☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ליפא אן בראדוועי

ליפא אן בראדוועי

113 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5434
בלאט: 1 2 3

גנדי » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 5:42 pm

· #168761
מנשה לוסטיג
די גוים זאגן ס'נישט פאר אונז גוים.. די יודען זאגן ס'נישט פאר אונז יודען.. איז פארוועמען דען ווארטן דארט די טשערס אינעם אוידיענס?.. יענע טשערס וואס האבן זיך אמאל געווארעמט יידישיסטישע קונצלער און יידישקעס.. א שטייגער זייער מאדע איז נאך עני טיים געווען רעביש און צניעות'דיגער ווי אונזער חצי שפחה חצי פענסי..


איז דאס אן יידישע טיאטער? נישט געוואוסט.

מיין יצר הרע און יצר טוב הייבן נאכאמאל זיך אן צו קריגן...

סאשי פיש » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 5:47 pm

· #168764
שירה האט באקומען שרעקליכע דרוק אז זיי זאלען נישט גיין, און ווי פארשטענדליך האט טעראר געווינען!

מנשה לוסטיג » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 5:53 pm

· #168766
יא יא.. בראדוועי איז אמאל געווען א יידישע פלאטפארמע

מ גפני » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 6:30 pm

· #168777
ליפא איז מחזיר עטרה ליושנה

מנשה לוסטיג » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 6:37 pm

· #168780
קוני למל האט מען געשפילט אין ברודוויי בימים ההם

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 8:03 pm

· #168806
סאשי פיש
שירה האט באקומען שרעקליכע דרוק אז זיי זאלען נישט גיין, און ווי פארשטענדליך האט טעראר געווינען!

מ'האט זיי געסטראשעט אז אויב זיי קומען גייט מען זיי באגיסן מיט סושי פיש , נו פארוואס זאלן זיי קומען

מנשה לוסטיג » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 8:14 pm

· #168810
וואויל איז דעם וואס קען זיך אפשאקלען פון די אלע פאליטישע חשבונות, און מאכן ביזנעס אויף די אייגענע פיקל, און מ'קען עהם נישט זאגן גיי נישט דא גיי נישט דארט, ס'נישט פאר דיין טובה..
האסטע געהערט א מעשה, שירה טאר נישט דאס, ווייל יענער וועט קרייען, יענער מעג נישט יענס ווייל א צווייטער וועט שפייען.. יא דאס איז די בילד

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:24 pm

· #168842
גנדי
מנשה לוסטיג
די גוים זאגן ס'נישט פאר אונז גוים.. די יודען זאגן ס'נישט פאר אונז יודען.. איז פארוועמען דען ווארטן דארט די טשערס אינעם אוידיענס?.. יענע טשערס וואס האבן זיך אמאל געווארעמט יידישיסטישע קונצלער און יידישקעס.. א שטייגער זייער מאדע איז נאך עני טיים געווען רעביש און צניעות'דיגער ווי אונזער חצי שפחה חצי פענסי..


איז דאס אן יידישע טיאטער? נישט געוואוסט.

מיין יצר הרע און יצר טוב הייבן נאכאמאל זיך אן צו קריגן...

דו טו די עצה פון יארמער רב שליט"א. שיק זיי ביידע ארויס אין קאך. זאללן זיי זיך קריגן דארט. און דו דריי זיך אויס אויפ'ן צווייטן זייט און שלאף ווייטער. 😎 😂

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:27 pm

· #168845
מ גפני
ליפא איז מחזיר עטרה ליושנה

כ'מיין ס'איז ענדערשער "נתגלה העטרה". 😂 🙄 😎 😳 😮

שושן פורים » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:02 pm

· #168862
סאשי פיש
שירה האט באקומען שרעקליכע דרוק אז זיי זאלען נישט גיין, און ווי פארשטענדליך האט טעראר געווינען!


נאך א קייט אין די רינגעלע פון טעראר, געפירט דורך א הייפעלע טעראריסטען ליידיגייערס אזויגערופענע קנאים הויפקווארטירט אין עזה דאמעריקע הנקרא בלע"ז וויליאמסבורג

sefish » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:07 pm

· #168863
I spoke to one of the guys from shira they had no pressure whatsoever it was their own decision. Pls don't spread lies

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:09 pm

· #168864
שירה איז ארויף אויף מיין שווארצע ליסט.

מנשה לוסטיג » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 5:57 pm

· #169026
כ'ווייס נישט עד היום הזה, וויאזוי מ'מאכט א ליסטע פון די סארט קאפעלעס, שירה המזמרים ידידים וכדומה, ס'דארף צוזיין א טאלאנט צו סתם א דזשאב?
קוים וואס זיי דראפן זיך ערגעץ אן, הייבן זיי זיך די קעפ ווי זיי וואלטן געזיצן ביים שאץ מיניסטער אין קאבינעט.
א כא''ר איז נישט מער ווי באגלייטער, זיי האבן נישט דעם דיפלאם פון עצמאות.

