וואס גיימיר טון פאר אונזערע קינדער'ס פינאנציעלע צוקונפט?
56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5286
וואס גיימיר טון פאר אונזערע קינדער'ס פינאנציעלע צוקונפט?
דער פינאנציעלער מצב כהיום יום ביים היימישן עולם איז א מיאוס'ע אנזעץ, און טיף אין דער אדמה. רובם ככולם מוטשען זיך אדורכצושטופן דעם טאג, א ריזיגער פראצענט זענען גרויסע בעלי חובות, נאך אפילו בעפאר מען הייבט אן מאכן שמחות, ווי בר מצוה און חתונה. מען קען פשוט נישט עפפארדן און באצאלן די מינימום, ווי די געשוואלענע רענט פרייזן און ריזיגע שכר לימוד, און בכלל אונזער גאנצער לייף סטייל. אפילו אן לוקסוס און אן באגעבא'ס, זייער ווייניג אינגעלייט - און אפילו עלטערע אידן - קענען זאגן מיט א רואיגקייט אז זיי קענען ענדיגן דעם חודש געדעקט אלע הוצאות. לאמיר שוין נישט רעכענען הוצאות יו"ט און פלוצלינגדיגע זייטיגע זאכן וואס מאכט זיך ("רעיני דעי" בלע"ז). כמעט וואס מענטשן האבן נישט א דאלער פאר איבריגע הוצאות. מען לעבט פון פעי-טשעק צו פעי-טשעק, אויף קרעדיט קארטלעך, מען בארגט זיך אן ביי חברים און גמ"ח'ן, און מאנכע אויף די ביסל הילף און פראגראמען פון די רעגירונג וואס גיט א שטיקעלע הרחבה צו קענען איינקויפן עסן.
ווי מיר זעהען, גייען די גאווערמענט פראגראמען מטה מטה, מען האט שוין די חודש געשניטן פון די פוד סטעמפס, און עס וועט מסתמא זיין נאך שניטן. סעקשאן 8 איז שוין פארמאכט מיט שלאס און ריגל, און אפילו די וועלכע זענען כעת עתה נהנה דערפון, וועלן אויך זעהן שניטן פריער אדער שפעטער. סאושעל סעקיוריטי (פאר די עלטערע יארן בעז"ה) איז דאך שוין יארן א דיזעסטער. איין באשעפער ווייסט ווילאנג נאך מען וועט קענען נהנה זיין פון וואוטשערס (א חלק האט מען שוין גענצליך אפגעשלאסן, כידוע). דאס מיינט אז מען קען זיך נישט צופיל פארלאזן אויף רעגירונגס הילף. מיט זייערע שווערע טריליאנען דאלער חובות זעהט נישט אויס ווי הילף וועט זיך פארברייטערן, נישטא פון וואנעט צו נעמען, און קוים פון וואו צו בארגן. די "חובות-דאך" איז שוין העכער ווי די פרידאם טאוער, און קען שוין נישט גיין צופיל העכער.
גלייכצייטיג גייט ארויף די קאסט אף ליווינג, זאכן קאסטן טייערער, און חוץ די געווענליכע העכערונג פון אינפלאציע, שפרינגען זאכן ארויס פון קאנטראל פאר פארשידענע אומפאראויסגעזעהענע סיבות. עסן, קליידונג, געז, אינשורענס, טאללס, סופלייס, אלעס גייט צוביסלעך ארויף. אבער וועידזשעס בלייבט נאך אלץ אין די נידריגע איינצעלנע נומערן, אז מען איז גליקליך קען מען אנהייבן טרעפן א דזשאב פאר 10-12 דאלער - איך רעד פאר פשוט'ע אינגעלייט אן קיין שום ערפארונג - און איינצעלנע וועלן אויך האבן זייערע פרויען ארבעטן און אריינברענגען לכל היותר נאך א 200-300 דאלער א וואך, און עכ"ז וועט עס קוים קאווערן די רענט!
עס קוקט מיר אויס ווי עס ערווארטעט אונזערע קומענדיגע דורות א שרעקליכער קריזיס, איום ונורא. אונזערע קינדער וועלן האבן ווייניגער שטאטישע בענעפיטן ווי אונז, העכערע טאג-טעגליכע הוצאות, און א לאך וואס וועט נישט זיין פון וואו צו דעקן, טראץ די אלע גוטהארציגע אידן און צדקה ארגאניזאציעס ווי שבת פעקלעך. איך זעה פאר ממש א שרעקליכער עקאנאמישער קראך, און בנוסף צו די היינטיגע שוואכע מוחות און מענטאל פראבלעמען ווי מענטשן קענען נישט פארנעמען צופיל סטרעס, וועלט וועט ווערן אויס וועלט!
נישט אז איך בין פון די 'ואם תאמר מה נאכל 'שווארץ-קוקער וואס זארגן אז בקרוב וועט נישט זיין גענוג עסן פאר די וועלט, אודאי דארף מען האבן בטחון אז דער בורא וועט אונז נישט פארלאזן, און בלויז ער איז דער זן ומפרנס לכל; פארט דארפן מיר טון אונזער חלק ההשתדלות, און מקיים זיין דעם "חייב אדם ללמוד את בנו אומנות", היינט נאך מער ווי אייביג. מען קען זיך מער נישט פארלאזן אויף קיין נסים, נישטא מער די צדיקים וואס האבן געקענט אויס'פועל'ן אין הימל ישועות און אנווייזן צו גיין אונטערן בריק און טרעפן א אוצר, מען מוז טון קראנטע השתדלות און נישט בויען אויף מיסטישע כוחות (קרעדיט:
@בן תמליון).
אודאי איז חשוב יעדע סטעפ אין די רייט דירעקשאן; ווי צב"ש חתונה תקנות און אנדערע לוקסוס צוימונגען, אבער עס איז ווייט נישט גענוג. עס וואלט געדארפט געגרינדעט ווערן א מכון, א ארגאניזאציע, וואס זאל אויפרודערן דעם גאנצן ציבור פון "שלומי אמוני ישראל". אבער דאס איז אלעס א שיינער חלום, און אפילו מען וועט יא גרינדן א מכון וואס זאל טון צו דער זאך, וועט עס מסתמא גע'פסל'ט ווערן ביי די ערליכע מנהיגים, ווארום דער עיקר פון לעבן איז דאך תורה, ווי מעג מען אפילו טון עפעס פאר גשמיות. ממילא פאלט דער טאבע ביי אונז אין האנט, און יעדער יחיד בלייבט פאראנטווארטליך צו זארגן פאר די אייגענע קינדער.
