סוירוועי בנוגע מאלעסטעישאן אין די היימישע געמיינדע
83 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5302
סוירוועי בנוגע מאלעסטעישאן אין די היימישע געמיינדע
ביטע ליינט די גאנצע פאוסט איידער איר גיבט אפ אייער שטימע!איך וויל דא נעמען אן אנאנימער סערוועי בנוגע מאלעסטעישאן אין די היימישע געמיינדע. דער נושא ליגט שוין אויפן טיש א לענגערע צייט און פון צייט צו צייט קומט אויף די שאלה, ווי ווייט איז דער מחלה רח"ל איינגעריסן אין אונזער געמיינדע. מיר מוזן קלאר שטעלן אז אפילו איין מאלעסטעישאן איז שוין צופיל. אבער מאנכע טענה'ן אז 50 פראצענט אדער מער פון די היימישע קינדער זענען געלאקערט געווארן דורך אינשי דלא מעלי מיט שמוציגע אינטענטשאנס. לכתחלה ווען איך האב געהערט דער claim אפאר יאר צוריק האב איך עס נישט געוואלט מקבל זיין. However, איך האב שוין עטליכע מאל געמאכט פארשידענע אינפארמאלע סערוועיס, אויף פארשידענע אופנים און איך האב בין שאקירט געווארן אז די נומערן זענען גאר הויך.
מיין מטרה איז נישט צו באשמוצען אדער אונטער צו ברענגן קיינעם. די פראבלעם מוז אבער one way or another ווערן קעיר גענומען. מען קען אבער נישט מסדר זיין א פראבלעם פאר מען ווייסט פונקטליך מיט וואס פאר א סארט פראבלעם מען האנדלט דא. אשר על כן אלץ די ערשטע טריט וויל איך דא נעמען אן "אנאנימער" סערוועי וואס וועט אונז געבן א בערך'דיגע בילד וואו מען האלט.
לטובת הענין ביטע האלט אייך צו די פאלגענדע פארשריפטן:
1) אויב האט איר מער ווי איין ניק, ביטע שטימט נישט מער ווי איין מאל.
2) כדי צו פארזיכערן אז מיר באקומען ווי מער אקוראטע אינפארמאציע, ביטע ליינט קלאר די שאלות, טראכט אריין מיט יישוב הדעת פאר אפאר מינוט איידער איר גיבט אפ אייער שטימע.
3) אויב האט איר הערות והארות ביטע זיין מגיב אינעם אשכול.
מיר ערלויבן נאר וועטעראן אקטיווע ניקס מיט לכל הפחות 150 הודעות זיך משתתף זיין.
קיינער, אריינגערעכנט די הנהלה, קען נישט זען ווער עס האט געשטימט פאר וואס.
לטובת הענין וועט מען נישט קענען זעהן די תוצאות פון די סערוועי ביז עס וועט ווערן אפגעשלאסן.
נעמט אין אכט, ווען מיר פרעגן איבער מאלעסטעישאן איז עס כולל אלעס פון א בלויזע פראבע צו מאלעסטען שלא יצא מזימתו הרעה, ביז רח"ל אונס ממש. דער סורוועי רעכנט מאלעסטעישאן איינער וואס לאקערט און וויל נעמען אדוואנטידזש פון די vulnerability פון א צווייטע וואס איז יונגער אדער שוואכער פון יענעם, טיפיקעלי ביז בערך די 16 יאר.
שאלות פון די סערוועידי ערשטע אנקעטע:
האט איינער אמאל געלאקערט נאך אייך מיט די כוונה צו מאלעסטן?1. קיינמאל
2. איינמאל
3. צווישן צוויי און פינף מאל
4. זעקס מאל אדער מער
די צווייטע אנקעטע:
וויפיל קעיסעס פון יונגלעך אדער מיידלעך וואס זענען געלאקערט געווארן דורך מאלעסטערס ווייסט איר פערזענליך ממקור ראשון אדער שני וואס זענען פארגעקומען אין די אידישע געמיינדע?1. קיין איינס
2. איינס
3. צווישן איינס ביז פינף
4. צווישן זעקס און צען
5. מער ווי צען
שטים בארעכטיגטע קענען דא אפגעבן זייערע שטימעס:
דרוקט דא פאר די ערשטע אנקעטעדרוקט דא פאר די צווייטע אנקעטע פארוואס זענען נאר "וועטעראן אקטיווע ניקס" ערלויבט צו שטימען? ווילט איר דווקא וויסען וויפיל אלטבאזעצענע ניקס זענען מאלעסטעט געווארן? פארוואס זאל גאנץ כלל ישראל נישט זיין בארעכטיגט צו שטימען? ביטע ערקלער אייער סטראטעגיע.
ווייל א נייער ניק האט א גרעסערע פראצענט פאר סאבאטאזש
שכויח ראשאקאל פאר דיין תמיכה. גראדע ברענט מיר נישט צו שטימען, כהאב מיר נאר געוואונדערט פארוואס מען מאכט א סעלעקציע ביי א נושא וואס פארלאנגט לכאורה די וויילן פון נייע ווי אלטע ניקס. סמאכט אבער סענס אז די סיבה איז אפצוהאלטן ניקס פון שטימען מער ווי איינמאל.
