כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #517
כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
ברעיקינג – כולל אינגערמאן פאר'חוב'ט זיך $170,000.00 צו באקומען לאטערי נומערן פון א מכשפה.
מארס דעם 30'סטן איז ווי באקאנט געשפילט געווארן די מעגא מיליאנס אויף דעם היסטארישן סכום פון 640 מיליאן דאללער. אין די פאר טעג פאר דעם לאטערי האט געשפילט, דרייט זיך ארום א כולל אינגערמאן נאכנישט פינף יאר נאך די חתונה, און בארגט פון אלע באקאנטע סכומים פון צען טויזענט דאללער מיט אן אויסרייד אז ער דארף געלט צייטווייליק אין זיין באנק קאנטע אלץ באווייז פאר א באנק הלואה. שטעלט זיך אויס אז דער געלט האט גע'פגר'ט.
דער אינגערמאן, לאמיר עם רופן ר' שאול, לערנט אין א היימישער באקאנטער כולל אין באראפארק, און איז עוסק בתורה ויראה און איז באמת אן אויסגערופענע מתמיד. געלערענט האט ער אין ישיבות וואס זענען נישט באקאנט פאר ארויסגעבן תמימים, און ווי ס'שיינט איז ער ביים לערנען טאקע א גרויסע למדן. ברם דא עקא, אז וואס ער לערנט איז ער מקבל מיט אן ערנסטקייט, און ווען ער איז צוגעקומען צום פסוק מעונן ומנחש ומכשף וחבר חבר ושואל אוב וידעוני ודורש אל המתים האט ער עכ"פ אזויפיל פארשטאנען אז די שאלה איז נאר צו מ'מעג, אבער ארבעטן ארבעט דאס זיכער...
א'כלל, שטעלט זיך א אינגערמאן מיט קינדער אין די שטוב וואס זענען באלד מער ווי די יארן וואס ער האט חתונה געהאט, און ער וואונדערט זיך איך יכנס כל הפשתן הזה? מ'מוז דעך מאכן השתדלות? עכ"פ מיט די לאטערי איז דאך שוין ביי די כולל אינגעלייט לאנג אנגענומען אז מיט דעם איז מען יוצא מצות השתדלות און די רעשט איז בלויז בטחון. אבער דאך, א'מרעדט פון אזוין איינמאליגע געלעגנהייט ווי געווינען 640 מיליאן, פארשטייט דעך יעדער בער דעת אז מ'דארף צולייגן עפעס אן השתדלות מער ווי געווענליך.
א'קיצור, ביי דעם אינגערמאן האט זיך דער איבריגע השתדלות אויסגעשטעלט אין פארעם פון זוכן די הילף פון זיינס א באקאנטן, נישט מער נישט ווייניגער נאר א פאלנער מכשפה! דער מכשפה האט שוין מער ווי איינמאל איבערצייגט דעם אינגערמאן אין אירע איבערמענטשליכע כוחות, און יעצט ווען מען רעדט פון אזוין פעטן פישעל, איז געקומען די צייט אויסצונוצן די כוחות פון אט די מכשפה צום צד הקדושה. אזויווי דער אינגערמאן האט נאר זיך אנגעבינדן צום מכשפה, האט זי עם מגלה געווען אז די שליסל פון דעם גרויסן גליקשיסל ליגט נאר ביי די מזלות. אבער, לדאבוננו, די איינציגע וועג צוצוקומען צו דעם שליסל, איז נאר דורך איינצאלן פאר זי א מאה, און אזוי אויך צושטעלן ריין גאלדענע בלעכן פאר דעם אומגעהויערן פרייז פון 70 טויזענט דאללער וואס דאס וועט ארויסשפייען די ריכטיגע נומערן אויסגעשטעלט לויט די אסטראלאגישע מזלות וואס אפילו אידן פאלן דערינטער.
ויהי היום – דער לאטערי שפילט, און ווי ס'שטעלט זיך אויס, איז אדער די גאלד נישט געווען ריין גענוק, אדער די מכשפה נישט שד גענוק, אבער די נומערן זענען געווען א צווייטנס, און די מזל איז פון דעם אינגערמאן אנטרינען.