שטעלט זיך די שטארקע שאלה: וואס אויף דער וועלט פלאנט איר צו טון אז אייערע קינדער זאלן קענען לעבן מיט דאס מינימום הרחבת הדעת???.
מאן דיהיב חיי יהיב מזוני, דער זעלבער זן ומפרנס לכל היינטיגע צייטן וועט אי"ה שפייזן אויך אונזערע קינדער, וואס איז דא צו זארגן אויף 20 יאר ארום?
איך האב ב"ה א שיינע שטוב מיט קינדער, איך קום אויס קוים מיטן חודש, און ס'לויפט שוין אזוי די לעצטע 15 16 יאר, פון ווען איך האב חתונה געהאט, איי דעמאלטס האב איך געדארפט אויסהאלטן צוויי מענטשן, און היינט קרוב צו א מנין?, און אויב דעמאלטס בין איך קוים אויסגעקומען ווי אזוי קום איך היינט אויס, נאר מיט יעדן קינד האט מיר דער באשעפער געשיקט נאך, אבער ער שיקט מיר מיט א דאלער ווייניגער וויפיל איך דארף באמת, ווייל ער וויל איך זאל אים בעטן.
איך האב געהערט א שארף ווארט, יוסף הצדיק געזאגט פארן שר המשקים, אין דריי טעג ארום נעמט מען דיך ארויס דערמאן מיך פאר פרעה, דאס מיינט דו פארגעסט אז דער באשעפער קען דיר העלפן נאך פאר די דריי טעג, דערפאר האט יוסף באקומען א עונש צו זיצן נאך צוויי יאר.
דו זארגסט פאר 20 יאר ארום, ווען דו פארגעסט אז מארגן קען שוין משיח דא זיין, אל תדאג דאגת מחר!!!
אה! פאר דעם איז יוסף געזעצן נאך צוויי יאר.... יעצט פארשטיי איך שוין.
.
א קלארע תשובה אדער עצה איז נישטא פאר אן איינגעגעסענע ברוקלינער חסיד, אבער ווער ס'וויל הערן, איז דא אפאר עצות:
1. חתונה האבן מיט א פאך אין די האנט.
2. אוועקמופן פון ניו יארק סיטי.
3. נישט האבן נאך א קינד יעדעס יאר.
4. שפארן יעדע פעני מעגליך פאר א דאן פעימינט.
5. חתונה תקנות, און בכלל לעבן מיט א חשבון.
רוב עולם וועט זאגן, רוב אדער אלע פון די זאכן איז נישט מעגליך, רבותי א חלק זענען יא מעגליך. מ'דארף ארויסקריכן פון די comfort zone, און טוען למעשה.
רויטע וואנצעסא קלארע תשובה אדער עצה איז נישטא פאר אן איינגעגעסענע ברוקלינער חסיד, אבער ווער ס'וויל הערן, איז דא אפאר עצות:
1. חתונה האבן מיט א פאך אין די האנט.
2. אוועקמופן פון ניו יארק סיטי.
3. נישט האבן נאך א קינד יעדעס יאר.
4. שפארן יעדע פעני מעגליך פאר א דאן פעימינט.
5. חתונה תקנות, און בכלל לעבן מיט א חשבון.
רוב עולם וועט זאגן, רוב אדער אלע פון די זאכן איז נישט מעגליך, רבותי א חלק זענען יא מעגליך. מ'דארף ארויסקריכן פון די comfort zone, און טוען למעשה.
אז מ'האט חתונה מיט א פאך בידו און מ'וואוינט נישט אין נוי יארק און מ'שפארט זיך יעדע פעני און מ'לעבט מיט א חשבון קען מען שוין האבן וויפיל קינדער מ'וויל פארוואסזע דען נישט צושפרייטן די מין האדם אויף דער וועלט וואס איז דען די פראבלעם?
צו עפענען א נאמבער שלאס מוז מען נישט דריקן אלע נאמבערס.
גאנצלרויטע וואנצעסא קלארע תשובה אדער עצה איז נישטא פאר אן איינגעגעסענע ברוקלינער חסיד, אבער ווער ס'וויל הערן, איז דא אפאר עצות:
1. חתונה האבן מיט א פאך אין די האנט.
2. אוועקמופן פון ניו יארק סיטי.
3. נישט האבן נאך א קינד יעדעס יאר.
4. שפארן יעדע פעני מעגליך פאר א דאן פעימינט.
5. חתונה תקנות, און בכלל לעבן מיט א חשבון.
רוב עולם וועט זאגן, רוב אדער אלע פון די זאכן איז נישט מעגליך, רבותי א חלק זענען יא מעגליך. מ'דארף ארויסקריכן פון די comfort zone, און טוען למעשה.
אז מ'האט חתונה מיט א פאך בידו און מ'וואוינט נישט אין נוי יארק און מ'שפארט זיך יעדע פעני און מ'לעבט מיט א חשבון קען מען שוין האבן וויפיל קינדער מ'וויל פארוואסזע דען נישט צושפרייטן די מין האדם אויף דער וועלט וואס איז דען די פראבלעם?
נאכדערצו אז די אלע פון די מין האדם וועלן דאך אויך--פונקט ווי דער פאטער--האבן א פאך בידם, מילא די פרודאקטיווקייט צווישן דעם מין האדם קען פילפאכיג ארויפיאגן, לעזענדיג דערביי די גאנצע פינאנציעלע קריזיס.
רויטע וואנצעסא קלארע תשובה אדער עצה איז נישטא פאר אן איינגעגעסענע ברוקלינער חסיד, אבער ווער ס'וויל הערן, איז דא אפאר עצות:
1. חתונה האבן מיט א פאך אין די האנט.
ווי אזוי פלאנסטו דאס צו טוהן פאר דיינע קינדער?
2. אוועקמופן פון ניו יארק סיטי.
די מהפכה הייבט זיך שוין אן. איך וואלט מוסיף געווען נישט נאר פון די סיטי, נאר בכלל אוועק פון ניו יארק.
