☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » אשכול אן א טיטל #5142

אשכול אן א טיטל #5142

248 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5142
בלאט: 1 2 3 4 5

petergrifin » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 8:33 pm

· #226035
הדד בן בדד
נו, גארנישט? האט נישט מחנובקא דא אפילו איין דעפוטאט?


זײ האבן יא אײנעם, אבער יענער האט מורא פון @איך אויך.

לעמיל » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:04 pm

· #226196
די נייע בית המדרש וועט ווערען אויפגעבויט אקעגין איבער די יעצטיגע שיל
די הנחת אבן הפינה איז פארגעקומען כא אב
ווי געווענטליך מאכט בעלזא ירושלים זיכער אז עס זאל נישט זיין און ערגעץ קיין בילדער ווייל מ'וועט זעין אז עס דא דארט מער ווי 10 מענטשען
וואס נאך ווילסטו וויסען?

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג אפריל 7, 2015 4:19 pm

· #264585
קען איינער קאנפימירן אויף שמועות וואס קורסירן ארום אז דער בעלזער רבינ'ס אייניקלעך שלומקע אין אויך דער איידעם פין אהרן מרדכי מיטן נאמן ספרין זענען היינט געוועהן ביי דער מאכנובקער רבי'ן אויף א באזוך
אויב יא וואס איז פשט???........

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך אפריל 8, 2015 9:52 pm

· #264983
פריער באקומען אין אימעיל אז דער מאכניבקער רבי'ס דריי קינדער ר' בערל ר' יוסף מאיר ר' אהרן אין א איידעם מאסטקאוויטש א זוהן פין דער מעליצער איז געוועהן היינט ביי די בעלזער רבי איבער צוויי שעה פארשפארט
אין דערנאך געגאנגען באזוכן דער בעלזער שוהל ......

סמבטיון » זונטאג אפריל 12, 2015 11:57 am

· #265357
ווי לאנג אליש ענגלענדער לעבט, וועט קיין שלום צווישן בעלזא אין מאכנאווקע נישט זיין, נישט שמעון וואלף איז דער אפהאלט נאר אליש איז דער מעכב.

שמעון וואלף » זונטאג אפריל 12, 2015 10:09 pm

· #265498
פארוואס זעהט מען טאקע נישט שמעון וואלף אויף די בילדער? אמת, ער האלט נישט מיט אלע באזיכן פון יעדע בנשק'ל אבער ביי אזא היסטארישע באזיך וואלט ער געדארפט זיין. קוקט אויס אז יש דברים בגו און ער שטיצט עס נישט.

סמבטיון » מאנטאג אפריל 13, 2015 4:51 pm

· #265688
לית מאן דפליג אז שמעון וואלף איז קעגן א שלום צווישן די צוויי הויפן, אבער בעלזער רב קאן זיך אן עצה געבן מיט שמעון וואלף, שמעון וואלף איז נישט משה גבאי, און אנדערע ווערטער, בעלזער רב טוהט נישט וואס שמעון וואלף הייסט, אליש איז דער מעכב 100 פראצענט. אליש סטראשעט כסדר מחנאווקע אז אויב דער שלום גייט דארך, סטאפט ער די טשעקלעך. אין דאס איז דער הויפט פראבלעם.

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג אפריל 13, 2015 8:42 pm

· #265752
דער באזוך פין די בעלזער רבי'נס אייניקלעך ביי די מאכנובקא רבי שליט''א
📎 מאכנובקא.jpg 📎 מאכנובקא 3.jpg 📎 מאכנובקא 2.jpg

משולם שטיינפעלד » מאנטאג אפריל 13, 2015 10:59 pm

· #265802
פארוואס איז שמעון וואלף קעגן דעם שלום?

הדד בן בדד » מאנטאג אפריל 13, 2015 11:13 pm

· #265808
סמבטיון, האק ווייניגער אין קאפ אריין. קען זיין דו האסט נישט ליב דעם מציאות, אבער עס טוישט זיך נישט צוליב דעם.

דער מחנובקא'ער איז געווען ביי אהרן מרדכי'ס חתונה, ער לויפט כסדר נאך פאר שלום, ער איז געקומען לאדענען צו זיין אינגסטע טאכטער'ס חתונה, וכו' וגו'. אזוי טוט ער כסדר.

פארקערט האט נאך נישט פאסירט. יעצט צום ערשטן מאל האט פאסירט אז די אייניקלעך זענען געגאנגען.

