☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » מצוה לפרסם; שלאנג קומט צו אינטערנעט באניצער

מצוה לפרסם; שלאנג קומט צו אינטערנעט באניצער

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5373

ידען » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:00 pm

· #166750
מצוה לפרסם; שלאנג קומט צו אינטערנעט באניצער
דע שבת האב איך געזעהן א מעשה אין די בלאט און דער איד אז א שלאנג איז געקומען צוויי מאל צו א מענטש וואס האט געהאט אינטערנעט.

סקלענע רבי שליט״א האט געזאגט אז סיז א מצוה צו מפרסם זיין, קים איך שנעל מוצאי שבת און איך שרייב די מעשה אויף די אינטערנעט..

איך מיין אז סע שטייט נישט וועגען א פילטער נאר אז מע האט געניצט אינטערנעט.

די מעשה איז אז איינער אין מאנסי האט געהאט אינטענעט אין דער היים און א שלאנג איז געקומען ביי זיין הויז און ער האט געטראכט וואס קען זיין אז א גרויסע שלאנג קומט צו איהם? האט ער געטראכט אז פורץ גדר ישחנו נחש און האט אוועק געווארפען די אינטערנעט.

זיבען חדשים שפעטער האט ער געדארפט עפעס האבען די אינטערנעט אין זיין הויז און א שלאנג איז נאך אמאל געקומען.

מע האט עס פארציילט פאר טעג מאנסי און זיי האבען געזעהן אפענע זאכען ביי די אינטערנעט.

מנשה לוסטיג » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:04 pm

· #166751
יא, ממש א טאג דערויף האט איינער געזען א ראקון אין זיין בוידעם.. ער האט נישט געוואוסט וואס דאס דארף באדייטן, ווייל ער האט נישט געהאט די טמא'נע כלים אין זיין באזיץ.
ער האט געצימבעלט זיין בני בית ביז זי האט מודה געווען אז זי האט טעקסט.

דער (פינטעל) איד » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:06 pm

· #166752
איך גלייב גראדע יא דע געשיכטעס.

זינט איך האב אינטערנעט איז דא א מייזל ממש נעבן מיר ס'רירט זיך נישט אוועק

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:09 pm

· #166753
רבותי מגייט זעהן אין בארא פארק מער שלענג ווי קאר'ן,
אויך וויל איך מפרסם זיין איך האב א דירה אין א עפארטמענט בילגינג, די שלאנג אינדרויסען האט גארנישט מיט מיך, מיין שכן האט אינטערנעט, איך שלעף נאר ווי פיי,

ברוך שאמר » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:12 pm

· #166754
דער (פינטעל) איד
איך גלייב גראדע יא דע געשיכטעס.

זינט איך האב אינטערנעט איז דא א מייזל ממש נעבן מיר ס'רירט זיך נישט אוועק

לייג א בילד פין ר'שעילע 😛

אפטעמיסט » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:16 pm

· #166755
איך האב אויך געזעהן אפענע מופתים. ווילאנג כהאב געהאט א קאמפיוטער האב איך באקומען וויירעסעס, זייט כהאב עס אוועק געווארפן ווייס איך נישט פון אזא פראבלעם. רבותי, יש מנהיג לבירה.

ידען » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:17 pm

· #166756
דער איד
📎 image.jpg

רויטע וואנצעס » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:48 pm

· #166769
איך האב נישט געגלייבט די מעשה, ווי קען זיין איך האב נישט א שלאנג ביי מיר, אבער מ'דארף דאך גלייבן, האב איך אויפגעפענט דעם קאמפיוטער באקס און... אמת הדברים איך האב אויך א שלאנג. בייגעלייגט איז א בילד. (אויב דער בלאט זעהט דא מיין הודעה, ביטע אריינלייגן אין בריוו אפטיילונג נעקסטע וואך, א דאנק)
download.jpg

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:51 pm

· #166771
מע האט עס פארציילט פאר טעג מאנסי און זיי האבען געזעהן אפענע זאכען ביי די אינטערנעט.

אויף טעג'ס אינטערנעט קען מען זען אפענע זאכן? איך גיי אהין.

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:55 pm

· #166778
אפטעמיסט
איך האב אויך געזעהן אפענע מופתים. ווילאנג כהאב געהאט א קאמפיוטער האב איך באקומען וויירעסעס, זייט כהאב עס אוועק געווארפן ווייס איך נישט פון אזא פראבלעם. רבותי, יש מנהיג לבירה.