3. נישט האבן נאך א קינד יעדעס יאר.
קינדער קומט דאך פון הימל, ווי קענען מיר זיך אריינמישן, צו דעם דארף מען זיך מזכיר זיין און בעטן א ברכה פונעם דיין שליט"א
4. שפארן יעדע פעני מעגליך פאר א דאן פעימינט.
איך שפאר שוין יארן יעדע פעני און יעדע קוואדער וואס מעגליך. איך האלט שוין ביי איבער 70 דאלער! עפעס איז שוין גרייט פארן דאון פעימענט.
5. חתונה תקנות, און בכלל לעבן מיט א חשבון.
איך האב א פונקטליכע חשבון אויף יעדן דאלער. און אזוי זעה איך טאקע קלאר און דייטליך דעם בראך פאר די אויגן.
האבן זיך מיינע עלטערן געזארגט איבער מיין עתיד אז איך זאל זיך זארגן איבער מיינע קינדער'ס? איך געב גערעכט פאר שרייבער אז עז אף נאו איז נישטא עכט וואס צו טון, דאגה'ן איז קיין סאלושען ווייל ס'העלפט נישט קיין כי הוא זה, (שטעל דיך פאר ווען ס'העלפט ווען) בלייבט נאר איבער צו פרובירן דיבעסט און שוין, איין זאך וואס איך האלט איז, אז פרויען מעגן צולייגן א שטיקל פלייצע ארויסצוהעלפן די מצב הפרנסה, רוב פרויען אונטער 30 האבן עטליכע איבעריגע שעה אין טאג און זיי מעגן ווען עפעס ארויסהעלפן, ס'וועט נאך אלס בלייבן עטליכע שעה צו שאפן און פלעטשקען. כנלע"ד
שמעקעדיגרויטע וואנצעסא קלארע תשובה אדער עצה איז נישטא פאר אן איינגעגעסענע ברוקלינער חסיד, אבער ווער ס'וויל הערן, איז דא אפאר עצות:
1. חתונה האבן מיט א פאך אין די האנט.
ווי אזוי פלאנסטו דאס צו טוהן פאר דיינע קינדער?
צולערנען מיט זיי וואס די מועלים בשליחותם לערנען נישט מיט זיי אין חדר. מאכן זיכער אז זיי באקומען די העכערע עדשוקעישאן וואס עס פעלט אויס אז זיי זאלן האבן א טשאנס צו קענען מצליח זיין בפרנסתם. אנערקענען אין די פאקט אז היינט צו טאגס פאלאנגט זיך ע״פ רוב צוויי breadwinners אין א שטוב, און א צען דאלער פער שעה טיטשינג דזשאב wont suffice. ועל כולם, מאכן זיכער אז די קינדער פארשטייען אז די אחריות פון מפרנס זיין זיך און די שטוב איז נישט קיין דזשאוק. מען קען נישט קאלעצין 3 יאר אין כולל און דעמאלטס - שוין האבנ׳דיג צוויי מיט א האלב קינדער - ערשט אנהייבן צו דאגה׳ן איבער פרנסה. זיי געבן די פארשטאנד פון טראכטן פון די ביג פיקטשער וכו׳.
2. אוועקמופן פון ניו יארק סיטי.
די מהפכה הייבט זיך שוין אן. איך וואלט מוסיף געווען נישט נאר פון די סיטי, נאר בכלל אוועק פון ניו יארק.
איך בין מסכים מיט דעם, אבער דאס איז די שווערסטע שריט פון אלע מטעמים המובנים.
3. נישט האבן נאך א קינד יעדעס יאר.
קינדער קומט דאך פון הימל, ווי קענען מיר זיך אריינמישן, צו דעם דארף מען זיך מזכיר זיין און בעטן א ברכה פונעם דיין שליט"א
מען דארף זיך טאקע נישט אריינמישן אין די באשעפער׳ס ענינים, לאז זיי נוצן אמצעי מניעה און דאס איבעריגע וועט שוין די באשעפער טוו זייניגע.
4. שפארן יעדע פעני מעגליך פאר א דאן פעימינט.
איך שפאר שוין יארן יעדע פעני און יעדע קוואדער וואס מעגליך. איך האלט שוין ביי איבער 70 דאלער! עפעס איז שוין גרייט פארן דאון פעימענט.
שתי תשובות בדבר. 1) לעבן מיט א בודזשעט מיינט אז ווען מען האט נישט קויפט מען נישט. 2) קויפן א הויז איז נישט קיין פרייארעטי. אין ערגעץ אויסער אין די פרומע געמיינדע האט דאס א קדימה פאר א פאסיגע nest egg, א גוטע ריטייערמענט און א גוטע סטאבילע אינקאם.
5. חתונה תקנות, און בכלל לעבן מיט א חשבון.
איך האב א פונקטליכע חשבון אויף יעדן דאלער. און אזוי זעה איך טאקע קלאר און דייטליך דעם בראך פאר די אויגן.
קוק אויף די פריערדיגע סעיף חלק א׳.
/quote]
איך ווייס אז מיינע ווערטער זעהן אפשר אויס שארף און עקסטרעם. אבער די פראבלעם איז נאך שארפער און עקסטרעמער, און קיינער פון די קארפן קעפ וואס ״זארגן״ זיך פאר אונזער און אונזער קינדער׳ס וואוילזיין נעמען די נושא ערענסטערהייט. א פראבלעם ווערט נישט געסאלווד איבער נאכט. און קיינער רעדט זיך נישט איין אז ווען מען וועט טון די אלע זאכן וועט ארימקייט פארשוואונדן ווערן פון די מאפע אז מען וועט אפילו נישט וויסן וואס דאס מיינט. אבער עס וועט זיכער הייבן די אינקאם לעוועל פון די community as a whole, און עס וועט געבן מענטשן אביסל א ניכטערע בליק אויף דער גאנצע נושא.
