☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » א מעשה מיט $80 - זאל איך גיין צו די פאליציי?

א מעשה מיט $80 - זאל איך גיין צו די פאליציי?

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5119
בלאט: 1 2

קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 5:24 pm

· #160484
זאג 80 מאל קדיש.

קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 5:32 pm

· #160487
יא
יענער פלעגט זיך דרייען אין בארא פארק פאר א תקופה.

היימישער ליטוואק » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 5:33 pm

· #160488
שלום עליכם ש"ז.
דער לייק (דוכט זיך דיין ערשטער!) באקומסטו אלס אויסדרוק פון רחמנות. (נאר מיין טאטע איז א ליטוואק, מיין מוטער איז א היימישע. האב איך אביסל מיטגעפיהל אויך...).
איך מיין אז דו דארפסט טוישן דעם טון וואס דו זאגסט אים. סטראשע אים נישט, זאג אים אז דו מוזט אויסגפונען ווער ער איז דערפאר וועסטו קודם גיין צן קאמיוניטי סייטס און פוסטן זיין פיקטשיר אזוי ארום אויסגעפונן ווער ער איז באמת.
דאס מיין איך וועט זיין אסאך מער ווירקזאם ווי גיין צו פאליציי אדער סטראשען צו גיין.

בד"וו, וואס איז דיין אנדערע ניק?

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 5:44 pm

· #160494
איך האב אויך געטראכט דאס זעלביגע.
זאג אים אז דו גייסט לייגן זיין בילד אין אלע היימישע אויסגאבעס - אן א פארדעקטן פנים - און מגלה פרצופו זיין ברבים אז דער עולם זאל וויסן זיך אכטונג צו געבן.

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 6:29 pm

· #160502
דיין מעשה דערמאנט מיך פון די מעשה איך האב געהאט.
<a class="postlink" href="/post/143134">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 34#p143134</a>

אליצפן » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 7:05 pm

· #160510
איך האלט אז ס'איז זייער מעגליך ער איז נישט קיין שווינדלער, נאר ענדערש א נעבעכ'דיגע ארימע איד וואס קען נעבעך נישט אויסקראצן קיין 80 דאלאר דיך צו באצאלן.

בכלל ווייס איך נישט צו גיין צו דער פאליציי וועט אסאך אויפטון, זיי וועלן לכאורה גארנישט טון דערוועגן. אויסער עפענען א פייל און עס לייגן אונטער אלע ריפארטס פון מערדערייען, קידנעפינגס און רעיפס.
ענדערש טוה וואס דער עולם האט דא גע'עצה'ט, סטראשע אים מיט גילוי אויף א מאסיווע פארנעם.

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 7:10 pm

· #160512
יענער (אדער א צווייטער ענליכער גנב) גייט שוין אן יארן ,מיר האט ער באשווינדעלט מיט א צוואנציגער א גוטע פאר יאר צוריק.

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 7:20 pm

· #160522
איך האב עם געזעהן מיט יארן צוריק פונקט ווי דיר אין איילענישט פרייטיג נאכמיטאג נאכן אפזיצן מיט א קרוב אין שפיטאל אין מאנהעטן ,דארט איז געווען די מעשה אז ער דארף אנקומען אהיים צו לאנג איילענד. מיין טאטע האט מיר דעמאלטס געזאגט אז יענער באשווינדעלט שוין אזוי אסאך מענטשן וועכענטליך.

איך קען דיר נישט גאראנטירן אז איך גיי עם דערקענן אבער עס שאדט נישט צו פראבירען. דאס איז אמאל זיכער אז דו גייסט קיינמאל נישט צוריקזעהן דיין 80 טאלער.

