תיכף נאך די מקוה

ברסלב האט געזעהן אז אויב וועט ער נישט מעביר סדרה זיין 5 מינוט יעדן טאג וועט עס נישט געשעהן האט ער זיך אזוי איינגעפירט, ער האט זייער גוט געטוהן לפי מצבו,

אבער קיין לכתחלה איז עס נישט, ניין

ברסלבער » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:37 pm

· #168391
אז דו קענסט עס באווייזן, אשרי לך! אבער די מציאות ווייזט אז פאר רוב מענטשן איז דאס כמעט אוממעגליך.
לויטן שלחן ערוך איז מיין וועג אין מעביר סדרה זיין א לכתחילה, און דער משנה ברורה רופט עס אן "מצוה מן המובחר".
אגב, לגבי מעביר סדרה זיין מיט תפלין, מיין איך אז עס האט בכלל נישט קיין שום מקור, עס זעהט אויס ווי עס איז געווארן אזא ענין נאר אז מען זאל נישט פארגעסן און נישט אוועקגיין פון שוהל פארן מעביר סדרה זיין.

ראש הישיבה » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:41 pm

· #168398
האסט געמאכט א שטודיע?

ברסלבער » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:58 pm

· #168404
ראש הישיבה
האסט געמאכט א שטודיע?

אויף די שטודיע קען מען שטימען דא. מען דארף נישט קיין גרויסע שטודיעס צו וויסן אז רוב עולם איז נישט מעביר סדרה, און די וואס יא איז עס נאר למחצה לשליש ולרביע.

דעת תורה » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:28 pm

· #168506
אויב איז דער עולם מזלזל דערין, איז דאס פשוט ווייל לאו כו"ע דינא גמירי, און דער ציבור ווייסט פשוט נישט בחייכון. האלב פון אונזער טאג טעגליכע אידישקייט, איז ווייניגער חיוב ווי מעביר סדרה זיין. מעביר סדרה זיין איז א חיוב גמור מדינא דגמרא! עס שטייט אינעם זעלבן מקור, מיטן זעלבן נוסח ווי דער חיוב צו ליינען די מגילה פורים ביינאכט. אז איינער קומט באמת נישט אן, מעג ער / זאל ער נישט גיין אין מקוה פרייטיג, נישט שערן די נעגל און נישט עסן קיין טועמיה, מעגליך סקיפן מעריב, נישט זאגן קיין פארנט און נישט הודו, נאר ברוך שאמר, נשמת(?) אשרי, ישתבח, מען קען אפילו אויסלאזן א-ל אדון, הכל יודוך און גיין גראד צו תתברך, נישט זאגן דעם יום און נישט אתה הראית, און אין די פארדינטע צייט זאל מען מעביר סדרה זיין. (פארשטייט זיך מען רעדט פון א איד וואס אנדערע צייט האט ער נישט, ווער עס סתם ליידיגע צייט זאל ליבערשט קאטן פון דארט...).

לעומת זה אויף סעודות שבת ווייס איך נישט צי מען מעג מוותר זיין, עס איז אויך א דינא דגמרא.

איין וויכטיגע עצה (נאר ווער עס האט נישט מעביר סדרה געווען ביז היינט מעג עס נוצן 🙂 ) מען מעג לכתחילה מעביר סדרה זיין בשעת'ן ליינען. אויב שמועסט ער בשעת'ן ליינען, זאל זיך קובע זיין צו מעביר סדרה זיין דאן.

קאשמארן » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:39 pm

· #168510
העלא
איך האב אלץ בחור אלץ מעביר סדרה געווען מיט די תפילין און איך בין נאך אלץ מעביר סדרה
איך זעה נישט די פראבלעם,
אזוי גייט עס אלץ בחור איז מען מחנך די מערסטע וואס מ'קען, יעדער פאלאט נאכדעם,
אויב אלץ בחור איז מען מעביר סדרה מיט די תפילין און איין צו האט מען נאך פלאף צו פאלן
אויב זאל מען אלץ בסחור מעביר סדרה זיין יעדן טאג 5 מינוט בין איך דיר מבטיח אז ביי די 15-16 איז מען שוין נישט מעביר סדרה,

יעדער דארף זיך פירן לויט זיין געשמאק,

אודאי א אינגערמאן וואס ארבעט און האט א שטוב מיט קינדער און האט נישט קיין צייט אדער גייט דורך שווערע זמנים און האט נישט געדולד ווי איידער גארנישט זאל ער מעביר סדרה זיין יעדן טאג 5 מינוט
אבער דאס איז זיכער אז מצוה מן המובחר איז צו מעביר סדרה זיין די גאנצע סדרה אויף איינמאל פרייטאג,
פרעג סיי וועלכע דיין