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג אפריל 13, 2015 11:16 pm

· #265809
הדד בן בדד
סמבטיון, האק ווייניגער אין קאפ אריין. קען זיין דו האסט נישט ליב דעם מציאות, אבער עס טוישט זיך נישט צוליב דעם.

דער מחנובקא'ער איז געווען ביי אהרן מרדכי'ס חתונה, ער לויפט כסדר נאך פאר שלום, ער איז געקומען לאדענען צו זיין אינגסטע טאכטער'ס חתונה, וכו' וגו'. אזוי טוט ער כסדר.

פארקערט האט נאך נישט פאסירט. יעצט צום ערשטן מאל האט פאסירט אז די אייניקלעך זענען געגאנגען.


חחחחח
ביי אהרן מרדכי חתונה איז נאך נישט געוועהן דער מחלוקת ערשט תשנ''ה האט אויסגעבראכן דער וועלט מלחמה ממילא ברענג נישט קיין פין דעמאלס

אין סתם אזוי האק אויך נישט אין דער טשייניק ער איז נישט אלעמאל נאכגעלאפן דער שלו' ...........

סמבטיון » דינסטאג אפריל 14, 2015 12:05 am

· #265822
קודם ברואיגט אייך מיסטער הדד, לאמיר רעדן ווי נארמאלע מענטשן, איך האק קיינעם נישט אין קאפ, און אויב פילט איהר זיך געטראפן פון מיינע תגובות שפאציר צו א צווייטן אשכול.

ווי התם האט שוין גענטפערט, די מחלוקה האט אויסגעפלאצט תשנ"ה און די חתונה איז געוועהן נ"ג, סא פאר די שיסט צוריק, מאך דיין היים ארבעט אביסעל בעסער. יעצט אזוי, בעלזער רב זוכט זיך צו לעבן גוט מיט איהם פאר א לאנגע צייט שוין, בעלזער רב האט זיך איבערגעבעטן/געטראפן/געבראכן די נתק, מיט ר' אהרן פון סאקמער,תולדות אברהם יצחק, קרעטשנעף, תולדות אהרן איז אויפן וועג, אנאנים, קאלובער - וויליאמסבורג, ועוד ועוד, מיט נאך אפאר שיינע חותמים אויפן חרם, סא בעלזער רב וויל שלום מיטן מאכניווקער. צו די ווילסט יא צו נישט.

א איד » דינסטאג אפריל 14, 2015 1:33 pm

· #265942
געהערט פון איינעם לעטענס, דער בעלזער האט געזאגט אין די אינגע יארן האט ער געארבעט אויף מדת האמת, און יעצט ארבעט ער אויף מדת השלום.

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג אפריל 14, 2015 1:49 pm

· #265948
א איד
געהערט פון איינעם לעטענס, דער בעלזער האט געזאגט אין די אינגע יארן האט ער געארבעט אויף מדת האמת, און יעצט ארבעט ער אויף מדת השלום.


עס איז אפשר א גוט ווארט אבער ער האט דאס נישט געזאגט

א איד » דינסטאג אפריל 14, 2015 1:59 pm

· #265951
כהאב נישט געטראכט אויף א מינוט אז יא

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג אפריל 14, 2015 3:44 pm

· #265975
[ציטאט אראפגענומען]


כבר הקדמתי לך
קוק אין די פריעדיגער עמוד

אן דער שמוציגער וואטערמארקס.....

זייגער » דינסטאג אפריל 14, 2015 4:34 pm

· #265994
[ציטאט אראפגענומען]


איך ווייס נישט אויב ער האט געצילט אויף דעם, אבער סייוויי, האט זיך עס איינגעגעבן פיל מער ווי סאטמאר. ער האט גענומען די עשה טוב פון סאטמאר, און עס פילפאכיג פארברייטערט.

לדוגמא, דיינים. ער האט אויפגעשטעלט א סיסטעם ווי סיי ווער עס האלט דערביי, נישט קיין נפ'מ צו ער קומט פון א שיינע משפחה, צו ער קומט פון א צוגעקומענע בעלזע משפחה, קען לערנען און ווערן א דיין. איך קען עטליכע פון זיי, פון עטליכע מקומות איבערן וועלט, און איך שטוין ווי אזוי ער האט דאס באוויזן.