כי לא נחש ביעקב ולא קסם בישראל כעת... איז א משפחה אויף צרות.
אין דעם שוידערליכן געשיכטע האט זיך אריין געלייגט איין מלאך מיכאל און זוכט צו ראטעווען די אינג ווייבעלע מיט אירע עופ'עלעך פון אונטערגאנג פון שווערן אומזוסטן לאסט.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
אמת'ע מעשה ?
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
כ'פארשטיי נישט, די מכשפה האט נישט געגעבען קיין גאראנטי ?
אין בכלל טאמער ווייס זי די נומערען וואלט זי עס נישט אוועק געגעבען אפילו פאר הונדערט מיליאן,
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
א קשיא אויף א נאר
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
ה' ישמרנו. הגם אז חזקה על גוגל שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו... איז מיר שווער צו גלייבן די מעשה. אבער אויב איז דער מעשה אמת, איז דאס זיכער נאר אן עונש פאר זיך מטפל זיין מיט זאכן וואס ס'קען זיין אז די תורה אסר'ט.
בעיקר הדבר - ציווישן מענטשן גערעדט, זע איך בכלל נישט די נארישקייט פון דער אינגערמאן. ער האט אריין געלייגט געלט אין א זאך וואס האט זיכער געקענט מצליח זיין מיט מער מעגליכקייט אויף יא ווי אויף נישט בפרט אויב ס'איז איתמחי גברא (נשי) ואיתמחי קמיעי פון דעם מכשפה. מיט איין זאך האט ער זיך יא באנארישט, אז ער האט נישט געזאגט אמת פאר די מלוים. ער האט געקענט פונקט אזוי פארציילן די אמת פאר די מלוים אז ער דארף די געלט אויף צו געווינען די לאטערי, און די מלוים וואלטן זיכער עם פונקט אזוי געגעבן! יעצט אז ער האט נאר פארציילט אז ער דארף עס פאר א קורצע געלט דריידל, קענען זיי אפשר טענה'ן אז אדעתא דהכי וואלטן זיי נישט געבארגט. הגם אז איך האלט נישט אז זיי זענען גערעכט, קענען זיי אבער האבן א דין תורה דערויף.
אין די עצם שאלה פארוואס די מכשפה וואלט נישט פאר זיך אליין פארציילט די נומערן, האט איך אנגעפרעגט ביי א מומחה אין די זאך. יענער טענה'ט אז לכאורה האט זיך דער מכשפה דא באנוצט מיט אסטרולוגיה. די וועג וויאזוי דאס ארבעט האט אסאך צוטוהן מיט די פרטיות'דיגע מזל פון דעם מענטש אויף וועם די מכשפה 'עט זיך מעדיטעיטן, און דורך דעם טוט זי באצוואונגען די לאטערי ארויסצוגעבן די נומערן וואס דער אינגערמאן האט זיך געקליבן. ממילא קומט אויס אז דאס האט א שטארקע ברירה געהאט צו ארבעטן, אבער נאר מיט דעם אינגערמאן, נישט מיט א צווייטן.
בין אדם למקום, דא גייט שוין דער אינגערמאן אריין אין האבערע ענינים. תמים תהיה איז דאס זיכער נישט, אבער אויף שואל אוב וידעוני דארף מען וויסן פונקטליך וואס דער מכשפה האט דא אנגעארבעט. אויב איז דאס אסטרולוגיה, איז נישט אזוי הארב, אויב אבער מיט די אנדערע קונצן, דארף מען דאס שוין אדורך טוהן מיט מער יישוב הדעת.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
שלמה_דייןבין אדם למקום, דא גייט שוין דער אינגערמאן אריין אין האבערע ענינים. תמים תהיה איז דאס זיכער נישט, אבער אויף שואל אוב וידעוני דארף מען וויסן פונקטליך וואס דער מכשפה האט דא אנגעארבעט. אויב איז דאס אסטרולוגיה, איז נישט אזוי הארב, אויב אבער מיט די אנדערע קונצן, דארף מען דאס שוין אדורך טוהן מיט מער יישוב הדעת.
