☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קידוש השם פאר א טייערע פרייז!

קידוש השם פאר א טייערע פרייז!

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5177

ראש הישיבה » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 5:37 pm

· #162092
קידוש השם פאר א טייערע פרייז!
אויף קול מבשר איז דא אינטעוויאו מיט א מלמד פון קאניטיקעט, וואס האט געמאכטא קידוש השם.
ער פארציילט אז ער האט געקויפט א געניצטע טיש פון אן אינו יהודי, אין ביים אריין ברענגן די טיש אין שטוב האט ער איז געדארפט צונעמן, ווי ער האט געטראפן א זעקל מיט $98.000.00!!! דער איד פארציילט אז היות ער האט געוואוסט אז דער פרערדיגע בעל הבית'טע פונעם טיש איז דער איינציגסטע בעל הבית, האט ער מיט זיין ווייב אפגעמאכט אז זיי גייען מאכן א קידוש השם (ווי עס זעהט אויס אז על פי הלכה איז מען נישט מחוייבף אלץ 'אבידת אחיך- ולא אבידת נכרי) אין עס צוריק געבן. כדי מקיים צו זיין חינוך הבנים און אויסלערנן די מדה פון אמת, האבן זיי מיטגענומען די קינדער, אין צוריק געגעבן די געלט.
ווי עס שטעלט זיך אויס האט די פרוי באקומען די געלט פון א ירושה, אין זי האט עס פארלייגט. דער פרוי האט זיי באדאנקט מיט התפעלות זאגענדיג אז זיי וואלטן עס ווען געקענט האלטן אין קיינער וואלט נישט געוואוסט.

איך וויל פרעגן את חוות דעתכם. 1 האלט איר אז ער האט ריכטיג געטוהן? 2 וואלט איר אויך אזוי געטוהן?

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 5:43 pm

· #162094
ריכטיג געטוען? ווענדט זיך וועלעכע דיין דו פרעגסט.
צו איך וואלט אזוי געטוען? לכאורה נישט.

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 6:04 pm

· #162100
מעשה ברבי שמעון בן שטח שלקח חמור אחד מישמעאלי אחד הלכו תלמידיו ומצאו בו אבן אחת טובה תלויה לו בצוארו אמרו לו רבי (משלי י, כב): "ברכת ה' היא תעשיר" א"ל ר"ש בן שטח חמור לקחתי אבן טובה לא לקחתי הלך והחזירה לאותו ישמעאלי וקרא עליו אותו ישמעאל ברוך ה' אלהי שמעון בן שטח הוי מאמונתו של בשר ודם אתה יודע אמונתו של הקב"ה שנאמן לשלם לישראל שכר המצות שהן עושין מנין ((שמות יב, יז): "ושמרתם את המצות") [(דברים ז, יא): "ושמרת את המצוה"] אבל מתן שכרן "וְהָיָה עֵקֶב תִּשְׁמְעוּן" בעקב אני פורע לכם:
( דברים רבה · ג · ג)

יוסף מ » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 6:06 pm

· #162101

טאמבל סאס » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 6:11 pm

· #162102
ס'איז א שטארקע זאך.
אבער לאמיר נישט פארגעסן אז די פאזיטיווע פובליסיטי פאר די היימישע אידן וואס וועט ארויסקומען דערפון איז מער ווערט געווען פון דעם סכום. פאר עמיצער וואס ווייסט עס נישט וויאזוי צו נוצן... און דאס איז נאכוואס דער אינגערמאן איז נישט אויפגעוואקסן מסתמא אנטבלויזט צו די אלע טעגליכע נייעסער פון גניבות און רויבערייען איבער די גארער וועלט.
איך מאך אים חלילה נישט אוועק. סתם אינטרעסאנט צו לערנען די סיפור פון יעדן קוק ווינקל

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 6:16 pm

· #162104

קינות גירושין » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 7:58 pm

· #162118
איך האב שוין לאנג געוואלט אונטער שטעלן אזא מין מעשה,
מעג מען זאגען ליגענט כדי צו מאכען אזא קידוש השם?

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 8:59 pm

· #162126
נאכן איבערקוקען דעם קליפ קום צו די מסקנה, כרגע, אז עפעס שטימט נישט דא.
ווער פארגעסט 100 אלפים קעש אזוי ביני ובינך?
די ריאקציע פון די פרוי, ווען דער ראביי רופט איר אן, זעהט נישט אויס גענוג דערמאטיש.

