☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » הפגנה פון נטורי קרתא קעגן תולדות אהרן

הפגנה פון נטורי קרתא קעגן תולדות אהרן

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5159
בלאט: 1 2 3

מיסטער מענטש » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 7:22 pm

· #165034
רבותי איר מוזט זעהן וויזוי א מעשה פון אתרא קדישא גייט !!!

קודן שרייבט ער
נאר,,פרייליך

נעכטן איז צום ערשטן מאל אפגעהאלטען געווארען בחצר תולדות אהרן א סעודת כ''א כסליו ווי דער אדמו''ר האט מוחה געווען איבער די חפירות


נאכדעם ווערט עס
נאר,,פרייליך

הגה'ק רבי דוד מתולדות אהרן האט געהאלטען און איין רעדן ביים סעודה מוצ''ש איינמאל און נאכאמאל אז דער 'אויסשליסליכער מנהיג' איז דער גאב''ד וועמען האט ער געמיינט לאפוקי?



ווער קען די מעשה מיט די בער

"וואס דען האט זיך געשאקלט דארט"

קעניינע הארע » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 5:50 pm

· #165259
איך האב באקומען אין אימייל א ציטאט פון די דרשות פון דעם גאב"ד און רבי פון תולדות אהרן ביי כ"א כסליו. בעיקר איז נוגע די ווערטער צום סוף די לעצטע פאר שטיקליך, אבער מפני חיבת הקודש שטעל איך ארויף די גאנצע


כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א

ברשות דעם רבי'ן זאל זיין געזונט, מ'קומט זיך צוזאמען צו א סעודת הודאה פארן סאטמאר'ער רבי'נס יום הצלה.

דער מקור פון מאכן א סעודה ביי א יום הצלה פון א צדיק איז א גמ' אין ברכות (מו.), די גמ' זאגט אז ווען ר' זירא איז געווען נישט געזונט האט ר' אבהו געזאגט - ער האט זיך אויסגעדריקט מיט א אינטערסאנטן לשון, קטינא חריך שקי - דער קליינער וואס האט זיך פארברענט די פיס - ער האט מיט דעם געמיינט ר' זירא, אז ער וועט געזונט ווערן וועל איך מאכן א סעודה פאר אלע רבנן, און ר' זירא איז טאקע געזונט געווארן, האט ר' אבהו געמאכט א סעודה לכולהו רבנן, איז א שקלא וטריא דארטן וועמען זאל מען מכבד זיין צו מאכן דעם המוציא, ר' זירא האט געזאגט אז מ'זאל מכבד זיין ר' אבהו, ווייל ער האט געמאכט די סעודה זאל ער מאכן די המוציא, און ר' אבהו האט געזאגט וויבאלד מ'האט געמאכט די סעודה צוליב ר' זירא הייסט ר' זירא דער בעל הסעודה - זאל ער מאכן די המוציא.

עכ"פ דארטן זעט מען ווי גרויס איז דער ענין פון מאכן א סעודת הודאה ווען א צדיק ווערט געהאלפן, עד כדי כך אז אין דעם זכות איז דער צדיק געזונט געווארן, פון גמ' זעט אויס אז טאקע צוליב דעם וואס ר' אבהו האט מקבל געוועזן אז אויב ר' זירא וועט געזונט ווערן וועל איך מאכן א סעודת הודאה לכולהו רבנן איז ר' זירא געזונט געווארן, פון גמ' איז משמע אז דאס איז געווען די סיוע.

פשט איז אז דאס איז א סימן אז דער גדול איז א גדול פון כלל ישראל, און אין דעם זכות איז מען געהאלפן געווארן, דער סאטמאר'ער רב אין אונזערע דורות איז געווען דער גדול וואס האט צוריק געשטעלט פון א צובראכענעם כלל ישראל נאך דעם שרעקליכן חורבן - וואס סאטמאר'ער רב איז דאס אליין אדורכגעגאנגען - די מחנות און ער איז ניצול געווארן אויף א אופן פלאי פלאים, איז דאס א יו"ט פארן גאנצן כלל ישראל, סאטמאר'ער רב איז געווען דער וואס האט אין דעם צובראכענעם מצב צוריק מחזק געווען דעם כלל ישראל, ער האט נישט געמיינט נאר זיינע חסידים נאר בעצם כלל ישראל.

