☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » וואס איז "דרוש"?

וואס איז "דרוש"?

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5203
בלאט: 1 2

יידל » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 8:41 pm

· #162883
דו פרעגסט וואס עס איז טאקע, אדער וואס מענטשן מיינען עס איז? רוב מענטשן וועלן מסתמא צוצייכענען צום מאמר חז"ל כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש כבר נאמרה למשה מסיני. על אף דער רמב"ן שרייבט שוין אז עס איז נאר לתפארת המליצה.

קאווע טרינקער » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 8:54 pm

· #162884
דער ים-סוף ווערט פון יאר צו יאר א גרעסערע תלמיד חכם, "דער ים האט גע'טענה'ט..."
און קרח ווערט פון יאר צו יאר א גרעסערע בעל מחלוקת, "קרח האט געהאלטן...."

נהורא נפישא » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 9:09 pm

· #162886
בזמן הראשונים איז נישט געווען אזא דזשאנרע בכלל ס'איז א המצאה פון שפעטערדיגע ס'פארשטייט זיך נישט דא קיין שום אמת אין די סארט אזויגערופענע דרושים און רובא דרובא פון זיי ליגט אפילו נישט קיין שום ארט ווען ס'ווערט סיסטעמאטיש איבערגעקייט אויסגעדראשענע חקירות אויב יידן פאר מתן תורה האבן געהאט א דין פון בני נח אבער צומאל מאכט זיך יא א גוטן חידוד, און בעצם איז דאס נישט די ארגינעלע אפטייטש פונעם ווארט דרוש בל' חז"ל
הגם מ'מיז מודה זיין אז אסאך גדולי ישראל האבן מחדש געווען אויף דעם דזשאנרע א שטייגער ווי די פרשת דרכים, חיד"א, ר יונתן ועוד דארף מען אבער געדענקן אז די מערערע גדולי ישראל פול פון זיי האבן אפגעשריבן אין מערערע מקצועות התורה האבן אבער נישט צוגערירט צו די סארט חידושים

לעיקוואד » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 9:35 pm

· #162890
א. עס איז קלאר לכל הדעות והצדדים אז דרוש איז נישט פשוט. פאר די טריוויאלער סיבה אז ווען עס וואלט געווען פשט וואלט עס ווען געהייסען פשט און נישט דרוש. דאס אז עס איז מוסכם לכל הדעות אז עס איז פארהאן א קאטאגאריע וואס הייסט דרוש וואס איז עקסטער פון פשט הייסט אז יעדער איז מודה אז דאס זענען צוויי באזונדערע זאכען. [אגב, די חלוקה צו פשט רמז דרוש סוד, איז אליינס א דרוש .. (פונ'ם תיקוני זוהר), און איז ווייט פון א מדויק'דיגע וועג מגדיר זיין אנדערע וועגן פון מפרש זיין די תורה, און דאס צומישט אסאך מענטשען אין דער שמועס].

ב. עס שיינט אז איר זענט מחלק צווישען אזוינע שמח תשמח מה ראה הים וינוס דרשות און מער 'ערנסטע' סארט דרשות, ווי דרשות חז"ל וראשונים, און נהורא נפישא טענה'ט גאר אז די סארט דרשות זענען גאר א לעמטיגע פאבריקאציע. לענ"ד ווייס איך נישט גענוג קלאר ווי איז די חילוק פון די סארט דרשות. דער חילוק אליינס דארף מען בעסער מעיין זיין. און האט נישט קיין קלארע גדר. עס פעלט נישט קיין מאמרי חז"ל אליינס וואס זענען נישט מער פשט ווי פילע חסידישע ווערטלעך. און אין תלמוד אליינס זעהט מען עטליכע פלעצער ווי חז"ל רעדן פון דעם וואס די דרשות'לעך ווי משא ודומה זענען נישט אמת'ע פשטים אדער אפילו דרשות. אין די מאמר פון הרב יצחק לעווי אין לעצטע'ן פעמון צונעמט ער אביסעל די פארשידענע זאכען וואס קענען הייסען פשט און וואס דרש עיין שם. פונקט ווי רש"י למשל האט צאמגענומען פון מדרשי חז"ל די מער פשטות'דיגע פשטים אין זיין פירוש, האט הרב דב פינק ארויסגעגעבן א ספר צאמצונעמן פון חסידישע ספרים די זאכן וואס זיי זאגען על דרך הפשט.
דער ספר דברי יואל איז גאנץ א גוטע משל צו א ספר וואס קען אסאך מאל זאגען גאנץ הגיונ'ישע חשבונות און רעיונות, אמאל געבויט אויף מער ווייטע יסודות און אמאל אויף פשוט'ערע, און עס איז שווער צו זאגען וואס איז פשט, קרוב לפשט, און וואס איז סתם דרוש.

ג. עס זענען דא א סארט דרשה וואס איז בפשטות אינגאנצען אינדרויסען פון די ריעלם פון פירושי התורה. ווי א דרשה וואס טרעפט די ראשי תיבות פון די גימטריא פון חתן מיט די כלה'ס נאמען אין די נאמען פון די פרשה אויב לייגט מען צו צו די גימטריא פונקט וויפיל געלט מ'האט געצאלט פאר'ן בדחן 🙂. אבער אויך אזא פשט קען איינער קומען זאגען אז ער גלייבט אז עס איז השגחה פרטית און אוודאי דאס וואס די חתונה איז די וואך איז נישט במקרה, און גימטריא איז א לעגיטמער וועג מפרש זיין די תורה. אין די שיחות פון ליבואוויטשער רבי ז"ל זעהט מען פיל מאל די סארט ראציאנאל מצדיק זיין פארשידענע גאנץ ווייטע דרשות און קישורים זיינע. וועט זיך די קבלה פון אזא טענה זיך ווענדען וואס איינער טראכט לגבי השגחה פרטית און אונזער רעכט עס מפרש צו זיין. דאך ווערט דאס אוודאי נישט פשט אין פסוק, נאר עס ווערט א לעגיטמער וועג פון מפרש זיין די תורה.

נאך מער פשוט קען מען מצדיק זיין די סארט דרשות ווי דער רמב"ם דרוקט זיך אויס לגבי געוויסע דרשות חז"ל אז עס איז לתפארת המליצה. דהיינו עס איז נישט מער פון אן ארט אזויווי איינער זאל שרייבען א שיינע פאום אויף די ראשי תיבות פון א נאמען. און מסתמא זענען דא דרשות וואס זענען קלאר נאר דאס, אבער ווייטער איז זייער שווער צו מגדיר זיין וואס איז די חילוק, און עס ווענט זיך אויך אין די כוונה אמאל מער ווי אין די עצם פשט. ווען חז"ל טייטשען אריין אין לאזני משפחת האזני עפעס א דבר מוסר, איז דאס א לעגיטמער חלק פון תורה, אבער ווען יאנקל מילער טייטשט אריין אין ויצא יעקב מבאר שבע עפעס, איז עס סתם א וויץ. פארוואס?