די יונגווארג פארשטייט ניטאמאל וואס דאס מיינט זיין א געלונגענע מוצלח׳דיגע מענטש. זיי מיינען אז האבן א גוטע כולל א גאנצע טאג, און אינדערפרי און ביינאכט, וואס באצאלט עקסטרע פאר רציפות און שמירת הזמנים, אזוי אז מען קען אהיים קומען מיט עלעוו הונדערט דאלער א חודש, הייסט שיין פרנסה און מ׳איז צופרידן דערמיט. זיי מיינען אז זיך איינשרייבן אין תהילים כולל הייסט השתדלות, און ווערן אנגענומען אלץ א תהילים זאגער פאר צוויי הונדערט דאלער א וואך איז די ישועה. זיי מיינען אז איינער וואס האט מעדיקעיד, פודסטעמפס, סעקשאן אכט, וועלפעיר, וויק און א געשוואלענע טעקס ריטורן, איבער די פינף הונדערט דאלער א וואך וואס זיי פארדינען אין גרינס, מיינט א געריבענע סוחר. איים סארי טו דיסעפוינט יו, ער האט אפשר צו דעקן זיינע הוצאות, און די ווייב זיינע לאזט אים אולי צורי די אכט וואכן וואס זי איז אין קאנטרי, אבער ער איז ווייט פון א געריבענע סוחר. א פאלנע גנב, וואס האט אויסגעפיגערט צו איבערקלוגן די סיסטעם און לעבן פון handouts, דאס יא!
א געריבענע סוחר איז איינער וואס פון יונגווארג אן ווייסט ווי אזוי זיך צו בויען wealth דורך שפארן דאלער נאך דאלער ביז איין טאג קען ער אויפהערן ארבייטן ווייל זיין געלט ארבייט פאר זיינעט וועגן. א געריבענע סוחר איז איינער וואס ארבייט שווער פאר יארן צו ערליך פארדינען זיין געלט ביז איין טאג קען ער מחליט זיין אריין צו גיין צום ארבייט ווייל ער וויל נישט ווייל ער מוז.
עס איז צייט אויפצוהערן מיט די נער׳ישע קליינקעפיגע שפילערייען, און סיריעסלי נעמען די זאך אין די האנט אריין. אויב עס וואלט זיך געמאכט אן ארגעניזאציע מיט אזא בליק, וואלט איך זיכער אוועק געגעבן מיין צייט און ריסארסעס עס ארויס צו העלפן.
.
עטליכע עצות איז שייך אפילו פאר אונז, נו לאמיר עס אביסל אויסשמועסן.
וואס מיינט דאס "אז מען האט נישט קויפט מען נישט"?
יעדער האט א מינימום בודזשעט, וואס דארף קאווערן זיין רענט, שכר לימוד, טעלעפאן, א.א.וו. - ד.ה. אפילו די גאר ארימסטע פארמאגן די זאכן, עס איז די סטענדערד.
למשל, יעדער פארשטייט אז דו קענסט נישט זאגן פאר א מענטש, "אויב האסטו נישט קיין עקסטערע געלט און דיין וואשמאשין איז צעבראכן, קויף נישט קיין נייע"!
וכן, טאמער דיין ברודער האט חתונה אין לאנדאן, וועסטו נישט זאגן "פאר נישט, דו מוזט בלייבן אינדערהיים ווייל דו האסט נישט דאס געלט דערפאר". יעדער פארשטייט אז מען איז ערלויבט (און אפשר מחוייב) צוצובארגן בכהאי גוונא.
אבער אפילו נניח אז מען פסק'ענט אז מען דארף יא בלייבן אינדערהיים און וואשן וועש אין סינק מיט די 10 פינגערס, אבער פשוט אז איך מאך א בודזשעט אויף פען און פאפיר, און איך זעה אז איך דארף האבן 3,000 דאלער א חודש, אבער איך פארדין בלויז 2,600. ווי אזוי קען איך "לעבן מיט א בודזשעט"? איז פאראן א עצה דערצו?
שמעקעדיג, ווי עס זעט אויס האסטו באמת א נידריג באצאלטע דזשאב. איך וואלט דיר געראטן צו בארגן אפאר דאלער און דערנאך ספענדן די צייט וואס דו פארברענגסט אויף ק"ש זיך צו לערנען עפעס א פאך וואס וועט דיר אריינברענגען מער געלט.
הוגה
4. שפארן יעדע פעני מעגליך פאר א דאן פעימינט.
איך שפאר שוין יארן יעדע פעני און יעדע קוואדער וואס מעגליך. איך האלט שוין ביי איבער 70 דאלער! עפעס איז שוין גרייט פארן דאון פעימענט.
שתי תשובות בדבר. 1) לעבן מיט א בודזשעט מיינט אז ווען מען האט נישט קויפט מען נישט. 2) קויפן א הויז איז נישט קיין פרייארעטי. אין ערגעץ אויסער אין די פרומע געמיינדע האט דאס א קדימה פאר א פאסיגע nest egg, א גוטע ריטייערמענט און א גוטע סטאבילע אינקאם.
.[/justify]
די סיבה פון האבן א אייגענע דירה, האט צוטוען מיט דעם אז מ'איז א היימישע איד.
לאמיך מסביר זיין.
1. אז מ'האלט און איין פאפען קינדער וועט די רענט, פריער אדער שפעטער אנקומען צו איבער 3000$. (חוץ אויב מ'וויל לעבן ווי א חיה צושטופט.)
2. ביי היימישע אידן מאכן די עלטערן חתונה די קינדער, און אוודאי כבני מלכים.
יעצט לאמיר זאגן די טאטע האט גאנץ א גוטע דזשאב און מאכט 4000$ א חודש, האט ער אבער נישט פון ווי חתונה צו מאכן, אפילו אויב ער לויפט א שטארקן בוזשעט, אבער אז זיין געלט איז איינגעשטעקט אין זיין הויז קען ער על כל צרה נעמען א acuity, און מ'קען סקיפען די טיי אווענט.
איך הער נישט אויף צו זארגן וואס וועט זיין מיט מיינע קינדערס פינאנציעלע מצב.
איך טוה די זאכן כדי זיי צו העלפן...
1. איך זאג זיי כסדר ווי וויכטיג לערנען ענגליש איז (מען נוצט דאס מער אין לעבן ווי מען נוצט די גמרא)
2. איך ברענג זיי כסדר ענגלישע ביכער פון די לייברערי.
3. איך קויף זיי CD'S פון סיפורי צדיקים אויף ענגליש.
4. איך עפען פאר יעדן קינד אן אייגענע באנק אקואנט צו האלטן די חנוכה און פורים געלט, יעדער באקומט די אייגענע סטעיטמענט.