די סיבה דערפאר איז לכאורה כדי ס'זאלן זיך נישט אונטעררוקן מחנות נייע ניקס מיט אן אגענדע, הן לטוב הן למוטב, און וואוטן פאלש כדי לערבב השטן.
איך פארשטיי באמת נישט ווי אזוי אזא סערוועי קען ארבייטען. אסאך אידען זענען פרומער אין האבן נישט קיין וועב בכלל אין טאמער יא איז די סייט געבלאקט מיט א פילטער. איו דערנאך איז דא אסאך אידען וואס זענעו נישט אינטרעסיט פון ק"ש אדער וויל זיי ארבעטען אין זענען מער ביזי ווי אונז ליידיג-גייערז אדער ווייל זיי נוצן עס נאר פאר ארבייט אין אביסעל נייעס. אויך איז דא אזעלעכע וואס זענען ליידער אראף פון וועג ממילא אינטרעסיט זיי בכלל נישט וואס גייט פאר ביי אונז חרדישע קומען זיי נישט אהער צו ק"ש (וואס אסאך אין די קאטיגאריע זענען טאקע מאלעסטרט געווארן) אקיצור איך האלט נישט אז מיט די סערווי קענסטו דעקן מער ווי צען פראצענט מאקסימום פון די היימישע געמיינדע
אבער דאך איז די סערווי גוט צו וויסען ווי פיהל ק"ש ליינערז זענען מאלעסטערט געווארען וגו'
אדער אפשר בין איך דערקעגן וויל איך קען נישט שטימען
איך האב שוין אפגעגעבן מיין שטימע. אבער איך בין סתם נייגעריג, וואס, פונקטליך וועט די סערוועי העלפן? כ'מיין, אבוויעסלי דאס איז נישט קיין סייענטיפשע סערוועי און מ'קען גארנישט בויען אויף דעם, אם כן מה הועילו חכמים?
אויב מ'קען יא בויען אויף דעים וואס העט נאכדעם זיין די בעלי תאוה וועלן אפלאזען זייערע דרכים צוליב א קאווע סורוועי??
שטילע כולל אינגערמאן, ווארשיינליך ביסטו אנקעגן ווייל דו קענסט נישט שטימען. סאיז קיינמאל נישט מעגליך אנצוקומען צו יעדעם. סורוועיס ארבעטן אזוי: מפרעגט אויס א געוויסע צאל מענטשן (אמאל מער און אמאל ווייניגער) און אזוי זעהט מען בערך ווי מען האלט אויפן וועלט.
ביי דעם פאל איז די זעלבע. אויב, לאמיר זאגן, צוואנציג פון פערציג ניקס זאגן אז זיי זענען מאלעסטערט געווארן, קען מען זעהן בערך וואס די מצב איז.
אפטעמיסטשטילע כולל אינגערמאן, ווארשיינליך ביסטו אנקעגן ווייל דו קענסט נישט שטימען. סאיז קיינמאל נישט מעגליך אנצוקומען צו יעדעם. סורוועיס ארבעטן אזוי: מפרעגט אויס א געוויסע צאל מענטשן (אמאל מער און אמאל ווייניגער) און אזוי זעהט מען בערך ווי מען האלט אויפן וועלט.
ביי דעם פאל איז די זעלבע. אויב, לאמיר זאגן, צוואנציג פון פערציג ניקס זאגן אז זיי זענען מאלעסטערט געווארן, קען מען זעהן בערך וואס די מצב איז.
וואס די דארפסט פארשטיין איז אז א סערווי דארף זיין פון סתם המון עם מענטשען. שטעלט אייך פאר איך מאך א סערוועי אין א עפל סטאר צו וייסען וויפיהל מענטשען אויפן וועלט האבן א איי-פאון וואס איך זאג איז אז ק"ש ליינערז איז מער וויניגער איין סוג פון די מענשהייט. סאיז נישט כולל פרימער נישט אויסגערופענע שגצים וואס זענען אראף פון וועג( דארט איז די פראצענט גרעסער) נישט מענטשען וואס זענען נעבעך נישט מיט אלעמען (דארט איז אויך די פראצענט גרעסער) וגו'
ביזט גערעכט אז די סעמפלינג איז נישט די בעסטע, אבער ס'איז לדעתי די נענסטע צום אמת פון סיי וועלכע סורוועי דו קענסט נאר מאכן ביים היימישן ציבור. מיר האבן טאקע נישט דעם תמימות'דיגע 60 יעריגע שבח איד, (סארי באלעגאלע, יעדע כלל האט א יוצא), נישט די פאלנע גוים, און אויך נישט גאנץ חוש\העסק וכדו', אבער צו זאגן אז מיר האבן נאר איין סארט איז א שטיקל סטרעטש. מיר האבן פון אסאך מינים, מחוטב עיציך עד שואב מימיך, מימיני מיכאל'ס און לינגע גבריאל'ס, פון נטורי קרתא עסקנים ביז פארי הדור קוק'ניקעס. אלעס אויסער די זייטיגע עקסטרעמען.