און צו שרייבן די הודעה, ביסטו געגאנגען בארגן דיין שכנ'ס אינטערנעט און קאמפיוטער???!!! 🙄 😈

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:58 pm

· #166779
רויטע וואנצעס: איך האב נאר איין שאלה. וויאזוי איז מעגליך אז דער שלאנג, אדער די שלאנג'טע איז נישט צומאלן געווארן דורך דעם "קאאלינג פען" אין דיין קאמפיוטער, רח"ל.?! 😂 😎 🙄

דער (פינטעל) איד » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 7:59 pm

· #166780
ווען ער האט ווען שכל רופט ער ווען אן תהילים כולל און פונעם שלאנג וואלט נישט געבליבן א זכר , אבער א פראבלעם וואלט געווען פאר תהילים כולל צו פארשפרייטן דעם געלונגענעם מופת.

געפילטע פיש » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:05 pm

· #166783
ס'איז א מצוה מפרסם צו זיין, אז א שלאנג וואס מ'טרעפט אין די באוואוינטע געגענט אין מאנסי איז נישט קיין סכנה. אין ניו יארק סטעיט איז דא נאר דריי ספישיס פון גיפטיגע שלענג, און אין די באוואוינטע געגענט דרייען זיי זיך בכלל נישט. און די בילד וואס גייט ארום פונעם שלאנג זעט נישט אויס ווי קיין איין פון די דריי ספישיס פון גיפטיגע שלענג.

ארפכשד » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:16 pm

· #166791
<a class="postlink" href="http://www.dreammoods.com/dreamdictionary/s3.htm">http://www.dreammoods.com/dreamdictionary/s3.htm</a>

Snake

To see a snake or be bitten by one in your dream signifies hidden fears and worries that are threatening you. Your dream may be alerting you to something in your waking life that you are not aware of or that has not yet surfaced. Alternatively, the snake may be seen as phallic and thus symbolize temptation, dangerous and forbidden sexuality. In particular, to see a snake on your bed suggests that you are feeling sexually overpowered or sexually threatened. You may be inexperienced, nervous or just unable to keep up. If you are afraid of the snake, then it signifies your fears of sex, intimacy or commitment. The snake may also refer to a person around you who is callous, ruthless, and can't be trusted. As a positive symbol, snakes represent healing, transformation, knowledge and wisdom. It is indicative of self-renewal and positive change. In particular, dreaming of a red snake highlights the positive characteristics of the snake, as well as your fiery passion.
To see a baby snake in your dream means that you are underestimating some threat in your waking life.
To see the skin of a snake in your dream represents protection from illnesses.
To see a snake with a head on each end in your dream suggests that you are being pulled in two different directions. You are feeling overburdened and do not know whether you are coming or going. Your actions are counterproductive. Perhaps the dream represents some complicated love triangle. Alternatively, the dream signifies your desires for children. If you see a two-headed snake in your dream, then it refers to cooperation and teamwork in some relationship.
To dream of a snake without a head or without any eyes implies that you are refusing to see the danger in a situation. Alternatively, it means that you are being blindsided. To see a bodiless snake in your dream refers to some biting or cutthroat remarks.
To dream that a snake is being beheaded indicates that there is an issue that you are not confronting. You are refusing to face your fears.
To see a dead snake in your dream means that a threat has passed.
To dream that you are eating a live snake indicates that you are looking for intimacy or sexual fulfillment. Your life is lacking sensuality and passion. If you vomit or throw up the snake, then it may mean that you are overcompensating for something that is lacking in your life. You may be rushing into something.
To dream that a snake is eating another snake represents your drive and determination to succeed at whatever cost.

נולד מאוחר » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:16 pm

· #166793
געפילטע קודם כל ווער בוסטו צי זאגן מצוה לפרסם, מדארף זיין א סקולענער רבי פארדעם.
צווייטענס אויב האסט א בילד שטעל ארויף ביטע. מיין ווייב האט ספיקות אין די מעשה, אפשר א בילד וועט איר איבערצייגן.

היימישער ליטוואק » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:19 pm

· #166794
berlbalaguleh
רויטע וואנצעס: איך האב נאר איין שאלה. וויאזוי איז מעגליך אז דער שלאנג, אדער די שלאנג'טע איז נישט צומאלן געווארן דורך דעם "קאאלינג פען" אין דיין קאמפיוטער, רח"ל.?! 😂 😎 🙄

איר פרעגט אויף מעשי נסים?

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:27 pm

· #166798
געפילטע פיש
ס'איז א מצוה מפרסם צו זיין, אז א שלאנג וואס מ'טרעפט אין די באוואוינטע געגענט אין מאנסי איז נישט קיין סכנה. אין ניו יארק סטעיט איז דא נאר דריי ספישיס פון גיפטיגע שלענג, און אין די באוואוינטע געגענט דרייען זיי זיך בכלל נישט. און די בילד וואס גייט ארום פונעם שלאנג זעט נישט אויס ווי קיין איין פון די דריי ספישיס פון גיפטיגע שלענג.

