☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » צדיק בא לעיר

צדיק בא לעיר

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5173

דולה ומשקה » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 11:23 am

· #161957
צדיק בא לעיר
כ'האב באמערקט אז אזא זייערע וויכטיגע אשכול וואס מעלדט איין וועלעכע צדיקים, די גרויסע רבי'ס, ורשכבה"ג'ס וואס אונזער דור יתום איז געווארען באשאנקען מיט זיי, אין קומען בפעם לפעם אונז מחזק זיין, לררות צמאונינו, ואחרי שנעתרו לבקשותינו, גייען ארויס פון זייער צייט און זייער אנגעפילטע סדר היום, אלעס כדי אונז משפיע צו זיין מיט א סל מלא גשמיות ורוחניות, זיי קארגען נישט אויף זייערע פרעזענטליכע הוצאות וויפיל אזא נסיעה דארף זיי אפקאסטן זיי לייגען אלעס אוועק אין די זייט לטובתינו בלתי שום פני' ורצון עצמי, נאר מיט בלויז מיט איין ריינעם מטרה לסייע את הזולת.

אלענפאלס, עפען איך א אשכול פאר דער וואס האט נאר א ידיעה איבער א צדק שבא למחנינו, זאל עס דא מעלדן.

ווייל כ'האב מיך פשוט געפילט געשלאגען נאכדעם וואס עס איז געקומען צו מיין באוויסענד אז דער פריעדיגע שב"ק העעל"ט פ' ויצא, איז געוועהן געוועהן הצדיק הקדוש הפועל ישועות דער ווערעצקי'ער רבי פון בני ברק, וואס אויף זיינע מופתים האט נאך קיינער נישט מערער געוועהן, נו ער האט געפירט שולחנו הטהור ביי ר' משה ביילוש אין שטוב, איך וואלט געהערן אהין געגאנגען לחסות תחת צל כנפיו, אין אהיים ברענגען די השפעות, אבער ליידער בין איך ערשט געוואויר געווארען צו שפעט.

על כן נישט ווי דער פריעדיגע שבת וואס כ'האב פארפאסט אזא גרויסע גאסט, וויל איך נישט אז דאס זאל חלילה איבער חזר'ן אין שפעטער חרטה האבען.

רויטע וואנצעס » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 11:57 am

· #161967
דער ווערעצקי'ער רבי פון בני ברק האט א ברודער דער ווערעצקי'ער רבי פון באסטאן מלפנים בדיטרויט. דאכציך ער וועט זיין דאהי און אפאר וואכן, וועסטו קענען שעפען פונעם דער ווערעצקי'ער השפעות פון א צווייטן קראן אינעם פאס.

דולה ומשקה » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 1:26 pm

· #162002
דער ווערעצקי'ער רבי איז א זוהן פון רבי יצחק אייזיק שנעבאלג אדמו"ר מזידיטשוב-באר שבע אבער דאס איז א אשכול פאר זיך. געהערט אז דער ווינא רב רבי אשר אנשיל כ"ץ שליט"א איז געוועהן אין בארא פארק אויף א שבת ס'נישט געוועהן קיין גרויסע מודעות כנוסח 'תולדות אברהם יצחק'.

ישמעאל הכהן » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 1:28 pm

· #162004
ווייל ער קומט צו זיינע תלמידים נישט צו יעדן וואס וואוינט אין בארא פארק

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 1:57 pm

· #162012
דולה ומשקה
כ'האב באמערקט אז אזא זייערע וויכטיגע אשכול וואס מעלדט איין וועלעכע צדיקים, די גרויסע רבי'ס, ורשכבה"ג'ס וואס אונזער דור יתום איז געווארען באשאנקען מיט זיי, אין קומען בפעם לפעם אונז מחזק זיין, לררות צמאונינו, ואחרי שנעתרו לבקשותינו, גייען ארויס פון זייער צייט און זייער אנגעפילטע סדר היום, אלעס כדי אונז משפיע צו זיין מיט א סל מלא גשמיות ורוחניות, זיי קארגען נישט אויף זייערע פרעזענטליכע הוצאות וויפיל אזא נסיעה דארף זיי אפקאסטן זיי לייגען אלעס אוועק אין די זייט לטובתינו בלתי שום פני' ורצון עצמי, נאר מיט בלויז מיט איין ריינעם מטרה לסייע את הזולת.

איי האט דער שטערן -דאכצעך מעך- געהאט אמאל א גוטן ארטיקל איבער דעם!!

טעפל » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:25 pm

· #162037
מיינסט אויך ווען דער מילקשעיקער קומט באזוכען אין שטאט??

בערל_פרוכטבייסער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:40 pm

· #162153
די גרעסטע מופת איז, אז נאך וואס שאקלט זיך ארויס אזויפיל מופתים פון די האנט, בלייבט דער עולם זיצן אינדערהיים, אזוי אז די מופתים בלייבן ביים רבי'ן אין טאש

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:59 pm

· #162158

בערל_פרוכטבייסער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 11:32 pm

· #162163
די ביסט מדמה מילתא למילתא ווי א דיין, הייב איצט אן צו ענטפערן פאר די שואלים
ביי דע וועי, כ'האב קיינעם ננישט אוועקגעמאכט כ'פארשטיי פשוט נישט פארוואס דער עולם לופיט נישט כאפן מופתים