@שטילע אינגערמאן, איך גלייב אז קאווע שטיבל באשטייט פון אידן פון אלע שיכטן און קרייזן. עס לאזט זיך גלייבן אז דא דרייען זיך אידן פון אלע חרדישע געגענטער, בוגרים פון אלע מוסדות, אלטע און אינגע קליגע און נארישע. איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אז אלע ניקס זענען געקנויטן פון דעם זעלבן טייג, איך האלט פונקט פארקערט; על פי דרך הטבע איז קאווע שטיבל די בעסטע בלענד פון מענטשן (קען פונקט זיין אז מיר אלע זענען גור'ע חסידים, אבער כגלייב אז נישט). רעד דיך אויך נישט איין אז אלע מעמבערס דא גייען מיט פור סלייס קאפלעך און דיק הענטלדיגע גלעזער, סאיז מן הסתם דא היפש אפאר חאניאקישע פלעסטיק-גלעזער-אידן צווישן אונז.
מען ברויך קיקן אויף מי שלייקיס'ם מרובה על תגיבתם דאן איז מיכרח אז יש דברים בניקיתו
איך זאג אלץ ערנסטע ווערטל
יעדער איז א מאלעסטער.. די שאלה וועמען מ'כאפט!
@אפטימעסט איך מעג האלטן אנדריש ווי דיך? די רעדסט מיט אזא זיכער קייט כאילו די קענסט יעדער איינעם גענוי ביים מיטלסטע נאמען. איך האלט יא אז פרומער מענטשען זענען נישט א טייל פון ק"ש. באמערג איך האב נישט געזאגט חסידישע וויל איך פארשטיי אז סע געפונען זיך דא חברה מיט פלעסטיק גלעיזער מיט שווארצע זאקען איך מיין דווקא פרומער אידן וגו'
דו ביסט נישט פרום שטילע?
מיין פוינט איז אז הגם ס'איז זיכער יא דא פון אלע מיני מענטשן דא איז עס נישט קיין סייענטיפישע סורוועי און מ'קען דערפון נישט ארויס נעמען קיין שום קאנקלאשענס.
ודי למביןדו ביסט נישט פרום שטילע?
מיין פוינט איז אז הגם ס'איז זיכער יא דא פון אלע מיני מענטשן דא איז עס נישט קיין סייענטיפישע סורוועי און מ'קען דערפון נישט ארויס נעמען קיין שום קאנקלאשענס.
כאף מיך נישט ביים ווארט.ביי פרומע האב איך געמיינט איינער ווי הרב בנימין לנדא למשל. כלייב נישט ער האט א ניק
בנוגע מעלאסטעשן איז נישט קיין חילוק צו מאיז פרום די באלעסטערס מאכען נישט קיין חילוק
Being a rookie here, I at least want to see survey results. Why am I excluded?
My vote: never been assaulted and B"H nobody even attempted to. I do still remember a story of my young nephew that once complained that somebody touched him when collecting tzedakah. His mother went to bring money, and he was staring at that guy, then he runs in, n't saying in a broken tone (he was 2 at the time, so could really express himself), that this guy "totsed" him
אן דע אדדער הענד, די סורוועי איז איבער מאלעסטעישען "אין די היימישע געמיינדע", סינז דאס מיינט, לכאורה, די ווילי\באראפארק\מאנסי\מאנרא\סקווער געמיינדעס, האבן מיר דא אין ק"ש יא גאנץ א פיינע, כאטש נישט סייענטיפישע, מאדעל פון אויסגעפרעגטע.
ווען מ'כאפט איינעם, זאגט מען עה.. ער איז א ערליכער ס'נישט מעגליך.. און ווען מ'זאגט עס אויף סתם א באלעבוס, זאגט יעדער יא ס'מאכט סענס..
זאג איך, יו נעווער נאו ווער ס'איז טאקע.. און וועמען מ'האט פשוט אויסגעשפרייט א שמוציגע ליילעך משום איזה סיבה וואס דער מוציא שם רע האט געוואלט.
למעשה מזל האט דער וואס מ'כאפט..
א גוטן טייערע חברים. קודם וויל איך באדאנקען די אלע וואס האבן שוין גענומען די סורוועי, און איך וויל בעטן אז אלע שטים-בארעכטיגטע זאלן זיך משתתף זיין לתועלת הענין. די רעזולטאטן וועלן בל"נ פארענפנטליכט ווערן אביסל נאך חנוכה. ביטע טראכט אריין מיט יישוב הדעת איידער איר ענטפערט אויף די פראגן, עס איז שטארק מעגליך אז עס זענען דא זכרונות פארשטעקט אונטער אייער באוואוסטזיין, אזוי ווי עס איז מיר נתברר געווארן רעדנ'דיג מיט אסאך מענטשן איבער דער נושא.
איך וועל יעצט פרובירן צו פארענטפערן די פראגעס וואס זענען אויפגעברענגט געווארן דא אין דער אשכול. בנוגע פארוואס נאר וועטעראן ניקס זענען ערלויבט צו שטימען, אלע ענטפערס וואס זענען דא געגעבן געווארן זענען אמת. חוץ מזה בין איך היינט אריבער צו ביגעלאייזן און כ'האב מיך איינגעהאנדלט א פארצייטישע "טעם הכמוס" just in case אז אלע תירוצים וועלן אפגעפרעגט ווערן.