מי שאמר לחומץ שידליק ולהגבהת עינים שיעשה גל של עצמות הוא יאמר לנחש וימית.

געפילטע פיש » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:35 pm

· #166801
נולד מאוחר
געפילטע קודם כל ווער בוסטו צי זאגן מצוה לפרסם, מדארף זיין א סקולענער רבי פארדעם.

די מצוה איז צו היטן אידישע פרויען פון איבעריגע שרעק, און ווער ווייסט, אפשר זיי ראטווען פון אומזינסטע הפלה צוליב די שרעק.
נולד מאוחר
צווייטענס אויב האסט א בילד שטעל ארויף ביטע. מיין ווייב האט ספיקות אין די מעשה, אפשר א בילד וועט איר איבערצייגן.

די בילד פארט ארום אויף וואטסעפ.
📎 snake.jpg

יאיר
מי שאמר לחומץ שידליק ולהגבהת עינים שיעשה גל של עצמות הוא יאמר לנחש וימית.

אם נטפלת למעשה ניסים קען עס שוין זיין א קענגערו פאר די זעלבע געלט. וואס דוקא א שלאנג?

zurich » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:38 pm

· #166803
קינדערליך הערטס אויף מיט די לצנות!

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:50 pm

· #166814
געפילטע פיש
אם נטפלת למעשה ניסים קען עס שוין זיין א קענגערו פאר די זעלבע געלט. וואס דוקא א שלאנג?

אין הכי נמי. איך זע טאקע יעצט אז דער באשעפער האט געשיקט א קאקאראוטש תיכף ווען איך האב געעפנט די וועב, און א פליג איז געקומען צופליען באלד ווי כ'האב געעפנט קאווע שטיבל. אוטש -- ס'בייסט!

ידען » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 9:26 pm

· #166826
א שלאנג ווייל הפורץ גדר ישכנו נחש

אפטעמיסט » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 9:32 pm

· #166828
אבי מ'טענה'ט אונזער דור איז געפערליך. אפילו אדם הראשון האט געהאט אינטערנעט, והא ראיה א שלאנג איז אים נאכגעלאפן. אככ, וואס רעד איך. סתם אינטערנעט האט ער געהאט? א סמארט פאון מיט אלע פיטשיווקעס. נישט סתם א שלאנג איז אים געקומען, א נחש הקדמוני.

ארפכשד » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 9:34 pm

· #166829
ביי מיין ווייב האט די מעשה געהאט גאר א פארקערטע affect. זי זיצט אויפן געוועב און געזעגענט זיך נישט ביז זי איז זוכה אליין צו זען דעם שלאנג בהקיץ! וויי וויי איז מיר. ווען זי זיצט ווען אויף נייעס וועבזייטלעך, ק"ש, אדער אפילו פארנאגראפיע מהיכי תיתי, אבער צו אלע שווארצע יאר זיצט זי מיר אויף shopping זייטלעך און ברענט אויס איין קרעדיט קארד נאך די אנדערע! ראטעוועט!

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 9:34 pm

· #166830
ידען
א שלאנג ווייל הפורץ גדר ישכנו נחש

דאס איז דאך געפילטע'ס קשיא, פארוואס שטייט הפורץ גדר ישכנו נחש, ס'איז דאך סייווי מעשה ניסים, וואלט שוין געקענט שטיין ישכנו קענגערו. אויף דעם זאגן די מפרשים אז אין הכי נמי, נאר די פסוק כאפט אן נחש וויבאלד סטאטיסטיקס ווייזן אז מענטשן דערשרעקן זיך מער ווען מען זאגט זיי אז א שלאנג וועט זיי בייסן ווי אז א קענגערו וועט זיי בייסן, אדער אז זיי וועלן אויפגיין אין עסיג'דיגע פלאמען, אדער אז זיי וועלן ווערן א גל של עצמות פון ר' זיידעלע קרעטשניפער'ס הקפדה.

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 9:34 pm

· #166831
אפטעמיסט
אבי מ'טענה'ט אונזער דור איז געפערליך. אפילו אדם הראשון האט געהאט אינטערנעט, והא ראיה א שלאנג איז אים נאכגעלאפן. אככ, וואס רעד איך. סתם אינטערנעט האט ער געהאט? א סמארט פאון מיט אלע פיטשיווקעס. נישט סתם א שלאנג איז אים געקומען, א נחש הקדמוני.

נו, ס'איז דאך באקאנט אז דער דור המבול האט שוין געהאט אינטערנעט מיט די אטאם באמבע.