איך האב א פארקערטע מיינוג, מען דארף עס נישט אדורוך טיען און מען דארך נישט רעדן דערפון,
א אינגערמאן איז נעבעך אדורוך געפאלען מיט א שטות, מעגליך א עבירה, וואס איז דאס די וועלטס דאגה?
פארוואס פארדינט ער אז ער זאל זיין דא צושמירט? ער האט איינעם דא וויי געטיען? ער האט איינעם דא בא'עוולה'ט? האט ער נישט געונג פראבלעמען אז ער מוז צוקימען צו די בושות פון די סייט? זענענן דען די שרייבער דא אויסגעארבייטע מענטשן זיי מאכען נישט קיין טעותים?
לאזט אפ דעם אינגערמאן! ער האט פון קיינעם דא נישט געבעטן קיין טובה, ער האט קיינעם נישט דא שלעכטס געטיען! און ווער עס פגר'ט צו רעדן פון צרות ישראל, אדער פון דורוכפעלער, זאל אויספאקען זיין אייגענע,
אזא אשכול וואלט געמעגט ווערען אפגעשפארט, און אויסגעמעקט,
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
פריינדליךשלמה_דייןבין אדם למקום, דא גייט שוין דער אינגערמאן אריין אין האבערע ענינים. תמים תהיה איז דאס זיכער נישט, אבער אויף שואל אוב וידעוני דארף מען וויסן פונקטליך וואס דער מכשפה האט דא אנגעארבעט. אויב איז דאס אסטרולוגיה, איז נישט אזוי הארב, אויב אבער מיט די אנדערע קונצן, דארף מען דאס שוין אדורך טוהן מיט מער יישוב הדעת.
איך האב א פארקערטע מיינוג, מען דארף עס נישט אדורוך טיען און מען דארך נישט רעדן דערפון,
א אינגערמאן איז נעבעך אדורוך געפאלען מיט א שטות, מעגליך א עבירה, וואס איז דאס די וועלטס דאגה?
פארוואס פארדינט ער אז ער זאל זיין דא צושמירט? ער האט איינעם דא וויי געטיען? ער האט איינעם דא בא'עוולה'ט? האט ער נישט געונג פראבלעמען אז ער מוז צוקימען צו די בושות פון די סייט? זענענן דען די שרייבער דא אויסגעארבייטע מענטשן זיי מאכען נישט קיין טעותים?
לאזט אפ דעם אינגערמאן! ער האט פון קיינעם דא נישט געבעטן קיין טובה, ער האט קיינעם נישט דא שלעכטס געטיען! און ווער עס פגר'ט צו רעדן פון צרות ישראל, אדער פון דורוכפעלער, זאל אויספאקען זיין אייגענע,
אזא אשכול וואלט געמעגט ווערען אפגעשפארט, און אויסגעמעקט,
מיין מיינונג איז פארקערט. איך בין זיכער אז די מעשה איז נישט אמת, און גוגל האט אונז ס"ה צוגעשטעלט א שיינע דראמא זיך דערמיט צו באסמאקעווען. חוץ אויב פריינדליך האט מער פרטים און ווייסט זיכער אז די מעשה איז אמת...
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
יא אמת נישט אמת, עס איז א גרויסע רחמנות אויף אזא יונגערמאן און לדעתי ברויך דער אשכול בלייבן אז מען זאל וויסן שלא תמות כדרך שמת פלוני
ווילאנג מען שרייבט נישט ארויס קיין פערזענליכע פרטים, פארשטייט זיך
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
כ'האב א פשוטע עצה, מען זאל זאגען פאר די מכשפה זי זאל צוריק געבען די געלט,
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
קרעמער1יא אמת נישט אמת, עס איז א גרויסע רחמנות אויף אזא יונגערמאן און לדעתי ברויך דער אשכול בלייבן אז מען זאל וויסן שלא תמות כדרך שמת פלוני
ווילאנג מען שרייבט נישט ארויס קיין פערזענליכע פרטים, פארשטייט זיך
"שלא תמות כדרך שמת פלוני" איז בכלל נישט שייך דא, ווייל א געווענדליכע נארמאלע מענטש וועט עס עניוועי נישט טוהן.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
פראפעסאר שפיראכ'האב א פשוטע עצה, מען זאל זאגען פאר די מכשפה זי זאל צוריק געבען די געלט,
אזא קאפשטיק איז מיר נישט בייגעפאלן 👍
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
יענקל האסט צוווארפן די בנין.