גאלד » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 7:40 pm

· #160530
גם אני בחלומי, פאריאר זומער, אויך ערב שבת סמוך לכניסת שבת, זיץ איך מיר געמיטלעך אין מיין קאר פאר א לייט, דאכצעך ס'געווען ביי 18'טע עוו. און קאני-איילענד עוו, סדא דארט א געז סטעישן, פלוצליג קלאפט א אידישער מענטש אויף די טיר פון מיין קאר, און נעמט זיך וויינען בתחתנונים, אז זיין קאר שטייט דא סטאק, ער ווייזט מיר אן אויף א אלטע גרינע זשעלאפע וואסי דארט געשטאנען אויסגעלאשסן פאר א געז פאמפ, ער מוז אהיימפארן אויף שבת קיין פילעדעלפיע, ואין בידו לפורטה אפי' שוה פרוטה, פאר א מינוט האב איך געקלערט אפשר איז ער טאקע א איד בעת צרה, וויזוי קען איך דען זאגן ניין, איך הייב איהם צו געבן אלע סארט אפפערס נאר נישט געלט, אבער אלס האט ער געהאט א אויסרייד אז ער מוז דייקא קעש $100, אזוי ווי ער זעהט ווי איך קווענקל, פארציילט ער מיר אז זיין ווייב זיצט אליין אינדערהיים אין פילעדעלפיע מיט פיצלעך קינדער, זי שוואנגערט צווילינגס און זי איז ממש due עני מינוט, דא האב איך קלאר געזען אז דער מענטש אז א פאלנער שוואונדלער, איך זאג איימסארי איי קענט העלפ יו גוט שבת,

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 7:46 pm

· #160535
יא די מעשה מיט די קאר אין די טאו-פאונד האב איך שוין געהערט פון אנדערע אויך.

אויב דאס איז דיין ציל בין איך דיר מתיר צו שטעלן זיין בילד בלי שום פקפוק.

גרוש » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 7:49 pm

· #160537
לייג ארויס זיין בילד, זאל יעדר וויסן פון וועם זיך צו וואטשען

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 7:53 pm

· #160539
וואס פאלט דיר איין ער האט דיר געגעבן זיין ריכטיגע אדרעס?

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 8:13 pm

· #160545
שלום_זכר
א דאנק פאר די רעאקציעס.

עס קוקט אויס אז דער עולם איז דערווייל איינשטימיג אז ער איז א שווינדלער. זעט איינער א צד אז אפשר איז ער נישט קיין שווינדלער?
די סברא אז ער איז נישט קיין שווינדלער איז בעיקר די צוויי פראגעס:
1) פארוואס האט ער מיר געגעבן זיין עכטן טעלעפאן נומער.
2) פארוואס זאל א שווינדלער מסכים זיין זיך צו לאזן פאטאגראפירן פאר נארישע $80?


א שווינדלער און א חכם שטייט נישט אלעמאל איין אין דעם זעלבן שטאל.

בעל הבית » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 8:23 pm

· #160547
קיין גרוסע גביר איז ער זיכער נישט, אין א איד איז ער דאך,

אפשר דארף מען עם לאזן מאכן פרנסה בכבוד

אליצפן » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 8:56 pm

· #160556
אויב איז ער א שווינדלער, האט ער האט דיר מסתמא געגעבן א גוגל וואיס נומבער אדער אן אנדערע פרייע נאמבער פון עפעס א עפפ וואס לאזט רופן פאר בחנם. נישטא קיין וועג צו נאך גיין א נאמען פון דארט.

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 8:57 pm

· #160557
וועלכע פארט פון זיין סקעם איז בכבוד?

פאריז » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 9:03 pm

· #160560
איך פארשטיי דיר נישט. ממה נפשך.. אדער האט ער געמאכט דאס גענאר פון דיר, אדער איז איז ער באמת א ארעמאן וואס איז נויט און דאס איז געווען זיין איינציגע אויסוועג,
אזוי צו אזוי פירט מען זיך ביי אונז אז אויף אזעלכע מעשות מאכט מען א שווייג מען זאגט דריי מאל והוא רחום יכפר און מען האפט אז עס זאל אויסגיין אויף דעם.

איז די רעדע טאקע נאר פון $80? אדער עס איז געווען $800 און די שעמסט זיך אז ביסט געפאלען א קרבן?

גאלד » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 9:40 pm

· #160569
א ארעמאן איז ער לכאורה זיכער, מסתמא א דראגי וואס ניצט לכאורה דאס געלט פאר כדי חיונה, כ'גלייב שווער ער איז א בערני מעדאף שווינדלער, וואס ניצט די געלט צו זיצן אויפן ביטש אין פלארידע,

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 9:48 pm

· #160570
גאו זכר גאו.

