☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » טעלעוויזיע סעריעס

טעלעוויזיע סעריעס

407 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5399
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

אלבערט איינשטיין » מוצ"ש יוני 25, 2022 8:08 pm

· #502967
Re: טעלעוויזיע סעריעס
שאלתיאל
אלבערט איינשטיין
בענדזשאמין פרענקלין
The Beauty Queen of Jerusalem, (מלכות היופי של ירושלים), איז גאר פיין און Binge Worthy. אונזער באקאנטע עקיבא (פון שטיסל) איז דער מעין עקטאר, לענ"ד טוט ער א בעסערע זשאב דארט ווי אויף שטיסל, בכלל האט די סעריע גאר גוטע עקטערס און זייער א שפאנענדע סטארי ליין. עס איז געשפילט און די יארן 1920-1940 און ארץ ישראל. עוועליבעל אויף נעטפליקס (TV-MA).
איך האלט עס אינמיטן קוקן. אבער איך בין זייער ענטוישט אז נעטפליקס האט נאר ארויס געגעבן האלב פון די שוי. ווען די גאנצע זאך איז שוין דא בעצם אויף די ישראלדיגע yes טיווי פראגראם. למעשה אויף טעלעגראם האב איך נישט געטראפן געהעריג אנדערע חלקים פון די שוי. אויב איינער האט א טעלעגראם טשענעל אדער גוגל דרייוו ווי מקען זעהן די גאנצע זאך וואס נעטפליקס האט נאך נישט ארויס געלייגט וואלט איך געהאט א קורת רוח.
דא דארף צו זיין

tg://join?invite=T2-OVTCnadgUAl1i
אבער איך זעה נישט אלעס דא

שמן למאור » זונטאג יוני 26, 2022 1:04 pm

· #503004
איך האלט אינמיטן, cosmos, a space time odyssey,
עס האט דרייצן חלקים, און צינעמט די גאנצע מהלך פון די סייענטיסטן איבער אוועלושן, און אלעס ארים, זייער אינטערסאנט פאר איינער וואס עס אינטערסירט אים וויסנשאפט

ער פארט אזוי ארים אין אזא מאשינקעלע, וואס קען פארן ווי שנעל ער וויל, און פארן צירוק און פאראויס אין צייט וויפול ער וויל, און קען ווערן גאר קליין, אזוי אז מען קען באזיכן אלטע פלאנטען, פון יארן צירוק, און זען די עתיד, ביזן אריינקריכן און באטראכטן די ען עי, און אטאמס,
צוזאמען מיטן באטראכטן די היסטאריע פון די סייענטיסטן וואס האבן עס אנטפלעקט,
זייער באלערנד,
ווארענונג: טייל זאכן קענען זיין א סתירה צו געוויסע אנגענימענע גלויבינגען, און לויט טייל קען עס מעגליך זיין כפירה

דא איז א טעלעגראם טשענעל ווי מען קען אראפלאדענען אלע עפיזאדן בחינם

https://t.me/joinchat/AAAAAEJk6uM81Fn9VQch5A

אז מען וויל שטאדירן סייענס און כפירה זאל מען עס כאטש טון ווי א חסידישע איד.... בחינם..

שמן למאור » זונטאג יוני 26, 2022 9:40 pm

· #503051
שאלתיאל
בענבען
איז דא עפעס פרישע גוטע ישראלישע סחורה?
בת השוטר
פמתא
אותונומי'
שטיסל
כיפת ברזל
בלקספייס
בעלת החלומות
זגורי אימפרי'
שבאבניקים
פאודה
המדרשה
סרוגים
תאגד

די אלע האב איך שוין געוואטשט ועוד
איך זוך נאך
כ'האב עס נאכנישט געוואטש אבער די דראמע סעריע טהרן הייסט צו זיין זייער גוט, אקארשט געענדיגט עונה 2 זיי האבן באקומען דער Ami פרייז דערויף.
איך האב אויך יעצט געענדיגט עונה ב' פון טעהראן, עס איז גאנץ גוט, איך מיין אבער אז עונה א' איז געווען בעסער,
דא איז א טעלעגראם טשענעל עס אראפצולאדענען

https://t.me/Tehran_levisdarot

סאנטיאגא » דינסטאג יולי 5, 2022 3:20 pm

· #503657
נעקסט לעוועל
איך האלט אינמיטן וואטשן א טי ווי סיריעס
Jane the virgin
אויף נעטפליקס, הויך רעקאמענדירט פאר קאפל׳ס
ראמענטיק, דראמא, לאוו, קריים, בקיצור א כל בו געאייגענט פאר א קאפל, סאיז איבער 100 עפיסזאדס, אנפאנג איז עס נאכנישט אזוי אינטערעסאנט, אבער נאך עטליכע עפיזאדס קען מען זיך שויניש אפרייסן
פון די פופציג שאוס וואס איך האב שוין געזעהן אין מיין לעבן, קען איך מעיד זיין אז פיר פון פינף שאו'ס כאפט מיר נישט גלייך. מיין כלל איז אלס אויב געדענק איך נאכנישט די מעין קערעקטערס ביים נאמען האב איך פשטות נאכנישט גענוג געקוקט דערפון.