אויב די חובות האבן נישט מיט די לאטערי איז גאר מעגליך אז ער האט גארנישט מיט די מכשפה. איז דאס א פשוטע אינגערמאן וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין חובות און ער איז גארנישט אנדערש ווי האלב וויליאמסבורג און ב"פ וואס זיצן אין חובות און באצאלן נישט.
די מעשה איז א שיינע נאוועל געשיכטע אז מ'זאל וויסן זיך צו היטן פון מכשפות. אויב שוין אזוי, קען מען צוריק ברענגען די 'וויטש' פון מיסט קאסטן און האבן א פארטיגע מנחם מענדל שטיקל
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
פריינדליךאזא אשכול וואלט געמעגט ווערען אפגעשפארט, און אויסגעמעקט,
ווילאנג קיין פריוואטער נאמען ווערט נישט דערמאנט איז נישט דא קיין שום סיבה צו מעקן אדער שפארן. לאז מיך אייך ציטירן פון די "ווארט צום נייעם מעמבער":
[ציטאט אראפגענומען]
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
שלמה_דייןבעיקר הדבר - ציווישן מענטשן גערעדט, זע איך בכלל נישט די נארישקייט פון דער אינגערמאן
די זעסט נישט די נארישקייט פון דעם אינגערמאן??!!
ער האט אריין געלייגט געלט אין א זאך וואס האט זיכער געקענט מצליח זיין
איך ליין גוט??!!
מיט מער מעגליכקייט אויף יא ווי אויף נישט בפרט אויב ס'איז איתמחי גברא (נשי) ואיתמחי קמיעי פון דעם מכשפה
שטיי אויף....
מיט איין זאך האט ער זיך יא באנארישט, אז ער האט נישט געזאגט אמת פאר די מלוים
איין זאך!?
איך פערזענדליך גלייב נישט די מעשה, אבער די ווייסט וואס, מיט א כולל אינגערמאן קען מען זיך נישט אויסרעכנען.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
אויב זי וייסט ווען די נאמבערס וואלט זי עס ווען גענימען פאר זיך
צוייטענס זי איז למעשה זייער ביליג, 170000$ פאר א ביליאן דאלאר לאטערי איז נישט באצאלט
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
טוען דען נישט די ניגעריער מאכן אזוינע שטיק כסדר? און צומאל מיט קלוגע, נארמאלע, און ארויפגעקוקטע מענטשן? אלא מאי, דאס איז א סקיל וואס די חברה האבן צו קענען פארנארן מענטשן.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
יוש איז דעעיס גוט
גוגל ביזט ריזיק!
נעמען א מעשהלע און עס אזוי באשרייבן..
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
יענקל
ארגינעל האב איך פארשטאנען אז מ'ווייסט אז די מעשה איז געשען ביי די לעצטע לאטערי און דו ביסט געקומען זאגן אז דו ווייסט ער איז שוין שולדיג פון פארדעם. אויף דעם ארויף האב איך געשריבן אז אויב איז די שמועה האלב נישט אמת דאן אפשר איז די מעשה כלל נישט געשטויגן. אבער יעצט ליין איך חד גדיא'ס תגובה און מיין הארץ בלוטיגט פאר א אינגערמאן וואס איך אריין געפאלן אין די נעץ.
אגב, וואס איז 'סייקיק'? א חכמה?
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
[ציטאט אראפגענומען]
איך וואלט דיר אלס געגלייבט א חוץ
ער איז "זייער" א קלוגער אינגערמאן!!
זעט אויס אונז האמיר אנדערע מעסטער׳ס פאר קלוגשאפט
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
ברויןאגב, וואס איז 'סייקיק'? א חכמה?