שטילע יונגערמאן ברענגט ארויס א שטארקע נקודה וואס איך וויל דא ענטפערן. ביזט גערעכט אז טראץ דעם וואס ק"ש באשטייט פון א געמיש פון אלע חסידישע קרייזן (און נאך עטליכע ליטווישע) דאך איז דא בעיקר קאנצעטרירט פון א סארט מענטש וואס איז די ק"ש טיפ. יא, ס'דא אפשר א צוויי דריי פארפרומטע און א צוויי דריי otd'ס, אבער רוב עולם איז פון די זעלבע סארט. קומט דאך אויס אז די תוצאות הסורוועי קען נישט מייצג זיין די ריכטיגע ציפערן פון די גאנצע חסידישע געמיינדע, ווייל די משתתפי הסורוועי זענען נאר פון איין סארט.
די תירוץ איז אז דיין חשבון איז נישט ריכטיג. מיר קומען אלע פון אנדערע סארט בעקגראונדס, פרומערע שטובער און ווייניגער פרום שטובער. ווען מיר זענען געווען קינדער זענען מיר נישט געווען וואס מיר זענען היינט. די סערוועי איז אויף עפיזאדן וואס איז געשעהן דעמאלטס, נישט היינט. עס מוז באטאנט ווערן אז די סורוועי איז נאר איבער די חסידישע געמיינדע.
קאוועניק שרייבט ענליך, אז דער מאלעסטער איז קיין גרויסע חילוק נישט געווען צו מיר גייען אמאל ווערן אויפגעקלערט אדער נישט.
עכ"ז, מיר ווייסן אז דאס איז נישט קיין סייענטיפישע סערוועי, אבער אזוי ווי געפילטע האט שוין געשריבן, דאס איז די נענטסטע וואס מיר קענען דערווייל מאכן, און דאס וועט אונז ברענגן גאנץ א קלארע בילד וואס עס גייט פאר. די awareness אליינס וואס דאס קען צוברענגן איז מער ווערד פון אלעם. נאך די תוצאות וועלן מפורסם ווערן וועלן מיר מער בפרטיות קענען רעדן וואס עס וועט געטון ווערן לתועלת הענין.
די וואס זענען נישט שטים-בארעכטיגט און ווילן זיך משתתף זיין אינעם שמועס קענען דא אין די אשכול מיטטיילן זייערע געדאנקען און ענטפערס אויף די סערוועי שאלות.
.
ווער האט מער שאנסן זיך צו דרייען דא, א קינד וועלכע איז יא מאלעסטעד געווארן, אדער וועלכער איז נישט?
דאס איז גאר א טיפע שאלה וואס ברויך א גרונטליכע פסיכאלאגישע אנאליז איבער וואס ברענגט א מענטש זיך צו דרייען דא. פילייכט א נייע אנקעטע וואלט זיך געברויכט אויף די נושא...
דעת תורהווער האט מער שאנסן זיך צו דרייען דא, א קינד וועלכע איז יא מאלעסטעד געווארן, אדער וועלכער איז נישט?
דאס איז גאר א טיפע שאלה וואס ברויך א גרונטליכע פסיכאלאגישע אנאליז איבער וואס ברענגט א מענטש זיך צו דרייען דא. פילייכט א נייע אנקעטע וואלט זיך געברויכט אויף די נושא...
די איינציגסטע וועג צו ענטפערן אזא שאלה איז דורכ'ן נעמען די זעלבע סורוועי פון מענטשן וואס דרייען זיך נישט דא און מדמה זיין די רעזולטאטן. דא אין ק"ש אליינס קען אזא שאלה נישט פארענטפערט ווערן.
אבער למאי נפקא מינה? וואס וועסטו האבן אויב וועסטו וויסן די ענטפער? ובכלל, דו האלטסט אז ס'דא א סברא לכאן או לכאן?
מ'דארף בעטן PEW זאל מאכן א סורוועי, ס'דא אסאך אנדערע שאלות און וועריאבעלס וואס כ'וואלט געוואלט וויסן.
1) זענט איר א מאנסביל, אדער פרוי?
2) ווי אלט זענט איר געווען בשעת מעשה? (אויב מער ווי איין מאל, ווי אלט איז געווען דאס ערשטע מאל).
3) איז דאס געטוהן געווארן דורך א משפחה מיטגליד, א Authority figure, סתם באקאנטער, אדער א פעמדער?
4) אונס או מפתה?
5) האט איר אמאל דערציילט פאר איינעם דערוועגן?