דיסקלעימער: איך האב נישט געענדיגט פופציג שאו'ס, געענדיגט האב איך סך ווייניגער, איך האב אבער אנגעהויבן אסאך, געוויסע האב איך געלאזט לויפן ווייל נאך א שטיק צייט איז עס געווארן באורינג.

סאנטיאגא » דינסטאג יולי 5, 2022 3:47 pm

· #503659
יעצט קוק איך silicon valley א HBO show כ' האלט קוים ביים פערדן עפיסאוד, סא פאר איז עס זייער גוט. ס'רעדט זיך פון א גרופע פראוגרעמערס וואס וואוינען אין א אינקיובעטער רענט פרי בתנאי ווען זייער סטארט אפ הייבט זיך אן אנטוויקלען ווערט דער באלעבאס פון די הויז א געלט שותף. איך האב נישט פונקטליך ארויס די דיל, אבער עפעס אזוי. business insider טענה'ט אז זיי מאכן גאנץ פיין נאך וויאזוי ס'קוקט אויס אין ריל לייף. ס'האט גראדע ענליכקייטן צו The Big Bang ווער ס'האט שוין געוואטשט, אבער ס'איז אויך גאנץ אנדערש. דארט זיי זענען מער סייענטיסט נערדס, און די חברה זענען מער טעק סעווי/העקערס/פראוגרעמערס. ביידע זענען א באנדע אקווערד אינטראוועטס.

TJ Miller שפילט דער בעל דירה, איך גלייך זיין עקטן, ער פילט זיך משה גרויס ווי דעי גרויסע בחור וואס האלט זיך ער ווייסט אלעס.. זיין כאראקטער איז ווי די Kevin O'leary ווי מ'רופט עס א venture capitalist וואס איז דא פאר ביזנעס, ער דארף אפיצעל זיין א שטיקל מדריך וואס העלפט זיי וואקסן, אבער ער רייסט זיך ביי די קעפ מיט זיין טיעם, און זיי קומען זיך נישט די בעסטע דורך צווישן זיך, יעדער פילט threatened ביים צווייטן. ס'איז זיסע נייעס... אזוי ווי ביג בענג, זיי זענען גוט אין וואס זיי זענען גוט, אבער אלעס אנדערש איז א דיזעסטער, פירן א ביזנעס קענען זיי נישט, אקאונטינג, חשבונות, פארשטעלן א פרעזענטאציע זיין פראפעשינעל פאר אינוועסטארס איז א טשעלענדזש.. ס'איז קיוט צו זעהן זייער שלימזלנות... פאר מיר איז סתם אינטערסאנט צו באקומען א בליק איבער די הלוך ילך פון יענע חלק וועלט.

החוקר » מיטוואך יולי 6, 2022 10:31 am

· #503716
Re: טעלעוויזיע סעריעס
יוש איז די שוי געווען גוט. איך האב עס זייער געגליכן. איז מישמאש פון מאדנע כאראקטערן אז ס'איז געוואלדיג.

Just be Happy » מיטוואך יולי 6, 2022 10:53 am

· #503718
החוקר
יוש איז די שוי געווען גוט. איך האב עס זייער געגליכן. איז מישמאש פון מאדנע כאראקטערן אז ס'איז געוואלדיג.
וועלכע שוי?

כלבאשבוע » פרייטאג יולי 8, 2022 3:13 pm

· #503890
The Thief, His Wife and the Canoe

א נייע קורצע סעריע באזירט אויף א קרעזי אמתע מעשה

שאלתיאל » דאנערשטאג יולי 14, 2022 12:23 pm

· #504141
יעצט געענדיגט וואטשן תיק 512 א מערקוועדיגן דאקאמענטארי פון כאן 11 איבער דעם כאריזמאטישער מסוכנדיגער ישראל'ישן מאפיאנער יצחק אברג'יל וועלכע איז פאר א שטיק צייט געווען דער גרעסטע דראגס האנדל מאפיאנער איבערן וועלט און דער באס פון דער גרעסטע איזראעלישן מאפיא. ער איז לעצטנס פאראורטיילט געווארן אויף דריי לעבנסלענגליכע טערמינען +30 יאר נאך א שווערע ברייטפארצווייגטע מיסיע וועלכע איז געלויפן במשך 11 יאר.

