הפגנה פון נטורי קרתא קעגן תולדות אהרן
105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5159
הפגנה פון נטורי קרתא קעגן תולדות אהרן
א גרויסער נטורי קרתא הפגנה ווערט היצט אפגעהאלטען אויף ראדני סטריט קעגן איבער ווי דער רבי פון תולדות אהרן שטייט איין
אידען בעטן די וואס פארשווארצען דעם פנים פינעם יהדות החרדית זאלען אויפהערן מיט די ווילדע אקציעס
זיי רופן אים ביים נאמען אין גאס? איך מיין אז זיי ציען איבער דאס שטריקל...
ביי א מסיבה היינט נאכט אין שטוב פון ר' יוסף לעפקאוויטש לכבודו פון תולדות אהרן רבי , האט כ"ק אדמו"ר. מסאטמאר שליט"א שארף ארויס געטרעטן אנטקעגן די פאשקעווילן ווארפער און די שרייערס, ווי ער האט זיי אנגערופען די ליצני הדור. און שטארק מרבה געווען במקצת שבחיו בפניו, און ארויס געברענגט די גרויסע זכות צו שטיצן די הייליגע קהילה ומוסדות תולדות אהרן.
בעיקבתא דמשיחא חוצפא יסגי!
איך בין זיכער ווען דער רבי בעל ויואל משה זי"ע וואלט נאך היינט געלעבעט, וואלטן די זעלבע מחוצפים רשעים אויך ארויס הפגנה קעגן אים,
ווי למשל מיט די פארגאנגענע בחירות אויף די עירייה, וואלטן זיי מוחה געווען רח"ל קעגן רבי'ן זי"ע, פארוואס דער רבי טוט נישט מיטשטיין מיט די רבני העדה החרדית צו אסר'ן די בחירות עירייה, אין די צייט וואס די עירייה איז א חתיכה אחת מיט די מדינת הציונים.
פארוואס האט דער רבי זי"ע נישט געוואלט אריינקומען אין ביהמ"ד אין ירושלים, ביז מ'וועט נישט אראפרייסן די פלאקאטן וועלכע האבן אויסגעזעהן כאילו די רבי זי"ע טוט אסר'ן אויך די בחירות אויף עירייה.
ליידער האט אויך דעמאלטס נישט געפעלט אזעלכע רשעים ואפיקורסים וואס האבן אויסגערופן "רבינו סר מן הדרך"! רח"ל.
עס פעהלט נישט קיין עבירות וועלכע די רשעים מחוצפים וואלטן געפינען אויפן רבי'ן זי"ע, ווי ער האט זיך געטראפן מיט די רבנים וועלכע זענען געגאנגען צו די בחירות, און ער האט זיי נאך געגעבן די האנט. אדער אויף דעם וואס ער האט געזאגט אז מ'מעג קויפן פרשיות און מזוזות פון א סופר וועלכע גייט צו בחירות. און נאך פיל אנדערע עבירות וואס לויט די רשעים מחוצפים רשעי הערב רב האט דער רבי נישט געגאנגען אין זייער שיטה.
אבער איין זאך ברויך מען צו וויסן, אז די רשעים ומחוצפים האבן חכמינו ז"ל אונז פארזיכערט אז זיי וועלן קיינמאל נישט אריינגיין אין גיהנם - נאר זיי וועלן פארפאלן בלייבן אין שאול תחתית לעולמי עולמים, השי"ת איז בכלל נישט אינטרעסירט אין זיי, זיי וועלן בטל ווערן כעפרא דארעא אינאיינעם מיט די אלע שונאי ישראל ווי עמלק נבוכדנצר היטלער הערצל וכו'.
שמעקעדיגזיי רופן אים ביים נאמען אין גאס? איך מיין אז זיי ציען איבער דאס שטריקל...
דאס שטריקעל איז שוין ביי די חעברע לאנג נישטא זיי האבען שוין נישט היינט דעם שטריק וואס איבער צוציען
כתר מלכותביי א מסיבה היינט נאכט אין שטוב פון ר' יוסף לעפקאוויטש לכבודו פון תולדות אהרן רבי , האט כ"ק אדמו"ר. מסאטמאר שליט"א שארף ארויס געטרעטן אנטקעגן די פאשקעווילן ווארפער און די שרייערס, ווי ער האט זיי אנגערופען די ליצני הדור. און שטארק מרבה געווען במקצת שבחיו בפניו, און ארויס געברענגט די גרויסע זכות צו שטיצן די הייליגע קהילה ומוסדות תולדות אהרן.
די ווינדער איז פארוואס נאר איבער די חטא פון עטליכע משוגעים, ווארפער, און הפגנות אנדרייער, פון דעם ווייסט האדמו''ר מהרז''ל צו שרייען וואס טוט זיך מיט די אפישעל חעברע פינעם מסיבה ווי ער האט ערשיינט??
איך שטעל מיך פאר אז ווען זיין עלטערער ברידער טוט ווען נאר א צענטל דערפון וואלט גאנץ חוץ לארץ געווען ווייס פון צעטליך
''היתכן א רבן של ישראל שטייט און איז מחזק ידי רשע'' און טוט נאר מוחה זיין איבער עטליכע מקצה המחנה וואס טוען שמוציגע ארבייט
ליידער איז דאס דער היינטיגער רבני'שער צושטאנד אויף וואס חז''ל האבען פאראויס געזאגט ייתי ולא אחמיני'
איך ווייס נישט צו ער איז דער ריכטיגער מענטש בכלל מוחה צו זיין איבער דעם אבער אז ער נעמט שוין יא דאס ווארט אין די האנט פארוואס נאר קעגן קצה המחנה'ניקעס בזמן וואס די סאמע העכסטע פירערשאפט העלפן די השתקה איבער'ן מצב בארה''ק?
תהליםבעיקבתא דמשיחא חוצפא יסגי!
השי"ת איז בכלל נישט אינטרעסירט אין זיי, זיי וועלן בטל ווערן כעפרא דארעא אינאיינעם מיט די אלע שונאי ישראל ווי עמלק נבוכדנצר היטלער הערצל וכו'.