פאריז » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 9:49 pm

· #160572
שלום_זכר
אויב איז ער א גנב בין איך טאקע געפאלן א קרבן צו אים, אבער ער האט אנגעטראפן דעם נישט-ריכטיגן מענטש. ווייל איך וועל נישט שטיל בלייבן,


גראדע זעט עס מיר אויס אז ער האט יא געטראפען דעם ריכטיגען מענטש, ער האט באקימען $80 דאלער... און ביסט הילפלאז דערקעגן.

גיב אכטונג בשעת די טרייסט דיין בעסט אז ער זאל דיר נישט קענענן אנקלאגען אויף הארעסמענט.

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 11:12 pm

· #160595

איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 11:21 pm

· #160598
איך האלט זאלסט גיין צו די פאליציי, פשוט זאלסט אויסגעפינען אז זיי וועלען און קענען גארנישט טוהן פאר דיר.

וויש עס אפ, און גיי ווייטער, לכל היותר קענסטו ארויסגעבען דא דער פיקטשער, וועסטו העלפען די ליינערס דא אויף ק"ש, אז זיי זאלען אים נישט געבען קיין געלט.

ובאותו ענין, אין בארא פארק, דרייט זיך ארום א אינגערמאן מיט א קליין געשניצט בערדעל, אמאהל גייט ער מיט זיין ווייב אויך, און בעט מענטשען פאר קליינע הלוואות, ווייל ער מוז עס האבען פאר זיין ווייב, אז נישט איז זיין שלום בית אין געפאר. איך אליין האב אים שוין אמאהל געבארגט א פיפציגער, און זייט דעמאלס ווען ער בעט מיר פאר נאך, דערמאן איך אים אז ער איז מיר שולדיג א פיפציגער.

איז דער וואס וויל אים העלפען זאל אים געבען וויפיל ער וויל אדער קען, אבער על זאל וויסען אז עס איז נישט קיין הלוואה נאר א נתינה.

פאריז » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 11:56 pm

· #160607
איחוד פעלד
איך האלט זאלסט גיין צו די פאליציי, פשוט זאלסט אויסגעפינען אז זיי וועלען און קענען גארנישט טוהן פאר דיר.


צו די פאליציי האט ער זיכער נישט וואס צו גיין, וויבאלד זיי זענענן נישט קיין קאלעקשען עידשענסי פאר נישט באצאלטע הלוואת, אויב עפעס זאל ער יענעם ריפען אין קארט, אדער צו די״ת אויב יענער איז א איד.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 12:39 am

· #160615
און אפשר נעם אראפ דעם שלייער פון געזיכט ?

רויטע וואנצעס » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 12:39 am

· #160616
(איך שטעל עס דא ארויף מיט א צוגעדעקטן פנים.)
ביטע דעק אויף דעם גרויליגן פרצוף, למען טובת הציבור.

היימישער ליטוואק » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 12:44 am

· #160618
שיק אים א לינק צו דעם אשכול...
גבאים גרייט אייך פאר א נייער ניק, מיט די נומערן 80 אדער 90 ביים ענדע...

George » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 2:53 am

· #160629
@שלום_זכר

ווי ס'שיינט האט ער דיך ליידער גוט מסדר געווען, און ווי טייל האבן שוין געקאמענט דא, האסטו גארנישט פון גיין צו קיין פאליציי, זיי גייען דיך אפילו נישט אויסהערן, כידוע.

איך מיין אז די איינציגסטע אפציע וואס איז געבליבן אויפן טיש איז צו פארעפענטליכן א בילד פונעם פרצף זיינעם אולי ואולי העט ער כאפן די מעסעדזש אז ער שפילט זיך מיט פייער...

בלייבט נאר איבער צו וואונטשען: ה' ימלא חסרונך כפל כפלים נאך דעי צער און עגמת נפש.

נו, אהער מיטן בילד

ונבנתה העיר » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 3:14 am

· #160630
George איז curious?...