כלבאשבוע » דאנערשטאג יולי 14, 2022 7:27 pm

· #504165
יא, אויך געוואטשט תיק 512 און הנאה געהאט

בכלל איז כאן 11 געוואלדיג לעצטענס, מיט תוכנדיגע און אינטערעסאנטע דאקומענטערי סעריעס ווי למשל:

אייכמן ההקלטות האבודות - די געשיכטע ארום די אייכמאן פראצעס און לעצטע נייע אויפדעקונגען וועגן אייכמאןס אייגענע הודאה איבער זיינע שוידערליכע מעשים, סהאט גאנץ שאקירנדע אויפדעקונגן אויף וואס ספארלאנגט זיך עכט א עקסטערע אשכול
אויבים - א איבערזיכט איבער אראבישע דיקטעטערס און שונאי ישראל באגלייט פון א שפיאנאזש קוק ווינקל
לא מאמינים - קורצע אינטערוויוס מיט אינטערעסאנטע קוריאזע מענטשן אדער מענטשן וואס זענען דורך אינטערעסאנטע און אומגלויבליכע עפיזאדן, אזא מין גינעס ווארלד אף רעקארדס נאר ווי יעדער איז א איד און די גאנצע שוי איז קווירקי אדאנק די האוסט יצחק מנדל וואס שפילט אליינס די ראלע פון א קוריאז
כהאב אויך ליב די נייע סעריע הטעויות המוצלחות שלי ווי מענטשן רעדן אפן וועגן זייער דורכפעלער, סאיז אבער נאר אינטערעסאנט פאר איינער וואס האלט מיט איזרעלי פאליטיקס און קולטור פון די נאנט

אבער גארנישט קומט נישט צו צו מנאייכ, לכאורה איינס פון די בעסטע איזרעלי טעלעוויזיע סעריעס וואס מהאט נאר אמאל פראדוצירט וואס ברענגט ארויס די געפערליכע קארופשן וואס גייט פאר אין ארץ ישראל, סאיז אטעם פארכאפענד און העכסט דראמאטיש מיט טאפ עקטערס, סהאלט יעצט כמעט ביים סוף פון די צווייטע סעזאן און די שוי וועט נאך גיין ווייט

סאנטיאגא » דאנערשטאג יולי 14, 2022 8:24 pm

· #504169
שאלתיאל
יעצט געענדיגט וואטשן תיק 512 א מערקוועדיגן דאקאמענטארי פון כאן 11 איבער דעם כאריזמאטישער מסוכנדיגער ישראל'ישן מאפיאנער יצחק אברג'יל וועלכע איז פאר א שטיק צייט געווען דער גרעסטע דראגס האנדל מאפיאנער איבערן וועלט און דער באס פון דער גרעסטע איזראעלישן מאפיא. ער איז לעצטנס פאראורטיילט געווארן אויף דריי לעבנסלענגליכע טערמינען +30 יאר נאך א שווערע ברייטפארצווייגטע מיסיע וועלכע איז געלויפן במשך 11 יאר.
זיי זאגן מיר דאס איז נישט אוועילבל פאר אונז אמעריקאנע לוזערס...

ס'האט סובטייטלס?

כ'האב נאר געוואטש אפאר עפיזאדן פון חסידיסטוק פון כאן 11 און כ'האב געהאלטן אז ס'איז היבש פראפעסינאל צאמגעשטעלט.

שאלתיאל » פרייטאג יולי 15, 2022 9:24 am

· #504186
סאנטיאגא

https://www.sdarot.buzz/watch/8113

איך אויך » מיטוואך יולי 20, 2022 7:26 pm

· #504608
איך אויך
פאודה גרייט זיך אויף א פערדע עונה, די חידוש דאסמאל איז אז עס איז פילמירט נישט נאר אין א''י נאר אויך אין אויסלאנד.
די ערשטע עפיזאד איז שוין ארויס.

איך אויך » מיטוואך יולי 20, 2022 7:27 pm

· #504609
כלבאשבוע
מנאייכ סעזאן 2 הייבט זיך אן נעקסטע וואך
8 עפיזאדן זענען ארויס.

איך אויך » זונטאג יולי 24, 2022 7:53 pm

· #504921
https://www.youtube.com/watch?v=KbrAXg9RDWU&ab_channel=reshettv

וויפיל שחקנים פון מנאייכ קענט איר דא טרעפן? ווי אויך דער באקאנטער אבי פון הבורר.

(גראדע א אלטע שטיקל פראבלעם, דער גאנצע איזרעילי עקטער מארקעט איז פיטצי, עם איז ממש אוממעגליך צו וואטשן זייערס א שאו און זיך נישט אנשטויסן איבער און איבער אין די זעלבע שחקנים ושחקניות).

אדמור מקרייניץ זצל » זונטאג יולי 24, 2022 8:46 pm

· #504924
ווער וויל זוכה זיין אין א גרויסע מצווה און עס דרייבן?