איך האב געזעהן אז אויב בין איך נישט מעביר סדרה פרייטאג אינדערפרי פארן דאווענען וועט עס קיינמאל נישט געשעהן,
האב איך איינגעפירט צו מעביר סדרה זיין פארטאגס תיכף נאך די מקוה

ברסלב האט געזעהן אז אויב וועט ער נישט מעביר סדרה זיין 5 מינוט יעדן טאג וועט עס נישט געשעהן האט ער זיך אזוי איינגעפירט, ער האט זייער גוט געטוהן לפי מצבו,

אבער קיין לכתחלה איז עס נישט, ניין
דו מאכסט מיר לאכן העלא

נהורא נפישא » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:45 pm

· #168511
Wow האסט מיך דערמאנט פון דאס , איך וועל דאס אריינלייגן אין מיין קולות אשכול הגם ס'איז נישט קיין קולא ס'אפילו לכתחלה נאר טאקע נישט מצוה מן המובחר.

קאווע טרינקער » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:47 pm

· #168513
ברסלבער, הערליך. נכרים דברי אמת.

נולד מאוחר » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:58 pm

· #168517
זאגן תרגם פאר זאלכע ווי מיר וואס קען קוים אידיש ארמיש אפגערעט, האט א פשט?

משה געציל » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 9:00 pm

· #168519
Wow!
ברסלבר האקט אשכולות ווי איך ניסלעך! געוואלדיגע רייד!

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:12 pm

· #168529
נולד מאוחר
זאגן תרגם פאר זאלכע ווי מיר וואס קען קוים אידיש ארמיש אפגערעט, האט א פשט?

יא, משום הקדושה שבו ומקובל מסיני

zurich » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:39 pm

· #168534
ברסלובער wow דו זאגסט זייער שטארק אין ס'איז טאקע א פיינע עצה! אבער איך האלט אז נישט דעיס איז די סיבה, ס'איז פשוט די עולם האט נישט קיין נערווען דערפאר אבער א שיינעם דאנק פארן ארטיקל האסט מיך שטארק מעורר געוועין!!

נולד מאוחר » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:56 pm

· #168541
שמעקעדיג
נולד מאוחר
זאגן תרגם פאר זאלכע ווי מיר וואס קען קוים אידיש ארמיש אפגערעט, האט א פשט?

יא, משום הקדושה שבו ומקובל מסיני

די קדושה באקום איך דאך פון שנים מקרא וואס איז מקובל מסיני. אחד תרגם איז דאך כדי מזאל וויסען וואס ס'שטייט אין מקרא.

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:40 pm

· #168555
ניין. תרגום אליין איז אויך מקובל.
חוץ די טעם פון פארשטיין האט עס א ספעציעלע קדושה. און עס איז א חיוב צו זאגן.

לעיקוואד » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 7:31 am

· #168577
הרב דעת תורה, לענ''ד הגזמת מעט. זייער אסאך זאכען שטיין אין די גמרא און זיי זענען נישט קיין חיוב גמור. והפוסקים ביארו אז אפילו אמאל ווי עס שטייט א לשון חייב אדער אסור מיינט עס לאו דווקא א חיוב גמור. אמת די זעלבע לשון שטייט ביי די חיוב ליינען די מגילה ,איז וויאזוי איז מען מחליט וואס איז א חיוב / איסור גמור און וואס איז נישט מער ווי א הנהגה טובה? א גוטע שאלה, אבער למעשה דאס זעהט מען פון די פוסקים וכו'. ולעניינו, שמו''ת שטייט מועתק אין שולחן ערוך פונקט ווי די לשון הגמרא, און עס איז קלאר נישט אזא סארט חיוב ווי מגילה ליינען.

בכלל, איז צריך תלמוד וויאזוי ווערט אזא מין חיוב. מגילה ליינען איז א חיוב דרבנן ואסמכוהו אלא תסור וכו ' ככל סוגיית מצוות וגזירות דרבנן. אבער אז ר יהושע בן לוי האט געזאגט לעולם ישלים אדם פרשיותיו עם הציבור, איז דאס א מימרא פון ריב''ל, אז ער האט דאס געהאלטען פאר א גוטע זאך, אבער וואס איז די גדר דערפון? איינער וואס טוהט דאס נישט, וואסארא עבירה האט ער עובר געווען?

