עשרה מי יודע? עשרה אני יודע!
81 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5409
עשרה מי יודע? עשרה אני יודע!
עפעס קומט פאר מיט'ן נומבער ''צען'' , ס'האט א שייכות מיט מיר. ס'האט א שייכות מיט נאר ריינע ארבעט. און ס'קען אויפרעגן מיינע קעגנער. אז קיינער וועט נישט כאפן וועל איך אויסזאגן
צענדליגע ניקס וואלטן דיר געצאלט צענדליגע דאללער זאלסט אויפהערן שרייבן דא כאטש צען טעג 😠
*just joking
ניין , זייער שוואך. אבער דיין געס מאכט נאר שטערקער וואס איך האב טאקע געשריבן פריער "ס'האט א שייכות מיט נאר ריינע ארבעט"
If you don't brush your teeth TSEYN
wow דאס איז גאר טיהף און גוט , ס'שטימט מורא'דיג גוט. אבער נישט דאס געמיינט האב איך
עסן קנישעס מיט אלע צען פינגער, כמנהג אויבן אן אידן, צו אפילו פינטעלע אידן.
די "ליפא געט ארויס א נייע סידי- דאס פינטעלע" אשכול האט געגרייכט צען בלעטער
ניין. פרוביר נאכאמאל! כ'זעה קיינער כאפט נישט ווייל ספאלט קיינעם נישט ביי אפילו אז ס'קען זיין אזא זאך!
שפתים קישאקTM!
ניין ניין , אבער ענק זענען בעסער ווי גוט.
ביז היינט ביינאכט 11:59 קען מען געסן , דאן וועל איך אויסזאגן
ווי אזוי גייט און איין פינטעל אריין צעין מכות
מוחה, ס'שוין 11:59.
#מדברשקרתרחקפוןליגנטלויףאוועקדעראויבערשטערווייסטאלעפוןאנפאנגביזןעקאיךמייןסגייטאזוידערניגוןאוןווייטערגעדענקאיךנישט
איך האב דירעקט נישט געשריבן נו יארקע זייגער. איך בין און שיקאגאו. האסט נאך צוויי מינוט צו געסן
אקעי. איך בין 10 לייקס אוועק פון 200 לייקס
הענג דיך אויף. די שיכור. וועגען דעים האלסטו די עולם געשפאנט?
נישט שיין צו שעלטן
נישט ממש 😂
נאר אזא שמענדריק ווי דיר וואס ווייסט אז ע"פ דרך הטבע גייסטו נישט באקומען קיין לעיקס במשך'ן טאג קען טוען אזא זאך. כ'מיין, וויאזוי האסטו געוויסט קיינער גייט דיר נישט לייקן היינט אויף עפעס? ווייזט אויס דו ווייסט גאנץ גוט דיין מצב. בכלל האב איך הנאה ווי די שפילסט ווי סגייט דיר נישט אן די גאנצע לייק געשעפט. שמויגער.
יא יא איך האב געוויסט אז דו גייסט זיך ארויפכאפן דערויף. ניין ס'גייט מיר גאנץ ווייניג אן אבער אויב קען מען עס נוצן אלץ א וואפען צו ווייזן אז מ'מוז נישט אפפארן צו האבן לייקס יהא זה שיכורי
הגם איך בעפארצוג פינטעלע ערלים איבער פינטעלע אידן בדרך כלל, זעה איך נישט וואס דער עולם צערנט און בייזערט.
עפענט זיך איינער א צוויי שורה'דיג אשכול אין "שמייכל" אפטיילונג (עפעס ריקאלט דאס?), און חברה, "וואס האט עטץ געמיינט גייט מען א מינוט צו צוועלעף -- שיקאגא צייט -- אנאנסירן דא"?
על מה יצא הקצף? בארואיגט אייך קינדערלעך. כ'האף דאס האט נישט בארויבט ענקער שלאף.
לגוף הענין, פארשטיי איך נאך אלץ נישט פארוואס דאס האט מיט פינטעלע איד דווקא, א יעדן ניק דא שטייט מיט צען לייקס אוועק, פון צו גרייכן צען לייקס שפעטער. ווי אויך זעה איך נאך אלץ נישט פארוואס דאס איז "ריינע ארבייט". אפשר אז -- שלא כלייקס האחרים לשיטתו -- האט מען אים געלייקט לשמה. דאס איז אבער כידוע הוילע שטותים. ער האט זיך אויך זיין קליקע וועלכע לייקן אבי געלייקט (הע! יעצט האב איך מודה געוועזן אז אנדערע לייקן אויך) להרבות פינטעלעך, ולהפיצם.
און פארוואס ס'זאל אויפרעגן זיינע "קעגענער" (פששיהא! ס'איז דא פארטייען דא, ארמארי בילדינגס, קעמפס און בתי חיים) ווייס איך אויך נישט. וצ"ע גדול.
עפעס קומט שוין ווידער פאר מיט די נאמבער צען. ווער ווייסט וואס?
400 תגובות?
אמג. קוקענדיג אזוי זעה איך אז זינט יענע גרויסע טאג האסטו נאר געזאמעלט 5 ארימע לייקס. מה פשט?
דא זאמעלט מען לייקס?