כלבאשבוע » זונטאג יולי 24, 2022 9:50 pm

· #504929
איך אויך
כלבאשבוע
מנאייכ סעזאן 2 הייבט זיך אן נעקסטע וואך
8 עפיזאדן זענען ארויס.
היינט געווען די לעצטע עפיזאד, זייער א שטארקע סעזאן געווען

די שטארקייט פון מנאייכ איז אז סאיז ממש ריכטיג משקף די מציאות פון קארופשען אין מדינת ישראל ווי שוין געשמועסט און סגייט נישט לויט די טיפיקל פארמולע פון העפי ענדינגס ווי אלעס ווערט שיין מסודר צום סוף, פארשטייט זיך אז א חלק דערפון האט צוטון מיט דעם אז זיי לאזן בכוונה אפען פארשידענע שטיקלעך אלץ א הכנה פארן נעקסטן סעזאן

שטארק רעקמאנדירט

כלבאשבוע » זונטאג יולי 24, 2022 10:56 pm

· #504933
איך אויך
https://www.youtube.com/watch?v=KbrAXg9RDWU&ab_channel=reshettv

וויפיל שחקנים פון מנאייכ קענט איר דא טרעפן? ווי אויך דער באקאנטער אבי פון הבורר.

(גראדע א אלטע שטיקל פראבלעם, דער גאנצע איזרעילי עקטער מארקעט איז פיטצי, עם איז ממש אוממעגליך צו וואטשן זייערס א שאו און זיך נישט אנשטויסן איבער און איבער אין די זעלבע שחקנים ושחקניות).
כדערקען פרוספר פארשטייט זיך (איזי בכר) און מאיר אוחנה (מאיר שמר), סדא נאך? און ביסט זיכער אז אבי פון הבורר עקט אויף מנאייכ?

אדמור מקרייניץ זצל » מאנטאג יולי 25, 2022 9:57 am

· #504951
איך אויך
https://www.youtube.com/watch?v=KbrAXg9RDWU&ab_channel=reshettv

וויפיל שחקנים פון מנאייכ קענט איר דא טרעפן? ווי אויך דער באקאנטער אבי פון הבורר.

(גראדע א אלטע שטיקל פראבלעם, דער גאנצע איזרעילי עקטער מארקעט איז פיטצי, עם איז ממש אוממעגליך צו וואטשן זייערס א שאו און זיך נישט אנשטויסן איבער און איבער אין די זעלבע שחקנים ושחקניות).
ער דערמאנט שוין דעם פראבלעם
https://www.kan.org.il/page.aspx?landingPageId=1009

כלבאשבוע » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 8:59 pm

· #506008
אגדת חורבן פון כאן, א הערליך געמאלענע פארשטעלונג וועגן חורבן בית שני באגלייט דורך פראפעשענעל עקטערס ווי שולי רנד און נאך

דא איז די ענגלישע טרעילער
https://www.youtube.com/watch?v=Z-ll556L9tg

און אויף טעלעגראם
https://t.me/Legend_of_Destruction

שאלתיאל » דינסטאג אוגוסט 9, 2022 12:27 pm

· #506042
כלבאשבוע
אגדת חורבן פון כאן, א הערליך געמאלענע פארשטעלונג וועגן חורבן בית שני באגלייט דורך פראפעשענעל עקטערס ווי שולי רנד און נאך

דא איז די ענגלישע טרעילער
https://www.youtube.com/watch?v=Z-ll556L9tg

און אויף טעלעגראם
https://t.me/Legend_of_Destruction
קריטיק פון ד"ר משה רט איבער דער פילם
https://www.facebook.com/moshe.ratt/posts/pfbid0w1Mo4VWRYiRbqT3g3CsrisdaQwUJDGKKST1QpJoVFcPWZFDUA2DUXQdh1qeSQMrdl

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 9, 2022 6:08 pm

· #506068
Suits איז פיין.

צפת » דינסטאג אוגוסט 9, 2022 9:01 pm

· #506074
איך וויל זייער שטארק זען די 'אגדת חורבן', אבער עס שטייט דארט אז מיר אמעריקאנער קענען דאס נישט זען.

איז דא ערגעץ וואו מען קען עס זען געהעריג?

כלבאשבוע » דינסטאג אוגוסט 9, 2022 9:22 pm

· #506078
https://www.sratim.tv/movie/10952

אויך אויף טעלעגראם

סאנטיאגא » זונטאג אוגוסט 14, 2022 12:33 pm

· #506359
כלבאשבוע
איך אויך
כלבאשבוע
מנאייכ סעזאן 2 הייבט זיך אן נעקסטע וואך
8 עפיזאדן זענען ארויס.
היינט געווען די לעצטע עפיזאד, זייער א שטארקע סעזאן געווען

די שטארקייט פון מנאייכ איז אז סאיז ממש ריכטיג משקף די מציאות פון קארופשען אין מדינת ישראל ווי שוין געשמועסט און סגייט נישט לויט די טיפיקל פארמולע פון העפי ענדינגס ווי אלעס ווערט שיין מסודר צום סוף, פארשטייט זיך אז א חלק דערפון האט צוטון מיט דעם אז זיי לאזן בכוונה אפען פארשידענע שטיקלעך אלץ א הכנה פארן נעקסטן סעזאן

שטארק רעקמאנדירט
ס'קוקט אויס, פון די קאנטעקסט ווי די פלאט קריטיקירט די משטרה, בין איך גערעכט? אויב יא איז דאס א וויכטיגע שאו.