דאס איז שוין א נטורי קרתא נוסח אזוי צו שעלטן
מרן רביה''ק מ'סאטמאר האט אויך די חברה פארדאמט גאר שארף, אבער אזא שפראך געהער צו זיי ענדערש
לדעת סייט פון בעלז איז היינט אין די העדליינס מוחה נמרצות אויפען כבוד פון די תולדות אהרן'ר רבי, איבער די שרעקליכער פגיעה פון די נטו''ק קעגן אים
<a class="postlink" href="http://ladaat.info/article.aspx?artid=8648">http://ladaat.info/article.aspx?artid=8648</a>
בחדרי איז עס מייחס צו די אלגעמיינע קנאים
און באריכטען איבער די חיזוק וואס האדמו''ר מ'סאטמאר האט אים געגעבן אין ליכט פון די השמצות
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=61204">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=61204</a>
הייסט עס אז בעלז און הזאלוני זענען מוחה אויף דעם כבוד פון אדמו"ר מתולדות אהרן.
און פון אנדערע נייעס היינט הערט מען אז ליזר קעסטנבוים האט מכבד געווען ר' אברהם סלאנים ביים ציון פונעם מהרש"א אין אוסטרוה.
זיג-זאג. זאג-זיג!!!
איך זעה אז תו''א האט שוין פאר דעם געפארכטעט נאך פאר א יאר ווען די פאשקעווילען איז געפלויגען אין ריכטונג פון גבעת ירושלים ליינט דאס פאלגענדע:
טעראר: תולדות אהרן נישט אויף שבת אין ווילי
לראשונה: אדמו"ר מתולדות אהרן לא ישבות שבת בווילימסבורג לראשונה מאז שהוכתר האדמו"ר מתולדת אהרן בתשנ"ז, לא ישבות האדמו"ר שבת קודש בווילימסבוג, מגודל הטעראר והלחץ ורבבות אלפי פאשקווילן גרועים שהכונו נגדו הזאלונים כמו שעשו נגד האדמו"ר מראחמסטריווקא כשהגיע לארה"ב יחד עם מקורבו ואיש אמונו הרב אברהם סלונים. החטא של האדמו"ר הוא על תמיכתו הוועד החמשה במירון, ותמיכתו של האדמו"ר לר' גבריאל פופנהיים מראשי קהילתו, מיזמי הפרויקט במתחם גולובנציץ בבית שמש ביחד אם העסקן הרב אברהם סלונים.
outspoken
אזוי ווי איך הער דעם קליפ טראכט איך ביי מיר אז אפשר זענען זיי משוגעים אבעא זייערע טענות זענען גערעכטע
אויך דערמאנען זיי מיר די פראטעסט וואס ווערט יערליך געמאכט דורך דעם משוגענעם אלתר משה גאלדבערגער פון ק"י שבעה עשר בתמוז קעגן שערי חמלה
הער איך אז תולדות אהרן האט צישלאגן איינעם פין די מוחים אז מען האט אים געברויכט אריין פירן אין שפיטאל
ס'שטארקע ווייטאג אז מען איז ציגעקומען צי אזא מצב אז ערליכע יודען וואס מיטשען זיך אזוי אויף חינוך הטהור ווערן אזוי נתבזה
ווי די גרעסטע קלי ורקים אין האבן זיך געמיזט באניצן מיט די הידים ידי עשו
זלמן זאפירהער איך אז תולדות אהרן האט צישלאגן איינעם פין די מוחים אז מען האט אים געברויכט אריין פירן אין שפיטאל
די קליינע קינדער האבן ביים ענדע אים ארומגענומען און באזינגען, און איין אינגל האט אים אראפגעווארפן זיין שטריימעל.
נישט געשלאגן! נישט קיין שפיטאל!
נישט יעדע נארישע ליגנט וואס מ'הערט, לויפט מען באלד צום נעט, און מ'שרייבט נאך צו א מוסר דרשה פון צוויי שורות.
זלמן זאפירהער איך אז תולדות אהרן האט צישלאגן איינעם פין די מוחים אז מען האט אים געברויכט אריין פירן אין שפיטאל
מסתמא האסטו זיך טועה געווען, כ'האב געהערט אביסל אנדערש,
וכן צ"ל, "מען וואלט אים געברויכט אריינפירן אין שפיטאל", ומובן היטב.
תהליםזלמן זאפירהער איך אז תולדות אהרן האט צישלאגן איינעם פין די מוחים אז מען האט אים געברויכט אריין פירן אין שפיטאל
די קליינע קינדער האבן ביים ענדע אים ארומגענומען און באזינגען, און איין אינגל האט אים אראפגעווארפן זיין שטריימעל.
נישט געשלאגן! נישט קיין שפיטאל!
נישט יעדע נארישע ליגנט וואס מ'הערט, לויפט מען באלד צום נעט, און מ'שרייבט נאך צו א מוסר דרשה פון צוויי שורות.
לויט ווי די שרייבסט קוקט אויס ווי די ביסט נישט דארט געווען, איך בין נאר דורך געגאנגען און די תו"א האבען געשלאגען מיט אזא אכזריות אז איך בין געלאפען ווייטער איך האב נישט געוואלט אז מיינע קינדער זאלען זעין ווי אז יוד הייבט די הענט אויף א צווייטען
איך מיש מיך נישט אריין סאיז נישט מיינע דאגות. אבער סארי צי פרעיגן. וואס האט דער שרייער געטראכט??? אז תו'א גייט אים געבען א שלום נאבעל פרייז???? איז עס נישט אדעתא דהכי נחית אז אויב גייט ער אריין אין פיסק פונעם לייב און בפניהם פון הונדרעטער פארברענטע חסידים גייט מען מוחה זיין און רופען דעם רבי'ן ביים נאמען און רעדען דברי זלזול איינמאל און נאכאמאל גייען זיי עס נישט אראפשלינגען און מוותר זיין דערויף??? וואס האט ער געמיינט. אז מען גייט אויפהערען גראבען אדאנק זיינע הפגנות???? צימערמאן און לאוב און קליקע וועלען פירען תו'א ביי די נאז און זיי איינטיילען וויאזוי צו פירען זייער קהילה??? וווי קען ער יעצט שרייען קאזאק הנגזל אוי מען האט נעבאך גישלאגען א אימשולדיג אידן. גיוואלד! ער האט זיך ערליך פארדיהנט וואס ער האט באקימען. און די וועלט זאגט שוין. אז דו קענסט נישט פארנעמעם די היעט אין די קיטשען דעמאלט וואק אוועק פון דארטען. זייער פשוט.
