☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » עשרה מי יודע? עשרה אני יודע!

עשרה מי יודע? עשרה אני יודע!

81 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5409
בלאט: 1 2

דער (פינטעל) איד » זונטאג יאנואר 12, 2014 10:29 pm

· #175922
שוין געווארן 9

דער (פינטעל) איד » זונטאג יאנואר 12, 2014 10:35 pm

· #175925
קיינער קען טאקע נישט געסן?
אדער איז מיין שכר גארנישט ווערט, אדער פארגינט מען מיר נישט?
ביטע טו א מצוה, יא דו ביטע.
תשעה מי יודע?

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 12, 2014 10:38 pm

· #175926
איך טראכט פון אזויפיל פאסיביליטיס, ואי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם

דער (פינטעל) איד » זונטאג יאנואר 12, 2014 11:25 pm

· #175933
האלט שוין ביי 7
נו אפשר דאך איינער ?

דער (פינטעל) איד » זונטאג יאנואר 12, 2014 11:33 pm

· #175935
האלט שוין ביי 6

מאראנצןזאפט » זונטאג יאנואר 12, 2014 11:35 pm

· #175936
האלט שוין ביי פיר.
מזל טוב פאר דיינע פינף הונדערט לייקס. דו געסט צו אן אייגנארטיגע חן צו אונזער שטיבל.

דער (פינטעל) איד » זונטאג יאנואר 12, 2014 11:44 pm

· #175937
יש"כ. יעצט שוין ביי 3.
ב"ה אז מ'דערלעבט דערלעבט מען.

אליצפן » מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:38 am

· #175948
פינטעלע איך מיין ס'איז שוין הויך צייט צו טוישן חתימות. דו האסט מער לייקס ווי רוב שרייבערס דא אינעם שטיבל.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג יאנואר 13, 2014 1:07 am

· #175955
צפן מיין חתימה באציט זיך צו לייקס נאר אויף איין תגובה אליינס נישט אויף אלעס צוזאמען. איך מיין אז דערווייל האב איך דע מערסטע נאר 18 לייקס אויף איין תגובה.
איך קען קוים ווארטן אויף דעם טאג וואס איך וועל קענען טוישן חתימה

אליצפן » מאנטאג יאנואר 13, 2014 1:14 am

· #175956
איי דיסעגרי. דיין ratio (ס'דא א אידישע ווארט פארדעם??) פון לייקס צו תגובות איז גאנץ הויעך, און איז העכסט קאנסיסטענט (consistent) מיט רוב שרייבער דא. א ratio פון בערך 3 לייקס פאר יעדער 4 תגובות איז זייער בכבוד'יג. איך האלט אז דו האסט א בחינם'דיגע קאמפלעקס.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג יאנואר 21, 2014 2:45 pm

· #178078
שנים כולם יודע!

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 2, 2014 9:21 pm

· #181055
ארבעה מי יודע ארבעה אני יודע. אין 4 לייקס ארום גיי איך זיין אייניג מיט וויפיל לייקס איך האב געטיילט 630-630!
נו איך ווארט,
(ניגון)
איך האב געווארט און געווארט אז דער מינוט זאל קומען
איך זאל האבן פונקט אזויפיל לייקס ביידע זייטן זאלן שטומען
בעט איך יעדן פון טיפן הארצן
אפשר דאך טוטס מיר 4 נארישע לייקס צו ווארפן?

איך בעט און איך וויין מיט זיפצן און טרערן
וויאזוי זענט איר אזוי גלייך גילטיק און טוט נישט קערן?
אין דעם זכות זאל ענק דער אייבישטער באשערן
נאר גוטע בשורות שטענדיג הערן.



.

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 2, 2014 9:23 pm

· #181058
איך האב מורא צו לייקן ווייל טאמער וועסטו אריינרעכענען די איבריגע 93 כאילו-הייתי-פורטם-לייקס וועט דאך ווייטער נישט שטימען.

