פריינדליךדו האלסט אז די שורש פון די פראבלעם איז די בחורים האבן נישט קיין ישיבות??
די ביסט באמת גערעכט, עס איז געווען גאר א שארקע פראבלעם, אבער איך האב פאר דיר גאר גיטע נייעס, די פראבלעם איז מער נישט דא, יעדער בחור ווערט היינט מסודר און א ישיבה, און אנדערע פלטאץ דא און שטיבעל האט מען שוין ברייט ארום גערעגט דערפון, אז ב"ה די פראבלעם עקזעסטירט מער נישט היינט צוטאגס, עס איז דא ארגענעזאציעס פאר די פראבלעם, און עס איז דא קליינע ישיבות, און עס איז אפילו דא כוללים פאר בחורים וואב האבן נישט קיין בארד און פיאות, ב"ה מען קען זטאגען אז איין שטער צו אידישקייט איז אוועק גענימען געווארען,
וואס נאך? עני אנדרע פראבלעם לדעתך?
סארא שטותים. מען קען זאגן אז עס איז אוועקגענומען? מען קען זאגן אז די צוויי סאטמאר'ס האבן שלום געמאכט. אבער קיין איינע איז נישט אמת. אפשר איז בעסער געווארן כלפי שוואכערע בחורים, אבער פאר נארמאלע בחורים איז היינט ארגער ווי סיי ווען.
און אז מען רעדט שוין, מען מיינט אז די פראבלעם איז ווען איינער גייט אראפ פון וועג. די פראבלעם ליגט אין די טרייבקראפט פארוואס זיי גייען אראפ פון וועג. איינס ווייל זיי זענען נישט העפי; זיי זענען מיסעריבעל רוב לעבן. צוויי איז די עולם השקר אין וואס מיר לעבן. און די צוויי גייען אן אויף אסאך א גרעסערע פארנעם ווי די OTD אישו בעצם.
אומצופרידענקייטוויפיל מענטשן קענען זאגן (און עס מיינען אמת'דיג) אז זיי זענען העפי מיט די איסטעבלישמענט (בגשמיות
א וברוחניות
ב)?
וויפיל מענטשן האבן א ריכטיגע סיפוק אין לעבן
ג (שוין נאכן זיין דיפרעסט אויפן חורבן הבית)?
וויפיל מענטשן שפירן זיך אין פלאץ
ד?
וויפיל מענטשן זענען ווער זיי ווילן (און קענען) זיין
ה?
וויפיל מענטשן וואוינען ווי זיי ווילען (און קענען) וואוינען?
וויפיל מענטשן גייען ספענדען די קומענדיגע 100 יאהר מיט די זיווג וואס טויג זיי?
וויפיל מענטשן לעבן די סטאנדארד זיי קענען עפארדן
ו?
וויפיל מענטשן גייען ארבייטן ווען זיי ווילן
ז?
אויף אלעס און אלעמען זענען די סיסטעם שולדיג. פארוואס עפעס? ווייל זינט די סיסטעם האט די פולקאמע קאנטראל אויף יעדעס הינזיכט אינעם לעבן, אויב זי האט נישט דירעקט גורם געווען די פראבלעם, איז עס אבער איר פליכט צו פארריכטן. אז נישט, זאל זי אדער לאזן א צווייטע סיסטעם אין פלאץ אדער כאטש צוריקגעבן די אינדיווידואליטעט פאר די יחיד אז מען זאל זיך אליינס נעמען אין די האנט.
עולם השקרדי גאנצע סייקל אוו לייף אין די סיסטעם לויפט מיט אזא שקר אז איז אומפארשטענדליך וויאזוי עס גייט שוין אזוי לאנג אן. איך מיין אז איינער האט דאס שוין אויסגעשמועסט דא אין שטיבל, אבער עס איז דא אויך גילטיג.
[list]
[*]די ערשטע דאזען לעבנסטעג פירט די שלעק אויס אירס.
נאכאיינמאל, און דו כאפסט א פראסק![/*:m]
[*]די ימי הבחרות, ווען מען האט אמאל געווידמעט צו אויסוועלן די דירעקציע אין לעבן, ווער ס'איז געשטיגן אין תורה, ווער ס'איז געגאנגען ארבייטן. היינט שפענדט מען פינעף טייערע יאהר פון לעבן צו מעינטעינען א לעיבל, קודם צו ווערן אנגענומען אין ישיבה, און נאכדעם צו זיין די פערפעקטע צדיק פארן שווער
ט.