סאשי פיש » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 7:15 pm

· #169051
sefish
I spoke to one of the guys from shira they had no pressure whatsoever it was their own decision. Pls don't spread lies

בתחילה מאי קסבר? ולבסוף מאי קסבר?!
אז שירה האט אנגענומען די זשאב האבען זיי געוואלט גיין!
נאר וויבאלד עס איז געווארען א גאנצע שטינק נאכדעם וואס ער האט ארויסגעגעבן זיין נייע סידי, האט מען זיך גענומען אויף שירה׳ס ביינער מיטען ארומשיקען וואויס נאטס אויף וואטסעפפ, מיט דראונגען אז מען גייט זיי מער נישט נעמען אויף היימישע שמחות וויבאלד זיי גייען צו ליפא׳ס קאנצערט מיט נאך אסאך סטארעשירייען וואס איך געדענק שוין נישט!! האבען זיי זיך אונטערגעבראכן צו די שווערע דרוק/טעראר!!

מנשה לוסטיג » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 7:22 pm

· #169055
איך האב אלץ געזאגט, און כ'זאג נאך אלץ. מיר וועלן נאך אלע זיצן צוריק אינעם אמאליגער יידישער טיאטער, זאל מען עס מאכן כשר למהדרין מיט א סיסטעם, איידער מיר וועלן עס ממילא אקטצעפטירן אין די נאנטע לויף פונעם עתיד.

sefish » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 7:37 pm

· #169060
סאשי פיש
sefish
I spoke to one of the guys from shira they had no pressure whatsoever it was their own decision. Pls don't spread lies

בתחילה מאי קסבר? ולבסוף מאי קסבר?!
אז שירה האט אנגענומען די זשאב האבען זיי געוואלט גיין!
נאר וויבאלד עס איז געווארען א גאנצע שטינק נאכדעם וואס ער האט ארויסגעגעבן זיין נייע סידי, האט מען זיך גענומען אויף שירה׳ס ביינער מיטען ארומשיקען וואויס נאטס אויף וואטסעפפ, מיט דראונגען אז מען גייט זיי מער נישט נעמען אויף היימישע שמחות וויבאלד זיי גייען צו ליפא׳ס קאנצערט מיט נאך אסאך סטארעשירייען וואס איך געדענק שוין נישט!! האבען זיי זיך אונטערגעבראכן צו די שווערע דרוק/טעראר!!

נאר וויבאלד עס איז געווארען א גאנצע שטינק נאכדעם וואס ער האט ארויסגעגעבן זיין נייע סידי
אט אזוי, דא האסטו דעם ענטפער, ס'געווארן א שטינק האבן זיי ארויסגעבעקט.

האט מען זיך גענומען אויף שירה׳ס ביינער מיטען ארומשיקען וואויס נאטס אויף וואטסעפפ, מיט דראונגען אז מען גייט זיי מער נישט נעמען אויף היימישע שמחות
דאס איז שקר וכזב.

מיט נאך אסאך סטארעשירייען וואס איך געדענק שוין נישט!!
שקר קען מען נישט געדענקן.

מנשה לוסטיג » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 10:17 pm

· #169075
שירה האט געזען די היץ אויפן גאס קעגן ליפא, האבן זיי זיך געוואלט אנטזאגן פון זינגן ביים קאנצערט. אבער לכבודו פון ליפא האבן זיי נישט געוואלט עהם ווייזן די ריקן, האבן זיי בכבוד 'ארויסגעבעקט'..

zurich » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 12:01 am

· #169095
און ליפא פארשטייט זיי?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 12:04 am

· #169096
נישטא קיין צייט צו פארשטיין, די פרומע פאליטיק פארנעמט נישט קיין פלאץ אין בראדוועי

מאנדלבאום » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 4:09 am

· #169366
מנשה לוסטיג
איך האב אלץ געזאגט, און כ'זאג נאך אלץ. מיר וועלן נאך אלע זיצן צוריק אינעם אמאליגער יידישער טיאטער, זאל מען עס מאכן כשר למהדרין מיט א סיסטעם, איידער מיר וועלן עס ממילא אקטצעפטירן אין די נאנטע לויף פונעם עתיד.

דער טעאטער איז שוין אין פוהלן שוואונג א דאנק די באנדע טעאטער שפילער, זינגער.