הוגהא גוטן טייערע חברים. קודם וויל איך באדאנקען די אלע וואס האבן שוין גענומען די סורוועי, און איך וויל בעטן אז אלע שטים-בארעכטיגטע זאלן זיך משתתף זיין לתועלת הענין. די רעזולטאטן וועלן בל"נ פארענפנטליכט ווערן אביסל נאך חנוכה. ביטע טראכט אריין מיט יישוב הדעת איידער איר ענטפערט אויף די פראגן, עס איז שטארק מעגליך אז עס זענען דא זכרונות פארשטעקט אונטער אייער באוואוסטזיין, אזוי ווי עס איז מיר נתברר געווארן רעדנ'דיג מיט אסאך מענטשן איבער דער נושא.
די תירוץ איז אז דיין חשבון איז נישט ריכטיג. מיר קומען אלע פון אנדערע סארט בעקגראונדס, פרומערע שטובער און ווייניגער פרום שטובער. ווען מיר זענען געווען קינדער זענען מיר נישט געווען וואס מיר זענען היינט. די סערוועי איז אויף עפיזאדן וואס איז געשעהן דעמאלטס, נישט היינט. עס מוז באטאנט ווערן אז די סורוועי איז נאר איבער די חסידישע געמיינדע.
.
אבער רב הוגה. מיין תירץ האט איר נישט גענטפערט נאר שטערקער געמאכט. דעמאלטס אלץ קינד איז אלץ די זעלבע אין דער מנוול מאכט נישט קיין נפק"מ טאמער איינער איז חסידיש פרום וגו' אבער היינט איז דא אסאך חברה וואס זענען געווארען מאלעסטערט 15 יאר צירוק אין ליידער היינט נאכט גייען זיי נישט שטימען ווייל זיי דרייען זיך נישט אויף ק"ש.
סאיז דא וואס זאגען אז אסאך וואס ווערן מאלעסטערט גיין אראף פון וועג. יעצט הרב הוגה די אלע חברה, גייען זיי שטימען האנט נאכט אויף ק"ש? אויסדריקלעך נישט. אפשר טאמער מוועט זיי מודיע זיין אז סקומט פאר קריטישע סערוועי וועלען זיי אנטייל נעמען אבער דאס קענען זיי איויך נישט ווייל זיי האבען נישט 150 תגובות
ביזט גערעכט. ס'מעגליך (כאטש מיר האבן נישט קיין עווידענס) אז א גרויסע פראצענט מאלעסטירטע זענען שוין אפגעפארן און געפונען זיך נישט בינינו. און טאקע פאר דעם איז עס נישט קיין סייענטיפישע סורוועי. אבער לאזן די חברים מיט ווייניגער תגובות וואלט נישט געלעזט דער פראבלעם, און עס וואלט בכלל גארנישט געטוישט אין די אטענטישקייט פון די תוצאות.
הוגה, אויב איז מאלעסטן א גורם אז מען זאל זיך יא / נישט דרייען דא, פעלט ווייטער פון די קראנטקייט פון די סוירוועי, כמובן.
מנשה לוסטיגאיך זאג אלץ ערנסטע ווערטל
יעדער איז א מאלעסטער.. די שאלה וועמען מ'כאפט!
פוי ושקר.
נעמט דיר א צווייטער פאך, ווערטלעך איז נישט דיין ספעציעליטעט.
מאראנצןזאפטמנשה לוסטיגאיך זאג אלץ ערנסטע ווערטל
יעדער איז א מאלעסטער.. די שאלה וועמען מ'כאפט!
פוי ושקר.
נעמט דיר א צווייטער פאך, ווערטלעך איז נישט דיין ספעציעליטעט.
טראכט פון ווי ער קומט און וואסערע אלעגעישאנס מען זאגט אויף זיי וועסטו פארשטיין דאס ווערטל אויך
אויב קומסטו ארויס מיט א גרויסע פראצענט האב איך מורא וועסט דארפן מאכן א באזונדערע סורוועי
וויפיל מאל האסטו שוין איינעם מאלעסטעט?
וויפיל מאל האסטו פרובירט און ס'איז נישט געלונגען?
פיין, אקעי, כ'האב געריטש דער קליימעקס, גייען מיר יעצט גיין אפגעבן דער שטים.
ענוועי דארף מען זאגן א לשם יחוד?
פארוואס עפענט זיך עס נישט אויף פאר מיר?
אפגעגעבן די שטימע, לאמיר זעהן אויב די עסקנים וועלן דעליווערן.
איך האב אנגעהויבען ציילען אויף מיינע פינגערס וויפיל מעשיות איך האב געהערט ממקור ראשון פון מיינע חברים. דאס מיינט די אינגערמאן האט מיר אליינס פארציילט אז עס איז געשעהן מיט אים אליין.
איך האלט שוין ביי 7 מעשיות וואס איך געדענק. חוץ די אלע שמועות וואס אינגעלייט פארציילען אויף אנדערע.
איין זאך איז זיכער רוב מעשיות האב איך געהערט נאר נאך נ״ר האט געמאכט אן אויפוואכונג ביים היימישען עולם. פארדעם האט זיך יעדער גע׳שעמט.
גראדע די מעשיות וואס איך האב געהערט און מיטגעהאלטן איז כמעט אלע פון בעפאר די נ"ר עפאכע.
כלפי דאס שייכות, צו נישט שייכות מאליסטעישן האט מיט פרומקייט, וויל איך סתם אריינווארפן מיין לופטיגע השערה.