דעת תורה » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:09 am

· #168587
לא דייקת בלשוני, די עצם מגילה ליינען איז אוודאי פיל הארבער ווייל עס איז מדברי קבלה און איז איינע פון די ז' מצוות וואס די חכמים האבן כאילו צוגעלייגט צום דאורייתא, און אויף די מצוות איז טאקע שווער וואס טוט זיך מיט לא תוסיפו ואכמ"ל.

אבער איך האב גערעדט פון "ליינען די מגילה ביינאכט", וואס דאס איז טאקע לכאורה נאר די זעלבע חיוב ווי מעביר סדרה זיין.

לעצם הענין, וואס איז יא א חיוב גמור און וואס נישט, אפשר ווענדט זיך עס ווי שטארק מען האט דאס מקבל געווען, און מיט דעם איז שמו"ת טאקע ווייט אונטערשטעליג פון מגילה ביינאכט, הגם ככל הנראה איז עס אין אלע דורות געווען אנגענומען ווי א געהעריגער חיוב, איך גלייב אז אפי' היינט איז אין א"י (ווי עס איז מילא פארהאנען מער צייט און) די בורות איז נישט אזוי גרויס ווי אין די מגושם'דיגע אמעריקא, איז מסתמא רוב רובם פונעם ציבור - פילייכט אויך רוב פון די דתים לאומיים - מעביר סדרה.

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 10:31 am

· #168597
דער עולם איז סטאק געווארן אינעם משל, ברסלבר האט נאר גענוצט די מעביר סדרה זיין אלס א מיטל ארויסצוברענגען די נקודה פון כל המוסיף גורע.

ברסלבער » דינסטאג יאנואר 7, 2014 10:24 am

· #174245
אזוי ווי טייל פירן זיך צו זאגן היינט - ג' בשלח - פרשת המן שנים מקרא ואחד תרגום, איז גוט צו וויסן אז מען איז מיט דעם יוצא די חיוב פון מעביר סדרה זיין אויף די פסוקים, און מען דארף נאר משלים זיין די איבריגע חלק פון די סדרה.

סאו וואט » דינסטאג יאנואר 7, 2014 1:34 pm

· #174315
ברסלבר, איך געב קרעדיט ווען קרעדיט איז דא.
א דאנק אייך, זייט דיין אשכול איבער שמו"ת, האב איך מעביר סדרה געוועהן יעדער וואך, לויט דיין סיסטעם,
וואס געווענליך האב איך כמעט קיינמאל מעביר סדרה געוועהן, יעזור ה' הלאה, והיה זה לשכרך.

למעשה דער משנה ברורה ברענגט פון מטה יהודה דגם כשקורא מתחלת השבוע הוי מצוה מן המובחר, וכ"כ במעשה רב דהגר"א היה נוהג כן.

יאיר » דינסטאג יאנואר 7, 2014 1:43 pm

· #174324
אין משנה ברורה שטייט אז א בעל נפש יחמיר בעצמו נישט צו אויסרעדן אינמיטן שמו"ת, און ער לייגט צו אין שער הציון אז דאס איז אודאי נישט געזאגט געווארן אויף אינמיטן די פרשיות, וואס איז אן איסור גמור צוליב המפסיק ממשנתו, נאר מען רעדט צווישן צוויי פרשיות. און ווי אינטערעסאנט, רוב מענטשן האבן נישט קיין שום פראבלעם צו אויסרעדן אינמיטן לערנען, אבער דער חומרא פון נישט אויסרעדן ביי שמו"ת איז געווארן א יהרג ואל יעבור.

שמעון וואלף » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 8:58 pm

· #241088
דאס ענין פון כל המוסיף גורע האב איך שוין מערערע מאל בייגעוואינט. איך בין זיכער אז יעדער קען אנצייגן עטליכע משלים; מיר פאלט יעצט ביי צוויי משלים.

א) דאס זאגן 5 קאפיטלעך תהילים נאכן דאווענען. ס'איז א פיינער מנהג פאר בחורים אין ישיבה וואס יאגן זיך נישט און דאווענען במתינות אבער פאר בעלי בתים וואס זענען משלים קרבנות צווישן הויכע און שטילע שמונה עשרה, האט עס נישט קיין פשט. אבער דער כל המוסיף גורע שטעלט זיך ארויס אין חודש אלול ווי דער מנהג פלעגט זיין צו זאגן 10 קאפיטלעך יעדן טאג (כמובא במטה אפרים) אבער ס'איז בטל געווארן ווייל מ'מיינט אז ס'איז די זעלבע ווי דאס זאגן 5 קאפיטלעך א גאנץ יאר.