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 2, 2014 9:29 pm

· #181060
א פאר אירע האבן זיך מרחם געווען און געווארפן מער לייקס פון וויפיל איך האב געבעטן. אין דעם פאל האט תפילה נישט געהאלפן העלפט נאר דאפעלט

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 2, 2014 9:40 pm

· #181068
מ'האט מבער געווען יענע לייקס. יעצט בין איך אונטערשטעלינג מיט גאנצע 10.
😠 😠 😢 😢

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 1:52 pm

· #181230
ברוך השם איך האב געלייזט היינט א שיינע צאל לייקס. מיין פרוי מיינט אז איך בין בשמחה וועגן ס'איז אדר איך זאג איר נישט דעם אמת איך שעם זיך, אבער דא מעג איך יא אויסזאגן דעם אמת.

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 3, 2014 1:56 pm

· #181233
זאג איר אז ביסט טאקע נישט בשמחה וועגן אדר, אבער עס האט א שייכות צו אדר/מגילה. מאך איר פילן גוט!

יין שרף » מאנטאג פעברואר 3, 2014 4:57 pm

· #181287
עפעס קומט פאר מיט'ן נומבער '' פינעף אין צוואנציג'' , ס'האט א שייכות מיט מיר. ס'האט א שייכות מיט נאר שמוציגע ארבעט. און ס'קען אויפרעגן מיינע קעגנער. אז קיינער וועט נישט כאפן וועל איך אויסזאגן...

יין שרף » מאנטאג פעברואר 3, 2014 5:34 pm

· #181316
איך האב מיר געשפארט $25 מיטן אליין אויפשטאפן אונזער טוילעט היינט...

דער (פינטעל) איד » דינסטאג פעברואר 4, 2014 12:15 pm

· #181514
אחד מי יודע אחד אני יודע. שנעל שנעל ווער קען צוטרעפן באקומט א לייק! ס'האט א שייכות מיט מיר, ס'האט א שייכות מיט נאר ריינע ארבעט

דער (פינטעל) איד » דינסטאג פעברואר 4, 2014 1:39 pm

· #181531
איך וועל נישט קענען זיין דא היינט צו פיל איך דארף ערלעדיגן זאכן מער ווי געווענליך. דער לייק סיסטעם ארבעט אבער ווייטער געהעריג און איך נעם געהעריג אן לייקס איך וועל אלעס זען ווען איך קום צוריק. מיט א דאנק פון פאראויס.

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 16, 2014 5:00 pm

· #184053
שלשה עשר מי יודע?
א שטארקע דבר המסיום
נו רבויתי
ווער קען געס'ן?

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 16, 2014 7:20 pm

· #184094
כ'וועל פרובירן נאכאמאל. שבעה מי יודע?

טיטאניק » זונטאג פעברואר 16, 2014 8:05 pm

· #184108
דער (פינטעל) איד
כ'וועל פרובירן נאכאמאל. שבעה מי יודע?

שוין נישט שבעה
שוין ששה מי יודע
ששה אוועק פון דער אלף'ל

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 12:42 pm

· #187167
אחד מי ?
(איר באקומט א לייק פארן ענטפערן)

פלעין יודיש » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 2:37 pm

· #187211
ואת האלף

דער (פינטעל) איד » דינסטאג מערץ 4, 2014 12:56 am

· #188317
עשרה מי יודע?

דער (פינטעל) איד » דינסטאג מערץ 4, 2014 12:56 am

· #188319
און אחד מי יודע?

פלעין יודיש » דינסטאג מערץ 4, 2014 6:01 am

· #188337
דער (פינטעל) איד
עשרה מי יודע?

רעגאסטירט אקטובער 10 (עשר)

דער (פינטעל) איד » דינסטאג מערץ 4, 2014 11:49 am

· #188403
ניין, איך בין געווען צען לייקס אוועק פון 900. יעצט בין איך שוין ניין אוועק.

פלעין יודיש » דינסטאג יולי 8, 2014 9:08 am

· #210746
תרי''ג מי יודע?....
📎 1.JPG
בלאט: 1 2