5. ווען מיין ווייב איז ווען מסכים פארקויף איך מיין קליינע פארשטופטע דירה און איך קויף א ברייטע דירה (פאר האלב פרייז) אין א נייע אידישע געגענט (עירמאנט, לעיקוואד אדער פלארידא)
6. איך פלאן נישט צו האבן מער קינדער ביזדערווייל בל"נ, ביז ווילאנג די "מאן דיהיב חיי יהיב מזוני" שיקט מיר א דיפאזיט פאראויס...
7. איך פרוביר נישט נאכלויפן אלע משוגעת'ן, איך גיי די זעלבע שיך שבת אינדערוואכן, די זעלבע שאל, די זעלבע הויזן, די זעלבע זאקן. מיין ווייב דרייווט נישט קיין באגאבא. איך דרייוו נישט קיין אוידעסי 2013. מיינע קינדער דארפן נישט קיין שבת מאנטלען. מיינע קינדער דארפן נישט קיין MATCHING חול המועד קליידער. מיין בעבי דארף נישט קיין גאלדענע צומי האלטער.
8. איך מאך כפרות אויף געלט.
9. איך קויף אן אתרוג אויפן גאס (איך טראג עס נישט צום דיין)
10.איך נעם מיינע קינדער צו צדיקים נאר שבת ווען עס קאסט נישט קיין געלט.
11.איך קויף נישט ערב פסח מצות.
12.איך קויף נישט וויין פאר קידוש.
13.איך גיי נישט אין מקוה.
14.איך קויף נישט התאחדות זאלץ פאר פסח.
15.ווען איך האב ווען עקסטערע געלט, וואלט איך געדינגען א כינעזער מלמד פאר מיינע קינדער זיי צו לערנען די שפראך פון די קומענדיגע 50 יאר.
16. איך שטאפ מיינע קינדער מיט ידיעות איבער פאליטיק, גאווערמענט, פינאנץ, סייענס און היסטאריע.
17. דער עיקר איך לערן מיינע קינדער צו האבן אסאך זעלבסטזיכערקייט, צו זיין אינדעפענדעט און צו טראכטן פאר זיך, ווייל דאס איז די שליסעל פאר אלעם.
גנדי איז מקיים זיין אייגענע חתימה.......... נאה דורש ונאה מקיים!
פארגעסן...
איך קויף נישט קיין הושענות פאר יעדן אין די הויז געזונט... איין ריפטל איז גענוג פאר די בעבי צו שפילן...
איך טריי צי כאפען וואספארא סארט ווייב די האסט?
5. ווען מיין ווייב איז ווען מסכים פארקויף איך מיין קליינע פארשטופטע דירה און איך קויף א ברייטע דירה (פאר האלב פרייז) אין א נייע אידישע געגענט (עירמאנט, לעיקוואד אדער פלארידא)
זיעט אויס פין דע פרימערע סארט
איך פלאן נישט צו האבן מער קינדער ביזדערווייל בל"נ
מיין ווייב דרייווט נישט קיין באגאבא
זיעט אויס פין דע שוואכערע
עניוועי די שרייבסט געוואלדיגט! 👍
איך מיין אז מיין ווייב איז צוויי וואכען פון די פרומערע סארט. און נאכדעם די אנדערע צוויי וואכן איז זי פון די שוואכערע סארט. זי זאגט זי איז מיד און האט נישט קיין כח... און נאכדעם חוזר חלילה...
6. איך פלאן נישט צו האבן מער קינדער ביזדערווייל בל"נ,
13.איך גיי נישט אין מקוה.
וואלסטי געקענט לייגען און איין פאראגראף
@גנדי אויף הושענת און אתרוגים פארשטיי איך אז די ספענדס נישט, זאג נאר פריים גריל אדער סטארבאקס בוזטו אויך אזוי נוהג?
גנדיפארגעסן...
איך קויף נישט קיין הושענות פאר יעדן אין די הויז געזונט... איין ריפטל איז גענוג פאר די בעבי צו שפילן...
און איך קויף נישט איינס אויך נישט, ס'דא אין שול גענוג און נאך.
און מיין אתרוג היי יאר איז געווען ביליגער פון לעיקוואדס... גאנצע 4$ דאלער!
איך קויף נישט ערב פסח מצות
Do you use machine matzoh
?
מאראנצןזאפט
און מיין אתרוג היי יאר איז געווען ביליגער פון לעיקוואדס... גאנצע 4$ דאלער!
פשיהא כ'האב נישט געוואוסט מ'קען קויפן אזוי ביליג, איך האב נאר געטראפן פאר 5 דולר.
יואי האב איך ליב דעים אשכול, איך מוז מודה זיין איך ב"ה האט יא גאנץ פיין פרנסה אין א הויז האט מיך מיין טאטע געגעבען א דאון פעימענט מיט טשעינז. אין מיט דעים אלעמען איז די מצב נישט גוט ביי מיר, מיין ווייב האט זיך אויס געלערנט אלץ מיידל צו קוטענען געלט כאילו סאיז טוילעט וואסער (נאך א סיבה מדארף מיין שווער דערמארדערען) איך האב שוין געטרייט מיט בייזן מיט גיטען איך האב געטאפט א וואנט. אין אלעס איז בארא פארק שולדוג וויל זי טרייט נאר צו געפעלען איר צוחישטע חברתה'ז אפילו זי זאגט אנדריש
אקיצור מיין זארג ווי אזוי מיינע קינדער גייען לעבן לאזט מיך נישט רואיג. די מצב ווערט נאר ערגער טעגליך. אלץ וואס בלייבט מיך איבער צו זאגען איז אז איך שטום מיט די עולם אז די מצב איז געפערליך. איך ווארט צו הערען א עצה פון איינער פון די חכמי ק"ש.
האסט דערמאנט דא א נקודה וואס מ'האט נישט דערמאנט, אז די ווייבער ספענדן. אלע עצות אין די וועלט וועט נישט העלפן, אויב די ווייב האלט נישט ביים זיך קאנטראלירן. אויב שלאגט זיך די מאן וועגן דעם וועט מען חוץ פארלירן די הויזן, אויך פארלירן די שלום בית. איין זאך יא, מ'קען קויפן ביכער וכדומה וואס educate איבער בודזשעט און די לאנג טירם מעלות. זי זאל עס אבער אליינס ליינען אן די מאן'ס פרעשור אויפן קאפ, און אולי וועט זיך עס איינגעבן.
