רבותי לאמיר טוהן למעשה,
יעדער איינער קען ארויס נעמען זיינע קינדער פון די מוסדות ביי ענגליש צייט.
זאל מען צאמשטעלען א ערענסטע סטעפ און א פיינע קריוקלים.
מקען אסאך אויפטוהן און דיע צווי שעה.
איך בין נישט קיין רב אבער סאיז מיר כמעט ברור אז ממעג צאהלען ממעות מעשר אויף צו העלפען אויפצושטעלן אזא זאך.
סאיז הצלה מליסטות,וכ״ו
נוא לאמיר טוהן צום זאך.
אספקלריהיעדער איינער קען ארויס נעמען זיינע קינדער פון די מוסדות ביי ענגליש צייט.
און די מוסדות וועלן זיי שוין ארויסשטעלן פאר אידיש צייט
גו"ד לו"ק
די איידיע וואס האלט זיך אין איין איבער'חזר'ן דא אין שטיבל, אז די מוסדות אדער די מעינסטריעם עסקנים וועלן נישט קאאפערירן וכו', אדער אז מען דארף מאכן אייגענע עסקנים דא אין קאווע שטיבל, קוקט מיר אויס ווי דער עולם לעבט עפעס אין א באקס, די געדאנקענגאנג לויפט עפעס אזוי אויסגעשטעלט ווי כאילו מען דארף האבן א שטיקל שטראם מיט וואס זיך מיטצוכאפען, אין מיי אפיניען איז דא א ברירה צו מאכן התבודדות אינמיטן א שטורעמשיע שטאט אויך [אזוי ווי די מאמר הבעש"ט גייט אז א צדיק קען מאכן התבודדות אפילו ברבים] עס איז אמת אז מיר דארפן ציקומען צו די מוסדות כדי אונזערע קינדער זאלן האבן ווי צו לערנען אידישקייט [אויף וויפול זיי לערנען אויס] אבער די עיקר חינוך און מהלך החיים וואס א קינד באקומט איז סייווי נישט געבינדן צו די מוסדות, עס האט צוטוהן מיט די חינוך וואס מען געט אין שטוב, אויב א טאטע וועט האלטן אין איין פרעדיגן פאר די קינדער אז עוסק זיין בדרך ארץ איז אויך אן ארטיקל אין אידישקייט, און אז רוב מענשטן דארפן סייווי צום סוף אנקומען דערצו, און אפילו אויסלערנען פאר די קינדער געוויסע איידיע'ס פון די אלגעמיינע וועלט וועט דאס אריינגיין און זייער בלוט, און זיי וועלן סייווי צום סוף אויפוואקסן לויט וויאזוי מען האט געפלאנצט דעם בוים פון יונגווייז אן, אמת אז בשעת ער איז א בחור אין די ישיבה וועט זיינע שטורעמישע בלוט און די כאריזמע פון זיינע מגידי שיעור אים מעורר זיין צו זיין מער פרום, האבן צילן צו זיין א בן תורה כל ימי חייו וכו' אבער אין די לאנג ראן ווען זייערע השפעות צוגייט ווי די וואלקענעס אין די לופט אריין, וועט די אומצוויידייטיגע און גערעכטע מהלך החיים וואס דער טאטע האט אים אויסגעלרענט אים שפרינגן אין פנים, און אים געבן קאראש צו טוהן צו די זאך.
ווען א טאטע פירט זיך אזוי אויף און פיטערט זיינע קינדער מיט די מהלך, וועט דאס קינד נישט דארפן ארויסשפרינגן פון די הויט אדער - לויט זיין דעת טוהן געוואגטע שריט אנדערש פון וואס מען האט אים אויסגעלערנט און די יוגענט, וואס ווייניג מענטשן האבן די כוחות צו איבערקומען, נאר עס וועט זיין ביי אים א נאטורליכע זאך צו טראכטן אוט אוף די באקס, און אלס רעזולטאט וועט ער זיך שוין אליינ'ס אן עצה געבן מיט א אפן מיינד
לית דין בר נשאספקלריהיעדער איינער קען ארויס נעמען זיינע קינדער פון די מוסדות ביי ענגליש צייט.
און די מוסדות וועלן זיי שוין ארויסשטעלן פאר אידיש צייט
גו"ד לו"ק
סאיז שוין דא אזאנע זאכען בזעיר אנפין,P3 און קינדער פון היימישע מוסדות גייען אהין.
כדאי נאכצוברענגן די לשון הזהב פונעם רמב"ם אין הלכות דעות פרק ה'
דֶּרֶךְ בַּעֲלֵי דֵּעָה, שֶׁיִּקְבַּע לוֹ אָדָם מְלָאכָה הַמְּפַרְנֶסֶת אוֹתוֹ תְּחִלָּה, וְאַחַר כָּךְ יִקְנֶה בֵּית דִּירָה, וְאַחַר כָּךְ יִשָּׂא אִשָּׁה--שֶׁנֶּאֱמָר "מִי-הָאִישׁ אֲשֶׁר-נָטַע כֶּרֶם, וְלֹא חִלְּלוֹ . . . אֲשֶׁר בָּנָה בַיִת-חָדָשׁ . . . אֲשֶׁר-אֵרַשׂ אִשָּׁה" (ראה דברים כ,ה-ז).
אֲבָל הַטִּפְּשִׁים, מַתְחִילִין לִשָּׂא אִשָּׁה, וְאַחַר כָּךְ אִם תִּמְצָא יָדוֹ יִקְנֶה בַּיִת, וְאַחַר כָּךְ בְּסוֹף יָמָיו יַחְזֹר לְבַקַּשׁ אֻמָּנוּת אוֹ יִתְפַּרְנַס מִן הַצְּדָקָה; וְכֵן הוּא אוֹמֵר בַּקְּלָלוֹת, "אִשָּׁה תְאָרֵשׂ . . . בַּיִת תִּבְנֶה . . . כֶּרֶם תִּטַּע" (דברים כח,ל)--כְּלוֹמַר יִהְיוּ מַעֲשֶׂיךָ הֲפוּכִין, כְּדֵי שֶׁלֹּא תַצְלִיחַ דְּרָכֶיךָ. וּבַבְּרָכָה מַה הוּא אוֹמֵר, "וַיְהִי דָוִד לְכָל-דְּרָכָו, מַשְׂכִּיל; וַה', עִמּוֹ" (שמואל א יח,יד).
כ'מיין אז ס'איז גאנץ קלאר אין וועלכע קאטעגאריע מיר געפונען זיך בשנת תשע"ה עיר ניו יורק הבירה
שמעקעדיגוואס גיימיר טון פאר אונזערע קינדער'ס פינאנציעלע צוקונפט?
איך גיי זיי אויסלערענען 2 זאכען.
א. א פאך. איך דיי זיי שוקען לערענען און באקומען א דעגרי אויף עפעס.
ב. איך דיי זיי קויפען א תהילים'ל. און זיי זאגען אז אויב גייט ער נישט פארגעסען פון דער באשעפער וועט איהם אלעמאהל זיין גוט. די געלט וועט שוין אנקומען