איך בין נישט קיין גרויסע פען פון קאפ שאוס, אבער אויב די עקטינג איז גוט קען איך עס אויסטשעקן און געבן א רעצענזיע. איך האלט זייער פון טרויעריגע ענדינגס, ס'ברעכט די רול פון דראמא אז די קאנפליקט ווערט רעסאלווט. און אז א מעשה ענדיגט זיך נישט גוט וואקסטו אוועק מיט א ביטערן טעם אין מויל. אבער פון די צווייטע זייט איז אזוי אין ריל לייף, האלט איך ס'קען געבן א פלאט מער עכטקייט און דו פארגעסט עס נישט אזוי שנעל ווי א פרייליכע ענדע.

אויב אפרישיעיט איר סטרוקטור פון פיקציע איז כדאי צו וויסן די זאכן
דא גיט ער אפאר משלים פון רעסעלושן
http://www.woodheadpublishing.com/literary-devices/resolution

סאנטיאגא » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 8:18 pm

· #506761

מרדכי מרדכי » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 10:12 pm

· #509637
יעצט ווען עס הייסט זיך אן די נייע סעזאנען פון אסאך סעריעס איז דא א טעלעגראם טשענעל וואס אפדעיט גוט?

סאנטיאגא » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 7:08 pm

· #509709
מרדכי מרדכי
יעצט ווען עס הייסט זיך אן די נייע סעזאנען פון אסאך סעריעס איז דא א טעלעגראם טשענעל וואס אפדעיט גוט?
די פארלעסליכ'סטע וועג איז צו צאלן פאר וואס מ'דארף. בדוק ומנוסה.

מרדכי מרדכי » מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2022 10:50 pm

· #509772
סאנטיאגא
מרדכי מרדכי
יעצט ווען עס הייסט זיך אן די נייע סעזאנען פון אסאך סעריעס איז דא א טעלעגראם טשענעל וואס אפדעיט גוט?
די פארלעסליכ'סטע וועג איז צו צאלן פאר וואס מ'דארף. בדוק ומנוסה.
קומט אויס צופיל געלט

נעקסט לעוועל » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 9:31 pm

· #509804
סאנטיאגא
מרדכי מרדכי
יעצט ווען עס הייסט זיך אן די נייע סעזאנען פון אסאך סעריעס איז דא א טעלעגראם טשענעל וואס אפדעיט גוט?
די פארלעסליכ'סטע וועג איז צו צאלן פאר וואס מ'דארף. בדוק ומנוסה.
יעפ איך צאל ערליך נעטפליקס יעדן חודש, זיי האבן אבער נישט אלעס, און זענען נישט אזוי אפדעטעד (און בין א חובב פונעם איזרעילי דשאנער)
און HBO בינעך אויסגעשפיעלט און זיי ערלויבן עס נישט אינעם קאנטרי זאנע מיינע...(געטוישט לאקאציע מיט ווי פי ען...און.. גארנישט !, באט געטשארדט מיין קארטל האבן זיי, א באנדע ****...)

סאנטיאגא » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:13 pm

· #509886
מרדכי מרדכי
סאנטיאגא
מרדכי מרדכי
יעצט ווען עס הייסט זיך אן די נייע סעזאנען פון אסאך סעריעס איז דא א טעלעגראם טשענעל וואס אפדעיט גוט?
די פארלעסליכ'סטע וועג איז צו צאלן פאר וואס מ'דארף. בדוק ומנוסה.
קומט אויס צופיל געלט
וועלכע שאו זוכסטו צו קוקן?

סאנטיאגא » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 pm

· #509887
נעקסט לעוועל
סאנטיאגא
מרדכי מרדכי
יעצט ווען עס הייסט זיך אן די נייע סעזאנען פון אסאך סעריעס איז דא א טעלעגראם טשענעל וואס אפדעיט גוט?
די פארלעסליכ'סטע וועג איז צו צאלן פאר וואס מ'דארף. בדוק ומנוסה.
יעפ איך צאל ערליך נעטפליקס יעדן חודש, זיי האבן אבער נישט אלעס, און זענען נישט אזוי אפדעטעד (און בין א חובב פונעם איזרעילי דשאנער)
און HBO בינעך אויסגעשפיעלט און זיי ערלויבן עס נישט אינעם קאנטרי זאנע מיינע...(געטוישט לאקאציע מיט ווי פי ען...און.. גארנישט !, באט געטשארדט מיין קארטל האבן זיי, א באנדע ****...)
איך ווייס נישט וואו דו וואוינסט, אבער איך ווייס אז נעטפליקס מאכט נישט אלעס עוועילעבל אין אלע קאנטריס. למשל How I Met Your Mother קען מען זעהן אין די UK אבער נישט אין אמעריקע. אזוי איז מסתם מיט נאך קאנטענט