דייטל » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 9:50 pm

· #162893
א הערה לגבי דרוש VS דרוש.
פשט מיינט טייטש, מ'קען זיך אמאל מוטשען אין טייטש אבער טייטש בלייבט עס.
דרוש, איז ווען מ'נוצט נישט די טייטש נאר מ'לייגט אריין פשט אין פסוק. גייט נאך אלץ אריין בגדר נארמאלקייט.
ווען רש"י האט געזען אז ער קען נישט טייטשן א פסוק מיט טייטש, זאגט ער אין המקרא הזה אומר אלא דרשוני. ווייל דער ווארט "דרש" מיינט אויספארשן, זוכן, אז ס'גייט נישט פשוט פשט, זוכט מען און מ'חקרנט אויס דער פשט, מ'דרשנט עס אויס.
רוב מדרשים פון חז"ל, זענען אזוי געבויעט צו אריינלייגן א געדאנק א פשט אין א פסוק, וואס פון טייטשן סתם זעט מען עס נאכנישט.

פון דארט ביז די אלע דרוש ספרים פון בן נח מיט דין ישראל וכו', איז גאר ווייט און האט קיין שייכות.. יענץ פאסט מער צו אנרופן פלפול.

לעיקוואד » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 9:54 pm

· #162896
בקיצור, איך בין מחלק צווישען 'אמת'ע פשט' אלץ 'וואס קען זיין דער אריגענעלע כוונה פון די טעקסט', און 'אמת'ע פירוש', אלץ וואס הייסט א לעגיטמער פירוש אין די תורה. די אריגענעלע כוונה איז אמאל שווער צו דערגיין, אבער עס איז צומאל גאנץ זיכער.

איך וועל געבן א משל אביסעל קלאר מאכען די זאך. שטייט אין פסוק ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה. דער פשוט'ער און אריגענעלער פשט פון דער פסוק איז בכלל נישט קיין ספק. דא שטייט יעקב איז ארויס פון באר שבע קין חרן. מערסט'נס קען מען זיך דינגען אויב עס מיינט ער איז שוין אנגעקומען קיין חרן אדער אז ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין חרן, און דער וויכוח איז א וויכוח אין פשט.
יעצט קומען חז"ל און פרעגן, וואס עפעס איז מיר אינטרעסאנט די פרט, און נאכמער, שטייט שוין פאריגע פרשה אז ער איז ארויס פון באר שבע. איז לעולם קען מען אויף דעם זאגען א פשוט'ער תירוץ, ווי אז די תורה חזר'ט איבער וויבאלד עס האט אפגעהאקט די מעשה, אדער אן אנדערע סיבה. זאגען אבער חז"ל א דרוש אז בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה וכו'. דאס איז אבער נישט קיין פאלשער פשט, דער יסוד איז דאך אמת אז בזמן שהצדיק וכו', און עס ליגט טאקע באמת אין די פסוק, ווי עס רעדט זיך פון יציאת צדיק מן העיר, און חז"ל נוצען אויס די דיוק אונז צו לאזען הערען דער נקודה פון בזמן שהצדיק בעיר. דאס איז א סארט וועג וואס מען נוצט אפילו ביים אנאלאזירען סעקולארע ליטערטאטור, און קען נישט גערופען ווערן א נישט לעגיטימער וועג פון מפרש זיין די פרשה.
וואס וועט זיין אויב איינער וועט אריינלערנען אין די מעשה א דרוש אז בזמן שיעקב היה בעיר איז עשיו געווען א רשע, נאר ווען ער איז ארויס זעהט מען צוריק אז ער איז גאר קיין רשע נישט געווען, דאס וועט ווערען א וויכוח אויב דאס איז א לעגיטימער פשט. פארוואס? ליגען ליגט עס אין פסוק פונקט אזויווי די דרשה פון חז"ל, נאר וויבאלד אז ביי אידען איז אנגענומען אז עשיו איז געווען א רשע און יעקב א צדיק, איז אויב גייט איינער זאגען א פשט געבויט אויף א פארקערטער יסוד, וועט די אידישע געמיינדע נישט אננעמען אזא פשט אלץ א לעגיטימער פשט וואס ליגט אין די תורה. דער סארט וויכוח קען מען זעהן אין פילע קריסטליכע דרשות, אדער חסידישע דרשות, אדער פעמיניסטישע דרשות. וואס איין צד לערנט אריין אין א פרשה א געוויסער יסוד, קומט דער צווייטער און שרייט דאס איז היפך הפשט. דהיינו ער שרייט דאס ליגט נישט אין די טעקסט, בשעת וואס טריקען אין טעקסט האט ער נישט קיין פראבלעם עס אריינלייגען, נאר וויבאלד עס שטימט נישט מיט א לעגיטימער וועג וואס ער האלט פון מפרש זיין, הייסט עס ביי עם אז עס שטייט נישט אזוי. דאס זעהט מען אז צו מחליט זיין וואס 'ליגט' אין א טעקסט, איז נישט נאר תלוי וואס שטייט, נאר אויך, און אמאל בעיקר, אין וואס די געמיינדע ואס ליינט די טעקסט און האלט דאס הייליג אדער וויכטיג האלט פאר לעגיטים.

איז אויב חז"ל האבען געהאלטען אז י"ג מידות הדרש זענען לעגיטימער וועגן פון מפרש זיין די תורה בהלכה, אדער ל"ב מידות באגדה, הייסט דאס יעצט אז יעדער פשט וואס מען מאכט געבויט אויף די מעטאדען איז א לעגיטימער פשט. הגם אז עס איז נישט דווקא די כוונה פון דער טעקסט. און די זעלבע איז לגבי שמח תשמח. אויב די מענטשען וואס זאגען שמח תשמח פארשטיין אז מען מעג דא מסביר זיין אז עס איז קעגן אדם וחווה, אדער די צוויי באבעס פון חתן, איז דאס א לעגיטימער פשט, ווילאנג מען מיינט דאס מפרש זיין און נישט סתם מאכען א וויץ. נישט אז דאס טוישט ביי איינער די פשט, שמח תשמח הייסט ווייטער פריילאץ זאלסטו פריילאך מאכען, אבער דער דרוש איז נישט ווייניגער לעגיטים, הגם עס איז ווייניגער 'אמת'.