אין יענע יארן - תשי"ב, איז דער סאטמאר'ער רב דאס ערשטע מאל געווען אין ענגלאנד, איך האב גאר געלערנט אין א ליטווישן כולל - גייטסהעד, און איך האב געהערט אז דער סאטמאר'ער רב - רבן של ישראל איז געקומען קיין לאנדאן, בין איך געפארן אויף שבת - פרשת ראה, ס'איז געווען א מורא'דיגע שבת, איך וועל דאס קיינמאל נישט פארגעסן, סאטמאר'ער רב האט דעמאלטס געזאגט אזוי, אז א איד זעצט זיך אוועק - ער באזעצט זיך אויף א פלאץ, דארף ער זיכער זיין אז אויף דעם פלאץ וועלן נאך זיינע אור-אייניקלאך קענען זיין אידן ווי ס'דארף צו זיין, דעמאלטס האט דער עולם נאכנישט געוויסט וואו מ'באזעצט זיך וואו מ'זאל גיין און וואו זאל מען פארן, דאס איז געווען זיין דגש.

ער האט געזאגט נאך א זאך, מיר זאגן דאך יעדן טאג "אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח ואע"פ שיתמהמה עכ"ז אחכה לו בכל יום שיבוא" מ'גלויבט באמונה שלימה אז משיח וועט באלד קומען, איז אויב אזוי וועט מען פרעגן א קושיא וואס דארף מען בויען מוסדות ישיבות מיט ת"ת און קהלות, משיח קומט דאך שוין, האט סאטמאר'ער רב געזאגט, אין דעם פרט טאר מען זיך נישט פארלאזן - מ'דארף בויען ישיבות, און מ'דארף בויען ת"ת, און מ'דארף בויען קהלות, מ'דארף זיכער זיין אז אויף דעם פלאץ וועלן די אור-אייניקלאך נאך קענען זיין אידן עובדי ה'.

ער האט נישט אינזין געהאט דווקא זיין חסידות זיין קהלה, ער האט גערעדט צום כלל ישראל, ס'איז מיר שוין אויסגעקומען צו רעדן ביי סעודות הודאה אין פארשידענע מדינות - אין בלגי' צו אין אנדערע פלעצער צו אין ארץ ישראל, די הצלה פון סאטמאר'ער רב איז נישט דווקא פאר סאטמאר'ער חסידים, ס'איז הצלה פארן יעדן איד, א עובד ה' דארף דאנקען דעם רבש"ע וואס דער אויבערשטער האט איבערגעלאזט אזא גדול בישראל וואס האט משפיע געווען אויף רבבות רבבות אידן מ'זאל בלייבן עובדי ה' הם ובניהם ובני בניהם, דאס איז א גרויסע שמחה, ס'איז א גרויסע שמחה פארן גאנצן כלל ישראל, און דאס איז א זכות פאר די גרויסע נשמה פון סאטמאר'ער רב.

ס'איז דאך א וואונדער - דער סאטמאר'ער רב דארף אנקומען צו אונזערע זכותים? נאר דער חת"ס זאגט - די גמ' זאגט (סנהדרין יט:) כל המלמד את בן חבירו תורה כאילו ילדו, פון וואו לערנט מען דאס ארויס, פון משה רבינו, ס'שטייט (במדבר ג, א) ואלה תולדות אהרן ומשה וגו' נדב ואביהוא אלעזר ואיתמר, און זיי זענען דאך געווען קינדער פון אהרן און נישט פון משה, הלמאי. נאר וויבאלד משה רבינו האט געלערנט תורה מיט זיי ווערן זיי גערופן די קינדער פון משה רבינו. זאגט דער חת"ס למאי נפק"מ, אוודאי איז א מצוה צו לערנען תורה מיט אנדערע אויך, און מ'דארף מכבד זיין א רבי'ן, אבער וואס איז דער "כאילו ילדו".

זאגט דער חת"ס א געוואלדיגן הסבר, די גמ' זאגט (שם, קד.) "ברא מזכי אבא" ווען א קינד טוט א מצוה איז דער טאטע אין גן עדן נהנה פון די זכותים פון דעם, און דאס איז דער גאנצער ענין פון זאגן קדיש און לערנען משניות, - קדיש איז נישט קיין תפלה פאר די נשמה, קדיש בעט מען ס'זאל נתקדש ווערן שם שמים, איז וואס האט דאס מיט'ן טאטן צו טון, דער תירוץ איז, וויבאלד דער טאטע האט געברענגט דערצו אז דער זון זאל מקדש זיין שם שמים איז דאס א זכות פאר זיין נשמה, דאס איז דער כאילו ילדו - אזוי ווי ביי א אייגענע קינד ווען דער קינד טוט א מצוה איז דאס א זכות פארן טאטן'ס נשמה איז ווען איינער לערנט מיט יענעמ'ס קינד און יענעמ'ס קינד טוט א מצוה איז דאס אויך א זכות, דאס הייסט "כאילו ילדו" - אזוי ווי ברא מזכי אבא, איז יעדער וואס ער לערנט תורה מיט א צווייטן איד און דער צווייטער איד טוט מצוות און ער לערנט תורה איז דאס א זכות פאר דער וואס האט מיט אים געלערנט - דאס הייסט כאילו ילדו.