איך בעט דיר גיב דיך אכטונג! ס'איז נישט קיין חכמה - ס'איז פשוט גניבה! אויב זוכסטו מער אינפא אויף די נושאים איז כדאי דו זאלסט גוגל'ען penn & teller. אסאך פון זייערע שטיקלעך זענען אויף יוטוב אויך. ווי זאגט רש"י? שלא תמות כדרך שמת פלוני...
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
איינער[ציטאט אראפגענומען]
איך וואלט דיר אלס געגלייבט א חוץ
ער איז "זייער" א קלוגער אינגערמאן!!
זעט אויס אונז האמיר אנדערע מעסטער׳ס פאר קלוגשאפט
קלוגשאפט און תמימות האבען נישט קיין שייכות.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נחומ'ס באשטעטיגונגס מאכט מיר נאר האלטען דאס פארקערטע אזוי וואו אלע זיינע מעשהל'ך.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
קול גדול
פאסט עם נישט צו קוואטען אונזער קאווע שטיבל!!!
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
איין זאך קען מען דא זיכער זאגן: אויב די מעשה איז נישט געשען, בין איך אבער מאמין באמונה שלימה אז עס וואלט געקענט געשען.
לויט די ראטע פון מענטשן וואס זענען אריינגעזינקען אין אלע סארטן דמיונות, פון אלע משוגענע אלטערנאטיווע היילונגען, אקופאנטשור, ספיסיפיק כיראפראקטאר, ענערגיע-געטיילעכץ און נאך די גאנצע ליסטע, ביז אן אבסעסיע מיט אזויגערופענע נביאים, קאבאליסטן און האנט-און-פנים קוקער, קען מען רואיג גלייבן אז מענטשן זאלן זיך פארגלייבן אין סייקיקס און מכשפים. עס איז אין זעלבן זיפ-קאוד.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
[ציטאט אראפגענומען]
חוץ פון האבן נאך א מקור שרייבט ער נאך דעם זעלבן גרייז פון דעם אינגערמאן זוכענדיק צו געווינען דעם גרויסן לאטערי.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
אז מ'רעדט זיך איין העלפט עס זיכער
א חב"ד'סקער שרייבער שרייבט קעגן רבנים וואס זאגן אז זיי היילן מיט איבערנאטירליכע כוחות און רעכענען דערפאר רבי'שע פרייזן
<a class="postlink" href="http://www.nypost.com/p/news/opinion/opedcolumnists/too_high_price_for_faith_healing_mdeEGOHZOu8F4WveJKVmvL">http://www.nypost.com/p/news/opinion/op ... 4WveJKVmvL</a>
איך גלייב דער מעשה ווייל עס איז ליידער דא אסאך בעלי דמיונות וואס זייערע דמיון מאכט זיי טוען זאכן כנגד דער שכל כפי הדמיון הטוב העולה על עליהם
און מען קען אויך זיין א חכם ווייל לפי דמיונם הם רואים הולדה טובה לפניהם
מושיאיך גלייב דער מעשה ווייל עס איז ליידער דא אסאך בעלי דמיונות וואס זייערע דמיון מאכט זיי טוען זאכן כנגד דער שכל כפי הדמיון הטוב העולה על עליהם
און מען קען אויך זיין א חכם ווייל לפי דמיונם הם רואים הולדה טובה לפניהם
איך גלייב
נישט די מעשה, ווייל עס איז ליידער דא אסאך בעלי דמיונות וואס זייערע דמיון מאכט זיי טראכטן זאכן כנגד דער שכל כפי הדמיון הטוב העולה עליהם,
און מען קען אויך זיין א חכם, ווייל לפי דמיונם הם רואים הולדה טובה לפניהם אז ווען עס וואלט אמת געווען, וואלט מען זיך אויסגעלערנט פון דעם...