און נאך איין פראגעלע, ווער האט מפרסם געווען די מעשה?

אויב קינות'ל מיינט די זעלבע כוונה, ברוך שכיוונתי.

בערל_פרוכטבייסער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:37 pm

· #162152
קאווע טרינקער
נאכן איבערקוקען דעם קליפ קום צו די מסקנה, כרגע, אז עפעס שטימט נישט דא.
ווער פארגעסט 100 אלפים קעש אזוי ביני ובינך?
די ריאקציע פון די פרוי, ווען דער ראביי רופט איר אן, זעהט נישט אויס גענוג דערמאטיש.

און נאך איין פראגעלע, ווער האט מפרסם געווען די מעשה?

אויב קינות'ל מיינט די זעלבע כוונה, ברוך שכיוונתי.


די ביסט א עכטע "סעלף העיטעד דזשא"
שוין יא דא א גוט ווארט אויף א איד "שטימט עס עפעס נישט"

געפילטע פיש » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 1:51 am

· #162172
די ווידיאו פונעם פאון קאלל איז מסתמא נישט די עכטע ערשטע קאלל, נאר איבערגעשפילט פארן קעמרא.

zurich » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:33 am

· #162176
אינטערסאנט די חברה דארט ביי ווי איי ען זאגן אז זיי וואלטן נישט געקענט ביישטיין די ניסיון,מיר איז שווער איז דעיס בכלל א ניסיון? ווען די מענטש האלט ווען דאס געלט ביי זיך וואלט ער עפעס שלעכטס געטאן איז דען דא א מצוות השבת אבידה ביי גוים אין בפרט ווען זי האט זיך שוין קלאר מייאש געוועין פון דעם

(א ליטווישער קאפ)

דייטל » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:10 am

· #162179
zurich
אינטערסאנט די חברה דארט ביי ווי איי ען זאגן אז זיי וואלטן נישט געקענט ביישטיין די ניסיון,מיר איז שווער איז דעיס בכלל א ניסיון? ווען די מענטש האלט ווען דאס געלט ביי זיך וואלט ער עפעס שלעכטס געטאן איז דען דא א מצוות השבת אבידה ביי גוים אין בפרט ווען זי האט זיך שוין קלאר מייאש געוועין פון דעם

(א ליטווישער קאפ)

נסיון פון קידוש השם.

ברסלבער » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 10:11 am

· #162200
קאווע טרינקער
נאכן איבערקוקען דעם קליפ קום צו די מסקנה, כרגע, אז עפעס שטימט נישט דא.
ווער פארגעסט 100 אלפים קעש אזוי ביני ובינך?
די ריאקציע פון די פרוי, ווען דער ראביי רופט איר אן, זעהט נישט אויס גענוג דערמאטיש.

און נאך איין פראגעלע, ווער האט מפרסם געווען די מעשה?


איך האב געהערט די אינטעוויאו אויף קול מבשר פונעם בעל המעשה. ער זאגט אז אין דעסקריפשאן אויפן דעסק איז געשטאנען אז זי האט געקויפט דעם דעסק ביי סטעפלס און זי האט עס אליין צוזאם געשטעלט, און פון דעם האט ער פארשטאנען אז די געלט איז נישט געקומען צו איר דורכן קויפן דעם דעסק פון א דריטן.
ער זאגט טאקע אז זי איז געווען ספיטשלעס ביים הערן די מעשה, און אפשר דערפאר איז עס נישט אזוי דראמאטיש. זי האט אים געזאגט אז זי האט ערגעץ גוט באהאלטן די געלט אין איר הויז אבער זי האט נישט געדענקט וואו, און זי האט געטראכט אז ערגעץ ליגט עס און עס וועט שוין אפיר קומען מיט די צייט (נאך אלץ אינטערעסאנט צו פארגעסן וואו מען האט אוועקגעלייגט אזויפיל געלט, אדם עשוי למשמש בכיסו בכל שעה).
נאך זאגט ער אז די מעשה האט שוין פאסירט מיט א צוויי חדשים צוריק, נאך פאר ראש השנה. נאר ער האט נישט געוואוסט אויב ער זאל עס מפרסם זיין צוליב עניוות און ווייל ער האט נישט געוואלט מאכן קיין פראבלעמען פאר די פרוי, אבער נאכן זיך דורכרעדן מיט זיין רב האט אים יענער געזאגט אז ער זאל דאס יא מפרסם זיין ווייל עס וועט ברענגן א געוואלדיגע קידוש ה', און דערפאר איז ער אליין געגאנגען צו די פרעסע עס מפרסם צו זיין.
נאך אלץ שווער פארוואס עס האט גענומען אזוי לאנג ער זאל ארויסקומען דערמיט. א קשיא אויף א מעשה...