נהורא נפישא » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 9:56 pm

· #162897
@לעיקוואד דרש בל' חז"ל איז געווענליך מל' דרישה וחקירה א געוויסער סארט עומק הפשט עכ"פ לויט ווי די מלבי"ם פרובירט אויפצו ווייזן ווידעראום די סארט דרשות וואס חידודימלעך איז מלשון מושאל ווייל געווענליך ווערן זיי געזאגט אין א פארם פון א חכם יושב ודורש
ווען ראשונים שרייבן רעיונות פון פיליזאפישע געדאנקן צו די פסוקי התורה כאטש יעדער אביעקטיווער דענקער וועט מודה זיין אז תורת משה מיט אריסאטליענישע פיליזאפיע זענען נישט יונק פונעם זעלבן פלאץ איז אבער פאר א מאמין אין אמיתת און קדושת התורה מוז בהכרח אריינלערנען זיינע פיליזאפיעס וואס ער האלט אז ס'איז אמת, אזוי אויך ווען מלייגט אריין סיסטעמאטישע השקפות דארף עס לכה"פ געשריבן ווערן עלעקוואנט אזוי ס'זאל זיין דערין עפעס אן ארט וואס גיט צו צו די שיינקייט פון די תורה בבחינת להגדיל תורה ולהאדירה אבער סתם צו מאכן מחלוקת צווישו המן און מרדכי קרח און משה אז זיי זענען מחולק אין א מחלוקה פון ר' מאיר ור'י הודה איז אבסורד און גיבט נישט צו צו די שיינקייט פון די תורה

אברעמעל » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 9:58 pm

· #162898
כ'האב ערגעץ געזעהן אז די חתם סופר האט עס שטארק געשטיפט כדי צו מאכן אינטערעסאנט די תורה, מ'זאל נישט זוכן אינטערעסאנטע זאכן ביי די משכילים.

לעיקוואד » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:02 pm

· #162901
נהורא נפישא, עס פעלט נישט קיין דרשות אין חז"ל וואס זענען גאר ווייט פון פשט. דאס האט מען שוין ערגעץ געשמועסט אין שטיבל, און אין מיין תגובה האב איך געברענגט עטליכע דרשות חז"ל וואס זענען בלי ספק נישט עומק הפשט, משא ודומה זענען נעמען פון שטעט און בשום דרך פשטיי נישט כל השותק אדער עפעס.

און שיינקייט איז סוביעקטיוו. ביי דיר איז שיין אריינקוועטשען אריסטו אין די חומש און ביי א צווייטער איז שיין אריינקוועטשען ר' מאיר ור' יהודה אין ושתי'ס וויידל. און חז"ל האבען שוין געמאכט אזעלכע דרשות אז דוד מיט יואב זענען מחולק געווען אין המקדש במלוה.

היימישער ליטוואק » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:06 pm

· #162902
הקיצור, דארף מען זאגן ברכה"ת ביפאר לערנען דרוש?

לעיקוואד » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:08 pm

· #162904
חז"ל האבען שוין געהאט די ספק און עס פותר געווען .
ברכות יא, א
אמר רב הונא למקרא צריך לברך ולמדרש א"צ לברך ור' אלעזר אמר למקרא ולמדרש צריך לברך למשנה א"צ לברך ור' יוחנן אמר אף למשנה נמי צריך לברך [אבל לתלמוד א"צ לברך] ורבא אמר אף לתלמוד צריך (לחזור ו) לברך

נהורא נפישא » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:10 pm

· #162906
לעיקוואד
נהורא נפישא, עס פעלט נישט קיין דרשות אין חז"ל וואס זענען גאר ווייט פון פשט. דאס האט מען שוין ערגעץ געשמועסט אין שטיבל, און אין מיין תגובה האב איך געברענגט עטליכע דרשות חז"ל וואס זענען בלי ספק נישט עומק הפשט, משא ודומה זענען נעמען פון שטעט און בשום דרך פשטיי נישט כל השותק אדער עפעס.

און שיינקייט איז סוביעקטיוו. ביי דיר איז שיין אריינקוועטשען אריסטו אין די חומש און ביי א צווייטער איז שיין אריינקוועטשען ר' מאיר ור' יהודה אין ושתי'ס וויידל. און חז"ל האבען שוין געמאכט אזעלכע דרשות אז דוד מיט יואב זענען מחולק געווען אין המקדש במלוה.

אה"נ ס'איז פארהאן טאקע גענוג מאמרי חז"ל וואס זייער איינציגער זכות קיום איז דאס וואס חז"ל זאגן דאס און אלע זענען עכ"פ בהשקפה מסכים אז סיידן חז"ל האט קיינער נישט די אוטאריטעט פאר אט די חידושים.
און דאס אז טייל האלטן אז די סארט חידודומלעך זענען גאר ארטיסטיש קאן זיין ,כדרוק נאר אויס מיין פערזענליכע פאראיבל.

לעיקוואד » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:11 pm

· #162907
פארוואס זאל איינער קלערן אז נאר חז"ל האבען די רעכט צו זאגען אזא סארט פירוש? האסט א מקור אויף דעם?

נהורא נפישא » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:14 pm

· #162908
לעיקוואד
פארוואס זאל איינער קלערן אז נאר חז"ל האבען די רעכט צו זאגען אזא סארט פירוש? האסט א מקור אויף דעם?

מ'קען דרשנ'ן בי"ג מדות ? חז"ל האבן געקענט הלכה למעשה מיר קענען דוכט זיך נאר א ק"ו.

לעיקוואד » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:20 pm

· #162909
י"ג מידות איז א באזונדערע מבוכה. און אויך דארט איז קלאר אז א חלק קען מען מאכאן אליינס. נאר גזירה שווה שטייט אין אדם דורש מעצמו ויש מחלוקת ראשונים לגבי אחרים. און אויך דאס איז נאר לענין הלכה, לענין פירוש קען מען לכאורה יא נוצען די אלע מידות. אבער די סארט דרשות ווי משא ודומה זענען נישט בכלל י"ג מידות נאר זענען סתם דרשות ורמזים וואס יעדער קען זיכער דרש'נען.