זינט דער זכר מין האט ביי מיר א דין ווי א ראסטיגן סטאפ-סיין, קען איך שטייצעך נישט אריינרעדן איבער די הארמאנען טענדענץ געיס, אדער מאלעסטערס האבן אין אלגעמיין. (איך רעד אין א ברייטן פארנעם, נישט אז איך טוה צוגלייכן א געשלעכטליך אוריענטאציע צו א קרענק).
ס'איז אבער יא מסתבר אז א אינגל מסודר'דיג געקליידעט אין ברענד-נעים שיינע וועש, קיהלע סניקערס און גוי'אישע יואלי פיאות, זאל ענדערש זיין א קרבן פון מאלעסטערס ווי איידער דאס קינד מיט א ושאבתם מים בששון'דיג ראציג נעזל, פארצייטישע אפגעריבענע הויזן טראגער, און א ציצית פעדעמל וואס וויל דווקא יא ארויסשטארצן פונעם חצי נזק'דיג הויזן זיפער. דאס איז למעשה א מציאות איבער פרויען. טאקע, דער עצם תוך פונעם אתרוג פאדערט צו זיין א הדר, למעשה, אויפן גאס בעפארצוגן די הארמאנען במושכל ראשון א שיר השירים'דיג שטיקל, ווי איידער א כל כבודה'ניקע וואס לאזט בלויז איבער פלאץ פאר ברייטע דמיון.
העווינג סעד דעט, דאכצעך אז ס'איז מער שכיח צווישן די פרומערע דער צווייטער סוג קינד.
און ווי האר-אויפשטעלנד איז אז געוויסע דא ווילן לייקנען די פאקט אז דא דרייען זיך נישט קיין פרומע, בעת ווער ס'קען מיך נאר ווייסט אז די שווארץ-און ווייסע גלעזער הענקי איך טראג, איז שוין בטל בששים אין אזא ים מיט פיל רשעות ווייניג מצוות איך טו זיך באדן.
גלייכצייטיג גיבן די עסקנים איבער אז דאסמאל איז געלונגען פארן צד שכנגד ארויסצוברענגן א שאקירענדע צאל שטימען, און אונטער דעמאקראטישע אומשטענדן קען דאס באדייטן מיר זאלן חלילה ערב חנוכה אריינפאלן אין די הענט פון די מתיוונים. געדענקט! יעדע שטימע ציילט, פארגאנגענע מאל האבן מיר פארלוירן מיט בלויז פיר אהאלב שטימען. זייט נישט קיין צועק לשעבר!
הוגה חוץ מזה בין איך היינט אריבער צו ביגעלאייזן און כ'האב מיך איינגעהאנדלט א פארצייטישע "טעם הכמוס" just in case אז אלע תירוצים וועלן אפגעפרעגט ווערן.
.
😂
@הרב הוגה מיר ווארטען שוין מיט שפאן צו הערען די תוצאות פון אייערע סערוועי. נא??? וויפיהל ליינערז פון אונזער ק"ש זענען שוין ליידער מאלעסטערד געווארען? לאז ארויס די מייז פון זאק.
איך זעה אז איך האב נאר 143 הודעות סאוי איך קוואליפיי נישט צו שטימען, אבער איך קען דא אנטייל נעמען.
אויף די ערשטע שאלה, מיין ענטפער איז איינס. אבער איך געדענק נישט פונקטליך ווי אלט איך בין געווען, 16 אדער 17.
אויף די צווייטע שאלה, איך קען פערזענליך 7 מענטשען וואס עלטערע פון זיי האבן זיי מאלעסטעד אלץ קינד/בחור.
מיקי, אפשר ביזטו מיך מסביר וויאזוי מ'קען "באונס" פארכאפן א 16-17 יעריגער בחור? איז דאס געוועזן ברצון, ווייס איך נישט צו ס'גייט אריין אין די קאטעגאריע. איך בין סתם נייגעריג. ס'לייג זיך מיך נישט אויפן שכל. "מאלעסטן א 17 יעריגע בחור". מיי גאש!
די קלאגעס קעגן ב.מ.ל. איז געווען בעיקר פון די עיזש.
א מיינאר הייסט עס ווי געצווינגען, אמער ער האט דאך נישט קיין אייגענע דעת. אין די הלכה איז אויך אזוי: "פיתוי קטנה אונס הוא".
דעת תורהדי קלאגעס קעגן ב.מ.ל. איז געווען בעיקר פון די עיזש.
א מיינאר הייסט עס ווי געצווינגען, אמער ער האט דאך נישט קיין אייגענע דעת. אין די הלכה איז אויך אזוי: "פיתוי קטנה אונס הוא".
אקעי. איך רעד נישט אויף פען און פאפיר. נישט געזעצליך, און נישט הלכה'דיג. איך פרעג סתם אין פראקטיק. דו וועסט דאך אויך מודה זיין אז פון זיבעצן און א דריי א פערטל, ביז אכצן שארף, טוישט זיך נישט קיין סאך לגבי זיין פארשטאנד און ווילן. איך קען הערן מ'זאל אראפשטעלן גייד-ליינס. איך פרעג צווישן מיר און דיר, וויאזוי קען מען מאלעסטן א זיבעצן יעריגען זכר.