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 11:30 am

· #162233
zurich
אינטערסאנט די חברה דארט ביי ווי איי ען זאגן אז זיי וואלטן נישט געקענט ביישטיין די ניסיון,מיר איז שווער איז דעיס בכלל א ניסיון? ווען די מענטש האלט ווען דאס געלט ביי זיך וואלט ער עפעס שלעכטס געטאן איז דען דא א מצוות השבת אבידה ביי גוים אין בפרט ווען זי האט זיך שוין קלאר מייאש געוועין פון דעם

(א ליטווישער קאפ)

טו א טובה. בלייב "צריך". ס'איז שוין דא גענוג ליטוואקעס, ב"ה. בלע"ה. ואלו הם: היימישער ליטוואק: ליטוואק פון בודאפעסט: סתם א ליטוואק. : והעולה על כולם. "לעיקוואוד". אן די אדהער הענד. זאלל זיין נאך א ליטוואק. 😂 🙄

smart » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 11:45 am

· #162237
שוין מקען שוין טרעפן קשיות אויף אידעשע קינדער זענען שוין דא ברייטע און האבן שוין וואס צו זאגען!

קאם אן די האלסט טאקע אז ער האט אויפגעמאכט די מעשה?? ועלגכע גוי וואלט מישגעפיעלט?? ער סוינט ווי א טיפיקעל תימיותדיגע ישיבעשע מענטש וואס האט מקיים געווען א מצוה בשלימות און שפעטער האט מען אים צוגערעדט ער זאל עס מפרסם זיין.

(גראדע האלט איך אויך אז די חלק קליפ וואו ער ריפט איר אן איז פאלש פאר צוויי סיבות, איינס ווייל זי סוינט נישט גוט הגם ער זאגט זי איז געווען ספיטשליעס אבער אפילו הכי, צווייטענס ווייל בשעת מעשה האט ער נישט געהאלטען דעס ביים מפרסם זיין ערשט שפעטער האט מען אים צוגערעדט דערצו סוי פארוואס עפעס זאלן ווען געזאלט כאפן א ווידיאוי וואו ער רעדט אויפן טעלעפאון?)

און עטס וואונדערט זיך פארוואס נישט אידען האבן אונז אזוי פיינט ווען אונזער אייגענע האבן אונז פיינט?!?!?

smart » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 11:45 am

· #162238
בטעות צוויי מאל געשיקט

טאמבל סאס » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 12:14 pm

· #162241
איך בין נייגעריג צו די אמעריקען פלעג און דער גמרא ליגן שטענדיג אזוי אויפ'ן טיש.

ראש הישיבה » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:24 pm

· #162292
איך האב נאכגעקוקט די הלכה.
אין חושן משפט סימן רס"ו סעיף א' שטייט אז איינער געפונט א זאך פון א גוי מותר. וכל המחזיר אבידת עכו"ם הרי זה מחזיק ידי עוברי עבירה.
חז"ל זאגן אז המחזיר אבידה לעכו"ם עליו הכתוב אומר למען ספות הרוה את הצמיאה.
פשטות די טעם איז ווייל מיר זענעו נישט מחזיר אבידה ווייל מיר האבן קוטע ערכים-מידות, נאר מיר טוען עס ווייל כך גזרה חכמתו, אזוי איז די מצוות השם. ווען א איד געבט צוריק אבידת עכו"ם, ווייזט ער אז ער טוהט אז ווייל ער וויל זיין א נייס גיי.
סוף פון יענער סעיף שטייט אז אויב ער וויל מחזיר זיין כדי אז די גוים זאלן זעהן אז אידן זענען נאמנים, הרי זה משובח. (אזויווי די מעשה פון חז"ל וואס איז אובן דערמאנט)
דער איד פארציילט אז ער האט נישט געוואלט נעמן די געלט ווייל עס איז נישט 'אמת'דיג זיינס. והאמת טעה בזה, ווייל אוצר יקר איז שייך פאר אים. על פי הלכה האט ער נישט געטוהן ריכטיג.
אויב וואלט ער געזאגט אז די סיבה וואס ער געבט עס צוריק, ווייל כדי שיאמרו העכו"ם ויפארו שישראל נאמנים, וואלט ער געטוהן על פי הלכה.
ער וואלט געדארפט זיך דורך רעדן מיט א דיין וואס איז באהאווענט אין די הלכות.
דאס איז מיין מיינונג.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 4:43 pm