לייבעלעאיך מיש מיך נישט אריין סאיז נישט מיינע דאגות. אבער סארי צי פרעיגן. וואס האט דער שרייער געטראכט??? אז תו'א גייט אים געבען א שלום נאבעל פרייז???? איז עס נישט אדעתא דהכי נחית אז אויב גייט ער אריין אין פיסק פונעם לייב און בפניהם פון הונדרעטער פארברענטע חסידים גייט מען מוחה זיין און רופען דעם רבי'ן ביים נאמען און רעדען דברי זלזול איינמאל און נאכאמאל גייען זיי עס נישט אראפשלינגען און מוותר זיין דערויף??? וואס האט ער געמיינט. אז מען גייט אויפהערען גראבען אדאנק זיינע הפגנות???? צימערמאן און לאוב און קליקע וועלען פירען תו'א ביי די נאז און זיי איינטיילען וויאזוי צו פירען זייער קהילה??? וווי קען ער יעצט שרייען קאזאק הנגזל אוי מען האט נעבאך גישלאגען א אימשולדיג אידן. גיוואלד! ער האט זיך ערליך פארדיהנט וואס ער האט באקימען. און די וועלט זאגט שוין. אז דו קענסט נישט פארנעמעם די היעט אין די קיטשען דעמאלט וואק אוועק פון דארטען. זייער פשוט.
איך פארשטיי נישט יעדער מעג שרייען און מוחה זיין און ארויסזאגן זיין דעת תורה ווען ער וויל און ווי ער וויל
נא אז תולדות אהרן קען נישט פארנעמען די היץ זאלן אזוי ארויס גיין פין קיך ס'איז נישט דא קיין תירוץ צי שלאגן א יוד
ברענג מיר איין פוסק וואס האלט אז מען מעג הייבן א האנט אויף א צווייטן יוד
איך האב נישט ציפיל רחמנות אויף די מוחים זיי זיכן זיך שטארק
אבער ס'איז נישט דא קיין היתר זיי צישלאגן
גאנצללייבעלעאיך מיש מיך נישט אריין סאיז נישט מיינע דאגות. אבער סארי צי פרעיגן. וואס האט דער שרייער געטראכט??? אז תו'א גייט אים געבען א שלום נאבעל פרייז???? איז עס נישט אדעתא דהכי נחית אז אויב גייט ער אריין אין פיסק פונעם לייב און בפניהם פון הונדרעטער פארברענטע חסידים גייט מען מוחה זיין און רופען דעם רבי'ן ביים נאמען און רעדען דברי זלזול איינמאל און נאכאמאל גייען זיי עס נישט אראפשלינגען און מוותר זיין דערויף??? וואס האט ער געמיינט. אז מען גייט אויפהערען גראבען אדאנק זיינע הפגנות???? צימערמאן און לאוב און קליקע וועלען פירען תו'א ביי די נאז און זיי איינטיילען וויאזוי צו פירען זייער קהילה??? וווי קען ער יעצט שרייען קאזאק הנגזל אוי מען האט נעבאך גישלאגען א אימשולדיג אידן. גיוואלד! ער האט זיך ערליך פארדיהנט וואס ער האט באקימען. און די וועלט זאגט שוין. אז דו קענסט נישט פארנעמעם די היעט אין די קיטשען דעמאלט וואק אוועק פון דארטען. זייער פשוט.
איך פארשטיי נישט יעדער מעג שרייען און מוחה זיין און ארויסזאגן זיין דעת תורה ווען ער וויל און ווי ער וויל
זיכער מעיג מען. אלטר משה ג'ב האט אויך געמעגט. אבער אלטר משה ווען ער האט געכאפט אין קאפ אריין האט ער געוויסט אז ער האט זיך דאס געבעיטן. און ער האט עס באקימען. אזוי ווי רבי עקיבא [להבדיל] האט געזאגט כל ימי אמרתי מתי יבוא לידי ואקיימנה. אבער דאכדעים האט ער נישט געהאט טוענות. נאר מאריך געוועין באחד ביז יצאה נשמתו. אז דו בעיטסט עפעס און די באקימסט עס זאלסטו עס מקבל זיין באהבה. נישט קימען וויינען און שרייען קאזאק הנגזל כאילו ביסט נעבאך א אימשולדיג שעפעלע.
זלמן זאפירנא אז תולדות אהרן קען נישט פארנעמען די היץ זאלן אזוי ארויס גיין פין קיך
זיי זעננען נישט געגאנגען אין קיך. דער הייסער קיך איז זיי נאכגעלאפן און זיי האבען זיך פשוט געוואלט באפרייהען פון דעם נוזשענדיגן קיך וואס איז ערגער ווי א פליג און א בין און מאסקיטא און סקאנק צוזאמען.