ס'קומט מיך שוין כמעט פאר אזוי ווי די לעכערליכע טענה פון "פארכאפן". מימי האב איך געווארט אזא איינגעפלאנצטער כת ש"ץ משפיע זאל מיך "פארכאפן". דערווייל בין איך נאך נישט פארכאפט געווארן קיין ערגעץ. (אוי יואב'ל, דאס איז שוין א דאפעלטער הסתרה. דו ווייסט שוין אפילו נישט. ביזט נעבעך פארכאפט אינעם נעץ פונעם שטן, הוא השטן הוא המשחית. ניטאמאל ווייסטו. דו בלאנדשעסט ליידער אין די וויסטענישן כשה תאבד, שוין איינמאל פארכאפט! אוי! ס'רייסט. די הארץ רייסט). אקעי, כ'האב גארנישט געזאגט. נאט אייך א טישו.
יואבמיקי, אפשר ביזטו מיך מסביר וויאזוי מ'קען "באונס" פארכאפן א 16-17 יעריגער בחור? איז דאס געוועזן ברצון, ווייס איך נישט צו ס'גייט אריין אין די קאטעגאריע. איך בין סתם נייגעריג. ס'לייג זיך מיך נישט אויפן שכל. "מאלעסטן א 17 יעריגע בחור". מיי גאש!
סארי, אבער איך קען זעהן א 16 יעריג בחור ווערען מאלעסטערט פון א משגיח אין די בחור זאל ציטערן זיך קעגן שטעלען.
שטילע אינגערמאןמיר ווארטען שוין מיט שפאן צו הערען די תוצאות פון אייערע סערוועי.
די סורוועי איז - דאכצעך - אנגעשטעלט געווארן אז ס'זאל זיך ענדיגן דעם קומענדע פרייטאג. דער וואס האט נאך נישט געשטימט זאל עס ביטע טון ווי אמשנעלסטן. די תוצאות וועט מען לכאורה קענען זעהן באלד נאך שבת. דער וואס האט נאך נישט די זכות בחירה קען קאמענטירן דערוועגן דא אין דער אשכול. איך האב אויך באקומען אין אישי פון עטליכע מיטגלידער. ואתכם הסליחה.
@יואב, כ'מיין אז ס'נישט ריכטיג איינצוטיילן יענעם וואס ער מעג פילן אדער נישט. אויב זאגט איינער אז ער האט געפילט ווי מען האט גענומען אדווענטידזש פון אים ביי די 16-17 און דו קומסט אים זאגן אז עס איז נישט שייך אזא זאך, בארויבסט דו אים פון זיינע מערסט אינערליכע פריוואטע געפילן און עקספיריענס. ער האט אזוי געפילט, דו וואלסט געפילט אנדערש. מען קען נישט impose'ן אונזער אייגענע עקספיריענס אויף יענעם.
בכלל איז לעצם הענין נישט נוגע דא אויב די בחור האט געפילט מאונס אדער נישט. אויב האט א 30 יעריגע בטאפט א 17 יעריגע, אפילו לו יצויר די בחור האט למעשה נישט שלעכט געפילט, דאך ווייסן מיר אז דער 30 יעריגע איז א פעדאפיל.
למעשה, אויב געדענק איך גוט, האט מען געשריבן אז מ'רעדט דא נאר ביז די זעכצן.
.
הוגהשטילע אינגערמאןמיר ווארטען שוין מיט שפאן צו הערען די תוצאות פון אייערע סערוועי.
די סורוועי איז - דאכצעך - אנגעשטעלט געווארן אז ס'זאל זיך ענדיגן דעם קומענדע פרייטאג. דער וואס האט נאך נישט געשטימט זאל עס ביטע טון ווי אמשנעלסטן. די תוצאות וועט מען לכאורה קענען זעהן באלד נאך שבת. דער וואס האט נאך נישט די זכות בחירה קען קאמענטירן דערוועגן דא אין דער אשכול. איך האב אויך באקומען אין אישי פון עטליכע מיטגלידער. ואתכם הסליחה.
@יואב, כ'מיין אז ס'נישט ריכטיג איינצוטיילן יענעם וואס ער מעג פילן אדער נישט. אויב זאגט איינער אז ער האט געפילט ווי מען האט גענומען אדווענטידזש פון אים ביי די 16-17 און דו קומסט אים זאגן אז עס איז נישט שייך אזא זאך, בארויבסט דו אים פון זיינע מערסט אינערליכע פריוואטע געפילן און עקספיריענס. ער האט אזוי געפילט, דו וואלסט געפילט אנדערש. מען קען נישט impose'ן אונזער אייגענע עקספיריענס אויף יענעם.
בכלל איז לעצם הענין נישט נוגע דא אויב די בחור האט געפילט מאונס אדער נישט. אויב האט א 30 יעריגע בטאפט א 17 יעריגע, אפילו לו יצויר די בחור האט למעשה נישט שלעכט געפילט, דאך ווייסן מיר אז דער 30 יעריגע איז א פעדאפיל.
