מיר לערנען וואס, ניט פארוואס. (בריסק)
די גרעסטע וואונדער פון די בית יוסף'ס קושיא איז סאיז נאך אלייוו אפאר הונדערט יאר שפעטער, און מפרעגט עס מיט געשמאק על אף די טויזענטע תירוצים וואס זענען שוין דא. ווען די בית יוסף זאל ווען פרעגן זיין קושיא אויף די שפאלטענעס פון קאווע שטיבל, וואלט עס מערסטענס געוועהן אקטיוו פאר א טאג צוויי, זיך געצויגן אולי צוויי בלעטער און געקלויבט אונטער צען לייקס.
זה נוסח ירושלמי, ונוסח בבלי גורס פאפא, סקולען, ועוד
פארוואס צוברעכן די שיינע מנורה? (יארמער רב)
ווייל סאטמאר טוט אזוי (פאפא)
פיר טעג אין בארא פארק, פיר טעג אין ווילימסבורג (סקולען)
נאך א טאג זיך נעריש צומאכען (ראחמיסטרייוקא ארה"ק)
נאך א טאג צו עסן לאטקעס (סקאליע)
איך האב פאר יארן צוריק געזען א הערליכע ספר "נר למאה" וואס האט צאמגעקליבען 100 תירוצים אויף דעם קשיא א חלק להלכה, א חלק דרוש וחסידות
די מחבר איז געווען הרב זעלצער פון ב.פ.
ווייסט איינער אפשר ווי מ'קען באקומען דעם ספר?
דער חידוש איז אז ביזן ב"י, פאר צוויי טויזענט יאר, איז פאר קיינעם נישט בייגעפאלן אזא מרפסין איגרא קשיא.
הכל תלוי במזל, אפי ספר תורה שבהיכל.
שטייט שוין אין די ראשונים, מאירי ועוד.
אפטעמיסטדי גרעסטע וואונדער פון די בית יוסף'ס קושיא איז סאיז נאך אלייוו אפאר הונדערט יאר שפעטער, און מפרעגט עס מיט געשמאק על אף די טויזענטע תירוצים וואס זענען שוין דא. ווען די בית יוסף זאל ווען פרעגן זיין קושיא אויף די שפאלטענעס פון קאווע שטיבל, וואלט עס מערסטענס געוועהן אקטיוו פאר א טאג צוויי, זיך געצויגן אולי צוויי בלעטער און געקלויבט אונטער צען לייקס.
און כוכב וואלט באריכטעט אז מ'דארף דאס שטעלן אין "זאכן וואס איך וויל וויסן"
ציבעלע קוגל: דעם תירוץ אויף די ב"י'ס קשיא האט ר' ישראל'טשע מ'וויזניץ געגאנבעט פונ'ם צאדיק פון סקווירא... 😂 🙄 ...!
זיס, גערעדט ווי א כעלעמער מגיד...
א תשובה אופן בית יוסף'ס קשיא נלפענ''ד אז מ'מאכט אכט טעג אלץ זכר אז דער מנורה האט געברענט אכט טעג!
הגם דער נס איז נאר זיבן אבער למעשה האט די מנורה געברענט פון דעם פלעשל אכט טעג!
[ציטאט אראפגענומען]
דיין פראבלעם מיט נס פורים איז בלויז אויב מ'נעמט אן אז יש ברירה, והבן.