ב) מקוה. ס'זענען דא צייטן וואס ס'איז א גרויס ענין צו גיין אין מקוה, אזוי ווי ערב שבת אדער שבת צופרי, כמובא בזוה"ק אדער א בעל קרי. זענען געווען פלעצער, בעיקר ביי די רוסישע חסידות, ווי מ'האט מקפיד געווען צו גיין יעדן טאג. וואס איז די תוצאה? אז דער וואס קען נישט אדער וויל נישט גיין יעדן טאג גייט שוין קיינמאל נישט.

ברסלבער » מאנטאג יאנואר 5, 2015 5:29 pm

· #246059
היינט ביים מעביר סדרה זיין האב איך זיך דערמאנט פון דעם אשכול.

שמעון וואלף » דינסטאג יאנואר 6, 2015 10:05 am

· #246193
נאה דורש ונאה מקיים. כ'זעה די ביסט מעביר סדרה דורכאויס די וואך

שמן זית » דינסטאג יאנואר 6, 2015 3:27 pm

· #246332
באמת איז שוין דינסטאג, כ'וועל עס שוין נישט מאכן מיט פינף מינוט א טאג, אבער כ'מוז ארויסברענגען, די אשכול האט מיר מעורר געווען!
בלי נדר גיייט מען זיך נעמען אין די הענט אריין! שנים מקרא ואחד תרגום אי"ה!

שמן זית » דינסטאג יאנואר 6, 2015 3:33 pm

· #246333
נישט אננעמען קיין טעות, די אשכול האט ארויסגעברענגט אז מיט אביסל אויפאמאל קומט מען אן מער, און דעס האט מיר מעורר געווען.
מיין שכח געב איך פשוט פארן פותח האשכול פארן מיר אויפמערקזאם מאכן דערצו, און מיין ערשטע טריט פאראויס איז "מעביר סדרה זיין".
אביסל אויפאמאל, שוין היינט!

א גוט מארגן » זונטאג מערץ 22, 2015 3:40 pm

· #260492
דעת תורה
איין וויכטיגע עצה (נאר ווער עס האט נישט מעביר סדרה געווען ביז היינט מעג עס נוצן 🙂 ) מען מעג לכתחילה מעביר סדרה זיין בשעת'ן ליינען. אויב שמועסט ער בשעת'ן ליינען, זאל זיך קובע זיין צו מעביר סדרה זיין דאן.

געהערט אמאל אז אויב מען איז מעביר סדרה בשעתן ליינען און מען זאגט מיט די בעל קורא יעדן פסוק קען מען רעכענען דאס וואס די בעל קורא זאגט פאר איין מאל און נאכדעם דארף מען נאר נאך זאגן תרגום

אויב איינער ווייסט אויך דערפון וואלט איך געקענט באשטיין צו וויסן א מקור אויב מען קען זיך פארלאזן אויף דעם

שמעקעדיג » זונטאג יולי 12, 2015 2:16 pm

· #288870
א בפירוש'ער מעשה רב!
(סיי פון הרב וואזנער זצ"ל און סיי סאטמאר רב זצ"ל)

.
📎 Sedra.jpg

ברסלבער » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:24 am

· #304026
אויף קול מבשר האבן זיי געלופטערט א קורצע אינטערוויו (114) דעם פרייטאג, איבער מעביר סדרה זיין.

דער בעל דרשן זעט אויס האט זיך גוט פארגעקוקט, ער ווייסט צו זאגן ווען מען דארף זאגן מיט'ן טעם העליון און ווען מיט'ן טעם התחתון. ער ווייסט אפילו וואס מען האט צו טון ווען ס'איז דא א פסקא באמצע הפסוק, אויב מען מעג דארט מפסיק זיין, ער זאגט אז ר' פנחס'ל קאריצער פלעגט נישט מפסיק זיין דארט. און אז עס דא מנהגים אויב מ'זאל מעביר סדרה זיין מיט די תפלין אדער אן, נאך חצות אדער פאר, און אזוי ווייטער.

די פשוטע הלכות פון שלחן ערוך איבער מעביר סדרה זיין, דאס האט ער אבער פארגעסן צו לערנען. ער זאגט אז עס איז דא עפעס א שיטה פון ווילנער גאון אז מ'קען שוין מעביר סדרה זיין פון זונטאג, יעדן טאג פון די וואך איין שטיקל, ביז מען ענדיגט סוף וואך די גאנצע פרשה.