נהורא נפישא » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:23 pm

· #162910
אבער דאס וואס מצוימט דיך צו מאכן דרשות הלכה למעשה איז די פשט אז ס'ווערט נישט פאררעכנט ווי קיין אמת מלאזט דיר נאר אויסנוצן דיין ארטיסטישע טאלאנטן דארט ווי ס'נישט נוגע הלכה למעשה, נו אז ס'ליגט דערין ארט האב איך נישט קיין טענות.

לעיקוואד » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:32 pm

· #162911
פאר דעם האב איך מסביר געווען אין צוויי תגובות באריכות אז עס איז נישט דא נאר צוויי אפציעס 'אמת' און 'ארט', נאר רוב פירושים, כולל דרשות חז"ל, זענען א דריטע אפציע 'לעגיטימער פירוש'.

און די סיבה פארוואס עס איז נישט הלכה למעשה איז נישט ווייל עס איז ווייניגער אמת, ווייל אויך ווען חז"ל מאכען עס איז נישט 'אמת', נאר עס איז וועגן סיבות ווי חתימת התלמוד און פראבירען היטען אויף די אוטאריטעט פון חז"ל וכו'.

נהורא נפישא » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:41 pm

· #162914
לעיקוואד
פאר דעם האב איך מסביר געווען אין צוויי תגובות באריכות אז עס איז נישט דא נאר צוויי אפציעס 'אמת' און 'ארט', נאר רוב פירושים, כולל דרשות חז"ל, זענען א דריטע אפציע 'לעגיטימער פירוש'.

און די סיבה פארוואס עס איז נישט הלכה למעשה איז נישט ווייל עס איז ווייניגער אמת, ווייל אויך ווען חז"ל מאכען עס איז נישט 'אמת', נאר עס איז וועגן סיבות ווי חתימת התלמוד און פראבירען היטען אויף די אוטאריטעט פון חז"ל וכו'.

איך גלויב אז מבחינת חותמי התלמוד פאררעכענען זיי אלע דרשות הלכה למעשה אין תלמוד אלס אמת און לעגעטים משא"כ סיי וואספארא דרשות וואס וועלן אויפקומן נאכדעם אפילו לאגיש איז עס גענוי די זעלבע דרש פון חז"ל אויף אן אנדערע פלאטץ
הגע בעצמך ווען חז"ל מאכן א דרש איז עס א דאורייתא ווען א שפעטערדיגער זאל מאכן א דרש איז עס נישט, נאר פאר דעם ווייל חז"ל ווילן האלטן זייער אוטאריטעט?

לעיקוואד » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:44 pm

· #162915
קודם כל מבחינת חז"ל איז נישטא קיין חתימת התלמוד. די וואס האבען געמאכט דרשות האבען עס געהאלטען לעגיטים און האבען אוודאי געהאלטען אז אויך שפעטערע מענטשען קענען מאכען און עס וועט זיין דאורייתא. נאר די שפעטערע דורות זיי האבען מחליט געווען אויף חתימת התלמוד און זיי זענען די וואס כדי צו האלטען די מסורה שלא תעשה תורה כשתי תורות, האבען זיי מקבל געווען אויף זיך נישט צו טוישען פון חז"ל און נישט מאכען קיין אייגענע דרשות כמעט. (יש דווקא דוגמאות של דרשות שהראשונים עשו בדאורייתא, כמו"כ כמעט רק התנאים עשו דרשות אפילו לא האמוראים).

נהורא נפישא » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:51 pm

· #162918
כ'האב געשריבן מבחינת חותמי התלמוד.
בכל אופן איז יצוייר אז איך זאל אנדעקן א דאורייתא דורך א דרש ?

לעיקוואד » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:53 pm

· #162919
די חותמי התלמוד, ווער דאס זאל האבען געווען, האבען עס זיכער גטוהן וועגן היטען אוטאריטי נישט וועגן 'אמת'. כמבואר בכסף משנה ועוד מפרשים.
יא. אויב דו האסט גאטס.

נהורא נפישא » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:06 pm

· #162923
לאפרושי מאיסורא ? ווער ווייסט אין וויפיל דאורייתאס מיר זענען נכשל בלא יודעים

דייטל » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:08 pm

· #162925
אלע הלכות פון די תורה זענען געגעבן למשה מסיני.
די דרוש איז נאר למצות לימוד התורה ס'איז נישט מעלה מוריד צום עצם הלכה.
דאס ווערט גערופן בלשון חז"ל תלמוד, און הלכות הייסט שמעתתא\הלכות.

לעיקוואד » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:09 pm

· #162926
דייך מה שאסרה תורה 🙂

נהורא נפישא » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:11 pm

· #162927
סקען זיין אז די כללי י"ג מדות אבער די פרטיות זיכער נישט
נאר אויף גז"ש שטייט און דערפאר אין אדם דן גז"ש מעצמו.

נהורא נפישא » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:12 pm

· #162928
לעיקוואד
דייך מה שאסרה תורה 🙂

על הראשונים אנו וכו' 🙄

דייטל » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:27 pm

· #162930
נהורא נפישא
סקען זיין אז די כללי י"ג מדות אבער די פרטיות זיכער נישט
נאר אויף גז"ש שטייט און דערפאר אין אדם דן גז"ש מעצמו.


ס'דא צוויי באזונדערע זאכן.
איינס איז הלכות פסוקות, אזוי ווי די משניות לויפן.
צווייטנס איז לימודים און דרשות התורה, דאס איז תלמוד\גמרא, מנא הני מילי דת"ר וכו'.

די אלע הלכות איז מסיני כמות שהיא, [רוב משניות שאין בהם מחלוקת] און ווען איינער וויל לערנען אויף למעשה מקיים זיין מצות ידיעת התורה ווי דער תניא שטעלט אראפ אין הל' ת"ת דארף ער לערנען נאר הלכות פסוקות פון די תרי"ג מצות בכללותיהם ופרטיהם, און מיט דעם איז ער יוצא.
תלמוד איז שוין מצות לימוד התורה. ואלו ואלו וכו'

בענדזשאמין פרענקלין » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:53 pm

· #162934
דער אמת איז מען קען דורש זיין גאנצעטע דרשות וואס דאס מיינט דאס דרוש, נאר איך וועל יעצט נישט זיין קיין דורש אל המתים. די גאצע ענין פון דרוש איז א געפייגערטע זאך טויט געשטארבען. אויסער אין מאנראו וואו עס צאנקעט נאך ווי א יארצייט ליכט אויף קאלטע מצבה אין פראסטיקע ווינטעגע טבת נאכט.

נהורא נפישא » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:53 pm

· #162935
דייטל
נהורא נפישא
סקען זיין אז די כללי י"ג מדות אבער די פרטיות זיכער נישט
נאר אויף גז"ש שטייט און דערפאר אין אדם דן גז"ש מעצמו.


