וואס זענען די גרינע פינטלעך אויב נישט צו ווייזן ווער ס'איז אנליין?

איך האב גראדע שטארק הנאה פון די שיקן בילדער וואס זיי האבן צוגעלייגט. אזוי אויך גייט די נעקסטע ווערסיע זיין אינטעגרעיטעד מיט SMS, אז מ'וועט שוין נישט דארפן אן עקסטערע עפפ פאר טעקסט, נאר מ'וועט שיקן גראד פון די הענגאוטס. אזוי אויך וועט מען קענען שיקן די GPS לאקאציע אינעם עפפ, וואס די אלע זאכן וועט עס ברענגען נענטער צו whatsapp.
איך האב מיך אפגעהאלטן פון טוישן צו הענגאויטס די ערשטע פאר אפדעיטס, ביז זיי האבן צוגעלייגט די מאלטי יוזער אפציע, אבער יעצט איז עס שוין א דבר כמעט מושלם, מ'דארף נאר קענען שיקן ווידיאוס, קאנטאקס, און אודיאו, און מ'קען שליידערען דעם וואטסעפ צו אלע רוחות. אזוי וועסטו קענען האבן א יושב בסתר גרופע, יושבים בגלוי, און נישט זיין צוגעבינדען צו דיין פאון נאמבער.
מיט די מעפס אויפן דעקסטאפ וועל איך בעל כורחי מוזן מודה זיין, אבער דאס איז גוגל, זיי זענען אגרעסיוו ארויסצושטופן אפדעיטס ווען ס'איז 90% גרייט, אזוי קענען זיי באקומען פידבעק פונעם עולם און זעהן וואו צו פיקסען. רוב פעלער האסטו די אפציע, אזויווי ביי מעפס, צו נוצן די אלטע ווערסיע.
לגבי אימעיל כבר דננו במקו"א, אבער ווען כ'האב שוין יא געוואלט פראבירן אוטלוק.קאם עפפ האט ער זיך נישט געקענט קאנעקטן מיט active sync צו מיין ארבעט אימעיל.
די יוטוב עפפ איז געווארן בעסער לדעתי, אז דו קענסט וואטשן אויף א פערטל סקרין בשעתן בראוזן די עפפ. און כ'ווייס נישט וואס פונקטליך דו מיינט מיט די גוגל + צירקלס, מיר שטופן זיי נישט אין ערגעץ, נאר בדרך שאדם רוצה, מוליכין.