למעשה, אויב געדענק איך גוט, האט מען געשריבן אז מ'רעדט דא נאר ביז די זעכצן.
.
שוין ווייטער קומסטו מיט הארטע לאגיק. איך גיי בכלל נישט אריין צו דער יעניגער מאלעסטער ברויך ברענגן א חטאת, אן אשם וודאי אדער תלוי. יו אר מיסינג מיי פאוינט. כ'האב אויך נישט "בארויבט" זיינע געפילן, כ'האב שטארק מיטלייד מיט יעדעס וויקטעם. איך טייל אים נישט איין וויאזוי צו פילן, סך הכל בעהט איך ער זאל "מיטיילן" זיינע געפילן. איך פרעג ביני ובינך, וויאזוי (כ'האב נישט געזאגט ס'קען נישט זיין) מאלעסטעט זיך א זיבעצען יעריגס. ס'קומט מיך פאר אלס עטוואס מאדנע ערשיינונג. איך פרעג פשוט לידיעתי, נישט אז איך האלט דעם מאלעסטער קומט זיך א קלענערן שטראף, אדער די רעזולטאטן פונעם אנקעטע זאל זיין אנדערש לכבוד דעם.
כ'האב אויך פונקט די זעלבע געטראכט און איך טריי צו וויזשילייזאן א 17 יעריגע בחור ווערט באטאפט לכאו' געט ער א שמייכל און טראכט צו זיך, דו משוגענער פוץ אפ פון דא גיי דיר צו דיין פארטנער און לאמיך אפ, און ער גייט זיך ווייטער זיין וועג און פארטיג. אחוץ אז ער בינדט אים צו אדער איך ווייס וואס?
קען זיין אז נישט ווי זאגן חז"ל על זה אנו דנין אטע דאס ווילן מיר וויסן, צו מ'לאכט זיך טאקע אויס אדער אפי' אין אזא פאל ווערט מען אויך געדעמיזשט אדער וואס?
די סורוועי איז נישט אויסגעהאלטן און קען נישט אנצייכענען די ריכטיגע ציפערן, צוליב די אומקלארקייט און פארנעפלטקייט דערפון: ווי אזוי דארף מען אנצייכענען אויב איך ווייס פון איין גרויסן מנובל וואס איך ווייס פון אכצן פעלער וועמען ער האט מטמא געווען, אבער יעדע איינע איז א באזונדערע קעיס און א באזונדערע מעשה... דאן ווייס איך פון אכצן פעלער פון מאלעסטעישן? - אויב איז די ענטפער אז יא, דאן וועלן די תוצאות גארנישט אנווייזן און אויב נישט, דארף מען דאס זייער קלארשטעלן און לדעתי דארף מען איבערמאכן דעם סורוועי, וויבאלד עס איז נישט אויסגעקלארט געווארן.
נאך א שאלה: ווי אזוי רעכנט מען עס? - איך ווייס פון ברוך מ. ל.; נחמיה וו.; ח. האלפערן; א. ברלאנד; טומבלער רב; זכריה ראזנבוים; נחום ראזנבערג און יהודא קאלקא. אויף יעדע פון די דאזיגע איז געווען עלעגעישנס. דאן מיינט עס אז יעדע איינע איז א קעיס מיט וואס איך בין באקאנט? - איך ווייס דאך אז צווישן די רשימה זענען פאראן שולדיגע און אומשולדיגע, אבער איך בין באקאנט מיט זייערע קעיסעס, מען האט גערעדט דערפון אין מקוה און איך האב אויך געהערט אינסייד אינפארמעישן. נו, אויב אזוי בין איך באקאנט מיט צענדליגע אדער אפשר הונדרעטע פעלער פון מאלעסטעישן.
מען קען אזוי נישט רעכענען און עס דארף קלאר אויסגעשמועסט ווערן. איך האלט אז דער סורוועי דארף איבערגעמאכט ווערן צוליב די אומקלארקייט.
די אנדערע סורוועי שיינט יא צו זיין קלאר.
הוגה וויל וויסן וויפיל קינדער זענען מאלעסטעט געווארן. נישט וויפיל מאלעסטערעס ס'איז דא.
און ער בעט מען זאל שטימען אויף וויפיל קעיסעס מען ווייסט קלאר ערשט אדער צווייט האנטיג, נישט פון וואס מען שמועסט אין מקוה.
כ'האב אפגעגעבען מיין שטימע, אבער איך וויל אז ס'זאל זיין הויעך נישט קיין '''שטימ''ע
כ'האב געהאט א רבי אין די קליינע כיתות וואס האט אפען געטון מעשה נבלה מיט קינדער, און ס'האט גענומען צען יאר ביז מ'האט אים פארשיקט (בדרך כבוד). אנגעווייטאגט בין איך נישט אזוי שטארק אויף דעם שפל ונבזה ווי אויף די תלמוד תורה, וואס האט דאס אזוי לאנג צוגעלאזט. (ניין!!! כ'האב נישט באקומען קיין אנטשולדיגען בריוו) היינט ב''ה וואלט דאס נישט געקענט פאסירען.