ס'דא צוויי באזונדערע זאכן.
איינס איז הלכות פסוקות, אזוי ווי די משניות לויפן.
צווייטנס איז לימודים און דרשות התורה, דאס איז תלמוד\גמרא, מנא הני מילי דת"ר וכו'.

די אלע הלכות איז מסיני כמות שהיא, [רוב משניות שאין בהם מחלוקת] און ווען איינער וויל לערנען אויף למעשה מקיים זיין מצות ידיעת התורה ווי דער תניא שטעלט אראפ אין הל' ת"ת דארף ער לערנען נאר הלכות פסוקות פון די תרי"ג מצות בכללותיהם ופרטיהם, און מיט דעם איז ער יוצא.
תלמוד איז שוין מצות לימוד התורה. ואלו ואלו וכו'

ס'קען זיין אז ס'איז דא אזא מהלך אבער פשטות ווען דו קוקסט אריין און די מדרשי הלכה וואס דארט איז אראפגעברענגט די ווכוחים פון תנאים איז משמע אז די מחלוקה זייערע באציט זיך אויפן דרש און נישט אויף די קבלה.

היימישער ליטוואק » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 12:42 am

· #162948
אגב, איז כדאי צו עפנען אשכול אויף מדרשי פליאה. א שקר גמור וועלכע רבנים שעמען זיך נישט נאכצוזאגן ברבים.
גענוג איז גענוג.

לעיקוואד » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 1:00 am

· #162949
איך וויל דא צו לייגען א נקודה, מען האט גערעדט וועגן דרשות ביי שמחות, וועל איך אנכאפען דער משל. אבער עס איז גילטיג אויך לגבי אנדערע סארט דרשות פון וואס מען האט גערעדט.

עס איז פארשטענדליך אז א שמחה איז נישט קיין צייט פארצולערנען א שיעור פשט אין רמב"ם אדער אין יעקב אבינו אדער אין נוסח השבע ברכות. פאר דעם איז דא א בית המדרש. א שמחה איז א צייט ווען מען פרייט זיך מיט די שמחה, די בעלי השמחה, וכו'. נאר וואס? מענטשען האבען אזא מין הנאה אז מען רעדט, פון זיי, פון זייער שמחה, און בכלל. און ווי די גמרא זאגט, אגרא דבי הילולי מילי. איז אז אידען קומען זיך צאם, פון וואס זאל מען רעדן? וויבאלד די תורה איז א צענטער פון אונזער לעבן, פון אונזער רעליגיע און אונזער קולטור, איז גאר א שיינע זאך אז מען איז מקשר דער תורה, צו לויט די פרשה פון די וואך וואס לויט דעם טיילען מיר איין די תורה, צו דער מענטשליכע שמחה. דאס איז געבויט אויף- און ברענגט ארויס- די טיפע קשר וואס אידען האבען מיט די תורה. איז די ווארט איז נישט דא צו די פשעטל שטימט אדער נישט, און אויב עס איז אמת אדער נישט. די ווארט איז א ווען אידען זיצען צוזמאען ביי א שמחה רעדן זיי ארום די תורה, מאכען זיי די תורה רעלעווענט צו דער מצב. צו דורך א דרוש, צו א פשעטל, צו סתם א וויץ.

יעדער קולטור האט זיך אירע ביטויים, וועגן פון רעדן, וואס רעפערענסען צו פארשידענע אנדערע זאכען אויף וואס דער קולטור איז געבויט. אין אמעריקע רעדט מען מיט פארשידענע 'ליינס', אויסדרוקען, משלים, און צושטעלען, געבויט אויף מאוויס, טעלעוויזיע, און ספארטס. און ביי אידען זענען די ליינס געבויט אויף חומש, אויף מדרש, אויף גמרא. דאס איז די שיינקייט פון די דרשות, אפילו אז ליטוואק ליידט נישט קיין מדרשי פליאה און נהורא און בענדזשאמין האט נישט ליב קיין דרוש.

נהורא נפישא » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 7:40 am

· #162981
אוודאי איז אגדת חז"ל זייער נוצליך דאס אריינפלעכטן אין טאג טעגליכן לעבן און צוטרעפן פאסיגע פתגמות צו פארשידענע מאורעות און בכלל איז דאס זייער געשמאק ווען איינער באזיצט די סארט לשון למודים אריינגעפלאכטען ביטויים פון חז"ל און תנ"ך וואס דאס איז אונזער קולטוראלע אוצר און ווען זיי זענען שגור על לשונו אבער ווען מ'מאכט שילובים וואס זענען אבסורד איז דאס א פאראיבל פאר יעדען רעכטדענקיגער מענטש.
און אנדערע ווערטער פון וואנעט ווייס איך אז דו זאגסט באמת וואס דו האלטסט אדער ס'איז גלאט אזוי להגדיל הווכוח טאמער קענסטו זאגן אז דו פערזענליך וואלט זיך נישט געשעמט נאכצוזאגן אזא דרוש ברבים מיט א תמ'וואטע פנים.
דרך אגב די ספר דברי יואל האט בדרך כלל נישט פון די סארט אבסורדואלע דרושים ס'ליגט גראדע א געוויסע קונץ ווען ער טרעפט אין יעדע איינציגע סדרה ארויסצונעמן זיינע אייגנארטיגע השקפות

קאווע טרינקער » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 3:33 pm

· #163387
קאווע טרינקער
דער ים-סוף ווערט פון יאר צו יאר א גרעסערע תלמיד חכם, "דער ים האט גע'טענה'ט..."
און קרח ווערט פון יאר צו יאר א גרעסערע בעל מחלוקת, "קרח האט געהאלטן...."

ברוך שכיוונתי, יעצט טרעף איך מיך ליינען דאס פאלגענד, וואס פרופ' אפרים א' אורבך שרייבט:
החיטוט, החיפוש, והדיוק בדברי המפרשים מרחיק אותנו לפעמים מהכתוב עצמו. כך אומר שד"ל בעניין הפירושים המרובים על חטאו של משה בעניין "מי מריבה": "המפרשים העמיסו עליו שלשה-עשר חטאים... על כן נמנעתי מהעמק חקירה בדבר זה, מיראה שמא יצא לי פירוש אחר ונמצאתי גם אני מוסיף עוון חדש על משה רבינו ע"ה". דיקדוקים מרובים עלולים לפעמים להביא לידי גרוטסקיות.

