עס הערשט אן איבערקערעניש אין די חסידישע וועלט, ובפרט ביי די גאר פרומע, דער עולם דרייט זיך ארום כעס'יג, אויפגערעגט, מען שעלט אויף תולה ארץ, הלמאי עס קומט זיך א מאדערנער זינגער מיט גוי'שע איידיעס , און גרייט זיך צומאכן א קאנצערט אויפן גוי'שן שטייגער, און מענטשן וועלן רח"ל האבן א גוד טיים, ווי איז אזאנץ געהערט געווארן ?!!! מימות העולם ועד הנה איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא זאך!!! וכו' וכו'.
אזוי אויסהערנדיג זייערע אלע טענות האב איך באטראכט זייער לעבנסשטייגער און געזעהן אפאר אינטערעסאנטע זאכן, איינע פון זיי איז דאס אז הונדערטע אדער אפשר גאר טויזנטע אידן שטייען אויף אזעלכע סטעפס און שטופן זיך צו זעהן ווי א יליד אשה פאטשקעט מיט די הענט אין א טאץ געפילטע פיש, און דערנאך ווען ער כאפט א נערוון בראך און נעמט זיך האקן אויפן טיש צו אויפן האנטוך אדער גאר נעמט זיך וויינען בדמעות שליש, ווערט דער עולם עקסטאזיש און נארמאלע מענטשן נעמען זיך וויינען לאכן און טאנצן אויפאמאל, און דאס זענען שוין די נארמאלע מענטשן וואס ווייסן יא וואס איז יא נארמאל אדער נישט.
איך רעד נישט דא פון די משוגעים וואס האלטן אז וויבאלד די פריערדיגע רבי האט געטון א געוויסע מעשה און אלס סייד עפעקט פון דעם איז פונקט ניין חדשים שפעטער אראפגעקומען אויף דעם עולם א געשטאלט געמאכט פון פלייש בלוט און ביינער, באקומט דער בשר ודם הימלישע כוחות, אזש ביז אזוי ווייט אז ווען ער קלאפט מיטן רעכטע פינגער פון די לינקע האנט אויף א האנטוך מיט וויין פלעקן ווערט א רעש אין די פמליא של מעלה און אלע מלאכים לויפן צום רבוש"ע אז זיי ציען צוריק פונעם סטעיטמענט אז טוב לו שלא נברא, פון די חברה רעדט מען אפילו נישט, אויף זיי האבן שוין די אנשי כנסת הגדולה מתקן געווען א ספעציעלע ברכה פון רפאינו מיט א יהי רצון אין די זייט ווי מ'קען זאגן א נאמען.
זאגט ער מיר, דארפסט פארשטיין, מיר לעבן היינט אין א קאלירפולע וועלט, די גוי'שע גאס שמייכלט און ציהט, מען דארף האבן אן אלטערנאטיוו צו דעם, פארדעם האבן מיר רבי'ס, מיט טישן, אייגענע פאליטיק, אלעס צו האבן כשר'ע ענטערטעינמענט, אז מ'זאל נישט פאשען אין פרעמדע פעלדער.
אויבנאויף הונדערט פראצענט גערעכט. אבער פונקט די וואך הער איך ווי ער איז גאר דער ראש המדברים, שרייט און שימפט קעגן ליפא ותולדותיו ותולדות תולדותיו מיט אלע מיני קללות האמורות ושאינם אמורות בתורה, וויל איך איהם פרעגן, יונגערמאנטשיק טייערע, דאס ביזטו מודה אז קיין שום מענטש ווערט נישט געבוירן מיט א תאווה צו זעהן א מענטש עסן און זיך משוגע מאכן, דאך ביסטו מסכים צו ברעין דעמעדזשען דיינע קינדער און אייניקלעך און אריינפראגראמירן נייע תאוות, אבי זיי זאלן נישט זוכן נייע גליקן, ביזט גערעכט! אבער וואס איז מיט די הונדערטער אדער טויזענטער אידן וואס האלטן נישט ביים מקריב זיין זייער לעבן פאר נאנסענס, זיי זאלן יא גיין צו די גוים פאר אביסל נארמאלע אונטערהאלטונג? דאס איז זיכער אז רוב מענטשן ווערן געבוירן מיט א געפיל פאר א שיינע ניגון, א הנאה פון א געלונגענע מיוזיקל פערפארמענס, און אז ליפא שטעלט עס צו צווישן אידן פאר די וואס דארפן עס, קומט זיך איהם שוין כף הקלע און שאול תחתית צוזאמען??!!
והקושיא במקומה עומדת ותלויה ועומד כבינוני בין ר"ה ליו"כ ........ תיקו!!!!!