און דער חת"ס לייגט נאך צו נאך א ווארט, פארוואס דערציילט דאס די תורה פונקט ביי משה רבינו, זאגט דער חת"ס - צו ווייזן אז אפי' פאר משה רבינו איז דאס אויך א מציאה, אז ער האט געלערנט מיט'ן גאנצן כלל ישראל תורה איז יעדער איד וואס טוט א מצוה און ער לערנט א ווארט תורה איז דאס צוגעשריבן צו די זכות פון משה רבינו וואס ער האט געברענגט דערצו. אזוי זאגט דער חת"ס.

קומט אויס ווי גרויס דער צדיק זאל זיין, אפי' א צדיק וואס איז נישט נאר א צדיק הדור נאר א צדיק הדורות, איז דאס אויך א זכות פאר אים אז אנדערע אידן טוען א מצוה, איז אז א איד געבט א שבח והודאה אז דער צדיק איז ניצול געווארן איז דאס א זכות פאר דעם צדיק.

איך פלעג צו זאגן, אז מ'זאגט קדיש, איז נישט גענוג נאר אז מ'זאגט קדיש - מ'דארף לעבן אין קדיש, אז מ'לעבט מיט קדושה איז דאס א זכות פאר דעם טאטן און א זכות פאר דעם רבי'ן, אז מ'איז מקדש שם שמים מ'איז מכבד תלמידי חכמים ווי עס דארף צו זיין דאס איז אלס א זכות - א גרויסער זכות פאר זיך און א זכות פאר די רבי'ס וואס האבן אונז דאס געלערנט.

מ'האט געדארפט אין דעם מאריך זיין, נאר דא איז דאך נישט קיין אפיציעלער פלאץ פון סאטמאר'ער חסידים, אבער אז מ'פארשטייט אז סאטמאר'ער רב איז געווען א צדיק הדורות דארף מען געבן א שבח והודאה, דער גאנצער כלל ישראל דארף אפגעבן א שבח והודאה אז דער אויבערשטער האט געלאזט אזא צדיק וואס האט אריינגעברענגט אזויפיל אידישקייט אין מדינות וואס מ'איז געווען ווייט פון דעם, אין אמעריקא איז מען געווען ווייט ווייט פון שמירת שבת, און פון האלטן מוסדות ישיבות און כוללים און תלמוד תורה'ס, און דער צדיק האט דאס פארטיג געברענגט, איז דאס א זכות פארן גאנצן כלל ישראל, און דער גאנצער כלל ישראל געבט א שבח והודאה אויף דעם, איז דאס א זכות פאר דעם צדיק.

איז טאקע זייער גוט און זייער צוגעפאסט אין אזא מוסד ווי דא אין תולדות אהרן, וואס גייען טאקע אין די הייליגע דרכים פון תורה און עבודה און חסידות, און דא געבט מען א שבח והודאה אז דער אויבערשטער האט איבערגעלאזט דער סאטמאר'ער רב פאר אונזערע דורות, דא איז דאך טאקע דער ווינקל וואס מ'גייט אין די דרכים פון קידוש שם שמים אין אלע ענינים, דער רבי זאל זיין געזונט מיט'ן גאנצן ציבור דא, מ'לערנט בייטאג און מ'לערנט ביינאכט, און מ'לערנט פארטאגס - יעצט האט מען דאך געמאכט א מוסד וואס מ'לערנט פארטאגס, דאס האט דער סאטמאר'ער רב געמיינט מ'זאל מרבה זיין תורה מיט יראת שמים מיט חסידות ביי אידן, און אז מ'גייט דא ב"ה אין די דרכים, איז דא די צוגעפאסטע פלאץ וואו מ'זאל מאכן א יום טוב פארן סאטמאר'ער רב'ס הצלה.

דער אויבערשטער זאל געבן דעם רבי'ן כח צו פירן די עדה קדושה אויף די דרכים וואס ער פירט זיי - אויפן דרך פון עבודת ה' פון תורה און עבודה און חסידות.

איך האב געהאט א געלעגנהייט יארן לאנג יעדן זומער צו טרעפן דעם פריערדיגן רבי'ן זכר צדיק לברכה, ער פלעגט זיין אין שווייץ און איך בין איינגעשטאנען אין שכנות דארטן, פלעג איך דארטן דאווענען אסאך יארן, ב"ה מ'זעט דא דעם המשך.