די דיינים זענען באהאווענט אין רוב מקצועות התורה, און טייל קענען ממש כל התורה כולה, און אונז ווייסמיר אפילו נישט. זיי דינען ערליך זייער פאסטן, און נוצן עס נישט אויס אראפצורייסן אנדערע. נעמטס למשל אזא איד ווי הרב אשר אנשיל עקשטיין. זיין הכשר איז אנגענומען ביי אלע ערליכע אידן, און יעדער קען מיטהאלטן ווי ער גייט אריין אין די געשעפטן וואס זענען אונטער זיין השגחה, און ער קוקט אלעס איבער, און ווען עס געפעלט אים נישט עפעס, מאכט ער זיכער אז מען פאררעכט אויפן ארט, בשעת ער ווארט.

אזוי קען מען אנווייזן אויף יעדער בעלזע דיין באזונדער, ווי ערנסט און ערליך זיי זענען. דער אין חושן משפט, דער מיט יורה דעה וכו' וכו'.

דאס איז בלויז איין דוגמא וואס די בעלזע רבי האט אויפגעטון.

די אלע וואס האבן טענות און מאכן חוזק, איז עס פשוט משום קנאה ושנאה. דער בעלזע רבי האט איבערגענומען די כתר המלוכה, און ער האט עס אנגענומען אזויווי מען דארף. זיין תפקיד איז געווען אויפצובויען בעלז, אזוי ווי אלע רבי'ס האבן געטון 20 יאר פריער. די אלע חסידות'ע קענען אפשר נישט אראפשלינגען די פאקט, אז ער האט אנגעהויבן שפעטער, און ער שטייט שענער ווי רוב אנדערע, אבער דאס איז די פאקט.

עס איז נאך דא אסאך צו שרייבן, ועוד חזון למועד.

שמעון וואלף » דינסטאג אפריל 14, 2015 11:04 pm

· #266103
-

זייגער » דינסטאג אפריל 14, 2015 11:18 pm

· #266111
-

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג מאי 19, 2015 8:24 pm

· #277023
מאכנובקא רבי מיט אהרן מרדכי ביי א שמחה אין מאקאווע
📎 מאכנובקא.PNG

איש את רעהו » דינסטאג מאי 26, 2015 11:51 am

· #278151
שלום שלום צווישען חסידים.....
@איך אויך איז עס סתם שמועות פורחות? אדער עס איז טאקע שוין שלום לחלוטין

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג מאי 26, 2015 2:00 pm

· #278192
וואס שטייט דארט איך קען נישט עפענען

איש את רעהו » דינסטאג מאי 26, 2015 3:12 pm

· #278228
התם ומתמם עם תמימים
וואס שטייט דארט איך קען נישט עפענען

די מאכנובקא רבי און רבי י''ד פון בעלזא גייען איין אויף ''שלום''

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג מאי 26, 2015 4:08 pm

· #278251
איש את רעהו
התם ומתמם עם תמימים
וואס שטייט דארט איך קען נישט עפענען

די מאכנובקא רבי און רבי י''ד פון בעלזא גייען איין אויף ''שלום''


שוין א אלטער זאך זייט פסח וואס איז יעצט מער

אויליגער » מיטוואך מאי 27, 2015 4:22 pm

· #278538
שלום שלום צווישען יודען
📎 IMG-20150527-WA0046.jpg 📎 IMG-20150527-WA0044.jpg 📎 IMG-20150527-WA0043.jpg 📎 IMG-20150527-WA0042.jpg

פלעין יודיש » מיטוואך מאי 27, 2015 4:45 pm

· #278552
שלום וועט זיין ווען אליש וועט זיך טרעפן מיט שמעון וואלף קליין. פינטעל

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך מאי 27, 2015 5:51 pm

· #278574
פלעין יודיש
שלום וועט זיין ווען אליש וועט זיך טרעפן מיט שמעון וואלף קליין. פינטעל


בדרך הטבע וועט דאס נישט געשעהן אחוץ טאמער סאיז למעלה מן הטבע

אויליגער » דאנערשטאג מאי 28, 2015 11:49 am

· #278712
התם ומתמם עם תמימים
פלעין יודיש
שלום וועט זיין ווען אליש וועט זיך טרעפן מיט שמעון וואלף קליין. פינטעל


בדרך הטבע וועט דאס נישט געשעהן אחוץ טאמער סאיז למעלה מן הטבע

אויב שמעון וואלף קליין איז באמת א געטרייע גבאי וואס מיינט די כבוד פון בעלזע רב און נישט זיין אייגענע כבוד וועט עס געשעהן גאר בקרוב
(אזוי ווי משה גבאי עם בני יואל)

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 28, 2015 12:50 pm

· #278725
ווער דארף דען שלום צווישען די רבי'ס? לכתחלה איז דאס טרעפען צווישען די אייניקלאך, נאך דעם די קינדער, דערנאך די רבי'ס אליינ'ס, ביז צום שפיץ - אליש מיט שמעון וואלף!