איך צאל פאר HBO דורך Hulu און איך האב מער ווייניגער אלעס וואס זיי שטעלן צו. איך האב עי פי קעי'ס מיט אלע טאראנט חזיר'יי און איך צאל נאך אלס ווי א טאטע'לע ווייל דאס איז נאך אלס א וודאי... איך האב מיך געלערנט, אויסשפילן איז גוט ווען ס'קומט אן גרינג, איינמאל מ'שפארט עס אפ דארפסטו אנהייבן פון פריש.. איז וואס ווילט עטס, איך זאל נאך שטיין און אויספיגערן טארענט האוסטס ביי די פיר און זעכציג?

תרמב » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 3:45 am

· #509894

ביז די פיר און זעכציג קענסטו אויספיגערן טארענטס, און פון די 64 צאלן ווי א טאטעלע, א שאד צו צאלן ביז דעמאלטס....

עניוועי, איך זוך ווי איך קען זעהן שנות השמונים, די סדרות וועבסייט ארבעט עפעס נישט ביי מיר פאר די לעצטע שטיק צייט, דער זייטל עפענט זיך אבער עס איז קיינמאל נישט דא קיין סערווער פאר מיר.

אדמור מקרייניץ זצל » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 7:17 am

· #509896
קענסט עס זעהן דא
https://13tv.co.il/featured-series/1990s/

Just be Happy » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 11:02 am

· #509899
אדמור מקרייניץ זצל
קענסט עס זעהן דא
https://13tv.co.il/featured-series/1990s/
אדער אויף טעלעגראם https://t.me/shnotashmonimking

תרמב » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 11:31 am

· #509901
איינער האט מיר געשיקט א גוגל דרייוו אין אישי, תשוחח"ל, אז איינער דארף עס קען מען עס מיר בעטן, די לינק פון רשת 13 העלפט מיר נישט ווייל עס קומט ארויף התוכן אינו זמין לצפייה, און טעלעגראם איז געבלאקט ביי מיר, אבער א גרויסע יישר כוח עניוועי פארן זיך באמיען צו ענטפערן, איטס ריעלי אפרישיעטעד.

טאמבל סאס » מאנטאג אקטאבער 3, 2022 5:06 pm

· #509999
שאלתיאל
יעצט געענדיגט וואטשן תיק 512 א מערקוועדיגן דאקאמענטארי פון כאן 11 איבער דעם כאריזמאטישער מסוכנדיגער ישראל'ישן מאפיאנער יצחק אברג'יל וועלכע איז פאר א שטיק צייט געווען דער גרעסטע דראגס האנדל מאפיאנער איבערן וועלט און דער באס פון דער גרעסטע איזראעלישן מאפיא. ער איז לעצטנס פאראורטיילט געווארן אויף דריי לעבנסלענגליכע טערמינען +30 יאר נאך א שווערע ברייטפארצווייגטע מיסיע וועלכע איז געלויפן במשך 11 יאר.
א גרויסן דאנק שאלתיאל. כ'האב גאר הנאה געהאט פון דעם סיריעס. ס'איז עפעס מורא'דיג. אינטרעסאנט ווי גוט מ'קען עס מאכן בלויז מיט ציטאטן פון טעלעפאן קאלס, געשפרעכן, מסמכים, און CCTV פון אויספארשונגען. וואס נאר די איזראעליס קענען..

דריי נקודות:
די קאופּינג מעקאניזםס וואס יצחק נוצט קעגן די אויספארשער איז ממש אויפ'ן האר די זעלבע וואס איך פלעג נוצן אין חדר מיט מיינע רעבעס און מנהלים. (הגם מיך האט מען באשולדיגט מיט פיהל לייכטערע זינד.) ער האט מיר צוריקגענומען צו די קינדער יארן. נעבעך..

כ'האב הנאה ווי איינער פון די גרופע זאגט דארט פאר די אויספארשער בערך אזוי: כ'הייב נישט אן צוהאבן קיין אהנוג וואס עטס ווילטס פון מיר האבן. פארוואס קענט עטס נישט רעדן נארמאל? "מען באשולדיגט דיר מיט אזוי און אזוי. דאס און דאס זענען די באווייזן. ביסטו מודה אדער נישט?" און אויב כ'וועל דעמאלטס נישט ענטפערן קענט עטס אנפאנגען שרייען אבער כעת גייט איר ארום סחור סחור אזוי אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס די מדובר איז אפילו..
בכלל, זעהט מען אז חוץ פון די עבירות איז דא צווישן די אויספארשער אין די סוטס (חוץ דער פראסעקיוטער וואס קומט דאך אויך פון דער זעלבער בעקגראונד) און די קרימינאלן אין די ארענדזשע בגדים א פונדעמענטאלער דיפרענץ אין די וועג ווי אזוי זיי קאמיוניקירן. בעת ווען די ערשטע קאמיוניקירן שטענדיג מיט א פארמאלע, אויסערליכע ארטיפישעל לעיער פון העפליכקייט, דעטעטשמענט און ווייסע ליגנטס טוען די לעצטע אייביג רעדן פרענק, צום פינטל און מיט פערסאנאליטי אדער כאריזמע וואס איז שווער נישט צו מיסן, מיט די אלע עבירות וואס זיי האבן אפגעטוהן.. אלמאָסט עז איף פון הארץ ארויס.