בקיצור מ'מעג שרייען אבער דארפסט זיין גרייט צו כאפן און ווען די ארונים שלאגן זאלי'ס אדער פארקערט איז אויך אזוי מ'מעג שרייען און מ'מעג שלאגן פאר'ן שרייען
פיין איך הער שלום על ישראל
יא אבי שלום צווישען אידען..חחחח
עמעזשען אז דו קוקסט א יוטוב קליפ ביי דיר אין דיינינג רום. עפעס איינער א פרימער מאן פון עק שטאט האט זיך דערוויסט און יענער האלט אז דאס איז כרוך מיט צוויי שרעקעדיגע גרויסע איסורים. איינס פון ווידעא רחמנה ליצלן וואס אלע גדולים פון לעצטען דור האבען געאסר'ט. און איינס אונטרענעט וואס אלע גדולים פון היינטיגען דור אסרן. האט ער אלע רעכטען צו מוחה זיין ביי זעך אינדערהיים און זאגען זיינע קינדערלעך זאלען נישט אריננגיין צו דיר אין דייין הויז. אבער טאמער גייט יענער פרימער מאן קימען צו דיין גאס און קעגען דיין הויז אנהייבען שרייען אויפען מיקראפאן אקעגען דיין גאנצע משפחה און אלע שכינים און ידידים גאנצל גאנצל ביסטאך אזוי שייגץ וויי גיוואלד ווי קענסטו דאס טהון האב רחמנות אויף דיינע דורות זיי נישט משנה פון די גדולים פון פריערדיגן דור וכומר וכומר. אזוי וועט ער שרייען און לעכערען דיינע אויערען פאר אפאר טעיג אנע אויפהער. איך קען ניש גלייבען אז דו וועסט נישט צוגיין צום פרידזש און נעמען דעם שאכטעלע ביצים און טאן כראוי וכיאות וואס יעדע איד וואלט געטון אין אזוי צייט. ווייל די וועלט איז נישט זיינס. ער קען דיר מערסטענס שיינערהייט מעורר זיין. אפשר פרעגען און אויסהערען דיין חוות דעת אפשר דאך האסטו עפעס א היתר דערווישט פון א מאדערן אורטודאקס ראביי. און אויב טוט ער נישט אזא מענטשלעכע מינימום פארען דיר באשרייען און באשמוצען מיט פאטשקעווילען און מייקס אין אלע גאסען און מאכען פון דער אשפה און פארעך און דו קענסטעך ניש איינהאלטען און דו געבסט עם מנה אחת אפיים קען נישט יענער נאכהער גיין שרייען און וויינען הלמאי מען האט עם נעבעך געגעבען וואס קימט עם.
יא הייליג גערעכט די איינציגסטע מחאה וואס דו אקצעפירסט איז קעגן די מדינה אדער ווייס זאלן די אלע מוחים (משוגעים )זיך האלטן דעם פרעסער פארמאכט סיידן אויב זיי זענען גרייט צו כאפן און קיינער קען מיר נישט קומען וויינען מיט קראקאדיל טרערן i agree
די געשלאגענע מוחים וואלטן זיך פונקט אזוי אויפגעפירט ווען מען שרייעט אקעגן זייער רבין. אז דו ביסט א פרומער און גייסט מוחה זיין, איז דא א ענין פון עד כדי הכאה, ועד בכלל
לדאבונינו איז דעס זייער בראך אז זיי האבען נישט קיין שום הוראה וואס זיי פאלגען אויס איך הער אז רמ''ד בעק פון מונסי דער אמעריקאנער פירער פון נ''ק איז ביי די חברה אויך שוין אפגעפרעגט
אוי להם ולמשפחתם ד' ירחם עליהם
היינט האבן זיי פארפלייצט גאנץ מאנרא מיט זייערע שמוציגע פאשקעווילן. על אפם וחמתם פון אלע איינוואוינער וועלכע וועלן זיך ספראווען מיט די מיסט. א מין אנשיקעניש.
Who cares
ס'איז שיין צו זען, תולדות אהרן רבי קומט יאר איין יאר אויס קיין קרית יואל, ס'איז געווען אין די ערשטע יארן ווען ס'איז געווען אביסל געשפאנט מיט די הנהגה פון קרית יואל, געווען צייטן ווען ער איז געקומען באזוכן האדמו"ר מהר"א נאך 12 ביינאכט, אדער ערב שבת א האלבע שעה פארן זמן וכו' וכו', איך האב נאך די אלע יארן קיינמאל נישט געזען קיין פאשקעווילן אויף אים, פלוצים ער גייט נישט אין שפאן מיט די נועם המדות פארטיי, אוי יוי יוי, גאנץ קרית יואל איז פארפלייצט אויף א פארנעם וואס מען האט שוין נישט געזען יארן
הה"ד נועם המדות בתפארתה
שרייבער, וועם ווילסטו פארקויפן לאקשן, דו ווייסט שוין איינמאל וויפיל די פאשקאווילן האבן מיט קהלת מהרי"י. סהאט מיט די צימערמאן קליקע, און דו ווייסט דאס גוט. און וואס דו קענסט נישט אראפשלינגען איז די פאקט אז על אף וואס תולדות אהרן גייט נישט אין שפאן מיט אדמו"ר מהרי"י שליט"א, דאך האט ער באקומען פון זיין חלוקה הונדערט פופציג אלפים, און ער האט זיך אפציעל אנגענומען פארן כבוד פון תו"א רבי'ן, ער האט ארויסגעגעבן א שיינע בריוו לחזקו ולעודדו, און אים אפגעגבן כבוד מלכים פארגאנגענעם מוצאי שבת ביי די תנאים בחצר סאטמאר, יא ריכטיג, נועם המידות בתפארתה! א זאך וואס די ווייסט זייער גוט וויאזוי דיין צדיקל וואלט זיך אויפגעפירט אין אזא מצב, און דאס איז וואס באדערט דיר.