אזוי וועסטו קיין שידוך נישט טוהן[/*:m]
[*]די שנה ראשונה
י איז נאר פאר די טאטע, שווער און ווייב
יא.[/*:m]
[*]די קומענדיגע יאהרן לויפן מיט די שרעק פון גט.[/*:m]
[*]יעצט האסטו שוין גרויסע קינדער.
וויאזוי ווילסטו זיי זאלן אויסוואקסן?[/*:m]
[*]איינמאל מען מאכט בר מצוה, הייבט זיך שוין אן די זעלבע פרעשור ווי אין די אייגענע ימי הבחרות (בבחינת Déjà vu), ישיבה און שידוך.[/*:m]
[*]פיינעלי ווען מען האט שוין אוועקגעגעבן אלע קינדער, און מען האלט שוין ביי די זעכציגער יאהרן, איז דער לעבן שוין אויסגעטריקענט, און מען קען שוין גארנישט טוישן.[/*:m][/list:u]
(איך האב די לעצטע ליסטע אויסגעשמועסט מיט א זקן לעצטענס, און ער האט מיר געזאגט אז ליידער איז פארהאן גענוג וואס שפירן זיך גענוי אזוי.)
וואס נאך איז ראנג מיטן סיסטעםוויפיל מענטשן ווייסן א חילוק צווישן א לאו דאורייתא און א מנהג\חומרא פון קהלות אד"ו
ח?
וויפיל מענטשן ווייסן וואס מיינט אהבת השם (אדער אפילו יראת השם,
פאר דעט מעטער)?
מען לערנט נישט קיין מדות מיט די יונגווארג (אויסער די אויפגעקלערטע).
מחלוקות ווערט יא עהרליך אריינגעווארצלט איבעראל מיט א צווייטע תירוץ, איינער ציונות און א צווייטער האט מתנגדים.
און
אלע זאכן וואס איך זעה יעצט אז @אנאנים האט שוין שיין ארויסגעברענגט.
------------------
א די עסקנים און ליעזאנס וואס רייטן אויפן ציבור א שטייגער ווי די קאפויס.
ב די רבנים, מעוררים, מוחים, בתי דיני, והדומה להם
ג מען רעדט נישט פון די וואס קומען אן צו א משוגעים הויז אדער אין די מאבד עצמו קלאב, העק, מען רעדט אפילו נישט פון די וואס באזוכן די סייקאלאדזשיסט אדער סייקיעטריסט פיריאדיקלי, נאר די וואס דארפן די סערוויסעס אבער ווייסן עס נישט, ווילען נישט גיין אדער שעמען זיך צו גיין.
ד ער גייט אין א איין-סייז-פיט-אלל ביהמ"ד אבער ער שפירט ווי די הויזן ברענט אים. (די נושא פארלאנגט ווען א ספעציעלע אשכול פאר זיך.)
ה דאס גייט ליידער אן אויף רובו ככולו. די G&G קולטור פון
שטיי אין די גראדע ליין אז נישט ווארפט מען דיך ארויס. דאס צו עקספערימענטן מיט יושר'דיגע רעזולטאטן, ווער דאווענט ביחידות מיט די זעלבע ברען ווי אין ביהמ"ד?
ו באמערקט אז איך שרייב נישט אז דער עולם קען נישט עפפארדן דאס לעבן, נאר אז מען קען נישט לעבן דאס וואס מען קען עפפארדן.
ז איך רעד שוין ווען אפילו די ווייב וויל שוין נאר מה יאמרו הבריות.
ח אלעס איז יהרג ואל יעבור.
ט וואס דער שווער איז נישטאמאל אינטערסירט, נאר וויל זיין טאטע\שווער צופרידען-שטעלן אדער זיך שטאלצירן אין זיין שוהל.
י די האנימאן, וואס די כלה מעג זיך אום ט"ב (תוך ל' יום) און אפילו יו"כ (תוך ז' יום) וואשן די פנים און באשמירן כדי שלא תתגנה על בעלה.
יא מען רעדט נישט פון קאמפראמייזן דאס לעבנסשטייגער כדי זיך אויסקומען מיט זיין אשת חיל, נאר שפילן קדושה וטהרה און זיין וואס ער איז נישט.