די אמעריקאנער לייף סטייל איז געבויט אויף the husband and wife working.
This is my first post, am breaking my teeth to type in yiddish. This is a BIG problem that will not be solved in KS. The so called askunim must do something about it now, for it to work in 30 years.
Our biggest problem is peer pressure. Fancy cars. Fancy house etc.
איך האלט מאכן א 13טע קלאס וועט זיין א ישועה פאר דיעם......
אשטאט מען זאל שיקען דע מיידליך ארבערטען ביי דע 11טע קלאס אז ווען זיי האבן חתונה זאלן זיי שוין האבען עפעס א פאך אין דע הענט, חוץ מזה אוס צי לערנען אז געלט וואקסט נישט אויף א בוים מען מיז שוויצען פאר דיעם, מאכט מען א 12טע קלאס חוץ ווואס קאסט פאר דע עלטערן געלט מאכט עס אזוי פיל זיכער אז ווען זי האט קאם אריין געדרייט מיט עפעס א ארבערט איז זי שוין פרעגנעננט
פריעג איך קען אפילו חלום'ען אז זי זאל גיין ארבערטען?
נאך אלע תגובות, טייל ליצנות, טייל חוזק, טייל גאנץ גוטע עצות, האלטן מיר נאך אלץ ביי גארנישט, עס קוקט נישט אויס ווי דער עולם נעמט ערנסט דעם פראבלעם.
איך מיין אז ס'איז די העכסטע צייט אז אפאר קאווע שטיבל ניקס זאלן זיך קרוינען אלס עסקנים ביים היימישן ציבור, און אנהייבן טון צו דער זאך!
עפעס דראסטיש מוז געטון ווערן, זאפארט!
@גנדי ווי אזוי פירסטי זיך מיט נר חנוכה נר אחד לכל בני ביתו?
אדער עס ווענטזיך און דיין ווייב וסת?
באגאבא@גנדי ווי אזוי פירסטי זיך מיט נר חנוכה נר אחד לכל בני ביתו?
אדער עס ווענטזיך און דיין ווייב וסת?
לאל
און וואס גייט זיין מיט אונזערע קינדער'ס חינוך צוקונפט?
ידידינו ר' שמעקעדיג האלט נאך אינמיטן מסדר זיין די פינאנציעלע צוקונפט פון אונזערע קינדער, אבער איך וויל אויך פרעגן וואס גייט זיין מיט זייערע חינוך צוקונפט?
מיר, עלטערן, צאלן אין דורכשניט 300 דולר א חודש פער קינד פאר שכר לימוד, וואס איז די פראדוקט וואס מיר באקומען דערפאר?
יא, די תלמידי תורה'ס טוען לכבוד דעם דיקטוטירן אונזער יעדע ריר, פון די אונטערוועש וואס מיר טראגן, ביז די טעלעפאון וואס מיר האבן, ביז די שייטל וואס דער ווייב טוט אן עטרה לראשה, אבער וואס לערנען אונזערע קינדער?
איך רעד יעצט דווקא נישט פון לערנען אונזערע קינדער סעקולארע סטודיס, איך רעד נישט פון ענגליש פון מעעט פון אמעריקאן היסטאריע פון סיוויקס פון סייענס און אזוי ווייטער. איך רעד יעצט פון אונזערע קינדער'ס תורה'דיגע חינוך.
וויפיל פון אונזערע קינדער ווייסן יודישע היסטאריע, וויפיל ווייסען נ"ך וויפיל ווייסן ווער שמואל הנביא איז געווען, וועלכע חסיד איז ירמי' הנביא געווען, ווער האט געכאפט די פיקטשערס ביי מרים הנביאה און אין וועלכע צייטן האט שלמה המלך געלעבט? און דאס איז די בעיסיקס שבעבעיסיקס. איך רעד ניטאמאל פון גדעון, אבשלום און די נעמען וואס זענען ניטש אזוי באקאנט, איך רעד יעצט די נאקעטע בעיסיקס, די בעיסיקס וואס, להבדיל, יעדע גוי ווייסט! ס'איז א בושה, אבער דער ערוועדזש ערצויגענע גוי ווייסט מער איבער אונזער היסטאריע ווי דער ערוועדזש חסידישע יונגל.
מיין פילינג איז אז היינו טעמא דשופר היינו טעמא דלולב. מ'האט מורא צו לערנען מיט די קינדער מער ווי שניים שאחזו ווייל מ'וועט זיי עפענען די אויגן, זיי וועלן זען אז חוץ די הייליגע דינאסטיע פון די הייליגע רבי שליט"א וואס דארט איז למעלה בקודש בלי שום פגם איז דא א היסטאריע וואס אונזער פאלק האט. אין די היסטאריע איז דא געוויסע נישט באקוועמע פאקטן, פאקטן וועלכע מ'קען אבער מ'ברויך זיי פארענטפערן. מ'האט מורא אז מ'וועט זיי חלילה עפענען די אויגן.
קומען מיר ווייטער צוריק צו די אלטע קושיא: אויב ביסטו טאקע אזוי זיכער אין וואס דו גלייבסט, פארוואס האסטו מורא צו רעדן דערוועגן, און אויב נישט דאן וועם רעדסטו איין אז דו גלייבסט...
למעשה, וואס קעמען אונז אלס עלטערין יא טון צו אויסלערנען דאס אלעס פאר אונזערע קינדער. און אצינד רעד איך אויך פון סעקולער סטודיס. ווויאזוי קענען מיר אויסלערנען אונזערע קינדער ביידע: זיי די יודישע לערנונגען פון וואס זיי ווערן דיפרייווט אין אונזערע חדרים, און סיי די סעקולאר סטודיס וועלכע וועלן זיי אי"ה צוניץ קומען כל ימיהם...