יושר » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 5:49 am

· #160631
דאס אז נאך איינער האט געהאט די זעלבע געשיכטע מיט אים מיינט נאכנישט אז ס'איז די רעדע פון א געניטער שווינדלער וואס לעבט באמת א געשמאקע לעבן, און זוכט בלויז צו ראבעווען געלט פון אומשולדיגע מענטשן. קען גאר זיין אז ער איז באמת א מיטגעמאכטער מענטש און גייט דורך גאר שווערע צייטן, און ער ווייסט פשוט נישט וואו זיך צו קערן, דעריבער האלט ער און איין בעטן געלט פון מענטשן, און הונטער זיין געוויסן האפט ער אז ער וועט עס א צייט שפעטער באצאלן, אבער אין פאקט נעבעך קען ער עס נישט באצאלן און ער האפט אז יענער וועט אים מוחל זיין.

דאס קען טאקע אנגערופן ווערן א שווינדעל, אבער ס'מוז נישט זיין אז ער האט פשוט בייזע געדאנקן, און זוכט צו בארויבן מענטשן פאר שוואוילטאג. (און ס'איז באמת גאר מאדנע אז א מענטש זאל זיך לאזן פאטאגראפירן ווען ער איז אויף אן אפעציעלע "שווינדעל-מיסיע".)

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 7:03 am

· #160633
יושר, שלום לך.
דיין תגובה שטימט נישט מיט דיין ניק..

דעת תורה » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 8:26 am

· #160636
איך האב געהאט יארן צוריק א ענליכע מעשה מיט א גוי, היינט ווייס איך אז דאס איז פון די מערסט פארשפרייטע סארט שווינדל ארויסצושלעפן פון מענטשן אפאר דאלער. פריי דיך אז דיין געלט איז כאטש אנגעקומען צו א איד און איך זעה נישט פארוואס דו זאלסט מלבין זיין פני חבירו ברבים, אויב ער וועט עס שוין נישט קענען טון ווייל זיין בילד וועט ארום פארן אויף אלע וואטס עפפ גרופעס, איז דא קעגן אים צען אנדערע וואס וועלן עס ווייטער טון. ליבערשט ברענג אווערנעס צום עצם שווינדל, מען זאל נישט ווערן איבערגענומען אין אזא פאל, פונקט האב איך לעצטנס געזען א עצה קעגן דעם אז מען זאל מיטגיין מיט יענעם ביזן באן וכדומה און אליין קויפן די טיקעט פאר אים

אביגדור » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 9:50 am

· #160642
על צד הספק אז ער איז באמת א לוה ואין לו לשלם, זאלט איר וויסן אז מדאורייתא איז אסור איהם נאכצויאגן פאר די געלט, און אודאי און אודאי איז עס אסור איהם צו סטראשן מיט ביזוי ובושה וכלימה פון מגלה זיין קלונו ברבים. אין פסוק שטייט לא תהיה לו כנושה, און איר דארפט דאס נעמען זייער ערענסט.

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 9:55 am

· #160644
אויב די הלואה איז נאר א גניבה מיטל, אזויווי ס'שטעלט זיך אויס פון ענדליכע פעלער, גייט ער דען אריין אין גדר "לוה ואינו משלם"?

אביגדור » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 9:57 am

· #160645
קאווע טרינקער
אויב די הלואה איז נאר א גניבה מיטל, אזויווי ס'שטעלט זיך אויס פון ענדליכע פעלער, גייט ער דען אריין אין גדר "לוה ואינו משלם"?

ס'איז א ספק דאורייתא.

דענקער » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 12:07 pm

· #160665
ס'קוקט אויס אז דער יעניגער איז שוין א מלומד בניסים. ער וועט זיך גאנץ ווייניג דערשרעקן פון פאליציי אדער פרסום.
פאליציי וועט דיר סייווי גאנץ קנאפ העלפן, אבער דו דארפסט לכאורה יא מפרסם זיין כדי אנדערע זאלן נישט אריינפאלן.