די מעשה מיטן אינגערמאן קען זייער מעיגלעך זיין, סיז זייער שווער פאר פערזאנען און נארמאלע אימשטעדן צו באגרייפן דו מוח פון א געמבלער
איך גיי אלץ אדורך אין מאנהעטן אזא געשעפט וואס פארקויפט קלייניקייטן אזוי ווי סאדע ציגארעטן און אויך כל ערליי לאטארי'ס
איך זעי דארטן כסדר מענער און פרויען קימען אהין סוף טאג און געבען אויס זייער שכיר יום עד שתיכלה פריטה אחרונה מן הכסא, זיי זענען אזוי בקי און אלערליי שפילן, זיי געבען אן נומערן מיט א צינישן שמייכעל, אז מיט דעי נומער קליגט ער זי איבער דו לאטא סיסטעם, ווייל די נומער איז דאך די געבארץ טאג פון זיין מאמעס מאמע, און בעיט מיט חשק גימי די 3רד לאקי פייו ענד 3 פיק 2ס ענד עי פארטשען קאקי
אזוי קוטענען זיי אויס ס'גאנצע פארמעיגן, איך זעי נעבעך ווי מען קויפט אף אזא שפיל וואס מען מיז עפעס קענען די בינגא שפיל, זיי האבען אפילו נישט קיין קוואדער אפציקראצן די געמוזאכץ וואס באהאלט די געווינץ נומערען, און מען טיט דאס איבער און איבער.
איך בין עטליכע מאל אריין און א לאקאלע געז סטאנציא וואס פארקויפט די לאטא שפילן, איך וויל נישט פורץ בשמו זיין און חלילה מגלה זיין אז איך רעד פון די סטאנציא עמעקא הארט נעיבן די האפער שול המפואר, און מיינע אייגלעך זענען געפאלן אויפ א אינגער מאן, גארנישט קיין לאפן טוטער, איך רעד פון א אינגערמאן וואס מאכט שוין חתונה קינדער, ער האט שוין עטליכע ווייסע שנירלעך אין זיינע לאקן, און ער איז גענוי אזא מומחה און ווייסט וועלכע נומער צי פארלאנגען, ער איז נישט אזא בהמה ווי איך, ער פארלאט זיך נישט אויפ די ציפערען וואס דו לאטא קאמפאני שטעלט צי, נע די קאמפאני וועט דאך קיין מאל נישט אויס זאגען די ריכטיגע נומער, ער איז קליג ער ניצט די ציפער ווען מיר זענען ארויס פין מצרים, אדער א ציפער וואס מיט דעים האט ער מצליח געוועין מיט רבי מאיר בל הנס אפציווייכען אן עין הרע, אדער פין א צעק וואס די באנק האט נישט ציריקגעשיקט, א ציפער וואס האט העכערע כוחות, אדער א ציפער וואס איז גמטריא עשרה פעמים שקי קרע שטן.
ממילה ווען מיר זעיען אזעלכע ענינים טעיגלעך לייגט זיך שוין איינמאל אויפן שכל אז איינעם איז ביי געפאלן צי זיכען ציפערען ביי א רבי אדער ביי כוחות הטמאה,
די מעשה האט געקענט פונקט אזוי יא זיין ווי נישט זיין, און פונקט אזוי נישט זיין ווי יא זיין, ווי האבן די רבי'ס געזאגט? אונזער ארבייט איז צו גלייבן באמונה שלימה אז ס'האט געקענט פאסירן וזהו!
יין שרףמושיאיך גלייב דער מעשה ווייל עס איז ליידער דא אסאך בעלי דמיונות וואס זייערע דמיון מאכט זיי טוען זאכן כנגד דער שכל כפי הדמיון הטוב העולה על עליהם
און מען קען אויך זיין א חכם ווייל לפי דמיונם הם רואים הולדה טובה לפניהם
איך גלייב
נישט די מעשה, ווייל עס איז ליידער דא אסאך בעלי דמיונות וואס זייערע דמיון מאכט זיי טראכטן זאכן כנגד דער שכל כפי הדמיון הטוב העולה עליהם,
און מען קען אויך זיין א חכם, ווייל לפי דמיונם הם רואים הולדה טובה לפניהם
אז ווען עס וואלט אמת געווען, וואלט מען זיך אויסגעלערנט פון דעם...
העי!!