אנשטאט אויפמאכן דעם קביעות'ן טעאטער און לאדענען דעם עולם, צושפרייט מען די עכט-למהדרין טעאטער קליפס און טרעקס, וואס האבן זיך נישט מיט וואס צו שעמען פון די פרעכע השכלה ליצים דאז.

גם לרבות הני קאנצערטן וואס טראגן א געהעריגע טעאטער כאראקטער לכל הדיעות.

איין אידישע 'כשרות זיגל' האבן זיי, די טריפה טעאטער קליפס און טרעקס: די שפראך איז... יודיש, די סאבדזשעקט איז... אידיש סימבאלן, (שבת טיש, מעביר סדרה זיין, לולב, פינטעלע יוד, אחדות, לשון הרע, צדקה)

כשר'ן דעם טעאטער?! ווער דארף כשר?... גענוג מיטן בארג סיני טעראר... גענוג מיטן תלמוד פרעשור... גענוג מיט רבנישע אטאריטעיטן...

מנשה לוסטיג » מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 8:45 pm

· #169450
נו וואס האב איך געזאגט?

רויטע וואנצעס » מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 8:51 pm

· #169451
@מאנדלבאום פארוואס ביסטו דא אויף ק"ש אינאיינעם מיט פרעכע השכלה ליצים, ביסט אן אגודה'יסט?

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 1:07 pm

· #169531
sefish

האט מען זיך גענומען אויף שירה׳ס ביינער מיטען ארומשיקען וואויס נאטס אויף וואטסעפפ, מיט דראונגען אז מען גייט זיי מער נישט נעמען אויף היימישע שמחות
דאס איז שקר וכזב.

ווילסט איך זאל דיך פארווארדירן די וואטסעפפ וואויסנאוטס?

מנשה לוסטיג » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 2:34 pm

· #169555
איז אמת אז 'ידידים' גייט יא?

סאשי פיש » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 5:05 pm

· #169606
געפילטע פיש
sefish

האט מען זיך גענומען אויף שירה׳ס ביינער מיטען ארומשיקען וואויס נאטס אויף וואטסעפפ, מיט דראונגען אז מען גייט זיי מער נישט נעמען אויף היימישע שמחות
דאס איז שקר וכזב.

ווילסט איך זאל דיך פארווארדירן די וואטסעפפ וואויסנאוטס?

@געפילטע פיש איך האב אים אפילו נישט גענטפערט ווייל איך האב געזען מיט וועם איך האב דא צוטון - אבער אז דו נעמסט איבער איז די זאך אין גוטע הענט!

סאשי פיש » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 5:07 pm

· #169609
מנשה לוסטיג
איז אמת אז 'ידידים' גייט יא?

אויף זיי קליפ וואס ער האט ארויסגעגעבן שרייבט ער אז עס גייט זיין מיט ״ליפא׳ס קווייער״, די שאלה איז נאר ווער איז ליפא׳ס קווייער?

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 6:04 pm

· #169635
סאשי פיש

@געפילטע פיש איך האב אים אפילו נישט גענטפערט ווייל איך האב געזען מיט וועם איך האב דא צוטון - אבער אז דו נעמסט איבער איז די זאך אין גוטע הענט!

איך נעם גארנישט איבער, פליז! אבער אז איינער שרייבט עפעס נגד המציאות קעמעניש שטיל בלייבן.

מאנדלבאום » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:11 am

· #169760
מנשה לוסטיג
כ'ווייס נישט עד היום הזה, וויאזוי מ'מאכט א ליסטע פון די סארט קאפעלעס, שירה המזמרים ידידים וכדומה, ס'דארף צוזיין א טאלאנט צו סתם א דזשאב?
....
א כא''ר איז נישט מער ווי באגלייטער, זיי האבן נישט דעם דיפלאם פון עצמאות.

איר צייגט עכט הבנה אין מוזיק...

מאנדלבאום » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:19 am

· #169763
מנשה לוסטיג
נישטא קיין צייט צו פארשטיין, די פרומע פאליטיק פארנעמט נישט קיין פלאץ אין בראדוועי

אכשר דרא... מ'איז אויפן וועג גענצליך פטור ווערן פון די אור אלטע פאליטישע אתה בחרתנו רעגולאציעס...

קומעדיגע טעמפל גייט זיין אויך אחדות מיט די גענעראלע באפעלקערונג... אלע דעם באשעפערס באשעפענישן... ורחמיו על כל מעשיו... גענוג מיט פרע-מיינענדע בליקן אויף מענטשן...

מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 3:38 pm

· #169899
כ'רעדט פון די פאקט, וואס עס דארף זיין איז א צווייטע שמועס

מאנדלבאום » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:01 pm

· #169906
עטליסט רעדן מיטן פאסיגן טאן, און אז ס'טוט וויי, כאש בעת'ן רעדן דעם פאקט געבן א זיפץ.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:04 pm

· #169907
איך האב א ידיעה אז ער וויל זיך ארויסציען פונעם קאנצערט נאר העכערע כוחות לאזן עם נישט.