המקום ימלא חסרונך בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, זאלסט מער נישט וויסן פון קיין שאדן.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 12:52 pm

· #160673
אין בארא פארק האט זיך מיט עטליכע יאר צוריק געדרייט א פארשוין וועלכער האטצעך אנגעגעבן אלס "בלינדער מיוזיש'ן". ער פלעגט זיצן אויף די דרייצנטע עוועניו און שפילן און קאלעקטן דאלארן ווען זיין וייב זיצט נעבן איהם. האב איך עטליכע מאל געזעען די קאפל פארן אויף בייקס....!!! ס'ערשטע מאל אין לעבן וואס כ'זעה א בלינדן מענטש פארן א בייק...!
לגבי די מעשה פון "שלום זכר", האב איך אן אנדערן צוגאנג. פארשטייצעך אויף קלענערע סכומים. ווען אזא אידל קומט מיט אן אויסטערלישע מעשה וועלכע איז (מסתמא) נישט געשטויגן. נעם איך ארויס א פאר דאללער און איך געב יענעם. טראכנדיג. זאל ער עסן א גוטן סענדוויטש אדער קויפן א געשמאקן אייזקרים. ס'דאך בני מלכים... 😂

היימישער ליטוואק » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 5:35 pm

· #160745
אביגדור
על צד הספק אז ער איז באמת א לוה ואין לו לשלם, זאלט איר וויסן אז מדאורייתא איז אסור איהם נאכצויאגן פאר די געלט, און אודאי און אודאי איז עס אסור איהם צו סטראשן מיט ביזוי ובושה וכלימה פון מגלה זיין קלונו ברבים. אין פסוק שטייט לא תהיה לו כנושה, און איר דארפט דאס נעמען זייער ערענסט.

@אביגדור איז דא דער דין פון לא תהיה לו כנושה ביי א גזלן אויך?
נמען געלט מיט א פאלשע אויסרייד איז קיין הלואה, דאס איז גזל!

היימישער ליטוואק » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 5:39 pm

· #160746
שלום זכר,
איך מיין אז זיין לעצטע גשרייבכץ שמעקט פון סטראשינקע בגוף. דו מעגסט און דו זאלסט רעדן מיט פאליציי.
ווייז זיי נישט דיין ענטפער, שפילן מיט פייער קען אויך אויסגטייטשט ווערן אויף א סטראשינק. אבער אין ממה לפחד, זיי וועלן פארשטיין ווער עס וויל נאר צוריק א פאר דוללאר און ווער עס וויל נקמה.
פאר יור פרוטעקשין ענד פאר די קאמיוניטי - גיי צו די פאליס. היינט. יעצט. שוין!

איך אויך » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 6:46 pm

· #160762
זעהסט דאך שוין מיט וואסערע גנב און שווינדלער דו האנדלסט.

דערמאנט מיר פון דער חסידישער אינוואליד אין א ווילטשער וואס דרייט זיך אין מונקאטש ביהמ"ד ,אפאר יאר צוריק איז עפעס א גיניעס לויער אויפגעקומען אז ער קען מאכן שיין פרנסה דערפון ,לויפט ער ארום צו אלע בארס אין מאנהעטן טשעקן צו זיי זענען אינוואליד עקסעסיבל. נו וועלכע באר האט א אינוואליד טוילעט אדער א רעמפ ביי די טיר? מיט די הילף פון זיין קאראפטירטע לויער סועט ער אין באבענס באבן אריין און רוב ביזנעסער וועלן ענדערש סעטלן ווי זיך ארומאמפערן אין קורט פאר 30-50 אלפים. ווען עס וואלט געווען יד בי"ד תקיפה וואלט מען געמאט זיכער ער האט אויך צובראכענע הענט נישט נאר פיס.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 7:35 pm

· #160770
ממי שאמרו: און איך (אני הקטן) בין שוין ארויס אין קעלבערנע התפעלות: "קוק, א איד וואס דרייציך דא אין שטיבל, קען ציטירן גאנצע שטיקער שו"ע חושן משפט , שו"ת אגרות משה און תשובות פון הרב אלישיב ז"ל. צום סוף קומסטו גאר און דערציילסט אונז אז דאס אלעס איז גענומען פון "דין.קאם."... 😃

דער (פינטעל) איד » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 7:41 pm

· #160772
איך אויך
זעהסט דאך שוין מיט וואסערע גנב און שווינדלער דו האנדלסט.