פלעין יודיש » זונטאג מאי 31, 2015 6:28 pm

· #279386
דער בעלזא בעט דאך נעבעך אזוי שיין... 😳 😳

שמעון וואלף » זונטאג מאי 31, 2015 6:51 pm

· #279396
געפעלט מיר ווי די בעלי מחלוקת ווערן גאר די וואס ווילן שלום. אנטשולדיגט, אבער טאמער בעלז וויל עכט שלום זאל דער בעלזער רב אויפהייבן די טעלעפאן און זאגן פאר'ן מאחנובקער אז ער קען זיך רופן וויאזוי ער וויל און ער האט גארנישט קעגן אים. דעטס אלל.

איז ער אבער נישט גרייט אויף דעם. ער וויל סך הכל אז די צווייטער זאל מוותר זיין און ער זאל גאר הייסן דער איש השלום. ס'גייט נישט אזוי. און אפילו נאכדעם וואס ס'וועט ווערן שלום וועט בעלז נאכאלץ געדענקט ווערן אלץ די וואס האבן אנגעמאכט מחלוקת אויף א נארישע נאמען. ווען די באבוב'ע האבן זיך משוגע געמאכט איבער'ן נאמען האט יעדער געלאכט פון זיי אינקלודינג בעלז. איי עטץ טוטס דאך די זעלבע? תיקו

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 31, 2015 6:57 pm

· #279402
א שלום איז דען מעגליך? וואס פארא אן אידענטיטעט האט בעלזא-מאכנובקא ווען זיי לעבען בשלום מיט בעלזא-בילגורייא?

שמעון וואלף » זונטאג מאי 31, 2015 7:05 pm

· #279405
ווער ס'ווייסט אבער אביסול די סיסטעם אין בעלז, פארשטייט פארוואס זיי מאכן אזא עסק פון די נאמען. די בעלזע פרעדיגן זייער אמונה אין די רבי אויף א כיטערע אופן, און זיי האבן טאקע מצליח געווען. למשל, אנשטאטס רעדן פון די רב'ס קדושה, וועט מען ארומפאמפן איבער די רעביצין. דער עולם גולם ווערט פארגלייבט אין איר, און מ'טראכט מיטאמאל איבער די גדלות פון רב ווייל מה דאך די רעביצין איז אזוי גרויס מוז דאך זיין אז די רב איז זיכער סאך גרעסער.

די זעלבע ניצן זיי די נאמען בעלז, צו פראפאגאנדירן זייער רב, אזוי אומדירעקט. די טיפשות'דיגע מושג פון "כבוד בית בעלז" וכדומה, וואס יעדע יונגל און בחור'ל איז באקאנט דערמיט, ווי מ'רעדט גארנישט וועגן די מדריגות פון די רב נאר וועגן די נאמען. און אז מ'דארף האלטן הייליג די נאמען, איז דאך אויטאמאטיש די רב הייליג ווייל ער טראגט דאך די נאמען בעלז.

כ'האב אמאל געהערט א דרשה פונ'ם בעלזער רב ווי ער זאגט פאר זיינע חסידים אז זיי דארפן זיך לערנען פון די אמאליגע יושבים די דביקות וואס זיי האבן געהאט אין בעלז. נישט דביקת הבורא, נישט דביקות אין די תורה, נישט דביקות אין צדיקים נאר דביקות אין "בעלז". לפי זה פארשטייט מען זייער גוט וואס קרענקט זיי אזוי אז זיי און נאר זיי זאלן טראגן די נאמען.

הדד בן בדד » מאנטאג יוני 1, 2015 1:29 am

· #279484
די ארטיקל אויפן פריערדיגן בלאט איז איין שטיק ליצנות. דער בעלזא'ר פון ירושלים האט גאר געטרייט אלע יארן און אויסגעשטרעקט דעם האנט פאר שלום אבער דער קאזין פון בני ברק האט נישט געוואלט. נישט דא ווער זאל לאכן. וואט א דשאוק.