כתר מלכות » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:10 pm

· #163402
היימישער ליטוואק
אגב, איז כדאי צו עפנען אשכול אויף מדרשי פליאה. א שקר גמור וועלכע רבנים שעמען זיך נישט נאכצוזאגן ברבים.
גענוג איז גענוג.


איך שפעקליר צו איך זאל דיר ענטפרן דערויף וואס דער הייליגער ישמח משה שרייבט אויף מדרשי פליאה. וואס זענען די שפעקילאציעס, זייער פשוט, איך וויל נישט זיין דער גורם צו די דברי בזיון וקלון וואס דו גייסט אפשר גיסען אויף אים. אבל נאמנים עלי דבריו הקדושים. אגב פאלט מיר יעצט איין אז דער ישמח משה איז געווען א היימישע ליטוואק....

קאווע טרינקער » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:16 pm

· #163407
איר זעהט, דאס איז THE פראבלעם. ישמח משה'ס טאר נישט זיין קיין הכרעה ווען אונז קומען חוקר זיין דעם ווארהייט פון מדרשי פליאה.
ביי מיר וועט דעם ישמח משה'ס גדלות זיך נישט טוישן אפילו אין פאל די מדרשי פליאה זענען נישט קראנט.

רפאל » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:37 pm

· #163415
קודם שלום עליכם איך בין דא א גאסט אין שטאט.

עס איז דא עטליכע סארט מדרשי פליאה, עס זענען דא די מדרשי פליאה וואס שטייט נישט אין מדרש, איך ווייס נישט פון ווי זיי קומען.
נאכדעם איז דא רוב מדרשי פליאה אויף וואס ספרי דרוש שטעלן זיך, וואס זיי שטייען יא אין די באקאנטע מדרשים, אין רבה אדער תנחומא וכדו', אבער געווענליך איז דער מדרש בכלל נישט פליאה, נאר לצורך הענין מאכט מען עס פליאה. והמדרש הזה צווח ואומר מאך מיר נישט קראנק וועל איך נישט דארפן קיין רפואה.
למשל די אלע הדא הוא דכתיב'ס וואס שטייט אין מדרש, און מען האט שוין געבויט אויף דעם פיתום ורעמסס מיט חידושים, אין באמת איז דאס זייער פשוט. ווער עס איז באקאנט אין די סגנון פון מדרש ווייסט אז דער מדרש הייבט אן מיט א פסוק פון די סדרה און זאגט הה"ד א צווייטע פסוק, נאכדעם איז ער מאריך צו מסביר זיין דעם צווייטן פסוק, און נאכדעם קומט ער צוריק צו די המשך פון די צוויי פסוקים.
למשל א שטיקל מדרש רבה פון די וואכעדיגע סדרה - ד"א "וַיֵּשֶׁב יַעֲקֹב וגו'" אברהם גייר גיורים הה"ד: "ויקח אברם את שרי אשתו" א"ר אלעזר בשם ר' יוסי בן זימרא אם מתכנסין כל באי העולם לבראות אפילו יתוש אחד אינן יכולין ואת אומר "ואת הנפש אשר עשו בחרן" אלא אלו הגרים שגייר אותם אברהם ולמה אמר עשו ולא אמר גיירו ללמדך שכל מי שהוא מקרב את הגר כאלו בראו.
תאמר אברהם היה מגייר ושרה לא היתה מגיירת תלמוד לומר "ואת הנפש אשר עשו בחרן" אשר עשה אין כתיב כאן אלא אשר עשו א"ר חוניא אברהם היה מגייר את האנשים ושרה מגיירת את הנשים ומה ת"ל אשר עשו אלא מלמד שהיה אברהם אבינו מכניסן לתוך ביתו ומאכילן ומשקן ומקרבן ומכניסן תחת כנפי השכינה.
יעקב גייר גיורים דכתיב: "ויאמר יעקב אל ביתו וגו'". "ויתנו אל יעקב וגו'" ביצחק לא שמענו והיכן שמענו רבי יצחק ותאני לה משום רבי הושעיא רבה בשם ר' יהודה בר סימון כאן כתיב "וישב יעקב בארץ מגורי אביו" מאי מגורי אביו מגיורי אביו:
יעצט קען איינער ברענגן נאר דער ערשטער חלק - ד"א "וַיֵּשֶׁב יַעֲקֹב וגו'" אברהם גייר גיורים הה"ד: "ויקח אברם את שרי אשתו". – און עס איז ממש א מדרש פליאה, ווי קומט איינס צום צווייטן? אבער ווען מען קוקט ווייטער זעט מען אז עס שטומט זייער גוט. דער מדרש וויל טייטשן מגורי אביו אזוי ווי מגיורי אביו אז יעקב האט אויך מגייר געווען גרים אזוי ווי זיינע עלטערן.
און די זעלבע איז ביי כמעט יעדע מדרש פליאה, דער מדרש איז בכלל נישט פליאה, נאר מען מוז דאך קענען זאגן א של"ס תורה, ווערט עס לצורך הענין שווער.
איך האב געהערט פון ר' סיני מלוביצקי א שיעור וועגן מסורת. האט ער מסביר געווען וואס מסורה איז. כדי מען זאל געדענקן די פונקליכע ספעלינג פון די תורה האט מען געמאכט די ספרי מסורת, למשל - "וְחֹשֶׁךְ עַל פְּנֵי תְהוֹם" – ב' במסורת. הכא, ואידך: "וְחֹשֶׁךְ אֵי זֶה מְקֹמוֹ" (איוב לח יט). דאס מיינט אז אין די צוויי פסוקים שטייט דאס ווארט וחשך אן קיין ו'. יעצט האט נישט קיין שום פשט צו מאכן עפעס א דרוש צו מקשר זיין די צוויי פסוקים וואס האבן קיין שייכות נישט. נאר אזוי ווי מען דארף אנהייבן די דרשה מיט א טייטש אין די סדרה, נוצט מען דאס אויך. און די זעלבע איז ביי די מדרשי פליאה.

כתר מלכות » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:42 pm

· #163416
קאווע טרינקער
איר זעהט, דאס איז THE פראבלעם. ישמח משה'ס טאר נישט זיין קיין הכרעה ווען אונז קומען חוקר זיין דעם ווארהייט פון מדרשי פליאה.
ביי מיר וועט דעם ישמח משה'ס גדלות זיך נישט טוישן אפילו אין פאל די מדרשי פליאה זענען נישט קראנט.