דערמאנט מיר פון דער חסידישער אינוואליד אין א ווילטשער וואס דרייט זיך אין מונקאטש ביהמ"ד ,אפאר יאר צוריק איז עפעס א גיניעס לויער אויפגעקומען אז ער קען מאכן שיין פרנסה דערפון ,לויפט ער ארום צו אלע בארס אין מאנהעטן טשעקן צו זיי זענען אינוואליד עקסעסיבל. נו וועלכע באר האט א אינוואליד טוילעט אדער א רעמפ ביי די טיר? מיט די הילף פון זיין קאראפטירטע לויער סועט ער אין באבענס באבן אריין און רוב ביזנעסער וועלן ענדערש סעטלן ווי זיך ארומאמפערן אין קורט פאר 30-50 אלפים. ווען עס וואלט געווען יד בי"ד תקיפה וואלט מען געמאט זיכער ער האט אויך צובראכענע הענט נישט נאר פיס.

האבן זיינע לאו סועטס מצליח געווען ? ער גייט ארום און מונקאטש נאך געלט צו באצאלן רענט קוקט נישט אויס ווי סהאט זיך אויסגעארבעט

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 7:47 pm

· #160774
פארגעס נישט אז די אלע וועלכע ער סועט קענען אויכעט דינגען לויערס פאר גוטע געלט. 😮

פאריז » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 8:15 pm

· #160784
לאמיר זען וואס דא האנדעלט זיך.

וואס איז די ערגסטע זאך וואס שלום זכור קען אפטאן פאר דעם יעניגען?
שלום זכור קען פארשפרייטען א בילד פון יענעם זאגענדיג אז יענער האט נישט באצאלט $80 דאלער, והיה אויב יענער איז א ערענסטער מענטש וועט ער זיך פארענטפערן אלץ רחמנות, און אז ער האט בסך הכל געטיען וואס כמעט יעדער וואס בארגט טוט... קיינער באצאלט נישט. ער וועט נאך צולייגען אז די מעשה איז געווען פינקט קאפויער אדער אז עס איז געווען א מתנה.
משא״כ אויב איז ער א ליידיגייער אדער נאך ערגער וועט עס אים ניטאמאל פאראינטערסירען, ער וועט זיך ניטאמאל וויסענדיג מאכען.

וואס איז די ערגסטע זאך וואס יענער קען טיען פאר אונזער שלום נאכדעם וואס ער ווייסט ווער ער איז?
די דימיונות איז ענדלאז וויבאלד קיינער ווייסט נישט ווער יענער איז, יענער קען זיין א דראג עדיק וואס וועט זיך נוקם זיין מתוך כעס.

די מסקנה איז פארשטענדליך.

ודי למבין » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 3:05 pm

· #161493
לויט וויאזוי דו שרייבסט די מעשה זעט אויס אז יענער איז לכאורה אן אדיקט (אלקהאל, דראגס, געמבלינג) וואס דארף געלד צו קענען פונקיצאנירן. אדיקטס, ווי באקאנט, שטעלו זיך נאר אפ ווען זיי "היטן ראק-באטאם", כולי האי ואולי אז זיין בילד וועט ווערט פארשפרייט פאר די וועלט צו זען וועסטו גאר אויפטון אז ער וועט היטן ראק באטאם און זיכן הילף פאר זיין עדיקשען. נישט נאר דו וועסט אים שעדיגן, וועסט אים גאר העלפן...

קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 7:39 am

· #162432
@שלום_זכר
Any updates?

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 9:45 am

· #162446
ווילסט ער זאל שוין מאכן א קידוש? ער האט ערשט געמאכט א שלום זכר גיב עם א טשענס.

אבזערווירער » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 3:14 pm

· #166114
איך האב געהאט ממש די זעלבע מעשה, אויך א פרייטיג נאכמיטאג, קומענדיג פון מאונט סיינע קיין ברוקלין מיט טרעין נומער 4 - ביי די 86 סטעישאן - עס קומט צו גיין צו מיר א דיקליכער אינגערמאן בערך אלט 30-35 א ביסל א נידיריגער לויט זיין וואג - זעט אויס א ליטוויש אמעריקאנער געשטעל אן א היט נאר מיט א דזשעקעט מיט א גאר קליינע ספירה בארד - און זאגט מיר די זעלבע מעשה מיט א קאר .... ער ווייזט מיר א פעקל צוואנציגער וואס ער האט אין די הענט און ס'פעלט אים א הונדערטער, כ'האב אים געזאגט איך בין שוין א אפגעבראטענער מער ווי איינמאל ......און איך זיך מיר בעסערע מצוות- לכאורה דער זעלבער גנב