ישר כח פארן ארויף ברענגען דעים אשכול צים אויבערפלאך
וואס איך האלט וועגען דעים ציקומפט פין אינזערע קינדער איז דער עיקר פראבליעם פין אינזערע הוצאות איז "דיעם געפעלן יענער"
איך בין געזיצען מיט מיין פרוי תחי' פאר עטליכע וואכן צירוק וועןגען אינזער הוצאות און הכנסות , וואס איך האב אפגעמאכט מיט איר, אז בערך 60 פראצענט פין אינזער געלט גייט צי געפעלן יענער, עס זיעט אפשר אויס מוגזם אבער אדרבא רעכנט דאס אליין אויס וועט איז זיען אז אזוי איז עס, און אנדערע ווערטער אז אינז וועלן זיך ארויס ציען צי א מדבר מיט דע זעלבע הוצאות ווי שכ"ל און יאטילעטיס מיט מארגעזש וועט דאס אינז שניידן מיט 60 פראצענט אינזערע הוצאות, איך רעד נישט פין גיין אנגעטיען שמיציג אדער ווערן פארפרוירן ווינטער
וואס איך האלט אז די ווילסט אז דיינע קינדער זאלן האבן א ריכטיגע ציקונפט לערן זיי אויס נישט טראכטען וואס יענער זאגט וועלן זיי זיען און נאך עטליכע יאר וועלן זיי האבן אפגעשפארט א שיינע ביסעל געלט, און בכלל וועט זיי גרינגער זיין זייער גאנצע לעבען
וואו אין אסאך זאכן וואס יעדער איינער ווייסט, און נאר איך, יאיר, בין אומוויסנד, בין איך נישט אזוי באקאנט מיט די מצב הפרנסה ביי אונז. ביטע אויב איינער קען מען איבערגעבן אין קורצן וואס איז די עוורעדזש אינקאם אין די חסידישע קרייזן פאר א יונגערמאן א בן שלשים. גוגל זאגט מיר אז כהיום הזה איז די עוורעדזש האוזהאולד אינקאם אין ברוקלין $42,752. ויש לציין אז דא רעדט מען פון גוי'אישע פאמיליעס וואס אפטמאל ארבעטן סיי די פרוי און סיי די מאן. אלזא, איז די מצב ביי אונז בעסער אדער ערגער ווי ביים אלגעמיינעם המון עם?
יאיר, למאי נפקא מינה וואס עס טוט זיך ביי אנדערע? למעשה אין אונזער קאמיוניטי איז דא א קריזיס וואס ווערט נאר ערגער כסדר. עס זענען דא תיקונים וואס מען קען מאכן, מיר האבן די סטראקטשור איינצופירן די תיקונים. מיר האבן א ק"ש וואו מען קען מטכס עצה זיין, און דאס טוט מען. ווייל ביי יענעם איז אויך שלעכט פאר דעם מוז איך שלום מאכן מיט די מצב?
ס'איז די אנגענומענע מיינונג ביים היימישן עולם, אז אויפצוטוען עפעס דארף עס זיין מיט א טראסק, מיט סיסטעם ווייד תיקונים, תקנות, מיט קול קורא'ס. ס'איז א טעות, אסאך זאכן האט מיט די חינוך וואס יעדע אינדעוזועלע מענטש געבט פאר זיינע קינדער. די נושא פון לעבן מיט א חשבון, אדער האבן א פאך וכדומה האט מער צוטען פון וואס פאר א שטוב מ'קומט ווי פון וועלכע מקוה מ'ווייקט זיך.
יאירוואו אין אסאך זאכן וואס יעדער איינער ווייסט, און נאר איך, יאיר, בין אומוויסנד, בין איך נישט אזוי באקאנט מיט די מצב הפרנסה ביי אונז. ביטע אויב איינער קען מען איבערגעבן אין קורצן וואס איז די עוורעדזש אינקאם אין די חסידישע קרייזן פאר א יונגערמאן א בן שלשים. גוגל זאגט מיר אז כהיום הזה איז די עוורעדזש האוזהאולד אינקאם אין ברוקלין $42,752. ויש לציין אז דא רעדט מען פון גוי'אישע פאמיליעס וואס אפטמאל ארבעטן סיי די פרוי און סיי די מאן. אלזא, איז די מצב ביי אונז בעסער אדער ערגער ווי ביים אלגעמיינעם המון עם?
יאיר, דאס איז עוורעדזש אינקאם, נישט מידיען. חוץ מזה איז דאס די עוורעדזש אינקאם פער הויזגעזונט, ווען די עוורעדזש הויזגעזונט איז צווישן איינס און צוויי מענטשען. אז דו וועסט קוקן פער קאפצאל איז די עוורעדזש אינקאם per capita income $24398. קומט אויס אז א יונגעמאן צוויי יאר נאכן חתונה מיט צוויי יונקי שדים וואלט שוין געדארפט מאכן 97592, און אפאר יאר דערנאך ווען ס'געזינדל האלט שוין ביי זעקס קינדער וואלט די עוורעדזש שוין געווען ביי עם $195184. און דאס איז ביי די געמיינע דאמי גוים, מיר אידן זענען דאך סאך קלוגער און געשליפן, וואלטן מיר בעדארפט מאכן סאך מער.
געפילטע פיש מיר אידן זענען דאך סאך קלוגער און געשליפן, וואלטן מיר בעדארפט מאכן סאך מער.
וואס איז מיטן לא לחכמים לחם ?
גערעכט, אבער אן די אדער הענד האבן מיר פרשת המן, אפיקומן, ויתן לך, קטורת אויף קלף, הבדלה וויין, מלוה מלכה, ועוד, וואלטן מיר געדארפט שטיין סאך בעסער. ווען איז געווען די לעצטע מאל האסט געזעהן א גוי זאגן פרשת המן, הע?
פארוואס איז די נושא איינגעשלאפן?
די פראבלעם האט זיך ווי נישט ווי געסעטעלט אדער דער עולם איז געגאנגען אויף יאוש?
Iy"h when my son will be in yeshiva, I personally will ask the rosh yeshiva (and i will encourage other parents to do the same) to hire somone to give basic secular courses on how the banking system works, basic excel, basic health, even basic English writing that they were supposed to learn during their chaider years... etc. etc.
From sitting and complaining we for sure won't get anywhere. ..
And what do you think wI'll the rosh yeshiveh answer ?
ער וועט אים אפילו נישט ענטפערן. א "לא נתקבל" וועט זיין דער ענטפער
טאקע אינטערעסאנט אז די ביליאן שוטים האבן נאך נישט געכאפט דיין חשבון.