שרייבערס'איז שיין צו זען, תולדות אהרן רבי קומט יאר איין יאר אויס קיין קרית יואל, ס'איז געווען אין די ערשטע יארן ווען ס'איז געווען אביסל געשפאנט מיט די הנהגה פון קרית יואל, געווען צייטן ווען ער איז געקומען באזוכן האדמו"ר מהר"א נאך 12 ביינאכט, אדער ערב שבת א האלבע שעה פארן זמן וכו' וכו', איך האב נאך די אלע יארן קיינמאל נישט געזען קיין פאשקעווילן אויף אים, פלוצים ער גייט נישט אין שפאן מיט די נועם המדות פארטיי, אוי יוי יוי, גאנץ קרית יואל איז פארפלייצט אויף א פארנעם וואס מען האט שוין נישט געזען יארן
הה"ד נועם המדות בתפארתה
נישט אז כ'וויל דא דעקן די נעימת המידות
נאר דאס צו אראפלייגען אלס א הנחה כאילו תולדות אהרן האט מיט מהר''א געהאט געשפאנטקייט איז אויפגעבלאזען
די דררא דממונא איז אלס געגאנגען מיט די הנהגת משב''ק מהרז''ל וכת דילי', ממילא איז די אמעריקאנער וויזיט'ס און אדווערטייזינג געגאנגען למהרז''ל
אבער מאידך גיסא די שקאצעריי אין אר''י בנוגע קברים און זוי אויכעט פאסטענ'ס ביי די כשרות אינערהאלב די עדה''ח איז דא א שטארקער קשר בין הר' ארעלעך ומושחתי מהר''א
הרב ש''ש טעלער רעדט היינט לאור די קרית יואל'ע פאשקעווילען א לעקציע אויף קול סאטמאר בתורת הקנאות אז ס'ברויך זיין ריין כנראה איז זיינע דבורים נישט געווענדעט צו הפראים מנטו''ק נאר ענדערש צו די אנשי מהרז''ל
די פראגע צו אים איז נאר פ''וו ער זאגט ניש אפען ארויס וואס ער האלט צו מ'טאר יא גראבען צו ניש ממ''נ מעג מען דארט גראבען האט עס גארניש צו קנאות טאר מען ניש פארוואס הערט מען נישט א מילה אחת און ווייסט נאר אז עטליכע מטורפים ווארפען פאשקעווילען??
מעגליך זאל איינער אריבער גיין צו אים אין שטוב און איבערגעבן די פרטים
כתר מלכותשרייבער, וועם ווילסטו פארקויפן לאקשן, דו ווייסט שוין איינמאל וויפיל די פאשקאווילן האבן מיט קהלת מהרי"י. סהאט מיט די צימערמאן קליקע, און דו ווייסט דאס גוט. און וואס דו קענסט נישט אראפשלינגען איז די פאקט אז על אף וואס תולדות אהרן גייט נישט אין שפאן מיט אדמו"ר מהרי"י שליט"א, דאך האט ער באקומען פון זיין חלוקה הונדערט פופציג אלפים, און ער האט זיך אפציעל אנגענומען פארן כבוד פון תו"א רבי'ן, ער האט ארויסגעגעבן א שיינע בריוו לחזקו ולעודדו, און אים אפגעגבן כבוד מלכים פארגאנגענעם מוצאי שבת ביי די תנאים בחצר סאטמאר, יא ריכטיג, נועם המידות בתפארתה! א זאך וואס די ווייסט זייער גוט וויאזוי דיין צדיקל וואלט זיך אויפגעפירט אין אזא מצב, און דאס איז וואס באדערט דיר.
פארוואס פארציילסטו נישט די איבריגע? וואס ר' יחזקאל בראך האט געטוהן לעצטע וואך, פארוואס מיינט איר איז דער איד שטוהל לעצטנס? איך קען נישט מהרז''ל פאר אזוי איידעל אנגעהויבן פין אוועקטראגען זיין טאטען ביי שמחות ביזען רופן דעם ברודער אין בג''ץ
נאר,,פרייליךהרב ש''ש טעלער רעדט היינט לאור די קרית יואל'ע פאשקעווילען א לעקציע אויף קול סאטמאר בתורת הקנאות אז ס'ברויך זיין ריין כנראה איז זיינע דבורים נישט געווענדעט צו הפראים מנטו''ק נאר ענדערש צו די אנשי מהרז''ל
די פראגע צו אים איז נאר פ''וו ער זאגט ניש אפען ארויס וואס ער האלט צו מ'טאר יא גראבען צו ניש ממ''נ מעג מען דארט גראבען האט עס גארניש צו קנאות טאר מען ניש פארוואס הערט מען נישט א מילה אחת און ווייסט נאר אז עטליכע מטורפים ווארפען פאשקעווילען??
מעגליך זאל איינער אריבער גיין צו אים אין שטוב און איבערגעבן די פרטים
מיך אינטערעסירט נישט וואס שמואל שלמה טעללער האט צו זאגן בנוגע מעגן קראבן קברים פונקט ווי ס'אינטערעסירט מיר נישט וואס דו האלטסט צו מען מעג, ס'איז דא רבנים וואס נעמען קער, און יעדער האט רעכט צו פאלגן זיין רב דארט
כתר מלכותשרייבער, וועם ווילסטו פארקויפן לאקשן, דו ווייסט שוין איינמאל וויפיל די פאשקאווילן האבן מיט קהלת מהרי"י. סהאט מיט די צימערמאן קליקע, און דו ווייסט דאס גוט. און וואס דו קענסט נישט אראפשלינגען איז די פאקט אז על אף וואס תולדות אהרן גייט נישט אין שפאן מיט אדמו"ר מהרי"י שליט"א, דאך האט ער באקומען פון זיין חלוקה הונדערט פופציג אלפים, און ער האט זיך אפציעל אנגענומען פארן כבוד פון תו"א רבי'ן, ער האט ארויסגעגעבן א שיינע בריוו לחזקו ולעודדו, און אים אפגעגבן כבוד מלכים פארגאנגענעם מוצאי שבת ביי די תנאים בחצר סאטמאר, יא ריכטיג, נועם המידות בתפארתה! א זאך וואס די ווייסט זייער גוט וויאזוי דיין צדיקל וואלט זיך אויפגעפירט אין אזא מצב, און דאס איז וואס באדערט דיר.