שמעקט פון א זידיטשובער שושן פורים דא. אזא כאפ פון א פשעטל האב איך שוין לאנג נישט געהערט, און מיט קען מען אפשר אויך פארענטפערן דעם ברייתא דר' ישמעאל אז מה דאך אידן גייען פרייטאג צונאכטס צו א טיש איז דאך זיכער אז דער ים האט זיך געדארפט שפאלטן.
שמעקט פון א זידיטשובער שושן פורים דא. אזא כאפ פון א פשעטל האב איך שוין לאנג נישט געהערט, און מיט קען מען אפשר אויך פארענטפערן דעם ברייתא דר' ישמעאל אז מה דאך אידן גייען פרייטאג צונאכטס צו א טיש איז דאך זיכער אז דער ים האט זיך געדארפט שפאלטן.
דערנאך פירט דער רבי אויס מיט פאטאס: איאיאיז לויט דעם קומט אויס אז המן האט געהאלטן אאאאאזוי ווי די בית שמאי אואאון אחשורוש האט געהאלטן ווי די בית הלל
ייש"כ שושן: דיינע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עייפה. אזוי ווי הרב ישראל מ. סופר שליט"ן איז רגיל צו זאגן. איך האמיך דערקוויקט מיט דיינע ווערטער. איך מיין אז דעם מאמר קענמען "קאפי-פעיסטן" און אריינלייגן אין אשכול פון "פערדישע גאונות". ס'ליינט זיך דארט פונקט אזוי גוט אלס נמשל. 🙄 😂 😠 😎 😈
אנאנים: א ייש"כ פאר ארויסברענגען די נקודה מיט אזא קלארקייט. דו האסט געלייגט דעם פינגער אויפ'ן דופק. אויפ'ן פולס פון אידישן לעיבן. אבער דאס מיינט נישט אז שושן פורימ'ס אופן פון דראמאטיזירן דעם מצב איז איבעריג. שני גדולי הדור לדבר אחד נתכוונו. אלו ואלו דברי אלוקים חיים. הצד השוה שבהן. די אונטערשטע שורה אין דעפיינען דעם מצב הדור, און דעם חילוק פון די אמאליגע מנהיגים ביז זייערע יורשים איז ווי טיף דער אוקיינוס איז. נאר א מנהיג וואס לעבט לויט'ן פרינציפ פון "די לו בקב חרובין" האט א רעכט צו פאדערן פון די מענטשן צמצום אין גשמיות. אזוי ווי ר'מאיר שפירא זצ"ל האט אמאל געענטפערט פאר א קארגן אמעריקאנער עושר וועלכער --נישט וועלנדיג ביישטייערן צו די ישיבה-- האט איהם פארגעווארפן די משנה אין מס' אבות, "פת במלח תאכל ומים במשורה תשתה...". האט איהם ר' מאיר שפירא געענטפערט, דעם אויספיהר פון די משנה. "ואם אתה עושה כן" אויב דו טוסט אויך אזוי, דאן האסטו א רעכט צו פארלאנגען אז א צווייטער זאל אויך אזוי טוען. דעם נמשל פארשטייען מיר אלע. ווען די היינטיגע מנהיגים וואלטן געווען אביסל מער באשיידן אין זייער פירסום און כבוד, וואלטן זייערע ווערטער געהאט א שטערקערן אפקלאנג. 😳 😳 😳 (אוי לאותה בושה).
די מיינסט אז אויב די וועסט שרייבן פאני ראשי תיבות וואס קיינער ווייסט במילא נישט וואס סמיינט גייסטי ווערן גערעכט??? ווארט נאר ביז מארגען וועסטי זעהן לויט וויפל לייקס איך באקום אז רוב נארמאלע מענטשען האלטען אויך אזוי!!!!
די מיינסט אז אויב די וועסט שרייבן פאני ראשי תיבות וואס קיינער ווייסט במילא נישט וואס סמיינט גייסטי ווערן גערעכט??? ווארט נאר ביז מארגען וועסטי זעהן לויט וויפל לייקס איך באקום אז רוב נארמאלע מענטשען האלטען אויך אזוי!!!!
קודם זע איך ווער עס רעד!! ״אז מען לערנט נישט קען מען נישט״ להד״ם = לא היה דברים מעולם
מיט גרויס צער נעמט כלל ישראל אויף די ביטערע בשורה, אז דער ברואדוועי גאס וואס איז שוין פארהייליגט ביי כלל ישראל שוין טויזענטע יארן , ווי אידן זענען זיך אייביג צוזאמגעקומען צו שפירן עפעס העכערס , ווי ווען אימער א איד האט געהאט א פראבלעם ספעציעל אין שלום בית, איז מען אייביג געומען צו דעם מקום זיך אויסגיסן דאס הארץ , א פלאץ וואס הונדערטע זענען שוין געהאלפן געווארן מיט שידוכים ועוד, וואס כידוע האט רביהקוה"ט זיעועכי"א זצוקללההההההההה"ה זיך אויסגעדרוקט בשעת'ן גרינדען די מצה בעקערייי אז בלויז אויף בראדוועי קען מען זיין פארזיכערט אז די מלאכים בצורת רוסקיס וועלן היטן אויף די מצות .