איך בין יעצט צופרי געזיצען אויף א מאנסי טרעילס באס פון מאנסי קיין בארא פארק. זיצט זיך א יונגערמאנטשיק (כנראה א שנה ראשונה'ניק) נעבען מיר, האב איך געכאפט א שמועס מיט איהם וועגען אט די טעמע.
אזוי גייט זיין מעשה:
ער איז אין כולל (וואס צאלט נישט ממש אין צייט) און מיט אלע שמירת הזמנים'ס רצופות, וכו' קען ער פארדינען בערך $600 א חודש אזוי אויך גייט ער צו א נאכט כולל ווי ער פארדינט $180 (אויב ער קומט אלע נעכט, וואס איז אליינס א שווערע מעשה מיט די וואוקס אין שמחות קע"ה כן ירבו)
זיין אשת חיל איז א טיטשער און פארדינט 1200 א חודש
טאטאל פארדינסטען קען זיין: $1980
למעשה איז עס בערך $1800
זיינע התחייבות'ן:
רענט איין בעדרום $1475
עלעקטריק: בערך $75 (און זימער איז עס דאפעלט)
געז: בערך $30
הייצונג: 0
טעלעפאון $25
צוויי סעלפאון'ס: $60
רענטערס אינשורענס: $35
לייף אינשורענס $35
משפחה מתנות און שמחה עקספענסעס: $30 לכה"פ
מקוואות: $38 (20 מיט 18)
עסן ווערט געדעקט דורך פ"ס (וויאזוי???)
און מעדיקעל אינשורענס דורך מעדיקעיד
און דאס איז אלעס אהן קליידער, בעלי מלאכה, ספענדינג מאני (וואס מיינט דאס??), אהן קינדער, בעיביסיטערס, פארן צו די עלטערין אין קאנטרי אויף שבת, ווער רעדט נאך אויב א סיבלינג האט חתונה נייע קלייד וכו' וכו'
דערציילט ער מיר, דער וואך שבת האט זיך צובראכען ביי איהם די גלאז פון די דיינונג רום טיש און עס קאסט איהם $400 עס צו פארעכטן. און ער ווייסט נישט פון ווי ער וועט דאס געלט נעמען. זאגט ער מיר אז אין 20 יאר ווען איך וועל דיר נאכאמאהל טרעפן אויף די באס און איך וועל האבן דעמאלטס $250,000 חובות זאלסטו אלעמאהל געדענקען אז דו געדענקסט די ערשטע $400. 😮
ווען איך האב חתונה געהאט האט מען געזאגט אז רענט מעג קאסטן איין וואך געהאלט. מיט נאך איינס לעבט מען, און מיט די אנדערע צוויי וואכן לייגט מען אוועק צו קויפן א הויז און חתונה צו מאכען די קינדער. בין איך דען אזוי אלט???
רבותי! אונז זענען אין ביג טראבעל!
נתן מנחם
דערציילט ער מיר, דער וואך שבת האט זיך צובראכען ביי איהם די גלאז פון די דיינונג רום טיש און עס קאסט איהם $400 עס צו פארעכטן. און ער ווייסט נישט פון ווי ער וועט דאס געלט נעמען.
להערה בעלמא: דאס איז אויך א חלק פון די פראבלעם. א יונג פארפאלק דארף נישט קיין טייערע דיינונג רום טיש וואס קומט פון איטאליע אז עס זאל דארפן האבן א טייערע גלאז אז די טייערע טיש זאל זיך נישט צוקראצען...
אויב מיין מחותן וועט מסכים זיין וועל איך ענדערש קויפן מיין זון א קאר אנשטאט טייערע מעבל...
עס האט פונקט אזוי געקענט זיין א בענקל אדער א פיס פון א טיש. די פאקט איז אז אומפלאנירטע הוצאות געשעהן כסדר ביי מיר, ביי דיר, און ביי יעדעם איינעם.
ער איז בכלל נישט אין טראבל, ער קען מארגן טרעפן א זשאב וואס צאלט זעקס הינדערט א וואך אנשטאט די זעקס הינדערט וואס ער מאכט יעצט א חודש.
אנאנים, סאיז בעסער יענע וועג אז ער בארגון פאר זיין future און ער באצאלט עס, ווי ביי אונז וואס יעדע טאטע דארף דאס טון 5-10 מאל צו חתונה מאכען,
גנדינתן מנחם
דערציילט ער מיר, דער וואך שבת האט זיך צובראכען ביי איהם די גלאז פון די דיינונג רום טיש און עס קאסט איהם $400 עס צו פארעכטן. און ער ווייסט נישט פון ווי ער וועט דאס געלט נעמען.
להערה בעלמא: דאס איז אויך א חלק פון די פראבלעם. א יונג פארפאלק דארף נישט קיין טייערע דיינונג רום טיש וואס קומט פון איטאליע אז עס זאל דארפן האבן א טייערע גלאז אז די טייערע טיש זאל זיך נישט צוקראצען...
און אז ער האט יא באקומען מוז ער שוין קויפן דעם נייעם גלאז?
ווען איך האב חתונה געהאט האט מען מיר נישט געקויפט קיין גלאז פארן טיש, מען האט מיר געזאגט אז איך קען עס אליינס קויפן אויב איך וויל. מיין פרוי האט זיך געזארגט אויב די טיש וועט זיך צוקראצן אבער איך האב געזאגט אז עס מעג זיך צוקראצן. איך האלט היינט אסאך יארן שפעטער, דער טיש איז פיין צוקראצט, איך האב קיינמאל נישט געקויפט דעם קאווער און עס פעלט מיר גארנישט ב"ה צוליב דעם.
נתן מנחםעס האט פונקט אזוי געקענט זיין א בענקל אדער א פיס פון א טיש. די פאקט איז אז אומפלאנירטע הוצאות געשעהן כסדר ביי מיר, ביי דיר, און ביי יעדעם איינעם.
אמת, אבער אויך דא פעלט זיך אויס צו קענען מאכן א נארמאלע דעסיזשען אויף וואס יא אויסצוגעבן און אויף וואס נישט. דעם וואש מאשין מוז מען פיקסן, אבער א נייעם גלאז קאווער פארן טיש פאר פיר מאות וואס מען האט נישט טאר מען נישט.