כתר, קענסט פרובירן צו אפווישן די שמוץ וויפיל דו ווילסט, אז מען לייגט זיך מיט קעץ שטייט מען אויף צוגראדזשעט
איך האב נישט געזאגט אז די פאשקווילן האט מיט רז"ל אליין, ס'האט אבער מיט זיין פארטיי, די נועם המדות פארטיי האט עטליכע פראקציעס, ס'האט מער עקסטרעמערע רעכטע גרופעס און ס'האט מער ליביראלע לינקע גרופעס, יעצט פירן עס די רעכטע עקסטרעמע זיי נעמען קער פון די פאשקעווילן.
תו"א האט באקומען געלט פון די לינקע גרופע
שרייבערנאר,,פרייליךהרב ש''ש טעלער רעדט היינט לאור די קרית יואל'ע פאשקעווילען א לעקציע אויף קול סאטמאר בתורת הקנאות אז ס'ברויך זיין ריין כנראה איז זיינע דבורים נישט געווענדעט צו הפראים מנטו''ק נאר ענדערש צו די אנשי מהרז''ל
די פראגע צו אים איז נאר פ''וו ער זאגט ניש אפען ארויס וואס ער האלט צו מ'טאר יא גראבען צו ניש ממ''נ מעג מען דארט גראבען האט עס גארניש צו קנאות טאר מען ניש פארוואס הערט מען נישט א מילה אחת און ווייסט נאר אז עטליכע מטורפים ווארפען פאשקעווילען??
מעגליך זאל איינער אריבער גיין צו אים אין שטוב און איבערגעבן די פרטים
מיך אינטערעסירט נישט וואס שמואל שלמה טעללער האט צו זאגן בנוגע מעגן קראבן קברים פונקט ווי ס'אינטערעסירט מיר נישט וואס דו האלטסט צו מען מעג, ס'איז דא רבנים וואס נעמען קער, און יעדער האט רעכט צו פאלגן זיין רב דארט
דעמאלט'ס פארוף דיר נישט אלס א סאטמארער שרייבער
אין סאטמאר האט מען יא זיך געלאזט הערן טראץ יענער האט געהאט א מקלו שיגיד לו היאך להקל עול המשא של יהדות
נעבעך נאר,,פרייליך ברעכט און ווארט צו הערן פון סאטמאר א ווארט וועגן די קברים
זיי געבן אים נישט נאך זיינע תאוות און זיי שוואגן
מוז נאר,,פרייליך בלייבן ווישן די שמוץ מיט די קריגעריי אינערהאלב די זאליס
כתר מלכותשרייבער, וועם ווילסטו פארקויפן לאקשן, דו ווייסט שוין איינמאל וויפיל די פאשקאווילן האבן מיט קהלת מהרי"י. סהאט מיט די צימערמאן קליקע, און דו ווייסט דאס גוט. און וואס דו קענסט נישט אראפשלינגען איז די פאקט אז על אף וואס תולדות אהרן גייט נישט אין שפאן מיט אדמו"ר מהרי"י שליט"א, דאך האט ער באקומען פון זיין חלוקה הונדערט פופציג אלפים, און ער האט זיך אפציעל אנגענומען פארן כבוד פון תו"א רבי'ן, ער האט ארויסגעגעבן א שיינע בריוו לחזקו ולעודדו, און אים אפגעגבן כבוד מלכים פארגאנגענעם מוצאי שבת ביי די תנאים בחצר סאטמאר, יא ריכטיג, נועם המידות בתפארתה! א זאך וואס די ווייסט זייער גוט וויאזוי דיין צדיקל וואלט זיך אויפגעפירט אין אזא מצב, און דאס איז וואס באדערט דיר.
דעס הייסט נעימת המדות? בשעת ווען צענדליגער אידן ווערן צושלאגן און צושפאלטן און אלע עסקנים און די עדה בראשם ר' יושע רז"ב בלוטיגן און ווייטאגן אויף די חיטוטי שכבי מבם ובכם אינאיינעם מיט די פארשאלטענע ארכילאגן און די רבנים דא היא וויינען ביי של"ס תורות אויף דעם שרעקליכע מצב און אידן אין די טויזענטערס נעמען זיך כסדר צאם און די גרעסטע בתי מדרשים און הערן צו מיט שוידער די צובראכענע בעלי דרשנים וואס ענען נישט צו זיך קומען פון די שוידערליכע פאקטן וואס מ'הערט פון די פראנט פון די געטרייע בעלי מסי"נ וואס גייען ארויס יעדן טאג מוחה זיין און זיי שרייען אז מ'שפילט זיך דא ארום מיט'ן ציבור בו בזמן גייט ער און נעמט אויף דעם תו"א פון די הויפט שטיצער פון די מחטטים אזוי ווייט אז אפי' ר' טודרוס באט אים נישט געוואלט אויפנעמען דעס הייסט נישט נעימת המדות
איך וועל דיר זאגן וואס נעימת המדות מיינט אז ס'קומט א איד וואס פירט אן איינע פון די שענסטע עדות ביי אידן און טוט זיך אויס די מכנסיים בפני כל העולם און ער רופט אויס בע"כ אז איך האב געמאכט א טעות און ער גייט איבערבעטן דעם אויף וועם ער האט גערעדט
גייט ר' אהרן אים באזוכן כאשט ער ווייסט אז ער איז נישט שוה בשוה מיט אים אין די שיטה און כאטש א טייל האבן געהאלטן אז מ'דארף אים נישט גיין באזוכן האט ער געזאגט ער האט זיך דערנידערט און געטון וואס ער דארף קען איך אים נישט טרונקן דאס בלוט דאס הייסט נעימת המדות נישט ווען מ'גייט שטיצן א מחטט שכבי לשיטתך
גאנצלבשעת ווען צענדליגער אידן ווערן צושלאגן און צושפאלטן און אלע עסקנים און די עדה בראשם ר' יושע רז"ב בלוטיגן און ווייטאגן אויף די חיטוטי שכבי מבם ובכם אינאיינעם מיט די פארשאלטענע ארכילאגן און די רבנים דא היא וויינען ביי של"ס תורות אויף דעם שרעקליכע מצב און אידן אין די טויזענטערס נעמען זיך כסדר צאם און די גרעסטע בתי מדרשים און הערן צו מיט שוידער די צובראכענע בעלי דרשנים וואס ענען נישט צו זיך קומען פון די שוידערליכע פאקטן וואס מ'הערט פון די פראנט פון די געטרייע בעלי מסי"נ וואס גייען ארויס יעדן טאג מוחה זיין און זיי שרייען אז מ'שפילט זיך דא ארום מיט'ן ציבור בו בזמן גייט ער און נעמט אויף דעם תו"א פון די הויפט שטיצער פון די מחטטים אזוי ווייט אז אפי' ר' טודרוס באט אים נישט געוואלט אויפנעמען דעס הייסט נישט נעימת המדות
שוואכע ענטפער גראדע... כבודו פון ר' דוד קאהן במקומו מונח, אבער דא גראדע האט ער ווי זיך אנצוהענגן. ס'דא גדולי רבנים אפילו אין די עדה וואס האלטן אנדערשט ווי די וואס מ'שפאלט זיי די קעפ...