היימישער ליטוואק » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 3:20 pm

· #166117
אבזערווירער
איך האב געהאט ממש די זעלבע מעשה, אויך א פרייטיג נאכמיטאג, קומענדיג פון מאונט סיינע קיין ברוקלין מיט טרעין נומער 4 - ביי די 86 סטעישאן - עס קומט צו גיין צו מיר א דיקליכער אינגערמאן בערך אלט 30-35 א ביסל א נידיריגער לויט זיין וואג - זעט אויס א ליטוויש אמעריקאנער געשטעל אן א היט נאר מיט א דזשעקעט מיט א גאר קליינע ספירה בארד - און זאגט מיר די זעלבע מעשה מיט א קאר .... ער ווייזט מיר א פעקל צוואנציגער וואס ער האט אין די הענט און ס'פעלט אים א הונדערטער, כ'האב אים געזאגט איך בין שוין א אפגעבראטענער מער ווי איינמאל ......און איך זיך מיר בעסערע מצוות- לכאורה דער זעלבער גנב


נו - גילוי!!

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 5:50 pm

· #166529
נישט קיין ספק אז שלום זכר זאל מפרסם זיין יענעמס פרצוף. די מענטשן זענען ווי א בור ברשות הרבים און מ'דארף זיך היטן פון זיי. התורה חסה על ממונם של ישראל, והזהרו מפני הרמאים, ויש בזה משום מצות השבת אבידה וגמ"ח.
@אביגדור זאל מיר אנטשולדיגן אבל אין כאן דאורייתא ולא ספק דאורייתא, נאר א פאלנער גנב און רויבער. וכל הגוזל את ממון חבירו כאילו נוטל את נפשו, און די חוצפה און אראגאנץ מיט וואס יענער באגייט זיך איז אין לתאר ואין לשאר.
און אז מ'רעדט שוין פיל איך פאר א חוב קדוש צו מפרסם זיין: אין וויליאמסבורג און בארא פארק דרייט זיך א בנשק'ל פון ארץ ישראל ער רופט זיך אפילו אן אדמו"ר, א מר נפש א צעבראכענע איד וועמען ס'איז אפילו א מצוה צו שטיצן, ודא עקא וואס זיין פרנסה באשטייט פון ארומגיין בארגן געלט ביי כולל יונגעלייט אבל שלא על מנת להחזיר.
ער דרייט זיך ביי די תיקונס און לקח'ס און פארציילט מעשיות און קלעבט זיך אן צו יונגעלייט, און מסיח לפו תומו בעט ער א הלואה, געווענליך פון ארום צוויי הונדערט דאלער, און ביי א א גוטן קרבן ביז טויזנט.
זיין סקעם ארבעט אז ער דארף דאס געלט צו ווייערן קיין ארץ ישראל צו זיין ווייב וואס איז אגב אמת, און דעם קומענדיגן זונטאג וועט ער אי"ה כאפן א שנאר אין ראדני וואו ער לייזט געווענליך א טויזנטער און ער וועט תיכף ומיד באצאלן.
איך קען צענדליגער יונגעלייט וואס האבן אים געבארגט און קיינמאל נישט צוריק געזען קיין פרוטה. פרובירן זאל מען נאר מאנען און ער ווערט ווילד ווי א צאפ אז ס'פארגייט דער אפעטיט. און אגב, ער גיט אויך זיין סעלפאן נומער און מקען אים רופן בחפץ לב.
ווער עס וויל אים געבן צדקה אדרבה ואדרבה, אבער קיין הלואה זאל מען אים בשום אין אופן נישט געבן ער איז א פראסטער גנב בטלית שכולו תכלת.
האטס רחמנות אויף ענקער ארעמע אויסגעהארעוועטע געלט, בארגן איז א גרויסע מצוה אבער נישט פאר קיין סטרעינזשערס און געוויס נישט פאר א נדבורנער אייניקל פון ארץ ישראל, וצדיקים חביב להם ממונם יותר מגופם.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:12 am

· #184269
פאר דע איליטירעט פון צווישן אונז, פרעי אין דעם ארטיקל מיינט נישט דאווענען.


.
בלאט: 1 2