דאס באלאנגט אין
די אשכוללהערה בעלמא, כישוף איז נישט קיין כוחות פון סטרא אחרא וכדומה, עס איז פשוט איינרעדניש און אויגן פארבלענדניש, לא היה ולא נברא.
מילא @שלמה_דיין דיינע אלע הסברים און פשטליך זענען נוצלאז, זי ווייסט נישט און קען נישט וויסן, ועיין אבן עזרא ראו כי רעה נגד פניכם.
אינעם עצם געדאנק פון כישוף שרייבט שוין דער רמב"ם (הלכות עו"ז פרק י"א) כל המאמין בדברים האלו וכיוצא בהן ומחשב בלבו שהן אמת ודבר חכמה רק התורה אסרתן, אינן אלא מן הסכלים ומחסרי דעת ובכלל הנשים והקטנים שאין דעתן שלימה, וכו'.
און כמובן רבו החולקים עליו. און ווער קען דען מכריע זיין.
דעת תורהאון כמובן רבו החולקים עליו. און ווער קען דען מכריע זיין.
אהא ,קענסט מיר אפשר מסביר זיין וואס דא גייט פאר? ווען עס קומט צו די י"ג עיקרים, ווי סאך מער ראשונים זענען מחולק מיט אים אין יסודותהאמונה, אויב איינער זאגט פארקערט איז ער א כופר בעיקר, דא פלוצלינג, ווי די סיבת החולקים איז איין זאך: מען מוז איינזעצען יעדע גמרא כפשוטו, ווייל עס מוז זיין חז"ל האבן "אלעס געוואוסט" (א יסודותדיגע זאך וואס דער רמבם שרייבט כמה פעמים הן אין מורה, און הן אין יד, אז זייער ידיעה אין חכמות העולם איז געווען גארנישט מער פון די ידיעה פון חכמי האומות דאן, און שריי נישט, ווייל די רמב"ם שרייבט נאך מער אז ווער עס פרובירט איינצוזעצן יעדע זאך פון גמרא אין מציאות איז א נער), דא פלוצלינג לייגט מען אים און. א זייט.
איך קען אפשר וויסן מה ראית?
כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
ימי קדםדעת תורהאון כמובן רבו החולקים עליו. און ווער קען דען מכריע זיין.
אהא ,קענסט מיר אפשר מסביר זיין וואס דא גייט פאר? ווען עס קומט צו די י"ג עיקרים, ווי סאך מער ראשונים זענען מחולק מיט אים אין יסודותהאמונה, אויב איינער זאגט פארקערט איז ער א כופר בעיקר, דא פלוצלינג, ווי די סיבת החולקים איז איין זאך: מען מוז איינזעצען יעדע גמרא כפשוטו, ווייל עס מוז זיין חז"ל האבן "אלעס געוואוסט" (א יסודותדיגע זאך וואס דער רמבם שרייבט כמה פעמים הן אין מורה, און הן אין יד, אז זייער ידיעה אין חכמות העולם איז געווען גארנישט מער פון די ידיעה פון חכמי האומות דאן, און שריי נישט, ווייל די רמב"ם שרייבט נאך מער אז ווער עס פרובירט איינצוזעצן יעדע זאך פון גמרא אין מציאות איז א נער), דא פלוצלינג לייגט מען אים און. א זייט.
איך קען אפשר וויסן מה ראית?
ווער האט דיר געזאגט אז איינער וואס זאגט אנדערש ווי די רמב״ם איז א כופר בעיקר? און זייט ווען פסק׳נט מען ביי אלעם ווי די רמב״ם? בפרט ביי דעם ענין וואס איז בפירושע גמרות קעגן דעם און די רמב״ם קען מען אויך מיישב זיין, הערטס אויף מגלה פנים בתורה זיין שלא כהלכה, וואולסט זיין א ראציאנאלע דאקטאר און גלייבן אלע היינטיגע שטותים בי מיי געסט אבער ווער מיר נישט קיין קנאי אויפן זייט פונ׳ם רמב״ם.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
[ציטאט אראפגענומען]
נאכ'ן ליינען די מעשה קענסטו אנריפן אזא מענטש נארמאל?