נישט דא ליגט די וואגשאל פון נועם המידות צו נישט
כתר מלכותשרייבער, וועם ווילסטו פארקויפן לאקשן, דו ווייסט שוין איינמאל וויפיל די פאשקאווילן האבן מיט קהלת מהרי"י. סהאט מיט די צימערמאן קליקע, און דו ווייסט דאס גוט. און וואס דו קענסט נישט אראפשלינגען איז די פאקט אז על אף וואס תולדות אהרן גייט נישט אין שפאן מיט אדמו"ר מהרי"י שליט"א, דאך האט ער באקומען פון זיין חלוקה הונדערט פופציג אלפים, און ער האט זיך אפציעל אנגענומען פארן כבוד פון תו"א רבי'ן, ער האט ארויסגעגעבן א שיינע בריוו לחזקו ולעודדו, און אים אפגעגבן כבוד מלכים פארגאנגענעם מוצאי שבת ביי די תנאים בחצר סאטמאר, יא ריכטיג, נועם המידות בתפארתה! א זאך וואס די ווייסט זייער גוט וויאזוי דיין צדיקל וואלט זיך אויפגעפירט אין אזא מצב, און דאס איז וואס באדערט דיר.
מיט א מיאוס'ן טעות...
שעפטלגאנצלבשעת ווען צענדליגער אידן ווערן צושלאגן און צושפאלטן און אלע עסקנים און די עדה בראשם ר' יושע רז"ב בלוטיגן און ווייטאגן אויף די חיטוטי שכבי מבם ובכם אינאיינעם מיט די פארשאלטענע ארכילאגן און די רבנים דא היא וויינען ביי של"ס תורות אויף דעם שרעקליכע מצב און אידן אין די טויזענטערס נעמען זיך כסדר צאם און די גרעסטע בתי מדרשים און הערן צו מיט שוידער די צובראכענע בעלי דרשנים וואס ענען נישט צו זיך קומען פון די שוידערליכע פאקטן וואס מ'הערט פון די פראנט פון די געטרייע בעלי מסי"נ וואס גייען ארויס יעדן טאג מוחה זיין און זיי שרייען אז מ'שפילט זיך דא ארום מיט'ן ציבור בו בזמן גייט ער און נעמט אויף דעם תו"א פון די הויפט שטיצער פון די מחטטים אזוי ווייט אז אפי' ר' טודרוס באט אים נישט געוואלט אויפנעמען דעס הייסט נישט נעימת המדות
שוואכע ענטפער גראדע... כבודו פון ר' דוד קאהן במקומו מונח, אבער דא גראדע האט ער ווי זיך אנצוהענגן. ס'דא גדולי רבנים אפילו אין די עדה וואס האלטן אנדערשט ווי די וואס מ'שפאלט זיי די קעפ...
נישט דא ליגט די וואגשאל פון נועם המידות צו נישט
אבער ר' זלמן האלט דאך נישט פון די מתירים מכלומרשט ער האט דאך געמאכט א אסיפה אין זיין ביהמ"ד דא היא און אין א"י ער האט דאך געשריבן א בריוו אז אין לסמוך על ההיתרים (איין מינוט באמת האלט ער יא פון די מתירים האראי' אז ער זאגט נישט גארנישט פאר ר' לייזער )אוי איך בין שוין אליין צומישט מיט שיטתו הברורה והנעימה
תמצית הדבר, פאר אפאר טאלער פון יחזקאל בראך געט מען די כבוד הראי' פאר ר' דוד קאהן.
גארניקסט מיט נעימות
נאר,,פרייליךשרייבער
אבער מאידך גיסא די שקאצעריי אין אר''י בנוגע קברים און זוי אויכעט פאסטענ'ס ביי די כשרות אינערהאלב די עדה''ח איז דא א שטארקער קשר בין הר' ארעלעך ומושחתי מהר''א
האסט דעקנונג צי וואס די זאגסט ? אדער די שרייבסט סתם פאר שנאה וועגן חסידי האדמו"ר מהר"א א ווי תמיד
כתר מלכותשרייבער, וועם ווילסטו פארקויפן לאקשן, דו ווייסט שוין איינמאל וויפיל די פאשקאווילן האבן מיט קהלת מהרי"י. סהאט מיט די צימערמאן קליקע, און דו ווייסט דאס גוט. און וואס דו קענסט נישט אראפשלינגען איז די פאקט אז על אף וואס תולדות אהרן גייט נישט אין שפאן מיט אדמו"ר מהרי"י שליט"א, דאך האט ער באקומען פון זיין חלוקה הונדערט פופציג אלפים, און ער האט זיך אפציעל אנגענומען פארן כבוד פון תו"א רבי'ן, ער האט ארויסגעגעבן א שיינע בריוו לחזקו ולעודדו, און אים אפגעגבן כבוד מלכים פארגאנגענעם מוצאי שבת ביי די תנאים בחצר סאטמאר, יא ריכטיג, נועם המידות בתפארתה! א זאך וואס די ווייסט זייער גוט וויאזוי דיין צדיקל וואלט זיך אויפגעפירט אין אזא מצב, און דאס איז וואס באדערט דיר.