במחילת כבודך הרמה, איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. אויב האב איך א תמיה איבער מדרשי פליאה און איך טרעפ נאכדעם אז דער ישמח משה שרייבט דערויף חות דעתו הטהורה, דאן נאמנים עלי דבריו הקדושים. אגב דער חתם סופר כמדומה לי איז פול מיט טייטשען אויף מדרשי פליאה, וכבר נתבאר במקום אחר בשטיבל הדין שאף אותן החוקרים המלעיגים על הבעשט הק זיע והחבריה מודים בגדלותו של מרן החתם סופר, על כן לענד אם אדם גדול חכם וקדוש רבן של ישראל שהרביץ תורה ויראה לאלפים, והוא בעצמו טיפל לפרש ולקשר המדרשים הפליאים, הרי זאת הוכחה על אמיתות הדברים.

שרייבער » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:51 pm

· #163417
קאווע טרינקער
איר זעהט, דאס איז THE פראבלעם. ישמח משה'ס טאר נישט זיין קיין הכרעה ווען אונז קומען חוקר זיין דעם ווארהייט פון מדרשי פליאה.
ביי מיר וועט דעם ישמח משה'ס גדלות זיך נישט טוישן אפילו אין פאל די מדרשי פליאה זענען נישט קראנט.

ז"ל הישמח משה בפ' משפטים

נתגלה לי בחלום שמצוה גדולה לקרב הרחוקים ר"ל בביאורים על הפליאות. והטעם שבודאי הפנימות של הפליאות הוא יחוד עמוק, ומאן דמקרב אותן אף בנגלה רק שיהיה לבו לשמים, נעשה היחוד למעלה כמו בכל המצות א' שעושה אותן בשלמות.

כתר מלכות » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:59 pm

· #163420
שרייבער, על זה נתכוונתי אך מנעתי מלהעתיקו כאן מפני היראה.

היימישער ליטוואק » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:13 pm

· #163424
שרייבער
קאווע טרינקער
איר זעהט, דאס איז THE פראבלעם. ישמח משה'ס טאר נישט זיין קיין הכרעה ווען אונז קומען חוקר זיין דעם ווארהייט פון מדרשי פליאה.
ביי מיר וועט דעם ישמח משה'ס גדלות זיך נישט טוישן אפילו אין פאל די מדרשי פליאה זענען נישט קראנט.

ז"ל הישמח משה בפ' משפטים

נתגלה לי בחלום שמצוה גדולה לקרב הרחוקים ר"ל בביאורים על הפליאות. והטעם שבודאי הפנימות של הפליאות הוא יחוד עמוק, ומאן דמקרב אותן אף בנגלה רק שיהיה לבו לשמים, נעשה היחוד למעלה כמו בכל המצות א' שעושה אותן בשלמות.

ועלי נאמנים דברי הגמרא מס' גיטין דף נ"ב, "דברי חלומות לא מעלין ולא מורידין". און אזוי ווערט גפסק'נט להלכה אין שו"ע חו"מ סי' רנ"ה סעיף ט.
ווי עס קוקט אויס האט דער בעל מחבר פון דעם ספר ישמח משה גהאלטן (אויך בהקיץ) אז די מדרש פליאות זענען אמת'ע מדרשים. ער האט נישט גוואוסט די מציאות, דוק בלשונו. דער חלום און דער חידוש וואס ער שרייבט איז נאר אז עס איז א דבר גדול זיי מיישב צו זיין.
מיר אז ווייסן עס איז שקר און פשוט מעשי ידי אדם, פה להם ולא ידברו ואין להם ידים ורגליים, סתם אלטע דרשנים שקרנים וזייפנים האבן דאס ערפונדן כדי צו האבן חומר לדרוש, דארפן מיר מקרב זיין די גאולה דורך ארוסשרייען אז די מדרשים זענען שוא ושקר.

רפאל » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:32 pm

· #163434
דער מהרש"א שרייבט אין שבת פח - גם יש רמז בתוכו על אשר חדשים מקרוב באו בעוונותינו הרבים, הדרשנים המטעים את העולם בשקריהם, הן שאומרים מדרשים שקרים והן שאומרים בו דברי שקר, מה שאין הדרש והדעת סובל, וכל מי היותר יוכל להגדיל שקרים הוא המשובח בעיני ההמון. וזה אומר דוד: שקר שנאתי, וודאי תורתך אהבתי, אבל השקרים שאומרים בתורה שנאתי ומתועב כשרץ, וראוי להרחיק אנשים כאלו לשמוע תורה פלסתר שלהם.

כתר מלכות » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:36 pm

· #163437
ועלי נאמנים דברי הגמרא המבזה תלמידי חכמים אין תרופה למכתו. איך בין מוחה אויף די בזיון התורה דא.
א חרפה און א בושה, שעמט זיך נישט א איד פוער פיו זיין אויף הרב הדומה למלאך ה'. א ביסל דרך ארץ פאר גאונים וצדיקים וואס האבן זיך מתנזר געווען מכל תענוגי עולם הזה, און האבן באלאכטן די וועלט באור תורתם וצדקתם .
דברי מתכוונים לדברי ידידינו היימישער ליטוואק כמובן ולא על דברי ידידינו יענקל.

רפאל » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 6:00 pm

· #163445
קודם דאס וואס ס'שטייט אז כל מה שתלמוד וותיק עתיד לחדש ניתנה מסיני מיינט נישט דוקא אז דער בעל המדרש האט געמיינט צו זאגן דעם חידוש וואס א היינטיגער האט אריינגעטייטשט אין דעם, נאר אז דער מדרש איז געגעבן געווארן למשה מסיני האט דאס דער באשעפער געזאגט און ס'קען זיין אז ער האט אויך געמיינט דעם שפעטערדיגע חידוש, כאטש ווען דער בעל המדרש האט דאס געזאגט האט ער בכלל נישט געוויסט פון דעם איז אבער געליגן אין זיינע ווערטער.
ס'שווער צו וויסן וואס די אנגענומענע מיינונג איז. יעדער נעמט אן אנדערע מיינונגען. למעשה זאגן חז"ל כל פטטיא בישין ופטטיא דאורייתא טבין, אפילו ווען עס איז נישט אמת איז נאכאלץ בעסער צו פלאפלען אין תורהדיגע זאכן.
די סיבה פארוואס די גדולי ישראל האבן געזאגט דרושים קען זיין אסאך. אדער פשוט ווי געזאגט צו פלאפלען אין תורה, למעשה געט דאס צו א געשמאק צו די תורה עס מאכט עס מער זאפטיג. אדער זאגט דער חת"ס אויף א פלאץ אז ער פרובירט צו מחדש זיין עפעס א חידוש אין יעדע בלאט גמרא כדי עס צו געדענקן, ווען מען האט עפעס מחדש געווען אין די סוגיא געדענק מען עס בעסער. אדער ווי עס איז היינט מער אנגענומען צו נוצן עפעס א חידוש כדי צוצוקמען צו דברי מוסר. מען קען נישט סתם זיך אויפשטעלן רבותי עטץ זענץ נישט גוט מען דארף זיך פארבעסערן, באפוצט מען עס מיט א דרוש. אדער צו קענען עפעס רעדן לכבוד חתן וכלה וכדו'.