א דריטע אנמערקונג: מען קען דא באשיינפערליך זעהן נאך א דוגמה פון דאס וואס כ'האב געשריבן אין אן אנדערען אשכול, וואו די וואס האבן נישט נאר אייגענטליך אפגעטוהן די עקטשועל זינד פון הארגענען א מענטשן נאר פעלן נאכדערצו נאכדעם אויך דעם מצפון פון לאיאליטעט צו זייערע חבירים -- צו די וואס האבן עקשולי א ווייניגערע מעשה געטוהן פון זיי, און האבן קיין שום פראבלעם צו ראַטן אויף זיי אבי זייערע הויט זיך צו ראטעווען און אנשטעלן א פנים פון חרטה נאך.. -- זיי דוקא זענען די וואס קומען לייכטער אפ אבער די וואס האבן נאר געהייסן - "גערעדט" - און געגיבן 'באפעהלן', זיי זענען די וואס מען באשטראפט דאס הארבסטע. תמיהנו, וואספארא פאלשע וועלט.
נאך מער, דו אויספארשער, וואו קענסטו גלייבן מער עמיצער וואס האט קיין פראבלעם בידיים צו פארברענען אדער באגראבן א מענטשן לעבעדיגערהייט, ווי דער יעניגער וואס האט נאר געגיבן באפעהלן פאר אנדערע צוטוהן בעת וואס מען זעהט אז ער פארמאגט כאטשיק נאך מענטשליכע געפיהלן צו פריינד, משפחה און פרוי און קינדער? וואט דע פ***?

איך אויך » דינסטאג פעברואר 21, 2023 8:50 pm

· #517424
געוואטשט די ערשטע 2 עפיזאדן פון די נייע איזרעילי סעריע 'איסט סייד' און עס איז א פיינע דראמא.

מען האט שוין אמאל געשמיעסט אז די מארקעט פון איזרעלי עקטארס איז ממש קליין און רוב וועט איר דערקענען פון אנדערע שאוס.

חמלה גדולה » דינסטאג אפריל 11, 2023 2:32 pm

· #521113
jury duty

GENIUS
evrybody is an actor besides one guy

צקון לחש » זונטאג אפריל 16, 2023 3:06 pm

· #521342
חמלה גדולה
jury duty

GENIUS
evrybody is an actor besides one guy
מאסיוו! יש"כ

מרדכי מרדכי » זונטאג אפריל 16, 2023 5:20 pm

· #521357
זעהט אויס אינטערעסאנט, אפשר וועל איך עס צולייגן צו מיין ליסט.

לעצטנס איז ארויסגעקומען עטליכע נייע שאוס וואס איך האב נישט געהאט צייט צו קוקן אויב איינער רעקאמענדירט זאל ער ביטע לאזן וויסן
1. Night court
2. Accused
3. The company you keep

אברמי פון בארא פארק » מאנטאג אפריל 17, 2023 12:14 pm

· #521526
מרדכי מרדכי
זעהט אויס אינטערעסאנט, אפשר וועל איך עס צולייגן צו מיין ליסט.

לעצטנס איז ארויסגעקומען עטליכע נייע שאוס וואס איך האב נישט געהאט צייט צו קוקן אויב איינער רעקאמענדירט זאל ער ביטע לאזן וויסן
1. Night court
2. Accused
3. The company you keep
Accused איז גאר א גוטע שאוי. יעדער עפיזאד איז א באזונדערע מעשה וואו מ'זעט איינער וואס איז אנגעקלאגט געווארן מיט עפעס אן ערנסטע קלאגע, און דער עפיזאד גיבט דער גאנצער background פארוואס און וויאזוי יענער איז אנגעקומען צום באשולדיגונגס באנק. די מעשיות זענען געווענליך היבש עמאציאנאל און מאראליש קאמפליצירט. שטארק רעקאמענדירט.
Night court איז עפעס א קאמעדי פון א געריכט זאל וואס איך האב נישט געקענט ווייטער קוקן נאך די צווייטע עפיזאד. היפש נאריש פאר מיין טעיסט.
The company you keep איז אויף מיין ליסט, דערווייל נאכנישט עספייעט עס צו קוקן.