דאס איז נישט קיין שיטה פון ווילנער גאון, נאר דאס איז דער פשוטער שלחן ערוך, און לויט'ן שו"ע איז דאס דער לכתחלה'דיגער וועג. פארקערט, דאס מעביר סדרה זיין פרייטאג אדער שבת איז בכלל נישט קיין הלכה, נאר דאס איז עפעס אן ענין וואס דער אר"י הק' זאגט, און לויט'ן אריה"ק דארף מען אויך מעביר סדרה זיין אין א ספר תורה.

די איבריגע זאכן, אז מען טאר נישט אויסרעדן, צי מ'זאל זאגן פסוק בפסוק, אז מ'זאל עס זאגן מיט די טראפן, מ'זאל עס טון מיט די תפלין, וכדו', די אלע זאכן זענען נישט קיין הלכות, נאר שפעטערדיגע צוגעלייגטע ענינים.

אזוי זעט מען אויס ווען מ'מאכט פונ'ם טפל אן עיקר.

shem-tov » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 6:42 pm

· #304109
ידידי ברסלבר, האסט דאך אליינס געזאגט די תשובה ווייל כידוע טוען מיר אלעס ע"פ האר"י הק' דעריבער טוט אזוי רוב וועלט בנוגע שמו"ת. חוץ בחצר הקדש ברסלב ועוד כמה מקומות

shem-tov » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 7:46 am

· #308531
ויקרא להן שמו"ת
איצט זעה איך אז סאיז אייביג געווען חילוקי דעות אין דעם ענין. סדא א טייטש פון באבובער רב ז"ל אויף די וואכעדיגע סדרה ויקרא להן שמו"ת יעדער זאל מעביר סדרה זיין ש'נים מ'קרא ו'אחד ת'רגום כשמו"ת אשר קרא להן אביו אזוי ווי זיין טאטע פלעגט מעביר סידרה זיין אזוי ווי סדא אסאך מנהגים זאל זיך יעדער פירן אזוי אזוי ווי מהאט אים אויסגעלערענט

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 11:30 am

· #308553
אין כל חדש, אזוי ווי אייביג, טו ווי דער טאטע, נו אודאי אזוי, מסורה מסורה.

אבער וואס טוצעך אויב דו ביסט נישט מעביר סדרה אזוי ווי דער טאטע, ווייל עס קומט אן זייער שווער, און לכבוד דעם קומט אויס אז א ריזיגע פראצענט כלל ישראל איז בכלל נישט מעביר סדרה, ווייל ס'איז אדער "מיי וועי" אדער גארנישט; פאר די חברה זאגט מען, ליבערשט כלך לך מדרך זו, יש לכם על מי לסמוך, גיי צו א גרינגערע סדר, און זאג יעדן טאג אביסעלע, ווי איידער גארנישט.

ברסלבער » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 11:45 am

· #308555
וואס טוט זיך אויב דער טאטע האט בכלל נישט מעביר סדרה געווען? דארף מען אויך נאכגיין די מסורה?
און עס שמעקט מיר נישט דער אויסדרוק פון @שמעקעדיג "יש להם על מה לסמוך", אין די צייט ווען דאס איז דער פשוטער טרוקענער לכתחילה'דיגער וועג אין שלחן ערוך בלי שום חולק. דאס מעביר סדרה זיין אום שבת איז שוין א דיעבד, און דאס משלים זיין די קומענדיגע וואך ביז דינסטאג איז שוין א דיעבד שבדיעבד.
זאג נאר, די וואך איז דער זמן הדה"נ בערך פיר דרייסיג. ווען פונקטליך גייט מען מעביר סדרה זיין?

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 12:07 pm

· #308558
ברסלבער
עס שמעקט מיר נישט דער אויסדרוק פון @שמעקעדיג "יש להם על מה לסמוך", אין די צייט ווען דאס איז דער פשוטער טרוקענער לכתחילה'דיגער וועג אין שלחן ערוך בלי שום חולק

דו ווייסט דאך וואס מ'זאגט ביי אונז, דער שו"ע איז געמאכט בלויז פאר גרים, ווארום מיר האבן דאך א מסורה אויף יעדע פרט ופרט...

ברסלבער » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 4:36 pm

· #314726
שוין געענדיגט ב"ה מעביר סדרה זיין פ' שמות ביז שני.

פארשוויגען » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 5:08 pm

· #314740
יישר כח ברסלבער דיין ארטיקל איז אזוי מורא'דיג צו דער זאך און געשמאק.