עמממ..... אזוי האב איך פארשטאנען פון דיינע ווערטער
שנים מי יודע? שנים אני יודע!!!!
עפעס קומט פאר מיט'ן נומבער ''צוויי'' , ס'האט א שייכות מיט מיר. ס'האט א שייכות מיט נאר ריינע ארבעט. אז קיינער וועט נישט כאפן וועל איך אויסזאגן.
אחד מי יודע
מ'קען געסן ביז 12 ניו יארק צייט. אבער יעצט איז עס שוין נאר א אחד מי יודע.
שוין דערנאך כאמיך נישט געקענט איינהאלטן. איך בין געווען צוויי תגובות אוועק פון 500 מזל טוב! איינער איז וויליג מיר צו ווינשטן א מז"ט? אויף דעם קען מען זאגן "נחות דרגא ובריך פינטעל מזלא טבא"
מזל טוב!
שלשה מי יודע שלשה אני יודע
יש"כ דעת תורה. ברוכים תהיה.
און יעצט איז עפעס מיט דריי און עפעס מיט מיר. מ'קען געסן ביז מוצאי ניטל.
נאך דריי לייקס האסטו דריי הונדערט. yayy!!!
ארבע עשר מי יודע?
ארבע עשר אני יודע! ס'גייט פאסירן עפעס אינטערעסאנטע זאך! שטארק אינטערעסאנט. מ'קען געסן ביז ר"ח שבט. ש'מרם ב'רכם ט'הרם!
דו גייסט ווערן 14 יאר!
העפי בירטדעי!
וויאזוי קען איך ווערן 14 ווען מיין קינד האט זיך לעצטענס אריינגעיורן אין צענערליגע יארן?
עפעס מיט 2014 ??
ניין. אבער א לייק פאר'ן פרובירן
יעצט איז עס שוין גראדע ארבע מי יודע. ס'איז זייער גרינג צו געסן איך פארשטיי נישט דעם עולם כאפט נישט. און זאל מיר קיינער נישט זאגן אז ס'אינטערעסירט זיי נישט וועגן מיר , ס'זיכער נישט אמת. יעדן אינטערעסירט עס.
איז עס די מאל אויך ריינע ארבייט?
יא!
(נישט געקענט אפילו שמוציג ווערן איך האב געדארפט אסאך מאל אפילו אנטון באקסינג גלאווס....)
ס'האלט שוין ביי שנים מי יודע אבער דאס מאל איז עס מער א שמחה אזוי ווי איר וועט זען דערנאך. פארוואס קען קיינער נישט צו טרעפן? נישטא דא קיין איין פריינט? שוין גענצליך אליינץ אויפן וואסער? למה יאמרו הגוים ? געוואלד
פיהר אזייגער פארטאגס?
איך האב דאך געשריבן אז ס'האלט שוין ביי שנים מי יודע!?
און יעצט איז עס שוין אחד מי יודע. אבער איך וויל דאס נישט שרייבן ווייל אחד מי יודע גייט ארויף נאר אויפ'ן אחד יחיד ומיוחד!
נישט געפערליך, זעקס איז דאך יסוד, יסוד איז צדיק און צדיקים דומין לבוראם...
וואס? וואס זאגסטו דא???
איך האב מיר נישט געקענט איינהאלטן יעצט אבער די שמחה איז גאר גרויס בולעטין בולעטין!!! איך בין געווארן א "ידיד" השטיבל!!!!
600.
א ידיד ותיק איז עס!! און וואס איז אזוי אינטערעסאנט וועט א ליינער פרעגן ? מוז איך זאגן אז לויט ווי ס'קען אויסזען פאר א רוטינער ליינער אז איך זאל האבן אסאך "נישט פריינט" אויך האט מיר איינער לעצטענס געשיקט פריוואט אז ער האט מיר זייער פיינט. איך בין זיכער מוחל. ווי נאך קען מען זיך כלומר איינשאפן פיינט און ווי מער מ'טוט עס און מ'קומט צום קלימאקס ווערט מען גאר א "ידיד ותיק"??... יא א ידיד! א פריינט. נאר אין קאווע שטיבל! אבער דער אמת איז פאר יעדן וואס וויל זען דער אמת איז מונחת בקרן זויות יעדער קען זען אז איך האב ב"ה אסאך לייקס 365 (אזויפיל וויפיל טעג אין יאר, היינט איז ניי יאר!) ב"ה "ריינע לייקס"!! וד"ל. דאס קומט פון זיין "באליבט" נישט פארקערט!
איך האב ליב קאווע שטיבל. פה אשב כי איויתיה! און איך ערווארט נישט א מזל טוב. מיר איז גוט אזוי אויך. און איך ווינטש אלע מיינע "פריינט" א לעכטיגן יאר
ווי עס טוט ווינטשן בלב נפש חפיצה ענקער "ידיד!" דער פינטעל איד
נבנתה האקט , יא!
שלשה עשר מי יודע?
שלשה עשר אני יודע! עפעס מיט'ן נומבער ''13'' , ס'האט א שייכות מיט מיר. ס'האט א שייכות מיט נאר ריינע ארבעט.
טו א מצוה געב א געס און באקום שכר אויפן ארט.
שוין געווארן 12
שוין געווארן 11