קאווע טרינקער » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 6:06 pm

· #163448
כתר מלכות
קאווע טרינקער
איר זעהט, דאס איז THE פראבלעם. ישמח משה'ס טאר נישט זיין קיין הכרעה ווען אונז קומען חוקר זיין דעם ווארהייט פון מדרשי פליאה.
ביי מיר וועט דעם ישמח משה'ס גדלות זיך נישט טוישן אפילו אין פאל די מדרשי פליאה זענען נישט קראנט.


במחילת כבודך הרמה, איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. אויב האב איך א תמיה איבער מדרשי פליאה און איך טרעפ נאכדעם אז דער ישמח משה שרייבט דערויף חות דעתו הטהורה, דאן נאמנים עלי דבריו הקדושים. אגב דער חתם סופר כמדומה לי איז פול מיט טייטשען אויף מדרשי פליאה, וכבר נתבאר במקום אחר בשטיבל הדין שאף אותן החוקרים המלעיגים על הבעשט הק זיע והחבריה מודים בגדלותו של מרן החתם סופר, על כן לענד אם אדם גדול חכם וקדוש רבן של ישראל שהרביץ תורה ויראה לאלפים, והוא בעצמו טיפל לפרש ולקשר המדרשים הפליאים, הרי זאת הוכחה על אמיתות הדברים.

איך בין אייך מוחל, איר האט בכלל נישט פארשטאנען מיין כוונה.
יעדער האט רעכט צו מפרש זיין ע"פ דרכו, און דורש זיין לויט זיין באגער פסוקי תורה און אוודאי מדרשים וכו'.
ברם, ווען איינער וועט אייך אויפווייזען, למשל, אז מדרשי פליאה זענען מעשי ידי לץ גדול ונורא - למשל - קענסטו יענעם נישט אפפרעגן מיט אזא סארט טענה אז דער ישמח משה האט עוסק געווען אינדעם.

דיינע הוכחות אויפן ישמח משה'ס גדלות קומט נישט אריין אין דיזע שמועס.

כתר מלכות » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 6:17 pm

· #163453
קאווע איך האב געמיינט צו זאגן אז דער ישמח משה שרייבט אויף די עצם מהות פון מדרשי פליאה דאס וואס שרייבער האט מעתיק געווען בשמו. און אויף דעם קומט אריין די גדלות פון ישמח משה, ווייל א חלום פון א פשוטע יוד איז גארנישט מאסגעבנד.
יעצט כאף איך אז דו האסט געמיינט אז מיין ראיה איז דאס גופא אז דער ישמח לערנט פשט אין מדרשי פליאה, אבער נישט דאס האב איך געמיינט, הגם מקען אין דעם אויכעט דן זיין, עכ''ז פארשטיי איך לשטתך אז גדלות קומט נישט אריין דא.

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 6:52 pm

· #163468
(המאמר כל מה שתלמיד וותיק עתיד לחדש וכו', דאס איז א דרוש אדער א פשט ?)

היימישער ליטוואק » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 7:46 pm

· #163481
ידידינו כתר מלכות
דער מאמר "דברי חלומות לא מעלין וכו'" איז גזאגט גוווארן אויף א חלום פון אזא גדול ווי דער תנא רבי מאיר!
ביטע מיר ווייזן וואו איך בין 'פוער פיו' און מאך "בזיון התורה", איך בין מקבל צו פארענטפערן א בקשת סליחה ברבים און פארמעקן אלס ווא סאיך האב גשריבן בגנות תלמידי חכמים.
בתנאי, אז אויב וועט אויסקומען אז דיינע באשולדינגונגען זענען אומבאגרינדעט זאלסטו מיר דא מפייס זיין ברבים, און מודה זיין אז דו ביסט גווען א חושד בכשרים.
איך האב גשריבן אז דער מחבר פון ישמח משה האט באמת גגלייבט אין די מדרשים פלואים. זיין חלום איז אפילו נישט גווען אויף דעראיין, זיין חלום איז נאר אז מיישב זיין איז גאר א גרויסע זאך.
מיר היינט אז מיר ווייסן אד פשוטע "לץ גדול ונורא" (קרעדיט: קאווע טרינקער) האבן דאס פארפאסט, דאן האט א פירוש דאך נאכצוזאגן מיט אן ערנסטע פנים, צווישן מדרשים און גמרות וואס אונזערע חז"ל האבן ברוח קדשם איבערגגעבן?

דעת תורה » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 7:48 pm

· #163482
אנאנים, וויאזוי איז שייך צו וויסן צו דער מדרש האט דאס געמיינט? אבער אז מען רעדט פון א מדרש (וואס איז באמת) פליאה, איז מסתבר אז דער ווייטער דרוש ליגט ענדערש אין די ווערטער, ווי ווען מען רעדט פון א זאך וואס האט א פשוט'ן פשט, וואס דאן איז דער שיינער דרוש זיכער נאר לתפארת המליצה.

ביי חסידים, אפילו מען פלעגט זאגן דרושים, פלעגט מען אבער שטענדיג ארויסברענגען אז עס מוז ניטאמאל שטימען, ווייל דער עיקר איז נישט דאס פארטייטשן דעם פסוק/מאמר, נאר צו ארויסברענגען די בחינה וואס מען וויל ארום רעדן.

היימישער ליטוואק » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 7:50 pm

· #163483
"די בחינה" מוז יא שטימען?

דעת תורה » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 8:04 pm

· #163488
בפשטות. איך מיין וואס איז דער צוועק פון דיין שאלה פונקטליך?

לגבי דברי חלומות, זעהסט דאך אז מען פאסט א תענית חלום, איז עס אלזא נישט קיין דברים פשוטים בכלל. אודאי, א נדר אדער שבועה אין חלום הייסט נישט "האדם בשבועה", און גראדע פון "נידוהו" בחלום מאכן די פוסקים יא א גאנץ ברייטל ווייל דאס האט דאך שוין נישט מיטן מענטש'ס מצב.
בלאט: 1 2