· #162327
ראש הישיבה???!: או קעי. ער וועט איבער שפילן דעם שפיעל.. מ'הייבט אן פון אנהייב. די גוי'טע באקומט איר סקריפט (וואס זי דארף זאגן:). און דער מאחזיר האוויידע האט אויכעט א צעטל? אלעס איז גרייט. די קעמערעס זענען שוין אויך גרייט. טעיק טוו. אוי. עפעס א איד'ל מיט א צופלויגענע בארד און לאנגע פיאות קומט צו לויפן. א נייער חשש (אדער חשיש*) איז אויפגע'קומען. מ'דארף איבער מאכן דעם גאנצן שפיל. אם כן אין לדבר סוף. 🙄 😂

קאפשטיק » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 8:22 am

· #162437
א באשעפער ביטע געב מיר די נסוין עס וועט זיכער זיין א גרויסער קידוש ה' אויב איך וועל נעמען די געלט.

קרעקער » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 9:36 am

· #162445
דער האט עובר געוועהן אויפען איסור פון לא תחנם מיטען צוריק געבען געלט
אבער וואס טוט מען נישט פאר אביסעל כבוד פון זיין אויף די קעמרע

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 2:51 pm

· #162503
קרעקער
דער האט עובר געוועהן אויפען איסור פון לא תחנם מיטען צוריק געבען געלט
אבער וואס טוט מען נישט פאר אביסעל כבוד פון זיין אויף די קעמרע

מהאי טעמא געב איך טאקע נישט צוריק ווען איינער געט מיר צופיהל טשעינדזש. אפילו א איד. איך בין דאך א שטיקל בריסקער כידוע. און איך בין חושש (חעישעש) אפשר איז ער מזרע עמלק. ס'איז דא נאך פיל אנדערע מצוות וואס כ'וואלט געדארפט מקיים זיין אויב בין איך חושש אז יענער איז מזרע עמלק. נאר כ'בין חושש אז דער קאורט --וועלכער טוט נישט אנערקענען די בריסקער שיטה, אדער דרך/מהלך-- וועט מיר צופסק'נען א פאר יאר אין קארצער. 😂 🙄

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 3:43 pm

· #162523
קרעקער
דער האט עובר געוועהן אויפען איסור פון לא תחנם מיטען צוריק געבען געלט
אבער וואס טוט מען נישט פאר אביסעל כבוד פון זיין אויף די קעמרע


ראש הישיבה
איך האב נאכגעקוקט די הלכה.
סוף פון יענער סעיף שטייט אז אויב ער וויל מחזיר זיין כדי אז די גוים זאלן זעהן אז אידן זענען נאמנים, הרי זה משובח. (אזויווי די מעשה פון חז"ל וואס איז אויבן דערמאנט)

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 3:59 pm

· #162529
CNET Poll

<a class="postlink" href="http://forums.cnet.com/2706-21566_102-2340.html?tag=nl.e497&s">http://forums.cnet.com/2706-21566_102-2 ... =nl.e497&s</a>

ראש הישיבה » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 4:41 pm

· #162537
CNET Community Quick Poll

If you found a large sum of money like this man, what would you do?

Keep the money
12%
Contact previous owner of desk and return the money
45%
Hold the money for a long period of time, and if the previous owner never brings it up, keep the money
12%
Call the previous owner to see if they know what's missing, and if they do, return it. If not, keep the money
25%
Other
6%

Total votes: 1647

ראש הישיבה » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 5:15 pm

· #162546
א איד טוהט נישט קיין זאכן ווייל ער האט גיטע זוטן (מידות). א איד טיהט א זאך ווייל כך גזרה חכמתו. ואם כן, אויב תורה זאגט אז די געלט געהערט פאר מיר, וועל איך נישט טוהן אנדערש. איך בין מקיים השבת אבידה כמו שכתוב בתורה השב תשיבם 'לאחיך'.
אויב וויל ער האבן גוטע מידות איז עס ווייל דאס גייט עם העלפן אויספירן רצון העליון.