אט דער מקום קדוש שטייט אויס מטומא צו ווערן מיט די נידריגסטע עלעמענטן , וואס בלויז זייער אנוועזנהייט אויף די וועלט פארשאפט צער פאר אונזערע מנהיגים שליט"א, און ווער רעדט נאך ווען זיי עפענען זיך דאס מויל און זענען מפטפט זייערע דברי הבל ווי כאילו אז מ'קען זיין א איד אהן א בארד , אדער אהן צוויבל קוגל שבת , אדער גאר מיטן זינגען אנדערע ניגונים ווי מיזמור לדוד איי איי איי איי , אויף וואס רבינו הקדוש האט זיך אויסגעדריקט אז מיט יעדע "איי" אין די ניגון מאכט מען אז א ציוני זאל ליידן פון OCD, ווי אויך ברענגן די חברה כמה פעמים אריין א געשמאק אין די לעבן פון צובראכענע אידן , א זאך וואס אחב"י אין אלע דורות האבן זיך געהיטן דערפון ווי פון פייער .
אט די חברה גרייטן זיך מטמא צו זיין אונזער מקום קדוש מיט ביליגע הוליערייען כדרך הגוים .
מי שיראת השם נוגעת בלבבו ווערט געבעטן זיך צו ווענדן צו הגה"ק רבשכבה"ג רבי יואל צימערמאן , אדער צו הגה"ק רבי הערשל קלאר , און צוזאמען מטכס עצה זיין וויאזוי צו אפטוהן דעם חרון אף און מרבה זיין כבוד שמים .
בכגון דא אמר אמרי דבי מנשיא, ווען ס'שוין דא ווער ס'זאל וויינען קען איך שוין לאכן.. ווען מ'האקט האקט מען אויף אלע, אויב סקווער איז ראנג ביי דיר איז סאטמאר ראנג ביי מיר, און מ'דארף בכלל נישט האקן באמת, אבער אז מ'האקט פליען שפענדלען.. און טייטש נישט אז איך בין אקעגן איינעם, איך האק אויף ווער ס'האקט, און ממילא ווען זיי האקן אויף עפעס וואס זיי טוען פונקט ענליכעס האקן מיר אויך אויפן צד שכנגד.
איך וואלט געזאגט, איך בין אליינס מסופק צו ליפא איז כעס'יק אדער לאכעדיג וועגן דעם שערוריא קעגן עהם.. נאך טיפער, נישט איך מסופק, ליפא איז אליינס מסופק.. צו ער זאל זיין בייז צו ער זאל לאכן.. ס'באמת א שאד די מאס שפייעכטס אויף א נושא וואס איז קלארזיכטיג און קרעפטיג, ליפא בלייבט ליפא און איז נישט מעלה און נישט מוריד, און האקער בלייבט האקער ולא עלתה לו אלא האקעריתו.
די מיינסט אז אויב די וועסט שרייבן פאני ראשי תיבות וואס קיינער ווייסט במילא נישט וואס סמיינט גייסטי ווערן גערעכט??? ווארט נאר ביז מארגען וועסטי זעהן לויט וויפל לייקס איך באקום אז רוב נארמאלע מענטשען האלטען אויך אזוי!!!!
קודם זע איך ווער עס רעד!! ״אז מען לערנט נישט קען מען נישט״ להד״ם = לא היה דברים מעולם
מנשה האקט
סאיז פינקט ווי אשפ"ג, די ווייסט מסתם נישט וואס אשפ"ג מיינט און איך האב נישט געוואוסט אז להד"ם איז נתריקון: לא היו דברים מהם. מוראדיג
גוט. ווי קומט עס פאר?! דו דערמאנסט מיך א ווערטל פון מיין ראש ישיבה. זצ"ל. ווען ס'איז געווען א שמועס אז מדינת ישראל זאל צוריקגעיבן דעם מדבר סיני פאר מצרים. האטצעך געטון גאנצע פארהאנדלונגען צי מ'זאל יא צוריקגעיבן אדער נישט. האטצעך בן גוריון אנגערופן. "איך בין מסכים צוריקצוגעיבן דעם גאנצן סיני, מיט די תורה צוזאמען.... 😠 😛 🙄 😎