גאר נייגעריג » מאנטאג אפריל 17, 2023 4:27 pm

· #521557
סאנטיאגא
כלבאשבוע
איך אויך
כלבאשבוע
מנאייכ סעזאן 2 הייבט זיך אן נעקסטע וואך
8 עפיזאדן זענען ארויס.
היינט געווען די לעצטע עפיזאד, זייער א שטארקע סעזאן געווען

די שטארקייט פון מנאייכ איז אז סאיז ממש ריכטיג משקף די מציאות פון קארופשען אין מדינת ישראל ווי שוין געשמועסט און סגייט נישט לויט די טיפיקל פארמולע פון העפי ענדינגס ווי אלעס ווערט שיין מסודר צום סוף, פארשטייט זיך אז א חלק דערפון האט צוטון מיט דעם אז זיי לאזן בכוונה אפען פארשידענע שטיקלעך אלץ א הכנה פארן נעקסטן סעזאן

שטארק רעקמאנדירט
ס'קוקט אויס, פון די קאנטעקסט ווי די פלאט קריטיקירט די משטרה, בין איך גערעכט? אויב יא איז דאס א וויכטיגע שאו.

איך בין נישט קיין גרויסע פען פון קאפ שאוס, אבער אויב די עקטינג איז גוט קען איך עס אויסטשעקן און געבן א רעצענזיע. איך האלט זייער פון טרויעריגע ענדינגס, ס'ברעכט די רול פון דראמא אז די קאנפליקט ווערט רעסאלווט. און אז א מעשה ענדיגט זיך נישט גוט וואקסטו אוועק מיט א ביטערן טעם אין מויל. אבער פון די צווייטע זייט איז אזוי אין ריל לייף, האלט איך ס'קען געבן א פלאט מער עכטקייט און דו פארגעסט עס נישט אזוי שנעל ווי א פרייליכע ענדע.

אויב אפרישיעיט איר סטרוקטור פון פיקציע איז כדאי צו וויסן די זאכן
דא גיט ער אפאר משלים פון רעסעלושן
http://www.woodheadpublishing.com/literary-devices/resolution
מנאייכ גייט ארויס קומען מיט די 3'טע סעזאן! מ'האט היינט אנגעפאנגען צו רעקארדירן. 📎 Ft59-hvXwAYyVGj.jpg [רועי עידן]

מרדכי מרדכי » מאנטאג אפריל 17, 2023 10:23 pm

· #521584
איינער פון די מעין עקטארס אויף מנאייכ "שלום אסייג" גייט אנצונדן א פאקל אין יום העצמאות

בית יוסף » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 10:14 am

· #521905
חמלה גדולה
jury duty

GENIUS
evrybody is an actor besides one guy

Highly recommended for a good laugh

האי פרושא » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 12:03 pm

· #521934
אמעריקאנע ריעליטי טיווי שויס וואטשט קיינער נישט?

סמבטיון » זונטאג אפריל 23, 2023 4:40 pm

· #522255
יעצט ארויס א נייע סעריע rough diamonds איך האב עס נאך נישט געזעהן, איך זעה אבער אז אין יעדן עפיזאד זענען דא חסידישע יודן, קען איינער אריינקומען וואס עס רעד זיך וועגן און אויס עס איז אינטרעסאנט?

שאלתיאל » זונטאג אפריל 23, 2023 6:15 pm

· #522261
סמבטיון
יעצט ארויס א נייע סעריע rough diamonds איך האב עס נאך נישט געזעהן, איך זעה אבער אז אין יעדן עפיזאד זענען דא חסידישע יודן, קען איינער אריינקומען וואס עס רעד זיך וועגן און אויס עס איז אינטרעסאנט?
ס'איז א בעלגישע-איזראעלי סעריע וואס איז ארויף אויף נעטפליקס. ס'פאלגט נאך א פרומע פאמיליע אין אנטווערפן וואס האנדלט אין די אנטווערפענע דיימענט אינדעסטעריע. כ'האב נישט געוואטשט אבער כ'ווייס אז זיי האבן מיטגעארבעט מיט א היימישע איד און געהאט ערנסטע עדווייז אויף די אידישע חלקים דערפון.

שערי יושר » זונטאג אפריל 23, 2023 8:01 pm

· #522284
Re: טעלעוויזיע סעריעס
בית יוסף
חמלה גדולה
jury duty

GENIUS
evrybody is an actor besides one guy

Highly recommended for a good laugh
זייער הנאה געהאט

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk

סאנטיאגא » פרייטאג אפריל 28, 2023 12:07 pm

· #523172
האי פרושא
אמעריקאנע ריעליטי טיווי שויס וואטשט קיינער נישט?
א גרויסער עולם וואטשט שארק טענק
אמעריקע'ס גאט טעלענט
די וואויס
ביג בראדער
מעסטערשעף
די אנדערע צוועלף פון גארדאן רעמסי פאר
Survivor איז גאנץ אינטערסאנט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9