זאל דער אויבערשטער געבן לאנגע געזונטע יארן דער רבי זאל קענען פירן די עדה הקדושה מיט נחת און אן עגמ"נ אין די דרכים וואס די פריערדיגע רבי'ס האבן אונז געלערנט, צו ס'איז דער רבי פון תולדות אהרן, צו דער רבי פון סאטמאר - אלע צדיקי הדורות וואס האבן אויסגעלערנט א וועג ווי מ'זאל זיך פירן אן פשרות.

דא איז טאקע די צוגעפאסטע פלאץ צו מאכן א סעודת הודאה, און זיך משתתף זיין אין שבח והודאה וואס מ'געבט דעם אויבערשטן אז דער אויבערשטער האט איבערגעלאזט אזא מנהיג הדורות.

זאל דער אויבערשטער העלפן אין זכות פון די מצוה, און פון אלע מצוות, און די גרויסע הרבצת התורה וואס דא איז דא, און דער קידוש שם שמים וואס דא גייט ארויס פון דעם הייליגן פלאץ, זאל ביישטיין דעם רבי'ן זאל זיין געזונט און דעם גאנצן ציבור - כל הקהל הקודש הזה, מ'זאל זיך קענען ווייטער פירן בדרך פון עול תורה און עבודה און חסידות אזוי ווי די קהלה איז צוגעוואוינט, און מ'זאל זיך ווייטער פירן אזוי, וועט דער אויבערשטער העלפן מ'וועט זוכה זיין מיט די קהלה און מיט נאך אזעלכע קהלות צו בנין ביהמ"ק און ביאת גוא"צ בב"א.


האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א

מ'האט יעצט געזינגען "אהללה ה' בחיי אזמרה לאלוקי בעודי" (תהלים קמו, ב). מ'דארף געבן א שבח והודאה אויפן עבר, און אזמרה לאלוקי בעודי אויף ווייטער און ווייטער - עוד, דער אויבערשטער האט געהאלפן - אזוי ווי דער רב האט פריער דערמאנט - נישט מיט די אייגענע כוחות נאר מיט די כח פון זכות אבות און די כח פון צדיקי הדור, און במיוחד די כח פון דעם בעל ההצלה דער הייליגער סאטמאר'ער רב זכרונו לברכה וואס ער איז געשטאנען על משמרת הקודש, און מיט די כוחות איז דער טאטע ז"ל ווייטער געגאנגען מיט דעם כח מיט'ן פולן מסירות נפש, און מיט זייער כח קען מען ווייטער אנגיין.

אהללה ה' בחיי - דער אויבערשטער געבט אונז לעבן מיט געזונט אז מ'זאל קענען אריינברענגען חיות אין די אידישע קינדער, און מ'בעט דעם אויבערשטן אזמרה לאלוקי בעודי, אין ווייטערדיגע יארן זאל מען קענען ווייטער ממשיך זיין מיט'ן גיין אויף דעם פריערדיגן וועג, און צוזאמען מיט'ן רב שליט"א וואס דער רב שטייט על משמרת הקודש, אני חומה זו תורה (פסחים פז.) ער לאזט נישט נאך קיין איין חלק אין דבר שבקדושה מיט א שטארקן פעסטקייט - איז ער אני חומה, ושדי כמגדלות די דורות גייען ווייטער כיוצא בו - שטייט אין מדרש (ב"ר לט, ג) חנני' מישאל ועזריה, אז מ'זעט די כוחות הקדושה און די מנהיגים מיט א פעסטקייט און שטארקייט גיבט דאס א כח פאר די אלע מקבלים זאלן קענען ווייטער פירן.

ממילא געבן מיר א שבח והודאה אויפן עבר, און מיר בעטן מצלאין אנו לחיי דמר - דער רב זאל האבן כח און געזונט און נחת, און קענען ווייטער שטיין על משמרתו בקודש, און דער רב זאל האבן סייעתא דשמיא און געבענטשטע לעכטיגע יארן, און קענען ווייטער ממשיך זיין און בעטן און אויסבעטן פאר אונז אלע, ווייל אלע כוחות פון מנהיגים און צדיקים וואס בעטן - דורך זייער כח קען מען ווייטער ממשיך זיין, סיי די הנהגה זאל מען קענען גיין ווייטער, און סיי די תפלות זאלן נתקבל ווערן, און סיי ממתיק זיין די אלע דינים וואס אידן דארפן דאך אזויפיל רחמי שמים אין יעדן פרט און פרט.