מאנדלבאום » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:07 pm

· #169908
הלוואי וואלט געוועהן דער פראבלעם דער קאנצערט.

מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:31 pm

· #169924
פארוואס זיפצן, ס'גארנישט ראנג

מאנדלבאום » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:37 pm

· #169930
סארי, כ'האב נישט באמערקט וועם איך ענטפער, איך גולם בין געוועהן ראנג...

zurich » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:44 pm

· #169937
ווען איז טאקע די גרויסע קאנצערט?

מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:45 pm

· #169938
בשעה טובה ומוצלחת.. זונטאג

מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 5:17 pm

· #169946
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=7AQiguCBGgw&feature=youtu.be">http://www.youtube.com/watch?v=7AQiguCB ... e=youtu.be</a>

סלינקי » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 5:41 pm

· #169949
<a class="postlink" href="http://www.twitlonger.com/show/n_1rukj4v">http://www.twitlonger.com/show/n_1rukj4v</a>

מנשה לוסטיג » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 6:54 pm

· #170319
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=cANALqBfu0E&feature=youtu.be">http://www.youtube.com/watch?v=cANALqBf ... e=youtu.be</a>

מאנדלבאום » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 2:18 am

· #170418
מנשה לוסטיג
http://www.youtube.com/watch?v=cANALqBfu0E&feature=youtu.be

היידא!
א נקמה אין די מיטלאלטער שלעפערס וואס קוואקען נאך איבער דעם אלטמאדישע בייבל און אירע ערקלערער ביכער.
א נקמה אין די אלע ליכט ווידערשפעניגער וואס מיט דומהייט און קליין קעסטעלע קאפ ווילן נישט אויפנעמען די נייע דעמא-יוד אטאריטעיטן.
א נקמה אין די אלע מרה שחורה און געזעץ היטנדע אראפרייסערס פון דעם אלט/נייעם טעאעטער.
א נקמה אין די באיקאטירער פון די אלע השכלה אונטערהאלטונגס קליפס טרעקס און ביכער, וואס די נייע ליכט-באנדע און זייער סטאדע נאכפאלגער רייסן אריין און ריבילדן דאס בייבל מיט איר פאלק.

היידא! פרייהייט! אויס מיטן ניין! אויס מיט רולס! בלויז אחדות!

מנשה לוסטיג » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:50 pm

· #170602
כ'מיין אז וויפיל מ'האט געשאלטן פארן שפיל, וועט מען האבן נאכדעם באמת וואס צו בילן..

סאשי פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:18 am

· #170807
זי גייען זיין די קווייער ביים קאנצערט,
ליפא שרייבט אז זיי זענען די קווייער אויף רוב סידי׳ס!
image.jpg

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:30 am

· #170812
איך זע א טרעפליכע רמז אין "ליפא אן בראדוויי"

מ'קען עס ליינען אזוי "ליפא אן בארד, וויי !!

מ גפני » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:34 am

· #170816
סאשי פיש
זי גייען זיין די קווייער ביים קאנצערט,
ליפא שרייבט אז זיי זענען די קווייער אויף רוב סידי׳ס!

ואלה שמותם?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 6:29 pm

· #170976
זיי קוקן אלע טאקע אויס בארד ווייטאגלעך..

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 7:56 pm

· #171898

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 8:27 pm

· #171906
איך בין נישט א ניו יארק טיימס טיאטער קריטיק, אבער אויב איך וואלט געווען וואלט איך געשריבן:

"די ליפא אן בראדוועי שאו איז א שאו וועגן ליפא מיט ווייניג בראדוועי, נישט א בראדוועי שאו געשפילט דורך ליפא"

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 8:36 pm

· #171911
זייער קינדעריש.

יואליש » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 8:43 pm

· #171917
שוואכע שושן פורים פארשטעלונג
א שוואכע שושן פורים פארשטעלונג. א חוזק זענען אויך די וועלכע האבן פארפירט און געמיינט ווייס-איך-וואס קומט.

ס'איז ליפא'ס טיפישע קאנצערט פערפארמענס וואס מ'קען זעהן ביי א געווענליכע חתונה, באגלייט מיט אביסעל טאנצער, און ליפא אנגעטוהן מיט אן אווערסייזט קורצע רעקל. ליפא'ס טאלאנט האט קיינמאל נישט געשטעקט אין לייוו פערפארמענס, מילד גערעדט.

ליפא ליפא ווי איז דיין בראדוועי?
בלאט: 1 2 3