ר' זלמן לייב האט געמאכט מסיבות פאר אתרא קדישא געהייסן געבן געלט פאר אתרא קדישא
אין מיט די געלט ווארפט מען יעצט פאשקעווילן קעגן תולדות אהרן
נישט ח"ו איך האב א טראפ רחמנות אז ר' דוד קאהן ווערט באשריגין
ער דרייט זיך מיט זיי קומט אים שלעק
זיין ברידער תולדות אברהם יצחק איז אויך דאהי יעצט אין האלט די זעלבע איבער אתרא קדישא אין האט נישט קיין איין פאשקעוויל
ווייל ער האט זיי נישט געדינט
זלמן זאפיר
זיין ברידער תולדות אברהם יצחק איז אויך דאהי יעצט אין האלט די זעלבע איבער אתרא קדישא אין האט נישט קיין איין פאשקעוויל
ווייל ער האט זיי נישט געדינט
די סטעיטמענט זאגט אסאך
שרייבערזלמן זאפיר
זיין ברידער תולדות אברהם יצחק איז אויך דאהי יעצט אין האלט די זעלבע איבער אתרא קדישא אין האט נישט קיין איין פאשקעוויל
ווייל ער האט זיי נישט געדינט
די סטעיטמענט זאגט אסאך
שקר
די חסידי תולדות אברהם יצחק האבען געוועלט בעד די שמירת הקברים זייערע חשבונות אין קברי קדמונינו זענען ניש איינשטימיג מיט די עטליכע מושחתי מהר''א וואס האבען איין ציל אויף דער וועלט צו אויסמעקן די זכר פון היטען אויף קברים
לא אלמן ישראל
גאנצלכתר מלכותשרייבער, וועם ווילסטו פארקויפן לאקשן, דו ווייסט שוין איינמאל וויפיל די פאשקאווילן האבן מיט קהלת מהרי"י. סהאט מיט די צימערמאן קליקע, און דו ווייסט דאס גוט. און וואס דו קענסט נישט אראפשלינגען איז די פאקט אז על אף וואס תולדות אהרן גייט נישט אין שפאן מיט אדמו"ר מהרי"י שליט"א, דאך האט ער באקומען פון זיין חלוקה הונדערט פופציג אלפים, און ער האט זיך אפציעל אנגענומען פארן כבוד פון תו"א רבי'ן, ער האט ארויסגעגעבן א שיינע בריוו לחזקו ולעודדו, און אים אפגעגבן כבוד מלכים פארגאנגענעם מוצאי שבת ביי די תנאים בחצר סאטמאר, יא ריכטיג, נועם המידות בתפארתה! א זאך וואס די ווייסט זייער גוט וויאזוי דיין צדיקל וואלט זיך אויפגעפירט אין אזא מצב, און דאס איז וואס באדערט דיר.
איך וועל דיר זאגן וואס נעימת המדות מיינט אז ס'קומט א איד וואס פירט אן איינע פון די שענסטע עדות ביי אידן און טוט זיך אויס די מכנסיים בפני כל העולם און ער רופט אויס בע"כ אז איך האב געמאכט א טעות און ער גייט איבערבעטן דעם אויף וועם ער האט גערעדט
גייט ר' אהרן אים באזוכן כאשט ער ווייסט אז ער איז נישט שוה בשוה מיט אים אין די שיטה און כאטש א טייל האבן געהאלטן אז מ'דארף אים נישט גיין באזוכן האט ער געזאגט ער האט זיך דערנידערט און געטון וואס ער דארף קען איך אים נישט טרונקן דאס בלוט דאס הייסט נעימת המדות נישט ווען מ'גייט שטיצן א מחטט שכבי לשיטתך
גאנצל דער הייליגער אהן די מכנסיים לאכט פון דיר אין די פויסטען ער זאגט קיינמאל ער האט א טעות געהאט ער טוט כסדר חזר'ן אכלתי ואוכל עוד ער שטייט בקשרי ידידות מיט די מזרחי פארטייען ער איז ווייטער ממשיך זיין הייליגען דרך ער האט'ר צוליב געטון און געלאזט כאפען א פיקטשער ווי זיינע שלוחים קומען א תפילה טאהן אין קרית יואל
דער יוד לאכט פון ענק אין די פויסטען
נאר,,פרייליךשרייבערזלמן זאפיר
זיין ברידער תולדות אברהם יצחק איז אויך דאהי יעצט אין האלט די זעלבע איבער אתרא קדישא אין האט נישט קיין איין פאשקעוויל
ווייל ער האט זיי נישט געדינט
די סטעיטמענט זאגט אסאך
שקר
די חסידי תולדות אברהם יצחק האבען געוועלט בעד די שמירת הקברים זייערע חשבונות אין קברי קדמונינו זענען ניש איינשטימיג מיט די עטליכע מושחתי מהר''א וואס האבען איין ציל אויף דער וועלט צו אויסמעקן די זכר פון היטען אויף קברים
לא אלמן ישראל
שקר
נאר,,פרייליךשרייבערזלמן זאפיר
זיין ברידער תולדות אברהם יצחק איז אויך דאהי יעצט אין האלט די זעלבע איבער אתרא קדישא אין האט נישט קיין איין פאשקעוויל
ווייל ער האט זיי נישט געדינט
די סטעיטמענט זאגט אסאך
שקר
די חסידי תולדות אברהם יצחק האבען געוועלט בעד די שמירת הקברים זייערע חשבונות אין קברי קדמונינו זענען ניש איינשטימיג מיט די עטליכע מושחתי מהר''א וואס האבען איין ציל אויף דער וועלט צו אויסמעקן די זכר פון היטען אויף קברים
לא אלמן ישראל
גערעדט צי תולדות אברהם יצחק חסידים איך קען דיר אזויפיל זאגן לא אלמן ישראל
זיי האבן ברוך השם געוואט קעגן אתרא קדישא