נולד מאוחר » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 9:20 pm

· #163131
From the words of the Shulchan Aruch one might be able to argue that there is no obligation to return that money, but how could a person possibly pass up the opportunity for such a kiddush Hashem for money?”

www.vosizneias.com/146719/2013/11/17/woodcliff-lake-nj-rabbi-who-returned-98k-in-craigslist-desk-electrifies-crowd-at-agudah-convention/ די גאנצע ארטיקעל דרייעט זיך ארום איבער די קידוש השם.
סאיז באמת א גרויסע קידוש השם און מיר קענען געניסען פון אביסעל פאזטיווע דעקונג .
סאיז אבער מאדנע אז סאיז בכלל נישט דא די געפיל פארן אנדערן מענטש, א מענטש וואס האט זיך אנגעזאמלט זיין לעבענס פארמעגען. זאל עס אלעס פארלירען. מסתמא איז יענער א גוי.
סקוקט אויס ווי די עיקר סיבה פון משיב זיין די אבידה איז צי ווייזען פאר גוי מיין גאט איז די ריכטיגע נישט דיין.
ווען איך האלט ווען דעם פעקעל וואלטן מיינע מחשבות אויף יא ציריק געבן בעיקר געווען, וויאזוי קען איך נעמען יענעמס אפגעשפארטע געלט.

רויטע וואנצעס » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 11:13 am

· #163198
ווידיאו פון די דרשה:

סאשי פיש » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 11:23 am

· #163200
.
image.jpg

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 11:35 am

· #163204
סארי, אבער ס'איז זייער א נארישער פארגלייך. אינו דומה בכלל.

יצמחפרקני » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 11:54 am

· #163211
אויסגעצייכענט!
גוט ארויסגעברענגט - וואס יעדער פארשטענדליכער מענטש טראכט!

יצמחפרקני » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 11:58 am

· #163212
youtu.be/isLtc5lFgf8

דאס אידיש יונגל האט טאקע געמאכט א קידוש השם!

רויטע וואנצעס » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 10:24 pm

· #163319
יצמחפרקני
youtu.be/isLtc5lFgf8

דאס אידיש יונגל האט טאקע געמאכט א קידוש השם!


WOW
דברים של טעם.

ראש הישיבה » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 3:46 pm

· #166127
בנוגע דער איד וואס האט צוריק געגקעבן $98,000.00 פאר די גוי.
וויל איך אויפריכטיג מאכן, אז היות ער וויל זיין שטארק אויסגעהאלטן, וויל איך אים מעורר זיין אויף א הלכה. וויבאלד ער האט נישט געדארפט צוריק געבן די געלט (קען זיין ער האט נישט געטארט על פי הלכה צוריק געבן די געלט, כמ"ש למעלה) איז ער לעאורה מחוייב צו מעשר'ן די געלט. והוא פשוט.

ראש הישיבה » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 3:45 pm

· #166335
[ציטאט אראפגענומען]

עס איז געווארן זיין געלד, און ער האט מטוב לבו מחליט געוועהן אז ער גייט עס געבן א מתנה פארן גוי.

קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:59 am

· #170450
טעקסי דריווער מאכט א דריפעלטע קידוש השם מיטן צוריק געבען פארלוירענע 300,000!!!!!!!!!!!!!!!!!!!


<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/150360/2013/12/25/las-vegas-cab-driver-finds-300k-in-back-seat-in-brown-paper-bag/">http://www.vosizneias.com/150360/2013/1 ... paper-bag/</a>

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:26 pm

· #178245
וויכטיג!!!
רבותי. מהיום והלאה האט זיך געענדיגקט דער דין פון אבידת עכום מותרת. ביז משיח וועט קומען במהרה בימינו.
זעט אין דעם קליפ.
ב"ה אז א איד איז איינער פון די הירויס. און שם שמים איז נישט נתחלל גווארן.
וואס וואלט גווען ווען מזעט א ייד הייבט דאס אויף, איינער מיט א שווארצע סוט און ציצית הענגן ביי די זייטן - אפילו זיי וואלטן פארדעקט דעם פנים!!!
רבותי, מצוה לפרסם קליפ זה.

אפטעמיסט » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:47 pm

· #178265
לייג אריין דעם קליפ אין "ס'האט מיר געברענגט טרערן" אשכול. כ'האב נישט געקענט איינהאלטן מיינע טרערן זעהנדיג די לעצטע חלק פונעם קליפ. ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז ס'דא אזעלכע פיינע מענטשן אויפן יקום.