ידען » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 10:15 pm

· #166862
יאיר
אפטעמיסט
אבי מ'טענה'ט אונזער דור איז געפערליך. אפילו אדם הראשון האט געהאט אינטערנעט, והא ראיה א שלאנג איז אים נאכגעלאפן. אככ, וואס רעד איך. סתם אינטערנעט האט ער געהאט? א סמארט פאון מיט אלע פיטשיווקעס. נישט סתם א שלאנג איז אים געקומען, א נחש הקדמוני.

נו, ס'איז דאך באקאנט אז דער דור המבול האט שוין געהאט אינטערנעט מיט די אטאם באמבע.

באקאנט?

מאטי » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 11:07 pm

· #166879
יאיר
געפילטע פיש
ס'איז א מצוה מפרסם צו זיין, אז א שלאנג וואס מ'טרעפט אין די באוואוינטע געגענט אין מאנסי איז נישט קיין סכנה. אין ניו יארק סטעיט איז דא נאר דריי ספישיס פון גיפטיגע שלענג, און אין די באוואוינטע געגענט דרייען זיי זיך בכלל נישט. און די בילד וואס גייט ארום פונעם שלאנג זעט נישט אויס ווי קיין איין פון די דריי ספישיס פון גיפטיגע שלענג.

מי שאמר לחומץ שידליק ולהגבהת עינים שיעשה גל של עצמות הוא יאמר לנחש וימית.

אפשר פאר אינטערנעט מיט א פילטער קומט אומגיפטיגע שלענג

טיטאניק » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 11:34 pm

· #166887
ארפכשד
ביי מיין ווייב האט די מעשה געהאט גאר א פארקערטע affect. זי זיצט אויפן געוועב און געזעגענט זיך נישט ביז זי איז זוכה אליין צו זען דעם שלאנג בהקיץ! וויי וויי איז מיר. ווען זי זיצט ווען אויף נייעס וועבזייטלעך, ק"ש, אדער אפילו פארנאגראפיע מהיכי תיתי, אבער צו אלע שווארצע יאר זיצט זי מיר אויף shopping זייטלעך און ברענט אויס איין קרעדיט קארד נאך די אנדערע! ראטעוועט!

איך האב א עצה!
קויף אין א פעט שאפ א שלאנג,לייג עס ארונטער
וועסט פארדינען א הויפען מיט זאכען
איינס זי וועט דיר צוריק געבען די קרעידט קארד
צוויי דער דרעזנער פון קאל מעוואסער וועט דיר רופען
ועוד צימעס

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 3:30 am

· #166917
היימישער ליטוואק
berlbalaguleh
רויטע וואנצעס: איך האב נאר איין שאלה. וויאזוי איז מעגליך אז דער שלאנג, אדער די שלאנג'טע איז נישט צומאלן געווארן דורך דעם "קאאלינג פען" אין דיין קאמפיוטער, רח"ל.?! 😂 😎 🙄

איר פרעגט אויף מעשי נסים?

ווען איך בין א ליטוואק וואלט איך לכתחילה נישט געגלייבט. אזוי גלייב איך בעצם, נאר כ'האב ספיקות. 😂 🙄 😮

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 3:35 am

· #166918
יאיר
געפילטע פיש
אם נטפלת למעשה ניסים קען עס שוין זיין א קענגערו פאר די זעלבע געלט. וואס דוקא א שלאנג?

אין הכי נמי. איך זע טאקע יעצט אז דער באשעפער האט געשיקט א קאקאראוטש תיכף ווען איך האב געעפנט די וועב, און א פליג איז געקומען צופליען באלד ווי כ'האב געעפנט קאווע שטיבל. אוטש -- ס'בייסט!

פאר קאקא-ראוטשעס האביך א פשט'ע אייצעה. רוף דעם עקסטערמינעיטער. אדער קויף ראוטש מאטעל אין סופערמארקעט. 😂 🙄 😈

לעיקוואד » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 3:45 am

· #166920
איך האב שוין באשריבען די מעשה. דא

outspoken » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 10:41 am

· #166938
די עולם האט נישט פארשטאנען די מעשה, די וואס האבן אינטערנעט זענען ב-ה-מ-ו-ת, וואס ס'איז א שאד די מעשה ניסים צו ברענגען א שלאנג, דא רעדט מען פון א צדיק וואס איז דורך געפאלען אין א שוואכע מינוט, האט ער געהאט די זכי' אז די נחש הקדמוני האט געטון תשובות המשקל, אנשטאט איינצורעדען אין א שוואכע מינוט האט ער געראטעוועט אין א שוואכע מינוט...

חכם באשי » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 10:44 am

· #166939
<a class="postlink" href="http://urbanlegends.about.com/library/bl-snake-pc.htm">http://urbanlegends.about.com/library/bl-snake-pc.htm</a>

outspoken » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 10:51 am

· #166940
לעפטאפ
📎 114261487-e13281464728711.jpg