זאל דער אויבערשטער העלפן ס'זאל זיין המתקת הדינים, און דער רב צוזאמען מיט בי"ד שליט"א זאלן זוכה זיין צו הצלחה און ברכה און סייעתא דשמיא, און אלע ערליכע אידן זאלן קענען צוזאמען מקבל זיין פני משיח צדקנו בב"א.



כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א

מ'דארף דערמאנען - ב"ה מ'פילט די גרעסטע ידידות צווישן דעם הייליגן ציבור דא מיט די עדה החרדית און דעם בי"ד, ס'איז א פלא אז אנדערע פארשטייען עפעס אנדערש - ס'איז א טעות, דער קהל הקדוש הזה מיט'ן רבי'ן בראש שטייען בקשר אחד מיט די עדה החרדית און מיטן בי"ד - מיט די רבנות פון די עדה החרדית, אויב אנדערע פארשטייען אנדערש איז דאס א גרויסער טעות, ס'איז נישטא נאך אזעלכע גוטע פריינד צו די עדה החרדית ווי דער קהל הקודש הזה - תולדות אהרן.

זאל דער אויבערשטער העלפן מ'זאל ווייטער קענען צוזאמען מקדש זיין שם שמים כדעת תורה אין אלע ענינים בכל פרטי' ודקדוקי', מיט אלעמען צוזאמען ביז משיח'ס טאג בב"א.

ס'איז נישטא קיין חילוקי דעות - ס'איז נישטא קיין חילוקי הנהגה - ס'איז א גרויסער טעות, דער אויבערשטער זאל העלפן מ'זאל ווייטער צוזאמען קענען מקדש זיין שם שמים עד ביאת גוא"צ בב"א.

מיסטער מענטש » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 8:26 pm

· #165278
קעניינע הארע

כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א

מ'דארף דערמאנען - ב"ה מ'פילט די גרעסטע ידידות צווישן דעם הייליגן ציבור דא מיט די עדה החרדית און דעם בי"ד, ס'איז א פלא אז אנדערע פארשטייען עפעס אנדערש - ס'איז א טעות, דער קהל הקדוש הזה מיט'ן רבי'ן בראש שטייען בקשר אחד מיט די עדה החרדית און מיטן בי"ד - מיט די רבנות פון די עדה החרדית, אויב אנדערע פארשטייען אנדערש איז דאס א גרויסער טעות, ס'איז נישטא נאך אזעלכע גוטע פריינד צו די עדה החרדית ווי דער קהל הקודש הזה - תולדות אהרן.

כמעט די זעלבע האט די גאב"ד געזאגט פארן קלויזנבארגער לעצטע זומער 😂

וואס גייט פאר מיט אים? 🙄

מיסטער מענטש » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 8:28 pm

· #165280
קעניינע הארע

האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א

ממילא געבן מיר א שבח והודאה אויפן עבר, און מיר בעטן מצלאין אנו לחיי דמר - דער רב זאל האבן כח און געזונט און נחת, און קענען ווייטער שטיין על משמרתו בקודש, און דער רב זאל האבן סייעתא דשמיא און געבענטשטע לעכטיגע יארן, און קענען ווייטער ממשיך זיין און בעטן און אויסבעטן פאר אונז אלע, ווייל אלע כוחות פון מנהיגים און צדיקים וואס בעטן - דורך זייער כח קען מען ווייטער ממשיך זיין, סיי די הנהגה זאל מען קענען גיין ווייטער, און סיי די תפלות זאלן נתקבל ווערן, און סיי ממתיק זיין די אלע דינים וואס אידן דארפן דאך אזויפיל רחמי שמים אין יעדן פרט און פרט.


ווער עס קען דא טרעפן די ליגנטס פון נאר,,פריילעך באקומט צוויי לאלי פאפאס לכבוד חנוכה

נאר,,פרייליך

נעכטן איז צום ערשטן מאל אפגעהאלטען געווארען בחצר תולדות אהרן א סעודת כ''א כסליו ווי דער אדמו''ר האט מוחה געווען איבער די חפירות

נאר,,פרייליך

הגה'ק רבי דוד מתולדות אהרן האט געהאלטען און איין רעדן ביים סעודה מוצ''ש איינמאל און נאכאמאל אז דער 'אויסשליסליכער מנהיג' איז דער גאב''ד וועמען האט ער געמיינט לאפוקי?

קעניינע הארע » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 11:44 am

· #167650
פון די תולדות אהרן אויסגאבע
📎 IMG_4600.jpg
בלאט: 1 2 3