עס איז געווען אלימות צווישן די זייטן. הערסט, נעכטן אין בית מדרש איז געגאנגען פעטש צווישן מיר און יאנקל. אוודאי, איך האב געפראסקעט יאנקל'ען איז געגאנגען פעטש צווישן אונז...

האלא, ווילסט תשובה טאן און ווערן וואויל, אויף די עלטערע יארן טרייעסטו צו ווערן אן איש השלום, פיין און וואויל, עס איז קיינמאל נישט צו שפעט. אבער איבערצושרייבן היסטאריע, דאס איז שוין טאקע נאר לכבוד בית בעלז.

אויליגער » מאנטאג יוני 1, 2015 8:51 am

· #279500
יעצט באקומען פונעם אלעמען באקאנטע ק/פ אז שמעון וואלף קליין איז יעצט געגאנגען באזוכען אדמו"ר ממאכנובקא

פלעין יודיש » דינסטאג יוני 2, 2015 7:22 am

· #279787
📎 1.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 2, 2015 7:52 am

· #279789
וואס אביסל איבעריגע צייט און א קאמפיוטע"ר סירט"ש קען אלס אויפטוהן!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 2, 2015 9:48 am

· #279815
ווי קומט מוהר''א דא אריין? וואס האט ער געטוהן מחמת נימוס??
אחוץ דעם אז ער איז צדיק הדור און פיהרט אן אלס אין דער וועלט מיט זיין דערהויבענער עבודה, 'שטייט זיך?

שושן פורים » דינסטאג יוני 2, 2015 6:24 pm

· #279957
.
IMG-20150602-WA0031.jpg

ירא שמים » מיטוואך יולי 1, 2015 6:24 pm

· #286551

הדד בן בדד » זונטאג אוגוסט 9, 2015 7:34 pm

· #294684
אן אינטערעסאנטע זאך זעה איך. כאטש אפיציעל איז שוין געווארן שלום צווישן די צוויי און דער בעלזער פון ירושלים איז שוין געקומען אויף א באזוך ביים קאזין פון ב"ב, דאך, יעצט ביים יארצייט פון הרה"ק מהר"א מ'בעלזא, האבן אלע פיקטשער סייטס און אימעילס פיקטשערס פון יארצייט סעודות איבער די גאנצע וועלט, ביי ר' מעדעלע פון וויזניץ, מיים תולדות אהרן רבי, אין סאטמאר בית מדרש אין לאנדאן, ביים ערלויער רב, אלעס האבן זיי. נאר פון דעם בעלזא מחנובקער רבי'ן איז נישט דא קיין איין פיקטשער.

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג אוגוסט 9, 2015 8:28 pm

· #294690
זעהר פשוט ווייל ביי זיי מאכט מען נישט קיין פיקטשערס אין שיקן נישט צו בעלז מפרסם זיין

זיי זענען צופרידן אזוי
אבער דאס איז זיכער אז ווען מען שיקט ווען פיקטשערס צו די בעלזער וואלטן זיי עס מפרסם געוועהן

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:34 pm

· #301566
בעלזער טוויטער נייעס צייצ/ה בטוויטר: "השלום ממשיך: כ"ק מרן האדמו”ר שליט"א היתקשר לפני כמה דקות לאדמו”ר מחנובקא שליט"א שאל בשלומו וברכו בברכת השנים"


בחצר הקודש » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 1:17 pm

· #306385
ברוך הבא,
📎 IMG-20151025-WA0016.jpg

דולה ומשקה » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:58 pm

· #306435
מפי השמועה, אז די בעלזא בחורים פון ברוקלין וועלן אנטייל נעמען אינעם שבת לכבודו פון דעם גרויסן אורח, ווי אויך דייני ומו"ץ דקהלת בעלזא ב.פ.

בחצר הקודש » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 3:17 pm

· #306448
פארוואס דען נישט, סאיז דאך שון שלום ושלוה ,
אזוי וועט כאטש זיין מנין

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:26 pm

· #306504
.

בחצר הקודש » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:48 pm

· #306505
אצל רבו וידידו האדמו"ר מסקווריא שליט"א
📎 IMG-20151027-WA0037.jpg

בחצר הקודש » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:55 pm

· #306507
מסיבות לחיים בבית מדרשו רחוב קיעפ בעיר ווילאמסבורג
📎 IMG-20151026-WA0022.jpg

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 8:35 pm

· #306515
.
בלאט: 1 2 3 4 5