☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » די קשר פון חנוכה מיט סוכות און א תירוץ אויף די בית יוסף קשיא

די קשר פון חנוכה מיט סוכות און א תירוץ אויף די בית יוסף קשיא

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5328
בלאט: 1 2

בן פרצי » מאנטאג דעצעמבער 3, 2018 1:50 am

· #417773
Buddy
ווי קען מען זעהןדעם מאמר?

<a class="postlink" href="https://www.bmj.org.il/assets/files/491291329323.pdf">https://www.bmj.org.il/assets/files/491291329323.pdf</a>

מי אני » מאנטאג אפריל 4, 2022 12:48 pm

· #497472
הרב אריה ליב פיינשטיין ז״ל דערמאנט די מבוכה מיט חז״ס אין זיין אלף המגן (בהקונטרס שלטי הגיבורים). ער זאגט אז מעיקרא איז בעצם נתקן געווארן הדלקת נר חנוכה שמונת ימים אלס התחדשות המלוכה להחשמונאים, וויבאלד ״כי האור הוא אות וסמל לכמה ענינים טובים לשמחה וישועה לאושר ושלום ולכן מדליקין מאורות ביום העטרת המלך ובכל שמחה רבה כידוע״. און די סומע פון אכט טעג איז געווען כעין מה שמצינו אלס פּרעצעדענט בהתורה אז זיבן טעג איז א חג און דעם אכטן טאג איז א ויברכו את פני המלך; ווי מ׳טאקע זעהט בספר המכבים וכדברי @יאסל ראקאווער. אבער די זרע בית דוד האבן נישט געהאלטן דערפון לגמרי, וויבאלד זיי האבן געהאלטן אז די מלוכה להחשמונאים גזילה היא בידם, און דערפאר האט ר׳ יהודה הנשיא, מזרע בית דוד, נישט דערמאנט חנוכה אלס א חג (ובפרט אז המנורה מרמז לבית דוד ולשלום), כי אם בעקיפין וויבאלד דאס איז למעשה נתפשט בהעם. און דאס זעלבע האט פאר די בית הלל נישט בעצם געפאלן דעם חג זייענדיג אויך מזרע בית דוד, נאר וויבאלד ס׳איז נתפשט בהעם און זיי זענען סתם אזוי געווען נוחים ועלובים האבן זיי דאס אויך מקדיש געווען.

ווי אויך זאגט ער אז דאס צי ס׳איז געווען א נס בהפך שמן איז תלוי במחלוקת בין ר׳ יהודה ור׳ יוסי. והיינו אז נאר לר׳ יהודה וואס האט געהאלטן אז ס׳איז סתם אזוי געווען כמה נסים בהשמן, נאר ער האט געהאלטן דערפון ולכן טאקע פטר בסוף פרק הכונס בחנוני בנר חנוכה. משא״כ ר׳ יוסי וואס האט סתם אזוי געזוכט ממעט צו זיין בנסים (ווי אונז טרעפן בסוכה ה. אז אליביה לעולם לא ירדה שכינה למטה מעשרה וכו׳) האט נישט געהאלטן אז ס׳איז געווען א נס בהשמן און רבינו הקדוש האט גע׳פסק׳נט ווי אים שנימוקו עמו. דער תלמוד ווידער האט יא אָנגענומען ביים נס כר׳ יהודה און אויך אלס התפשטותו בהעם.

הרב שמואל משה רובינשטיין ז״ל שרייבט אין זיין הרמב״ם והאגדה:
📎 1330E5DA-7F1A-418C-97BD-40139ED3CC9D.jpeg
‏ער האט סתם אזוי געשריבן לגבי אגדות, ״גדול כוחן של בעלי אגדה שהם יוצרים יש מאין.״

רשכבהג » דינסטאג אפריל 5, 2022 8:41 am

· #497536
.

ודברת בם » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 7:53 am

· #540694
Re: די קשר פון חנוכה מיט סוכות און א תירוץ אויף די בית יוסף קשיא
יאסל ראקאווער #


יפתח שרייבט א הערליכע קאמענט פאר דובבער און צווישען די שורות שרייבט ער:
I for one, enjoy the fact that the rabbis "reinvented" the holiday to serve their own purposes. That's the nature of tradition, it evolves over time, and new meaning is added to the old at every stage.
חנוכה איז א חלק פון די המשך פון יוחנן בן זכאי'ס פלאן פון ונשלמה פרים שפתינו. מיט די מעשה האבן זיי געמאכט אלע אידן כהנים גדולים.

און דאס איז די בית המקדש של אש. ודו"ק.
בלאט: 1 2